טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זעכציגער
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 12:57 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעכציגער »

אזוי בין ארבעט לארבעס כאפט מען אריין א קאפיטל לכאורה.

יישר כח רויטער לכאורה! מיר באלעקאטירן זיך (ע"ד לאקאטירן).
הק' פופציגער - זעכציגער
פה זונטאג ניו יארק
אייוועלט .קאם
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

מיר זענען גרייט! שפאנונג מיט ווארטונג זענען אויפן וועג אהער מיט בענקלעך…
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

די שפאנוג, ווער מער און מער אויף געבלאזן.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

וויי וויי!!

נארוואס אפירגעשלעפט דעם אשכול פון קעלער..

דאס ווינטל האט שוין אפגעוואיעט, די בלעטער שוין פארטריקנט, די קאלטע שטיינער זענען עדות אויף א אומגעלעזטע מיסטעריע: וואו זענען די פיסטריט פארשוואונדען??

פון הונטערן באוואוסטזיין הערט זיך די נאגענדע תנועות פון די מאזשיצע אזכרה (קרעדיט: וואלטיער) איינהילענדיג דעם - אזוי אויך - פינסטערן האריזאנט אין א פארנעפלטער חשכות....


בררררר.....
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

היינט קומט א פארזעצונג, בלי נדר
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

לכאורה האט געשריבן:היינט קומט א פארזעצונג, בלי נדר

;l;p- ;l;p- ;l;p-

איך גרייט צו א באקס טישוס.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

לכאורה האט געשריבן:היינט קומט א פארזעצונג, בלי נדר

יזכר לך עתה אתמול (למס') אשר דברת...
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

עוד היום גדול...
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

קרייסלער האט געשריבן:עוד היום גדול...
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יום שנכפל בו כי טוב [איך קען נישט גיין ווייטער איידער איך שרייב דא אראפ א טייער ווארט וואס איך האב היינט פארטאגס געלערנט אין ספר הקדוש אוהב ישראל (פון וועמענ'ס ציון מיר וועלן אי"ה באלד באריכטן), אז דערפאר האט יעקב אבינו געהאט צוויי מאל "זיבעצן" גוטע יארן אין זיין לעבן - די ערשטע זיבעצן יאר פון יוסף הצדיק און זיינע לעצטע זיבעצן יאר אין מצרים מיט יוסף הצדיק, ווייל די זיבן טעג פון די וואך זענען אקעגן די זיבן מדות, און יעקב איז קעגן דער טאג פון "דינסטאג" וואס איז נכפל בו כי טוב... דערפאר האט יעקב געהאט צוויי מאל "טוב" יארן וואס זענען געווען די בעסטע יארן פון זיין לעבן. איך האב געקלערט אז לויט דעם קען מען לכאורה משלב זיין אברהם מיט זונטאג, יצחק מיט מאנטאג און אזוי ווייטער, איך געדענק נישט אזא בחינה אין די ספרים הקדושים] פרשת ויחי, אור ליום י"א טבת (דער דאטום איז ביי מיר גאנץ חשוב, כידוע ליודעים, און טאקע דערפאר מאך איך מיר צייט יעצט צו פאראויסגיין אביסל מיט'ן טאגבוך, וואס מוז שוין בהכרח ובעל כרחי קומען צו אן ענדע, ווייל אט טרעט מען ארויס פון די י"ב חודש און דער שכחה הייבט זיך אן משתלט זיין ח"ו) תשפ"ב לפ"ק

מיט א זעקל ליכט און א תהלים און קוויטלעך אין די האנט, שפאן איך אין די טונקעלע מעזבוזער בעל שם קווארטל, אין ריכטונג פון דעם הערליכן אוהל וואס איז געבויעט געווארן על קברם פון דער הייליגער בעל שם טוב מיט א רייע פון זיינע תלמידים, קינדער און אייניקלעך און תלמידי תלמידים. מען טרעט אריין אינעם שוועל פונעם טויער, מען שפאצירט צווישן רייעס אויף רייעס פון צעהאלבטע מציבות וואס "אהלי צדיקים" האט אפגעפינען און אויפגעשטעלט לזכרון דברים בעלמא אז עס זאל טראגן די צורה פון א אידישער בית החיים. עס איז קאלט און שנייאיג, אבער דער סקרוך אין די ביינער איז א רעזולטאט פון דער געדאנק אז אט אט גרייכט מען דער אדמת קודש וואו עס ליגן די שרפי מעלה, א פלאץ וואס האט קדושת ארץ ישראל און איז א מקום קבלת תפלות - וזה שער השמים.

א שיינער ציבור איז שוין געשטאנען אין אוהל בשעת איך האב געמאכט מיין וועג אריין, טייל האבן זיך שוין געשאקלט איבער די תהלימ'לעך און אנדערע זענען אט אנגעקומען און האבן זיך געפארעט מיט די ליכט. וויסנדיג אז איך דארף שוין נישט אוועקלייגן קיין ליכט פאר נאך קברים (מעזבוז איז געווען אונזער לעצטע סטאנציע אויסער ברסלב [לויט די הוי אמינא] און אומאן, וואו איך האב געקלערט אז עס איז סייווי צוגעשטעלט ליכט - למעשה? זע אין די קומענדיגע קאפיטלען), האב איך גערן פארטיילט פאר אנדערע וואס האבן שוין געמאנגעלט. מיר האבן געצינדן ביי אלע צדיקים, ובפרט ביי די באקאנטע ווי דער בעל שם טוב, זיינע אייניקלעך דער ר"ר ברוך'ל און דער דגל, און ביים הייליגן אפטא רב, וועמענ'ס מציבה קוקט אויס אלט און אריגינעל, עכ"פ אונטער די נייע מציבה זעט מען עפעס יסודות פון אן אור אלטע געבוי.

שטייענדיג נעבן דער ציון פונעם דגל מחנה אפרים, האב איך מיך געגעבן א רוף אן הויך צו די פאר ארומיגע אז איך האב ב"ה געהאט די זכי' צו אדורכלערנען דעם גאנצן ספר אלס בחור. נישט אז איך געדענק צופיל פון דארט, אבער אין כיתה י"ב [יא, אין מיינע צייטן האט דאס נאך אזוי געהייסן. היינט: דריטע כיתה פון ישיבה קטנה] האט יעדער געדארפט האבן א שיעור אין ספרי חסידות פאר בערך צען מינוט צווישן דער פארטאגס סדר און דאס דאווענען [פארטאגס איז געווען פון 6:30 ביז 7:40, און דאן האט מען געלערנט ספרי חסידות ביז 7:50 בערך, און זיך געגרייט צום דאווענען. ברכות איז געווען ארום 8:15 און הודו 8:30], און אזוי שטייענדיג ביי די ספרי חסידות שענק וואס האבן פארמאגט אן אוצר שלם פון אלע סארטן ספרים, האב איך באשלאסן צו גיין צום מקור און נעמען איינע פון די פריסטע ספרים, וואס איז פארפאסט געווארן דורך א רעכטער אייניקל פונעם מייסד החסידות און ברענגט כסדר צו דעם זיידן, און דאן האב איך אדורכגעלערנט דעם גאנצן ספר במשך דעם ווינטער זמן (ווי מיין טאטע האט מיר אויסגעלערנט אז א ספר על התורה לערנט מען על הסדר, נישט דוקא אויף די סדרה).

דעם זומער זמן דערויף געדענק איך מיך לערנען דער ספר עבודת ישראל פון קאזניצער מגיד, און אויסער די צוויי ספרים, האב איך ליידער נישט געפילעוועט אין צופיל חסיד'ישע ספרים. [נאך די חתונה נמ"ג, האב איך קובע געווען א שיעור אין סידורו של שבת, בני יששכר, דרך פיקודיך, און ב"ה זוכה געווען צו מסיים זיין די דערמאנטע ספרים. דאן האב איך לאנגע יארן בלויז געלערנט נועם אלימלך שבת ביים טיש, און הערשט נאך דער פארלאפענער נסיעה האב איך זיך געשטארקט און אנגעהויבן א פרישע סדר אין לימוד ספרי חסידות, ווען למעשה הייב איך אן דעם וואך מיט'ן דגל, דאן אוהב ישראל, שפעטער עבודת ישראל, און בת עין, און אויב עס בלייבט נאך איבער טעג אין די וואך לערנט מען אגרא דכלה אדער אן אנדערע ספר וואס קומט אונטער].

[בכלל האב איך א משוגעת שוין פון אלס קינד, אז ווען א ספר געפעלט מיר, וועל איך דאס דורכטון פון דעקל צו דעקל פשוטו כמשמעו... אלס יונגער אינגעל האט דער ספר "קן צפור" פון ר' דן שווארץ ז"ל געכאפט מיין אויג אין שול ביים דאווענען, מסתמא צוליב די שיינע בילדער דערפון, און איך האב מיר געמאכט א קביעות צו דורכליינען דעם גאנצן ספר פון אנהייב ביז וואו איך בין שטעקן געבליבן... דאס זעלביגע האב איך געטון מיט אנדערע ספרים, א שטייגער ווי דער נהרי אש פון רבי שמעון'לע זעליחובער, וואס איין שיינעם ליל ששי האב איך זיך אראפגעזעצט דערצו און געמאכט א סיום דערויף א וויילע שפעטער... כ'האב אסאך צו שרייבן איבער דעם משוגעת, ווייל דאס האלט מיך צוריק פון ליינען אסאך זאכן, וויבאלד עס געדויערט מיר זייער לאנג צו אדורכטון די זאך פון אנהייב ביז אויס, אבער דא איז נישט דער פלאץ און צייט געאייגנט פאר מיינע משוגעת'ן].

איך האב אויפגעמישט דעם תהלימ'ל וואס האט געהאט א סימן ביי קאפיטל ל"ז אז דארט בין איך שטעקן געבליבן ביים לעצטן קבר [פרייטאג פארטאגס אין יאמפאלי]. איך האב אנגעהויבן זאגן די ווערטער מיט איינפאכקייט, אן קיין ספעציעלע התעוררות, בלויז געזאגט און געזאגט קאפיטל נאך קאפיטל, ווען בשעת מעשה קוק איך מיך עטוואס ארום אויפ'ן ציבור המתפללים.

האלטנדיג אין די הויכע מ' קאפיטלעך, באמערק איך ווי ביים קבר הבעל שם - וואו רוב עולם איז געשטאנען רינגס און ארום, זייענדיג דער תל תלפיות פונעם גאנצן אוהל - שטייט א בחור מיט'ן בלויזן קאפל און האלב ראזירטן בארד, ער זאגט נישט קיין תהלים, נאר שטייט מיט א האנט אויפ'ן קבר און פארמאכטע אויגעלעך און פראוועט דביקות. קנאה געפילן האבן מיך באנומען, און איך האב געקלערט צו מיר אז אויב יענער כאפט דא אזא התעוררות ביז'ן זיך נעמען שוועבן און טראנספארמירט ווערן צו אן אנדערע מציאות, איז וואו בין איך??? דער געדאנק האט אין מיר אריינגעברענגט די ערשטע קערנדל פון התעוררות, וואס מיט אביסל באוואסערונג פון די אויגן האט זיך דאס הערליך צעבליהט און שפעטער ארויסגעגעבן געוואלדיגע פיינע פירות אין פארעם פון הויכע געוויינען און אומקאנטראלירבארע שליכצן אויף אן אופן וואס א מענטש איז קוים זוכה צו באקומען אין די סאמע הייליגסטע טעג פונעם יאר.

ווען איך האב געהאלטן ביי קאפיטל נ', האב איך באשלאסן אז כאטש עס ענדיגט זיך דא דער "יום שני" און איך קען ווען אפענדיגן דא און צוגיין נאנטער צו מזכיר זיין מיינע קוויטלעך, וועל איך זיך נישט אפשטעלן פון תהלים זאגן ביז איך שפיר נישט מער א קשר צום פלאץ, מער אן אהבה, מער א דביקות, אין אנדערע ווערטער: דער לאנגער טלטול הדרך איבער'ן אטלאנטיק אהין און צוריק, דארף זיך אויסצאלן ערגעץ אונטערוועגנס, און דערווייל האט עס נישט פאסירט... ואם לא עכשיו אימתי! [פרעגסט גוט, ברסלב און אומאן זענען נאך געווען אויפ'ן רייזע פלאן, אבער דער בעל שם טוב איז דאך דער עלטער זיידע פון ברסלב און אומאן גופא, ווי אויך דער עלטער זיידע פון מיינע קינדערלעך, און איך האב געשפירט אז אט דא מוז דער דאמבע איבערגעבראכן ווערן, און ב"ה כן הוה].

די ווערטער פון דער מזמור התשובה - קאפיטל נ"א - האבן פלוצלינג אנהויבן באקומען אן אנדערע באדייט ביי מיר... איך האב מיך געטראפן זאגן די ווערטער וואס איך זאג יעדן דינסטאג (על פי רוב וועל איך זאגן דעם יום תהלים אינעם זעלבן טאג), אבער יעצט האבן זיי באקומען פרישע טייטש און האבן ווי גערעדט צו מיר... זיי האבן מיר געעפנט די סטרונעס, און איך האב ממש צעקושט יעדעס ווארט. די פסוקים זענען דאך אזוי הייליג און טייער, זיי רעדן צו יעדן מענטש אין יעדן מצב. דוד המלך וויינט זיך אויס אויף א דורכפאל און בעט מחילת עוונות, ער אנערקענט זיין זינד און זאגט אז ער האלט עס אימער פאר זיך, ער איז זיך מודה ומתוודה אבער ווארפט אריין אז א מענטש איז בלויז א מענטש, ער איז ערצייגט געווארן אויף אן אופן וואס ער איז אויסגעשטעלט צו דורכפאלן... ער בעט זיך ברחמים אז השי"ת זאל אים באשאפן א נייע הארץ, א ריינע הארץ, און באנייען אין אים א ריכטיגע גייסט, אוי טאטע, פארווארף מיך נישט פון פאר דיר, דיין הייליגע גייסט טו נישט אפ פון מיר, און אזוי ווייטער און ווייטער מערערע בקשות און תחנונים מיט אלע סארט אויסדרוקן, ווי נאר דער נעים זמירות ישראל האט געקענט צונויפפלעכטן אזא נאגנדע קאפיטל.

אלע קאפיטלעך פון דא און ווייטער האבן זיך שוין אנדערש געזאגט, און איך האב געזאגט און געזאגט ביז איך האב געענדיגט אויך דעם יום שלישי, צוענדיגנדיג "כלו תפלות דוד בן ישי". דאן האב איך מיך צוגעשארט צום רוקן זייט פון דער מצבה וואס איז אויפגעשטעלט געווארן איבער'ן קבר פון הייליגן בעל שם טוב, איך האב געלייגט מיין לינקע האנט אויף די מציבה, און מיט די רעכטע הענט האב איך פארגעליינט אלע הונדערטער נעמען וואס איך האב געהאט פארצייכנט אויף עטליכע קוויטלעך, אריינגערעכנט די נעמען פון מיין טאטע'ס און שווער'ס גאנצע משפחות, און אויך נעמען פון חברים וידידים און זייערע פאמיליעס וואס מען האט מיר געשריבן פריוואט. איך האב גערעדט און גערעדט אויף מאמע לשון און איינגעריסן פאר אלע סארט ישועות און רפואות, זיווגים הגונים, פרנסה, און וואס נישט.

צו יענע צייט איז שוין דער אהל עטוואס שיטערער געווען, ווען אונזער גרופע איז שוין מער ווייניגער געווען פארטיג מיט'ן השתטחות און מען האט זיך צעביסלעך איבערגעקליבן צום גראנדיעזן מלוה מלכה וואס איז געווען איינע פון די גשמיות'דיגע קלימאקסן פונעם גאנצן רייזע. קוים עטליכע אידעלעך האבן זיך דאן געפינען אינעם הייליגן אוהל, און איך האב באקומען צוטריט צום קבר הבעל שם פון סיי וועלכע זייט. איך האב אויסגעקליבן זיך צו שטעלן אויף די רעכטע זייט פונעם געבויעטן קבר, און ווייטער געפראוועט התבודדות במחשבה ובדיבור. ערגעץ אינצווישן האט איינער פון די אנוועזנדע אידעלעך גענומען רשות פון אלע אנדערע מתפללים צו אנצינדן מוזיק... דער איד איז א שטיקל שטערן אין די נגינה וועלט, ווי אויך אראנדזשירט ער נסיעות און שבתים, און יעצט איז ער געזעצן אויף א בענקל נעבן דער קבר פון הייליגן דגל, און ארויסגענומען א סמארטפאון מיט'ן ציל צו הערן דערפון ניגוני התעוררות צו כאפן א קיצל אין דעם מקום קדוש.

פארשטייט זיך אז דער איבריגער עולם האט גערן מסכים געווען צו שענקן פאר יענעם זיין התעוררות, און אראפלייגנדיג דעם כלי אויפ'ן קבר פונעם דגל(!) האט ער אנגעצינדן א געוויסע קאסעטע וואס האט אויסגעזינגען הויך שיינע שטייטע ניגוני התעוררות וואס האבן זיך געהערט קלאר און שיין איבער'ן גאנצן אוהל. איך האב געמיינט אז דער איד האט זיך אליינס צוזאמגעקלאפט אן אייגענע זאמלונג פון ספעציעלע ניגוני התעוררות וואס כאפן זיין הארץ, אזוי האט מיר עס עכ"פ אויסגעקוקט באותה שעה, אבער ווען איך האב שפעטער געטראפן דעם איד ביי די "רינועל שבתון" [וואס ער האט געהאלפן אראנדזשירן], האט ער מיר געזאגט אז דאס איז אלעס געווען איין אלבום, ער האט מיר נארנישט עספיעט צו זאגן דעם נאמען דערפון. צווישן די ניגונים וואס דער איד האט געלאזט שפילן דארט, איז געווען "רבון העולמים ידעתי", אויך דער ניגון "וזכנו לגדל בנים ובני בנים", און נאך אזעלכע און ענליכע ניגוני התעוררות וואס האבן געמאכט א שטארקן רושם אויף אלע אנוועזנדע. דער איד אליינס איז געזיצן אויף זיין בענקל ממש פארגלייזט, ווי ער וואלט אריין אין א 'טראנס' [TRANCE בלעז]. ער האט מיר פארטרויעט זונטאג פרשת ויצא אין סטעמפארד קאנעקטיקוט ביי אונזער שמועס, אז דער מצב דארט ביים ציון ליגט אים גוט אין די ביינער עד היום, ווייל ער האט אין זיין לעבן נישט אזוי גע'בוכה'ט ווי דאן!

אלעס אינאיינעם זענען געווען קוים א האלבע מנין אידעלעך צו יענע צייט אינעם גרויסן אהל; דער איד ביים דגל, א צווייטער מאדערנער אידל ביים מציבה פונעם בעש"ט, א היימישער בנש"ק'ל - א שטיקל מחותן מיינער - נעבן אים, און א צוויי-דריי נ-נח ברואים וואס אן זיי וואלט דאס נישט געווען קיין דבר השלם. [ווי געשריבן, איז איינער פון די יעניגע ברואים געשטאנען ביים בעש"ט'ס קבר שבת פארטאגס אויך, און אויך יעצט מוצאי שבת האבן עטליכע פון זיי דארט קאמאנדעוועט און פארפירט, אזש ביז'ן ארויפקריכן אויפ'ן קבר פון בעש"ט און זיך פיזיש אויסשטרעקן בפישוט ידים ורגלים, ווען יעדער קען דערקענען אז נישט נאסטאלגיע צום צדיק איז דער גורם, נאר די גראזלעך און געוואוקסן וואס דער האט טועם געווען פאר מלוה מלכה].

און דאן האט מיר געפאקט א משוגעת [ווידער א משוגעת...] אז איך קען מיך נישט שיידן פונעם קבר ווילאנג איך זאג נישט די פאר פסוקים וואס זענען איינגעפירט צו זאגן ביי א קבר פון א צדיק. ביי געוויסע קברים איז דא א טאוול מיט די אויפשריפט, דאכט זיך אז אזוי איז דא ביים רבי'ן זי"ע אין קרית יואל און ביים ריבניצער זי"ע, פסוקים וואס רעדן פון "ונחך ה' תמיד והשביע בצחצחות נפשך" (יעצט זע איך אז דאס שטייט אין ספר ישעי' קאפיטל נ"ח). אבער ווי דער שטן זאל זיך האבן אריינגעמישט האב איך נישט געקענט טרעפן דעם נוסח אין קיין איין סידור אדער תהלים וואס איך האב דארט דורכגעבלעטערט. און אט האב איך שוין געהאט א מיסיע צו די האנט... יעדע איינציגע ספר'ל וואס האט זיך אפגעפינען אינעם אהל, האב איך געמוזט דורכבלעטערן און זוכן פאר אט די פאר פסוקים וואס מיין הארץ באגערט צו זאגן אויף דעם מקום קדוש.

איך האב געטראפן אלערליי ספרים מיט תחינות און בקשות, על פי רוב מיוסד אויף רבי נתן מברסלב וכדומה, אויך האב איך געטראפן אלערליי תפלות פון צדיקים פון אלע דורות, און אזוי בלעטערנדיג האב איך טאקע באשלאסן נישט צו סתם מישן די בלעטער, נאר ביים זיך באגעגענען מיט צום ביישפיל א תפילת השל"ה, האב איך אפגעזאגט דעם גאנצן תפילה מיט הארץ, און די זעלבע מיט דער תפלה פונעם אור לשמים (ווען בשעת מעשה ממש, בדרך השגחה פרטית, שפילט דער קאסעטע מיט 'רבון העולמים ידעתי...' - א גלעט פון הימל, א צייכן אז מען טוט גוטע זאכן). איך בין זיכער ביי מיר, אז דער משוגעת וואס איז מיר דאן באפאלן צו דוקא זאגן די פאר פסוקים וואס האבן זיך נישט אפגעפינען אין קיין איין ספר אדער סידור, איז געווען א סיבה פון הימל מיר צו מאכן בלעטערן די זאגערלעך און טאקע אפזאגן די הייליגע תפלות ובקשות וואס יסודתם בהררי קודש.

פארשטייט זיך אז נאכ'ן מורמלען אזויפיל סארט לשונות פון רנה תפלה און בקשה, איז שוין דער הארץ געווען א שטיק וואסער, און נישט סתם וואסער, נאר הייסע זאלציגע וואסער וואס האבן געזוכט א וועג ארויס און דאס געפינען ביי די אויגן... איך האב זיך פארמאכט די אויגן און א פלייץ פון הייסע טרערן האט פשוט ארויסגעשאסן אן קיין ווארנונג, פארפלייצנדיג מיינע ברילן און אראפרינענדיג אויף מיין בארד ביז אראפ אויפ'ן קבר פונעם הייליגן בעל שם טוב! איך קענט מיך אוועקמאכן אלס בעל מגזם, אבער די טרערן אויפ'ן קבר האבן מיינע אויגן געזען, און די נאסע ברילן האב איך נישט אפגעווישט און נישט אפגעוואשן ביז איך בין אנגעקומען אהיים - א גוטע דרייסיג שעה שפעטער. כאטש איך בין געווענליך זייער עמפינדליך, און איך טראג כסדר א ברילן פיצער אין טאש וואס ווערט פארנוצט כאטש איין-צוויי מאל א טאג, האב איך אט די פארטריקענטע זאלציגע טרערן געלאזט נעכטיגן אויף מיינע ברילן אלס אנדענק צו די העכערע מאמענטן צו וואס איך האב זוכה געווען יענעם ליכטיגן מוצאי שבת ביים הייליגן בעל שם.

דער עיקר אויספלאץ איז געקומען ווען איך האב צווישן מיינע בקשות אויך ערווענט די לעצטערע מגיפה וואס בוזשעוועט אין די וועלט, און עס איז מיר אויפגעקומען אין געדאנק א ליסטע פון עוברות ומניקות וואס זענען על ערש דוי [געווען בשעתו אזא ליסטע ערגעץ דאהי], דער געדאנק און דער תפלה אויף זיי איז געווען דער שטרוי וואס האט דורכגעבראכן מיין טרערן דאמבע, און איך האב זיך מער נישט געקענט איינהאלטן... פון דא און ווייטער האב איך מער נישט געפליסטערט די תפילות בלויז מיט די לעפצן וקולי לא ישמע, נאר אלע וואס זענען געשטאנען אין די ד' אמות ארום - און עס איז געשטאנען כאטש איינער-צוויי - האבן גאנץ זיכער מיטגעהאלטן ווי איך מוטשע זיך צו האלטן די ווערטער ווי שטילער מעגליך אבער זיי קומען דאך ארויס אין פארעם פון א זעקה און א גניחה וואס לאזט זיך נישט אראפהאלטן אין געדערים.

אין פרידנסצייטן וואלט איך מיך געשעמט פאר דעם כמו-מחותן מיינער וואס קען מיך גאנץ פיין, אבער איך האב דאן געהאלטן ביי א מצב אז עס גייט מיך גארנישט אן. עס איז איך און דער רבונו של עולם, איך און דער בעל שם טוב, התבודדות צווישן קהל. איך האב געשפירט אזא עת רצון און שעת הכושר, אז איך האב זיך נישט געקענט קימערן מיט ווער נאך עס זעט מיין דורכגאנג און הערט מיינע הויכע שליכצן. איך האב אויסגענוצט די געלעגנהייט צו איינרייסן פאר פערזענליכע ישועות, און איך האב ממש געשפירט ווי שטיקער שטיין פליען מיר אראפ פון הארצן. אין די נאכפאלגנדע טעג, וואכן און חדשים האבן זיך עטליכע זאכן ב"ה געשטעלט אין פלאץ, און איך בין בטוח אז יענע מעמד התעוררות האט געשפילט א שטארקע ראלע דערין.

איך האב גראדע אנגעהויבן מיין התבודדות שמועס דארט מיט א התנצלות, אז דאס איז מיין ערשטע מאל דא על אדמת הקודש, און ווי נאריש און קאמיש עס הערט זיך, איז דער נסיעה צושטאנד געקומען דורכדעם וואס איך בין פארבינדן מיט יונגעלייט כערכי וואס פארברענגען אויף דעם אינטערנעט, פרובירנדיג מיט אלע קרעפטן צו אנהאלטן א טהרת חולין אטמאספערע אין די מבואות המטונפות. און דא איז אריינגעקומען א לענגערע שמועס מיט'ן בורא עולם אז ער זאל האלטן זיין רעכטע האנט מיר זאלן זיך קענען האלטן אין דעם ביטער שווערן גלות מיט אירע נסיונות, און הלואי זאלן מיר זיין ווייניגער צוגעבינדן צו די כלים און זייערע איבלנישן און אוועקגעבן מער צייט פאר תורה און עבודה. אזוי האב איך גערעדט און גערעדט כדבר איש אל רעהו, און געבעטן און מתפלל געווען אויף אלעס וואס איז מיר נאר געליגן אויפ'ן הארץ, ביז איך האב געשפירט אז איך האב גע'פועל'ט אלעס גוטס, און איך האב מיך געגרייט צו פארלאזן דעם ארט.

שוין אויפ'ן וועג ארויס כמעט, האט מיך איינער פון די אידן געבעטן אז מיר זאלן מאכן א "שמור לי ואשמור לך", אין די בחינה פון "כל המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחילה". ער האט מיר געגעבן זיין נאמען און מוטער'ס נאמען און איך האב אים געגעבן מיינס, און מיר האבן ביידע געזאגט איין קאפיטל תהלים לטובת דעם אנדערן. איך האב געזאגט איינע פון די שיר המעלות קאפיטלעך פון ליום השבת (כ'געדענק נישט וועלכע, אפשר די ערשטע, קאפיטל ק"כ), און אים נאכדעם צוגעוויזן אז די ראשי תיבות פון זיין נאמען און מוטער'ס נאמען איז מרומז ביי געוויסע ווערטער דארט (איך געדענק נישט יעצט דעם נאמען און נישט דעם רמז). ער האט זיך געפריידט דערצו, און מיר האבן זיך אנגעוואונטשן הערצליך איינער דעם צווייטן, ווי בלויז אידעלעך קענען טון ביים טרעפן א ווילד פרעמדן פארשוין אין א פרעמד לאנד, און זיך צעשיידט מיט א ברכה מען זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.

איך האב מיך שווער געזעגנט פון דעם הייליגן אהל, און אפילו נאכ'ן ארויסגיין דערפון האב איך נישט געקענט פארלאזן דעם אומגעגנט, נאר זיך געדרייט סמוך ונראה צום אהל פונדרויסן, אין די שניי און אין דער טונקלקייט פון די נאכט. מיין הארץ האט געטריפט בלוט אויף די מאסן קברים ארום און ארום פון אידן וואס האבן דא געלעבט און געשאפן, און זענען אומגעקומען פון פאגראמען אדער אנדערע צרות. יעדע שטיקל שטיין דארט אויפ'ן בית עלמין רעפרעזענטירט א נשמה וואס האט אפגעלעבט אויף דער וועלט א געוויסע צאל יארן אונטער געוויסע אומשטענדן, אבער כאטש האבן זיי די זכיה צו זיין באערדיגט נעבן דעם אור שבעת הימים, דער ליכט טורעם וואס האט אראפגעברענגט אן אור אויף דער וועלט וואס לייכט נאך עד היום הזה ועד בכלל.

מיט שטייטע טריט האב איך געמאכט מיין וועג ארויס פון דעם בית החיים טויער, ווען איך כאפ מיך אז עס איז שוין פארלאפן א לאנגע צוויי שעה זינט איך בין דא אנגעקומען, און גאנץ זיכער האלט שוין דער מלוה מלכה טיף אינדערמיט און איך פארפאס די קאמפאניע פון אונזער היימישע חבריא. איך האב געמאכט מיין וועג פון ציון הקדוש גלייך צום מלוה מלכה זאל, און ביים אריינקומען האב איך טאקע געהערט מוזיק פון די קלעזמער ארקעסטרע וואס מען האט באשטעלט, און געזען ווי דער גאנצער עולם כמעט זיצט ארום די טישן און מען איז פארטיפט אין סעודת דוד מלכא משיחא.

איך האב נאך גארנישט טועם געווען זינט שלש סעודות ארום פיר שעה פריער, ניטאמאל א גלעזל חמין במוצאי שבת האב איך שוין פארכאפט, אבער איך קען מיך נישט אראפזעצן צו סעודת מלוה מלכה איידער איך געב מיך אביסל אויס פון די איבערלעבעניש וואס איך האב נארוואס געהאט ביים ציון הקדוש. איך האב געגעבן א רוף אויס ווער עס וויל קומען טאנצן מיט מיר, און דער דאיען שליט"א האט גלייך געזאגט "הנני". אזוי האב איך מיך אנגעכאפט אין דעם דאיען און געלאפן אהין און צוריק לענגאויס דעם לאנגן צימער, ווען דער גאנצער עולם זינגט מיט מיר דעם באקאנטן זמר'ל "האסט גע'פועל'ט אלעס גוטס"...
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

Wowow דאס הייסט א קאפיטל!!!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
burich mechel
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:10 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך burich mechel »

גאר רירענד
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

וואף!!
האסט מיר צירוק געטראגן אפאר יאר צירוק דארט צומ ציון פונעם אור שבעת היומים.

הערליך שיין באשריבן
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

שוין אפאר מאל אנגעפאנגן צו שרייבן א תגובה אבער איך ווער פארהאקט,
נישט דא קיין ווערטער
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

בדרך אפשר האט געשריבן:שוין אפאר מאל אנגעפאנגן צו שרייבן א תגובה אבער איך ווער פארהאקט,
נישט דא קיין ווערטער

גא"מ.

באמת.

רירנד ביז גאר.
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

ש'פארוואס אבער איך האב מיך היינט גענומען ליינען דעמעשכול

קוט אויס זייער אינטערסאנט
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מורא'דיג כ'בין מלא התרגשות

הערליך אראפ געלייגט

שפראכלאז

ייש''כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אוי לכאורה!! אזאנס אראפצושרייבן און איבערגעבן, האסט מיר ממש בארירט.

דער מצב איז דאך נורא נוראות, א דאנק פון טיעפן הארצן פארן עס ארויסגעבן און איבערגעבן!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

דאס איז א תגובה וואן אוף עי קיינד! א גרויסע דאנק.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
זלאטניק
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 1:11 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זלאטניק »

טרערן.....

מיין באזוך אין ליזענסק טרעף איך דא
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אין מילין

בנוגע די קבר פון אפטא רב האב איך געהערט אז דאס איז ארגינאל און געדינט אלץ סימן ווי בערך די בעש"ט איז נטמן, אפטא רב האט געבעטן אז מ'זאל אראפגראבן ד' טפחים ווייל ער שפירט אז ער איז נישט ראוי צו ליגן אין איין אוהל מיטן בעל שם און די ד' טפחים במקום מחיצה
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

שפראכלאז!!

ברויך מיר זיך טאקע א נעם טון צום קומענדיגע נסיעה...
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אה, ארחיקה האט שוין מגיב געווען... מ'קען שוין גיין ווייטער...

יישר כח אלע באדאנקער, סיי ברבים און סיי אין אישי (עטליכע האבן מיר געשריבן אין אישי - איינער אויף טעקסט - אז איך האב זיי געמאכט וויינען... איך האב דאס נישט געפרואווט צו טון, אבער עס איז אלעמאל געזונט אן ערליכע געוויין, זאל מען פועל'ן אלעס גוטס).
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אויף א סקרין וויין איך נישט ביי א מצבה יא יא

אבער ס'איז געוועהן זייער זייער הארציג
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

לכאורה האט געשריבן:אה, ארחיקה האט שוין מגיב געווען... מ'קען שוין גיין ווייטער...

אגרי!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”