טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח שלמה

דערמאנסט מיך טאקע צו רעדן פון די געטראנקען, כ'האף צו געדענקן דאס צו ערווענען ביים קומענדיגן קאפיטל
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

לכאורה האט געשריבן:יישר כח שלמה

דערמאנסט מיך טאקע צו רעדן פון די געטראנקען, כ'האף צו געדענקן דאס צו ערווענען ביים קומענדיגן קאפיטל

האסטעך שוין גערעדט פון סטאווי און רינדעכיג.
וואס נאך איז דא צו רעדן פון די געטראנקען?
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

לכאורה האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:באגב, די רביצין האט מסתמא צוגעשטעלט חמשה עשר אויבסט מער פון וויפיל אלעקסיי אין בארדיטשוב, ווייל רוב ציבור האט געהאקט א סעודה אויף דעם וגם אני בתוכם. קוק וויפיל פיצא ס'געבליבן ...

געב טאקען איבער א יישר כוח.

דו האסט מסתמא נישט באמערקט דעם ריזיגן פולגעדעקטן טיש מיט אויבסט ביי די וואנט הינטער די אויבנאן אין בארדיטשוב, כ'שטעל מיך פאר אז דו ביסט געווען אזוי אריינגעטון אינעם שטיר אדער אנגעשטאפטע גאנז אז דיין האלז האט זיך נישט געקענט דרייען אהונטער... דארט איז געווען צוגעגרייט פירות פון אלע סארטן, פרישע און געטריקנטע, פאר מער ווי א פאלק סאלדאטן.

פיין געדענקעכעס, ס'אט מיך אפילו געבאדערט ווי די אוקריינישע העלפערס מאכן דארט א יד אחת. כאנאך אראפגעראטעוועט אפאר געבראטענע וואלנאטס. טאקע וועגן דעם האבעכעס דערמאנט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

לכאורה האט געשריבן:האט איינער פון די מיטרייזנדע ספאנטאן אנגעהויבן זינגען א זמר'ל וואס איז פונקט דאן באקאנט געווארן אין די גאס. דער ניגון איז גראדע אן אלטער (לויט סטאוויא: א קאסאניער, וואס וויזניץ האט אדאפטירט אלס אייגנס), וואס ווערט אפט געזינגען אין שולן אויף "לא תבושי", אבער איז לעצטנס אדאפטירט געווארן אלס "לימנובער הימנע", ווען עס איז געווארן ביי א געוויסע 'שבתון' צוגעטשעפעט דערצו ווערטער בנוגע קהל לימנוב און זייער רב שליט"א. (דא קענט איר הערן דעם ניגון נאך די ימי הספירה: https://drive.google.com/file/d/15lZs-r ... 3GoIM/view) איינער האט זיך געגעבן א צעזינג דעם תנועה'לע, און ווי א פאקל אויף טריקענע דערנער האט זיך דער געזאנג געגעבן א שפרייט אויס איבער'ן גאנצן באס אויף די העכסטע טענער, ווען איך הייב אן טראכטן ביי מיר אין הארץ אז איך דריי מיך צוריק... איך בין נישט געקומען אזא ווייטע נסיעה צו זיך אונטערהאלטן מיט אזעלכע סארט ניגונים...

ס'איז די ערשטע מאל איך לאך זייט דאנערשטאג נאכט..
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אין די הויף פונעם קיעווע שוהל געפינט זיך אויך א כשר'ע רעסטעראונט, א הכנסת אורחים, א הערליכע מקוה, און מאשין מצות פאבריק
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

שכח מנהל פארן ממשיך זיין
זעהט זיך אויס אז אייער בית מושב איז שויו געווען נאמב פון זיצן עטליכע וואכן אין פיאכעלע אז איר ערווענט נישט די שדים טאנץ פון די אוקריינע ראודס
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ס’ווערט שוין ערענסטער ס’מצב מ’באטרעטמער שוין דעם איראפעאישן באדן...
יישר כח גאר אונטערסאנט און צוקער’דיג יעדע דעטאל...
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

שמערי בערי האט געשריבן:אוקריינא'ער באאמטע האבן מאביליזירט א קאמאנדא איינהייט נאכקצוקוקן א מעגליכע פאטענציעלע אקציע וועלכע ווערט געוועבט, נאכ'ן פאלן אויף א סוספיציע פון א גרופע שווארץ-געקליידעטע מענער מיט גרויסע בערד (אה יע..) וועלכע זיצן שוין פאר עטליכע וואכן פארנט פון קיעווער לופטפעלד אין א ספעציעלן טענדער, ערוועקנדיג א חשד אז מי יודע וואס מ'פלאנירט דארט.
ריפארטינג לייוו פון די פריזינג עירפארט אין אוקריינא, די קעלט ציפט ממש דא...

שמערי (כ'מיין אז ביזט עס געווען) איז אויסגעגאנגן פון קעלט דארט אויפן גאס, האט ער גענומען עטליכע מאסקעס און זיי צאם געבינדן איינס צום צווייטן און עס אנגעטון ווי א שאל.
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

sheetrock האט געשריבן:
שמערי בערי האט געשריבן:אוקריינא'ער באאמטע האבן מאביליזירט א קאמאנדא איינהייט נאכקצוקוקן א מעגליכע פאטענציעלע אקציע וועלכע ווערט געוועבט, נאכ'ן פאלן אויף א סוספיציע פון א גרופע שווארץ-געקליידעטע מענער מיט גרויסע בערד (אה יע..) וועלכע זיצן שוין פאר עטליכע וואכן פארנט פון קיעווער לופטפעלד אין א ספעציעלן טענדער, ערוועקנדיג א חשד אז מי יודע וואס מ'פלאנירט דארט.
ריפארטינג לייוו פון די פריזינג עירפארט אין אוקריינא, די קעלט ציפט ממש דא...

שמערי (כ'מיין אז ביזט עס געווען) איז אויסגעגאנגן פון קעלט דארט אויפן גאס, האט ער גענומען עטליכע מאסקעס און זיי צאם געבינדן איינס צום צווייטן און עס אנגעטון ווי א שאל.

דו ביסט געווען ביים נסיעה? :roll: :roll:
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שיין, דער גיבט מיר אפעטיט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

סאכדעס האט געשריבן:באגב, די רביצין האט מסתמא צוגעשטעלט חמשה עשר אויבסט מער פון וויפיל אלעקסיי אין בארדיטשוב, ווייל רוב ציבור האט געהאקט א סעודה אויף דעם וגם אני בתוכם. קוק וויפיל פיצא ס'געבליבן ...

געב טאקען איבער א יישר כוח.

וואס איז דאס אויבסט ?
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

קענענן מיר ערווארטן א המשך היינט??
מיר דארשטן!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

גדל האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:באגב, די רביצין האט מסתמא צוגעשטעלט חמשה עשר אויבסט מער פון וויפיל אלעקסיי אין בארדיטשוב, ווייל רוב ציבור האט געהאקט א סעודה אויף דעם וגם אני בתוכם. קוק וויפיל פיצא ס'געבליבן ...

געב טאקען איבער א יישר כוח.

וואס איז דאס אויבסט ?

שיין קוקן מיר אויס, אויפגעשטאנען א דור וואס ווייסט נישט וואס אויבסט מיינט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

ביי דע וועי כ’האב קיינמאל נישט געוויסט ביז די נסיעה, אז פיצא איז שטארק געאייגענט במקום סעודה...
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

קרייסלער האט געשריבן:
גדל האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:באגב, די רביצין האט מסתמא צוגעשטעלט חמשה עשר אויבסט מער פון וויפיל אלעקסיי אין בארדיטשוב, ווייל רוב ציבור האט געהאקט א סעודה אויף דעם וגם אני בתוכם. קוק וויפיל פיצא ס'געבליבן ...

געב טאקען איבער א יישר כוח.

וואס איז דאס אויבסט ?

שיין קוקן מיר אויס, אויפגעשטאנען א דור וואס ווייסט נישט וואס אויבסט מיינט

נא לערן דעם יוגנט
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

גדל האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
גדל האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:באגב, די רביצין האט מסתמא צוגעשטעלט חמשה עשר אויבסט מער פון וויפיל אלעקסיי אין בארדיטשוב, ווייל רוב ציבור האט געהאקט א סעודה אויף דעם וגם אני בתוכם. קוק וויפיל פיצא ס'געבליבן ...

געב טאקען איבער א יישר כוח.

וואס איז דאס אויבסט ?

שיין קוקן מיר אויס, אויפגעשטאנען א דור וואס ווייסט נישט וואס אויבסט מיינט

נא לערן דעם יוגנט

די ארגינעלע טייטש איז פרוכט.
עס פלעגט אזוי אויך גענוצט ווערן בכלל פאר 'גוטע זאכן' א שטייגער ווי 'די מאמע טיילט שבת אויבסט'. איי געס 'גוטע זאכן' האט נאר געקענט מיינען פרוכט.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ארחיקה נדד האט געשריבן:קענענן מיר ערווארטן א המשך היינט??
מיר דארשטן!

א גלעזל וואסער קען העלפן?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

סאכדעס האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:קענענן מיר ערווארטן א המשך היינט??
מיר דארשטן!

א גלעזל וואסער קען העלפן?

ענדערש סעלצער
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

טענקס כורא פאר די אפדעיטס. ליינט זיך זייער געשמאק.
מען קען זאגן ממש ווי א לכאורה טאג-בוך...

לכאורה האט געשריבן:האט איינער פון די מיטרייזנדע ספאנטאן אנגעהויבן זינגען א זמר'ל וואס איז פונקט דאן באקאנט געווארן אין די גאס. דער ניגון איז גראדע אן אלטער (לויט סטאוויא: א קאסאניער, וואס וויזניץ האט אדאפטירט אלס אייגנס), וואס ווערט אפט געזינגען אין שולן אויף "לא תבושי", אבער איז לעצטנס אדאפטירט געווארן אלס "לימנובער הימנע", ווען עס איז געווארן ביי א געוויסע 'שבתון' צוגעטשעפעט דערצו ווערטער בנוגע קהל לימנוב און זייער רב שליט"א. (דא קענט איר הערן דעם ניגון נאך די ימי הספירה: https://drive.google.com/file/d/15lZs-r ... 3GoIM/view) איינער האט זיך געגעבן א צעזינג דעם תנועה'לע, און ווי א פאקל אויף טריקענע דערנער האט זיך דער געזאנג געגעבן א שפרייט אויס איבער'ן גאנצן באס אויף די העכסטע טענער, ווען איך הייב אן טראכטן ביי מיר אין הארץ אז איך דריי מיך צוריק... איך בין נישט געקומען אזא ווייטע נסיעה צו זיך אונטערהאלטן מיט אזעלכע סארט ניגונים...

בינעך ב"ה געווען אויף א כא אדר נסיעה מיטן רב צוויי יאר צוריק, איז די ניגון געווען די - מען קען זאגן - הימנע פונעם נסיעה...

"איי לימענעווע רב, לימענעווע רב, איז א גרויסע צאהאדיק. לימענעווע רב! לימענעווע רב! איז א גרויסע צאהאדיק... "

איי נאסטאלגיע!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך קען דאס ממש נישט פארשטיין
ווען איינער זאל מאכן אזא ניגון אויף מיר, נעם איך דעם נעקסטן פליגער אויף צוריק
כ'שטעל מיך פאר דער רב שליט"א ארבעט אויף מדת הסבלנות, אנדערש פארשטיי איך דאס ממש נישט
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

נאר סבלנות?!
ווען דו וואלסט נאר געזעהן ווי דער רב מאכט מיט די האנט תנועות (וועלכע האבן ווארשייינליך געבעטן די ציבור צו נידערען די התרגשות צום ניגון ודי...)

דער רב ארבייט אויף א רייע מידות'ער, און מיט סוקסעס ב"ה...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

נא אפשר א גנאדע הרב לכאורה?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

העמיר זען, דערווייל האב איך נאך ארבעט אויף היינט
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

לכאורה האט געשריבן:העמיר זען, דערווייל האב איך נאך ארבעט אויף היינט

היינט?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ראש חודש סיון תשפ"א - המשך טאגבוך נסיעה שבט תשפ"א

האלטן מיר דא אין קיעוו, דער עולם גראדט זיך אויס די גלידער אביסל נאכ'ן פארן בערך א שטונדע מיט'ן פאיאכעלע. מאנכע כאפן א מקוה, אנדערע לויפן אריין אינעם פיצא בעקעריי דערנעבן, און דער פארוואלטער איבער די קאפצאל - דער ראש הקהל ר' שמערי בערי - שוויצט ווי א טערק און פארפירט אז מען פארלירט טייערע צייט, און מען דארף זיך שוין שוין נעמען פארן ווייטער אויב מען וויל נישט שפעטער דארפן ארויסנעמען שטעט און קברים פונעם טאגס ארדענונג.

ענדליך זיצט דער עולם אויף די ערטער און מען לאזט זיך אין וועג אריין. די צוויי אוקריינער מנהיגים זיצן פון פארנט [איינער צו רעכטס, אויף אזא 'דזשאמפ סיעט' - א שטייגער ווי די סטוערדס האבן אויפ'ן פליגער]. זיי פלעטקענען אפ צווישן זיך רוב צייט, אבער פון צייט צו צייט גייט איינער פון זיי צום שטיבעלע וואס זיי האבן אונטן פונעם באס, מיט א געלעגערל אויסצוגראדן די ביינער. אויך ווען עס דאכט זיך זיי אז יעמאנד פון די רייזנדע פארלעצט איינע פון די ארום צען תקנות וואס שטייען כתוב וחתום אויף אלע ווענט פונעם פאיאכעלע, א שטייגער ווי ארויפברענגען א רענצל און שטעלן אין די 'אווערהעד', וועט איינער פון זיי קומען צו גיין מיט א שטרענגקייט און סטראשענען אויף אוקרייניש ביז די ציין וועלן אים ארויספאלן.

אונזער פארזיצער ר' ארחיקה, האט באשלאסן אז דער נסיעה וועט זיין רואיגער ווי נאר די מנהיגים וועלן ווערן אונטערגעווישט מיט לא יחרץ געלט, און ביים ערשטן עסק ביש וואס האט זיך געמאכט אויפ'ן באס (דער בית הכסא האט זיך מיסטעריעז פארשטאפט נאך א באזוך פון איינער פון אונז, אויפ'ן וועג צווישן קיעוו און בארדיטשוב - א פאקט וואס האט ארויסגענומען דעם פלאץ פון באנוץ מער-ווייניגער ביז ענדע נסיעה, ווייל ווער וויל דען זיין דער קומענדיגער גורם פאר א פארשטאפטע בית הכבוד, וואס דער געשטאנק דערפון קומט גלייך ארויף צום עולם...), האט ער ארויסגענומען גלאטע מאה'קעלעך אין גרינס און זיי דערלאנגט, און דאס האט זיי געהאלטן שטיל - כמעט שטיל צו זיין אויפריכטיג - ביז מיר האבן פארלאזט דעם פאיאכעלע צום לעצטן מאל. אוי האט ער געכאפט אויפ'ן קאפ דערפאר פון זייער אנפירער ר' אלעקסיי, ווייל דאס עפנט זיי דאך די אויגן און זיי וועלן העכערן זייערע פרייזן. אבער ר' ארחיקה איז נאך יעצט ביי דער מיינונג אז ער האט יא גוט באהאנדלט די זאך.

דער וועג פון קיעוו קיין בארדיטשוב דויערט א גוטע 2-3 שעה, און דא זענען מיר שוין געשטאנען אין די שפעטע מיטאג שטונדן. האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה אויפ'ן באס, צו מאכן זיכער אז מיר פארפאסן נישט דעם צייט פון דאווענען. איך געדענק נישט ווער דער בעל תפילה איז געווען, און עס ליגט מיר אויך נישט אין קאפ אויב איך האב געדאוונט זיצנדיג אויפ'ן ארט אדער שטייענדיג, אזויפיל געדענק איך אז איך האב מיך געפריידט אז מען גייט טאקע דאווענען, נאכדעם וואס איך האב שוין לאנג בעפאר געהאט געבעטן מען זאל דאס טון. (ווען מיר האבן ווען דעם קאפ אויפ'ן פלאץ, דאוונט מען אין קיעווער שול, אדער נאך פריער, ביים לופטפעלד אין א ווינקל, וואלט מען נישט געדארפט דאווענען אויפ'ן טאנצענדיגן באס וואס טרעמפלט ארום אויף די אוקריינער שאסייען).

וויבאלד דער וועג איז געווען זייער לאנג, האבן די רויכערער - און אויך עטליכע וואס זענען געווארן דורשטיג - פארלאנגט און באקומען אן אפשטעל אונטערוועגנס ביי א גאז סטאנציע. שוין א וויילע בעפארדעם האט איינער פון די רייזנדע זיך נעבעך געבעטן ווי א גזלן צו די מנהיגים אז ער איז אן ערנסטער נצרך ל... און מען דארף מאכן אן עמערדזשענסי לאנדונג ביים נאנטסטן סטאנציע, אבער ווען פון סעקונדעס איז געווארן מינוטן האט יענער באשלאסן צו כאפן דעם לאקאלן שטיבל אונטן פון באס, ויצא העגל הזה... דאן האט פאסירט די אויבנדערמאנטע קורצשלוס אין די פלאמבינג סיסטעם... לשבחו איז יענער תיכף געקומען איינמעלדן פאר די מנהיגים אז דער שטיבל איז ארויס פון באנוץ, און דאס האט אויך געהאלפן די דרייווערס באשליסן אז מען זאל זיך טאקע יא אפשטעלן ביי א גאז סטאנציע וואו דער איבעריגער עולם וועט ערלעדיגן די געברויכן.

לאמיר א רגע רעדן איבער די געטראנקן פונעם באס וואס האבן נישט פארמאגט קיין אלקאהאל. די מסדרי הנסיעה וואס האבן אינזין געהאט אלעס, און טאקע ממש אלעס, האבן צווישן אנדערע אויך מיטגעברענגט אמעריקאנער קאווע שטויב, אלע סארט צוקער און ערזאץ, און דער דאיען האט מיטגעבראכט פלעשלעך מילך (וואס זענען עפעס געבליבן אונטערוועגנס). אויפ'ן פיאכעלע איז געווען א פערקיולעיטאר (איך ווייס נישט אויב דאס האט ארחיקה צוגעשטעלט, אדער אלעקסיי, אבער ס'איז מיר געפאלן דער רעיון). דארף מען דאך אבער האבן וואסער אנצופילן דעם קעסל, האט מען דאס אויך ערלעדיגט ביים זיך אפשטעלן אין גאז סטאנציע. מ'האט איינגעהאנדלט פאר'ן עולם אזעלכע ריזיגע פלעשער וואסער וואס האט געדינט סיי פאר'ן קאווע און סיי סתם אזוי צו טרינקען דא און דארט. מען האט זיך אויך איינגעהאנדלט דארט פיינע סאדע וואסער (סעלצער). און דאכט זיך אז איך האב געהערט שמועסן אז ערגעץ אינצווישן האט מען בטעות געלייגט סעלצער אינעם קעסל אנשטאט די וואסער... אבער קיינמאל קיין ערגערס, ספארקלינג קאווע איז נישט קיין שרעקליכע זאך. [איין אזא ריזיגע פלאש וואסער האט קונה שביתה געווען איבער שבת אין מיין צימערל אין מעזיבוז, און איך האב מיך גאנץ פיין מחי' געווען דערמיט. הגם איך בין געווען היבש אנגעלאדנט מיט געקויפטע געטראנקן, א שטייגער ווי קאפאטשינא, קענס סאדע און אנדערע סארט דרינקס, אבער פשוט'ע וואסער איז צומאל דאס בעסטע, און אייביג דאס ביליגסטע...]

יעצט א פערזענליכע נאטיץ: איך האב נישט געטרינקען קיין קאווע אונטערוועגנס, נישט פון די קעסל און נישט די קאלטע פונעם רענצל, ווייל זייענדיג איבערגעמידעט האב איך נישט געוואלט פארמאגן קאפיען אינעם סיסטעם, מען קען דאך נישט וויסן ווען מען וועט זיך וועלן געבן א שפאר אן אויף א דרימל, און עס קען געשטערט ווערן דורך קאפיען. איך וועל קיינמאל פארגעסן אן עפיזאד וואס איך האב מיטגעלעבט אלס קינד: איך בין געפארן מיט מיין טאטען שליט"א קיין טאהש אויף א חתונה, ער האט געדרייווט דעם גאנצן וועג ארויף, און זיך צו האלטן וואך האט ער געטרינקן שטארקע קאווע (די פארגייער פון די היינטיגע דזשעי און דזשעי קאפאטשינא האט מען שוין געקענט קויפן אין די געשעפטן). מיר זענען געפארן פון פארטאגס ביז חצות היום, און אנקומענדיג האט מען זיך אראפגעלייגט צו שעפן כח פאר די חתונה נאכט. אבער דער טאטע האט זיך נעבעך געוואלגערט אין בעט פון איין זייט צום צווייטן און ממש נישט געקענט פארמאכן קיין אויג - ער האט דאס תולה געווען אין די שטארקע קאוועס, און זינט דאן געבט מען גוט אכטונג דערויף.

פון מיטוואך אינדערפרי אדער נאכ'ן דאווענען ווען איך האב גענומען א קאווע אין שטוב (אדער אין שול), האב איך נישט טועם געווען דעם טעם פון קאווע ביז שבת קודש פארטאגס, ווען איך האב געהאט צוויי קאוועס אינעם "היכל בעל שם טוב". די נעקסטע קאווע איז געווען מוצאי שבת ביי מלוה מלכה, און דאן מאנטאג פארטאגס ביים לערנען מיט מיין בחור א בלאט גמרא תוס' אינדערהיים (נישט געווען קיין ישיבה יענעם טאג צוליב א שניי שטורעם). און ב"ה איך האב נישט געשפירט קיין שום קאפוויי וכדומה אלס רעזולטאט פון די מאנגעל אין קאפיען.

ווען דער באס האט זיך אפגעשטעלט ביים גאז סטאנציע און דער עולם איז אפגעשטיגן צו אויסגראדן די ביינער און שווארץ מאכן די לונגען (און איינקויפן געטראנקן ווי געזאגט), האב איך מיך געגעבן א כאפ אריין אין דעם הכנות שטיבל פון די גאז סטאנציע געשעפט, מיט'ן חשבון צו קונה שביתה זיין און בארואיגן דעם מאגן וואס האט ליארעמט אז עס הערשט דארט א שטיקל איבערפלוס. איך האלט צו די נאז, שליס צו דעם שטיבל, און איך באמערק אז עס פארמאגט נישט קיין 'הוק' און דאס גלייכן צו הענגען דערויף דעם רעקל און טלית קטן... אויסערדעם האט מיר אנגעכאפט א שטיקל איבל פון מאכן א מושב אויף אן ארט וואו איוואן און באריס מיט אלע שווארצע יאר זיצן כסדר, און איך האב שיינערהייט צוריק אנגעטון דעם רעקל, און צוריק אריין אין פרעה מאוד פאר נאך א שעה צייט... (נעם אין באטראכט, עס איז שוין געווען ארום צען אזייגער צופרי ניו יארק צייט, א גוטע 21 שעה זינט מיין לעצטע ערנסטע אשר יצר ודי, אבער די מפונקות האט זיך געשטארקט און איך בין צוריק ארויף אויפ'ן באס מיט א בטן מליאה).

נו שוין, גענוג גערעדט פון די הכנות למצוה, מ'דארף שוין צוקומען צו די מצוות גופא. דער עולם איז צוריק אויפ'ן באס, און ר' ארחיקה נעמט די מיקראפאן און הייבט אן טיילן כיבודים. ער איז מקדם דעם עולם בברכה, און וויל איך זאל נעמען דאס ווארט. איך בין געווען עטוואס צוגעגרייט, אבער אין די פאר קורצע שעה וואס איך האב אוועקגעגעבן פאר זיך פארקוקן צום רעדן, האב איך קוים עספיעט צו זאמלען אביסל חומר אויפ'ן מייסד החסידות דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, און איך האב דאס געוואלט אוועקלייגן אויף שפעטער, ווען מ'וועט שוין האלטן נאנטער צו מעזבוז. דערווייל האט מען מכבד געווען א צווייטן איד צו רעדן וועגן בארדיטשוב, און הפלא ופלא, דער איד האט געהאט צו דערציילן פערזענליכע עפיזאדן איבער'ן שטאט, נאכדעם וואס ער איז דארט אן אפטער גאסט, און האט שוין אפילו געוויילט דארט אויף א חג הפסח מיט זיין פאמיליע און געפירט א סדר פאר די צענדליגער אידעלעך פונעם גאנצן אומגעגנט. ער האט פארציילט די גאנצע השתלשלות הדברים וויאזוי ער איז אנגעקומען דאס צו טון, און האט איבערגעגעבן רירנדע עפיזאדן פון די תמימות'דיגע אידעלעך און זייער מסירת נפש פאר אידישקייט נאך צענדליגער יארן פון קאמוניזם. הכלל, עס איז געווען וואס צו הערן.

האלטנדיג נאנטער צו די הייליגע שטאט בארדיטשוב, האט דער עולם אנגעהויבן זינגען די ניגונים פונעם הייליגן צדיק רבי לוי יצחק בן שרה סאשא זי"ע. סטאוו יא האט פארשטייט זיך געפירט דעם רעדל, האלטנדיג אין די האנט א כלי אויפגעמישט צו די אומבאקאנטע ווערטער פון די ניגונים (אויסער "רבונו של עולם לאמיר מאכן א בייט", וואס דאס קען דער עולם פון אויסנווייניג על פי רוב), עס האט געהערט א שטיקל התעוררות און ערנסטקייט ווען דער נסיעה האט זיך געהאלטן ביים אריינריקן אין די ערשטע שטאפלען פון די "השתטחות על קברי צדיקים" פאזע, ווען מען האפט צו פועל'ן אלעס גוטס פאר זיך און פאר אלע משלחים פון איבער'ן ים און גאנץ כלל ישראל.

די דרייווערס האבן עפעס פארשטאנען פון אונז אז מיר ווילן גלייך צופארן צום ציון הקדוש פונעם קדושת לוי, און מיר זענען שוין געווען ממש אויפ'ן ארט, ווען א באפעל איז געקומען פון אלעקסיי און איז איבערגעגעבן געווארן דורך ארחיקה, אז די פארוואלטער פון דער הכנסת אורחים שטייען שוין גרייט א לענגערע צייט מיט אונזער וועטשערע, און עס איז נישט מער ווי מענטשליך אז מיר זאלן די ערשטע זאך צופארן אהין און אפעסן דעם סעודה גדולה וואס זיי האבן אנגעראכטן, און הערשט נאכדעם וועט מען צופארן צום ציון הק', שוין מיט מער ישוב הדעת נאכ'ן זיך דערכאפן דאס הארץ.

מען האט טאקע פארקירעוועט דעם באס אין ריכטונג פונעם הכנסת אורחים וואס געפונט זיך א שטיקל שטרעזל פון ארום 5 מינוט אוועק פונעם ציון, און מען איז אנגעקומען צום היימישן ישוב אין בארדיטשוב ארום די צייט וואס דער נאכט איז צוגעפאלן. דער פלאץ איז ארומגעצוימט, און א הינטל היט ביים טויער. מיר זענען אפגעשטיגן און צוגעוויזן געווארן דורך אונזער מכניס אורח (ר' נחום מארקאוויטש, א באקאנטער פיגור דארטן) צו אריינגיין אינעם עסזאל און זיך וואשן צו א סעודה.

דער עולם האט זיך צוביסלעך אראפגעשארט פון די באסעס, ווען איך שפאן פאראויס מיט העפטיגע טריט. ניין, נישט צו די רייכע מאלצייט זענען מיינע טריט געוואנדן... דאס האט צייט אביסל שפעטער אויך. די ערשטע דארף מען מקיים זיין די הלכה פון רמב"ם (הל' דעות פ"ד ה"ב) "ולא יאכל עד שיבדוק עצמו יפה יפה שמא יהי' צריך לנקביו". און ווער רעדט נאך ווען דאס איז ווייט פון א שמא... האב איך מיך אריינגעשארט אינעם ערשטן ליידיגן צימערל, און געלאזט דעם עולם טון וואס זיי באגערן פאר א לענגערע וויילע.

המשך יבא אי"ה
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”