טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

איינער זאל טשעקן אויב מ'האט אים בטעות חוסם געווען אין די הגר"ש אשכול...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

יצחק אייזיק האט געשריבן:איינער זאל טשעקן אויב מ'האט אים בטעות חוסם געווען אין די הגר"ש אשכול...

:lol: :lol:
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

יצחק אייזיק האט געשריבן:איינער זאל טשעקן אויב מ'האט אים בטעות חוסם געווען אין די הגר"ש אשכול...

:lol: :lol: :lol:
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א שרייבערל האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
א פוינט האט געשריבן:דורכבלעטערענדיג 'דער בלאט' זעה איך אז ישיבה גדולה ק"י - שיעור ג' איז אויך געווען שבת משפטים אין מעזיבוש, עטץ האטס ענק באגעגענט איינער מיטן צווייטן?

ווארט אויס ביז דער טאגבוך וועט אנקומען צו באשרייבן דעם שבת. שטארק מסתבר אז ביז דאן וועסטו שוין נישט געדענקן אז ישיבה גדולה ק"י שיעור ג' איז דארט געווען פרשת משפטים...

יעצט אז מ'האלט שוין אינעם באשרייבונג ביי של"ס איז שוין צייט צו באשרייבן דעם באגעגעניש מיט א ישיבה אויב ס'איז בכלל פארגעקומען א פגישה.

קוקט אויס אז דו ליינסט נישט צו ערליך... מיר האבן שוין לאנג קלארגעשטעלט אז אונזער נסיעה איז געווען בשלח-שירה, און נישט משפטים
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:קלארשטעלונג: איך האב געמיינט צו שרייבן אז דאס וועט נישט פאסירן היינט-מארגן

צוליב מיעדקייט (פרעג מיך נישט פארוואס איך שלאף נאכנישט... נישט געהאט קיין לעק שבת נאכמיטאג שלאף, קורצע פרייטאג צונאכטס און מוצאי שבת שלאף, אבער שוין... מ'דארף דאך זען וויאזוי דער שבת איז אדורך אין ב"פ...) האט זיך געשריבן א קאמע אנשטאט א הייפן

דינסטאג איט איז!

דיסקלעימער...

איך קלער צו באשרייבן פריער די רינועל שבתון וואס איך האב נארוואס מיטגעלעבט, און זיך שפעטער צוריקקערן קיין מעזיבוז
וואס זאגט איר?
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

לכאורה האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:קלארשטעלונג: איך האב געמיינט צו שרייבן אז דאס וועט נישט פאסירן היינט-מארגן

צוליב מיעדקייט (פרעג מיך נישט פארוואס איך שלאף נאכנישט... נישט געהאט קיין לעק שבת נאכמיטאג שלאף, קורצע פרייטאג צונאכטס און מוצאי שבת שלאף, אבער שוין... מ'דארף דאך זען וויאזוי דער שבת איז אדורך אין ב"פ...) האט זיך געשריבן א קאמע אנשטאט א הייפן

דינסטאג איט איז!

דיסקלעימער...

איך קלער צו באשרייבן פריער די רינועל שבתון וואס איך האב נארוואס מיטגעלעבט, און זיך שפעטער צוריקקערן קיין מעזיבוז
וואס זאגט איר?

איך קלער אויך אזוי.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אב לאנדאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:24 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב לאנדאן »

לכאורה האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:קלארשטעלונג: איך האב געמיינט צו שרייבן אז דאס וועט נישט פאסירן היינט-מארגן

צוליב מיעדקייט (פרעג מיך נישט פארוואס איך שלאף נאכנישט... נישט געהאט קיין לעק שבת נאכמיטאג שלאף, קורצע פרייטאג צונאכטס און מוצאי שבת שלאף, אבער שוין... מ'דארף דאך זען וויאזוי דער שבת איז אדורך אין ב"פ...) האט זיך געשריבן א קאמע אנשטאט א הייפן

דינסטאג איט איז!

דיסקלעימער...

איך קלער צו באשרייבן פריער די רינועל שבתון וואס איך האב נארוואס מיטגעלעבט, און זיך שפעטער צוריקקערן קיין מעזיבוז
וואס זאגט איר?

עמיר בלייבן מיט צוויי האלבע שבתים...(לכאורה ווינטער פ"ג עסטו שוין האבן עפעס א דריטע שבת צו באשרייבען)
יעך בין מעדיף זאלסט צוערשט ענדיגן דיעזע טאגבוך
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

לכאורה האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:קלארשטעלונג: איך האב געמיינט צו שרייבן אז דאס וועט נישט פאסירן היינט-מארגן

צוליב מיעדקייט (פרעג מיך נישט פארוואס איך שלאף נאכנישט... נישט געהאט קיין לעק שבת נאכמיטאג שלאף, קורצע פרייטאג צונאכטס און מוצאי שבת שלאף, אבער שוין... מ'דארף דאך זען וויאזוי דער שבת איז אדורך אין ב"פ...) האט זיך געשריבן א קאמע אנשטאט א הייפן

דינסטאג איט איז!

דיסקלעימער...

איך קלער צו באשרייבן פריער די רינועל שבתון וואס איך האב נארוואס מיטגעלעבט, און זיך שפעטער צוריקקערן קיין מעזיבוז
וואס זאגט איר?

מיר וועלן זיין צופרידן וואס אימער, אבער שרייבט!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

בשום אופן!!!! שמעטער אהער דאס גאנצע אוקריינישע טאג בוך
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

לכאורה האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:קלארשטעלונג: איך האב געמיינט צו שרייבן אז דאס וועט נישט פאסירן היינט-מארגן

צוליב מיעדקייט (פרעג מיך נישט פארוואס איך שלאף נאכנישט... נישט געהאט קיין לעק שבת נאכמיטאג שלאף, קורצע פרייטאג צונאכטס און מוצאי שבת שלאף, אבער שוין... מ'דארף דאך זען וויאזוי דער שבת איז אדורך אין ב"פ...) האט זיך געשריבן א קאמע אנשטאט א הייפן

דינסטאג איט איז!

דיסקלעימער...

איך קלער צו באשרייבן פריער די רינועל שבתון וואס איך האב נארוואס מיטגעלעבט, און זיך שפעטער צוריקקערן קיין מעזיבוז
וואס זאגט איר?

פרעגסט מיר? באשרייבן דעם שבת גאר אין קורצן און נאכדעם ווייטער גיין מיט די נסיעה.
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

אהעם..
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אור ליום ב' וישלח, י"א כסלו תשפ"ב לפ"ק

נאך די שבת צופרי סעודה, האב איך מיך אריינגעשלייכט אין הכנסת אורחים צימער כדי צו כאפן א דרימל, סיי ווייל איך בין שוין אויף געווען פון פינף פארטאגס (נאכ'ן נישט שלאפן געהעריג די צוויי פריערדיגע נעכט) און סיי ווייל מיר האבן געפלאנט צו אויסנוצן דעם גאנצן מוצאי שבת ווייטער ארומצופארן אויף מקומות הקדושים, און אויפ'ן סדר הלילה איז נישט געווען קיין באשטימטע צייט צום דרימלען... אויסערדעם האט זיך מיין מאגען עטוואס פארדרייט במשך די סעודה (פילייכט פון די טינקעכצער, א זאך וואס איך בין זייער נישט צוגעוואוינט צו האבן ביים סעודה, און ווען יא - האט עס קאנסעקווענצן און קומט מיט נאכווייען), און א נאכמיטאג דרימל קען צומאל אויסגראדן די אינערליכע קושקעס.

בחסדי השם בין איך גיך אנטשלאפן געווארן, כאטש דער עולם איז געווען גאנץ רעדעוודיג אינדרויסן אין קארידאר, דען ווי געשמועסט איז מיין צימער געווען לאקירט ביים סאמע ענדע פונעם לאנגן האלוועי און דאס האט מיר געשאנקן עטוואס שטילקייט. אויך מיין שטוב-חבר איז עפעס נישט אריינגעקומען ווילאנג איך בין נישט אנטשלאפן געווארן, פארמיידנדיג אונז פון א שמועס וואס וואלט פארמיטן דעם אזוי געגארטן מיטאג דרעמל - שינה בשבת תענוג. זיך אויפכאפנדיג פון דעם טיפן דרימל איז שוין געווען עטוואס שפעטליך אין דעם קורצן ווינטער שבת, האב איך מיך תיכף אריבערגעקליבן צום היכל הבעש"ט וואו דער ערשטער מנין האט נארוואס געענדיגט מנחה און עס איז שוין געשטאנען גרייט א געזעמל צו מסדר זיין א פרישע מנין.

ווען דער צווייטער מנין האט זיך געשטעלט דאווענען, איז שוין געווען גאנץ שפעט און טונקל אינדרויסן, און אויך אין שול האבן זיך די לעמפלעך פארלאשן (אויב איך געדענק גוט), צו מזל האט אריינגעשיינט פון די זייטיגע צימערן און מען האט געקענט ליינען אין די תורה. תיכף נאך די געאיילטע מנחה האט מען זיך אריבערגעכאפט צום דערנעבנדן זאל וואו עס איז געווען צוגערישט שלש סעודות פאר כל הקהל הקודש (דא האבן מיר שוין נישט געהאט עפעס ספעציעל איינגערישט פאר אונזער חבורה). אנקומענדיג האט זיך אנטפלעקט א בילד ווי עס זיצט א גאנצע ריזיגע זאל מיט אלע סארט אידעלעך צעזייעט און צעשפרייט אויף די מערערע טישלעך, עס איז געווען עטוואס מחיצות אויסגעווארפן איבער'ן זאל, אבער דא דארט האט א פארפאלק פארנומען א טישל פאר זיך. און דארט ביים עק, הינטער אפאר מחיצות און ארומגענומען מיט אפאר פרעמדע אידעלעך, זיצט אונזער סטאוו-יא-פיטא אין א טיפע רעווא דרעווין דביקות און פלאמט אריין אין די זמירות פון שלש סעודות אויף די אור אלטע מעלאדיעס פון די אומאנער חסידים. טייל עולם האט מיטגעזינגען, אנדערע האבן געגלאצט אויף די מחזה נורא, און נאך אנדערע האבן זיך שנעל געוואשן צו שלש סעודות און זיך אויסגעזעצט ארום די ענדע-מ"ם פון טישלעך וואס מען האט אין איילעניש צוזאמגעריקט אינעם פארצימער פונעם גרויסן זאל ספעציעל פאר בני חבורתינו.

אונזער גרופע האט עספיעט צו פארכאפן רבינו תם ביים קארג, און מען האט אויסגעזינגען די סאטמארער שלש סעודות ניגונים. צוליב מיין האקעלע מאגען האב איך בלויז געגעסן א טריקענע בילקע און צוגעטרינקן אביסל סאדע וואסער, נישט קענענדיג אפילו בליקן אויף די הערינג וואס דער עולם האט געשארט כאילו מ'האט נישט געפארטיגט דעם בייטאג מאלצייט קוים א וויילע פריער. ווען עס איז געקומען צו זאגן ה' מלך, האט ארחיקה נדד מיך מכבד געווען צו פארזאגן, און הגם איך האב פרובירט דאס צו שיקן ווייטער צום דומ"ץ שליט"א, האט ארחיקה קאטעגאריש געדראעט מיט'ן פינגער אז עס בלייבט ביי מיר, וכן הוה. אויך מיט תורה זאגן האט ער מיך מכבד געווען, און איך האב זיך במשך די זמירות צוזאמגעקליבן די געדאנקען און גערעדט אפאר מינוט.

איך האב געבויעט מיינע רייד אויף די ווערטער פונעם הייליגן אפטא רב וואס רוהט סמוך ונראה צו אונזער שלש סעודות סטאנציע, וואס ווי געשריבן האב איך בשעת תפלת שחרית אביסל געבליקט אין דעם הייליגן ספר (וואס איז, אגב, געשריבן געווארן דורך א גוטער שרייבער, ווי עס שטייט אין די הקדמה פונעם ספר און עס איז ניכר פון די לשונות).

און דאס איז געווען דער תוכן פון מיינע קורצע רייד:

דער אוהב ישראל שרייבט אויפ'ן פסוק "דבר אל בני ישראל וישובו ויחנו לפני פי החירות", אז די תורה טוט אונז דא מרמז זיין און אויסלערנען דעם גוטן און גלייכן וועג וויאזוי א מענטש זאל זיך אויפפירן בשעת'ן לערנען און דאווענען, און דאס איז אז מען זאל אריינטראכטן בעפארדעם בעפאר וועמען מען שטייט, ווי חז"ל זאגן 'דע לפני מי אתה עומד' און 'חסידים הראשונים היו שוהין שעה אחת קודם תפלתם כדי שיכוונו את לבם למקום'. טייטשט ער "וישובו ויחנו" - מען זאל זיך מתיישב זיין מיט ישוב הדעת און מאכן א סטאנציע, "לפני פי החירות" - בעפאר מען דערקלערט א פרייהייט פאר'ן מויל און מען לאזט אים לערנען און דאווענען.

נאך א פשט זאגט ער, "וישובו" - זיי זאלן תשובה טון "לפני פי החירות" - פאר מען באפרייט דעם מויל צו לערנען אדער דאווענען, און דאן וועט זיין "ויחנו", זייערע דיבורים וועלן האבן א חן. "בין מגדול" גייט ארויף אויף תפלה (עיין שם), "ובין הים" גייט ארויף אויף תורה וואס רופט זיך ים התלמוד, "לפני בעל צפון" - מען זאל אריינקלערן אז מען שטייט פאר'ן מלך מלכי המלכים הקב"ה וואס ווייסט אלע באהאלטענע זאכן און פארבארגענע מחשבות.

ליידער האב איך נישט פארצייכנט תיכף מוצאי שבת אלעס וואס איך האב געזאגט ביי שלש סעודות, און עס טוט מיר באנג דערויף, ווייל איך געדענק אז איך האב נאכגעזאגט עטליכע שיינע נקודות. עפעס ווירבלט מיר אין קאפ אז איך האב געזאגט א געדאנק אויף "שובבים" וואס איך האב געזען (מסתמא אין גליון בנאות דשא וואס איך האב פלייסיג געלערנט יענעם ווינטער), אז די דאפלטע ב' באדייט אז אפילו איינער וואס איז דורכגעפאלן נאכ'ן תשובה טון, זאל זיך שטארקן און ווידעראמאל תשובה טון. האב איך געזאגט אז מיר שטייען יעצט אין פ' בשלח וואס איז דער דאפלטער ב' פון שובבי"ם, און דאס באדייט דער 'וישובו' ויחנו פונעם אוהב ישראל, אז מען זאל תשובה טון, און טאקע נאכאמאל תשובה טון אויב עס פעלט אויס. דא האב איך נאכגעזאגט א ווארט אז מען קען זיך פון פרעה לערנען ווי ווייט מ'דארף זיך מתחזק זיין, בבחינת מאויבי תחכמני, ווייל אויב דער פרעה האט נאך יעדע שווערע מכה זיך געפונען אן עצה ותחבולה וויאזוי זיך צו שטארקן דאס הארץ און ווייטער ווייגערן ארויסצושיקן די אידן, קל וחומר אז מיר אידעלעך דארפן זיך כסדר מתחזק זיין אין די ד' דברים הצריכים חיזוק.

איך האב אויסגעפירט אז מיר האלטן אט אט איידער זיך משתטח זיין אויפ'ן ציון פון קודש הקדשים דער בעל שם טוב זי"ע, דארפן מיר אויך מאכן א "וישובו ויחנו" - זיך אראפזעצן אפאר מינוטקעלעך בעת רעווא דרעווין מיט א ישוב הדעת און טראכטן וואספארא זכי' מיר האבן דא. מיר דרייען זיך דא אין געסעלעך וואו עס האבן זיך געדרייט די גרעסטע צדיקים פון די לעצטערע דורות, זיי האבן געאטעמט קדושה וטהרה און זיך אנגעשעפט פון דעם באר מים חיים וואס האט דא געקוועלט תורה קדושה און חסידות אומאויפהערליך. מיר גלייבן באמונה שלימה אז די נשמות פון די צדיקים זענען אנוועזנד אויף זייערע קברים און מיר גייען אט אט מתפלל זיין צום גרויסן בורא צו זוכה זיין צו רפואות און ישועות אין זייער גרויסע זכות.

לאמיר אפילו זאגן אז די געסעלעך זענען נישט די זעלבע ממש, און מיר זענען נישט ממש געזיצן אויף די זיץ ערטער פון רבי דוד לייקוס און רבי וואלף קיצעס, אדער אז די לופט איז אזוי פערפעסטיגט געווארן זינט זיי האבן דא געלעבט אז מיר האבן ניטאמאל געאטעמט די זעלבע לופט ווי זיי, אבער "אלקיהם של אלו חי וקים"! ווען מיר שטעלן זיך אראפ זאגן תהלים און מתפלל זיין פאר'ן בוכ"ע, איז דאס דער זעלביגער באשעפער צו וועמען די אלע צדיקים אין אלע דורות האבן געדאוונט און געדינט! אויב א חפץ פון א צדיק איז אזוי חשוב און טייער, און א שול וואס איז געבויעט געווארן אויפ'ן ארט פונעם צדיק'ס פריערדיגע שול איז אזוי נאסטאלגיש, ווער רעדט נאך ווען מען קען אנטאפן די אריגינעלע מציבה שטיין פון א פריערדיגע צדיק וואספארא סקרוך דאס פירט אדורך אין אלע ביינער, און דא האבן מיר די זכי' צו שטיין טאג טעגליך און רעדן פערזענליך אויף א דירעקטע פארנעם צום באשעפער פון די אלע, וואס ער שטייט און הערט אויס אונזערע תפילות אזוי ווי די תפילות פון אבותינו ורבותינו, איז דען דא א זיסערע זאך ווי דאס?

לאמיר אויסנוצן דעם זעלטענעם געלעגנהייט, זיך צוגרייטן ווי עס באדארף צו זיין בעפאר מיר זענען עולה לציון הקדוש, און יהי רצון מיר זאלן טאקע אויס'פועל'ן אלעס גוטס, בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.

---
נאך די תורה האבן מיר געבענטשט און געדאוונט מעריב, און שוין נאך אונזער מעריב איז צוריקגעקומען א שיירא וואס איז באשטאנען פון דער דאיען מיט סטאוו-יא און נאך איינער-צוויי, וואס מרוב דביקות האבן זיי זיך אויפגעהויבן אינמיטן שלש סעודות און זיך אריבערגעכאפט צום בעל שם שול - וואס איז געווען פארשפארט - און דארט אויף די גאס האבן זיי פארגעזעצט צו זינגען ניגוני דביקות וואס האבן בארירט אלע סטרונעס פון די אנוועזנדע, אין א סצענע וואס וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן ווערן פון די באטייליגטע - ווי מיר האבן שפעטער געהערט פון זיי אליינס.

דער אלגעמיינער ציבור האט שוין געהערט הבדלה, און יעצט איז געקומען די רייע אז אונזער קליינע מנין'דל זאל פראווענען א באזונדערע הבדלה. איך האב געציטערט אז דא זאל נישט פארקומען קיין הבדלה צערעמאניע ווי איינגעפירט ביי אלערליי שבתון'ס [-שרייבנדיג די שורות האב איך שוין מיטגעהאלטן א קארליבאך הבדלה ביי די רינועל שבתון פארלאפענעם מוצאי שבת קודש פ' תולדות העעל"ט, וואס איך האף צו באשרייבן באריכות תיכף נאך די אוקריינישע טאגבוך וואס קומט שוין האפנטליך צו אן ענדע אין די נאנטע צייט], און אנגעטראגן צו זיין דער וואס מאכט הבדלה פאר'ן ציבור. איך בין שוין געווען גרייט צו אנהייבן, ווען איינער פון די אנדערע גרופעס האט מיר געבעטן צו ווארטן א מינוט-צוויי ביז ער ענדיגט אפ ויתן לך. [איך האב געמיינט אז יענער איז א רחמנות אדער א גרוש, אבער א שמועס וואס האט נאכגעפאלגט די הבדלה האט מיר איבערצייגט אז ער איז ב"ה אן איש מוצלח, אן עסקן נמרץ און ער פירט א הערליכע שטוב. הדא הוא דכתיב: אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו / משפט נישט א ביכל דורך זיין דעקל בלעז]. איך האב געמאכט הבדלה און געזאגט ויתן לך, און דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אויף א רואיגע שפאציר פונעם עסזאל צו קיין ערגעץ נישט... מען האט געהאלט די וועלטס צייט און זיך נישט געיאגט אין ערגעץ, האט מען סתם אזוי ארומשפאצירט אויף די פרישע שניי פונעם קרית הבעל שם טוב, אין באגלייטונג פון דעם דערמאנטן עסקן און צוויי מיטגלידער פון אונזער גרופע.

איך געדענק אפאר מעשה'לעך וואס דער עסקן האט דאן דערציילט, און איך וועל עס איבערדערציילן אין קורצן: עס איז געווען בעפאר ער האט א שידוך געטון מיט זיינס א זוהן, און מען האט אים אנגעטראגן די טאכטער פון א געוויסע בארימטע אידענע. דער שידוך האט אים פיין געשמעקט פון אלע זייטן, אבער ער רירט זיך נישט אן אנפרעגן זיין רבי'ן (א בארימטער צדיק, נחבא אל הכלים). דער רבי האט אים געזאגט "דו דארפסט נישט די אידענע פאר דיין מחותנת'טע... עס איז נישט צוגעפאסט פאר דיר"... ער האט נישט פארשטאנען, אבער געפאלגט. נאכדעם וואס זיין זוהן האט שוין חתונה געהאט צו א צווייטע און יענע מיידל האט חתונה געהאט צו אן אנדערן, האט ער געהערט אז ביי יענע פארפאלק איז ליידער נתפרדה החבילה נאכדעם וואס דאס ווייבל האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין נחמץ ל"ע. [ער האט פארציילט נאך אפאר שידוכים מעשיות וואס ער האט געהאט מיט דעם דערמאנטן רבי'ן זיינעם, און האלטנדיג בעפאר א שידוך טון מיט אן אייגן קינד האב איך ערנסט אנגעהויבן קלערן צו באשטעלן אן אוידיענץ מיט יענעם רבי'ן, איך האב אפילו געהאט איינער פון אונזער גרופע וואס האט געזאגט אז ער קען דאס ערלעדיגן פאר מיר, אבער למעשה איז עס נישט צושטאנד געקומען].

נאך א גוטע מעשה וואס ער האט פארציילט מיט באק ציינער... אז אמאל האט אים אנגערופן א איד פון א געוויסע קרייז וואס איז פרעמד פאר אים, אז מען האט ארויסגעשטעלט זיין טאכטער פון די בית חינוך פון זיין אייגענע חסידות און ער ברויך דעם עסקנ'ס הילף. דער עסקן האט געוואוסט אז אין יענע חסידות האט דער רבי די לעצטע ווארט, און האט אנגעוואנדן אלע מיטלען זיך צו טרעפן מיט אים און אים קאנפראנטירן דערוועגן. איין שיינעם טאג איז ער ענדליך דורכגעקומען צום רבי'ן (אדער צום גבאי'ן) און מען האט אים געזאגט אז דער רבי איז נישט יעצט דאהי, אבער מען קען אים אוועקלייגן א צייט צו רעדן צום רבי'ן ווען דער רבי קומט צוריק. נו נו... נאך יענעם נאכט האט ער אויסגעפינען אז דער רבי געפינט זיך יא דאהי, און גייט זיין מסדר קידושין ביי א געוויסע חתונה. ער האט זיך נישט געפוילט און אראפגעפארן צום זאל, וואו ער האט זיך געשטעלט מקבל פנים זיין דעם רבי'ן... און ביים געבן די האנט האט דער רבי געכאפט וואס דא גייט פאר... דער רבי האט אים געזאגט "האסט מיך געכאפט... לאמיך הערן וואס דו זאגסט". ער האט אים אפירגעהאלטן פארוואס מ'האט ארויסגעווארפן פלוני'ס קינד פון די שולע, און דער רבי האט תיכף אנגערופן די מנהלת און געמאכט זיכער אז דאס קינד קען מארגן צוריקגיין!

---
דער זמן מוצאי שבת איז געווען ארום זעקס אזייגער, און עס איז געווען אפגעשמועסט אז אכט אזייגער וועט פארקומען דער עלי' לציון הקדוש. נאך די דערמאנטע שפאציר און שמועס בין איך אריבער אין גאסטהויז, זיך מסדר געווען דעם גוף און די חפצים, אנגעגרייט די זעקל ליכט און תהלים מיט קוויטלעך, און צו די באשטימטע צייט האב איך ארויפשפאצירט צום בית החיים איינער אליין אין באגלייטונג פון מיינע מחשבות און געדאנקן.
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

Wow, די של”ס תורה איז נורא נוראות.
יענעמס נאז איז גרינער…
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

גאר שיינע שאלעשידעס תורה! האסט מיר אנגעצינדן.. ס'בענקט מיר קיין מעזיבוש..

כאדיר שוין לאאאנגיש געדאנקט אויף דע פארזעץ-יונגן, אבער כאב אלעס געליינט און הנאה געהאט פון יעדעס באזונדער! (אנעקסטערע ש'כח פארן זעך האלטן צום יוקרעין טאגבוך, ריניועלס טאג העט אויך קומען [אדער אפשר גאר נישט...])
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

סטאפ איט! זיכער וועט עס נאכפאלגן, בעזהשי"ת

איך פאר נישט אויף א שבתון צו האלטן זאכן ביי מיר... איך דריי מיך נישט ארום גאנץ שבת מיט אפענע אויגן און אויערן צו נישט שרייבן א טאגבוך...
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

הא הא, ער מיינט צו זאגן אז די קומענדיגע נסיעה וועט שטעלן אין שאטן די שבתון, סאו וועסט ענדערש וועלן שרייבן וועגן די נסיעה.
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

שכוח פארן פארזעצונג!!!
לכאורה האט געשריבן:איך פאר נישט אויף א שבתון צו האלטן זאכן ביי מיר... איך דריי מיך נישט ארום גאנץ שבת מיט אפענע אויגן און אויערן צו נישט שרייבן א טאגבוך...

די הלכה איז אז מ'מעג עפעס טון שבת מיט א חשבון פאר נאך שבת, אבער מ'טאר עס נישט זאגן מיטן מויל, אפשר שרייבן איז אנדערש...

דאס זעלבע איז מיט דעם שורה:

לכאורה האט געשריבן:נאך די שבת צופרי סעודה, האב איך מיך אריינגעשלייכט אין הכנסת אורחים צימער כדי צו כאפן א דרימל, סיי ווייל איך בין שוין אויף געווען פון פינף פארטאגס (נאכ'ן נישט שלאפן געהעריג די צוויי פריערדיגע נעכט) און סיי ווייל מיר האבן געפלאנט צו אויסנוצן דעם גאנצן מוצאי שבת ווייטער ארומצופארן אויף מקומות הקדושים, און אויפ'ן סדר הלילה איז נישט געווען קיין באשטימטע צייט צום דרימלען... אויסערדעם האט זיך מיין מאגען עטוואס פארדרייט במשך די סעודה (פילייכט פון די טינקעכצער, א זאך וואס איך בין זייער נישט צוגעוואוינט צו האבן ביים סעודה, און ווען יא - האט עס קאנסעקווענצן און קומט מיט נאכווייען), און א נאכמיטאג דרימל קען צומאל אויסגראדן די אינערליכע קושקעס.

אויף דעם שטייט קלאר אין סי' ש"ז אז מ'מעג שלאפן צו זיין אויסגערוט מוצאי, אבער מ'טאר עס נישט זאגן מיטן מויל...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
nice man
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 26, 2021 9:04 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nice man »

א גרויסן יישר כח!
געליינט מיט דארשט.
אגב, מען שרייבט לאקאטירט? דאכצעך מיר אז מען שרייבט לאקירט
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יצחק אייזיק האט געשריבן:שכוח פארן פארזעצונג!!!
לכאורה האט געשריבן:איך פאר נישט אויף א שבתון צו האלטן זאכן ביי מיר... איך דריי מיך נישט ארום גאנץ שבת מיט אפענע אויגן און אויערן צו נישט שרייבן א טאגבוך...

די הלכה איז אז מ'מעג עפעס טון שבת מיט א חשבון פאר נאך שבת, אבער מ'טאר עס נישט זאגן מיטן מויל, אפשר שרייבן איז אנדערש...

דאס זעלבע איז מיט דעם שורה:

לכאורה האט געשריבן:נאך די שבת צופרי סעודה, האב איך מיך אריינגעשלייכט אין הכנסת אורחים צימער כדי צו כאפן א דרימל, סיי ווייל איך בין שוין אויף געווען פון פינף פארטאגס (נאכ'ן נישט שלאפן געהעריג די צוויי פריערדיגע נעכט) און סיי ווייל מיר האבן געפלאנט צו אויסנוצן דעם גאנצן מוצאי שבת ווייטער ארומצופארן אויף מקומות הקדושים, און אויפ'ן סדר הלילה איז נישט געווען קיין באשטימטע צייט צום דרימלען... אויסערדעם האט זיך מיין מאגען עטוואס פארדרייט במשך די סעודה (פילייכט פון די טינקעכצער, א זאך וואס איך בין זייער נישט צוגעוואוינט צו האבן ביים סעודה, און ווען יא - האט עס קאנסעקווענצן און קומט מיט נאכווייען), און א נאכמיטאג דרימל קען צומאל אויסגראדן די אינערליכע קושקעס.

אויף דעם שטייט קלאר אין סי' ש"ז אז מ'מעג שלאפן צו זיין אויסגערוט מוצאי, אבער מ'טאר עס נישט זאגן מיטן מויל...

ווער האט געזאגט מיט'ן מויל? איך שרייב סך הכל לאחר המעשה וואס מיין מחשבה איז געווען
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

nice man האט געשריבן:א גרויסן יישר כח!
געליינט מיט דארשט.
אגב, מען שרייבט לאקאטירט? דאכצעך מיר אז מען שרייבט לאקירט

דארף מען שוין אנפרעגן גרשון'ען... 'לאקירט' שמעקט ווי געלאקערט...
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

לכאורה האט געשריבן:
nice man האט געשריבן:א גרויסן יישר כח!
געליינט מיט דארשט.
אגב, מען שרייבט לאקאטירט? דאכצעך מיר אז מען שרייבט לאקירט

דארף מען שוין אנפרעגן גרשון'ען... 'לאקירט' שמעקט ווי געלאקערט...

לאקירט נוצט מען געווענליך. לאקאטירט קוקט אויס געמישט מיט ענגלישן לאקעיטעד...

אופפס, איך בין נישט גרשון...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יישר כח פארן פארזעצונג
די של"ס תורה מאנט

די לעצטע שורה האט מיר געגעבן א ציטערדיגע קיצל:
האב איך ארויפשפאצירט צום בית החיים איינער אליין אין באגלייטונג פון מיינע מחשבות און געדאנקן.
בבבררררר.......
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:יישר כח פארן פארזעצונג
די של"ס תורה מאנט

די לעצטע שורה האט מיר געגעבן א ציטערדיגע קיצל:
האב איך ארויפשפאצירט צום בית החיים איינער אליין אין באגלייטונג פון מיינע מחשבות און געדאנקן.
בבבררררר.......

די לעצטע שורה איז טאקע דירעקט געשריבן געווארן פאר דעם צוועק... מיסיע פארפולקאמט!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24612
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ייש"כ
זייער שיין
די של"ס תורה איז זייער ווארם אין צום זאך...
בכלל די גאנצע ערנסקייט פין די נסיעה איז מורא'דיג שטארק
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
nice man האט געשריבן:א גרויסן יישר כח!
געליינט מיט דארשט.
אגב, מען שרייבט לאקאטירט? דאכצעך מיר אז מען שרייבט לאקירט

דארף מען שוין אנפרעגן גרשון'ען... 'לאקירט' שמעקט ווי געלאקערט...

לאקירט נוצט מען געווענליך. לאקאטירט קוקט אויס געמישט מיט ענגלישן לאקעיטעד...

אופפס, איך בין נישט גרשון...

ידא אריכתא... לאקירט איז איט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”