רעדן צו א קרובה
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
רעדן צו א קרובה
ס'איז זייער א פארוויקעלטער ענין, ס'איז עולם כמנהגו נוהג. כ'וויל אבער וויסן וויאזוי דער עולם דא אין קרעטשמע פירט זיך אין דעם ענין.
דאס ענין פון רעדן צו א קרובה, נאנטע און ווייטע. איז אזוי:
סיי ביי מיין טאטן אינדערהיים און סיי ביין מיין שוויגער עלטערן איז דער מנהג (?) אז צו שוועגערינס רעדט מען געהעריג, אפן און גראב, (דו, גייסט, קומסט, וואס טוט זיך וכדו'). די שוועגערינס קענען אפילו זאגן מזל טוב, קאמפלימענטירן, און האלטן לענגערע שמועסן.
איבער קאזינעס? ווי איינער. ס'זענען פארהאן קאזינעס וואס זענען מער היימיש און מ'רעדט מיט זיי געהעריג, און פארהאן וואס זענען מער צוריקגעצויגן.
ס'זענען דא וואס זאגן אז 'דו' איז דאס הארבסטע, איז דאס אמת?
פארשטייט זיך, מ'רעדט נישט פון רעדן דברים אסורים ח"ו, נאר אמאל פון א וויכטיגע שמועס קען זיך פארציען צו א לענגערע.
ס'וואלט אפשר געווען כדאי צו עפענען אן אשכול בדבר הלכה זו אינעם ביהמ"ד פורום.

אנטשולדיגט מיין אויסוואל איז די לעצטע
ביי אונז רעדן נישט קיין מענער מיט קיינעם וואס עס איז דא ביי זיי איסור יחוד. אריינגערעכנט שוועגערינס און קרובות. אויב איז עס א איסור ערוה. איז גילטיג דער כלל פון כל מקום שאתה מוצא גדר ערוה אתה מוצא קדושה. חוץ פון די הלכה חלק אז זיי האבן א דין פינקט ווי א פרעמדע אשה.

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- פויער
- שר האלף
- תגובות: 1037
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
- לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט
געשטומט קוק אויף מיין תגובה
ס'איז דא שוועגערין'ס וואס איך רעדט בכלל נישט מיט זיי
מיט די וואס איך רעדט יא איין מאל אין 10 יאר ווענט זיך די עלטערע וואס האבן חתונה געהאט ווען איך בין נאך געווען א קליין יונגעל בין איך יא
געווארן היימיש מיט זיי אין איך זאג דו אבער די יונגערע פון מיין בר מצוה אין ווייטער זאג איך נישט דו
קאזינעס קומט מיר כמעט נישט אויס צו רעדן מיט זיי

ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
ביי אונז פירט מען זיך אזוי ווי דער פארשלאפענער, זיידענוי, מיטן קאניאק. מ'רעדט ווי ווייניגער, און אפילו ווען יא רעדט מען נישט "דו" אד"ג.
האמת יאמר, אז עס קומט מיר אויך נישט אויס צו זאגן "איר" אדער "אייער". פרעגטס מיר נישט פארוואס, אבער איך האב נאך נישט געהאט א פאל וואס איך זאל דארפן נוצן דאס ווארט. עס זענען אלעמאל פארהאן פארשיידענע וועגן צו דערגרייכן דאס אייניגע. צום ביישפיל, איך וועל נישט פרעגן "אייער מאן איז אינדערהיים?" נאר ליבערשט "מוישי איז אינדערהיים?" וכהנה רבות ואין להאריך במקום שאמרו אל תרבה וגו' למטה מע"ט כמים לים מכסים.

אקעי, איך שעם זיך פון מיר אליינס, אבער מ'קען מיך עניוועי נישט דא (אזוי האף איך).
איך האב געשטימט פאר'ן ערשטן אפציע. איז אזוי:
בטבע בין איך זייער א פרומער, און דערפאר, נאכ'ן חתונה האב איך קיינמאל נישט גערעדט צו קיינעם! ניטאמאל צו מיינע שוועגערינס בלשון 'אייער', אזוי ווי זיידעניו וכו'. מיט די צייט האט זיך געמאכט אז כ'האב 'געמוזט' רעדן צו זיי, און בהיתר אחד הרבנים הגדולים האב איך גערעדט צו איין שוועגערין בלשון 'דו'. פון דעמאלטס, 'ווען' איך רעד צו איינעם און יענער רעדט 'דו', רעדט איך אויך 'דו'. אבער כ'וועל קיינמאל נישט אנהויבן א שמועס אפילו נישט מיט א שוועגערין (אויסער די דערמאנטע ווען ס'פעלט זיך אויס), און ווען מ'שמועסט וועל איך אודאי זעהן צו ענדיגן וואס פריער.
אויך, כ'בין אמאל איינגעשטאנען ביי א קאזין, און כ'האב נישט גערעדט צו איר 'דו', אבער נאכ'ן זיין דארט 2 מאל האט זי יא גערעדט צו מיר 'דו', האב איך צוריקגענפערט 'דו'. (מ'רעדט נישט פון שמועסן, נאר 'דו ווילסט עפעס עסן'? וכדו').
איז דאס אויסגעהאלטן צו נישט?

- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14263
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
קוים וואס איך רעד צו מיינע שוואגערס... זאל איך נאך רעדן צו מיינע שוועגערינס?
למעשה, ווען קוזינס-שוועגערינעס הויבן אן רעדן צו מיר 'דו', רעד איך צוריק 'דו' (ווי צו זאגן: אהה ביסט א מחוצף!..), אבער איך פרוביר געווענליך נישט אנצוהויבן.
איך רעד אפילו צו פרעמדע נשים 'דו' ווען זיי רעדן צו מיר בלשון 'דו'. (עס קומט מיר אויס אין מיין ארבייט). ווען איך ענדיג זאג איך אפט: 'דו' טראגסט אפ פון דאנעט!

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
איך שטים נישט, (גענוג געווען היינט.) ווייל איך האב נישט קיין כלל דערינען, איך וועל געווענליך נישט זוכן צו רעדן צו קיין פרויען, אבער א גריס טוהן ווען איינער קומט אן צו מיר אינדערהיים, קענעך מיך ערלויבן, (פארשטייטצעך קרובים.) איך האב באמערקט אז איינע פון די שרייבער האט צוזאם גענומען, 'דו' 'גייסט' 'קומסט', אונטער איין דאך, איך האלט אז ס'איז א שטיקל חילוק, דו, איז מער גראב און אומאיידל א_ווי גייסט אדער קומסט.
ווייסטע וואס, איך גיי יא שטים'ען, אויף די לעצטע אפשען.

- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8684
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4219
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
איינער איז א זייער א פרומער, אבער ער דריידט זיך ביי אונז אין שטעטל (אייוועלט), א צווייטער זאגט איך האב געשטימט אזוי, און א דריטער זאגט אז מיט די מיט וועם ער האט גערעדט ביז די בר מצוה, רעדט ער נאך אביסל, און דער פערדער רעדט סתם שטותים. קומט גאר א פופטער, און ער זאגט נאר "דו", אויב יענער האט אהנגעהויבן (אז דו מעגסט, מעג איך דאך אויך?), און ער ענדיגט נאך צו... אז נאכדעם זאגט ער 'דו' טראגסט אפ פון דאנעט! עכט זייער איידל צו רעדן פראסט צו א אידישע טאכטער.
צו דער וואס רעדט נאר צו וועם ער האט נאך גערעדט פאר די בר מצוה, פרעג איך אייך... איך האב ביז די בר מצוה געשפיהלט אלע מיני געימס מיט אלע מיידלעך אויף מיין בלאק. מען האט געפיהלט באהאלטן און מען האט געטרעיד העלוי קידי שטיקערס. מיין מאמע פלעגט אייביג זאגן, אז מיינע שוועסטער פרענדס קומען עכט צו אונזער הויז, ווייל זיי ווילן שפיהלן מיט דיהר. ממילא, מעג איך אפשר נאך שפילן מיט זיי? נאר אביסל?
און בכלל, וואס גייט ענק אהן וויאזוי יענער האט געשטימט? זייט ווען קען מען שטימען אויף אידישקייט?
דעתי העני' אז מען vote נישט אויף די האקעלע ענינים. אפשר איז דא א פרומער (ליין ערליכער) אינגערמאן, וואס האט ביז היינט נישט גערעדט צום קאזין (וואס פאר א מין זאך איז דאס רעדן מיט קאזינס?), אין איצטער, ווייל די יושבי האקרעטשמע זאגן אז זיי טוען אזוי, גייט ער פון היינט אהן און ווייטער טוישן זיין איידעלקייט?
וואס איז דא געווארן? א קאווע שטיבל?
און ניין, איך רוף נישט מיין שוויגער הער נאר. און יא, איך רעדט מיט קרובים און פרעמדע נארמאל. ווי מען דארף און עס פאסט פאר א חסידישע אינגערמאן. נישט ביים ערשטען נאמען, און נישט "דו". ביי די ארבייט, קען מען זאגן איהר, אדער מיס יאנקעלאוויטש. א חסידישע אינגערמאן רופט נישט א היימישע פרוי ביים ערשטען נאמען.

מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 339
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:28 pm
Kosher Travel האט געשריבן:איינער איז א זייער א פרומער, אבער ער דריידט זיך ביי אונז אין שטעטל (אייוועלט), א צווייטער זאגט איך האב געשטימט אזוי, און א דריטער זאגט אז מיט די מיט וועם ער האט גערעדט ביז די בר מצוה, רעדט ער נאך אביסל, און דער פערדער רעדט סתם שטותים. קומט גאר א פופטער, און ער זאגט נאר "דו", אויב יענער האט אהנגעהויבן (אז דו מעגסט, מעג איך דאך אויך?), און ער ענדיגט נאך צו... אז נאכדעם זאגט ער 'דו' טראגסט אפ פון דאנעט! עכט זייער איידל צו רעדן פראסט צו א אידישע טאכטער.
צו דער וואס רעדט נאר צו וועם ער האט נאך גערעדט פאר די בר מצוה, פרעג איך אייך... איך האב ביז די בר מצוה געשפיהלט אלע מיני געימס מיט אלע מיידלעך אויף מיין בלאק. מען האט געפיהלט באהאלטן און מען האט געטרעיד העלוי קידי שטיקערס. מיין מאמע פלעגט אייביג זאגן, אז מיינע שוועסטער פרענדס קומען עכט צו אונזער הויז, ווייל זיי ווילן שפיהלן מיט דיהר. ממילא, מעג איך אפשר נאך שפילן מיט זיי? נאר אביסל?
און בכלל, וואס גייט ענק אהן וויאזוי יענער האט געשטימט? זייט ווען קען מען שטימען אויף אידישקייט?
דעתי העני' אז מען vote נישט אויף די האקעלע ענינים. אפשר איז דא א פרומער (ליין ערליכער) אינגערמאן, וואס האט ביז היינט נישט גערעדט צום קאזין (וואס פאר א מין זאך איז דאס רעדן מיט קאזינס?), אין איצטער, ווייל די יושבי האקרעטשמע זאגן אז זיי טוען אזוי, גייט ער פון היינט אהן און ווייטער טוישן זיין איידעלקייט?
וואס איז דא געווארן? א קאווע שטיבל?
און ניין, איך רוף נישט מיין שוויגער הער נאר. און יא, איך רעדט מיט קרובים און פרעמדע נארמאל. ווי מען דארף און עס פאסט פאר א חסידישע אינגערמאן. נישט ביים ערשטען נאמען, און נישט "דו". ביי די ארבייט, קען מען זאגן איהר, אדער מיס יאנקעלאוויטש. א חסידישע אינגערמאן רופט נישט א היימישע פרוי ביים ערשטען נאמען.
100%

שוין באלד דא א בר מצוה פין ווען יעע תגובות זענען געשריבן געווארן
א גרויס חלק ניקס זענען נאך נישט געווען בר מצוה ווען מען האט דאס געשריבן
Kosher Travel האט געשריבן:און בכלל, וואס גייט ענק אהן וויאזוי יענער האט געשטימט? זייט ווען קען מען שטימען אויף אידישקייט?
דעתי העני' אז מען vote נישט אויף די האקעלע ענינים.
גא''מ
Kosher Travel האט געשריבן: א חסידישע אינגערמאן רופט נישט א היימישע פרוי ביים ערשטען נאמען.
פארוואס איז א היימישע אנדערש וואו א נישט היימישע?
וואס איז you אנדערש וואו דו? אפשר ווייל סאיז נישט דא נאך א וועג
איך זעה נישט די ווערטער פון די אנקעטע, איז עס נאר ביי מיך אזוי?
לגופו של ענין מיין רבי און זיין טאטע זצל האבן געהעריג געשמועסט מיט בלוט קרובים געקוקט אין גערופן ביים ערשטן נאמען, משא''כ צוגעקומענע שוועגערין'ס שנורען אדג האבן זיי קוים געוואונטשן מז''ט
איך מיין אז ס'האט מיט מקומות, אפי' סאיז דא א שו''ע דאך זעט מען אויף געוויסע ענינים אז וואס איין פלאץ איז געווען אסור איז און אנדערע פלעצער געווען מותר לכתחילה אפי' ביי די גדולים
- פישל דער פישער
- שר חמש מאות
- תגובות: 518
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:10 pm
מים חיים האט געשריבן:Kosher Travel האט געשריבן:און בכלל, וואס גייט ענק אהן וויאזוי יענער האט געשטימט? זייט ווען קען מען שטימען אויף אידישקייט?
דעתי העני' אז מען vote נישט אויף די האקעלע ענינים.
גא''מ
Kosher Travel האט געשריבן: א חסידישע אינגערמאן רופט נישט א היימישע פרוי ביים ערשטען נאמען.
פארוואס איז א היימישע אנדערש וואו א נישט היימישע?
וואס איז you אנדערש וואו דו? אפשר ווייל סאיז נישט דא נאך א וועג
איך זעה נישט די ווערטער פון די אנקעטע, איז עס נאר ביי מיך אזוי?
לגופו של ענין מיין רבי און זיין טאטע זצל האבן געהעריג געשמועסט מיט בלוט קרובים געקוקט אין גערופן ביים ערשטן נאמען, משא''כ צוגעקומענע שוועגערין'ס שנורען אדג האבן זיי קוים געוואונטשן מז''ט
איך מיין אז ס'האט מיט מקומות, אפי' סאיז דא א שו''ע דאך זעט מען אויף געוויסע ענינים אז וואס איין פלאץ איז געווען אסור איז און אנדערע פלעצער געווען מותר לכתחילה אפי' ביי די גדולים
מ'מעג וויסן א נאמען?