טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

איייי!! דער האט אונז צוריק געטראגן...

אבער מנהל טייערע, זעמיר נאכאלץ אויפן באס! פונקטלעך וואו דארפעך שטיין אזוי לאנג? הע? צווישן סטאוו און רינדי??? נישטא קיין פלאץ נאך א באטל אריינצישטופן דא...
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ארחי, האסט גענוג דרוק געלייגט במשך די צען טעג פון די נסיעה (וואס? ס'נישט געווען צען טעג? דיין קישוי השיעבוד פון דרוק האט משלים געווען...)

איך וועל שרייבן ווייטער ווי נאר עס וועט זיך מיר מאכן א פענסטערל פון צייט, אי"ה
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

אזוי?? כאבעס נאכנישט געזעהן אין טאג בוך.
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אסאך זאכן דארף מען קענען זען צווישן די שורות...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שכוח הרב לכאורה
פאר די שיינע סחורה
אין איינוועגטס א מזל טוב ווינשט איך דיר
מיט הצלחה אן קיין שיעור
פאר די 20 אלפים תגובות
וואס ווערט געליינט מיט חביבות
זיי ממשיך מיט סייעתא דשמיא
ווייטער קענען מחיה זיין די גאנצע חבריא
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

ארחיקה נדד האט געשריבן:איייי!! דער האט אונז צוריק געטראגן...

אבער מנהל טייערע, זעמיר נאכאלץ אויפן באס! פונקטלעך וואו דארפעך שטיין אזוי לאנג? הע? צווישן סטאוו און רינדי??? נישטא קיין פלאץ נאך א באטל אריינצישטופן דא...

העי, נאך א באטל ברוינפן האט אייביג פלאץ...
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

לכאורה האט געשריבן:ארחי, האסט גענוג דרוק געלייגט במשך די צען טעג פון די נסיעה (וואס? ס'נישט געווען צען טעג? דיין קישוי השיעבוד פון דרוק האט משלים געווען...)

איך וועל שרייבן ווייטער ווי נאר עס וועט זיך מיר מאכן א פענסטערל פון צייט, אי"ה

וואו האלט די פענסטערל?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דו ביסט א סערטיפייד נודזש...
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

למעשה? האלט איר ס'העט זיך נאך מאכן א פענסטער'ל היינט?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שווער צו גלייבן (כ'דארף מיך צוזאמקלויבן די מחשבות אויף יענעם פרייטאג, און יעצט איז צו שפעט דערפאר)
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

אבער שווערערהייט קען נאך זיין?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

ארחיקה נדד האט געשריבן:אבער שווערערהייט קען נאך זיין?


אחראי טייערער, איר הערט נישט? האט איר..

לכאורה האט געשריבן:דו ביסט א סערטיפייד נודזש...
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זונטאג שופטים, א' דר"ח אלול תשפ"א לפ"ק

דער טאגבוך האקט ווידעראמאל איבער מיט א פערזענליכע געשיכטע וואס איז זיך נארוואס פארלאפן אינעם אייגענעם לעבן.

אודה ה' מאד בפי אויף די גרויסע חסדים וואס ער האט געטון דעם שבת מיט מיין אינגעלע!

איך האב געהאלטן אינמיטן קבלת שבת (מיט'ן ערשטן מנין, וואס שטעלט זיך מנחה ביים זמן פון ליכט צינדן) ווען מיין זעקס יעריג אינגעל קומט אריין אין שול. ער מעלדט מיר אז מיין דריי יעריגער האט געכאפט א שניט ביים אויג, און 'מאמי זאגט אז דו דארפסט קומען'... כ'בין ארויסגעלאפן מיט שטאטע טריט (מ'קען דאס אויך..) און געגאנגען קוקן אויב זיי זענען נאך אין באנגעלוי. פון דארט בין איך געגאנגען צום צוים, קלערנדיג אז מסתמא ווארט מען דארט אויף די הצלה (אויך, האט דער זעקס יעריגער געזאגט אז די מאמע גייט מיט'ן קינד צום נוירס וואס וואוינט אין דערנעבנדיגן קעמפ, האב איך געקלערט זיי נאכצולויפן). למעשה האב איך זיי געטראפן ביים טיר פון די ערשטע באנגעלוי פון קאנטרי, וואו מען האט פרובירט ווישן די בלוט און באטראכטן דעם מצב.

דער טאטע פון יענע משפחה, איז שוין געשטאנען מיט'ן טעלעפאן אין האנט און גערעדט צו די הצלה ווען איך בין אנגעקומען. ער האט מיר געזאגט אז די אויג איז צו האקעל מען זאל אליינס באשליסן וואס צו טון און מ'דארף אראפרופן די הצלה יונגעלייט דערפאר. זעענדיג דעם מצב, בין איך שנעל צוריק אין שול, וואו איך האב געדאוונט פון "בואו ונצא" ביז "ברכו". דאן בין איך צוריק ארויס, און געזען אז די חברי הצלה פארען זיך שוין מיט'ן קינד.

דאס קינד איז אריינגעזעצט געווארן אין א קינדער וועגעלע, און זייענדיג מיד און ערשעפט פונעם גאנצן מצב, איז ער פראסט און פשוט אנטשלאפן געווארן... די גאנצע שניט האט ער באקומען שוין זייענדיג אין בעט גרייט צו איינשלאפן. ער האט נאר געהערט עפעס גערודער פונדרויסן און זיך געגעבן א הייב אויף און א לויף צו צום פענסטער נעבן זיין 'קריב', וואו ער האט געכאפט א שניט אינעם אונטערשטן אויג-לעפל פון די רעכטע אויג פון די קעפל פון א ראסטיגע נאגל וואס האט זיך ארויסגעשטעקט נעבן פענסטער. ב"ה ער איז אפ-טו-דעיט מיט אלע זיינע שאטס, אריינגערעכנט די טעטאנוס וואס מען העלפט פארמיידן אינפעקציעס פון ראסטיגע נעגל וכדומה.

די געטרייע הצלה יונגעלייט (ארום 5-6 אין צאל!) האבן איבערגעשמועסט דעם פאל מיט זייערע אויבערהארן אויפ'ן טעלעפאן, געשיקט בילדער פון די שניט און געווארט צו באקומען ענטפערס פון די מומחים. נאך אפאר לאנגע מינוטן האט מען ענדליך באוויזן צו לייגן א האנט אויף א קינדער-אויגן-דאקטער, און יענער האט געזאגט אז עס קוקט נישט אויס געפערליך, אבער מען דארף דאס באהאנדלן דורך א מומחה, און אזא מומחה איז נישט דא אין די גאנצע אומגעגנט (נישט אין העריס, און אפילו נישט אין אראנדזש רידזשענעל). הצלה האט באשטעלט א קאר סערוויס - מיט וועם זיי האבן אפגעשמועסט צו טון אזעלכע זאכן, יענע רופן נאך שבת נעמען א קרעדיט קארד (דערווייל נאכנישט גערופן) - און איך האב מיך צוזאמגעפאקט א זעקל און געפארן.

אינעם זעקל איז געליגן א בעכער און טעצל, א האלב סעלצער-פלאש אנגעפולט מיט גרעיפ דזשוס, צוויי בילקעלעך, צוויי סלייסעס פיש, דריי גרויסע קוקיס, דריי קליינע סענדוויטש קוקיס, א לאלי, צוויי פעקלעך פאטעיטע טשיפס [קינד געגעסן ביינאכט אביסל פון איינס], א געלע באסעלע [קינד שיין געשפילט דערמיט ביינאכט און בייטאג], א קליינע סידור וואס האט אלע שבת תפילות און אויך תהלים [געזאגט דערין אלע תפלות ווי אויך דער יום תהלים ליום השבת], אפאר נעפקינס, א צעטל מיט די אינשורענס נומערן פונעם קינד [נישט אויסגעפעלט גראדע], און א טעלעפאן (וואס דער גוי דרייווער פון חברה הצלה האט אנגעצינדן, און מיר אריינגעטעקסט דעם נומער פון די שבת'דיגע קאר סערוויס אין פאל איך וויל צוריקקומען מיט זיי - - למעשה געלאזט רופן א לאקאלע פירמע דורך די נורס פון שפיטאל, נישט וועלנדיג ווארטן נאך צוויי שעה ביז די קעטסקילס קאר סערוויס קומט אן).

מיר זענען ארויסגעפארן ארום פערטל נאך ניין, קארגע מינוטן בעפאר זמן רבינו תם, און אנגעקומען קיין קאלאמביע פרעסביטעריען ארום עלף אזייגער (קודם ארויס בטעות ביי אן אנדערע אריינגאנג, וואס איז געווען פארשפארט, געדארפט בעטן דעם גוי'אישן דרייווער צוריק אריינצושטעלן דעם קערידזש און זעקל אין קאר און צופארן א צוויי-דריי בלאק צום ריכטיגן אריינגאנג). שוין נאכדעם וואס דער גוי האט אריינגעשטופט דעם וועגעלע מיט'ן קינד אין די שפיטאל אריינגאנג, ווער איך געוואויר אז אויך דארט איז נישט די "עמערדזשענסי רום" וואס איך זוך... דא האב איך שוין נישט געהאט וועמען צו בעטן, און אליינס ארויסגעשטופט דעם וועגעלע מיט'ן קינד [חי נושא את עצמו, א דרבנן, אויף א רשות הרבים דרבנן, שבות דשבות במקום חשש סכנה, שורייני דעינא באבנתא דליבא תליא, ואולי יש לצרף עפעס אן עירוב וואס איז דאכט זיך דא אין די וואשינגטאן הייטס געגנט...] און צוגעגאנגען די קורצע מהלך ביז צום עמערדזשענסי אריינגאנג.

דארט איז מען אדורך א מעטאל דעטעקטאר, מיר געגעבן א מאסקע און איך האב איבערגעגעבן די פרטים פונעם קינד, נאמען, געבורטס דאטום, און באקומען א ברעיסלעט אויפ'ן קינד'ס ארעם [דאס האט אים שטארק געשטערט די גאנצע צייט... און ווי נאר מ'איז אנגעקומען אהיים, האב איך אים געלאזט אליינס נעמען א שערל און דאס אראפשניידן]. איינע פון די דריי גוים וואס האבן אויפגענומען דעם עולם, האט פארשטאנען צו מיין דילעמא, און זיך אנגעטראגן צו דרוקן פאר מיר דעם עלעוועיטאר, סיי פונדרויסן און סיי דעם שטאק קנעפל פון אינעווייניג. אנקומענדיג אונטן האט מען גענומען דעם טעמפרעטואר פונעם קינד און אים אויך געשאנקן א מאסקע... נאך געציילטע מינוטן האט מען אונז אריינגעפירט אינעווייניג און געשאנקן א צימערל, וואו מיר האבן פארבראכט ארום אכצן שעה.

כחצות הלילה זענען אריינגעקומען צוויי אויגן מומחים און געכאפט א בליק אויפ'ן קינד, אויסגעוואשן די וואונד און פרובירט מאכן פארשידענע פראבעס צו זען אויב דאס אויג איז געשעדיגט ח"ו. למעשה האבן זיי גלייך באשטעטיגט אז עס איז 'סופערפישל', וואס דארף צו מיינען 'בלויז אויסערליך', ב"ה! זיי האבן גערעדט צווישן זיך וואס מען דארף טון ווייטער, און עס איז געבליבן אז זייער אויבערהאר וועט דארפן אריבערקומען כאפן א בליק, אבער יענער שלאפט שוין... אלזא זאל מען צוריקקומען מארגן. איך האב געזאגט אז אויב איך פאר אהיים, קום איך נישט צוריק אום שבת. האבן זיי געזאגט אז איך זאל דא איבערנעכטיגן, און ארום זיבן דרייסיג וועט יענער קומען כאפן א בליק און מען וועט באשליסן וואס צו טון ווייטער.

נאך בעפאר חצות האב איך שנעל געדאוונט פון ברכו ביז אויס, האפנדיג יעדע רגע אז עס גייט נישט אריינקומען איינער אין צימער און מיר מאכן אויסרעדן, און נאך מעריב האב איך אפגעזינגען אלע זמירות, און ארויסגענומען די גרעיפ דזשוס און געמאכט קידוש. די גרעיפ דזשוס איז נישט געווען מבושל, האב איך פארמאכט די פארהאנג פונעם צימער און געהאלטן די לינקע האנט נעבן דעם בעכער צו באשיצן פון יעדע פרעמדע אויג. וואשן האב איך מיך נישט געקענט, ווייל דער סינק ארבעט מיט אן עלעקטרישע סענסאר. האב איך אנגעטון צוויי הענטשוך און געמאכט א המוציא. [די שאכטל 'לארדזש' הענטשוך וואס וואלט מיר באקוועמער געווען, איז געווען פארמאכט, האב איך געמוזט נוצן די 'מידיום', בעת פאר מיין קינד - וואס האט מיר מקנא געווען - האב איך געגעבן די קלענסטע סייז]. אויפגעגעסן דעם בילקע און צוגעגעסן די צוויי סלייסעס פיש, און אפגעבענטשט. דאן האב איך הערשט געזינגען די זמירות.

ארום צוויי אזייגער איז שטיל געווארן און איך האב מיך געגרייט צו גיין שלאפן. דארט איז געווען א גרויסע בעט פאר'ן פאציענט, און דערנעבן א בענקל וואס מען קען אויסציען ווי א בעט. איך האב מיך אויסגעצויגן מיט די האפענונג צו כאפן א גוטן שלאף, אבער א דריי יעריג אינגל וואס איז פיין געשלאפן אויפ'ן גאנצן וועג אהער קען מען נישט אזוי שנעל איינשלעפן.. כ'האב אים געדארפט אויסהערן, באקוועם מאכן, צודעקן מיט מיין טיש בעקיטשע ווייל ער איז קאלט [ס'בכלל נישט געווען קאלט אינעם צימער, ענדערש הייס], און בארואיגן פון די אלע וויינערייען וואס מ'הערט פון די זייטיגע צימערן [און דער קול קומט קלאר אריין דורך די ווענטילאציע סיסטעם]. ווי נאר ער איז אנטשלאפן געווארן, האב איך אויסגעהויכט... איך האב איך אויפגעוועקט אינמיטן נאכט ווען איינע האט געעפנט די טיר. כ'האב שנעל געכאפט די מאסקע ווי די רעגולאציעס פארלאנגען צו אנהאבן בשעת די שטאב קומט אריין, אבער יענע האט בלויז פארמאכט די לעקטער איך זאל קענען שלאפן בעסער. כ'האב זיך באדאנקט און זיך צוריקגעלייגט.

זעקס אזייגער האט אריינשפאצירט א נורס, זי האט גענומען די לעבנס צייכנס פונעם קינד, צו מזל איז ער דאס אדורכגעשלאפן, כאטש זי האט אים געטארעט מיט א פיבער מעסטער אונטער'ן ארעם און א בלוט-דרוק טעסט אויף די פיס וכו'. איך האב איר געפרעגט וויפיל אזייגער עס איז [נישט געווען קיין זייגער אינעם צימער, בלויז א פיצעלע אויפ'ן טעלעפאן סקרין אויפ'ן וואנט קעגנאיבער, וואס מ'האט נאר געקענט זען ביים אנשפיצן די אויגן דערויף]. זי האט ארויסגענומען א סעלפאון פון טאש און געקוקט [איך האב איר נישט געהייסן... נישט געוואוסט אז זי גייט טון א מלאכה פאר מיר] און געמאלדן אז עס איז עטליכע מינוט נאך זעקס.

וויסנדיג אז "זיבן דרייסיג" קומען די מומחים, האב איך נישט געקלערט אז איך וועל 'פארשלאפן'... אבער ווען איך האב מיך אויפגעכאפט, האט דער קליינער זייגערל ביים וואנט טעלעפאן געזאגט "ניין אזייגער"! יא, עס איז מעגליך צו פארפאסן סוף זמן קריאת שמע אפילו שלאפנדיג אויף א הארטע שוויציגע שפיטאל בענקל. איך האב מיך שנעל אפגעריבן די הענט, אנגעטון דעם שטריימל און בעקיטשע [מיין קינד גלייכט קיינמאל נישט צו זיין צוגעדעקט, ער שטופט אלץ אוועק די דאכענע, אויך יעצט איז די בעקיטשע געווען נעבן אים און איך האב עס געקענט אנטון אן אים אויפוועקן], געזאגט ברכת התורה און קריאת שמע [לכאורה געדארפט אויסלאזן על נטילת ידים און אשר יצר, אבער ווייסט דאך שוין... דער מויל זאגט וואס ער איז געוואוינט צו זאגן]. איך האב אריינגעכאפט צו זאגן פון פארנט און אויך פסוקי דזמרה ביז ברוך שאמר.

ווען דאס קינד האט זיך אויפגעוועקט, בין איך געגאנגען מיט אים אין בית הכסא. דער עלעקטרישער סענסאר איז געווען צעבראכן, און עס האט זיך אנגעזען אויפ'ן גאנצן ארום... שפעטער האב איך באמערקט אז אונטער'ן סענסאר איז אויך דא א קנעפל, און דאס קינד האט דאס געקוועטשט על דעת עצמו און עס האט געטון דעם דזשאב [לכאורה ארבעט עס מיט עלעקטערישע קראפט, ווייל מיט א קליינע דרוק אויפ'ן קנעפל הערט מען אן אויטאמאטישע שטארקע 'פלאש'. ווען איך בין זעלבסט געווען אין בית הכבוד, האב איך געקוועטשט דעם קנעפל מיט א שינוי, אולי אומגערעכט]. יעדע מאל וואס איך בין ארויס, האב איך מיטגענומען דאס קינד אויך [דער הכנות שטוב איז געווען גענוג גרויס, איך האב אים אריינגעברענגט מיט'ן וועגעלע און אויסגעדרייט מיט'ן פנים צום שאוער קעגנאיבער], נישט קענענדיג לאזן דעם קינד א רגע אנע אויפזיכט.

וואסער זיך צו וואשן איז נישט געווען [דער סינק ארבעט אויף א סענסאר, ווי געשריבן, און אפילו ווען איך זאל בעטן פון די נורסעס, וועלן זיי אויך טון א מלאכה דערפאר - ווי איך פארשטיי, און איך גלייב נישט אז וואשן די הענט צום דאווענען אדער עסן איז דוחה אמירה לעכו"ם. חוץ אויב יענע מלאכה איז בלויז א דרבנן, און דאס הייסט 'במקום מצוה'. דארף מען הערן דעת תורה], האב איך זיך כסדר אריינגעריבן די הענט אין די מעבל פונעם צימער, וואס מיין קינד האט זיך אנגערופן אז זיין עלטערער ברודער טוט אסאך מאל אזוי [טאקע אמת!].

ווען עס איז געווארן שפעטליך, האב איך שנעל אפגעזאגט פון ברוך שאמר ביז נאך שמונה עשרה, זייענדיג אויף שפילקעס אז די שטאב אדער דאס קינד זאל נישט נודזשענען, און ב"ה עס איז געפארן געשמאק. נאך דעם יום האב איך געזאגט די ערשטע יקום פורקן, און ראש חודש געבענטשט [הגם עס האט מיט'ן ציבור, אלס א זכר צו בית דין, אבער קיין ברכה איז עס דאך נישט, בלויז שיינע בקשות, האב איך מיך ערלויבט. הגם דעם זמן המולד האב איך נישט געוואוסט בשעת מעשה]. געזאגט אשרי און געדאוונט מוסף, און דאן קידוש געמאכט און געגעסן איינע פון די דריי גרויסע קוכלעך.

דאס קינד האט עפעס נישט געהעריג געגעסן. אינדערפרי האט ער יא געגעסן אנדערטהאלבן פון די סענדוויטש קוקיס (זיין טעגליכע 'גוט מארגן' נאש תיכף נאך נעגל וואסער..), אבער אפילו די לאלי האט אים נישט געשמעקט. ער האט נאר געוואלט נאך און נאך גרעיפ דזשוס, וואס איך האב אים געגעבן מיט א מאס, צו מאכן זיכער אז איך האב גענוג אויף קידוש, און פון נאך קידוש האב איך אים ערלויבט אויסצוטרינקען דאס גאנצע, אבער אויסערדעם האב איך נישט מיטגענומען קיין שום אנדערע געטראנק. זיך דערזעענדיג אן קיין לעק וואסער, האב איך יא געפרעגט פון די נורס אויב מען קען ערגעץ באקומען וואסער, און זיי האבן געברענגט וואסער מיט אייז כדרכם. [אז איך האב שוין געהאט וואסער, האב איך שוין זיך אביסל אפגעגאסן די הענט אויך..]

דער מומחה וואס האט געזאלט קומען זיבן דרייסיג אינדערפרי, איז קיינמאל נישט אנגעקומען, און אויף זיין ארט איז צוריקגעקומען איינע פון די צוויי תלמידים זיינע וואס האבן באזוכט פרייטאג צונאכטס. יענע איז געקומען דאס ערשטע מאל "עלף דרייסיג", און געזאגט אז זי גייט אראנדזשירן פאר אן אנדערע סארט מומחה דורכצוקומען, אבער יענע האט אסאך פאציענטן צו באטראכטן און מען דארף ווארטן מיט געדולד... און אזוי האט זיך געריקט דער זייגער איין שעה נאכ'ן צווייטן, ווען איך דארף האלטן א דריי יעריגער צדיק אקופירט יעדע רגע. מיר האבן שוין אויסגעזינגען אלע זמירות שבת, און געזינגען אלע ניגונים וואס דער רבי לערנט אויס אין חדר, מ'האט שוין אפילו געטאנצט הקפות! ביי איין פאל הער איך ווער זינגט זיך אונטער "הללוי-ה הללוי-ה"... כ'ווייס נישט וואס ער האט געמיינט צו זינגען, אבער איך האב אים דאן געזאגט אז יעצט גייט מען דאנקן דעם אויבערשטן אויפ'ן נס אז דער אויג איז נישט געשעדיגט געווארן פונעם קריץ [וואס האט דורכגעשניטן דעם גאנצן אויג-לעפל אבער נישט בארירט דעם אויג גופא ב"ה], און מיר האבן אינאיינעם געזינגען "אהללה ה' בחיי אזמרה לאלקי בעודי". ער איז געזיצן אויפ'ן בענקל און געפאטשט מיט די הענט מיט גרויס שמחה.

דעם גאנצן טאג האט ער מיר נישט געלאזט נוצן דעם גרויסן בענקל וואס ציט זיך אויס... ער האט דאס געדארפט פאר זיך! אויף א קורצע וויילע האב איך גענוצט זיין בעט, אבער צומאכן קיין אויג האב איך פארשטייט-זיך נישט געקענט, נישט ווילאנג ער איז אויף געווען און פארלאנגט אטענציע יעדע רגע.

די בייטאג סעודה האב איך אויך געפראוועט מיט הענטשוך. צו לחם משנה האב איך גענוצט די גאנצע בילקע מיט איינע פון די מזונות קוכן. דאס קינד האט בלויז געגעבן איין ביס פון די בילקע... אבער פון די קוכן האט ער יא גענומען עטליכע ביסן. ווען ער איז געווען דורשטיג און עס איז נישט געווען קיין נורס צו די האנט, האב איך אים ערלויבט צו נעמען דעם בעכער און זיך שטעלן ביי די סינק דערמיט.. ער פארשטייט נאכנישט געהעריג, און האט זיך מחיה געווען צו שעפן פרישע וואסער. ווען די נורס האט געברענגט וואסער מיט אייז, האט ער זיך מחיה געווען מיט די 'שטיינער'... עסנדיג איינס נאך די אנדערע מיט גרויס אפעטיט.

איך האב נישט געוואוסט אויב איך וועל באפרייט ווערן בעפאר מוצאי, האב איך אוועקגעלייגט איין גרויסע קוכן פאר שלש סעודות [און אויך אן אכטל פון די בילקע. געהאט א קלער אויב איך זאל מאכן המוציא און מזונות... למעשה אויף שלש סעודות בין איך שוין צוריקגעווען און געגעסן א פיינע רייכע סעודה מיט געהעריגע לחם משנה]. ביים בענטשן פון די בייטאג סעודה האב איך געהאט א ספק אויב איך האב אפילו געגעסן א כביצה [עס איז געווען אזא שלש-סעודות-סטיל בילקע וואס מען געבט דא אין קעמפ, און איך האב אראפגענומען א חלק דערפון פאר מיין אינגל]. איך האב מיך אבער דערמאנט אז דער שיעור כביצה פעלט בלויז אויס פאר'ן זיך 'וואשן' [וואס איך האב ממילא נישט געטון], אבער צום בענטשן איז גענוג א כזית.

דער גאנצער צופרי סעודה איז באשטאנען פון כמעט א גאנצע בילקע, ותו לא מידי... נאכ'ן בענטשן האב איך געזינגען די זמירות [פארוואס נישט אינמיטן די סעודה? כ'ווייס נישט].

דער נאכמיטאג איז געווען א שטארקע טשעלענדזש, ווייל דער קליינער האט נישט אויפגעהערט נודזשען 'איך וויל שוין גיין צו מיין באנגעלוי'... איך האב יעדע מאל מיטגעשפילט 'איך וויל אויך', און מ'האט זיך אנגעכאפט די הענט און שפאצירט דארט אינעם צימער כאילו מ'גייט צום באנגעלוי... הלואי וואלט איך געקענט ארומשפאצירן אינדרויסן פונעם צימער, אבער די נורסעס ווערן נערוועז, און טייל פון זיי פרייען זיך יעדע מאל זיי קענען צוריק אריינשיקן אין שטוב [איינע האט הפנים שטארק מדקדק געווען אויף די זיכערהייט מאסנאמען, און אפילו פארלאנגט אז דאס קינד זאל אנטון די קליינע מאסקע ביים ארומגיין אינדרויסן].

ארום האלב פיר האט מען מיר געמאלדן אז קיינער פלאנט שוין נישט צו קומען היינט אונז זען, און מיר זענען באפרייט, מיט'ן חשבון צוריקצוקומען מאנטאג אדער ווען. איך האב ערווענט פאר די נורס אז איך קען נישט רופן קיין קאר אום שבת, און זי האט פארשטאנען אז איך וויל אויסווארטן דא ביז מוצאי. איך האב אבער געהערט פון די חברי הצלה אז מיט א קליין קינד איז מען געווענליך מתיר אהיימצוגיין (און הגם יענער האט צוגעלייגט אז איך זאל פרעגן א שאלה, האב איך נישט געהאט קיין מורה הוראה צו דער האנט), און נישט האבנדיג קיין עסנווארג אדער געטראנק פאר'ן קינד, האב איך באשלאסן אהיימצופארן אינמיטן שבת [דא קען מען שטארק דן זיין, ווייל עס איז געווען היבש אויסער'ן תחום, און אפשר וואלט איך יא געקענט איבערלעבן די פארבליבענע זעקס שעה אזוי, אבער דארט אויפ'ן מאמענט האב איך נישט געזען קיין אנדערע אפציע]. די נורס איז געווען זייער איבערגעגעבן, און האט זיך אליינס אנגעטראגן צו באשטעלן א קאר סערוויס. דאס האט געדויערט א וויילע, און פונעם באשטעלן ביז אנקומען האט געדויערט נאך א האלבע שעה, אזוי אז בערך 4:30 האבן מיר פארלאזט דעם שפיטאל און אנגעקומען אין קאנטרי עטליכע מינוט נאך זעקס אזייגער. [געבעטן דעם טיר-מאן צו דרוקן דעם עלעוועיטאר, און דעם קאר סערוויס דרייווער צו נעמען דעם קערידזש מיט'ן זעקל. דאס קינד וואס איז למעשה איינגעשלאפן אינעם קערידזש מיט'ן מאסקע אויפ'ן פנים, בשעת מיר ווארטן אומגעדולדיג אין צימער אז די נורס זאל באשטעטיגן אז דער קאר קומט (און ביי מיר האבן די טרערן געפלאסן פריי צו יענע צייט, באטראכטנדיג דעם מלאך'ל וואס שלאפט אזוי רואיג מיט'ן מאסקע, נאך א רוהלאזע טאג), האב איך אויפגעוועקט און ער איז אליינס אריבער צום קאר [ביים קאר האב איך אים יא געדארפט אונטערהייבן, עס איז געווען זייער הויך און ער האט נישט געקענט אליינס אריינגיין].

דער דרייווער האט מיר געזאגט דעם געפעפערטן פרייז פון $275! אנקומענדיג אהיים, האב איך אריינגערופן דעם דרייווער צו מיר אין באנגעלוי, אים צוגעוויזן א קאנווערט און אים מכבד געווען צו נעמען באצאלט. ער האט אפגעציילט פערצן צוואנציגערס, און געזאגט אז ער גייט געבן רעשטע. איך האב אים געזאגט אז ער קען האלטן די איבריגע פינעווער פאר זיין גרויס העפליכקייט פון צוהעלפן מיט די פעקלעך דא און דארט.

איך האב מיך מכבד געווען מיט א קאווע אלס חמין לכבוד שבת [און פשוט זיך צו דערכאפן דאס הארץ... דעם גאנצן טאג האב איך בלויז געטרינקען איין גלעזל גרעיפ דזשוס, מיט אביסל וואסער, און בלויז געגעבן א בילקע מיט א קוכן], און אביסל קאקאש קעיק [און אויך אייז קריעם, אלס עונג שבת...] דאן בין איך געגאנגען דאווענען מנחה, וואו איך האב אנגעטון מיין טלית אנשטאט צו שחרית [איך האב נישט מיטגענומען דעם טלית, ווייל איך האב נישט גע'חלומ'ט אז איך וועל נישט צוריק זיין צו שחרית, והיינו טעמא פון די קארגע ביסל עסן וואס איך האב מיטגענומען, קוים גענוג פאר איין סעודה. איך האב שוין געמאלדן אין שטוב, אז מהיום והלאה, עס זאל זיך חלילה נישט מאכן מען זאל דארפן זיין שבת אין שפיטאל, אבער על כל צרה שלא תבא, דארף מען מיטנעמען מער עסן פון וויפיל מען רעדט זיך איין אז מען ברויך, און אויך מער טרינקען (און אויך געשניטענע טוילעט פאפיר... און טישוס... און נאך זאכן)]. נאך מנחה האט זיך געמאכט א שמועס, און עס האט נישט אויסגעקוקט ווי דער עולם פארשטייט מיין הרגשה צו אנטון דעם טלית גדול און דאווענען דערמיט מנחה. בטעות האב איך אזוי שמועסנדיג צוזאמגעלייגט דעם טלית אויפ'ן געהעריגן שטייגער, און פרעגנדיג דעם עולם וואס צו טון, האבן זיי אלע געזאגט אז עס פעלט נישט אויס צו 'אויפלייגן'. געדענק איך נישט די הלכה אין דעם פאל.

שטארק מעגליך אז אויב איך זאל פרעגן דיין, וועט ער מיר אראפרייסן פאר'ן צוריקקומען אום שבת, און צו דערצו קען נאך זיין דער פסק הלכה אז קומענדיג מחוץ לתחום וואלט איך מיך נישט געמעגט ארויסרירן פון מיינע ד' אמות ביז מוצאי שבת. אויב איינער דא קען זיך גוט אויס מיט די הלכות, זאל מען זיך טאקע נישט צוריקהאלטן פון קאמענטירן, מיר זענען גרייט צו הערן און תשובה טון במקום הצורך.
אוועטאר
דייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:36 pm
לאקאציע: ים התלמוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייווער »

הודו לשם כי טוב פאר די גוטע ענדע, און אז די ביסט אפגעקומען דיין צער גידול בנים מיט שרעק. שבת אין גלות איז נישט גרינג, און זיכער נישט אין א שפיטאל. אבער סקוקט אויס אז די האסט ארויסגענומען אביסל שמייכעלדיגע פונקטן זיך צי מאכן גרינגער.

איך האב געווארט אויף די ליין ׳די ברכה פוקח עיורים האט געהאט אנ אנדערע באדייט׳…

זייער אינטערעסאנט באשריבן.
זה נהנה וזה נהנה! ביים קויפן קריפטא

סייינטס אייך אויף מיט מיין לינק אויף Coinebase און באקומט $10 ביטקוין.
קוין בעיס לינק - $10 ביטקוין בחינם
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

חסדי ה' עולם אשירה.

האב איך גוט באמערקט? ביסט געווען טלית'לאז?
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ס'שטייט דאך קלאר, ליין איבער...
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

לכאורה האט געשריבן:ס'שטייט דאך קלאר, ליין איבער...

אפס.. נישט באמערקט... כ'האב עס גראד געזוכט אין די ליסטע פון חפצים וואס דו האסט מיטגענומען

צום באמערקן, עס איז געווען שב"ק פ' 'ראה'.
לעצט פארראכטן דורך צולייגער אום זונטאג אוגוסט 08, 2021 3:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
געשטימט פאר ראשעק הול
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

די ערשטע כלל איז אלעס טון מיט א שינוי, תרי דרבנן'ט זיך נישט אזוי שנעל, און איין דרבנן מיט א שינוי איז שוין גוט במקום קטן וחולה, כש"כ סכנת אבר.
אויב האסטו עפעס נישט גוט געטון, ביסטו שוין אנגעקומען מיט די ווייטאגליכע קאסטן.. ה' ימלא
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דייווער האט געשריבן:הודו לשם כי טוב פאר די גוטע ענדע, און אז די ביסט אפגעקומען דיין צער גידול בנים מיט שרעק. שבת אין גלות איז נישט גרינג, און זיכער נישט אין א שפיטאל. אבער סקוקט אויס אז די האסט ארויסגענומען אביסל שמייכעלדיגע פונקטן זיך צי מאכן גרינגער.

איך האב געווארט אויף די ליין ׳די ברכה פוקח עיורים האט געהאט אנ אנדערע באדייט׳…

זייער אינטערעסאנט באשריבן.

וויבאלד איך בין אנגעקומען צום סצענע ווען דער אויג איז שוין געווען בלוטלאז, האב איך פארמיטן דעם שרעק וואס די אידענע האט געהאט ביים באטראכטן דעם וואונד אין די ערשטע רגעים, ווען דאס גאנצע אויג איז געווען פארבלוטיגט און מ'האט געקענט דמיונ'ען אז עפעס האט פאסירט צום אויג גופא. נאכ'ן אפווישן דאס בלוט, האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער שניט איז בלויז אויף די לעפלען פון אונטן און דער אויג איז פארשוינט געווארן בחסדי השם. מען איז נאך אלץ אריינגעפארן צו אונטערזוכן אויב עס איז טאקע ממש אזוי, ווי אויך דארף מען נאך פעסטשטעלן אויב די "טרערן זעקלעך" זענען נישט געשעדיגט געווארן, אבער דער "פוקח עורים" ליניע איז נישט אריינגעקומען אינעם באריכט...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

loyodea האט געשריבן:די ערשטע כלל איז אלעס טון מיט א שינוי, תרי דרבנן'ט זיך נישט אזוי שנעל, און איין דרבנן מיט א שינוי איז שוין גוט במקום קטן וחולה, כש"כ סכנת אבר.
אויב האסטו עפעס נישט גוט געטון, ביסטו שוין אנגעקומען מיט די ווייטאגליכע קאסטן.. ה' ימלא

כ'ווארט נאך צו הערן וויפיל דער וועג אריין האט געקאסט, מסתמא נישט צופיל ביליגער ווי 275...
אבער שגגות קומט מען אפ מיט תשובה, נישט מיט געלט, דאכט זיך
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

מארק אנריעד, עקסטערע אשכול אלערט!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:מארק אנריעד, עקסטערע אשכול אלערט!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ניין ניין

דיזע סארט קאפיטלעך דינען צו אפקילן די געמיטער פון די וואס שטייען מיט א צווענגעל און שלעפן מיר טעגליך ביי די הערנער פאר א פרישע קאפיטל
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

לכאורה האט געשריבן:ניין ניין

דיזע סארט קאפיטלעך דינען צו אפקילן די געמיטער פון די וואס שטייען מיט א צווענגעל און שלעפן מיר טעגליך ביי די הערנער פאר א פרישע קאפיטל

שיין! מיך דערמאנט ווען איך בין געווען אין שפיטאל שבת.
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

הערליך דראמאטיש באשריבן.

האטס מיר צוריקגעפירט צו מיין איבערלעבעניש ראש השנה אין שפיטאל וואס איך האב שוין באשריבן דא

די ספיקות מיט יעדע ריר, מעג איך יא אדער בין איך עובר אויף אן איסור...

ברוך השם אז ס'האט זיך געענדיגט גוט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”