געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

9.jpg
9.jpg (310.15 KiB) געזען 1589 מאל


געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

די שטילקייט הערשט אין בית מדרש, יעדער פארטראכט יעדער פארכאפט. געווענליך הערט זיך עטליכע שטימעס וואס זאגן בנעימות דעם שיר השירים, אבער דאסמאל הערט זיך קוים א קול דממה דקה, די נעזער אראפ און די אויגן פארנעפלט, דא דארט הערט מען איינעם זיך צוקרעצן, אבער די מנוחה וואס שבת ברענגט מיט איז עפעס נישט געעריג ווי יעדן וואך.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה, הערט זיך א קרעכץ, נאכפאלגנדיג מיט א קול באגלייט מיט א טיפן טרויער דודי ירד לגנו לערוגות הבשם לרעות בגנים וללקט שושנים. א מין ערב שבת וואס מ׳קען נישט איבערגעבן פאר וועם ס׳האלט דאס נישט מיט.

אין א ווינקעלע זיץ איך מיר, דער מח איז פארכאפט אין א שווערן קאמף צווישן למה ה׳ און על מה עשה ה׳. שווערע מינוטן וואס מ׳ציפט זיך צו מ׳איז נישט אין א טיפן שלאף, און לאנגע שעות וואס מ׳ווינטשט זיך אז דאס זאל זיין א פארגאנגענעם חלום.

שבת וי-נפש, שפירט זיך ריכטיג מיט א וי אבדה נפש, און ליידער בלשון רבים. רבים האב איך געזאגט? רבים דרבים של רבים ליידער. ווען איך האב געהערט די נאמבער 2 האב איך מיר נאך געשטארקט מיט אלעס איז באשערט, ווען ס׳איז ארויף צו 5 האב איך מיר נאך געמורמלט כל מה דעביד רחמנט לטב עביד, אבער ווען מיטאמאל איז די נומערן געגאנגען צו זיבן, אכט און ניין-צען, און צוויי מינוט נאכדעם צו צענערס וואס ציילן זיך איינס נאכן צווייטן, האב איך אויפגעגעבן דעם קאמף צו פארשטיין אדער וועלן באגרייפן וואס דא קומט פאר, דער מח איז פארכאפט געוועארן ביים אינסטיקנט פון על כרחך אתה חי און פארקנאקט די געפילן אין די קעמערליך אז זיי זאלן זיך נישט ארויס לאזן, ווען יא וועלן זיי גיין אאוט אויף קאנטראל.

דער הודו האט זיך עפעס געזאגט מיט א נייע משמעות, דאסמאל אויך ווער ס׳איז נישט דארט געווען האט געפילט ווי די טראגדיע איז א פערזענליכע און אויב איז ער צווישן די גליקליכע לעבעדיגע דארף אפגעבן א הודו. ס׳טרערט זיך ביי ויצעקו אל ה׳ בצר להם, ישבי חשך וצלמות אסירי עני וברזל און כשלו ואין עוזר זאגט זיך מיט עפעס א אנדער פשט, ליידער גאר שרעקעדיג.
און דער סיום וכל עולה קפצה פיה מי חכם וישמר אלה ויתבוננו... שווער שווער האט זיך געזאגט דעם ׳חסדי ה׳.

נאך מנחה קלאפט מיר דער גבאי אויפן רוקן ׳קבלת שבת׳, איך קוק אים אן ווי איינער וואס איז אראפ געפאלן פון א צווייטן פלאנעט, ווער האט יעצט כח און מח צוצוגיין יעצט זיך חזנ׳ן ביים עמוד. ער זאגט מיר אבער ׳איך בין שוין ארום דעם גאנצן בית מדרש קיינער וויל נישט צוגיין, מ׳ענדיגט שוין דעם קדיש זיי דער שליח ציבור און גיי צו״
ואמרו אמן...
׳איך האב נישט קיין כח זוך א צווייטן׳, די בית מדרש ווערט אבער שטיל און יעדער קוקט אויפן גבאי׳ן, און פון דארט צו מיר, וואס בין איך שילדיג אז ביי ואמרו אמן האט ער מיר געכאפט? נו שוין מיט א רויטן פנים טרעף איך מיר דעם וועג צום עמוד, דער טלית ארויף און לכו נרננה לה׳ נריע לצור ישענו.

איך ווייס איך גלייב אבער דאסמאל זאגט זיך גארנישט ארויס מיט א געפיל, נישט נרננה און נישט נקדמה פניו בתודה, ס׳דריקט ס׳שטעכט ס׳איז נאך אינימטן די בהלה. די הארץ רייסט ביים אשר נשבעתי באפי אם יבאון אל מנוחתי, אוי אוי איז דאס יעצט פאסיג אז איך פארשטיי נישט ווי אזוי קומט דאס אריין יעדן וואך אינמיטן לכו נרננה. אזוי גייט מען צום לפני ה׳ כי בא כי בא לשפט הארץ ישפט תבל בצדק ועמים באמונתו, נאר דאס האלט מיר אן אז כאטש ס׳איז כי בא גלייב איך אז אלעס איז באמונותו ובצדק.

מ׳האלט שוין נאכן לכה דודי מהאט זיך שוין געדרייט דעם בואי בשלום און מ׳זאגט שוין מזמור שיר ליום השבת. דער עולם ענדיגט צו ׳צורי ולא עולתה בו׳ ריכטיג אריינגעפאסט צום מצב, און יעצט איז מיין טשענס צו מצדיק זיין, איך הייב אן צדיק כתמר יייייפרח כאאאארז בלבנון ישגה, עווווד ינובון בשיבה דשנים ורעננים יהיו, להגיד כי ישר ה׳......
בין איך אבער דא סטאק געבליבן.

נווואדע, ווען ס׳איז מזמור שיר לים השבת, אין א זמן וואס ס׳איז טוב להודות לה׳, ווען ס׳זמר׳ט זיך לשמך עליון, בעת ס׳מגיד׳ט זיך בבוקר חסדך, און ס׳איז עוד ינובון בשיבה דשנים ורעניים, נו אוודאי שטורעמט זיך ארויס א כי ישר ה׳, און זיכער קען מען זאגן פאר יעדן אז צורי ולא עולתה בו. יעצט אבער איז די איינציגעסטע שייכות פון דעם מזמור מיטן צורי ולא עולתה בו נאר די ואמונתך בלילות, ווי רש״י שרייבט ובעוד צרת הגלות להאמין בך שתשמור הבטחתך כל זה נאה וטוב.

אויב עפעס קען איך נאר זאגן דעם מזמור צוריק צו וועגס, אנהייבן מיט ה׳ מלך גאות לבש און צוריק גיין צום ולא עוולתה בו און ענדיגן מיט א תפלה אז מ׳זאל שוין אנקומען צום מזמור שיר ליום השבת...

שטיי איך דארט ביים עמוד, דער ציבור ווארט דער חזן זאל אויספירן דעם שטיקל, איינער היסט פון אומבאקוועמקייט א צווייטער ווערט רויט פאר מיר און א דרייסטער אינגערמאן קלאפט מיטן פינגער און שישקעט ווי כאילו דאס גייט מיר אויפוועקן און ארויסשלעפן אז מיין מח זאל צוריק גיין אין קאנטראל. מיינע אויגן קוקן צום וואנט אריין דארט קעגן איבער ווי די צוויי לעכט דערציילן נשמה מעשיות, און געבט נאר צו צום פארנעפלטן קלארקייט און פארווייטאגקייט.

איך וואלט ווען נאך יעצט געשטאנען דארט, ווען נישט די קריסטאל לייכטער האלטער האבן מיר אפגעשפיגלט וואס טוט זיך אונטער מיר. אבער ניין נישט ווייל איך האב דארט געזעהן א גאנצן ציבור שטייט אומבאקוועם און פילט שלעכט פארן חזן וואס טרעפט נישט זיין קול, עפעס אנדערש האט מיר דארט געכאפט.

דער לייכטער איז קריסטאל קלאר און שפיגלט אפ מיט א עולם הפוך וואס טוט זיך אין בעק פון איהם, מיטאמאל באמערק איך א ציבור אידן שטייט אויף די קעפ און פירט זיך ווי כאילו עולם כמנהגו נוהג, עליונים למטה ותחתונים למעלה, שטריימלעך וואס באזיצן אויף זייער קעפ שבת׳דיגע שיך, א מין מאדנע מחזה דאס, און קיינער דארט כאפט נישט עפעס איז ראנג מיט זיי, נו מילא דער פארלאפענע פורים איז מען דאך געווען פאר׳ששק׳עט אבער אין א ל״ג בעומר?!

מיטאמאל האט מיר דאס אריינגעבליצט, צומאל זעהט מען קלאר מיט די אויגן אז ס׳איז עפעס נישט אין סדר, דער עולתה בו איז צום אנהייב און דער מזמור שיר איז צום סוף, ס׳שטומט דאך נישט מיטן ידיעה אז ערשט קומט דער מזמור שיר ליום השבת און נאר דעמאלטס איז להגיד אז צורי ולא עולתה בו, אבער אויב האט מען א געניטע אויג זעהט מען אז דאס אז דו זעהסט דאס פארקערט איז נאר ווייל דו קוסט נישט גוט, און דו זעהסט נישט ריכטיג, דארט שטייט יעדער בקומה ווי א נארמאלער מענטש דער חומריות פונעם קריסטאל איז דער וואס פאדרייט דיר די יוצרות און רעדט דיר איין אז זאכן זענען נישט אין סדר.

פון אונטן נו׳קעט מען און שישקעט, אבער משום מה ער איך נישט קיין שיישקערייען, עפעס אנדערזש לאזט זיך דארט צן הערן״
די וועלט פיר איך, און איך ווייס ווי אזוי צו פירן, געפעלטיר נישט? דריי דיר איבער!

להגיד כי ישר ה׳ צורי ולא עולתה בו!


און אז שוין אויפן וועג צוריק פאר איך שוין צוריק צו וועגס און טרעף איך זיך צוריק ביי לכה דודי, און דאסמאל בעט זיך א תפלה ׳קומי צאי מתוך ההפכה׳, ווייל רב לך יותר מדאי איז שבת בעמק הבכה, דריי אונז איבער און לאמיר שוין זינגען דעם מזמור שיר ליום השבת אויפן סדר.


קומי צאי מתוך ההפכה!
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מיטוואך מאי 05, 2021 9:35 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

להגיד כי ישר ה׳ צורי ולא עולתה בו!
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

הפכת מספדי למחול לי פתחת שקי ותאזרני שמחה
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

נחמתנו איינס נחמתנו
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

קנאקעדיג

געוואלדיג צום ווארט

איינס ;l;p- ווי אלעמאל.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17015
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
איפכא מסתברא!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

;l;p- ;l;p- ;l;p- זייער שטארק
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

הרב איינ'ס
אפשר מאכסטו דאס פאר א שיינעם פי די עף (גראפיק) וועט מען דאס קענען ארום שיקן ווייטער
א שאד אזעלכע טייערע רייד, זאל פארוואסערט ווערן.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

א געוואלדיגער געדאנק ווי נאר איינס קען!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שמו האט געשריבן:איינ'ס
אפשר מאכסטו דאס פאר א שיינעם פי די עף (גראפיק) וועט מען דאס קענען ארום שיקן ווייטער
א שאד אזעלכע טייערע רייד, זאל פארוואסערט ווערן.


קומי צאי מתוך ההפכה!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

האסט מיר אריינגערעדט אין הארץ אריין ... אזוי שיין אריינגעפלאכטן אין קבלת שבת...
סאיז דא א מעשה וועגן צורי ולא עולתה בו מיט איינע פון די צדיקים נאך א טראגעדיע, כ’מיין אז ר’ אברהם מרדכי פארציילט עס ערגעץ
אוועטאר
זאנווידיענס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:58 pm

Re: געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנווידיענס »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:האסט מיר אריינגערעדט אין הארץ אריין ... אזוי שיין אריינגעפלאכטן אין קבלת שבת...
סאיז דא א מעשה וועגן צורי ולא עולתה בו מיט איינע פון די צדיקים נאך א טראגעדיע, כ’מיין אז ר’ אברהם מרדכי פארציילט עס ערגעץ

פון טאהש'ער רבי זי''ע האב איך געהערט, ווען זיין בנו בכורו ר' מרדכי איז אוועק און א פרייטאג, ביים לויה האט ער נישט געוויינט אבער ביי להגיד כי ישר ה' איז געקומען טרערן...
לעצט פארראכטן דורך זאנווידיענס אום מיטוואך מאי 05, 2021 8:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איינס האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:איינ'ס
אפשר מאכסטו דאס פאר א שיינעם פי די עף (גראפיק) וועט מען דאס קענען ארום שיקן ווייטער
א שאד אזעלכע טייערע רייד, זאל פארוואסערט ווערן.


קומי צאי מתוך ההפכה!

ייש"כ אדיר
זכות הרבים תלוי בך.

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

WOW
אוועטאר
תלמי המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 23, 2021 10:21 am
לאקאציע: עגיפטן

Re: געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמי המלך »

איינס איז מעכטיג
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17015
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

זיך דערמאנט פון דעם שטיקל, דעם שבת ביי קב"ש.

בשעת מעשה איז מיר איינגעפאלן..

עולת"ה גימטריא ה"ר מירו"ן

ול"א ב"ו = 45

ול"א עולת"ה ב"ו =די 45 וואס זענען אוועק אויפן הר מירון...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

זייער שיין ר' @איינס.

ערשט יעצט אנגעקומען דא.
לעצטע וואך צוליב די צענדליגע אשכולות וואס האבען זיך געיאוועט מימין ומשמאל, האב איך נישט באמערקט דער אשכול, אבער יעצט אז ר' @אורי האט עס ארויפגעברענגט, האב איך באמערקט די שטארקע מוסר השכל.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אוי אידאס געווען א קבלת שבת איינס, אבער קיינער האט נישט געהוסט, געשישקעט אדער גע'נו'קעט, דאס איז שוין געווען אין דיין דמיון
האסט מיט געשלעפט יעדן מיט דיין קרעכץ, מיר האבן אלע געטראכט פון די זעלבע זאך וואס דו האסט געטראכט א האלבע מינוט פארדעם ווען מיר האבן זיך פארטראכט אין די זעלבע געדאנקען

יעדער האט אריינגעקלאצט אינעם סידור ווארטענדיג וויאזוי די בעל תפילה גייט אפטייטשן די מאדנע ווערטער, אין אומר ואין דברים, אבער סיז געווען א הילכיגע שטילקייט, מיר האבן זיך אלע פארשטאנען מיט דברים שבלב פארוואס דו קענסט נישט גיין ווייטער

מיין רעכטע שכן האט נישט געקענט איינהאלטן די כליפע וואס האט זיך געהערט ווי א הוסט
יעדעמ'ס הארץ האט שטילערהייט מיטגעווייטאגט און געפרעגט למה הרעותה??? אבער ווי א בת קול האט זיך געהערט דיין קרעכציגע שטומע: ולא עולתה בו!!! ווי אן אנזאג אין לך רשות להרהר

דעים קבלת שבת וועל איך קיינמאל פארגעסן
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

געפעלטיר יא? דריי דיר אויך איבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

געפעלטיר יא? דריי דיר אויך איבער!


ווערטער זענען נישט דא, זיי זענען פארכאפט אונטער געפאלענע אידן און אונטערגעבראכענע פארענטשעס

אבער ביים הערן דעם טראגעדיע (? באלד ווייסן מיר שוין נישט וואס א טראגעדיע מיינט בכלל, ליידער באלד שוין א דבר שבכל יום) איז מיר ארויף געשווימען דעם פסוק ועתה לא יבצר מהם כל אשר יזמו לעשות

וירד ה׳ לראת את העיר ואת המגדל אשר בנו בני האדם ויאמר ה׳ הן עם אחד ושפה אחת לכלם וזה החלם לעשות ועתה לא יבצר מהם כל אשר יזמו לעשות הבה נרדה ונבלה שם שפתם אשר לא ישמעו איש שפת רעהו ויפץ ה׳ אתם משם על פני כל הארץ ויחדלו לבנת העיר

שרייבט דער אבן עזרא:
ואלה בוני המגדל לא היו טפשים שיחשבו לעלות אל השמים, גם לא פחדו מהמבול, כי נח ובניו שנשבע להם השם שם היו וכלם היו סרים אל משמעתם כי בניהם היו. והנה הכתוב גלה חפצם וסוף דעתם לבנות עיר גדולה למושבם ולבנות מגדל גבוה להיות להם לאות ולשם ולתהלה, לדעת מקום העיר להולכים חוצה כרועי המקנה, גם יעמד שמם אחריהם כל ימי המגדל וזהו שאמר הכתוב: ונעשה לנו שם. וירד ה' בעבור שכל מעשה התחתיים תלויים הם בכח הגבוהים ומהשמים יתכנו כל העלילות, על כן נקרא השם רוכב שמים היושבי בשמים.

דער אבן עזרא לערנט אז די דור הפלגה איז געווען פשוט ווייל זיי האבן אנגעהויבן פילן אז זיין זענען אין קאנטראל, צומאל ווען די מענטשהייט קומט צו א פלאץ וואס מפילט אז מהאט די זאך אין די הענט, מקען זיך פירן על מי מנוחות, אדער אין אונזער שפראך ״די זאך איז אין קאנטראל״ ולא יבצר מהם כל אשר יזמו לעשות, און דאס טאר נישט אנגיין, בעבור שכל מעשה התחתיים תלויים הם בכח הגבוהים ומהשמים יתכנו כל העלילות.

געפעלטיר יא? דריי דיר אויך איבער!


---


(איך ערלויב מיר צו שרייבן, טאקע ווייל איך זעה די טראגעדיע אלס א כלל ישראל טראגעדיע. און ח״ו נישט אלס פוינטן נאר א געדאנק, וואס סאיז אמת אויך אן די טראגעדיע)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: געפעלטיר נישט? דריידיראיבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

איצטערט געליינט

דארף מען זיך דאס איינ'חזר'ן


הערליך שיין געשריבן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”