טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

Iphone האט געשריבן:איך הער נישט אויף צי לאכן. פיינע נייעס.

מיר פארן אי''ה די וואך צי די הייליגע מקומות, די טאג בוך איז א שיינע הקדמה

זאלסט האבן געפועל’ט אלעס גוטס, וואו פארסטו? ס’קומט א טאגבוך?
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

קרעמער האט געשריבן:אביסל דרך ארץ פאר א וועטעראן מנהל וואלט נישט געשאדט.


און דאס אז די מנהל בלייבט שטיין ביי 19999 איז גארנישט?

ער לאזט 12000+ מענטשן הענגען, ער זיכט זיך אנדערע ניקים צו שרייבן, אבי נישט צו ווערן די שר עשרים אלפים. היל"ת!
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

what are you talking about?
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

גרויזי האט געהעקט דעם מנהל'ס ניק...
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ארחיקה נדד האט געשריבן:גרויזי האט געהעקט דעם מנהל'ס ניק...

געט שוין ארויס סודות פון די אינטערנעל אייוועלט לאג...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:גרויזי האט געהעקט דעם מנהל'ס ניק...

געט שוין ארויס סודות פון די אינטערנעל אייוועלט לאג...

זאג דו מיר... ווען האסטו געזעהן א לכאורה תגובה אין אויף ענגליש?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:גרויזי האט געהעקט דעם מנהל'ס ניק...

געט שוין ארויס סודות פון די אינטערנעל אייוועלט לאג...

זאג דו מיר... ווען האסטו געזעהן א לכאורה תגובה אין אויף ענגליש?

דא

(און יעצט אז דו ביסט שוין אן אחראי קענסטו אויך קוקען דא.)

כ'האב מורא אז די מנהל האט אפגעמאכט אז די נעקסטע צוואנציג טויזענט תגובות וועט פארשריבן ווערן בלשון העמים
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

קומער שוין היינט אן קיין מעזשביזש? אדער בלייב מיר נאך אפאר טאג מפשיר שלגים זיין...
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

היינט וואלט געווען א פאסיגע צייט צו פארזעצן דעם ארטיקל, האלטנדיג נאך א ח&ח קאפאטשינא אינמיטן טאג. העמיר זען וויאזוי זאכן פארן.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מיר ווארטן מיט שפאנונג
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

ארחיקה נדד האט געשריבן:קומער שוין היינט אן קיין מעזשביזש? אדער בלייב מיר נאך אפאר טאג מפשיר שלגים זיין...

די רב האט שוין היינט דערמאנט ערגעצוואו אן אנדערען 'אשר יצר' וועט מען איבערלאזן עפעס פאר מארגן.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

קו הישר האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:קומער שוין היינט אן קיין מעזשביזש? אדער בלייב מיר נאך אפאר טאג מפשיר שלגים זיין...

די רב האט שוין היינט דערמאנט ערגעצוואו אן אנדערען 'אשר יצר' וועט מען איבערלאזן עפעס פאר מארגן.

לינק?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
קו הישר האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:קומער שוין היינט אן קיין מעזשביזש? אדער בלייב מיר נאך אפאר טאג מפשיר שלגים זיין...

די רב האט שוין היינט דערמאנט ערגעצוואו אן אנדערען 'אשר יצר' וועט מען איבערלאזן עפעס פאר מארגן.

לינק?

viewtopic.php?f=6&t=43961&p=2944532&hilit=%D7%90%D7%A9%D7%A8%20%D7%99%D7%A6%D7%A8#p2944532
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

קו הישר האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:
קו הישר האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:קומער שוין היינט אן קיין מעזשביזש? אדער בלייב מיר נאך אפאר טאג מפשיר שלגים זיין...

די רב האט שוין היינט דערמאנט ערגעצוואו אן אנדערען 'אשר יצר' וועט מען איבערלאזן עפעס פאר מארגן.

לינק?

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 8#p2944532

שוואכע מעשיות...
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אור ליום ערב ראש חודש אלול מוקדם תשפ"א

דער צייט איז פרייטאג פרשת בשלח (שירה) ארום ניין אזייגער אינדערפרי, דער פלאץ איז ערגעץ צווישן יאמפעלע און מעזיבוז - א מהלך פון צוויי מיט א האלב שעה אין פרידנסצייטן, יעצט לייג צו נאך צייט און א האלב פאר די פארשנייטע וועגן, - אבער מיר אלע אויפ'ן פאיאכעלע זענען למעלה מן הזמן ולמעלה מן המקום. מען האלט טעכניש צווישן תפלת שחרית און פת שחרית, אבער די אויגן לעפלן לעכצן זיך צוצושפארן פיל מער ווי דער גומען גארט פאר א שטיקל ברויט, דען מיר האלטן שוין נאך א גלגל החוזר פון צוויי מעת לעת בערך וואס מען וואלגערט זיך אנע געלעגער אויסצוציען דעם זעקל ביינער.

דער צייט איז געווען רייף צו צוזאמשטעלן 'באדיס'... שותפים אין די הכנסת אורחים שטיבער וואו עס איז צוגערישט צוויי בעטן פער צימער. מען קען דאך נישט סתם צוזאמשטעלן הוידל מיט בוידל, ווי די נארישע קעניגען אין די צייטן פון שלמה האט געטון מיט אירע קנעכט און דינסטן... דער עולם וועט דאך ארויסקומען צעקלאפט און צעביילט... מען דארף זען אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין על פי פשט. האט מען באשלאסן אז דאס גייט צוגיין בדרך כבוד... ארחיקה נדוד האט גענומען דעם מייק אין האנט אריין, און מיט א כרוז מן השמים האט ער אנגעהויבן צוזאמשטעלן פארלעך לויט ווי ער האט באקומען א רוח הקודש מן השמים... און דער עולם האט זיך בשעת מעשה פיין אונטערגעהאלטן, און געפיפן ביי יעדע שידוך וואס איז געשלאסן געווארן...

עטליכע שידוכים זענען גאנץ גרינג געווען, וויבאלד מיר האבן געהאט מיט אונז עטליכע פאר זוגות, נעמליך צוויי פאר שוואגערס, צוויי ברידער, צוויי שותפים, איז ווי פארשטענדליך אז די חברה האט מען נישט צוזאמגעלייגט אינאיינעם... (גראדע די שוואגערס האט מען יא צוזאמגעפארט... פרעג מיך פארוואס... איך וואלט מסתמא ענדערש איבערגעשלאפן אין מקוה אויפ'ן באנק ווי מיט סיי וועלכער שוואגער מיינער אין צימער...)

מיין באשערטער איז געווען דער ניק '...' (וואס שעמט זיך נאך אלץ אז ער איז מיטגעווען אויף דער נסיעה...). א יונגערמאן וועם איך האב דאס ערשטע מאל באגעגנט אין לופטפעלד, און דערווייל אפילו נישט אויסגעטוישט קיין דיבור מיט'ן. איך האב מיך אבער געפריידט צו באקומען א פרישער פנים אלס רום-מעיט, עס מאכט עס מער אינטערעסאנט.

און דאן, ווען דער עולם האט זיך שוין בארואיגט פון די ספאנטאנע שידוכים שליסונג אקציע, קומט דער אחראי "ארחיקה נדוד" צו מיט א פארלאנג צו נעמען דעם מיקראפאן אין האנט און צוגרייטן דעם עולם צום נעקסטן שטאפל פון די נסיעה. אפזאגן קענסטו אים נישט, ווייל ער לאזט דיך איבער ביים קומענדיגן סטאנציע... צו מזל האט ער שוין עטליכע טעג פריער, נאך אין ניו יארק, אנגעהויבן זינגען א ניגון אז יעדער, אבער טאקע ממש יעדער גייט מוזן ערגעץ וואו ערגעץ ווען אויפטרעטן מיט דיבורים, און אדעתא דהכי האב איך מיך אראפגעזעצט אין די געציילטע טעג בעפאר די נסיעה מיט א ספר "בעל שם טוב" און אפגעליינט די הקדמה און פארנאטירט געדאנקן וואס מען קען נאכזאגן.

איך געדענק נישט אויב איך האב שוין דאס געשריבן, און ציענדיג דעם טאגבוך א האלב יאר צייט איז מעגליך אז איך זאל ווידערהוילן דאס געזאגטע, אבער פילייכט געדענקט איר שוין אויך נישט פון דאן... אבער איך מיין אז דאס האב איך נאכנישט געשריבן ברבים קיינמאל. הכלל, "רייכבערג טרעוול" האט מיך אמאל אנגערופן און אנגעבאטן צו באצאלן א נסיעה קיין ליזענסק מיט נאך געלט אויסער די הוצאות הדרך, על מנת איך זאל זיין דער רעדנער וואס זאל 'אנפירן' די נסיעה. איך האב געהאט עטליכע סיבות אפצוזאגן, אבער די הויפט סיבה איז געווען ווייל 'איך האב נישט וואס צו זאגן'... הלואי וואלט איך מער געליגן אין היסטאריע און געקענט מער סיפורי ומאמרי צדיקים, אבער דער טריקענער פאקט איז נעבעך אז "הן אני עץ יבש" ווען עס קומט צו דיזע ערצעלונגען...

נארט אייך נישט צו טראכטן אז איך האב אלס קינד געליינט עפעס אנדערש ווי די דיקע "ספרים קדושים" ביכער מיט "הונדערט וואונדערליכע מעשיות פון דער וואונדער ראבינער פון לובלין" און אזוי ווייטער... איך האב געקענט יעדע מעשה פון אן עגונה אויף אויסנווייניג, און איך האב ממש געלעבט מיט די געשיכטעס און די רביים דערפון, אזש ווען עס איז מיר אויסגעקומען צו מיטהאלטן דאס ערשטע מאל א 'טיש' פון איינער פון די גרויסע היינטיגע אדמורי"ם, האב איך מיר אין דמיון געזען שטיין ביים "רבי דוד'ל טאלנער" אדער א צווייטער בן דור זיינער. איך האב געהאט אלס קינד די זכי' צו מיטהאלטן אסאך טישן, ווייל מיין טאטע איז געווען א שטיקל חסיד פון יעדן גוטן איד וואס איז געקומען באזוכן אונזער שטאט און האט מיר מיטגענומען. כ'געדענק מיך אלס קליין אינגעל שטיין הינטערן בענקל פון דער וויזשניצער רבי זצ"ל יעדן שבת שמות און שבת במדבר, און גע'דמיונ'ט ווי איך בין רבי דוד לייקעס ביים בעל שם...

אבער עלטער בין איך געווארן, און דערמיט אנגעהויבן הערן פון די ארומיגע אז מען דארף נישט און מען טאר נישט גלייבן רוב פון די אלע געשיכטעלעך וואס מען דערציילט און מען ליינט, און יעדער סיפור פון א צדיק ברויך א קראנטע מקור (מיר האבן זיך טאקע פאסמאקעוועט א וויילע דערויף מיט די פשעווארסקער מעשה ביכער וואס זענען ערשינען, ווי אויך אנדערע פון דעם סארט, וועלכע האבן מלקט געווען בלויז קראנטע מעשיות וואס תלמידי בעל שם ותלמידיהם האבן אליינס אפגעשריבן און געדרוקט), און ווי א מלאך וואלט געדרוקט א קנעפל און פארווישט מיין מח האב איך פלוצלינג פארלוירן דעם געשמאק אין די אלע געפינטעלטע ספרים קדושים געשיכטעס פון די עגונה מיט די מקשה לילד, און דאס האט מיר איבערגעלאזט ריקם ריקם, אן קיין זאפאס פון סחורה צו פארקויפן פאר די נייגעריגע מיטפארער אויף אזא סארט מקומות הקדושים נסיעה.

יעצט, אז מען האט מיך יא פארכאפט אויף א נסיעה און טאקע באאויפטראגט צו שפרעכן, האב איך מיך אראפגעזעצט צום ספר היסוד פון חסידות, בעל שם טוב על התורה, און דארט אינעם נייעם אויפלאגע פון פאר מקדושים איז דא א שיינע הקדמה, ווי זייער שטייגער ביי יעדע ספר וואס זיי באנייען, און פון דארט האב איך געקליבן שיינע נקודות און אנעקדאטן צו קענען נאכזאגן אויף דער נסיעה.

און אט איז וואס איך האב נאכגעזאגט:

1) א מילתא דבדיחותא פאר'ן לערנען... אז מיר האבן געקליבן דעם פאסיגן צייט פאר אזא רייזע, ווייל אין פ' בשלח שטייט "ויאמר ה' אל משה מה תצעק אלי, דבר אל בני ישראל ויסעו", זאגט רש"י "אין להם אלא ליסע, שאין הים עומד בפניהם, כדאי זכות אבותיהם" כו' ע"כ. דאס איז א שטיקל רמז אויף אונזער נסיעה.. 'אין להם אלא ליסע - מיר דארפן רייזן - כדאי זכות אבותיהם - מעורר צו זיין דער זכות פון אונזערע עלטערן וועמען מיר קומען באזוכן'. [בפרט אז דער עצם נסיעה אין די יעצטיגע זמנים קומט אן שווער, איז עס א שטיקל בחינה ווי די אידן וואס זענען אריין אין ברויזנדן ים, וואס דאדורך האבן זיי מעורר געווען די מידת הרחמים און דער ים האט זיך געשפאלטן פאר זיי].

2) א רמז אין די פרשה אויף די גרויסקייט פון בעל שם הקדוש... דער הייליגער דגל ברענגט אז דער הייליגער תולדות (אין בן פורת יוסף) ברענגט א בריוו וואס דער בעש"ט האט געשריבן צום שוואגער ר' גרשון קיטובער, אז "ראש השנה פון יאר תק"ז האט ער געפרעגט משיח'ן 'אימתי אתי מר', און משיח האט געענטפערט 'כשיתגלה תורתך ויפוצו מעיינותיך חוצה'"... און דער דגל טייטשט דערמיט וואס דער תרגום זאגט אויף "ובני ישראל יוצאים ביד רמה" - 'בריש גלי', 'בריש' איז נוטריקון ר'בינו י'שראל ב'על ש'ם, 'גלי' - ווען זיין תורה וועט אנטדעקט ווערן, דאן וועט זיין 'בני ישראל יוצאים' פונעם ביטערן גלות דורך משיח צדקינו. [מען קען אפשר צולייגן א רמז: ברי"ש איז נוטריקון ר'בינו י'שראל ב'ן ש'רה, וואס עס איז א סגולה צו דערמאנען דעם נאמען - ווי מיר וועלן באלד צוברענגען].

3) דאס עצם רעדן פונעם בעל שם טוב איז א געוואלדיגע זאך... אין ספר תו חיים (נדפס בסוף שער התפלה) ברענגט ער אז אמאל איז דער הייליגער באר מים חיים זי"ע קראנק געווארן ל"ע, ער איז געליגן אין בעט גאר פארשלאפט און די דאקטוירים האבן ממש אויפגעגעבן אויף אים רח"ל. דריי טעג איז ער אזוי אפגעליגן ווי א שטיין, און פלוצלינג זעצט ער זיך אויף אויפ'ן בעט און שרייט "אוי אוי!". ער האט געזאגט אז דער בעל שם טוב שטייט נעבן אים, און פון דאן איז ער געווארן בעסער און בעסער ביז ער האט זיך גענצליך ערהוילט. שפעטער האט ער דערציילט אז זיין נשמה איז שוין כמעט ארויסגעפלויגן, און ער האט געזען דעם בעש"ט און זיך געבעטן ביי אים ער זאל שתדל'ן פאר זיין רפואה. דער בעל שם טוב האט געזאגט "וואס קען איך טון, דער גזירה איז שוין נגזר געווארן"... האט דער באר מים חיים געזאגט "דער הייליגער רבי מיכלע זלאטשובער האט געהאט א שטייגער אז ער האט נישט געבענטשט פון שלש סעודות ביז ער האט נישט עפעס גערעדט פונעם בעל שם טוב. איינמאל האט זיך דער סעודה פארצויגן ביז פארטאגס און דער רבי ר' מיכלע האט געבעטן מים אחרונים בעפאר'ן רעדן פונעם בעל שם, האב איך אים דערמאנט אז ער האט נאכנישט גערעדט פונעם בעל שם טוב, און ער האט געזאגט מען זאל אראפשטעלן די מים אחרונים פון טיש, און ער האט גערעדט פונעם בעל שם טוב ווי זיין וועכנטליכן שטייגער." פירט ער אויס צום בעל שם טוב מיט א געבעט "עס איז זיכער אז איר האט געהאט דערפון א נחת רוח, און איך בין געווען דער גורם דערצו, אלזא בעט איך אייך שתדל'ט ביי השי"ת פאר מיין רפואה". דער בעל שם טוב האט צוגעשטימט, און אים געבענטשט, און ער איז געווארן אויסגעהיילט. זעען מיר פון די מעשה, אז דאס בלויזע רעדן פונעם בעל שם, ברענגט א נחת רוח פאר'ן צדיק, און איז מסוגל לרפואות וישועות.

4) דער בעל שם טוב איז געווען א ניצוץ פון משה רבינו'ס נשמה... עס שטייט אין די הקדמה פון ספר בעל שם טוב על התורה: "כל עיקר שורש דרך העבודה שלמד ולימד הבעש"ט, שצריך האדם ליתן הדעת בכל דרכיו. ומפורסם בשם צדיקים שהבעש"ט הי' לו ניצוץ מנשמת מרע"ה, שהוא הי' עצם דעת העליון". [צדיקים האבן געזאגט א רמז דערויף, עס שטייט ביי משה רבינו'ס געבורט "ותרא אותו כי 'טוב' הוא", א רמז אויף די נשמה פונעם בעל שם 'טוב' וואס איז מיטגעווען מיט אים]. לענינינו קען מען זאגן, אז הגם די קבר פון מרע"ה איז פארהוילן, אבער מיר זענען אט זוכה צו זיך משתטח זיין ביים קבר פון זיינ'ס א ניצוץ הקדוש.

5) דער בעל שם טוב וועט זיין משיח... עס שטייט אין "מעשיות ומאמרים יקרים": ר' יעקב ישראל טשערקאסער האט דערציילט, אז זיין זיידע דער הייליגער מאור עינים האט געזאגט: כאטש עס שטייט "וזרח השמש ובא השמש", [אז ווען א צדיק ווערט נפטר, שיינט אויף דער אור פון א נייע צדיק], דער בעל שם טוב איז אבער אזא צדיק וואס בעפאר אים איז דאס נישט געווען, און נאך אים וועט נישט זיין אזאנס ביז משיח'ס טאג. און ווען משיח וועט קומען "וועט ער זיין" (אזוי האט ער איבערגעזאגט דריי מאל: 'וועט ער זיין'), און דער ציבור האט פון דעם פארשטאנען אז דער בעל שם טוב וועט זיין דער מלך המשיח. (אויב אזוי, פרעגן מיר דעם בעל שם הקדוש דעם זעלבן שאלה וואס ער האט געשטעלט פאר'ן מלך המשיח: אימתי אתי מר?!). [בדרך רמז: לויט ווי מיר האבן דערמאנט אז דער בעש"ט איז א ניצוץ נשמה פון מרע"ה, שטימט דאס פיין, ווייל עס שטייט אין אור החיים הקדוש א משמעות אז משה וועט זיין דער גואל צדק (וזה לשונו בספר שמות כז, כ: ולזה נתארך הגלות כי כל עוד שאין עוסקים בתורה ובמצות אין משה חפץ לגאול עם בטלנים מן התורה)].

6) דער ציון הקדוש אין מעזיבוז פארמאגט די קדושה פון ארץ ישראל... דער הייליגער מאור עינים איז אמאל געווען ביים ציון פון הייליגן בעש"ט אין די ווינטער טעג, עס איז געווען א גרויסע שניי און ער איז דארט געשטאנען אן די שיך. ער האט ערקלערט אז דאס ארט שטייט אויף א רצועה פון ארץ ישראל, און דערפאר שפירט ער נישט די קעלט.

ענליך דערצו שטייט אין ליקוטי מוהר"ן (ח"ב אות ק"ט), אז עס איז זייער גוט צו זיין אויפ'ן קבר פון דער בעל שם טוב, ווייל "צדיקים יירשו ארץ" - דער באהעלטעניש ארט זייערער איז הייליג מיט די קדושה פון ארץ ישראל. ער פירט אויס אז ארץ ישראל איז א גרויסער תיקון פאר פגם הברית, און דערפאר איז אויך דער ציון הקדוש מסוגל דערויף. (האבן מיר שוין נאך א סיבה פארוואס מיר קומען אהער דוקא אין די יעצטיגע טעג - ימי השובבי"ם).

אויך רבי נתן שרייבט אין ליקוטי הלכות (יו"ד הל' חלב ודם ה"ג): וכמו שמספרין העולם בשם הבעש"ט ז"ל שאמר, שפעל אצל השי"ת שמקום קבורתו יהי' בחינת א"י, וא"י הוא בחינת אויר הנח והזך, וע"כ מסוגל שם מאד במקום קבר הצדיק האמת לעורר לבו, להזכיר את עצמו היטב היטב מה הוא עושה בעוה"ז כו'.

7) עס איז א סגולה צו דערמאנען דעם נאמען פונעם בעל שם טוב... דער הייליגער רבי פינחס'ל קאריצער האט געזאגט אז עס איז א סגולה קעגן שרעק צו דערמאנען דער נאמען פון בעל שם טוב "ישראל בן שרה", און אויך "פנחס בן שרה רחל שיינדל" (זיין אייגענע נאמען).

8) דא האבן מיר נאכגעזאגט אין נאמען פון רבי משה ביק - דער רב פון מעזבוז - וויאזוי די קברים זענען אויסגעשטעלט אינעם הייליגן אוהל... אז דער בעש"ט האט געהייסן מען זאל אים לייגן צורעכטס פון זיין תלמיד "רבי לייבוש" וועלכער איז נפטר געווארן צוויי יאר פריער. צורעכטס פונעם בעל שם טוב האט מען געלייגט רבי וואלף קיצעס, און צו זיין רעכטס דער דיין פון מעזבוז "רבי מאניש", און צו זיין רעכטס דער רב פון מעזבוז "רבי בעריש ראפאפארט". ביי די דרויסנדע שורה פונעם אוהל איז געווען א וועג וואס האט געפירט צום ציון, צולינקס פונעם שטרעזל ליגט דער הייליגער דגל מחנה אפרים און צורעכטס זיין ברודער דער רבי ר' ברוך'ל פון מעזיבוז, און צורעכטס פון אים דער הייליגער אוהב ישראל פון אפטא זי"ע. [היינט ליגן זיי אלע אינעם זעלבן אוהל].

9) דער חילוק צווישן דער בעל שם טוב און דער הייליגער מגיד פון מעזריטש... אין ספר עטרה לראש צדיק (פ' בלק) שטייט: דער בעל שם טוב האט אמאל געזאגט פאר זיין גרויסער תלמיד דער רבי ר' בער זי"ע, דער דיפערענץ צווישן מיר און דיר איז בלויז דאס איינע, אז ביי מיר, ווען עס קומט אויפ'ן געדאנק עס זאל קומען א גוטע זאך אויף אידישע קינדער, פאסירט עס גלייך, איך ברויך אפילו נישט קיין 'רצון' דערפאר, אבער דו ברויכסט האבן א 'רצון'. (לענינינו קען מען זאגן: אז מען קומט מיט א ציבור, מאכט מען אן 'עת רצון', ווי חז"ל לערנען אונז "אימתי עת רצון - בשעה שהציבור מתפללים", איז דאך א פאסיגע געלעגנהייט צו מעורר זיין דער רצון פון די הייליגע צדיקים און דאדורך משפיע זיין אויף גאנץ כלל ישראל אלע גוטע זאכן).

10) דער הייליגער תולדות יעקב יוסף איז דערנענטערט געווארן צום בעש"ט דורך א געוויין... אין ספר שבחי בעל שם טוב ווערט געברענגט, אז ער האט אליינס געהערט פונעם תולדות, אז ער איז צוערשט געווען א מתנגד צום דרך החסידות, אבער איינמאל איז אים אויסגעקומען צו דאווענען אין א הויז וואו דער בעל שם איז אמאל איינגעשטאנען, און אינמיטן דאווענען האט ער אויסגעפלאצט אין אזא יאמערליכע געוויין וואס ער האט קיינמאל בעפאר געהאט. ער האט פארשטאנען אז דער התעוררות לבכי איז אים געקומען אין זכות פון דער בעש"ט, און ער האט זיך באהאפטן אין אים.

11) א ווארט איבער בארדיטשוב [דאס האבן מיר געזאגט אנהייב נאכט שוין]... רבי אברהם יעקב פון סאדיגורא האט געזאגט: ווען מען רעדט מוצאי שבת פון הייליגן בארדיטשובער, איז דאס א סגולה צו ממתיק זיין די דינים, און אפילו מען זאל נישט דערמאנען זיין הייליגן נאמען, מען רופט אים בלויז "דער בארדיטשובער", פארמאגט דאס די זעלבע סגולה.

12) א ווארט איבער'ן הייליגער אפטער רב וואס ליגט אין מעזיבוז... איך האב געהערט א סיפור אז אמאל האט דער אפטער רב זי"ע געפרעגט אויף צוויי פשוט'ע מענטשן וואס זענען ארויפגעקומען צו אים אויפ'ן צווייטן שטאק "וויאזוי זענען די בהמות ארויף די שטיגן?". מען האט אים געזאגט אז דאס זענען מענטשן און נישט קיין בהמות, אבער ער מיט זיין גרויס קדושה האט בלויז געזען זייער אינהאלט, און זיי האבן אים אויסגעקוקט ווי פראסטע בהמות... (לענינינו: אויב די אמאליגע פראסטאקעס זענען געווען ווי בהמות, וויאזוי קוקן מיר שוין אויס רח"ל... מיר שעמען זיך שרעקליך צו באווייזן דעם פנים פאר די הייליגע צדיקים... אבער דאך, מיר בעטן זיך "אדם 'ובהמה' תושיע ה'"...).

ווי נאר איך האב געענדיגט מיין רעדע, האט מען שוין געזען די הייזקעלעך פון אנהייב מעזיבוז, און מיר א פארכט און עהרע האבן מיר אנגעהויבן באטראכטן די ביידעלעך און שטיינדעלעך פון דעם הייליגן שטעטל, דער וויגעלע פון חסידות.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ש'כח מענאהעל!! שפאנונג איז גרויס!

(און בחדא מכטי [נד"נ...] א מזל טוב פאר דיין 20'ער, זאל דיר ער באשעפער געבן לאנגע געזונטע יארן מיט פרישקייט!)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

קנאפער ידען האט געשריבן:ש'כח מענאהעל!! שפאנונג איז גרויס!

(און בחדא מכטי [נד"נ...] א מזל טוב פאר דיין 20'ער, זאל דיר ער באשעפער געבן לאנגע געזונטע יארן מיט פרישקייט!)


גאמ לכל הנל
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

איין תגובה ווערט 20k!
יישר כח!

———
מ׳האקט.. גא״ם
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

כמים חמים על נפש קרה, אההההבה
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
די הארץ רייסט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 21, 2021 3:49 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הארץ רייסט »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:יישר כח מנהל!!
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

הערליך שיין לכאורה. יישר כח פארן אראפשרייבן און מיטטיילן מיטן ציבור.

רבותי! סעיווט די טאגבוכער אדער פרינטס עס ארויס, כדי אויס ס'וועט זיך מאכן ביום מן הימים, אז דער מנהל וועט פארמעקן חלקים דערפון, זאלט "איר" עס האבן, און איך זאל עס נישט דארפן שיקן פאר יעדעם...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

Wow
אזא הערליכע דרשה אריינדערווישט אזוי ש'מיר ש'דיר
די הייזקאלאך באווייזן זיך ווי לעבעדיג פאר אונזערע אויגן
יישר טענק יו
און א מזל טוב
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

נא_שכל האט געשריבן:הערליך שיין לכאורה. יישר כח פארן אראפשרייבן און מיטטיילן מיטן ציבור.

רבותי! סעיווט די טאגבוכער אדער פרינטס עס ארויס, כדי אויס ס'וועט זיך מאכן ביום מן הימים, אז דער מנהל וועט פארמעקן חלקים דערפון, זאלט "איר" עס האבן, און איך זאל עס נישט דארפן שיקן פאר יעדעם...

ש'טא וואס צו מעקן דא...
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

מאסיוו!!!

גא"מ אז ס'איז נישטא וואס צו מעקן, נאר וואס צו מוסיף זיין.
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

זייער שיין!
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”