מיינע ווערק - כתוב וחתום

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

מיינע ווערק - כתוב וחתום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

ברוכים הבאים.

ביטע נישט שרייבן קיין קאמענטארן אין דעם אשכול. א דאנק.
לעצט פארראכטן דורך כתוב וחתום אום מיטוואך פעברואר 24, 2021 8:09 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

פארבלאזשעט - מיין ערשטע ארטיקל דאהי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »


ס'ווערט שפעט, די נאכט פאלט צו, און איך בין נאך דא אין וואלד. די פינסטער איז געדעכט, די וועטער קאלט, די קולות שרעקעוודיג, יעדע צווייגל וואס קראכט שיקט א שוידער דורך אלע ביינער. די שיך און זאקן זענען דורכגעווייקט מיט בלאטע, מיינע כוחות לאזן זיך אויס, איך מאך זיך באקוועם אויף א גרויסן פעלז, מיין הארץ פלאטערט פאר שרעק, וואו גיי איך? וואס טו איך ווייטער?

איך גיב א שפרינג אויף צוריק, עפעס האט זיך גערירט דארט, א קאנצענטרירטע בליק פארציילט מיר אז יענער האלט ווארשיינדליך א פאקל, די מחשבות ברויזן, הלנו הוא אם לצרינו, וואס טו איך ווייטער? כ'האב נישט קיין כח צו טראכטן.

דערווייל בלייב איך אויף מיין פלאץ, איך נעם נישט אראפ קיין אויג פון די מענטש מיט די פאקל, אבער נאך אפאר מינוט הייב אין אן זיך וואונדערן, איך באטראכט אים שוין פאר עטליכע מינוט, און איך זע נישט אז ער זאל זיך ריקן. וואס קען דא זיין? אפשר דארף ער הילף. מיין נייגער האט איבער געוואויגן די פחד, איך הייב זיך אויף און איך הייב אן שפאנען אין ריכטונג פונם פאקל.

די וועג איז אסאך לענגער ווי איך האב זיך פארגעשטעלט, אין די טונקל האט די קליינטשיגע ליכטיגקייט אויסגעזען אסאך נענטער ווי ס'איז באמת, נאכן גיין א היבשע שטרעקע, הייב איך אן צו זען קלארער וואס טוט זיך, ס'איז אייגענטליך נישט קיין מענטש, דאס איז געווען פירות פון מיין טראומאזירטע דמיון, ס'איז א האלצענע כאטקע, פעסט באלויכטן, ס'זעט אויס זייער היימיש. א נענטערע בליק איז מגלה א קליין טעוועלע העכערן טיר "היימישע קרעטשמע".

קיין סאך האב איך מער נישט געדארפט צעגערן, גאר אסאך האב איך זיך שוין צאמגעהערט אויף אט דעם קרעטשמע און אירע אייגנטומער, בעסערס פון דעם האב איך זיך נישט געקענט חלומ'ען צו טרעפן, איך עפן די טיר שטייטליך א ווארימקייט נעמט ארום מיינע ביינער, די סטים קנאקט פיין דא, איך מאך זיך א ווארימע קאווע, איך זעץ מיך צו איינע פון די האלצענע טישן, איך נעם ארויס מיין לעפטאפ, און איך הייב אן שרייבן...
לעצט פארראכטן דורך כתוב וחתום אום מיטוואך פעברואר 24, 2021 2:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

תשובה להלכה לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

הרה"צ ר' שם נרדף שליט"א
אבד"ק איי הים והגלילות יע"א
בעמח"ס ליל טבת הארוכים, שו"ת יאחזני פלצות, משכבי בלילות על חודש תשרי, משכבי בלילות על ירח האיתנים,
צורתא דזוזי, חמש ספרים נפתחים, ועוד ספרים יקרים.

לכבוד ידידי הבחור כהלכה, דעתו רווחה, לשונו צחה, מעדנים דחה, ובתורה זכה, מבורך בברכה, יושב בעמק הבכה, מביא לידי גיחה, לבריות נוחה, לכל דבר מוחה, גאוותו שחה, כעסו שככה, מחשבתו זכה, לתשובתי מחכה, ה"ה ... נרו יאיר ויזרח, כחמה המופיע במזרח.

בדבר הוואקסין נגד הקאראנע אשר לדבריך ממית את לוקחיה, ואתה אומר שהרשעים שבעולם מתכוננים לאנס כולנו לקחתה עד אשר לא ישאר איש על האדמה זולתם. ושאלתך בפיך כדת מה לעשות כאשר יבואו ויאנסו אותך לקחתה.

דע לך בני שאין לי שום ידיעה בתחום הרפואה, ולכן לא אוכל לחוות דעי בענין זה לכאן או לכאן, אבל זאת אדע, כי אילו היו כל הימים דיו וכל האילנות נייר וכל העולם סופרים וכולם יעמדו מהבוקר ועד הערב להצדיק הוואקסינען האלו, ישאר כבוד תורתו איתן בדעתו ולא יזוז אותו שום רוח שבעולם, ועל כן כחס על הנייר אמנע מלדון באמיתת דבריו, ואתחיל תיכף ומיד בדבר ד' זו הלכה.

בראשית שאלתך שאלת כדת מה לעשות כשיבואו ויאנסו אותך לקחת הוואקסין, ויאיימו שאם לא תשמע לדבריהם יהרגו אותך, ושאלת אם הוא בגדר יהרוג ואל יעבור. והנה ראשית כל החובה מוטלת עלי להעיר אותך שאין זו מדרך התורה לילך כצאן לטבח, וחכמינו זכרונם לברכה למדו אותנו הבא להרגך השכם להרגו, ועל כן דעתי דעת תור"א שתשכם אתה להרגו.

ומדי כתבי שורות אלו אחרד חרדה גדולה שלא אחשב כמי שמסית אנשים לפרוע פרעות, וכמו שקורין לזה בלע"ז [Incitement to violence] ואוכל ח"ו לבא על ידי זה לבזיון נורא הנקרא [Impeachment] בלע"ז, ואם לחשך אדם לומר שאין לי מה לדאוג כי הבזיון הנ"ל אין עושים רק לפרעזידענט"ן, הרי לדאבוננו נוכחנו לראות בימינו אלה שאין הדבר כן, וכל הלילה יסרוני כליותי כדת מה לענות לך שלא אבוש בעולם הזה על ידי [Impeachment] ולא איכלם לעולם הבא על ידי שאדון שלא כהלכה.

ושבתי תחת השמש פה עיר פלארידא, והנה עלה במחשבתי רעיון נפלא שיסדר הכל על מקומו, הרי אמרת לי מכבר שכל הדעמאקראט"ן [democrats] הן הם העומדים מתחת היוזמה להפיץ הוואקסין הזה, והן הם האומרים שטוב לו לאדם לקחתה, ולעומתם אתה אומר שהיא סם הממית. ע"כ איעצך שבבואם ליתן לך הוואקסין, תקדמם אתה בברכה ותהפך הקערה על פיה ותן להם מרפואתם כדאמרי אנשי "גיב אים פון זיין אייגענע מעדעצין" ותקיים בזה מאמרם ז"ל הנ"ל, וגם אני לא אחשב כמי שמסית לפרעות, כי לשיטתם של הדעמאקראטן הרי הוא טוב ולא רע, ואני את נפשי הצלתי.

אמנם יום זה אם יקרה בשבת קודש לא תוכל לעשות כן דאסור מישום נטילת נשמה, ובמקרה כזה נצטרך לדון בדבריך אם היא ביהרג ואל יעבור. והנה הצדדים בזה מבוארים דמצד אחד הרי זה שפיכת דמים ממש, כי לדבריך יש בה סם הממית, ועל כן מוטב שתהרג ואל תשפוך דם חלילה, אולם מצד השני יש לחלק ולומר דאיסור שפיכת דמים היא איסור בין אדם לחבירו, אבל באדם עצמו לא שייך איסור זה, ונהי דמישום מאבד עצמו לדעת אסור, אולם זה אינו ביהרג ואל יעבור.

ואחרי ליבון הדבר בדיבוק חברים הלא המה הרבנים החשובים השוכנים [נ.א. הרובצים] איתי פה עיר פלארידא, נמנו וגמרו שאיסור שפיכת דמים נוהג אף באדם עצמו, וההכרח ממה שכתב החפץ חיים בהלכות איסורי לשון הרע שלו (במנין הלאווי"ן), שהמדבר לשון הרע עובר על לא תונו דהוי שפיכת דמים. ועוד אמר החפץ חיים שדין אחד נשמט מספרו והוא שאף המדבר לשון הרע על עצמו עובר על לשון הרע, וכן איפסיק להלכה בשו"ת אגרות משה. וממוצא שני דינים האלו אנו למדין שאיסור שפיכת דמים נוהג אף באדם עצמו. ועל כן היה נראה לומר שלקיחת הוואקסין הוא ביהרג ואל יעבור.

היוצא מזה, דמקופיא נראה לומר שלקיחת הוואקסין הוא ביהרג ואל יעבור. אבל אחר כך עלה ברעיוני דיש לפקפק בזה טובא, דהרי אדם זה הוא גברא קטילא, דממה נפשך, אם יקח הוואקסין ימות, ואם יהרגו אותו ימות, ובגברא קטילא לא שייך שפיכת דמים, ואם כן אינו ביהרג ואל יעבור כיון שאינו עובר רק על מאבד עצמו לדעת ולא על שפיכת דמים.

אמנם אפילו אם נאמר כן חייב למסור נפשו ולא לקחת הוואקסין, כי הרי לדבריך יאנסו כל העולם לקחתו ולעבור על איסור מאבד עצמו לדעת, ואם כן הרי זה בגדר ערקתא דמסאני, דאיתא בגמ' (סנהדרין דף עד:) בשעת שמד אפי' אערקתא דמסאני יהרג ועל יעבור, ועל כן דעתי דעת תור"א מוטב שיהרג ואל יקח הוואקסין חס ושלום.

ומאחר דבשבת עסקינן חובה עלי לבאר כמה דיני שבת כדי שלא יצא תקלה מתחת ידי. דהנה נתבאר מדברי הגמ' (מסכת שבת דף מג:) שגוף המת מוקצה בשבת, ואיתא בגמ' (מסכת שבת דף מג.) דאסור לבטל כלי מהיכנו, והרי ההורג את האדם נמצא מבטל בגדי האדם מהיכנם, ואסור לעשות כן בשבת.

ואף על פי שאינך מבטל הבגדים בעצמך רק שאתה מצווה להעכו"ם שיהרוג אותך (כמבואר לעיל) מ"מ הרי כל דבר שאסור לעשותו בשבת אסור לומר לעכו"ם לעשותו. אמנם מצד זה יש להתיר, דביטול כלי מהיכנו הוא איסור דרבנן, ואמירה לעכו"ם הוא גם מדרבנן, והיתירו שבות דשבות לצורך מצוה, ובנידו"ד מקיים בזה מצות קידוש השם.

אבל הדבר עדיין צריך הכרע, דחוץ מאיסור אמירה לעכו"ם יש איסור נפרדת לומר לגוי שיעשה איסור שבת בחפצך, והרי בנידון דידן בזה שאתה אומר להגוי שיהרוג אותך, בזה אתה אומר לו לעשות מלאכה בחפצך, וכמו שנתבאר לעיל שבשעת ההריגה עובר על איסור ביטול כלי מהיכנו.

ומעתה לא מצאנו ידינו ורגלינו בבית המדרש, דמה נעשה, הנאמר לך שתיקח הוואקסין, הרי לדבריך אסורה מישום מאבד עצמו לדעת, או הנאמר שתהרג ואל תעבור, הרי אסורה מישום איסור שבת, ואנה אלך מרוחך אנה מפניך אברח.

והיום בבוקר כשהלכתי לטבול ש"י טבילות במקוה כמו שאבותי ואבות אבותי נהגו סלסול [נ.א. שלשול, ויש גורסים זלזול] בעצמם, ופשטתי את כתנתי, נצנץ במחשבתי עצה נפלאה אשר יסלק כל האיסורים הנ"ל, דהיינו שיפשוט את בגדיו לפני שהורגים אותו. ובזה ינצל מלעבור על איסור תורה. ודי בזה, ואני את נפשי הצלתי, ודי, כנלענ"ד, והמשכיל יבין כל זאת, ואכהמ"ל כידוע ליודעים.

היוצא מכל הנ"ל:
א. מי שדעתו שיש בהוואקסין סם המוות ובאים ליתן לו הוואקסין, יקיים מאמר חז"ל הבא להרגך השכם להרגו, ויהפך הקרעה על פיה, ויתננה להם.
ב. יום זה אם יקרה בשבת קודש אסור לעשות כנ"ל מישום איסור נטילת נשמה. וצריך למסור נפשו כי לקיחת הוואקסין הוא ביהרג ואל יעבור.
ג. לכן אם דעתו שיש בהוואקסין סם המוות יפשיט את בגדיו תיכף ומיד, כדי שלא יבא לידי איסור שבת.
ד. יזהר לומר פסוקי ווידוי וקבלת עול מלכות שמים לפני שמסיר בגדיו מעליו שלא יהא לבו רואה את הערוה.


וע"ז באתי על החתום בתקוה להרמת קר"ן התור"א, ובברכת שמחת פורים,
הק' שם נרדף אבד"ק איי הים והגלילות.

נ.ב. המעות אשר אני מצפה מכבודו (בשביל נסיעתי חוץ לעיר) עדיין לא הגיע, ואני מבקש ממנו בכל לשון של בקשה שימהר מכל האפשר (על פי הוראת הרבנים מותר לשלוח ממעות מעשר), הנ"ל.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

טויטע שורות - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

למען השלימות ולמען הרעקארד, לייג איך דא אריבער די גאנצע ארטיקל בשלימות. קאמענטארן נאר דא, ביטע

בעזהשי"ת
הרהורים וואס האבן נישט עספיעט פארשריבן צו ווערן

באסעס מיט באסעס... דאס איז די איינציגע זאך וואס מ'זעט פאר די אויגן, שוין פינעף שעה וואס מ'זיצט דא אויפן ראוד, און מ'זעט נאר באסעס, די וועג נעמט נישט קיין עק, מ'זיצט און מ'זיצט, אבער וועם גייט דאס אן? די עיקר איז אז מ'איז ב"ה אויפן וועג צום הייליגן תנא.

אהה... ר' שמעון. נאר די בלויזע נאמען ברענגט ארויף אזא התרגשות, אזא השתוקקות, נכספה וגם כלתה נפשי, אוי, נאך אזא יאר וואס מ'איז אדורך, א יאר וואס מ'האט פארלוירן עלטערן און באקאנטע, א יאר וואס מ'האט זיך געמוטשעט מיט די פרנסה, א יאר וואס דאס הארץ איז פארטעמפט געווארן פון אזויפיל לוויות, אהה, דאס הארץ איז פיל מיט הרגשים...

און אט זעט מען לייכטן פונדערווייטנס, מ'קוקט ארויס פון פענסטער און מ'דערקענט דאס דערפל, די דערפל וואו אזויפיל ישועות וואלגערן זיך, די דערפל וואו יעדע איד טרעפט זיך דאס ארט, די דערפל וואו אזויפיל תהילימ'ליך ווערן באנעצט, די דערפל מירון.

ס'הארץ גיבט א צאפל, די עולם שטעלט זיך שוין אויף, ס'ווערט א מצב, מ'נעמט אראפ דאס קאפעליטש פון איר מקום מנוחה, מ'מאכט זיכער אז זי איז געבליבן גאנץ נאך אזא וועג, מאנכע כאפן זיך אויף פון די גערידער, צייכענעס פון די פענסטער דערקענט זיך אויף זייערע פנימ'ער. ענדליך קומט די באס צו אן אפשטעל, די עולם הייבט אן אראפשטייגן, מ'טוט זיך אן דאס גארטל און מ'גרייט זיך צו טרעטן אויף דעם אדמת קודש.

מ'שפרייזט ארויף די דרך מהדרין, מ'שטעלט זיך אפ אין קארלסבורג זיך צו דערכאפן דאס הארץ מיט א ווארימע פארציע זופ, א פיין שטיקל קיגל, און אביסל פארווע טשולנט (נישט צו דערלייגן די קאווע חלילה), א עלטערע בחור דרייט זיך ארום מיט א פלאש וויין און טיילט לחיים, די עולם וואונטשט זיך אן איינער דעם צווייטן, איטליכע בחורים שטייען פארלוירנערהייט מיט רענצלעך און פראבירן זיך ארגעניזירן א בעט אויף שבת, בקיצור, א מירונ'ער אטמאספער.

א בליק אויפן זייגער צייגט אז ס'איז שוין פינעף מינוט צו ר"ת, קיין באיאן וועט מען שוין נישט אנקומען, מ'דארף דאך קודם מאכן א הכנה, פוקד זיין די ציון הקדוש, דאווענען מעריב, אבער נישט געזארגט, מ'וועט שוין משלים זיין ביי תולדות אהרן.

די בארג ארויף איז פיל מיט אידן פון אלע סארטן, געשטריקטע קאפלעך מיט צושויבערטע פיאות נעמען צאם געלט פאר ישוב ארץ ישראל, ווען אינדערזייט שטייט א פלאמעדיגע קנאי און מאכט זיכער אז קיינער ווארפט נישט אריין קיין שקל, די טאש פילט זיך אן מיט ברסלב'ע קונטרסים, לובאוויטשע בלעטער, און קארטלעך בגנות האינטערנעט, מ'ווערט באווארפן מיט מזונות און טרינקן פון אלע זייטן, כלל ישראל שיינט מיט אירע פילע קאלירן.

יעדע פאר טריט שטויסט מען זיך אן אין א איד מיט בגדי שבת וואס באגלייט זיין חאלאקע אינגעלע. איי, די חאלאקע קינדער, זיי זענען דאך אזוי ריין, אזוי לויטער, ס'בענקט זיך צו אט די זארגלאזע תקופה, ווען די ערגסטע זאך אויפן וועלט איז געווען אז מ'האט פארלוירן א לאלי. ס'געווען צייטן אמאל...

פון יעדע טענט קומט ארויס אנדערע סארט מוזיק, דער איז מחליט אז מ'דארף ניגוני התעוררות, און די צווייטער האלט אז ס'פאסט נישט צו שפילן עפעס אויסער בר יוחאי, דא שפילט א חתונה און דארט זינגט איינער מיט התלהבות, אבא, אבא, אבא, מלך העולאאאם... אלעס מישט זיך אויס אין קאפ צו איין גרויסע טשולנט, ווען צו דעם שפילט צו כל-מיני הכרזות וועגן אומאן און ביאת המשיח, לימוד הזוהר און ח"י רוטל משקה.

מ'כאפט א מפליא לעשות, מ'וואשט זיך די הענט, און מ'טוט צוריק אן דאס גארטל. די מצב ווערט ערנסט, מה נורא המקום הזה, די ווינקל פון אויג כאפט שוין אויף די גרויסע בלויע אותיות, ע'יר ו'קדיש מ'ן ש'מיא נ'חית, מ'קען טאפן די התעוררות אין די לופט, יעדער שפירט דעם וגילו ברעדה, ס'גליסט זיך שוין אריינצוגיין אין מערה, אבער נישט איידער מ'מאכט א געהעריגע הכנה.

***

דאווענען... דאווענען...
ערבית... ערבית...
זאג נאר, האסט שוין גע'מעריב'ט?
איי... מי כעמך ישראל, אזא מנין קען מען נאר טרעפן דא אין מירון, ווארשיינדליך וועט יעדער דא דאווענען אן אנדערע נוסח שמונה עשרה, מ'וועט אבער דאווענען צום איינציגן באשעפער, די באשעפער פון די ספרדים און פון די אשכנזים, די באשעפער פון די חסידים און פון די ליטווישע. די לבוש איז פארשידנארטיג, אבער די הערצער זענען פאראייניגט, פאראייניגט לעבדו שכם אחד.

מ'ענדיגט דאווענען מעריב און מ'ווענדט די טריט צום חצר. די חצר איז פיל געפאקט עד אפס מקום, דער עולם פריידט זיך בשמחת הרשב"י, ס'טוט זיך א מצב, טאטעס מיט קינדער, זיידעס מיט אייניקלעך, מ'טאנצט מיט פארמאכטע אויגן און א דביקות בה'.

דארט שטייט א טאטע מיט זיין זון אויפן פלייצע "רעב איד, דיין שטריימל פארדעקט די אינגעלע'ס אויגן, ער גיבט זיך נישט קיין עצה..." יענער געפינט זיך בכלל נישט אויף דעם עולם, קוים וואס ער הערט אז איינער רעדט צו אים, אהה, ס'הערשט א העכערקייט, א חדוה עילאה.

ס'טוט זיך א שטופעניש און א געדרענג, דא און דארט כאפט מען א פעסטע בריקע פון די זייט, אבער דא ביי ר' שמעון פילט מען גארנישט, בלויז קרבת אלקים, אזוי לאזט מען זיך געשטופט ווערן דורך די מאסן ביז מ'דערזעט זיך אין מערה.

אזויווי מ'טרעט נאר אריין אין מערה עפענען זיך די שערי דמעות, ווי א קליין קינד וואס קען זיך נישט באהערשן הייבט מען אן צו כליפן. ס'שווימט ארויף די אלע צרות וואס מ'איז אדורך אין דעם שווערן יאר, ווער האט עפעס גע'חלומ'ט ווען מ'איז דא געשטאנען פאר צוויי יאר צוריק? ביי וויפיל לוויות האט מען זיך שוין באטייליגט זינט דאן? מ'האט נעבעך נישט געוויסט אויף וואס צו בעטן. און יעצט ווייסט מען יא וואס צו בעטן?! מ'ווייסט נעבעך גארנישט, נישט דא קיין ברירה נאר זיך ארויפווארפן אויפן באשעפער כגמל עלי אמו.

די קרבת אלוקים איז אין לשער, ווי א אשה וואס איז קופצת ונשבעת שלא תלד עוד, נעמט מען זיך פאר מיט די גאנצע הארץ שלא אחטא עוד, מ'איז אזוי זיכער ביי זיך, מ'זעט די באשעפער פאר די אויגן, ווי קען א איד בכלל זינדיגן?!

נאך א שעה פארברענגען אין מערה קערט מען זיך צו איינע פון די ארויסגענג אינגאנצן באנעצט פון טרערן און שווייס, מ'גייט ארויס א דערפרישטער, כבן שנה נער, אויסגעוואשן, אויסגעלייטערט, מ'דערכאפט זיך דאס הארץ מיט א קאווע ביי ר' שרגא שניצער, און מ'הייבט אן שפרייזן קיין תולדות אהרן.

***

מ'הייבט אן שפרייזן צו די מתחם פון תולדות אהרן, [מתחם איז איינער פון די העברעאישע ווערטער וואס מ'מוז קענען אין מירון, א שטייגער ווי ימינה, שמאלה, און שירותים, אז איינער קומט אין מירון און ער קען נישט די ווערטער איז ער אויס קאפעליטש מאכער... מתחם באדייט שטח, און איז גע'גנב'עט פון די לשון הקודש'דיגע ווארט תחום].

ס'קוקט אויס ווי גאנץ מירון ווענדט זיך יעצט אהין, יעדער גייט מיט אזא געהויבענע שטימונג, מ'קען טאפן די שמחה אין די לופט, פונדערווייטנס הערט מען ארויס ווי די מוזיק שפילט אונטער קה אכסוף, אויף די סקרינס זעט מען אז די רבי האלט אינמיטן אויסשפרייטן וואטע, קיין ליידיגע פלאץ אויף די פארענטשעס איז שוין נישט פארהאן, מ'שטעלט זיך אוועק אינמיטן שטח צווישן צוויי גור'ע בחורים.

אוי, מדת הרחמים עלינו התגלגלו, ולפני קונך תחנתנו הפילו, אוי, ובעד עמך רחמים שאלי... אוי באשעפער, די עולם קאכט, די התעורות שטייגט, די רבי הייבט אן גיסן אויל מיט בכיות נוראות, און די קלארינעט נעמט איבער, אני מאמין, אני מאמין, אאני מאאאמין אוי באמונה שלימה, אאהה, ס'איז א מחזה הוד צוצוקוקן ווי טויזנטע אידן, פון יעדע סארט בעקראונד שרייען ארויס פה אחד דעם אני מאמין, ס'איז א געפיל וואס מ'מוז אליין מיטלעבן.

די גבאי פארענדיגט גיסן די אויל, און די רבי הייבט אן מיט פייערדיגע דיבורים מעורר זיין דעם עולם אויף די קדושת היום, ס'איז שטאק-שטיל, די עולם הערט זיך צו מיט אן ערנסטקייט, די רבי זאגט נאך שטיקער זוהר מיטן לשון, און מ'גרייט זיך אט אט צו קבלת עול מלכות שמים.

***
השם הוא האלוקים....
די ווידער-קול אליין דונערט אין די הימלען, ס'איז נישט משיג צו זיין וואס דאס מיינט צו זען מענטשן וואס הכרת פניהם ענתה בם אז זיי האבן שוין פונלאנג נישט געעפנט א אידיש ספר, און דא שטייען זיי מיט אזא ערנסטקייט און זענען אויף זיך מקבל עול מלכות שמים, אהה, א אידישע נשמה... ס'איז נישט קיין פשוט'ע זאך.

פא פא פאם
מאיר אדלער רירט אן די קיבארד מיט זיינע פאכמאנישע פינגער'ס, און מ'וועקט זיך אויף פון די מחשבות, די אינגעלייט נעמען די מייק'ס און די הענט אריין, די מוזיק טאנצט אונטער, און היידא, לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי... די גאנצע שטח איז אין די לופט, יעדער ווערט מיטגעשלעפט, די ווינקל פון אויג כאפט אויף צוויי באבערדלטע פאליציאנטן מיט קליינע געשטריקטע קאפלעך, טאנצן מיט מיטן עולם, אך, ר' שמעון בר יוחאי לכל.
די רבי צידט אן די הדלקה און פארעט זיך מיט די וואטע, ווען אינדערזייט שטייט וואלף זיכערמאן און קוועלט פון נחת, ס'דויערט א גוטע פאר מינוט אבער צום סוף ברענט עס שיין. מ'נעמט ארויס די סעלפאון צו זען די זייגער.

שוואכע הערצער קענען [זאלן] זיך דא אפשטעלן. (כ'מיין עס ערנסט, נישט סתם צו מאכן א מצב).

missed calls8
די ב"ב פראבירט נעבעך צו רופן א גאנצע צייט אבער פון גרויס התרוממות האט מען גארנישט געפילט, צוריקרופן יעצט האט נישט קיין פירוש, מ'וועט זיך מילא נישט הערן איינער דעם צווייטן, אזוי ווענדט מען די טריט צום שביל ר' דוב אויף ארויסצוגיין, אין איינוועגס וועט מען זיך שוין אויך דערכאפן דאס הארץ ביים הכנסת אורחים.

די וועג זעט אויס אביסל אנגעלייגט, אבער נישט געזארגט, ס'נישט די ערשטע יאר מ'איז דא, אזוי גייט עס. מ'שטייט, מ'שטופט, און צום סוף קומט מען אן.

***

ס'דויערט נישט קיין מינוט און מ'איז ארומגענומען מיט א מויער פון מענטשן. די עולם שטופט, די אטעם ווערט שווער, די שטערן פארשוויצט, און די מויל פארטריקנט.

מ'וויל זיך אויסדרייען אויף צוריק, אבער ס'איז שוין צו שפעט, נאך און נאך מענטשן לייגן זיך אן פון אונטן, די דוחק ווערט גרעסער ביי די סעקונדע, און מ'קען זיך נישט רירן פון ארט.

דער וועג פירט נישט קיין ערגעץ, מ'שטעלט זיך אויף די שפיץ פינגער צו זען וואס טוט זיך, חוץ פון מענטשן זעט מען גארנישט. דערווייל ווערט די אנלייגעניש שטערקער און שטערקער, פון אונטן ווערט מען געשטופט דורך א משא כבידה פון מענטשן, און מ'ווערט אריינגעשטופט ווי אין א שטיינענע וואנט.

באנעצט מיט שווייס פון אויבן ביז אונטן פראבירט מען כאפן די אטעם, אבער ס'גייט שווערליך, פונדערזייט זעהט מען א קליין אינגעלע, קוקט אויס צען - עלעף יאר, ער ראנגלט זיך נעבעך צו אטעמען, לופט איז דא גענוג, אבער די קליינע לונג זיינער ווערט נעבעך צוקוועטשט, קוים וואס ער קען עפעס אריינעמען, מ'פראבירט צו שטעקן א האנט צו דאס קינד, אבער ס'איז אזא דוחק אזש די האנט גייט נישט דורך.

פלוצלינג הערט מען נישט קיין מוזיק מ'ווייסט נישט צו די מוזיק האט זיך אפגעשטעלט אדער די מח האט פשוט אויפגעהערט ארבעטן, ס'וויל זיך זאגן תהלים אבער די קאמיוניקאציע פון מח צום מויל איז עפעס נישט בסדר, דערווייל באזד די סעלפאון אין טאש, די האנט קען ניטאמאל אנקומען אהין, ס'איז אומדערטרעגליך.

אוי באשעפער, זאל מען נאר ארויסגיין פון דא לעבעדיג.

די הארץ פאמפט מיט אלע כחות, ססס... קוק נאר אויף דעם קינד, נעבעך, ער איז שוין האלב בלוי, ס'וויל זיך שרייען אבער מ'קען נישט, די גוף איז ווי פארגליווערט, און אט הערט מען א דינטשיגע שוואכע שטימע: איך מיין אז מ'דארף ליינען קרי"ש... אהה, לעכטיגע נשמה'לע, וואס האסטו נעבעך געזינדיגט? אזא לויטערע קרי"ש...

מיט בעטענדיגע אויגן און א פא'חלש'טע מינע אויפן געזיכט שטעקט דאס קינד ארויף די האנט, ווי איינער זאל זאגן "טאטע, דו האסט מיר דא אראפגעשיקש, נעם מיך צוריק".

אבער אין יענע רגע, ווי א מלאך פון הימל, קומט איינער פון די הייעך, יענער הענגט פון א פענסטער, ער כאפט אן דאס קינד און שלעפט אים ארויס, געבענטשט זאל ער זיין. דאס קינד הענגט נעבעך, קוים וואס מ'זעט א סימן חיות, ווער ווייסט וואס וואלט געווען ווען ער בלייבט דא נאך איין רגע.

אזוי שטייט מען אינגאנצן פארטראכט און צושוידערט פון די סצענעס וואס די אויגן זעען נעבעך, און מ'הייבט אן זיך גרייטן אויפן ערגסטן, מ'שעפשעט פסוקי וידוי, מ'ליינט קרי"ש, מ'איז מפשפש במעשים...

פלוצלינג נעמט מען זיך פליען ארויס פון קאנטראל, די מח האט נאכנישט אויפגעכאפט וואס דא טוט זיך אבער די פיס איז שוין נישט אויפן ערד. אין איין רגע האט די גאנצע עולם אנגעהויבן פאלן אן קיין קאנטראל, איינער אויפן צווייטן, טאטעס אויף קינדער, בחורים אויף עלטערע לייט, א פחד נורא.

אינדערזייט ליגט איינער אויף א בחור'ל, ס'כאפט שוידער צו הערן זייער שמועס, צדיק'ל זיי מיר מוחל, איך וויל דיך נישט צוקוועטשן, איך קען פשוט נישט אויפשטיין, און דער בחור'ל ענטפערט מיט א פאר'גוסס'דיגע קול, מחול לך, מחול לך, מחול לך. אזוי ליגן נעבעך די צוויי אידן איינער אויפן צווייטן, ס'זעט נישט אויס ווי זיי קענען זיך, ס'איז אבער קענטליך אז זיי האבן זיך ליב אהבת נפש, זייערע נשמות געהערן צום זעלבן היכל, די היכל פון ר' שמעון.

דערווייל ווערט די אטעם קערצער, ווי שווער ס'איז געווען ווען מ'איז געשטאנען איז יעצט פי כמה אזוי שווער, די עולם ליינט צוזאמען קרי"ש ווען בשעת מעשה ווערט מען צוטרויטן דורך די צענדליגע מענטשן וואס האבן מצליח געווען זיך אויפצושטעלן, מ'איז זיי מוחל בלב שלם, זאלן כאטש זיי איבערלעבן.

אין די גאנצע ארום איז נישט דא גארנישט אויסער גופים, ס'הייס, פארשטיקט, די אטעם שטעלט זיך צוביסליך אפ, מ'הערט אויף פילן די אייגענע אברים, די קאפ ווערט אביסל נאכגעלאזט, ווארשיינדליך איז דאס וואס מ'פילט אין די לעצטע מינוטן.

א אומבאשרייבליכע רואיגקייט נעמט ארום, דאס איז עס, מ'איז אין די הענט פון דער גרויסער באשעפער, במחיצה פון די לעכטיגע תנא ר' שמעון, אהה, אז ס'איז באשערט צו גיין זאל מען כאטש גיין בטהרה.

אזוי ליגט מען אינגאנצן פארגליווערט. נישט נאר וואס מ'פילט נישט די אייגענע אברים, נאר ס'זעט גאר אויס אז מ'געפינט זיך שוין אינדרויסן פון זיי, מ'שוועבט פון אויבן און מ'זעט די אייגענע גוף ליגט דארט נעבעך אינגאנצן צודריקט.

פונדערווייטנס זעט מען פילע הצלה יונגעלייט מיט ארענדזשע וועסטלעך שטראמען פון אלע זייטן, זיי הייבן אן אראפנעמען איין גוף פונעם צווייטן, ווען צו יעדע גוף נעמען זיך צוויי מעמבערס. אהה, די געטרייע מעמבערס, שווייס רינט פון זייערע שטערנס, און זיי ארבעטן מיט א אימפעט, איין נפש מישראל, נאך איינס, נאך איינס, אשריכם, מ'וויל זיי געבן א קוש אין שטערן, אבער מ'קען נישט, דא קען מען נאר זיין א מליץ יושר, זאל די זכות זיי טאקע ביישטיין.

די פלאץ ווערט שיטערער, מ'ווערט ארויפגעלייגט אויף א בעטל און געפירט צום מתחם פון תולדות אברהם יצחק, דארט זעט מען ווי זיי לייגן די גוף אין א זעקל, פילע זעקלעך ליגן נעבעך אויסגע'שורה'ט, א רחמנות אויף די משפחות...

***

מוצ"ש 1:00
די גאנצע ארום איז שווארץ פון מענטשן, דאס מוז אוודאי זיין די לויה, און אט הייבט מען אן דערקענען די משפחה און באקאנטע, אזא רחמנות אויף זיי, זיי שטייען און וויינען ביטערליך, איינע איינע קומען זיי צו איבערבעטן, זיי זענען אלעמאל געווען אזוי געטריי...

א בליק אויף זייערע פנימ'ער פארציילט אז זיי זענען נעבעך ערשיטערט ביז די טיפעניש פון זייער נשמה, זיי זענען צומישט, זיי פארשטייען נישט, על מה עשה השם ככה? זיי גלייבן באמונה שלימה, אבער זיי פילן דאס נישט, א מענטש איז נאר א מענטש, און אזא זאך, אזא פארלוסט, צוברעכט אויף שברי שברים.

אזא רחמנות אויף זיי, אזא שאד אז זיי זעען נישט וואס מ'זעט דא, דא איז אלעס אזוי פארשטענדליך, אזוי לעכטיג, אזוי זיס.

זייט וויסן טייערע ברודער, אז אונז אלע פארברענג'מיר דא אין אזא לעכטיגע היכל, מיט אזא זיו השכינה וואס עין לא ראתה, עטס קענט זיך דאס גארנישט פארשטעלן.

מנעי קוליכם מבכי ועניכם מן דמעה, ס'איז דאך אזוי פארשטענדליך וואס דא האט פאסירט, ס'איז דאך געווען אזא טובה...

אבער דאס איז אויך א טובה, ס'איז א טובה אז מ'פארשטייט נישט, ס'איז א טובה אז מ'ווערט ערשיטערט, ס'איז א טובה אז ס'טוט וויי, ווי די הייליגע אגרא דכלה שרייבט, (סוף פרשת פקודי ד"ה מדרש אמר הקב"ה לאברהם) והנה בני אדם בחטאם מן ההכרח שיקבלו עונשם להתם פשע, והנה אם היה להם דעת שלימה בעת קבלת העונש, הנה כמעט לא יחשב להם לעונש, ואדרבה ישמחו כעל כל הון, כיון שיודעים שרפואתם תלוי בזה.

והנה העונש הגמור הוא כשלא ידע שרפואתו תלוי בזה, זה מקרי שעבוד ועבודה נגד הטבע, פירט די אגרא דכלה אויס מורא'דיגע ווערטער, ועל ידי זה ינוכה לו מה שהיה נהנה מן העבירה.

אלעס איז לטובה, אפילו דאס אז מ'פארשטייט נישט איז אויך א טובה, אוי, זאל מען שוין זוכה זיין אז מ'זאל קענען זען די טובה מיט די אויגן בביאת גואל צדק בב"א.



קאמענטארן נאר דא, ביטע
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

סענסעטיוו ניק סינדראם - לכבוד מיין הונדערטסטע תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

למען הרעקארד לייג איך דא איבער מיין הונדערטסטע תגובה. קאמענטארן נאר דא, ביטע
גוט מארגן טייערע חברים תושבי הקרעטשמע והגלילות הע"י

מיטן מפרסם זיין די דאזיגע תגובה ווער איך באטיטלט אלס א שר מאה, מיט הונדערט תגובות דא אויפן וועלטל, איך האף אז עטס האטס הנאה געהאט פון יעדעס איינס פון זיי, ווארום דאס איז דאך געווען זייער ציל, אייך מהנה צו זיין.

איך וויל ווידמען דעם תגובה אויף א וויכטיגע נושא לדעתי, א נושא וואס ווערט גאנץ אפט בארירט דא, אבער איך מיין אז איך ברענג צום טיש א נייע פרעספעקטיוו.

דורכאויס די לעצטע טעג האב איך זיך אנגעשטויסן אין א תגובות אויסטויש צווישט עטליכע ניקס מיט א געוויסע פרישע ניק. די אנגעגעבענע ניק האט געהאט 19 תגובות צו זיין נאמען, וואס 17 פון זיי זענען געווען אין איין אשכול ארום איין נארישע תגובה'לע וואס ער האט געשריבן. ( הבהרה, נאריש מיין איך נישט אז די תוכן איז געווען נאריש, נאר אז ס'איז נאריש אז ארום אזא קליינע תגובה זאל זיין אזא סומאטוכע.)

יעדנספאל, ווען איך האב דאס באמערקט האב איך זיך דערמאנט אין א אשכול וואס האט זיך געדרייט אויף אן ענדליכע אופן, א ניק האט געשריבן אומפארשטענדליכע זאכן, די עולם האט אים נישט פארשטאנען, ער איז געווארן באליידיגט, און ער האט זיך אפגעזעגנט מיט גרויס פאראד.

איך האב זיך אפגעשטעלט און אריינגעטראכט, וואס איז די פשט פון אזא ערשיינונג? האבן די ניק'ס א תאווה אז מ'זאל זיי נישט פארשטיין? פארוואס ווערן זיי אזוי שנעל באליידיגט? שוין, האט ער געשריבן חכם עתיק, קיינער האט דיר קיינמאל נישט גערופן אזוי? (עתיק מיינט דאך דאס, אז מ'רופט דיר שוין לאנג אזוי...) איז מה כל הרעש?

איך מיין אז א קלארקייט אין דעם נושא קען אונז העלפן אכטונג געבן בעסער איינער אויפן צווייטנס כבוד, און אלס צושפייז קען עס אויך אסאך צוגעבן צום קוואליטעט פון אייוועלט.

ס'איז פארהאן א זאך וואס רופט זיך "קאנסעפשן". קאנסעפשן הייסט, די אופן וויאזוי די מענשט'ס מח נעמט אויף א זאך. (עיין אייוועלט וויקיפידיע)

די קאנסעפשן פון א מענטש שטעלט נישט אלעמאל פאר די ריכטיגע מציאות, לדוגמא, דו וועסט כסדר הערן פראזן ווי "סקראול אראפ די פעידש" אדער "גיי אריין אין יענע סייט" ווען במציאות גייט מען נישט אריין און מ'גייט נישט אראפ, ס'דרייט זיך נישט און ס'ריקט זיך נישט, נאר וואס דען? די מענטש'ס מח איז צוגעוואוינט אז ווען זי זעט א אביעקט אויף איין פלאץ און א רגע שפעטער אויף א צווייטע, מיינט דאס אז דער אביעקט האט זיך געריקט, און פון דארט טייטשט די מח עס אויס אויף א קאמפיוטער סעקרין, נעמליך, אז ווען א אביעקט אויפן סקרין טוישט פלעצער מיינט אז ס'האט זיך געריקט.

כלפי מה הדברים אמורים?

די וועג וויאזוי ניק'ס רעאגירן איינער צום צווייטן האט מיט זייער קאנסעפשן פון אייוועלט, עס זענען פארהאן געציילטע ניק'ס וואס זעען אייוועלט אלס א באנדע גאר ערסטע און אינטעליגענטע מענטשן וואס האבן פונקטליכע חשבונות מיט יעדע ווארט וואס זיי שרייבן און ליינען.

וואס פאסירט צוליב דעם?

צוויי זאכן. איינס, ער שרייבט בקיצור און ער מיינט אז יעדער פארשטייט וואס ער רעדט, ווייל מ'רעדט דאך דא פון געשפיצטע אינגעלייט וואס ווייסן און פארשטייען אלעס (יעדער האט אוודאי געזען 'יענע אייוועלט' און יעדער כאפט אוודאי פונקט פון וואס ער רעדט).

צווייטנס, ווען איינער שרייבט א קרום ווארט (וואס צוויי מינוט שפעטער געדענקט יענער ניטאמאל אז ער האט עס געשריבן) נעמט ער עס אן ווי פון עפעס א הויעך געבילדעטע פערזאן. און ער ווערט באליידיגט.

היוצא מזה, ווען דו כאפסט אויף אז א געוויסע ניק שרייבט בקיצור / אומפארשטענדליך זאלסטו וויסן אז ער פארשטייט יא וואס ער שרייבט און ער מיינט אז דו פארשטייסט אויך, קענסט עס איגנארירן, אדער קענסטו אים שרייבן אין אישי (ווייל אין פאבליק האלטן דאך אלע אייוועלט שישקעס מיט, און זיי זעען זיין פעלער) אז ער שרייבט צו בקיצור און אז ס'איז א שאד אז די עולם זאל נישט נהנה זיין פון אים מחוסר הבנה.

און יעצט אפאר ווערטער צו די ניק'ס,

זייט וויסן, דא שרייבן נישט קיין חכמים אדער נבונים, דא שרייבן פשוט'ע אינגעלייט וואס מיט טייל פון זיי וואלסטו זיך אפשר געשעמט צו פארברענגען אין בית מדרש, זיי טראכטן נישט פארן שרייבן, און זיי מיינען גארנישט.

צוויי, פאר יעדע תגובה וואס דו שרייבסט, ליין הונדערט אנדערע, מיט די צייט וועסטו זיך דערלערנען וויאזוי די פלאץ פירט זיך.

דריי, ווען איינער אטאקירט דיך, זיי ממשיך די שמועס אין אישי, דו וועסט זיך שנעל דערוויסן אז ער האט גארנישט געמיינט, און ער וועט ווארשיינדליך פארעכטן זיין תגובה.

און צום לעצט, לאכט זיך אויס פון די וואס האבן נישט הנאה פון אייך, ס'זענען דא צענדליגע ניק'ס [און אומאיינגעשריבענע באניצער] וואס באלעקן זיך די פינגער. גייט אן ווייטער!

הלא כה דברי ידידכם

כתוב וחתום
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

בחור'ישע גליונות/דמיונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »



די זייגער קלאפט פיר מאל, די גאנצע ארום איז איינגעהילט אין א שטילקייט, די גאנצע הויזגעזינט איז פארזינקען אין א טיפן שלאף, א מחי', דאס זענען די גאלדענע שעות פון די וואך, שעות פון שטילקייט און התבוננות, מנוחה און התרוממות, די פיאות טריפן נאך פון די ריינע מקוה וואסער, (יא, ס'איז דא שעות אין טאג וואס די וואסער דארט איז ריין...) מ'האלט דאך שוין זעקס שעה נאכן עסן דעם נאכט מאהל, מאכט מען זיך א הייסע קאווע און מ'זעצט זיך ביים דיינינג רום טיש מיט א חסיד'יש ספר'ל, דאסמאל א אור המאיר.

אהה... די דערהויבנקייט איז אין די לופט, מ'פילט שוין דעם כל מלאכתך עשויה, ס'קומט א שבת קודש אויפן וועלט... שבת פאר שבועות, אין אזא שבת קומט דאך אראפ אלע שבועות'דיגע השפעות...

זאגט די הייליגע אור המאיר, יעדעס יאר שבועות ווערט נאכאמל נתעורר די הארות פון קבלת התורה, און ס'קומט אראפ פון הימל א נייע אור אין די תורה הקדושה, פרישע חידושין דאורייתא... מורא'דיג... ס'קלינגען אין מיינע אויערן די ווערטער פון די כתה ט' רבי, אאפפסס... בשכמל"ו... מגיד שיעור, "יעדע איד האט א חלק אין די תורה, יעדע בחור האט חידושים וואס נאר ער קען מחדש זיין, דאס איז זיין שורש נשמה..."

און אונז קליינע בחור'לעך קוקן אויף אים מיט עקסטאז, מ'שלינגט יעדעס ווארט מיט דארשט, מיינע חידושים... איך גנב'ע א בליק אין מיין העפט, דארט וואו איך פארשרייב אלע מפרשים וואס די מגיד שיעור זאגט נאך, א גאנצע אפטיילונג דארט איז געווידמעט פאר מיינע חידושים.

אבער דערווייל איז יענע אפטיילונג ליידיג, איין חידוש האב איך שוין פארשריבן דארט, אבער מיין מגי"ש האט געזאגט אז ס'שטייט שוין אין תוס' רי"ד... וואס וועט זיין מיט מיר? פארוואס פאלט מיר נישט איין קיין חידושים?

אין די קומענדיגע טעג אין וואכן איז די קלאס געווען אויף רעדער, די מגי"ש האט געמאלדן אז מ'גייט ארויסגעבן א קונטרס פון חידושים, און מ'גייט עס לייגן אין די גרויסע שול צוזאמען מיט אלע גליונות... די עולם האט געשריבן און געמעקט, גע'טענה'ט און מפלפל געווען, ווען די געטרייע מגי"ש לייגט כסדר צו אויל צום פייער אז "אזוי לערנט מען אין די גרויסע ישיבות"...

אין איינע פון יענע טעג קומט מיין טאטע זז"ג אריין אין שטוב, ער זעט מיך זיצן אביסל אנגעזעצט מיט א אפענע גמרא, צדיק'ל, עפעס הא פאסירט? פרעגט ער מיר. איך האב אויפגעוויקלט ס'גאנצע מעשה, די מגי"ש מיט די חידושים, די בחורים מיט די גליון, און אלעס ארום.

מיין טאטע זז"ג נעמט מיר אריין אין ספרים צימער, עפנט זיין גמרא, און ער זאגט מיר, קינד מיינס, חידושים מאכט מען נישט, חידושים פאלט איין. אז מ'לערנט גרונטליך און מ'רירט זיך נישט ביז מ'פארשטייט קומט מען אן.

פקודתו שמרה רוחי, איך האב געמאכט א קביעות מיט מיין טאטן איינמאל א וואך געווידמעט אויף דעם, ער האט מיר אויסגעלערנט וועלעכע קשיא איז וויכטיג צו פארענטפערן און וועלעכע קשיא איז א זייטיגע און איז נישט נוגע לגוף הסוגיא, צוביסליך מיט די צייט האב איך אנגעהויבן פילן די טעם פון וואס אלע מיינע רבי'ס האבן גערעדט, עד היום איז א בלאט גמרא מיין גרעסטע תענוג.

יישר כח טאטע מיינס פארן מיך מדריך און מחנך זיין.

האטס מיר א גוט שבת און א לעכטיגן יום טוב.

נ. ב. לכבוד מיין 200'סטע
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

נידער מיטן שלייער - 250

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »


דינסטאג אינדערפרי 9:25

אהה... דאס הייסט א האנטוך... מיט די אלטע האנטוכער דא האט מען זיך קוים געקענט אפווישן... און דער שמש האט נעבעך נישט געקענט פארשטיין פארוואס די עולם נעמט דריי האנטוכער... שוין, גיי זיי מסביר פאר אנאלטע שמש אז די היינטיגע געצערטלטע אינגעלייט פירן זיך אנצוטאן קליידער אויף א טרוקענע גוף...

ווען איך בין געווען א בחור אין סענס סטריט - חזר'ט ער כסדר איבער - האט מען נישט צוגעשטעלט קיין האנטוכער, יעדער האט אליין געדארפט ברענגען א האנטוך, און אז מ'האט פארגעסן האט מען זיך אפגעווישט אין זיך אליין.

וואס מיינט זיך אפווישן אין זיך? פרעג איך אים איין טאג, אבער ער פארשטייט אפילו נישט די פראגע, וואס הייסט? מ'האט אריבערגעפירט די האנט אויפן גוף און אזוי אראפגעווישט די וואסער... איך פראביר צו באהאלטן מיין שמייכל און פרעג ווייטער, מ'האט זיך גלייך דערנאך אנגעטון?! דא באקום איך שוין א נזיפה, אוודאי אזוי, איז מען דען געבליבן נאקעט?!

שוין, וואס האמיר אונז א השגה אין די דעמאלטס'דיגע בחורים? אבער אפילו די שמש איז אויך געווארן מיטגעשלעפט מיט די ירידת הדורות, כאניש קיין אהנונג פון וואו, אבער ער האט ענדליך אנגעברענגט נייע גרויסע האנטוכער, און ס'טוט זיך א שמחה אין שטעטל... מ'קען זיך אפווישן...

הכלל, איך בין דא פארשלעפט געווארן מיט די האנטוכער, אבער דערווייל ווערט די מצב אנגעצויגן, די זייגער רוקט זיך און איך שטיי נאך דא מיטן האנטוכל אויפן פלייצע, מ'דארף זיך גיבן אן ערנסטע שאקל, ווייל אנישט העט מען נאך דערלייגן די ניינער מנין...

***

דינסטאג אינדערפרי 9:49

גוט מארגן יאנקל, ס'פארציילסטע עפעס? דער ווערט נישט מיד פון געבן תיקון, קוקט אויס ווי ער האלט ספיקא דיומא גאנץ אייר וסיון... אבער וואס ער שטעלט צו, דאס האט שוין מיט מזל. איז אזוי, אויב די רעבעצין זיינער מאכט פארטריקעטע ספאנדש קעיק, ליגט דאס טעצל פאר'יתומ'ט, ווי מאכט זיך אבער א טאג אזויווי היינט, וואס די רעבעצין תליט"א פילט זיך נישט אזוי גוט, אין אזא טאג גייט ער אריין אין גראסערי און ער זאגט אז ער וויל געבן תיקון אין שול, די גראסערי מאן ווייסט נישט פון קיין מעשיות, ער פילט אן א גאנצע וואגאן מכל טוב וטוב, זיין הויקער פארשטעלט אים פון זען וואס מ'שטעלט אים אלס אונטער, און פאר אונז בלייבט נאר איבער עס אויסצוליידיגן.

אזוי בין הערינג לאייערקיכל כאפ איך א קיצל אויפן פלייצע. אהה... ס'איז שמואלי, ס'הערט זיך שמואלי?---- ער איז שוין נישט מיט מיר, די עולם באפאלט אים, מ'וויל הערן די לעצטיגע נייעס.

וואסידע מצב אין ארץ ישראל?

"אוי..." גיבט ער א רבי'שע קרעכטס, ווי כאילו ס'גייט אים אן... "וואס איין בעננעט קען אלס אנמאכן, בחירות און איבערקערענישן, באמבעס און ראקעטן..."

נעכטן האסטע אבער געזאגט אז אבאס איז שולדיג אין די גאנצע מעשה---

אוודאי אבאס, ער שיסט דאך...

נעה, סדא צוויי אבאס'ן, א רגע, לאמיר אנהייבן פריער, סדא צוויי סארט אראבער...

סוני מיט שייאטן...

ס'דא א אבאס סיי ביי די סוני און אויך ביי די שייאטן?

כ'רעד נישט יעצט פון סוני מיט שייאטן... ס'דא ישראלישע אראבער און פאלעסטינע אראבער.

כ'האב געוואסט אז ס'דא קריסטליכע אראבער, אבער אידישע אראבער?!

דו מישסט יוצרות...

דו קולות ווערן העכער און די קופקע גרעסער, דער עולם וויל הערן וואס שמואלי האט צו זאגן, און איך שטיי אין זייט, און איך וואנדער זיך, זייט ווען איז שמואלי אזוי אויסגעקאכט אין אלע ענינים? אין ישיבה האט ער קיינמאל נישט געהאט דער גוטע קאפ, אבער לעצטנס ווייסט ער אלעמאל פונקט וואס ס'טוט זיך, ער איז מיר געווארן א גאנצע מבין... וועלטליכע נייעס, השקפה, מוזיק און וואס נישט, אלס האט ער א מיינונג... ער האט נאך צובאקומען דערצו א געשליפן שפראך אויך, ס'נישט צום גלייבן אז דאס איז די זעלבע שמואלי וואס איך קען פון ישיבה.

די עולם צוגייט זיך און איך כאפ זיך אויף פון מיינע מחשבות... זאג נאר, שמואלי, האסט דיין קאר מיט זיך? אפשר כאפ איך זיך מיט?

ויסעו... איך עפן די פענסטער, אקעי?

וויזוי דו וויסט...

גאנץ לאנגווייליג דא מיט אים.... העי, וואס איז דעיס? המממ... קוקט אויס אינטערסאנט, לאמיר אים פרעגן. זאג נאר שמואלי, וואס איז געלעכערט?

ווער זאגט אז עפעס איז געלעכערט?

עפעס איז זיכער געלעכערט, די שאלה איז נאר וואס.

אהה, מיינסט דעיס? כ'ווייס נישט, אמממ... איינער האט מיר עפעס ארויסגעפרינט...

וואס האסטע זיך אזוי צורויטעלט? ס'איז עפעס אומאויסגעהאלטן?

עהה... גארנישט...

אבער א קליינע גוגל זוכעריי האט אלעס פארציילט, איך לייג אריין אין זוך קעסטל "יאפ ס'איז געלעכערט" און ס'קומט תיכף ארויף עפעס א סייט "אידישע וועלט פארומס", איך הייב זיך אן אומקוקן און אלעס שטימט שוין, ער איז גארנישט קיין פארשטייער, ער בלעבלט נאך שטיקער אייוועלט און די עולם שלינגט מיט דארשט... שוין זאל אים זיין צום געזונט, ער איז געבליבן די זעלבע שמואלי ווי אמאל...

עניוועי, שכח שמואלי, איך האב שטארק הנאה פון דעי נייע פלאץ וואס איך האב געטראפן, און נעקסט טיים לאז נישט דיינע פעיפערס אין קאר...

נ.ב. אז דו האסט אמאל הנאה פון מיינס אן ארטיקל מעגסטו צוקומען אין בית מדרש זיך באדאנקען. (נישט אויף חשבון פון א תגובה, שטייצעך.)
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

חבקוק'ס פאנזי שווינדל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »


א שוידערליכע אויפדעקונג איז געמאכט געווארן אין די לעצטיגע שעות ווען אויטאריטעטן זענען ארויף אויף א מאסיווע פאנזי שווינדל וואס קומט פאר ממש אונטער אונזער פיס, די נאמען פון די שווינדלער איז נאכנישט ארויס צו די פאבליק, עס ווערט געשאצט אז די באאמטע וועלן עס מפרסם זיין אין די קומענדיגע שעות כדי די עולם זאל קענען זיין געווארנט.

דער שווינדלער האט אנגעהויבן זיין קאריערע מיט אפאר נארישע תגובות וואס זענען צוביסליך געוואקסן, קוועלער נאנט צו די פאל געבן איבער אז אין די ערשטע טעג וואס מ'האט אים געזען האט ער געשריבן הונדערטע תגובות.

מיט די צייט האט ער אנגעהויבן באקומען פילע שכוחות און מזל טוב'ס, און דאס אלעס האט ער נאר געניצט צו מערן זיינע תגובות ווען צו יעדע מזל טוב איז צוריקגעקומען א תגובה, אזוי האט זיך די מספר התגובות געהויבן נאך העכער ווען צו יעדע העכערונג האט ער ארויסגעשווינדלט נאך און נאך מזל טוב'ס אויף וואס ער האב געבויעט נאך און נאך תגובות און געשריבן אויף זיי נאך און נאך תגובות.

מיט די צייט איז ער געווארן א פאפולערע ניק ארום וועמנס נאמען ס'עפענען זיך גאנצע אשכולות, דא האט ער שוין געהאט א פרישע קוואל פון וואו צו שלעפן תגובות וואס ברענגען מזל טוב'ס וואס שלעפן תגובות....

ס'איז נעבעך א רחמנות צוצוקוקן ווי ניק'ס גייען אים נאך ווי שאף צו די שחיטה, זיי וואונטן אים מזל טוב מיט די גאנצע שמחה אויף א שר חמשת אלפים וואס ער האט נאר געגרייכט מיט זייערע תגובות, ס'איז נורא ואיום!

רבותי! די מצב איז ביטער, מ'דארף אפשטעלן דעם שווינדלער זאפארט! די עולם ווערט געבעטן אנטיילצונעמען אין די זיכעריי!

אומבאשטעטיגטע קוועלער גיבן אן אז די רעגירונג איז נאך בכלל נישט ארויף אויף זיין אידענטעטעט, ווארום ער פארשלייערט זיך אונטער א ניק נאמען און ער פארדעקט שטענדיג זיין פנים מיט א מאסק וואס האט אויף זיך א בילד פון א אומשולדיג קינד.

יעדנספאל, כדי צו זיין פארזיכערט בעט מען ביים עולם אז ווער ס'זעט איינער מיט א מאסק וואס האט דערויף א בילד פון א אומשולדיג קינד, און יענער האלט אינאיין קראכן תגובות זאל ער זיך מעלדן אין אישי צו איינע פון די מנהלים.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

וויקיפידיע אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

רעב איד, דער אינגעמאן האט א נאמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

קאמענטארן נאר דא, ביטע
פרידמאן, שיק אריין די הערינג...

משה.

ס'הערט זיך ווי די קול פונעם משגיח, ס'טוט מען? כאניש געהערט. כאניש געהערט און פארטיג.

משה.

דאסמאל איז עס שוין העכער, איך דריי מיך ארום, און יא, דא שטייט ער מיט זיין גאנצע קומה שלימה, און ער קוקט מיר אן מיט זיינע פעך שווארצע אויגן.

משגיח, היינט ווייס איך טאקע נישט וואס איך האב געטון...

דאס איז די בראך, אז דו ווייסט נישט. איך האב לעצטנס באמערקט אז דו באנוצט זיך מיט לעצטע נעמען... כ'רעד שוין נישט פון די השקפה'דיגע פראבלעם, כ'רעד פון מענטשליכקייט. וואו איז אביסל סענסעטיוועטי?! די ערשטע נאמען איז די נאמען פון די נשמה, לעצטע נעמען איז א גוי'אישע זאך! יענער האט אן ערשטע נאמען, נוץ עס, ס'קאסט דיר עפעס?

אנינטערסאנטע אידל געווען מיין משגיח.

וואס האב איך מיך היינט דערמאנט פון דעם?

כ'דריי מיך דא ארום אין קרעטשמע און איך זע נישט מער און נישט ווייניגער, ס'דא דא איינער וואס מ'רופט אים ביים לעצטן נאמען, "שכח כתוב" "כתוב שרייב נאך" "כתוב זיי שטיל" וואגייטא פאר? ס'עפעס א הפקר וועלט?! האלא, איך רעד צו דיר, יא, טאקע דו דארטן, דער אינגערמאן האט א נאמען!

כ'הער וואס דו טענה'סט, ער האט דיר קיינמאל נישט געזאגט וויאזוי ער הייסט, נא, אידאס דען עפעס א תירוץ?! קוק אויף זיין טלית בייטל העסטע זען ווי ס'שטייט מיט גרויסע אותיות, "משה כתוב".

און חוץ מזה, ניץ דיין קאפ פאר א רגע, היעלה על הדעת אז ער הייסט בערל כתוב, אדער דוד כתוב, ס'הייבט דאך נישט אן צו קלעבן... ער האט נישט קיין צוויי ברירות ער מוז הייסן משה כתוב...

אבער ניין, דו גייסט אים נישט רופן משה כתוב ביז ער גייט דיך זאגן "א-י-ך ה-י-י-ס מ-ש-ה כ-ת-ו-ב". פיין, כ'העב עס ארלעדיגן, ער גייט עס זאגן, און שלום על ישראל.

אלה דברי ידידכם
משה כתוב
בעמח"ס שו"ת משפט כתוב, חתום באוצרותי עה"ת ומועדים
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

מוצאי שבת אדער מוצא שבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »



די דאזיגע ארטיקל איז געשריבן געווארן זייער שפעט ביינאכט, און משום מה האט די עולם עס גענומען גאר ערנסט


מוצא שבועות שנת תשפ"א

אין די לעצטערע טעג בין איך גאנץ ווינציג געשלאפן, ממילא איז מעגליך אז וואס איך שרייב איצטער איז הוילע שטותים אדער פוסטע הבלים, (אדער גאר הוילע הבלים, לשון נופל על לשון. אבער דא איז שוין די נפילה מיט אזא שטארקיייט אז ער צודריקט דעם צווייטן אינגאנצן, און אנשטאט צוגעבן צו דעם תפארת הלשון, איז ער גאר משחית את יפיו.) א קיצור, ס'איז גאר מעגליך אז די דאזיגע רייד וואס איך טו יעצט שרייבן האבן נישט קיין שום האפט, און זיי טראגן נישט מיט זיך קיין שום ווערד, אבער וואס זאל איך טון אז עס איז מיר איינגעפאלן, און איצטער עגבערט עס אינערווייניג, עס גרידשעט אין קאפ, עס עסט די געוויסן ביסן, און עס פלאגט די מח.

אלזא, באין ברירה, כדי פטור צו ווערן פון דעם אנשיקעניש וואס האט באטראפן מיין מח'ל, טו איך דא אויסגיסן מיינע מחשבות, מיטן האפענונג אז עס וועט מיר העלפן מאכן סדר דארטן אינערווייניג. דערווייל זע איך גאר אז וואס מער איך שרייב איז דער אנשיקעניש פורה ורובה ראש ולענה. (פארוואס טאקע שטייט נישט פורה ורובה ראש ולענה? קאן זיין אז די לשון רבה איז נאר שייך ווען איין מין גיבט ארויס נאך פון זיין מין, דאס הייסט אז ער מערט זיך, מה שאין כן די לשון פרה, וואס באדייט אז ער גיבט ארויס פירות, אבער די פירות זענען לאו דוקא דומה צו אים, א מענטש וואס איז מוליד בדומה טוט ביידע צוזאמען, ער איז פרה ורבה, א שורש וואס גיבט ארויס פארפוילטע פירות איז נאר פורה ראש ולענה. כנלענ"ד כעת.) [דאס וואס איך גיי יעצט שרייבן (נאך די געקעסטלטע), איז א המשך צו דאס וואס איך האב געשריבן פאר די איינגערינגעלטע.] דאכט זיך מיר אז פון בעלזער רב ז"ל זאגט מען נאך (פרעג נישט וועלעכע, ווייל איך ווייס נישט, דער וואס האט מיר עס נאכגעזאגט האט אויך געזאגט בעלזער רב ז"ל אן מפרש זיין וועלעכע.) אויפן פסוק "הכל בכתב מיד ד' עלי השכיל" אז ווען מ'פארשרייבט א זאך ווערט די דעת נתרבה, און עס פאלט איין פרישע זאכן געבויעט אויף דעם ענין וואס מ'שרייבט.

על כל פנים, שטייט מען דאך יעצט מוצאי שבועות, און בשעת'ן פארפאקן די שבועות ביימעלעך איז א פויגל פון דארט אראפ און איז אריין אין מיין קאפ, און ער לאזט נישט מנוחה, ער טענה'ט אז שרייבן מוצאי שבת איז גרייזיג, עס נעמט זיך פון דעם וואס עס שטייט אין גמרא "מוצאי שבתות", אבער ווען מ'רעדט פון איין שבת דארף מען שרייבן מוצא שבת.

איך וויל זיך טענה'ן מיט אים, אבער איך בין שפראכלאז, איך ווייס נישט וואס אים צו ענטפערן, און דערווייל זשומעט ער ווי א פליג און טשיפשעט ווי א פויגל (נישט פארטוישן מיט שעפשעט, דאס געהערט צו די מעטשהייט.) נא, וואזשע טוט מען?

איז מיר איינגעפאלן אזא פשט, יעדע שבת האט אפאר מוצאות, פופציג, זעכציג, צוויי אין זיבעציג, ניינציג, זעקס אין ניינציג, וכולה. ועל שם זה רופט מען די נאכט מוצאי שבת.

האטס מיר אלע א געזונטע זוממער!


אלו דברי ידידכם, (כמעט געשריבן ידיכם)
משה כתוב
בעמח"ס שו"ת משפט כתוב, חתום באוצרותי עה"ת ומועדים
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: מיינע ווערק - כתוב וחתום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

זעט אויס אז איך איך פלעג האבן מער צייט אמאל...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מיינע ווערק - כתוב וחתום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

כתוב וחתום האט געשריבן:זעט אויס אז איך איך פלעג האבן מער צייט אמאל...

אויב איזעס אמת, גיימער איינגעבן א פעטיציע אז מ'זאל דיר באפרייען פונעם עול .... וועסטו האבן מער צייט
ראה הזהרנוך!!

דאס איז אויסער דעם וואס דער תירוץ איז גוט פאר נייע זאכן אבער אלטע אנגעהויבענע קען מען נישט לאזן אינמיטען
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: מיינע ווערק - כתוב וחתום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
כתוב וחתום האט געשריבן:זעט אויס אז איך איך פלעג האבן מער צייט אמאל...

אויב איזעס אמת, גיימער איינגעבן א פעטיציע אז מ'זאל דיר באפרייען פונעם עול .... וועסטו האבן מער צייט
ראה הזהרנוך!!

דאס איז אויסער דעם וואס דער תירוץ איז גוט פאר נייע זאכן אבער אלטע אנגעהויבענע קען מען נישט לאזן אינמיטען

;l;p-
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”