מיין שטעלונג האט געשריבן:@לכאורה, מיין באלעבאס גייט מיך הרג'נען. אפגעשאכטן א גוטע פאר שעה סתם צו ליינען דיין טאגבוך.
ס'איז זייער אינטערעסאנט, און געשמאק, און מלא טעם. יישר כוח גדול!
ועל של עכשיו - האסטו [אדער עמיצער] אראפגעלייגט דיינע אלע באשרייבונגען אין איין ווארד/PDF פייל אז מ'זאל עס קענען דאונלאודן און ליינען אויפאמאל?
אויב יא, ביטע צואווייזן וואו. יישר כוח למפרע.
כ'מיין אז דערווייל איז נישטא קיין פדף/ווארד פון די גאנצע, איך שרייב דאס דא אויפ'ן פארום און אי"ה וועל איך דאס צוזאמנעמען ווי נאר איך בין פארטיג
יישר כח אלע באדאנקער, איך זע הערשט יעצט די לעצטע פאר ווארעמע קאמפלימענטן, זינט חנוכה איז געווען זייער א פארנומענע סעזאן
איך האלט יעצט ביי די האקלסטע פארזעצונג - וואו איך גיי מיך זעלבסט אויספראקן בפני קהל עם ועדה - און דערפאר קומט מיר אן שווער זיך אראפצוזעצן און מצמצם זיין דאס צו איבערגעבן פאר'ן ציבור
אבער אי"ה! יבא יומו