טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הרב לכאורה

ייש"כ נאכאמאל פאר די פיינע ווארע אין מאכטס מיר עכט א קנאת סופרים.....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

הרגשה האט נישט דייקא מיט א ענין, יעדער לויט ווי סאיז ביי אים פועל סאיז דא וואס איז ביי זיי פועל דאס אנרירן און סאיז דא וואס נישט
שמחה מתוך שמחה
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 4:58 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה מתוך שמחה »

בשבילי נברא האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:אודאי, מ'ווייסט פון די אלע זאכן.

די נקודה איז, וואס מיינט "השתטחות"?

דווקא אויף די מצבה? סתם קומען סמוך למקום קבורתם און מתפלל זיין הייסט נישט "השתטחות"?

א מצבה וואס מ'האט געמאכט 100 יאר אדער 500 יאר נאך די פטירה (כמו ברשב"י) הייסט אויך השתטחות אויף די מצבה?

א מציבה איז א מציבה! צו ס'איז געמאכט 500 יאר צוריק אדער מ'האלט נאך אינמיטן די שנה ראשונה מהקמתה, ווילאנג ס'איז די מצבת אבן על ראש הנפטר וואס איז דען די חילוק ווען מ'האט עס געלייגט? ניין?

אבער לעצם הענין, געדענק איך צו האבן געזען (כ'געדענק אבער נישט וואו) אז שטיין אינעם אוהל הייסט אז מ'איז ביים ציון, און נאך מער אויב מ'איז בתוך ד' אמות פונעם קבר, וואס דארטן איז התפילה יותר מקובלת.
כעין ווי דער חתם סופר זאגט (געזעהן אמאל ערגעץ אין די דרשות) אז ביי א לעבעדיגע צדיק איז שטיין בתוך ד' אמותיו א סגולה לקבלת התפילות.

און לגבי רעדן צום צדיק בשעת מ'איז זיך משתטח על קברו, זענען טאקע דא פארשידענע ענינים וואס ס'ווערט געברענגט אין די ספרים וויאזוי צוצוגיין צום ענין פון תפילה על קברי צדיקים. ס'איז דא וואס זאגן אז מ'טאר בכלל נישט רעדן צום נפטר, ווייל ס'קען אריינגיין אין כלל פון דורש אל המתים, נאר מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן בזכות הצדיק וואס ליגט דארט. איי פארוואס דארף מען דאן דוקא ארויסגיין אויפן פעלד צום קבר?! ווערט געברענגט אז ווייל די נשמה פונעם צדיק רוהט דארט, מילא איז עס א מקום מסוגל לקיבול תפילות.

אנדערע אבער זאגן יא אז מ'קען און מ'זאל געהעריג רעדן צום נפטר, נאר ס'זאל צוגיין אויף אן אופן פון בעטן די נפש/רוח/ונשמת הצדיק אז ער זאל איינרייסן ביים טאטן אין הימל פאר אונזער וועגן.

אלץ א מעשה רב, פלעגט הרה"ק ר' הערשעלע מ'ספינקא זי"ע אלץ נאכזאגן אז ווען ער פלעגט ארויף גיין מיט זיין זיידן הרה"ק בעל חקל יצחק מספינקא זי"ע צום ציון פון זיין טאטן דער אמרי יוסף זצ"ל, פלעגט דער חקל יצחק רעדן און זיך ווענדן צו זיין טאטן דער אמרי יוסף געהעריג כדבּר איש אל רעהו, ער פלעגט זיך אויסשמועסן מיט אים, אויסטענה'ן, אויסבעטן, כאילו ער שטייט פארנט פון אים בחיים חיותו.

לויט ווי איך געדענק האט ער עס געזאגט טאקע ווייל סאיז א טאטע מיט א זוהן וואס איז נישט נוגע סתם אזוי
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

שמחה מתוך שמחה האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:אלץ א מעשה רב, פלעגט הרה"ק ר' הערשעלע מ'ספינקא זי"ע אלץ נאכזאגן אז ווען ער פלעגט ארויף גיין מיט זיין זיידן הרה"ק בעל חקל יצחק מספינקא זי"ע צום ציון פון זיין טאטן דער אמרי יוסף זצ"ל, פלעגט דער חקל יצחק רעדן און זיך ווענדן צו זיין טאטן דער אמרי יוסף געהעריג כדבּר איש אל רעהו, ער פלעגט זיך אויסשמועסן מיט אים, אויסטענה'ן, אויסבעטן, כאילו ער שטייט פארנט פון אים בחיים חיותו.

לויט ווי איך געדענק האט ער עס געזאגט טאקע ווייל סאיז א טאטע מיט א זוהן וואס איז נישט נוגע סתם אזוי

לכאורה נישט ממש אזוי, ווייל ר' הערשעלע זצ"ל פלעגט דאס נוצן אויף צו זאגן פאר מענטשן וויאזוי צו מתפלל זיין ביי קברי צדיקים, זעהט יא אויס אז ער האט געהאלטן אז דאס איז דער אלגעמיינער וועג ביי אלע קברי צדיקים.

בכלל זעהט מען צום ביישפיל פון די מעשה פונעם ישמח משה וואס האט געשיקט מתפלל זיין ביים ציון פון ר"ר אלימלך (אדער אין לובלין ביי ר' שלום שכנא?) אז ער האט געהייסן פארן שליח זאל קודם אנצינדן א ליכט פאר די נשמה וואס וועט גיין מודיע זיין פארן צדיק אז אידן זענען געקומען מתפלל זיין אויף זיין ציון, פון דעם זעהט אויך אויס ווי ער האט געהאלטן אז מ'דארף קודם אראפרופן דעם צדיק אהער, אז נאכן אראפקומען דא זאל מען אים קענען בעטן פערזענליך אלע בקשות.

פארשטייט זיך מ'קען זאגן אנדערש אויך, אבער אויבן אויף זעהט עס אזוי אויס פון די מעשה רב פונעם ישמח משה זצ"ל.
---
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עס איז מיר אינטערעסאנט געווען פריער צו באקומען אפאר שורות פון א "כהן" וואס איז מיטגעווען אויף דער נסיעה, ער שילדערט אז טראץ וואס זיי זענען געשטאנען אין די גאס, היבש ווייט פונעם ציון הקדוש, איז דער התעוררות ביי זיי געווען גאר שטארק, וזה לשונו:

"געווען בכיות אינדרויסן. זיך אויסגעגאסן דאס הארץ צום באשעפער ער זאל אונז באגליקן מיט אלעס גיטס בזכות דער גרויסן צדיק.

די הענט איז מיר געווארן געפרוירן אין די נאניע האט געטון זיינס.. גיי טרעף טישוס אין די פארווארפענע אוקראינע אבער דאס הארץ איז געווען ווארעם ברוך השם.

בארדיטשעוו האבעך געהאט די גרעסטע התעוררות. אפשר אויך ביים בעל שם תיכף פארן ארויפגיין אויפן באס ביים פארלאזן מעזביזש"
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער שיין
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יאך בין נישט קיין כהן דערווייל (האסט פארגעסן די גאנצע סומאטוכע ווען דעי כהנים זענען קודם געקומען אויפ'ן בריקל ווען יאך האב געמיינט אז ס'יז א כיפין על גבי כיפין בריק. נאכ'ן זיך פארבינדן מיט הילל כהן איז דער עולם צוריק אראפ. ) און כ'קען זאגן אז די התעוררות איז געווען עד להפליא אין בארדיטשוב.
ואגב נישט באמערקט ביז איצט די צוויי פארזעצונגען, זינט לעצטענס קומט דא נאר צו בקשות און דרישות וואס איז א שאלה פון דורש זיין אל המתים...

יאשר כוחך.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

רעים האט געשריבן:
אינטרעסאנט גראדע די מ"י ברענגט בשם הרה"ק מסאטמאר אז די גאנצע ענין פון הליכה לקברי צדיקים איז נאר פאר גדולים און צדיקים וואס פארשטייען סודן של הדברים...

ווער אידער מ"י?
__
ס'ידוע, די רבי אין על הגאולה ערגעץ ארום סימן ק"י..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

Kollel האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:
אינטרעסאנט גראדע די מ"י ברענגט בשם הרה"ק מסאטמאר אז די גאנצע ענין פון הליכה לקברי צדיקים איז נאר פאר גדולים און צדיקים וואס פארשטייען סודן של הדברים...

ווער אידער מ"י?
__
ס'ידוע, די רבי אין על הגאולה ערגעץ ארום סימן ק"י..

דער מנחת יצחק
--
ליידער קען נישט על הגאולה
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

אין ליכט פון דאס

לכאורה האט געשריבן:צ/ק
לעצטע צוויי טעג שרעקליך ווינציג געארבעט


ווילן מיר בעטן די מנהל זאל ביטע אוועקרייסן פון זיין טייערע צייט און ווייטער שרייבן דא.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
גרינע בלעטעלע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 1:24 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בלעטעלע »

בעל מדרגה האט געשריבן:אין ליכט פון דאס

לכאורה האט געשריבן:צ/ק
לעצטע צוויי טעג שרעקליך ווינציג געארבעט


ווילן מיר בעטן די מנהל זאל ביטע אוועקרייסן פון זיין טייערע צייט און ווייטער שרייבן דא.

גא"מ
אויב שוין יא זאלן מיר שוין הנאה האבן

א גרויסן יישר כח פאר ביז אהער ס’איז זייער באלערנד און אונטערסאנט, מיט א פונקטליכקייט יעדע דעטאל, ממש ווי מ’איז אויפן פלאץ
א געזונטן זומער
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ערב שבת קודש פרשת חקת (ו' חקת) תשפ"א לפ"ק

מיר זענען אנגעקומען אין פולנאה 12:10 לאקאלע זייגער.

אין פולנאה איז דא א שיינע גרויסע באלויכטענע אהל, מיט גענוג און נאך פלאץ פאר אפילו א ריזן ציבור צו שטיין אינעווייניג. עס איז דא דארטן שענק מיט ספרים, בעיקר טאקע ספרי התולדות. ר' טוב ה' לכל - דער אקטיווער לערנער פון די הייליגע ספרים - האט ארויסגענומען איין ספר פון שענקל, און ביים אויפמישן צו אן אומבאשטימטע בלעטל האט ער פונקט אנגעטראפן אקוראט דער ענין וואס ער האט אויסגעשמועסט אונטערוועגנס - נישט די ערשטע אדער לעצטע השגחה פרטית וואס מיר האבן בייגעוואוינט ביי די נסיעה, בפרט אין די אנוועזנהייט פון ר' טוב ה' לכל, וועלכער לעבט מיט דיזע מושגים יעדע סעקונדע, אשרי עין ראתה כל אלה.

דא האט מען אפגעשמועסט צו אנהייבן ספר תהלים פון קאפיטל א', און זאגן ארום צען קאפיטלעך ביי יעדע מקום קדוש. קיין בעל תפילה איז ווייטער נישט געווען, הגם מאנכע האבן כסדר געשאנקן בליקן אין מיין ריכטונג ווי גלייך איך בין געדינגען געווארן צו אנפירן מיט אלע מעמדים. יעדע מאל באזונדער האב איך מיך פרובירט ארויסדרייען, אבער נישט אלעמאל איז עס געלונגען, און דאן האט מען יא פארגעזאגט די בקשות פון דעם יהי רצון וואס מען זאגט נאך תהלים, אינאיינעם מיט די י"ג מדות של רחמים (פון נאך חצות הלילה און ווייטער - כמדומה ביי פולנאה איז שוין געווען לאחר חצות). מ'האט אויך געצינדן ליכטלעך אויף דעם שיינעם מצבה שטיין וואס דעקט איבער דעם מקום קבורה פון די דריי צדיקים, ווי געשמועסט, דער הייליגער תולדות, ר' לייב מוכיח, און דער ארימער שניידער וואס ליגט אינדערמיט.

ביים ארויסגיין פון בית החיים, האט אונז אפגעווארט דער גוי וואס טוט אויפזיכטן דארט (כ'מיין אז שוין ביים אנקומען האט ער אונז אפגעווארט און געעפנט דעם טויער מיר זאלן קענען אריינגיין צום בית החיים). ער האט אונז צוגעפירט צו א כאטקע קעגנאיבער וואס געפונט זיך אונטער'ן אייגנטום פון "אהלי צדיקים", די ארגאניזאציע וואס האט אויפגעשטעלט דעם אהל הקדוש דא לשם ולתפארת. אין דעם כאטקע קען מען זיך וואשן די הענט מיט וואסער וואס האלט זיך נאך אינמיטן קאכן אויפ'ן אייוועלע וואס איז אריינגעבויעט אין די וואנט, און אויך קען מען איבערלאזן אשר יצר'ס.

משם נסעו, מען האט זיך ארויסגעלאזט אויף די גליטשיגע שנייאיגע וועגן, ווען פון הימל נידערט פרישע ברעקלעך שניי איבער אונזערע קעפ. דער קומענדיגער דעסטינאציע איז שפיטיווקא, מקום מנוחת הרה"ק ר' פנחס'ל קאריצער זי"ע. איך האב פונקט לעצטנס געליינט (אין 'די וואך אין שריפט' פון פסח, וואס איך ענדיג שוין כמעט...) אז יארן לאנג האט מען געמיינט אז ר' פנחס'ל ליגט אין דעם נייעם בית החיים, וויבאלד איינער האט דארט אויפגעשטעלט א מציבה לשמו ולזכרו בשעת דער אלטער בית החיים איז געווען אין געפאר פון צעשטערונג רח"ל. ביז הרב ישראל מאיר גבאי האט זיך גענומען דערצו, געפרעגט און גענישטערט און אפילו געגראבן אונטער דעם אלטן אנגעבליכן 'מציבה' בהיתר העדה החרדית, און מען האט זיך איבערצייגט אז דארט איז גארנישט דא, און הרה"ק ר"פ זי"ע ליגט אינעם אלטן בית החיים. מ'האט אויפגעזוכט די רעשטלעך יסודות פונעם אהל און אויפגעשטעלט א פרישע געביידע אויפ'ן ארט.

ווען מיר זענען אהין אנגעקומען, איז דער בית החיים געווען פארשלאסן. דאס איז געווען אונזער ערשטע דורכפאל אין דעם הינזיכט, ווייל ביי די פריערדיגע צוויי ערטער האט מען אונז תיכף אריינגעלאזט און מיר האבן ניטאמאל געדארפט ווארטן א קורצע וויילע צו קענען צוקומען צום מקום קדוש. מ'האט געווארט א מינוט-צוויי-דריי, און ווען מ'האט געזען אז דער ערל קומט נישט, האט מען אנגעהויבן צינדן ליכט אויף די שטיינערנע צוים וואס נעמט ארום דעם הייליגן אהל, אנדערע האבן געצינדן אויף די שניי דערנעבן, און שטייענדיג ממש אין די ד' אמות פונעם אהל, האט מען נישט געשפירט אזוי שלעכט צו זאגן די קאפיטלעך תהלים פונדרויסן.

ר' טוב ה' לכל איז אבער נישט געווען צופרידן, און זייענדיג צוגעוואוינט צו רעדן צום אויבערשטן און אויסשמועסן אלע זיינע באדערפענישן אויף אידיש, האט ער זיך געגעבן א רוף אן הויך: ר' פינחס, אידן זענען געקומען מתפלל זיין ביי דיין קבר, שפאר אויף די טויער מיר זאלן קענען צוקומען אינעווייניג. עוד הוא מדבר, בוכשטעבליך, און דער גוי וואס איז געשטעלט צו היטן דעם ארט איז אנגעקומען מיט זיין שליסל און צו אונזער גרויס איבערראשונג האבן מיר יא געהאט די זכיה צו אריינגיין אינעם אוהל און זיך משתטח זיין על הציון הקדוש. דער התעוררות איז געווען גרויס, ווען מיר האבן געהאט א שטיקל גלעט פון הימל וואס האט אונז מחזק געווען אז עפעס א כח האבן נאך אונזערע קליינליכע דיבורים, און אונזערע באזוכן ביי די צדיקים האבן קענטיג עטוואס א חשיבות אויבן, אז מען האט אונז ערלויבט איינטריט צו דעם צדיק אין געצעלט.

דאס פלאץ איז אבער זייער קליין, און קוים קוים וואס יעדער האט געהאט פלאץ צו שטיין ארום און ארום דעם קבר. מ'האט איבערגעצינדן ליכט פון פריש, זינט די דרויסנדיגע ליכטלעך האבן זיך שוין לאנג פארלאשן דורך די שניי און די קאלטע ווינט. די ליכט האט מען געלייגט אויף די פענסטער פונעם אהל, מיט די האפענונג אז דאס איז גענוג א פארזיכערט ארט. ביים ארויסקומען פון דארט, איז שוין געווען צוגעגרייט די באקאנטע ווארעמע שיסלעך וואסער מיט א טעפל, מ'האט זיך געוואשן די הענט, געגעבן א טאלער דעם שומר און זיך צוריק ארויפגעשארט אויפ'ן פאיכעלע, ווען דער קומענדיגער דעסטינאציע איז האניפאלי.

[היות איז וויל מאכן 'פריע שבת קודש', שטעל איך מיך אפ דא, כאטש דער קאפיטל איז גאנץ קליינליך - א גוט שבת, המשך יבא אי"ה]
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אה אזא מסי"נ אפי' ער"ש נאכמיטאג...
ייש"כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זי"ע ועכי"א
דער עצם דערמאנען די נעמען פין די צדיקים איז א גוטע הכנה צו שבת
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

ייש''כ, טאקע קורץ, אבער זייער שיין,
די השגחה פרטית איז מוירעדיג, (טוב ה' דארף ווען שרייבן אביסל מער,)
(ווער עס האט עס געליינט ער''ש קען עס אריין לייגן אין אשכול ''וואס האט איר געגעסן פאר טועמעיה'')
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

יישר כח
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

העמיר ווארטן אויף טוב'ס רייזע ארום די מקומות הקדושים כדוגמא וואס ער האט געמאכט מיט ארץ ישראל
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יישר כח רבי!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4179
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

ישר כח ר׳ לכאורה,

דאכט זיך מיר אז כהאב אמאל געזעהן שטיין פון טאהשע רבי אין עבודת עבודה ,איבער די געוואלדיגע צער וואס א נשמה האט אויב מ׳לעשט אויס א נשמה לעכט,
און ער פירט אויס אז אויב מ׳ווייסט אז די לעכט וועט נישט נישט אויסברענען אינגאנצן זאל מען בעסער נישט אנצונדן.

(כידוע האט טאהשע רבי געהאט א געוואלדיגע מיט צינדן לעכט).
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

קרייסלער האט געשריבן:העמיר ווארטן אויף טוב'ס רייזע ארום די מקומות הקדושים כדוגמא וואס ער האט געמאכט מיט ארץ ישראל

ווייז אן ווי מ'קען דאס זעהן
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

א גוטן חודש... אה וואס? דריי פארזעצונגען אריינגעשליידערט? לויט'ן חשבון האלט מען שוין ביי ראש חודש אלול...

דער זכרון וואס דער רויטער האט איז עד להפליא! יעדן דעטאל מיט אזא געשמאק.

מיינע עטליכע צענט: די בקר ליבהאבער צווישן אונז האבן אויסגעדרוקט אנטוישונג אין בארדיטשוב צום אנקום פון די הינדל פלייש, בלויז צו ווערן איבערראשט פון א שטיקל בקר וועלכע איז אנגעקומען צום אנגעפולטן מאגן...

די הייליגע ווערטער פונעם מנהל בעפאר בארדיטשוב האט מיר צעשאסן! און איך האב גלייך גענומען דעם רעיון און אנגערופן אהיים בעטן מען זאל מיטזאגן מיט אונז די קאפיטלען תהלים. אלס א כהן בין איך געשטאנען אינדרויסן - אריבער די גאס - נאך וואס מ'האט געמיינט אז כהנים קענען גיין אויף דעם בריק און מיר האבן אריבער שפאצירט דעם בריק נאר צו ווערן פארשריגן פונעם גוי "כהנים ארויס..."
טאקע דארט אינדרויסן אין די פראסטיגע גאסן פון בארדיטשוב האב איך געהאט דאכציך די גרעסטע התעוררות פונעם גאנצן נסיעה. ס'האט זיך געגאסן טרערן אנע אויפהער.

אין פולנאה איז דא א בא'טעמ'טע כהנים שטיבל וואס איז נישט דא איבעראל אין אוקריינא. נאך תהלים האב איך פרובירט צו גיין אינעם שטיבל אקעגן איבער וואו ס'איז נישט דא קיין מזוזה... ס'איז געווען שרעקליך...
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

היינט?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שלמה מולכו האט געשריבן:ישר כח ר׳ לכאורה,

דאכט זיך מיר אז כהאב אמאל געזעהן שטיין פון טאהשע רבי אין עבודת עבודה ,איבער די געוואלדיגע צער וואס א נשמה האט אויב מ׳לעשט אויס א נשמה לעכט,
און ער פירט אויס אז אויב מ׳ווייסט אז די לעכט וועט נישט נישט אויסברענען אינגאנצן זאל מען בעסער נישט אנצונדן.

(כידוע האט טאהשע רבי געהאט א געוואלדיגע מיט צינדן לעכט).

לגבי וואס שרייבסטו דאס? אז אויב דער ווינט האט געבלאזן האבן מיר נישט געזאלט צינדן בכלל?
אגב, מיר באדערט לעצטנס ווען דער יתומ'ל פארלעשט זיין אויל לעכטל נאכ'ן דאווענען און נעמט זיך עס מיט פאר די נעקסטע תפלה. איז נישט אן ענין עס זאל דוקא אויסברענען?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גדל האט געשריבן:היינט?

על פי חשבון וואלט היינט געדארפט קומען א פארזעצונג, אבער די חברה האבן מיך פארכאפט צו א פרישע גריל...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”