נא_שכל האט געשריבן:אודאי, מ'ווייסט פון די אלע זאכן.
די נקודה איז, וואס מיינט "השתטחות"?
דווקא אויף די מצבה? סתם קומען סמוך למקום קבורתם און מתפלל זיין הייסט נישט "השתטחות"?
א מצבה וואס מ'האט געמאכט 100 יאר אדער 500 יאר נאך די פטירה (כמו ברשב"י) הייסט אויך השתטחות אויף די מצבה?
א מציבה איז א מציבה! צו ס'איז געמאכט 500 יאר צוריק אדער מ'האלט נאך אינמיטן די שנה ראשונה מהקמתה, ווילאנג ס'איז די מצבת אבן על ראש הנפטר וואס איז דען די חילוק ווען מ'האט עס געלייגט? ניין?
אבער לעצם הענין, געדענק איך צו האבן געזען (כ'געדענק אבער נישט וואו) אז שטיין אינעם אוהל הייסט אז מ'איז ביים ציון, און נאך מער אויב מ'איז בתוך ד' אמות פונעם קבר, וואס דארטן איז התפילה יותר מקובלת.
כעין ווי דער חתם סופר זאגט (געזעהן אמאל ערגעץ אין די דרשות) אז ביי א לעבעדיגע צדיק איז שטיין בתוך ד' אמותיו א סגולה לקבלת התפילות.
און לגבי רעדן צום צדיק בשעת מ'איז זיך משתטח על קברו, זענען טאקע דא פארשידענע ענינים וואס ס'ווערט געברענגט אין די ספרים וויאזוי צוצוגיין צום ענין פון תפילה על קברי צדיקים. ס'איז דא וואס זאגן אז מ'טאר בכלל נישט רעדן צום נפטר, ווייל ס'קען אריינגיין אין כלל פון דורש אל המתים, נאר מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן בזכות הצדיק וואס ליגט דארט. איי פארוואס דארף מען דאן דוקא ארויסגיין אויפן פעלד צום קבר?! ווערט געברענגט אז ווייל די נשמה פונעם צדיק רוהט דארט, מילא איז עס א מקום מסוגל לקיבול תפילות.
אנדערע אבער זאגן יא אז מ'קען און מ'זאל געהעריג רעדן צום נפטר, נאר ס'זאל צוגיין אויף אן אופן פון בעטן די נפש/רוח/ונשמת הצדיק אז ער זאל איינרייסן ביים טאטן אין הימל פאר אונזער וועגן.
אלץ א מעשה רב, פלעגט הרה"ק ר' הערשעלע מ'ספינקא זי"ע אלץ נאכזאגן אז ווען ער פלעגט ארויף גיין מיט זיין זיידן הרה"ק בעל חקל יצחק מספינקא זי"ע צום ציון פון זיין טאטן דער אמרי יוסף זצ"ל, פלעגט דער חקל יצחק רעדן און זיך ווענדן צו זיין טאטן דער אמרי יוסף געהעריג כדבּר איש אל רעהו, ער פלעגט זיך אויסשמועסן מיט אים, אויסטענה'ן, אויסבעטן, כאילו ער שטייט פארנט פון אים בחיים חיותו.
----
און שיעור פארגעסן.. יישר כח לכאורה פארן המשך, געליינט מיט איין אטעם, און (ווי אלעמאל) שטארק הנאה געהאט.