yoy האט געשריבן:בסך הכל קומער אונז אלע צו, אז "די זעלטנע געלונגענע שדכנים", פירען אויס, נישט מער (אין יא ווייניגער) ווי 15 שידוכים א יאר,
און צו זיין א שדכן, אלץ א Real Estate Broker, מאכט מען טאפעלט, אויב נישט טריפלט
סא מיט וואס האלטן מיר צעריק דעם געלונגענעם שדכן, פון נישט אנטלויפן, און בלייבען באן-אונז, ארויס צו העלפן בויען ווייטער בתים לה' ולתורתו, גארנישט!
פארוואס פרביטערן מיר דעם שדכן מיט אזאלעכע שווערע ניסיונות צו פארלאזען שדכנות??
די חילוק איז פשוט, יעדער פארשטייט אז פאר א ריעל עסטעיט בראוקער דארף מען צאלן אויך פאר די הייזער וואס מען האט נישט געקויפט, אז די בראוקער האט געוויזן 10 הייזער, ביז מען האט געקויפט די צענטע הויז, פארשטייט יעדער אז די בראוקער דארף באקומען געצאלט לויט די ארבייט וואס עס נעמט צו ווייזן 10 הייזער. אבער א שדכן, פארשטייט מען דאס נישט.
ס׳איז א גרויסע עוולה, ווען מען צאלט א שדכן דארף מען טראכטען אז די שדכן האט אנגעטראגען צענדליגע שידוכים וואס האבן זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט, און גארנישט באקומען דערפאר, מען טאר נישט טראכטען בלויז פון די שעות פון די לעצטע שידוך, אויב וועט מען אזוי טראכטען, וועט מען אוטאמטיש פארשטיין אז עס קומט זיך די שדכן 4-5 אלפים א צד.