א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

די אשכול וועט זיין געווידמעט נאר פאר די פארזעצונגען.

קאמענטארן וועלן קענען געשריבן ווערן און געליינט ווערן אין דעם אלטן אשכול
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

טרעזינשטאט. פוילין. 1943 למספ'

אין איינע פון די באראקן האט זיך געהערט א שטילע שארך, שטילערהייט האט משה ארויסגעשטעקט זיין קאפ אביסעל פונעם הארטן האלץ אויף וואס ער איז געליגן, ער האט ארומגעבליקט איבעראל, ער האט געוואלט זיכער מאכן אז די צייט איז רייף.

''פססס.. פסס..'' שמואל איז געליגן אין בעט ס'האט זיך אים געדאכט אז ער הערט איינעם ציצקענען צו אים, ער דרייט אויס זיין קאפ צו די ריכטונג פון ווי די שטימע איז געקומען, פונדערווייטענס באמערקט ער ווי זיין טאטע שאקלט מיטן קאפ צו אים,

'' רפאל שטיי אויף ס'איז צייט צו גיין, נו... רפאל וועק דיך אויף, מיר גייען.... נאך היינט נאכט''. שמואל האט איידל געקלאפט זיין ברודער, ''רפאל מ'דארף גיין'', רפאל האט זיך געגעבן א כאפ אויף פאר א סקונדע האט ער נישט געכאפט ווי ער איז, אבער ער האט זיך גאנץ שנעל דערמאנט און ביז א סקונדע איז ער געווען גרייט צו גיין.

אין די טונקעלקייט פון די נאכט האט מען קוים געקענט באמערקן די דריי געשטאלטן קריכן פארזיכטיג אויף די ערד, משה האט פונקטליך געוואוסט ווי ער פירט זיי, ער האט געקענט דעם לאגער בעסער ווי די נאציס.

און ער האט געהאט א פלאן!

די שארפע אייזן וואס ער האט נעכטן געטראפן ביים ארבעטן איז אים גוט צוניץ געקומען ביים אויפשניידן די צוים, פארדעם האט ער געקלערט פון דארפן נוצן די ציין אבער די אייזן האט אים אסאך פאר גרינגערט די ארבעט, ער האט אויסגעדרייט זיין קאפ צו ווי זיינע צוויי קינדער האבו געווארט אומגעדולדיג ציטערנדיג יעדע סקונדע מ'זאל זיי נישט אנדעקן.

שמואל האט געזעהן פונדערווייטענס ווי זיין טאטע ווייזט אים מיטן צוויי פינגערס, ''מאך דיך גרייט'' האט ער שטילערהייט געפליסטערט צו רפאל וואס איז געליגן אויסגעצויגן אויפן בויך און פארזיכטיג באטראכט די גאנצע ארום, רפאל האט אים צוריקגעשאקלט מיטן קאפ איך בין גרייט.

ווען די לאך אינעם צוים איז שוין געווען גענוג ברייט האט משה געוויזן פאר זיינע קינדער זיי זאלן זיך דערנענטערן צו אים.

צוערשט איז משה אריבערגעקראכן די צוים די סקונדע ער איז געווען די אנדערע זייט האט ער אנגעהויבן לויפן מיטן גרעסטן אימפעט צו די דערנעבנדיגע וואלד.

דערנאך איז געקומען די רייע אויף שמואל.

און דערנאך אויף רפאל.
און דאן האט עס פאסירט.....

ווען שמואל האט נאך געהאלטן אינמיטן לויפן צום וואלד האבן זיך פלוצלינג אנגעהויבן צו הערן שרעקליכע שיסערייען.

בום בום בום ...

רפאל איז געשאסן געווארן.

משה און שמואל האבן נישט געדארפט זיין גרויסע חכמים צו וויסן אז מ'מיינט זיי, מיט די גרעסטע כוחות האבו זיי זיך גענומען אריינלויפן טיפער און טיפער אין וואלד אריין.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

צווייטע פארזעצונג.

לאנגלי. ווירדזשיניע. 1956 למספ'

ס'איז 12:00 ביינאכט אין לאנגלי די שפיאנאזש הויפט שטאט פון די וועלט, א טונקעלע געשטאלט האט זיך ארויסגעשלייכט פון איינע פון די געסלעך, ער האט זיכער געמאכט אז קיינער פאלגט אים נישט נאך, זיינע טריט זענען געווען שטילע און געמאסטענע, ער האט גאנץ גוט געוואוסט אז טאמער מ'כאפט אים איז דאס זיין ענדע, ער האט נישט געוואלט נעמען קיין שאנסן, די מינדענסטע טעות און ס'איז דערנאך,

זיינע פיר אגענטן האבן פונערווייטנס מיטגעהאלטן זיינע טריט, א נענטערע בליק אויף זייער געזיכט וואלט עדות געזאגט אז זיי זענען ווארשיינלעך נישט קיין אמעריקאנער,

דער פארשוין האט גוט געקענט דעם וועג, און פארזיכטיגערהייט האט ער זיך דערנענטערט צו די הויפטקווארטיר פון די סי איי עי, ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ער באזוכט דא אין די צייט, אבער ער האט געוואוסט אז זיין היינטיגע מיסיע טראגט אסאך א גרעסערע באדייט ווי זיינע יעצטיגע ביז אהער.

קיין שליסלעך האט ער נישט געדארפט, ער איז נישט געווען משוגע צו נוצן דעם הויפט אריינגאנג, א בוים וואס איז געשטאנען נעבן דעם צוים האט אים פונקט גוט געדינט צו קענען פון דעם אריינטאנצן אינעווייניג אינעם קאמפלעקס.

''עטץ קענטס שוין גיין'' האט ער שטילערהייט אריינגעמורמלט אין זיין רעכטע ארעם, ''פון דא און ווייטער דארף איך שוין נישט ענקער הילף''.

און דארטן אינעווייניג האט ער טאקע נישט געדארפט זייער הילף, ער האט געקענט דאס פלאץ בעסער פון זיי אלע.

ער האט געריכטעט זיינע טריט צו איינע פון די געביידע'ס דארטן און איז פארשוואונדן געווארן

-----

אדעסע. אוקריינא. 1924 למספ'

די אנוועזנדע ביים זיצונג האבן ניטאמאל פרובירט צו באהאלטן זייער אנגעצויגענקייט, זיי האבן גאנץ גוט געוואוסט אז טאמער כאפט מען זיי וועט מען זיי ניטאמאל שיקן לופטערען קיין סיביר נאר זיי וועלן באלד הינגעריכטעט ווערן.

דער עלסטער און אנפירער פון זיי איז געווען א מאן אין זיינע מיטעלע יארן די טיפע קנייטשן אין זיין געאקערטען געזיכט צוזאמען מיט זיינע פארפרוירענע אויגן האבן עדות געזאגט אויף זיין
הארטע אומבויגזאמקייט.

דער ציל וואס זיי האבן געהאט פאר זיך איז געווען זייער א קלארער און פשוטער.

יעדע שטאט אין רוסלאנד איז געווען אויף זייער ליסטע.

זיי האבן זיך געגרייט אויף א מיסיע, די גרעסטע אין רוסישע היסטאריע.

-----

לאנגלי. סי איי עי הויפט קווארטיר.

א קלאפ אין טיר האט אים צושטערט זיינע געדאנקען, אבער ווען ער האט געזעהן ווער עס שטייט ביים טיר האט זיך א ברייטע שמייכל אויסגעצויגן אויף זיין געזיכט.

''זעמעלע וואס מאכסטו שוין לאנג נישט געזעהן'' האט סעם זיך אנגערופן, סעם האט אבער גלייך באמערקט אז עפעס גייט פאר מיט זעמעלע היינט און אז ער איז זייער צושטורעמט.

אבער ווען סעם האט געהערט וואס זעמעלע האט צו פארציילן איז ער געווען פונקט אזוי צושטורעמט און אויך..... שאקירט.

קוקט אויס אז ''פארפרוינע אייז'' איז גערעכט.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

דריטע פארזעצונג.

זעמעלע ראזענצווייג איז אויפגעוואקסן אין די איסט סייד צו עלטערן וואס האבן אימיגרירט פון רוסלאנד אין די פריע צוואנציגער יארן, ווי רוב אידן אין יענע צייט האבן זיינע עלטערן זיך מורא'דיג געפלאגט פאר פרנסה, דאס ביסן פון מויל איז אנגעקומען מיט אומגעהויערע שוועריקייטן, זעמעלע איז געווען זייער נחת, ער איז אלט געווען 12 יאר ווען זיינע עלטערן האבן פארלאזט רוסלאנד, ער האט געהאט א שארף קעפל, מיט א בליציגע מח, א טיפע טראכטער, אין אייראפע וואלט ער געהייסן א עילוי, אבער דא אין אמעריקא איז אזא ארטיקל ווי א עילוי נישט געווען קיין פראדוקט, זעמעלע האט געלערנט אין ישיבת רבינו יצחק אלחנן, מיט זיין גוטן קאפ האט ער געשלינגען גאנצעטע בלעטער גמרא מיט פילע סוגיות הש''ס, און געברענגט נחת פאר זיינע פארפלאגטע עלטערן,

אין א שיינעם טאג איז צוגעקומען צו אים זיין חבר יצחק בינדער, און אים פארגעשלאגן צו לערנען מיט אים בחברותא יעדע נאכט, יצחק וועמענ'ס טאטע האט יא פארדינט שיין האט פארזיכערט פאר זעמעלע אז זיין טאטע וועט אים באצאלן, פארשטייט זיך אז זעמעלע האט זיך שטארק צוגעכאפט דערצו, ער האט געזעהן דערין א געלעגענהייט צו העלפן זיינע עלטערן, אז זעמעלע האט מסכים געווען איז דער חברותא געשלאסן געווארן און אינאיינעם איז אויך געבויעט געווארן א פריינדשאפט וואס האט זיי פארבינדן מיט דיקע שטריקן און פעסטע קניפן.

אין א זומערדיגע נאכט נאכן ענדיגן לערנען, ווען זיי האבן אינאיינעם אהיימשפאצירט פון ביהמ''ד האט יצחק געפרעגט פון זעמעלע וואס זיינע פלענער פאר קומענדיגע יאר זענען, ''כ'וועל דיר זאגן דעם אמת'' האט זעמעלע געזאגט מיט א אראפגעבויגענע קאפ ''איך האב געקלערט פון גיין ארבעטן''. ''ארבעטן?'' יצחק האט זיך אויסגעדרייט שאקירט צו זעמעלע, ''און וואס וועט זיין מיט דיין גוטן קאפ, וועסט עס לאזן שימלען העכער א ניי מאשין?''

זעמעלע האט אראפ געקוקט אויף דער ערד, וואס זאל איך אים ענטפערן האט ער געטראכט צו זיך, איז ער דען נישט גערעכט? איך קען טאקע נישט מער פון ארבעטן אין א נייען פארבריק אדער פון פעדלען אין די גאסן? אבער וואס דען, אין אינווערסיטעט וועל איך קיינמאל נישט אנקומען, ס'קאסט דאך אזויפיל געלט, ווי נעמט מען דאס צובאצאלן.

און ווי גלייך יצחק האט געליינט זיינע געדאנקען האט ער זיך אנגערופן ''הער'', ''איך האב נעכטן געכאפט א שמועס מיט מיין טאטע וועגן די פלענער פאר קומענדיגעס יאר, איך דארף דיר נישט דערציילן אז קאלעדזש איז נישט ישיבה, און די נסיונות דארטן זענען פילפאכיג גרעסער און שווערער ווי ביז היינט וואס מיר האבן געלענט אין ישיבה און געוואוינט ביי אונזערע עלטערן, אלזא, מיין טאטע האט שטארק חשק אז איך זאל גיין אינאיינעם מיט א גוטע פריינד, אזוי אז מ'זאל זיך קענען ארויסהעלפען איינער דעם אנדערן, און אפשר אפילו האבן א חברותא ביינאכט, האב איך געקלערט ווער קען זיין בעסער ווי דיר זעמעלע, און אז דו וועסט זיין מיט מיר וועל איך האבן א גוטן נאנטן פריינד, און די קאסטן וועט זיין אויף מיין טאטע, ס'איז אים אלעס ווערט אז איך זאל האבן א ערליכער נאנטער פריינד''.

זעמעלע וואס האט נאך געהאלטן זיין קאפ אראפגעבויגן, האט עס שטאטליך אויפגעהויבן אינגאנצן איבערגענומען, ער האט געפענט זיין מויל און צוריק צוגעמאכט אפאר מאל, ער האט נישט געהאט די שפראך, יצחק האט אין די האלב טונקעלע גאס באמערקט ווי זעמעלע'ס אויגן פינקלען, ער האט געשמייכלט א ווארימע שמייכל, און ארויפגעלייגט זיין האנט אויף זעמעלע'ס אקסעל, ''דאס איז עס'' האט ער געזאגט ''מיר גייען אינאיינעם, און מיר בלייבן צוזאמען'', זעמעלע האט אנשטאט א ענטפער געגעבן פאר יצחק א שטארקע האלדזונג, ס'איז געווען מער ווי א ענטפער.

------

מאסקעווע. רוסלאנד. 1954 למספ'.

אין א קליין וועלדל נישט ווייט פון מאסקעווע, איז געזיצן א מאן אויף איינע פון די בענק, ער האט אויסגעקוקט צו זיין אין זיינע מיטעלע יארן, מיט איין פיס ארויפגעלייגט אויף די צווייטע האט ער געבליקט אין א צייטונג, ס'איז נישט געווען קיין אויפאלענדע זאך, ער טוט שוין אזוי די לעצטע 4 יאר, יעדן איינציגסטן טאג קומט ער אהער פאר א דריי פערטל שעה און זיצט אויף דעם זעלבן באנק מיט א צייטונג.

אבער טאמער וואלט איינער גוט געקוקט וואלט ער באמערקט אז יעדע דינסטאג זיצט ער מיט איין פיס אויף די צווייטע.

ס'איז געווען א דינסטאג!

מענטשן זענען געקומען אין געגאנגען, ער האט אויף קיינעם נישט קיין אכט געגעבן נאר ווייטער געליינט זיין צייטונג מיט א מוראדיגע אינטרעסע.

ווען זיין דריי פערטל שעה האט זיך גענדיגט האט ער זיך אויפגעשטעלט פון די באנק און אנגעהויבן ארויסצושפאצירן פון פארק, יענע סקונדע האט א דורכלויפענדיגער פארשוין געגעבן קראך אריין אין אים מיט קראפט, דער מאן איז געפלויגן צו די ערד מיט א זעץ, דער דורכלויפער האט מיט א בהלה זיך אראפגעבויגן און געהאלפן דער מאן זיך אויפשטעלן פון דער ערד, ער האט אנגעהויבן זיך צו אנטשולדיגן אבער דער מאן האט זיך שנעל אפגעשאקלט פון אים און ווייטער ארויסשפאצירט פון פארק ווי גארנישט וואלט יעצט פאסירט.

------

אדעסע. אוקריינא. 1924 למספ'.

ר' לוי יצחק האט זיכער געמאכט אז יעדער איז דא, ענדליך ווען יעדער איז שוין דארט געווען האט ער געפענט די זיצונג.

''איך מיין אז איך דארף קיינעם נישט דערציילן די ציל און צוועק פון אונזער היינטיגע אסיפה, אין די לעצטע 6 יאר זייט לענין האט איבערגענומען די מאכט דא אין לאנד איז כמעט אומעגליך געווארן צו זיין א פרומער יוד, און ווער רעדט נאך פון אויפצוען ערליכע דורות''.

ספאנטאניש האט זיך יעדער געגעבן א דריי אויס צו דארטן ווי ברוך א 31 יעריגער יוגערמאן איז געזיצן, זיין משולם א 12 יעריג יונגל נעבעך, אינגאנצן פארטעמפט געווארן מיט קאמוניסטישע געדאנקען, אין שולע פרעדיגט מען נאר קאמוניזם און אינדעהיים ליינט ער זיך אן מיט לענינ'ס לעטאריטור, און די טאטע ר' ברוך עסט זיך אויף לעבעדיגעהייט פון צער וואס איז נעבעך געשעהן צו זיין משולם, אוי, דאס הארץ רייסט, א קליינע 12 יעריג יונגל, און שוין האט ער די חוצפה געהאט צו סטראשענען זיין טאטע מיט מסירה טאמער ער הערט נישט אויף צו רעדן אינדערהיים הויעך אנטקעגן קאמוניזם.

ברוך האט געשוואוירן צו טוהן אלעס אויף דער וועלט אונטערצוברענגען קאמוניזם.

ר' לוי יצחק האט ווייטער פארגעזעצט מיט זיין דרשה, ''מיר פארזאמעלטע דא, לייגן יעצט די גרונדשטיינער צו אונזער חבורה-גרופע איר קענט עס רופן וויאזוי איר ווילט, וואס וועט בעז''ה פארשפרייטן יודישקייט, ווארעמקייט און חסידות און א יעדע שטאט וואס עס געפינען זיך דערין יודן''.

שניאור איינע פון די יונגעלייט האט געגעבן א האק אריין און געפרעגט, ''איז דא א ליסטע פון ווי אנצוהייבן?

ר' לוי יצחק האט צוריקגעקוקט צו אים מיט צוויי ברענענדיגע אויגן און געזאגט, ''א יעדער איינער וואס איז געבוירן געווארן צו יודישע עלטערן איז אויף די ליסטע''

א שטילקייט האט באהערשט דעם צימער, און ר' לוי יצחק האט פארגעזעצט מיט א פלאם, ''מיר וועלן זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט, קיינער וועט אונז נישט שטערן פון פארשפרייטן ג-ט'ס נאמען, נישט די נ.ק.וו.ד. און אפילו נישט לענין סטאלין אדער טראצקי, קיין איינער''.

------

מאסקעווע. רוסלאנד. 1954 למספ'.

יורי האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון לאכן ווי גוט די שטיקעל איז אים געלונגען, און נאכמער האט ער באוואונדערט ווי גוט דער אמעריקאנער האט דאס געמאכט, ניטאמאל א בלינק מיטן אויג האט ער געגעבן, זיך אויפגעשטעלט און גלייך געגאנגען ווייטער.

יעצט דארף ער נאר ווארטן נאך צוויי וואכן ביזן קומענדיגן דינסטאג.

עמער זעהן וויאזוי עס וועט זיך אויסלאזן האט ער געטראכט צו זיך.

פארזעצונג קומט אי''ה
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

פערדע פארזעצונג.

מאסקעווע. רוסלאנד. 1954 למספ'

די טיפע קנייטשן אויף זייערע געזיכטן און די נערוועזע פויקנ'ס מיט די פינגערס האט גארנישט צוגעגעבן צו בארואיגן די מצב, די אויסגעברענטע ציגארעטלעך און די פילע גלעזער קאווע האט עדות געזאגט אויף די אטמאספערע, דריי מענער זענען געזיצן ארום א רונדיכיגע טיש און צום פופציגסטן מאל איבערגעליינט די מאדנע פאפיר וואס הענרי האט געטראפן אין טאש נאך זיין לעצטע שפאציר אין וואלד.

זיי זענען געווען זיכער אז דאס איז נישט קיין צופאל, ס'בלאזט זיך נישט עפעס אזוי אריין צעטלעך ביי יענעם אין טאש, און זיכער נישט נאך אזא מאדנע מיסטריעזע עקסידענט, זיי זענען געווען העכסט איבעראשט פון די פראפעסיאנליזם וואס דער רוסקי האט געוויזן, אזא שטיקעל צו מאכן דארף מען קענען, אבער די צעטל וואס ער האט אריינגעלייגט אין הענרי'ס טאש האבן זיי נישט געהאט קיין אנונג די באדייט פון די אומפארשטענדליכע ווערטער, איין לעצטע האפענונג האבן זיי געלייגט אז אין וואשינגטאן וועט מען מעגליך יא פארשטיין די באדייט.

אבער די ענטפער וואס זיי האבן ערהאלטן פון וואשינגטאן איז געווען גענצליך אומערווארטעט.

''גיין ווייטער, יעדע פארלאנג זיינעם זאל נאכגעגעבן ווערן'' האט זיך געליינט דער מעסעדזש.

א באפעל איז א באפעל.

------

דרום קארעא. 1954 למספ'

די קאמאנדא'ס זענען שוין געווען גרייט ארויסצופליען פאר די מיסיע, באוואפנט ביז די ציין זענען זיי נאך איין לעצטע מאל איבערגעגאנגען די פלענער פון די היינטיגע אקציע.

דער ציל איז געווען אריינצופליען דורך די בערג אריבער דעם גרעניץ צו כינע און דארטן צושטערן און פארניכטן א סופליי ליניע וואס איז געלאפן פון רוסלאנד דורך כינע ביז דער צפון זייט פונעם קארעאן האלב אינזל.

ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס מ'שיקט זיי אויף אזעלכע אקציעס און די היינטיגע מיסיע האט נישט גארנישט געדארפט זיין אנדערש פון דעם.

די ראטערס פון די העליקאפטער האבן זיך שוין געדרייט און די קאמאנדא'ס זענען איינע נאך די אנדערע אריינגעגאנגען אינעם העליקאפטער, זיי האבן זיך באקוועם געמאכט אויף די זיצן גרייט ארויסצופליען ווען פלוצלינג האבן זיך געהערט דער קאמאנדיר אויף די קאמיוניקאציע אפאראט אין זייערע אויערן, ''צוליב אומפאראויסזעהנדיגע אורזאכן איז די מיסיע אפגעלייגט ביז א קומענדיגע געלעגענהייט''

די קאמאנדא'ס זענען בכלל נישט געווען אנטוישט ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס מ'רופט אפ א מיסיע אין די לעצטע מינוט, אייגענטליך האבן זיי שוין געהאט אמאל אז אין די לעצטע מינוט איידער די קאמאנדא'ס האבן זיך שוין געדארפט אראפלאזן מיט שטריק איז די אפערעישאן געקענסעלט געווארן, אלזא, זענען זיי שוין געווען צוגעוואוינט צו אזעלכע זאכן, זיכער האט די מיליטער באקומען א באריכט אז מ'ווארט אונז דארט אפ, האבן זיי געקלערט.

און זיי זענען גערעכט געווען, נאר מיט איין קנייטש טיפער, אז דאס מאל איז די אינפראמאציע געקומען דורך א נייע קוואל.....

'פארפרוירענע אייז' האט ער זיך גערופן,וויפול די סי איי עי האט פרובירט האבן זיי נישט געקענט דערגיין זיין נאמען, ראנג, אדער סיי וועלכע אנדערע אינפראמאציע איבער אים, אבער זיין סחורה איז געווען צו גוט עס אפצוזאגן.

אמעריקא 1936 למספ'.

א הויכער געשטאלט האט זיך אנגעזעהן ביים טיר פונעם אינווערסיטעט ער האט געצויגן ווייניג אויפמערקזאמקייט פון די סטודענטן, א נארמאלע שטייגערליכע זאך אז פרעמדע מענטשן זאלן דא אריינקומען, זיכער איז ער א טאטע פון איינע פון די סטודענטן האבן זיי געטראכט.

אבער דער פארשוין איז דא געווען פאר גאנץ אנדערע אורזאכן.

''זעמעלע ראזען און יצחק בינדער זאלן ביטע קומען צו רום 408'' האט זיך געהערט א אויסרוף, זעמעלע און יצחק האבן זיך געוואודערט צווישן זיך וואס קען שוין פארקומען אז מ'האט זיי ביידע גערופן אויף איינמאל, זיי זענען געווען היפש ערשטוינט צו טרעפן א פרעמדער מאן זיצן און ווארטן אויף זיי.

''קומטס אריין'' האט זיי דער מאן אויפגענומען מיט א ברייטע שמייכל, ''וויליאם דזשעקסאן'' האט ער זיי געגעבן די הענט, ''יצחק בינדער'' האט יצחק צוריקגעדרוקט דעם מאנ'ס הענט, ''און דו?'' האט ער זיך געוואנדן צו זעמעלע, ''זעמעלע ראזען'' איז געקומען די ענטפער, ''ראזען? אדער ראזענצווייג?'' האט וויליאם געפרעגט, ''ראזענצווייג איז די פילע נאמען'' האט זעמעלע פאראכטן, ''אבער דא רוף איך מיך ראזען'' האט ער צוגענדיגט.

''לאמיר רעדן תכלית'' האט וויליאם געזאגט, און ער האט אנגעהויבן רעדן, און וואס א מינוט שפעטער אינעם שמועס אלס גרעסער האבן יצחק און זעמעלע זיך געפענט דאס מויל.

זיי זענען געווען שפראכלאז, אויף דעם האבן זיי זיך זיכער נישט געראכטן.
פארזעצונג קומט אי''ה
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

פינפטע פארזעצונג.

''עטס פארשטייטס?'' האט וויליאם געפרעגט, ''די אמעריקאנער ארמיי נויטיגט זיך אין קלוגע טאלאנטפולע מענטשן וואס זאלן ארבעטן פאר זיי, א גוטע קאפ קומט אייביג צוניץ, די ארמיי ווארט נישט אויף קיין כבוד ווען ס'קומט אפירצוזוכן געלונגענע מוחות, מיר האבן א ליסטע פון אלע אינווערסיטעטן אין די פאראייניגטע שטאטן און מיר זופן ארויס פון יעדע אינווערסיטעט דאס בעסעטע וואס זי פארמאגט.''

''אלזא'' האט וויליאם געשמייכעלט, ''איר האט געהאט דעם כבוד צו ווערן אויסגעקליבן צו קומען דינען דעם אמעריקאנער מיליטער, אבער נישט אויפן שלאכטפעלד ענק דארף מען פאר די קעפ וואס ליגט אויף ענקערע פלייצעס.''

זעמעלע און יצחק זענען געזיצן שטיל און פארדייט וואס זיי האבן נארוואס געהערט, אבער נישט אויף צו לאנג, די ערשטע זיך צו עפענען דאס מויל איז געווען יצחק ''ס'איז דאך דא הונדערטער טויזענטער סטודענטן אין אמעריקא, פארוואס זאל זיך לוינען פאר די ארמיי אויפצוהאלטן אזא גרויסע אפאראט נאכצוגיין די צענדליגער הונדערטער אינווערסיטעטן וואס אמעריקא פארמאגט? איז נישט דא קיין אנדערע אפציעס וויאזוי צו טרעפן די געלונגענע סטודענטן?''

''און נאכמער'' האט זעמעלע זיך געפענט זיין פיסק, ''א ליוטענאנט קאלענאל ביסטו, דאכצעך אזוי האסטו געזאגט?''

''ריכטיג'' האט וויליאם באשטעטיגט.

''און פאר אזא פשוטע מעלדונג שיקט מען אזא הויעכראנגיגע אפיציר? ס'האט דאך געקענט זיין א פשוטע סארדזשענט אדער אפילו גאר א ליוטענאנט וואס זאל אונז קומען זאגן די נייעס, צו וואס האט מען געדארפט שיקן אזא הויעכראנגיגער מיליטערמאן ווי אייך?'' האט זעמעלע אויסגעפירט זיין קשיא.

וויליאם האט אויסגעזעהן אביסעל איבעראשט, ער האט געמיינט אז דער שמועס וועט זיך פירן לויט זיין סטיל און געשמאק, און דערווייל זענען זיי גאר די וואס פרעגן קשיות, קוקט אויס אז דאס מאל האט די ארמיי טאקע נישט געמאכט קיין טעות ווען זיי האבן מיך אהערגעשיקט, האט ער געקלערט צו זיך.

''עטס זענטס גערעכט'' האט ער גענטפערט נאך א קורצע וויילע טראכטן, ''אינאמת'ן וואלט איך ענק נאכנישט געדארפט אנטפלעקן פארוואס איך בין אהערגעקומען, אבער ענק האבן מיך נישט איבערגעלאזט מיט קיין וועג ארויס, וועל איך ענק מוזן זאגן וואס ס'גייט דא פאר.

זעמעלע און יצחק האבו אנגעשפיצט זייערע אויערן מיט שפאנונג און געווארט צו הערן די ריכטיגע סיבה פאר וואס וויליאם איז געקומען.

וויליאם האט ארויסגעצויגן פון זיין טאשקע צוויי פאפירן און געגעבן פאר יצחק און זעמעלע אונטערצושרייבן, זיי האבן שנעל געגעבן א קאטשקע ארויף זייער חתימה און עס דערלאנגט צוריק פאר וויליאם, ער האט עס באטראכט, ''פיין, יעצט קענען מיר רעדן''.

וויליאם האט זיי אנגעקוקט מיט א געהיימניספולע בליק און אנגעהויבן צו ערקלערן פאר די צוויי אידישע בחורים וואס אזאנס גייט דא פאר, זעמעלע און יצחק האבן זיך צוגעבויגן נענטער צו וויליאם נישט צו פארפאסן קיין איין ווארט, זיי זענען געווען איבעראשט.

''שפיאנאזש?''

-----

מאסקעווע. רוסלאנד. 1936 למספ'

ברוך האט זיכער געמאכט אז קיינער פאלגט אים נישט נאך, און מיט שנעלע טריט האט ער געשפאנט צו זיין דעסטינאציע, די וועג איז נישט געווען לאנגער און נאך א שנעלע שפאציר איז ער אנגעקומען צו א קליינע ברוינע הייזקע וואס די אלטקייט האט שוין געשריגן דערפון, ער האט געקלאפט צוויי שנעלע און דריי שטאטע קלאפעס, א יוגענטליכער האט געפענט דעם טיר, און ברוך איז אריין זיך אונטערבייגענדיג דעם נידריגן שוועל,

ער איז געווען אביסעל אנטוישט צו זעהן נאר וולאדאמיר און גרעגארי, ''ווי איז באריס?' האט ער געפרעגט, ''באריס שפירט זיך נישט גוט'' האט גרעגארי גענטפערט, ''וואס גייט פאר'' האט ער געוואלט וויסן אביסעל פונקטליכער, באריס איז נישט פון די וואס פארפאסן זיינע שיעורים, גרעגאריס געזיכט איז אביסעל צוטראגן געווארן, ''די לערער האט אים שטארק צושלאגן פארגאנגענעם שבת נאכדעם וואס ער האט נישט געוואלט שרייבן''.

ס'האט פאר ברוך שטארק וויי געטוהן צו הערן וואס איז געשעהן מיט זיין באליבטע תלמיד, זיין הארץ איז פארקלעמט געווארן ווען ער האט זיך דערמאנט פון זיין משולם, צו גייט אים דען בכלל אן א חילול שבת אזויווי ווי פאר באריס, וואס טראץ ער קומט פון א פרייע שטוב איז ער זיך מוסר נפש צו היטן די תורה, ער איז שוין היינט א פיר און צוואנציג יעריגער יוגענטליכער, גיי ווייס אין וועלכע באזע ער געפינט זיך, ניטאמאל אויף ערלויב קומט ער אהיים, ער גייט ליבערשט צו איינע פון זיינע פריינט א זוהן פון איינע פון די העכסטראנגיגע נ.ק.וו.ד אפיצירן,

ברוך האט אבער זיך נישט געלאזט ווערן אריינגעשלעפט אין א טרויער, ער האט געקוקט אויף גרעגארי און וולאדאמיר צוויי זיבעצן יעריגע מיט א פלאטערדיג הארץ צום טאטן אין הימל, זיי זענען מיין נחת אנשטאט מיין משולם האט ער געקלערט צו זיך, און ווירקלעך זייט ער האט זיך געצויגן פון אודעסע קיין מאסקעווע אנצופירן מיט די אידישקייט אקטיוויטעטן האט אין אים אריינגעבלאזן א נייע גייסט, די שיעורים וואס ער האט געגעבן פאר די יוגענטליכע האט אים אנגעפילט מיט א מוראדיגע סיפוק.

'די אידישע גרופע' איז געווען דאס וואס ר' לוי יצחק האט געגרינדעט צוועלעף יאר פריער אין אודעסע, זיי האבן באוויזן אויפצוטוהן א געוואלד מיטן לערנען מיט יוגענטליכע און זיי אויסלערנען יסודות אין אידישקייט, וויכטיגע הלכות, און פארשפרייטן ספרים, אלעס איז צוגעגאנגען אויף זייער א כיטרע וועג אז די רוסישע געהיים אגענטור זאל נישט קענען ארויפקומען אויף זייערע שפורן, זיי האבן איבערגעלאזט פעקלעך אין פארשידענע פלעצער איבער רוסלאנד, די פעקלעך האבן ענטהאלטן געוואנדן לויט דער וואס האט באקומען דעם פעקל, ס'פלעגט ליגן דערין פארשידענע ספרים לוח'ס און אויך בחינות צו זעהן ווי דער תלמיד האלט, יעדע שטאט האט געהאט אדרעסן וואס איז געווען אונטער 'די אידישע גרופע' און די יוגענטליכע פלעגן אויף פארשידענע מיסטריעזע וועגן באקומען מעסעדזשעס ווי צו גיין אפנעמען א פעקל, א תלמיד וואס האט שוין געהאלטן נאך פיר יאר נאכפאלגן פוקטליך די סיסטעם האט זיך שוין געמעגט באטייליגן ביי לעבעדיגע שיעורים.

די נ.ק.וו.ד האט געפלאצט צו זעהן די פארגעשריטענע מעטאדן מיט וואס 'די אידישע גרופע' האט זיך באנוצט, מאכענדיג אומעגליך זיי נאכצופאלגן, פאר עטליכע יאר האבן זיי פרובירט אויפצוברעכן די געהיימע גרופע אבער אן ערפאלג, די בושות זענען געווען ביזן הימל, זיי האבן באשלאסן צו שענקען א בלינד אויג אויף די געהיימע אקטיוויטעטן, 'די אידישע גרופע' פון זייער זייט האט אויך פרובירט צו מאכן דאס ווייניגסטע גרודער וואס מעגליך.

ביז..... מישא איז אנגעקומען.

פארזעצונג קומט אי''ה
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

זעקסטע פארזעצונג:

מאסקעווע. רוסלאנד. 1938 למספ'

מישא'ס שטימע האט זיך געהויבן, ''איך קען נישט גלייבן אז די מעכטיגע ריזיגע רוסישע שפיאנאזש אגענטור האט זיך נישט געקענט באפאסן מיט אפאר אפגעריבענע אידעלעך'' האט ער געדינערט.

''איך פארלאנג פון יעדע אגענט אונטער מיין פירערשאפט דאס צו מאכן פאר א פריאריטעט, כאפטס זייער פירער און איך וויל מיט אים רעדן''.

ער האט געגעבן א צייכן מיט די האנט און די קאמאנדירן זענען ארויס פון צימער, איבערלאזנדיג מישא אליין.

מישא האט זיך פארטראכט אין זיינע געדאנקען, זייט ער האט איבערגענומען די פירערשאפט פון די קעי דזשי בי אפטיילונג אין מאסקעווע, איז ער איבערגעגאנגען פארשידענע פיילס אין די ארכיוון, זיך בעסער צו באקענען מיט די שטאט און אירע אייגענשאפטן, און אזוי אויך זיך צובאקענען אביסעל מער מיט די היסטאריע פון די אגענטן, אבער די פייל וואס ער האט היינט געטראפן האט אים אינגאנצן צושרויפט, ס'איז געווען א אלטע אפענע קעיס פון די נ.ק.וו.ד וואס זיי האבן קיינמאל נישט געלייזט.

'די אידישע גרופע' האט ער געליינט די קעפל פון אויבן, ס'האט אים געכאפט א נייגער און ער האט אריינגעבליקט דערין, מיט יעדי מינוט וואס איז אדורך ער איז געווארן מער איבעראשט פון וואס זיינע אויגן האבן געזעהן, א פונקטליכע דעטאלירטע באריכט איבער א געהיימע אידישע גרופע צוזייעט און צושפרייט איבער די גאנצע סאוויעטן פארבאנד, מיט א מעכטיגע אפעראציע, און פארגעשריטענע מעטאדן, זיי האבן באוויזן צו פארבלייבן אונטערן ראדאר, און אין די זעלבע צייט זיך רוקן פאראויס ער איז אויך געווען איבעראשט צו זעהן די פילע באמיאונגען וואס די נ.ק.וו.ד האט אריינגעלייגט אויפצוברעכן די גרופע און ארעסטירן זייערע פירער, אבער אן ערפאלג, זיבן מאל איז די ציפער וואס די נ.ק.וו.ד האט פרובירט איינצופלאנצן שפיאנען אינערהאלב 'די אידישע גרופע', אבער יעדע מאל האט זיך עס גענדיגט מיט א דורכפאל.

מישא האט זיך געריבן זיין שטערן, ער האט געוואוסט נישט אונטערצושאצן די מעגליכקייטן וואס די נ.ק.וו.ד האט געהאט, און טאקע צוליב דעם האט ער פארשטאנען אז אויב ער וויל זיי אונטערברענגען און באווייזן עפעס וואס די נ.ק.וו.ד האט נישט געקענט, וועט עס נישט געשעהן אין איין טאג,
און ס'וועט אים קאסטן אסאך הארעוואניע.

און ער איז גרייט געווען דערויף.

-------

''איז וואס זאגסטו, אז ס'איז געפארפול?'' האט ברוך געוואלט מער פארשטיין.

''ס'איז אסאך מער ווי געפארלפול'' האט דער מאן געזאגט, ''דער מישא איז גרייט צו גיין ביז די ענדע, און איך זאג דיר אז ס'איז דא פון וואס מורא צו האבן''.

ברוך האט שטאטליך פארדייט אלעס וואס ער האט נארוואס געהערט.''איך הער וואס דו זאגסט'' האט ער זיך ענדליך אנגערופן, ''א גרויסע דאנק פארן ברענגען די אינפראמאציע, און מיר וועלן טאקע זיין מער פארזיכטיג'', האט ברוך גענדיגט די שמועס.

זיי האבן זיך געדרוקט די הענט און צושיידט.

ברוך איז אוועק פון דארט פארקלערט, לויט ווי זיין געהיימע קוואל האט אים נארוואס איבערגעגעבן איז דער מישא גאר א שעדליכער פארשוין וואס וועט טוהן אלעס אין דער וועלט צו עררייכן זיין ציל, און מ'דארף זיך היטן פון אים. איך וועל דארפן איבערקלערן אונזערע קומענדיגע שריט האט ער אפגעמאכט ביי זיך.

אבער אין די זעלבע צייט איז מישא נישט געשלאפן, און פלייסיג געארבעט צו כאפן ווער ס'שטייט אונטער דעם פראיעקט, ער האט געקענט באשטיין צו אנהייבן מיט א קליינע פישל און נאכדעם מיט די אינפראמאציע וואס ער וועט פון יענעם ארויסקוועטשן וועט ער קענען גיין ווייטער.

אלע אגענטן איבער גאנץ מאסקעווע האבן זיך ארומגעדרייט מיט אנגעשפיצטע אויגן און אויערן, זוכענדיג און נישטערנדיג פאר אביסעל אינפראמאציע וואס זאל ווארפן א שיין אויף די גאנצע פרשה.

מישא האט געוואוסט פון ערפארונג אז מ'דארף עס געבן צייט, און טאמער מ'וועט אנהאלטן די הויעכע אלערט וועט מען אין די ענדע ערגעץ אנקומען, און ער האט באשלאסן צו ווארטן.

און ס'האט זיך אים אויסגעצאלט.

-------

דער אגענט האט קוים געקענט כאפן דעם אטעם ווען ער האט ענדליך דערגרייכט מישא'ס אפיס, ''מיר האבן דעם שפיץ פאדים'', האט ער געגעבן א ברעך אויס די נייעס פאר מישא.

נאך ווען ער האט געהאלטן אינמיטן רעדן האט אים מישא איבערגעהאקט, ''רעד קלארער, איך וויל הערן דעטאלן''.

דער אגענט האט זיך פארויטלט, כ'האב דאך קוים אנגעהויבן רעדן און שוין האקט ער אריין, לאז מיך אויסרעדן וועסטו אלעס פארשטיין, האט ער געטראכט צו זיך.

דער אגענט האט גענומען א טיפע אטעם און אנגעהויבן רעדן, ''זייט מיר האבן באקומען דעם באפעל צו זוכן און כאפן ווער עס שטייט אונטער 'די אידישע גרופע' האמיר נישט גערוהט קיין מינוט, אונזערע אגענטן האבן זיך אויסגעשפרייט איבער גאנץ מאסקעווע, און איבערגעקערט יעדע שטיינדל''.

''היינט אינדערפרי בערך עלעף אזייגער איז א פארדעכטיגטע איד דורכגעגאנגען איינע פון אונזערע אגענטן, די פונקטליכע פאזיציע איז כאברויסק גאס נומער זעכצן, דער אגענט האט פארדעכטיגט אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט אים און מ'דארף אים נאכקוקן, האט ער געהייסן פאר א אנדערע אגענט צוויי גאסן אוועק צו אפווארטן דעם איד און נאכקוקן זיינע ווייטערדיגע טריט, נאך פינעף מינוט האט דער צווייטער אגענט געמאלדן אז דער איד האט זיך נאכנישט באוויזן, וואס איז געווען אומעגליך ווייל ער האט נישט געהאט קיין צווייטע וועג ווי דורכצוגיין, דאס האט נאר פארשטעקערט אונזער מיינונג אז ער איז פארדעכטיגט.''

''מיר האבן שנעל אנגעהויבן א שטילע זוך אקציע אין די געגענט, און מיר האבן אים נישט לאנג דערויף געטראפן צוויי גאסן אוועק, וואס ס'מוז זיין אז ער איז דורכגעשפרינגען א הויף אנצוקומען דארט אן באגעגענען דעם צווייטן אגענט, מ'האט געקענט זעהן אויף זיין גאנג אז ער באהאלט עפעס, מיר האבן אים גאר פארזיכטיג נאכגעפאלגט, און זיכער געמאכט אים נישט צו פארלירן נאכאמאל, נאכן שפאצירן אזוי פאר נאך א האלבע שטונדע איז ער אריין אין א פארלאזטע געביידע.''

''און וואס איז מיט אים יעצט?'' האט מישא געוואלט וויסן, ער האט געקוקט אויף זיין זייגער, די רייץ צו כאפן דעם איד האט אנגעהויבן ברענען אין אים.

''ער איז נאך אלס אין די געביידע, און מיר האבן אגענטן וואס דעקן דעם גאנצן פלאץ.''

מישא האט זיך פארטראכט און איבערגעקלערט זיינע אפציעס, ווער ווייסט טאמער ער האט עפעס בכלל מיט 'די אידישע גרופע', און אויב יא, צו האט ער באמערקט אז מ'קוקט אים נאך, און פארדעם האט ער געמאכט די שפיצל אויף זיינע אגענטן,ער האט אויך נישט געוואוסט וויפול חברה ס'זענען דא דארט און צו מ'ווארט זיי אפ דארט מיט א איבעראשונג, דאס אלעס האט געפייניגט זיין געוויסן, צו ער זאל יא גיין אדער נישט, אבער די דראנג צו כאפן און אנטדעקן ווער עס שטייט אונטער 'די אידישע גרופע' האט אלעס איבערגעוואויגן.

''קום, מיר גייען'' האט מישא זיך אנגערופן אנטשלאסן, ער האט באקוקט זיין פיסטאל און זיכער געמאכט עס איז פיל, און געיאגטערהייט האט ער פארלאזט זיין אפיס.

-------

ברוך האט יענעם צופרי אנגעהויבן זיין טאג מיטן געווענליכן רוטין, ער איז אויפגעשטאנען פרי פארטאגס, און געמאכט זיין וועג דורך די מאסקעווע גאסן צו די שטאטישע שול, וואס איז געווען די איינציגסטע אקטיווע שול אין גאנץ מאסקעווע, נאכן כאפן א טבילה אינעם אייז קאלטן בור, ווייל ס'איז נישט געווען ווער ס'זאל באצאלן פאר הייצונג, האט ער געלערנט זיין טעגליכע שיעור אין גמרא און אין חסידות, איי איי האט ער געטראכט צו זיך, ווי נעמט מען נאך אויף דער וועלט א געשמאקערע זאך פון זיך קאכן אין א מאמר פון אלטן רבין פארן דאווענען, אדער אין א שיחה פון רבין רש''ב, ס'האט דאך נישט קיין ווערד בכלל וואס זאל דאס קענען באצאלן.

דאס זענען געווען די פאר מינוט אין טאג וואס ער האט פארגעסן דאמאלטס פון אלעס וואס טוט זיך אויף דער וועלט, ס'האט נישט עקזיסטירט דאמאלטס נישט קיין קעי דזשי בי נישט קיין סטאלין, און אפילו נישט 'די אידישע גרופע', גארנישט גארנישט גארנישט אויסער דער אייבערשטער.

נאכן צוזאם לייגן די רבינו תם'ס און לערנען זיינע טעגליכע שיעורים אין חק און אין חומש רש''י, האט ער זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג. היינט דארף פארקומען א שיעור, און אנדערן עק שטאט, דארטן קומען זיי זיך צוזאם יעדע ניינטע וואך.

ער האט נישט געהאט קיין אנונג וואס ווארט אים אפ....!
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

זיבעטע פארזעצונג!

דזשארדזשיע 1938 למספ'

זעמעלע האט שטאטליך צוזאמגעלייגט זיין תפילין, ער געקוקט אויף זיין זייגער און געזעהן אז ער האט נאך א גוטע פופצן מינוט ביז די באזע וועט אויפשטיין, א קילע ווינט האט מילד געגלעט זיינע מידע ביינער און געפענט זיינע פארשטייפטע מוסקלען, ער האט געלאזט די פרימארגן מיט איר קלארע שמעק אריינדרינגען טיף טיף און זיין קערפער.

די יעצטיגע צייט אין טאג איז געווען זיין בעסטע, נאכן פארברענגען צוויי יאר אינעם מיליטערישן באזע האט ער געוואוסט פון ערפארונג, אז אויב ער וויל אביסעל רואיג צייט צו פארברענגען מיט זיך זעלבסט, איז עס נאר אינדערפרי פארן מיליטערישן רוטין הייבט זיך אן, און ער האט נישט געהאלטן ביים מוותר זיין דערויף.

די קול פון פארטריקענטע בלעטער ווערן צוטרעטן האט אים געזאגט אז איינער קומט צו גיין אין זיין ריכטונג, ער האט געהאפט אז ס'איז נישט עפעס א לאנגווייליגער וועכטער וואס האט נישט וואס צו טוהן און זעהנדיג אים האט ער באשלאסן צו קומען אביסעל שטופן די צייט און אפשר אויכעט שפילן קארטן, זיין אנגעצויגענקייט האט אבער נאכגעלאזט ווען ער האט געזעהן אז ס'איז אלען דולעס.

אלען דולעס איז געווען א שפיאנאזש אנאליסט, פינעף און פערציג יאר אלט, א הויכער מאן, מיט א קאלטע כאראקטאר, אבער א צוגעלאזענע פערזענליכקייט, זיין ארבעט איז געווען צו טרענירן די פרישע אגענטן וויאזוי אפצוליינען און אנאלאזירן שפיאנאזש באריכטן, און ארויסלערנען א באדייט פון יעדע ברעקל באווייז.

כאטש ס'איז געווען אסאך יארן צווישן די צוויי, האבן זיי אבער געטראפן א געמיינזאמע שפראך צווישן זיך, זעמעלע האט ארויפגעקוקט אויף אלען אלס זיין שטאנד און זיין פערזענליכקייט, און אלען האט גאר שטארק געגליכן דעם יונגען קאדעט, דאס שארפע כיטרע קאפ און גלייכצייטיג נישט פארלירן דעם ישוב הדעת, האט גאר שטאררק באיינדרוקט אלען, און ער איז געווען זיכער אז זעמעלע האט א גרויסע צוקונפט אין די שפיאנאזש וועלט.

אלען האט געגריסט זעמעלע, און זיינע אויגן זענען געפאלן אויף די תפילין וואס זעמעלע האט אקוראשט גענדיגט צוזאמלייגן, ער האט זיך געשפירט גענוג נאנט מיט זעמעלע אים צו פרעגן וואס דאס איז, און זעמעלע האט אים גערן געגעבן צו פארשטיין וואס דאס איז, ער האט זיך אריינגעלאזט אין א שטיקעל שמועס מיט אלען איבער אידישקייט פון וואס אלען איז גאר שטארק באיינדרוקט געווארן, די פאקט אז זעמעלע האט אפילו דא אין באזע ווייטער געהיטן אויף זיין רעליגיע מיט א שטארקייט, האט געברענגט אין אים א שטארקע רעספעקט צו די אינגערמאן.

''איז דיר נישט שווער צו זיין דער איינציגסטער איד אינעם גאנצן לאגער?'' האט אלען געוואלט וויסן.

זעמעלע'ס געזיכט איז פארטונקעלט געווארן, און ער איז שטארק פארטראכט געווארן, אלען האט געזעהן אז ער האט ארויפגעטרעטן אויף א הינער אויג האט ער זיך אנטשולדיגט, און געוואלט פארזעצן צום קומענדיגן נושא, אבער זעמעלע אין זיין פארחלומ'טקייט האט נישט געהערט אלענ'ס אנטשולדיגונגס, און ער האט אנגעהויבן דערציילן מיט א פארקלערטע מינע די גאנצע היסטאריע, פון ווען ער האט זיך באקענט מיט יצחק בינדער, זייער טעגליכע שיעור אין מאנהעטן, און דערנאך אין קאלעדזש, וויאזוי יצחק האט ארויסגעהאלפן ביי זיי אין שטוב מיט געלט, און אזוי דערהאלטן די משפחה נישט אויסצוגיין פון הונגער.

אלען האט זיך צוגעהערט מיט א שטארקע אינטערעסע.

און זעמעלע האט פארגעזעצט, ''און אנפאנג ווען מיר זענען געקומען האבן מיר ביידע עס זייער געגליכן, די מיסטריעזע וועלט פון שפיאנאזש איז עפעס וואס האט אונז ביידע זייער געצויגן, און מיר האבן געמאכט גאר אסאך פארשריט, נאך איין אהאלב יאר, ווען מ'געבט די געלעגענהייט פאר אלע קאדעטן אויסצואוועלן צו זיי ווילן פארזעצן זייער טרענירונג צו ווערן א פולשטענדיגער אגענט, אדער ענדיגן ווי זיי האלטן יעצט און פארלאזן די מיליטער, האט יצחק געקליבן צו ענדיגן זיין טרענירונג, און צוריקגיין אין אינווערסיטעט.''

''אין אנהייב האב איך נישט געקענט פארשטיין וואס האט געברענגט פאר יצחק צו פארלאזן דאס מיליטער, ווען כ'האב אים געדרוקט פאר א ענטפער, האט ער מיר געגעבן צו פארשטיין אז צו בלייבן דא מיינט זיין א פולשטענדיגער קנעכט פאר די מיליטער, אזאך וואס ער וויל בשום אופן נישט זיין.''

כ'האב מיך פרובירט צו טענה'נען מיט אים אז ס'איז נישט אזוי ווי די סאלדאטן וואס מ'קען אייביג אריינרופן אין דינסט ווען די מיליטער דארף זיי, ווידעראום מיר באקומען א באשטימטע צאל שטונדן פער יאר וואס מיר דארפן טוהן ארבעט פאר די מיליטער, צו איז דאס ברעכן קאודס אדער אפילו ארויסגיין אויף א מיסיע, אבער מיר זענען זעלבסט שטענדיג.''

''יצחק אבער האט אנדערש געהאלטן'' האט זעמעלע פארגעזעצט ווען זיין שטימע האט זיך שוין אויסגעקלארט און זיינע אויגן האבן דירעקט געקוקט אין אלענ'ס פנים אריין, ''ער איז געווען איבערצייגט אויף אונז ביידע אז די מיליטער גייט אונז נאך אסאך נוצן, זיין טענה איז געווען אז די קאמוניסטישע רוסלאנד וואקסט אויס צו זיין א גרויסע געפאר פאר די פאראייניגטע שטאטן, און די מיליטער מאנגעלט און פערזאנען וואס קענען א פליסיגן רוסיש און זענען אויך טראסטבאר, במילא האט ער געהאלטן אז אונז וועט מען אסאך נוצן, צוליב אונזערע קענטעניסן אין די רוסישע שפראך.''

''איך מוז מודה זיין'' האט זעמעלע צוגעלייגט נאך א קורצע שטיל שווייגעניש, ''אז טיף אין הארץ האב איך אויך געוואוסט אז יצחק איז גערעכט, אבער כ'האב מיך נישט געקענט ברענגען צו פארלאזן די שפיאנאזש וועלט.''

אלען האט געשמייכעלט, ער האט גוט געוואוסט וואס ס'מיינט פאר איינעם וואס געוואוינט זיך איין צו לעבן ווי א שפיאן, איז זייער שווער עס אפצולאזן, און ער האט נישט געדרוקט ווייטער אויף זעמעלע.

זיי האבן זיך ווארעם געדרוקט די הענט, און זיך צושיידט, זעמעלע האט נאך עספיעט אנצוקומען אין צייט צו זיין קאמפעני.

און אלען איז צוריק צו זיין טעגליכע רוטין.

------

מאסקעווע. רוסלאנד. 1938 למספ'.

ברוך האט געשפאנט מיט שנעלע טריט נישט פארדעכענדיג עפעס, אין זיין קאפ איז ער איבערגעגאנגען די גאנצע שיעור וואס ער דארף היינט געבן.

די שיעור האט ער געדארפט געבן פאר א נייע גרופע וואס האלט קוים ביי זייער דריטע שיעור, ער האט געוואוסט פון ערפארונג אז די ערשטע שיעורים זענען אייביג די קריטישסטע, אויב מאכן זיי אפ צו בלייבן, האט מען פארדינט נאך אפאר אידישע נשמות אריינצוברענגען תחת כנפי השכינה, אבער אויב נישט איז צרות, נישט איינמאל האט מען געדארפט אוועקשיקן סטודענטן ווייט אוועק צו אנדערע שטעט אויס מורא אז זיי זאלן נישט ווערן געמסר'ט, דורך געוועזענע פריינט וואס האבן אין די ענדע אפגעלאזט די גרופע.

טאקע דערפאר האט מען געמאכט אזא שטרענגע סיסטעם אז נאר נאכן מיטהאלטן די סיסטעם פאר אפאר יאר קען מען קומען צו לעבעדיגע שיעורים, אבער אפילו אזוי איז שוין געווען פעלער ווי סטודענטן האבן אלעס אפגעלאזט, במילא האט מען געדארפט זיין זייער פארזיכטיג.

זיך איינדרייענדיג אויפן כאברויסק גאס, האט ער באמערקט א פארשוין וואס איז געזיצן נישט ווייט פון אים מיט ליידיגע פלעשער וואדקע ארום אים און הויך געגרעבצט, דער פארשוין איז אים נישט געפאלן, זיינע אויסגעשארפטע חושים האבן אים געווארענט זיך צו היטן פון די מאן.

ווען ער איז יענעם דורכגעגאנגען האט ער געשפירט יענעם'ס בליקן אים שטעכן אין רוקן, ברוך איז קיין נאר נישט געווען און ער האט פארשטאנען אז ער וועט דא דארפן מאכן פארשידענע שטיקלעך זיך ארויסצוזעהן פון דעם פלאנטער.

ווען ער האט זיך דערווייטערט פון יענעם, האט ער געגעבן א שפרינג אריין אין א הויף אויפוועקענדיג אפאר הינדלעך, ער איז געווען פארזיכטיג נישט צו מאכן קיין גרודער, אין די בעק האט זיך דער הויף געגרעניצט מיט נאך א הויף און ער איז איבערגעטאנצן די צוים צו יענע הויף און פון דארט איז ער ארויס צו א צווייטע גאס.

ער האט גוט געוואוסט אז אפילו יעצט האט ער זיי אויסגעשפילט איז ער נאכנישט ארויס פון געפאר, ס''ה האט ער עס אפגעשטופט מיט אפאר מינוט, ער האט מיט זיינע אויגן געזוכט א טעקסי וואס זאל אים העלפן אנטלויפן פון געגענט, זיין ווארטעניש איז אבער געווען אומזינסט, ס'איז נישט געווען קיין איין טעקסי אין די געגענט.

אן קיין סאך ברירות האט ער אנגעהויבן שפאנען מיט שנעלע טריט, פרובירענדיג זיך צו דערווייטערן וואס מער פון די געגענט, שטילעהייט האט ער געהאפט אז יענע פארשוין איז טאקע געווען א פשוטע שיכור פון גאס, אבער גאנץ אינערליך האט ער געוואוסט אז ס'איז שטותים, און ער דארף מאכן פליטה, אבער שוין.

זיינע אויגן האט ער געהאלטן אפען אויפן גאנצן ארום, זיכער צו מאכן אז ער ווערט נישט נאכגעפאלגט.

און דאן האט ער זיי באמערקט.....

פארזעצונג קומט אי''ה.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

אכטע פארזעצונג.

וואשינטאן. 1956 למס'.

ארום א טיש זענען געזיצן פרעזידענט דווייט די אייזענהאוער, דעפענס סעקרעטערי דאנעלד ראמספעלד, און סי איי עי דירעקטאר אלען דולעס, די זיצונג איז נישט געווען קיין עמטליכע און אויסער געציילטע פערזאנען האט קיינער נישט געוואוסט אז זי עקזעסטירט, די פרעזידענט האט געקוקט מיט ווארטענדיגע אויגן אויף דולעס.

אלען האט פונקטליך געוואוסט וואס דער פרעזידענט וויל, אבער ער האט גארנישט געהאט וואס צוצולייגן זינט לעצטע וואך.

ווען דער פרעזידענט האט געזעהן אז דולעס רעדט נישט האט ער זיך געוואנדן צו ראמספעלד, און געווארט צו הערן אינפראמאציע איבער די געהיימע סי איי עי אפעראציעס אין קארעא, וואס איז געווען בשותפות פון די סי איי עי און די מיליטער.

די עצם פאקט אז סי איי עי אגענטן זענען אקטיוו אין די קריג, איז געווען א געהיימניס וואס געציילטע חוץ די דריי דא האבן געוואוסט דערפון, און זייער ראלע אינעם קריג איז געווען קריטיש, פרעזידענט אייזענהאוער האט שוין געהאט די ערפארונג פון נוצן ציווילע אגענטן בשעת א קריג, און ער האט פארשטאנען די וויכטיגקייט דערפון, און זייער ווערד.

אין אנהייב פון 1945 ווען די אמעריקאנער ארמיי האט מער און מער אריינגעשניטן אין דייטשע טעריטאריע האט זיך די ארמיי גענויטיגט אין אינעווייניגסטע אינפראמאציע, צו וויסן ווי עס זענען דא רעשטלעך דייטשע סאלדאטן וואס מ'דארף נאך אויסראטן אזוי אז ס'זאל נישט איבערבלייבן פיינטליכע סאלדאטן אינטער די פראנט ליניעס, די אגענטן האבן זיך אריינגעדרייט צווישן די באפעלקערונג און גענאשט אינפראמאציע ווי זיי האבן נאר געקענט.

דאמלטס האט נאך די שפיאנאזש אגענטור געהייסן די או עס עס, א רעלאטיוו נייער אגענטור וואס האט זיך אפגעטיילט פון די מיליטער, אייזענהאוער האט אבער פארשטאנען די וויכטיגקייט פון אנהאלטן די נאנטע פארבינדוגען מיט די או עס עס, און ער האט זיי גענוצט אין גרויסן, אויסצוגעפינען ווי די דייטשן האבן א שטארקע און גרויסע אנוועזענהייט, און לויט דעם האט ער געוואוסט וויאזוי צו צוטיילן די מיליטערישע כוחות.

אבער וואס איז געווען נאך א גרעסערע געהיימניס וואס קיינער אויסער ער מיט נאך געציילטע האבן געוואוסט, איז געווען, אז די או עס עס האט געשפילט נאך אסאך א גרעסערע ראלע, און דאס איז געווען צו שפיאנירן אויף זייער קאלעגע אינעם קאמף קעגן די דייטשן.

די רוסן!!!

פרעמיער מיניסטאר ווינסאן טשויטשרעל איז געווען א מוראדיגע פיקח, און ער האט געהאט א שמעק פאראויס צו שאצן פארשידענע זאכן אויפן וועלטס שאך ברעטעל, ער האט פאראויס געזעהן די געפאר פון א היטלער-דייטשלאנד, יעדער האט געלאכט פון אים אבער אין די ענדע איז ער געווען גערעכט.

יעצט ווען די שרעקליכע קריג וואס האט אפגעקאסט אזויפיל פאטאליטעטן האט שוין געהאלטן ביים קומען צו איר ענדע, און נאצי-דייטשלאנד האט שוין נישט געשטעלט קיין ערענסטע געפאר פאר די ציווילע וועלט, האט טשויטשרעל געזעהן אין רוסלאנד אונטער די פירערשאפט פון סטאלין די קומענדיגע געפאר מיט וואס די אלגעמיינע ציווילע וועלט וועט זיך דארפן ספראווענען.

טשויטשרעל איז קיין נאר נישט געווען און ער האט געוואוסט אז סטאלין האט גרויסע אמביאציעס, ער האט אבער אויך געוואוסט אז סטאלין פארשטייט אז ער וועט נישט קענען אריינעמען די גאנצע וועלט אונטער קאמוניזם, אבער א חלק יא, און טשויטשרעל האט געוואלט וויסן אויף וועלכע חלק סטאלין צילט.

צו צילט ער אויף מערב איירעפע, און ער וויל אויפעסן די אייראפישע קאלטור לענדער און עקענאמישע גרויסמאכטן, א שטייגער ווי דייטשלאנד און פראנקרייך, אבער דאמאלטס זענען זיי נישט פארבינדן געהעריג אין טעריטאריע, אלס איין גרויסע פארבאנד.

אדער צילט ער מער אויף די נאכשלעפערישע נישט אנטוויקעלטע לענדער, וואס אין פאקט וועלן אים נישט ברענגען צו א גרויסע פארדינסט.

די פרעמיער האט געזעהן נאך ווייטער, איינמאל סטאלין האט שוין אנגעפאנגען, צו איז עס מיט זיינע שכנים, אדער מיט די גרעסערע און וויכטיגערע פישלעך וועט ער אבער פרובירן צו ערגענצן זיין מאכט, און אויסשפרייטן זיין איינפלוס אויך אויף די איבריגע לענדער.

טשויטשרעל האט באשלאסן אז מ'דארף גענוג פרי פארלויפן די וועג פאר סטאלין, און פאר יעדע פרייז האט ער געוואלט אפהאלטן סטאלין פון בכלל אנהייבן מיט זיין אויסשפרייטונג.

צוליב האט ער זיך געוואנדן צו די אמעריקאנער, די או עס עס איז ווייט נישט געווען אזוי פארגעשריטן און סאפעסטיקירט ווי די בריטישע עם איי 6, אבער די עם איי 6 איז געווען פארנומען אין זייער היימלאנד ענגלאנד צו כאפן די דייטשע שפיאנען וואס די אבווער האט איינגעפלאנצט אין גרויסן, די איי עם 6 האט נישט געהאט די מעגליכקייט צו שפיאנירן אויף רוסלאנד צו זעהן וואס זייערע פלענער זענען.

אין א פארנאכטס האט אלען דולעס געטאנצן מיט זיין פעראשוט, העכער די ארט ווי די אמעריקאנער גענעראל שטאב האט זיך אויפגעהאלטן, דורכאויס די נאכט איז ער געזיצן מיט פרעזידענט אייזענהאוער און אויסגעשטעלט א סטראטעגיע וויאזוי צו אינפילירן די רוסן און געוואויר ווערן זייערע פלענער.

אייזענהאוער וואס האט שוין דאמאלטס געהאט פאליטישע חלומות האט אועקגעלייגט ביי זיך אין קאפ, אז אלען דולעס וועט נאך האבן א ארט אין זיין אדמעניסטראציע.

און יעצט זיצט ער דא מיט דולעס און ראמספעלד, פון ראמספעלד האט ער געהערט א רוטינע רעגולער באריכט, אבער דולעס איז געזיצן שטיל ווי א פיש, זיין פנים האט געוויזן אז ער פלאגט זיך מיט זיין געוויסן.

אייזענהאוער'ס כאראקטאר האט דאס נישט געקענט דולדן און נערוועזערהייט האט ער ארויסגעשאסן צו דולעס, ער זאל אים - זיי מוחל - זאגן וואס אזאנס גייט פאר, אז ער איז אזוי צופליקט.

דולעס האט אריינגעקוקט אייזענהאוער אין די אויגן, און זיך אנגערופן מיט א מידע שטימע.

''פארפרוירענע אייז ווייסט פון אונזער אנוועזענהייט אין קארעא''

אייזענהאוער האט געשאסן פון אויפרעגונג און ציטער ווען ער האט דאס געהערט, ער איז אבער געווען אומבאהאלפן פונקט ווי דולעס.

פארפאלן, ס'איז אומעגליך צו געוואויר ווערן ווער פארפרויענע אייז איז.

------

מאסקעווע רוסלאנד 1938 למספ'.

זיי זענען נישט געווען קיין סאך אין צאל, אבער פונקט גענוג צו דעקן דעם שטח, ברוך האט גלייך געכאפט אז מ'מיינט אים, און ער האט פיבערהאפטיג אנגעהויבן זוכן א וועג ארויס פון דא.

זיין בליק איז געפאלן אויף א ליידיגע פארלאזטע געביידע, ער האט שנעל אהינגעוואנדן זיינע טריט און אריין.

פון אינעווייניג האט ער געהאט א גוטע בליק ארויס צו די גאס, אזוי ער האט געקענט זעהן פונקטליך וואס די קעי דזשי בי אגענטן טוען, זיי האבן אבער אים נישט געקענט זעהן.

ער האט גוט געזעהן זייערע צווייפעלנישן, און ער האט געהאפט מיטן גאנצן הארץ אז די חברה וועלן זיך אפטראגן פון דא, ער איז אבער אויך געווען רעאליסטיש און ער האט פארשטאנען אז ער מוז אנגרייטן א פלאן וואס צו טוהן טאמער די אגענטן מאכן אפ צו שטורעמען די געביידע.

זיינע אויגן האבן געזוכט עפעס מיט וואס ער זאל קענען מאכן א שטריק, און מיט דעם זיך קענען אראפלאזן, טאמער עס וועט אויספעלן, זיין בליק איז געפאלן אויף א לאנג דיקע דראט, ס'האט אים אויסגעזעהן גענוג פעסט אים צו קענען האלטן.

פון זיין ארט ביים פענסטער האט ער געקענט זעהן אז ס'טוט זיך א געזעמל, ער האט זיך געמאכט גרייט, די סקונדע די חברה קומען דא אריין אינעווייניג און די גאס איז לער, יאפעץ איך אפ פון דא.

אונטן אויף די גאס האבן די אגענטן זיך גרייט געמאכט אריינצוגיין אין די געביידע, מ'האט נאר געווארט אויפן קאמאנדיר מישא זאל אנקומען.

א שווארצע אויטא האט זיך אפגעשטעלט נישט ווייט, מישא איז ארויס און באטראכט דעם גאנצן ארום.

'' עטס זענטס זיכער ער איז נאך דארט?'' האט ער געפרעגט

'' מיר האבן אים נאכנישט געזעהן ארויסגיין'' איז געקומען די ענטפער.

''פיין'' מישא איז געווען צופרידן, שטילערהייט האט ער זיך שוין געריבן די הענט מיט פרייד.

די סקונדע מישא האט געגעבן דעם באפעל זענען די אגענטן אריינגעלאפן אין די געביידע, אויף די סקונדע האט ברוך געווארט און שטילערהייט איז ארויסגעקראכן פון פענסטער, שעפשענדיג א תפילה, פארזיכטיגערהייט האט ער זיך אראפגעלאזט צו דער ערד.

ד הויט האט געברענט אויף אים ער האט וואס שנעלער געוואלט זיך זעהן ארויס פון די פלאץ.

די סקונדע זיינע פיס האבן אנגערירט די ערד האט ער זיי אויסגעשטרעקט צו מאכן פליטה וואס שנעלער.

אבער די קול פון א ביקס האט אים פארפרוירן.

פארזעצונג קומט אי''ה
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ניינטע פארזעצונג.

''בלייב שטיין, אויב שטעלסטו נאך איין טריט וועט עס זיין דיין לעצטע''

ברוך האט גוט געוואוסט אז ס'איז דאמירן בעלמא, און פאר א דורכדרינגליכע אויספארשונג גייען זיי אים נאכנישט אזוי שנעל אוועקלייגן. דערווייל האט ער גענוצט זיין גאנצע קאנצעטראציע אויפצוקומען מיט א פלאן וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פון דעם פלאנטער.

מישא אליין האט זיך ארומגעדרייט ווי א קינד אויף א חתונה אויפגעבלאזן פון שטאלץ, זיין גאווה און זעלבסט זיכערקייט האט דערגרייכט די וואלקענעס.

ס'האט פאר מישא נישט געפאסט זיך צו אינדזעקעווען אויף זיין קרבן, אין פארענט פון אלע אגענטן. ניטאמאל צו גיין כאפן א בליק האט ער געשפירט פאר וויכטיג. דעריבער האט ער געשפילט פראפעסעניאל און געהייסן פאר זיינע אגענטן אים אפצופירן צו די קעי דזשי בי הויפט קווארטיר ווי דארט וועט ער זיך קענען אפגעבן מיט דעם אידל ווי עס דארף צו זיין.

מישא אליין איז געווען שיכור פון גליק, ער איז געווען זיכער אז לויט ווי דער איד האט פרובירט צו אנטלויפן מוז זיין אז ער באהאלט עפעס.

ווען ער ווייסט ווען וואס ס'ווארט אים.....!

-----

וואשינגטאן 1954 למספ'.

זעמעלע האט זיך געיאגט דורך די לאנגע קארידארן צו זיין אפיס. כאטש ער איז געווען א פעלד אגענט האט ער פארמאגט די פריוויליגע צו פארמאגן א אייגענע אפיס. פונדערווייטענס האט זעמעלע געקענט זעהן דעם דירעקטאר אלען אים אקעגן קומען, ער האט געווארט ביז דולעס איז אים אריבערגעגאנגען און ער האט אים באגריסט מיט א פריינטליכע גוט מארגן.

דולעס האט זיך ווי געגעבן א כאפ אויף, קוקענדיג ווער עס האט אים באגריסט. א שטראל האט אויפגעלאכטן אין זיינע אויגן ווען ער האט באמערקט אז ס'איז זעמעלע.

''קום צו מיין אפיס אין א האלבע שעה'' האט דולעס באפוילן.

זעמעלע האט געקענט זעהן אז עפעס דרוקט אויף אלען און עס רויבט אים אוועק זיין געוויסן. ער איז געווען העכסט נייגעריג צו וויסן וואס גייט פאר, ער האט עס אבער דערשטיקט אין זיך און נאר געשאקעלט מיטן קאפ פאר אלען אלס באשטעטיגונג.

ער האט שוין אנגעהויבן גיין ווייטער ווען ער האט געהערט ווי דולעס שרייט אים נאך, '' זאג אויך פאר דיין אויבערהאר סעם, אז איך וויל אים אויך זעהן צוזאמען מיט דיר.''

דא איז שוין זעמעלע געווארן אינגאנצן צומישט, ס'איז אין גאנצן נישט דער סדר אז ער זאל זיין דער וואס זאל מעלדן פאר זיין אויבערהאר אזא זאך. ער האט עס אבער אראפגעשלינגען און שוין קוים געקענט ווארטן געוואויר צו ווערן וואס ס'שפילט זיך דא אפ.

ווען זעמעלע איז אריין צו סעם אין אפיס האט ער אים געזעהן זיצן מיט סטיוו און אנאלאזירן פארשידענע רעגלמעסיגע באריכטן.

סטיוו איז געווען אונטער סעם'ס אפטיילונג, און סעם האט זיך כמעט נישט גערירט אן אים, כאטש סעם האט מער געגליכן זעמעלע פון סטיוו, איז אבער זעמעלע נישט אייביג געווען צו דער האנט.

זעמעלע טראץ זיין הויעכע ראנג איז נאך אלס ארויס אויף מיסיעס, דאס איז געווען אויף זיין דירעקטער פארלאנג, ער האט געהאט די מעגליכקייט צו באקומען סעם'ס ארט, ער האט עס אבער נישט געדארפט, ווייל דאס וואלט געמיינט אז ער מעג מער נישט ארויס גיין אויף מיסיעס, א זאך צו וואס ער האט בשו''א נישט מסכים געווען.

זעמעלע און סעם האבן געהאט א ספעציעלע פריינדשאפט צווישן זיך, זייענדיג די איינציגסטע פרומע אידן אויף אזעלכע הויכע פאזיציעס אינערהאלב די סי איי עי, און ס'איז געווען זאכן וואס סעם האט מיטגעטיילט פאר זעמעלע אבער נישט פאר סטיוו, א שטייגער ווי דער עקזיסטענץ פון 'פארפרוירענע אייז'.

מיט אלענ'ס הסכמה האט סעם מיטגעטיילט די געהיימעניס מיט זעמעלע, און נישט פאר סטיוו, זיי זענען געווען גענוג קלוג נישט צו ווייזן פאר סטיוו אז זיי באהאלטן פון אים עפעס, אבער סטיוו האט עס געשפירט. ער איז געווען גענוג קלוג נישט צו מאכן קיין עסק דערפון, אבער די קנאה ווארימעל האט שטיל און טיף געגראבן.

יעצט ווען זעמעלע איז אריינגעקומען איז אריינגעקומען, האט סטיוו גלייך דערשפירט זעמעלע'ס אומבאקוועליכקייט מיט זיין אנוועזענהייט, ער האט עס אבער דערשטיקט און נישט געלאזט זיין געפיל זיך אויסדרוקן אויפן געזיכט.

זעמעלע האט מיט א טרוקענע שטימע דערציילט סעם אז אלען ווארט אים צו זעהן, אין א האלבע שעה ארום. ער האט קיין ווארט נישט געזאגט, אז ער איז אויך געלאדענט געווארן צום זיצונג.

א האלבע שעה שפעטער:

סעם און זעמעלע האבן זיך נישט געגלייבט וואס זיי זעהן.

אלען דוללעס, איז געזיצן מיט א צוזאמגעבראכענע מינע, זיינע אויגן זענען געווען האלבוועגס פארלאשן, פאר זעמעלע האט עס נאך מער געציפט צו זעהן, זינט זייער באקאנטשאפט גייט שוין צוריק 16 יאר ביז 1938.

אלען האט געוויזן פאר די צוויי זיך צו זעצן, און ער האט אנגעהויבן רעדן.

''ס'איז מיר קלאר געווארן אז מיר האבן א ליעק דא אינערהאלב די העכסטע ראנגען. הערשט נעכטן נאכמיטאג האב איך דערציילט פארן פרעזידענט אז 'פארפרוירענע אייז' האט אונז אין זיין לעצטן מעסעדזש צוגעלייגט א ווארענונג ווי פאלגענד. ביטע זיין פארזיכטיג מיט וועם ענק טיילן מיט אינפראמאציע, ענקער אנוועזענהייט אין קארעא איז מער נישט קיין געהיימעניס, איך ווייס דערפון,''. אלען האט זיך א סקונדע אפגעשטעלט כאפן דעם אטעם, און ער האט ווייטער פארגעזעצט, ''איך ווייס אויך ווער עס שטייט אונטער די ליעק, אבער איך קען מיך נישט ערלויבן דערווייל צו אנטדעקן ווער עס איז, אבער אזויפיל יא זייטס פארזיכטיג און געטרוי נישט קיינעם.''

אלען האט זיי ביידע אריינגעקוקט אין די אויגן און געזאגט. ''אין די איבער פינעף און צוואנציג יאר וואס איך בין אין די שפיאנאזש וועלט האב איך שוין געהאט אלע סארטן סיטואציעס, קאמפלעצירטע און שווערע, און איך בין עס אייביג איבערגעקומען, אבער אזא פארראט פונעם העכסטן קאליבער האב איך קיינמאל נישט געקלערט אז ס'וועט צו דעם אנקומען. דעריבער איז מיין באפעל צו ענק, אלס מיינע פארטרויליכסטע מענטשן אין די אגענטור, געב איך ענק די אויפגאבע צו דערגיין ווער ס'שטייט אונטער דעם.''

זעמעלע און סעם האבן זיך איבערגעבליקט, און דערנאך געשאקעלט מיטן קאפ אלס הסכמה.

''יעדע געזעץ אדער רעגולאציע מעג געבראכן ווערן אין דעם פאל, לאזטס נישט קיין שטיינדל אומבארירט.''

די אנטשלאסענקייט האט זיך געליינט אין זייערע אויגן, און אלען האט הנאה געהאט דערפון.

ביים ארויסגיין האט סעם זיך אנגערופן צו זעמעלע, ''מיר וועלן שוין באלד רעדן, איך דארף צוריקגיין ענדיגן מיט סטיוו איבערגיין די באריכטן.''

''אבער געב אכט וואס דו רעדסט'' האט זעמעלע א זאג געטוהן מיט א בליץ אין זיינע אויגן, סעם האט גוט געזעהן די פייערעל אין זעמעלעס אויגן ווען ער האט עס געזאגט. א שוידער איז דורעכגעלאפן זיין קערפער, ווען ער האט געכאפט ווי אהין ער צילט.

נעה.... מיטן גאנצן הארץ האט ער געהאפט אז זעמעלע מאכט א טעות

------

ברוך איז געזיצן אליין אין די טונקעלע שמוציגע צעל, די קעי דזשי בי האט זיך נישט עקסטער אויסגעצייכענט מיט זייער געסט אויפנאמע. ס'האט אים באנג געטוהן אז ס'איז געקומען צו אזא מצב, ער איז אבער נישט געבראכן געווארן.

שלוחי מצוה אינם ניזוקין האט ער זיך געהאלטן אין איין חזר'ן מיט א אמונה און בטחון צו ערשטוינט ווערן, ער האט גוט געוואוסט אז די מצוה פון מקרב זיין אידישע הערצער לאביהן שבשמים איז אומשאצבאר, די אלע עלטערן און אור עלטערן וואס זייערע אייניקלעך האט ער צוריק געברענגט תחת כנפי השכינה, האט ער געוואוסט, שטייען יעצט און בעטן פאר אים ביים כסא הכבוד.

ברוך אבער איז נישט געווען די טיפ צו זיצן און ווארטן אויף א נס, זיין טעמפוראר האט זיך שנעל געטוישט, און זיין בלוט האט גענומען קאכן. ניין ער וועט נישט פאלן פאר זיי.

צום ערשט האט ער זיך געפריידט אז ער האט נישט מיטגענומען זיין אינדעטעפיקאציע מיט אים, אזוי אז זיי זאלן נישט האבן די מינדענסטע אינפראמאציע איבער אים, נישט אז ער האט געמיינט אז זיי וועלן קיינמאל נישט געוואויר ווערן ווער ער איז, ער האט אבער נישט געפלאנט זיי גרינגער צו מאכן די ארבעט.

די צווייטע זאך האט ער געזוכט א וועג ארויס פון דא, טעכניש האט ער געוואוסט אז ס'איז אוממעגליך צו אנטלויפן פון די געביידע, ער האט אבער געוואוסט אז עס וועלן זיך מאכן נאך געלעגענהייטן צו אנטלויפן, אפשר ביים וועג צו סיביר, ווער ווייסט.

און די פלאנירונג האט זיך אנגעהויבן.

קיין סאך צייט האט ער נישט געהאט ווען פלוצלינג האט זיך די טיר געפענט און א וועכטער איז אריינגעקומען.

די וועכטער האט געוויזן פאר ברוך זיך אויפצושטעלן, ברוך האט קיין ווארט נישט געפרעגט, ער האט אנגעהויבן חזר'ן פסוקי אמונה און בטחון, זיך פארשטעלענדיג אז מ'גייט אים יעצט פירן אויף אויספארשונג, ער האט הייס מתפלל געווען צום טאטן אין הימעל אז ער זאל אים שטארקן זיין גייסט און ער זאל האבן כח אריבערצוטראגן די אלע פייניגונגען. ער איז געווען דרייסט און אנטשלאסן נישט צו אנטמוטיגט ווערן, ער איז געווען גרייט אויף מסירות נפש.

בשעת'ן דורכגיין אלע קארידארן האט ברוך זיך איינגעחזר'ט די גאנצע וועג, אלע קארידארן און צימערן וואס מ'איז דורכגעגאנגען, ווילענדיג האבן א בערך'דיגער בלו פרינט פון די גאנצע געביידע.

נאכן ארויפגיין און אראפגיין אפאר שטאקן און נאכן דורכגיין ענדלאזע קארידארן מיט פילצאליגע צימערן, איז מען אנגעקומען צו א צימערל, מיט א קליינע אויפשריפט אויספארשונג צימער, די וועכטער האט געפענט די טיר און געהייסן פאר ברוך זיך צו זעצן אקעגן מישא, וואס האט יעצט גענומען די פליכט פון אויספארשער ווילענדיג זיין דער וואס וועט אויספארשן דעם אידלען, מישא איז געווען פארטיפט און זיינע פאפירן און ניטאמאל א בליק געגעבן אויף וועם מ'האט דא אריינגעברענגט.

נאך פארטוהן אין זיינע פאפירן האט ער באפוילן פארן וועכטער צו פארלאזן די צימער נישט פאר ער לאזט אים איבער די שליסלעך צו די קייטלען אויף ברוך'ס הענט.

הערשט דערנאך האט ער אויפגעהויבן זיין קאפ און צום ערשטן מאל געגעבן א בליק אויף ברוך. זייערע אויגן האבן זיך באגעגענט, ברוך האט שארף אריינגעשניטן זיינע בליקן אין די פארוואונדעטע מישא, און זיך שטילערהייט אנגערופן.

משולם.....?!

פארזעצונג קומט אי''ה
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

צעהנטע פארזעצונג:

מאסקעווע. רוסלאנד. 1938 למספ'.

מישא האט געקוקט מיט פארריסענע אויגן אויף ברוך.

פערצן יאר האט אים קיינער נישט גערופן מיט דעם נאמען, דעם שיינע נאמען, די נאמען וואס ער האט באקומען ווען ער איז געווארן א אומאפטיילבארע חלק פון ג-ט'ס פאלק. ער האט זיך שטארק איינגעקוקט אין די מאן וואס איז געזיצן אין קייטן פארנט פון אים, די טיפע קנייטשן אויף זיין געזיכט איז אים נישט געווען קעננבאר, אזוי אויך זיין קאפ איז היפש ליידיגער געווארן, אבער די אויגן, די זעלבע אויגן וואס האט אים שטענדיג געגעבן ליבשאפט, האט ער יעצט געזוכט די ליבשאפט אין זיי, אבער א שטראם פון ווייטאג איז אים אנטקעגן געקומען אנשטאט. דוכט זיך אז זינט ער האט פארלאזט אדעסע האט ער זיי שוין נישט געזעהן.

ער האט אבער זיך נישט ערלויבט ווייטער צו קוקן זיין פאטער אין די אויגן, עס איז געווען צו ווייטאגליך, די צער און אנטוישונג האט ארויסגעשריגן פון יעדע ווינקעל. עס איז געווען צו שווער פאר מישא עס צו דערהייבן.

ברוך אליין האט געשפירט אז ער טראגט עס נישט איבער, די פיין צער און אנטוישונג האט זיך אלעס געגעבן א מיש אויס און ארויס און פארעם פון א ווייטאגליכע קרעכץ.

''וועכטער, פיר צוריק דעם איד צו זיין צעל,'' האט מישא אויסגערופן, ''איך וויל אים מער נישט זעהן פאר מיינע אויגן, דערווייל זאלסטו אים גארנישט פארמינערן פון זיין טעגליכע פארציע, איך וועל נאך דארפן קלערן פון א פלאן וואס צו טוהן מיט אים.''

אן קיין פיפס האט דער וועכטער געטוהן ווי מ'האט אים געהייסן, ער האט געשלעפט ברוך דעם גאנצן לאנגן וועג אויף צוריק צו זיין צעל אין איינע פון די הונטערשטע שטאקן, ברוך האט אבער נישט אכט געגעבן אויף וואס עס גייט פאר אינעם ארום, זיין קאפ איז געווען קאנצעטרירט אין איין זאך.

זיין משולם.

ער האט נישט געוואוסט צו ער זאל זיין פרייליך אדער טרויעריג, די פרייד פון טרעפן זיי זוהן נאכן נישט האבן אים געזעהן פאר פערצן יאר איז געווען אויסגעמישט מיט א טיפע טרויער, אזש ער האט נישט געוואוסט צו עס וואלט ווען נישט בעסער געווען ווען ער בלייבט אויף אייביג קלאגן אויף זיין פארבלאנדזשעטע זוהן.

נאכן זיך אביסעל בארואיגן אין זיין צעל האט ער אנגעהויבן אריינקלערן אין וואס דא פאסירט, די וואונדערליכע השגחה פרטיות וויאזוי ער האט פאר יארן לאנג אויסגעמיטן די לאנגע האנט פון די נ ק וו ד, און זיך ארויסגעדרייט פון זייערע הענט איינמאל און נאכאמאל מיט ערפאלג. און פונקט יעצט ווען מ'האט אויפגענומען א נייע קאמאנדיר האט יענער באשלאסן צו אויפברעכן די געהיימע אקטיוויטעטן פון 'די אידישע גרופע', און מיט א שטוינענדע שנעלקייט האט מען אים באוויזן צו ארעסטירן, און אלעס דורך א צופאל, ווייל לויט ווי ער האט פארשטאנען איז די ארעסט נישט געקומען אין רעזולטאט פון א מסירה, און דא ווערט ער פלוצלינג געוואויר אז דער נייער קאמאנדיר איז גאר זיין זוהן משולם.

צוביסלעך צוביסלעך האט ער אנגעהויבן מאכן סדר אין זיין צושטורעמטע מח, ער האט געשפירט ווי די יד השם וועט אים נישט פארלאזן, ער האט נאר נישט געחלומ'ט ווי וואונדערליך די השגחה עליונה וועט אים פון דא ארויסנעמען.

-----

מאסקעווע 1953 למספ'.

אינעם גאנצן טומל וואס האט זיך געטוהן אין צענטער פונעם רויטן סקווער און א זוניגן זונטאג האט קיינער נישט אכט געגעבן אויף א מאן וואס האט געשפאנט מיט שנעלע טריט און א טאשקע צו זיין זייט.

ער האט אויסגעזעהן צו זיין גאנץ רואיג, כאטש אינערליך האט די הויט געברענט אויף אים, ער האט געוואלט וואס שנעלער זיך זעהן ארויס פון דא אבער ער האט נאך געהאט א מיסיע פאר דעם דורכצופירן.

פון די ווינקעל פון זיין אויג האט ער געקענט זעהן ווי פארשידענע מענטשן האלטן א אויג אויף אים, ער האט אבער זיי נישט געדארפט זעהן צו וויסן אז זיי זענען דא, ער האט געשפירט די שטעכעס אין זיין רוקן, און ער האט בלינדערהייט געקענט אפציילן וויפול פערזאנען קוקן אים, און זייערע פונקטליכע פאזיצעס, אין הארצן האט ער אפגעלאכט פון זיי, זיינע מעגליכקייט איז פילפאכיג איבערגעשטיגן זייערע ארימע טרענירונג, ער איז אבער סייווי געווען פארזיכטיג, די צוקונפט פון אים אינאיינעם מיט די גאנצע וועלט איז געשטאנען אויפן וואגשאהל צו וועט ער מצליח זיין אדער נישט.

און פאר די וועלטס וואוילזיין איז גראדע געווען אין אינטערעסע ער זאל נישט מצליח זיין.

דער מאן האט ווייטער שפאצירט מיט שנעלע טריט אדורך דעם גאנצן סקווער, און איז ארויס צו איינע פון די גרויסע פארקינג לאטס הונטערן קרעמלין, שטילערהייט האט ער געוואונטשן פאר די אלע אגענטן וואס האבן אים נאכגקוקט אסאך הצלחה, ווייל פון דא און ווייטער האט ער געוואלט ארבעטן אליין אן דעם וואס די קעי דזשי בי זאל אים שטיין אויפן קאפ.

ער האט זיך געגעבן א פלינקע בייג אראפ, און אונטערגעקראכן איינע פון די אויטאס וואס איז דארט געווען, ער האט שנעל אפגעשאצט בערך ווי ווייט די אגענטן זענען פון אים, זיין חשבון האט אים געזאגט אז ער האט נאך דרייסיג סקונדעס ביז זיי וועלן גרייכן זיין פאזיציע, ער האט געוואוסט אז זיי זוכן און ער האט בכלל נישט געפלאנט זיי גרינגער צו מאכן.

מיט א אויסטערלישע שנעלקייט איז ער געקראכן אויף דער ערד אונטער א רייע אויטאס, ער האט געוואוסט אין וועלכע אויטא ער ברויך אריינווארפן די טאשקע, ס'איז נישט געווען צו ווייט, נאכן קריכן פון איין שורה צום צווייטן האט ער ענדליך געגרייכט די אויטא וואס ער האט געזוכט.

פונדערווייטענס האט ער געקענט הערן די קעי דזשי בי אגענטן אים זוכן פארסאפעטערהייט, עס האט אים געקאסט א שמייכל נאר זיך פארשטעלענדיג זייער אנטוישונג.

נאך א קורצע באהאנדלונג אויפן הענטל פון די טיר האט ער איר געפענט און אריינגעווארפן די טאשקע אינעווייניג, ער האט אפגעאטעמט מיט פארלייכטערונג, די שווערסטע טייל איז שוין פאראיבער, יעצט דארף ער זיך נאר ארויסזעהן פון דא.

די וועג ארויס איז געגאנגען אסאך געשמאקער און גרינגער ווי אריין וויסענדיג אז די ערשטע טייל פון זיין מיסיע איז אריבער מיט ערפאלג, און ווי אויך יעצט האט ער מער נישט געהאט קיין וויידלעך צוגעטשעפעט צו אים.

אזוי האט ער געמיינט.

-----

אין א אפיס נישט ווייט איז געזיצן יורי אנדראפאוו און מיטגעהאלטן פונדערווייטענס פונקטליך וואס דא גייט פאר, די סקונדע יענע פרעמדע פארשוין האט אנגערירט די הענטל פון זיין אויטא האט זיך די אלארם צוקלינגען ביי אים אין טאש.

ער האט זיך געהאלטן רואיג און פונדערווייטענס געהאלטן א אויג אויף וואס עס שפילט זיך דא אפ, אזויפיל יא ער האט מיט א קעמערא פאראייביגט די סצענע ווי יענער עפענט אויף די טיר פון זיין קאר און ווארפט דארט אריין עפעס, ס'האט אים אויסגעזעהן ווי א טאשקע.

צוויי מינוט נאכדעם וואס יענער האט פארלאזט דאס ארט, איז א וועכטער געווען אויפן וועג צום פריוואטן קאר פון יורי צו ברענגען די טאשקע וואס יענער האט אריינגעווארפן.

די אינהאלט אינאיינעם מיט די בריוו וואס יענער האט צוגעשריבן אדרעסירט צו אים האט אים איבעראשט.

פארזעצונג קומט אי''ה

קאמענטארן וועלן ענטפאנגען מיטן גרעסטן פארגעניגן אין דעם אשכול
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

עלעפטע פארזעצונג.

מאסקעווע 1938 למספ'.

וואסילי האט איבערגעקוקט זיין פיסטאל נאך איינמאל פארן זיך ארויסלאזן אויפן וועג, מיט די לינקע האנט האט ער געטאפט זיין טאש אפציילענדיג זעקס רונדעס פון אכט קוילן יעדע איינע, זיין קליינע מעסער איז געווען אריינגעשטעקט אינעם לעדערנעם האלטער גלייך דערנעבן.

די אינסטרוקציעס וואס ער האט באקומען איז געווען זייער קלאר, און ער האט נישט געצווייפעלט אז ער וועט איר דורכפירן ביזן ענדע, אין די הויפטקווארטיר האט מען געווארט פאר זיין באריכט נאכן אקציע, און די אפציעס איז געווען זייער קלאר.

סוקסעס!

עפעס אנדערש פון דעם וועט נישט טאלערירט ווערן.

די מאסקעווע גאסן זענען די צייט אינמיטן די נאכט געווען דעזערטירט פון איינוואוינער, וואסילי האט קיין שרעק נישט געהאט פון די קעי דזשי בי אגענטן וואס האבן זיך געדרייט אין די גאסן זוכענדיג פאר אזעלכע פארשוינען ווי אים, זיינע קענטעניסן אין זייערע שטיק האט אים געברענגט אז ער האט געוואוסט ווי אויסצונוצן זייערע שוואכקייטן פאר זיינע אינטערעסן.

די הויכע קאלטע שטיינערנע ווענט האבן געווארפן א שרעק אויף יעדע מאסקעווע בירגער איינהילענדיג אירע אינערליכקייטן אין פינסטערניש און אין נעפל, די שאטן פון אירע הויכע וואך טורעמעס וואס האבן זיך דערהויבן צו הויכע שפיצן האט אין א געווענליכע פאל געווארפן א אומהיימליכקייט און זאגאר א פארנעפלטע שרעק אויף אירע דורכגייער, וואסילי האט אבער נישט געלייגט קיין גרויס געוויכט דערויף און פארזיכטיגערהייט האט ער זיך דערנענטערט צו די געביידע.

זיין ציל איז געווען אויף די מערב זייט פון די געביידע אבער אנצוקומען דארט האט ער געדארפט גיין דורך די צפון זייט, וואסילי האט זיך דערנענטערט ביז הארט נעבן די געביידע און דארטן זיך אפגעשטעלט.

ער האט נאכאמאל זיך ארומגעקוקט אויף די הויכע מויערן פון די געביידע, כאטש ער האט שוין געוואוסט פון אויסענווייניג ווי ער דארף גיין, האט ער נאך געכאפט איין לעצטע בליק צו זעהן טאמער ער האט נישט פארפאסט עפעס, די מויערן זענען געווען גלאט און פארמאכט, די ערשטע צוויי שטאק האט בכלל נישט פארמאגט קיין פענסטער, אויף די דריטע שטאק איז יא געווען פענסטערס און פון דארט האט ער זיך געפלאנט אריינצובאקומען.

זיין שלאנקע קערפער האט אים געגעבן ספעציעלע מעגליכקייטן צו קריכן, אבער דריי שטאק ארויף איז נישט קיין וויץ, און וואסילי האט נישט געפלאנט צו נעמען די מינדענסטע שאנס און ער איז געקומען אנגעגרייט פאר דעם אויך.

שנעלערהייט האט ער ארויסגענומען פון זיין רוקזאק א לאנגע דיקע שטריק און ביים עק צוגעבינדן א מיטעלגארטיגע שטיין און מיט א פונקטליכע מאס קראפט האט ער געווארפן די שטיין מיטן שטריק צוגעבינדן צו איר נישט צו שטארק עס זאל אריינקלאפן אין די געביידע און נישט צו שוואך אז עס זאל נישט טרעפן אין ציל, נאר פונקט אז עס זאל פליען דריי שטאק אויף ארויף און ארומרינגלען די סטים פייפס וואס האט זיך געצויגן אינדרויסן פונעם בנין גאנץ אויבן ביים העכסטן שטאק.

שנעל און פארזיכטיג האט ער געלאזט די שטריק צוריק אראפקומען צו אים שוין זייענדיג פעסט ארומגעבינדן אויבן, ער האט גאנץ שנעל ארומגעבינדן דעם שטריק ארום זיך און ארויפגעקראכן די געביידע מיט א אויסטערלישע פלינקייט.

אנקומענדיג אויבן ביים דריטן שטאק האט ער געפונען דעם וועכטער אויף, טראץ וואס ער האט געהאפט אז די וועכטער וועט שלאפן, שטילערהייט האט ער ארויסגענומען די מעסער פון איר האלטער און פארזיכטיג עס אריינגעשטופט צווישן די פענסטער און די שוועל און אזוי שטילערהייט געפענט די פענסטער אריין צום דריטן שטאק.

די וועכטער איז געכאפט געווארן אין איבעראשונג און נאך איידערן האבן א שאנס צו אנטלויפן האט ער זיך געטראפן שטיין קעגן וואסילי וואס האט זיך שוין אריינגעלייגט אין פאזיציע אים צו עלמענירן, ער האט קוים פרובירט צו כאפן זיין ביקס פאר א קרעפטיגע זעץ האט אים שטיל געמאכט.

וואסילי איז שנעל צוריקגעלאפן צום פענסטער און אריינגעצויגן די גאנצע שטריק אינעווייניג און עס פארפאקט גאר שנעל אין זיין רוקזאק, ער איז שוין געווען גרייט צו גיין ווייטער ווען עפעס אונטן אויפן גאס האט געצויגן זיין אינטערעסע.


-----

מאסקעווע 1953 למספ'.

''איך האב צוטריט צו פארשידענע אינפראמאציע וואס קען ענק זיין אינטרעסאנט'' האט יורי אפגעליינט די פאפיר.

''צו ווייזן אז איך בין דא פאר ביזנעס שיק איך ענק א פייל מיט אלע ענקערע אקטיוויטעטן אין וואשינגטאן רעקארדירט ביי די סי איי עי.''

''אייער ענטפער אויף מיין אנבאט וויל איך ערהאלטן אין א באנק קאנטע אין נארוועגיע, די קאנטע ציפערן זענען 3762841, אויב אייער ענטפער איז פאזיטיוו, דאן זאל עס זיין אין פארעם פון זעכציג טויזענט אמעריקאנער דאלער אין פינעף און צוואנציג טויזענט בריטישע פונט.''

אויב איז אייער ענטפער נעגאטיוו דאן זאלט איר גארנישט שיקן, נאך דרייסיג טעג אויב וועט נישט זיין קיין אקטיוויטעטן אין די קאנטע וועט עס ווערן אפגעשפארט.''

יורי האט איבערגעדרייט די צעטל זוכענדיג פאר נאך עפעס וואס דער אנאנימער פארשוין זאל האבן געשריבן, אבער גארנישט אויסער דעם איז געשטאנען אויף די צעטל.

ער האט גענומען די רעקארדס פון די סי איי עי וואס דער פארשוין האט ביי אים איבערגעלאזט און אריינגעבליקט דערין, טייל זאכן איז אים נישט געווען קיין חידוש אז די סי איי עי האט געוואוסט דערפון און מיטגעהאלטן די אקטיוויטעטן אבער א טייל האט אים ממש אויפגעשוידערט צו זעהן ביז ווי די סי איי עי האט דערגרייכט מיט זייער שפיאנאזש אויף זיי.

די אינפראמאציע איז געווען גאר ווערטפול און נוצבאר פאר אים און פאר די רוסישע שפיאנאזש געמיינדע, עס האט זיי געגעבן א שאנס זיך צו רע-ארגענאזירן וויסענדיג שוין ווי זייערע לעכער זענען און וועלכע אגענטן איז שוין אויפגעדעקט געווארן זייער אינדענטיטעט.

''פאר דאס בין איך גרייט צו צאלן.''

פארזעצונג קומט אי''ה

פידבעק איז אייביג וועלקאם אבער אינעם ריכטיגן אשכול
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

צוועלעפטע פארזעצונג:

די מאן האט אויסערליך נישט געצויגן קיין אויפמעקזאמקייט, אבער עפעס אינעווייניג האט געזאגט פאר וואסילי אז ער זאל דעם מאן נאכקוקן.

פון זיין פאזיציע אויבן ביים פענסטער האט ער געקענט זעהן דער מאן זיך דערנענטערן צו די געביידע און ווי ער קוקט זיך פארזיכטיג ארום, יעצט האט וואסילי שוין געוואוסט פאר זיכער אז דער איז גארנישט אזא אומשולדיגער מאן, צוליב די טונקעלקייט האט ער נישט געקענט דערקענען יענעמ'ס געזיכט, ער וואלט עס אבער סייווי נישט געקענט זעהן ווייל עס איז געווען באדעקט, ער האט זיך געוואונדערט צו דער מאן איז דא צו אפעקטירן זיין מיסיע אדער אים צו העלפן, קען גאר זיין אז דאס האט גארנישט צוטוהן מיט מיר, און איך פארדעכטיג נאר ווייל איך בין אנגעצויגן.

אלנספאלס האט ער באשלאן אז אפגעזעהן דעם מאן'ס מאטיוון מוז ער פארענדיגן זיין מיסיע מיט סוקסעס און ער גייט מער נישט ווארטן קיין איין איינציג סקונדע נישט, נאר זאפארט אנהייבן מיט די אקציע.

ער האט זיך געהאלטן גאר שטיל ווען ער האט אנגעהויבן אריינדרינגען טיפער אין די געביידע, און איז געווען עקסטער פארזיכטיג, ער האט גוט געקענט די געביידע און געוואוסט אלע באהאלטענע קארידארן און וועגן, עס איז אים גאנץ גוט צונוץ געומען ווען ער האט געשפאנט דורך פארפלאנטערטע שטעגן בשעת ער דערנענטערט זיך צו זיין ציל.

שטאטליך האט ער אריינגעבויגן זיין קאפ אין די קארידאר ווי זיין ציל האט זיך געפינען, ער האט געוואנדן זיינע אויגן צו די צעל צו וואס ער האט געדארפט גיין.

צו זיין שאק איז נישט געווען קיין גרעניץ ווען ער האט געזעהן דער מאן וואס ער האט פריער באמערקט, שטייט דארט און פארעט זיך מיט די שלעסער, נאך א קורצע וויילע פון צוויי מינוט האט דער מאן מצליח געווען צו עפענען די טיר.

פונדערווייטענס האט וואסילי געזעהן ווי דער מאן שטעקט אריין זיין קאפ און פליסטערט עפעס שטיל און נאך א האלבע מינוט קומט ברוך ארויס פון זיין צעל.

ער האט שוין קוים געקענט ווארטן צו קענען כאפן א בליק אויף דעם אנאנימער פארשוין וואס האט אומגעפלאנט זיך אריינגעמישט אין זיין מיסיע.

טראץ די שאל וואס יענער האט געהאט אויפן געזיכט, האט ער זיך אנגעשטרענגט צו דערקענען ווער דער פארשוין איז, ווי שאקירט איז ער געווארן ווען ער האט געזעהן אז דאס איז נישט קיין צווייטער ווי.. מישא!

''וואס טוט ער דא?'' האט וואסילי נישט געקענט פארשטיין.

זיין מח האט פיבערהאפטיג פרובירט צו פארשטיין וואס אזאנס גייט דא פאר.

ער האט נישט געהאט קיין סאך צייט צו טראכטן, ער האט געזעהן ווי מישא נעמט ארויס פון זיין רוקזאק א פלעשל וואסער און געבט פארן דורשטיגן ברוך אביסעל צו טרינקען.

וואסילי האט נישט געהאט קיין סאך צייט צו קלערן וואס דא גייט פאר און וואס זיינע קומענדיגע שריט דארפן זיין, ווען ער האט זיך געגרייט צו די אקציע האט ער זיך אויך צוגעגרייט צו אלע מיני סארט שטרויכלינגען וואס קען זיך מאכן, אבער דאס איז געווען די ווייטסטע מעגליכקייט וואס ער האט ניטאמאל גע'חלומ'ט אז דאס זאל קענען פאסירן אין די ווירקלעכקייט, און דא שפילט זיך עס אפ פארנט פון זיינע אויגן, ער האט נישט אנגעהויבן צו פארשטיין וואס דא גייט פאר.

זיין מיסיע איז געווען זיך אריינצוברעכן דא און מיטנעמען ברוך מיט זיך אן אויפדעקן זיין שלייער אלס א אגענט פאר 'די אידישע גרופע' וואס איז באהאלטן אונטער די שלייער פון א הויכראנגיגע קעי דזשי בי אגענט, און דא איז פלוצלינג אפירגעקומען אזא פלאנטער.

ער האט נישט געוואוסט די מאטיוון פון מישא מיטן אהערקומען, און אויב מישא מיינט נישט קיין גוטס וועט ער זיך מוזן צואמפערן מיט מישא און אין בעסטן פאל וועט ער אים ארלעדיגן, אבער עס איז א דאפעלטע איינשטעל, סיי צו וועט אים געלונגען צו ארלעדיגן מישא, און אויב נישט, אפילו עס וועט אים געלונגען צו קענען אפפוצן מיט ברוך וועט אבער זיין שלייער אויפגעדעקט ווערן און דאס האט נישט געטארט געשעהן, 'די אידישע גרופע' דארף אים נאך דארט.

אויפדערווייל האט ער באשלאסן נאכצופאלגן מישא, ביז ער באקומט א קלארערע בליק אויף וואס דא שפילט זיך אפ, און שטילערהייט האט ער געהאפט אז מישא פלאנט אים ארויסצופירן פון די געביידע, און איינמאל מישא ארלעדיגט דעם שווערסטן חלק פון ארויסשווערצן ברוך, וועל איך דאן אים איבערפאלן און נעמען ברוך מיט מיר.

מישא און ברוך האבן נישט פארברענגט קיין טראפ צייט און זיי האבן גלייך אנגעהויבן שפאנען דעם לאנגן וועג ארויס, פון דערווייטענס האט וואסילי גשטוינט צו זעהן מישא'ס באהאווענטקייט אין די קאמפלעצירטע געביידע טראץ זיין קורצע וויילן דא אלס קאמאנדיר.

ער האט געהאלטן א דיסטענס צוויישן אים און מישא, מישא האט געשפאנט פון פאראויס זיכער מאכענדיג די וועג איז ליידיג און ברוך האט געשפאנט גלייך אונטער אים.

וואסילי האט דא אומדירעקט געשפילט א וויכטיגע ראלע געבענדיג שוץ פאר ברוך פון הונטן.

מ'האט שוין געהאלטן היבש נאנט צום ארויסגאנג, און וואסילי האט געזעהן אז מישא האט נישט גענוצט די זעלבע אריינגאנג ווי אים, נאר גענוצט א הונטערטירל צו אריינקומען אין די געביידע.

ער האט נאך געהאלטן אינמיטן שפעקולירן וויאזוי ארויסצונעמען ברוך פון מישא'ס הענט, ווען א געשריי האט איבערגעריסן די שטילקייט.

האלט..!! קיינער זאל זיך נישט רירן, אז נישט שיס איך!

פון זיין ארט האט וואסילי געזעהן ווי צוויי וועכטער שטייען קעגן מישא מיט געווער און פארדעכטיגטע בליקן אין זייערע אויגן.

די מצב האט נישט אויסגעזעהן צו גוט.

פארזעצונג קומט אי''ה!

אלע קאמענטארן זאלן איבערגעלאזט ווען אינעם דאזיגן אשכול
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

דרייצענטע פארזעצונג:

קעי דזשי בי הויפטקווארטיר. מאסקעווע 1938 למספ'.

סקונדעס האבן געשפילט א ראלע.

די וועכטער זענען געווען ברייט ביינערדיגע חברה און ס'האט נישט אויסגעזעהן ווי מישא וועט זיי ביידע קענען ארויסנעמען און נאך אנטלויפן מיט ברוך.

די וועכטער האבן זיך נישט געפוילט, איינער האט שטייפערהייט אנגעכאפט ברוך און אים אנגעהויבן צוריק שלעפן פון וואו זיי זענען געקומען.

וואסילי האט געזעהן די וועכטער שלעפענדיג ברוך קומען און זיין ריכטונג, זיינע ארדענעלין האבן אנגעהויבן לויפן, א שטראם פון ענערגיע האט פארפלייצט זיין קערפער.

אריינגעדרוקט אין א שמאלע עפענונג האט ער געווארט זיי זאלן אים אריבער גיין און דאן וועט ער שיקן דעם וועכטער אויף יענע וועלט.

פון זיין יעצטיגע פאזיצע האט ער נישט געקענט זעהן וואס טוט זיך מיט מישא ווייל אויב שטעקט ער ארויס זיין קאפ וועט אים די וועכטער וואס שלעפט ברוך גלייך באמערקן.

מישא אבער האט אויך נישט געפלאנט אויפצוגעבן, זיין אינדענטיטעט איז נאך געווען פארהוילן, זיין שאל האט נאך פארדעקט זיין געזיכט, און די וועכטער האבן נישט געחלומ'ט אז דער פארשוין איז גאר זייער קאמאנדיר.

וואסילי איז געווען אינגאנצן פאקוסירט, זיינע אויערן אנגעשפיצט צו הערן די דערנענטערנדע פיסטריט. ער האט זיך אויסגעשטעלט אין פאזיציע גרייט צו אטאקירן.

ווי נאר די וועכטער איז אים אריבערגעגאנגען האט וואסילי געגעבן א שפרונג ארויף אויפן וועכטער פון הונטערוויילעכטס, מיט איין האנט האט ער אים ארומגענומען זיין קאפ און פארשטאפט דאס מויל, און מיט די צווייטע האנט האט ער אים פארשטילט אויף אייביג.

ברוך'ס שארפע מח האט גלייך געכאפט אז דאס מוז זיין וואסילי, דער וואס האט אים נאך געווארענט תיכף ווען מישא איז אריין אין אמט זיך צו היטן פון אים.

וואסילי האט גלייך באפרייט דעם וועכטער פון זיינע הענט און אים געלאזט ליגן אויף דער ערד זיך טונקענדיג אין זיין אייגענע בלוט.

וואסילי האט שטייפערהייט אנגעכאפט ברוך ביי די האנט און ווי א קינד וואס מ'פירט אין חדר האט ער אים געשלעפט צו דארטן ווי מישא איז געשטאנען און זיך נאך געראנגעלט מיטן וועכטער.

וואסילי האט שנעלערהייט געפרעגט ברוך וואס דא גייט פאר, פארוואס מישא האט זיך איינגעבראכן אינמיטן די נאכט ווי א גנב אים ארויסצונעמען פון דא.

ברוך האט געשמייכעלט און גענטפערט זייער טרוקן, ''זיי נישט באזארגט, ער איז אויף אונזער זייט, אבער פאר דיין טובה לאז נאך דיין געזיכט פארדעקט, ביז מיר וועלן אנקומען צו א פארזיכערט ארט.''

וואסילי האט נישט געפרעגט מער קיין פראגעס ער האט געזעהן אז דא איז דא אומפאראויסגעזעהנע אנטוויקלונגען, דאס איז זיכער אז מישא ארבעט נישט פאר 'די אידישע גרופע' ווייל אויב יא פארוואס האט מען זיי ביידע געשיקט.

אדער קען גאר זיין אז 'די אידישע גרופע' האט דא נאך איינגעפלאנצטע אגענטן א שטייגער ווי מישא און קיינער ווייסט נישט פונעם צווייטן, אזוי אויב כאפט מען איינעם זאל יענער נישט ארויסגעבן דעם צווייטן'ס אידענטיטעט.

דאמאלטס אויב מישא ארבעט יא פאר 'די אידישע גרופע' פארוואס האט ער איינגעלייגט אזויפיל וועלטן צו כאפן ברוך?

ער וואלט דאך אים געדארפט שענקען א בלינד אויג אזויווי ביז יעצט.

ברוך האט געגעבן א האק אריין אין וואסילי'ס געדאנקען און אים אריינגערוימט אין אויער, ''מ'מוז העלפן מישא פטור ווערן פון דעם וועכטער''.

די מעסער וואס ער האט נאך געהאט ביי זיך איז אים יעצט צוניץ געקומען א צווייטע מאל.

מיט א שנעלקייט האט ער זיך דערנענטערט צו ווי מישא און דער וועכטער זענען געשטאנען און זיך געראנגעלט.

די צוויי האבן באמערקט א פרעמדע פארשוין מיט א פארמאסקירט געזיכט זיך דערנענטערן, האבן זיי ביידע אפגעשטעלט דאס ראנגלען פאר א סקונדע פרובירענדיג צו אנאלאזירן וואס יענער-וואסילי פלאנט דא צו טוהן.

מישא האט געזעהן וואסילי מיט א מעסער אין זיינע הענט און זיין טאטע ברוך שפאצירן אונטער אים מיט א היבשע געלאסענקייט לויט די אומשטענדן, און נישט ווי א ארעסטאנט, האט ער גלייך געכאפט אז דער אנאנימער פארשוין איז דא אים צו העלפן קעגן די וועכטער, ווארשיינליך איינער פון זיין טאטענ'ס פארבינדונגען וואס איז אים געקומען ארויסראטעווען.

מיט באנייעטע קרעפטן האט זיך מישא געווארפן אויפן וועכטער, וואסילי האט איידעלערהייט נאכאמאל איבערגעשפילט דעם זעלבן שפיל פון פריער נאר יעצט האט ער פארלוירן דעם בענעפיט פון סורפרייז, מישא האט אנגעהאלטן דעם וועכטער און וואסילי האט אים פארשטאפט דאס מויל מיט א אייביגע שטיל שווייגעניש.

מישא און וואסילי האבן זיך אנגעקוקט, ביידע זייערע געזיכעטער זענען געווען נאך פארדעקט, מישא האט נישט געהאט קיין אנונג ווער איז דער פרעמדער פארשוין וואס האט זיי ביידע געראטעוועט, און וואסילי איז נאך נישט זיכער געווען וואס איז מישא'ס עכטער אידענטיטעט און וואס איז זיין שלייער.

ברוך האט זיך אריינגעמישט און מיט א טאן פון אויטאריטעט זיי פארגעשלאגן קודם צו פארלאזן דאס פלאץ און גיין צו א פארזיכערט פלאץ און דערנאך וועט מען רעדן.

די מצב איז געווען ווייט פון גוט, זיי שטייען דא אינמיטן די מאסקעווע גאסן, אינמיטן די נאכט פיל מיט פארדעכטענישן איינער אויפן צווייטן, די איינציגסטע זאך וואס האלט זיי צוזאמען איז אז זיי ביידע האבן מסכים געווען זיך איינצושטעלן דאס לעבן צו ראטעווען איין מענטש.

''ווי גייט מען?'' האט ברוך געפרעגט פון מישא

מישא האט זיך אויסגעדרייט און געקוקט מיט אפענע אומצוטרוי אויף וואסילי, און געבורטשעט עפעס פון אונטער די נאז.

וואסילי פון זיין זייט איז אויך נישט גרייט געווען צו מיטטיילן אינפראמאציע, זייענדיג אומזיכער אויף וועלכע זייט מישא איז.

און קיינער פון זיי איז נישט געווען גרייט אויפצוגעבן ברוך, זיי האבן זיך איינגעשטעלט דאס לעבן און זיי זענען נישט געווען גרייט אוועקצוגיין מיט ליידיגע הענט.

וואס טוט מען דא?

פארזעצונג קומט אי''ה

קאמענטארן אינעם געווענליכן קאמענטארן אשכול.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

פערצענטע פארזעצונג:

ברוך איז געווען דער ערשטער וואס האט גענומען די זאך אין די הענט אריין.

ער האט זיי ביידע אנגעקוקט און גערעדט מיט א שטילע אבער פעסטע שטימע.

''קודם וויל איך ענק ביידע באדאנקען פארן זיך איינשטעלן ענקער לעבן מיך ארויסצוראטעווען. כאטש ענקערע מאטיוון קומען פון צוויי באזונדערע ריכטונגען, האבן ענק ביידע געהאט די זעלבע ציל.''

''מיך צו זעהן באפרייט.''

''דערווייל וועל איך גיין מיט מישא, און דו - האט ער זיך געוואנדן צו וואסילי - זאלסט נאך גארנישט באריכטן. מארגן וועלן מיר זיך אלע דריי טרעפן אינעם ספאבאוויעלע גארטן, דאס איז גלייך אינדרויסן פון מאסקעווע אויף צפון זייט.''

''אויב איינער פון אונז וועט נישט דארט זיין, דאס מיינט אדער איך און מישא אדער וואסילי וועט עס אנדייטן אז ער איז געכאפט געווארן, אדער אז ער איז אין א באלדיגן געפאר. און אין דעם פאל וועלן מיר אפהאקן יעדע פארבינדונג איינס צום צווייטן''

מישא האט גלייך צוגעשאקעלט מיטן קאפ און מסכים געווען, וואסילי האט אבער געקווענקעלט, זיין מיסיע איז נאכנישט ערפילט ביז ווילאנג ער ווייסט נישט פאר זיכער אז ברוך איז פולשטענדיג אויף דער פריי.

ער האט אבער אויך פארשטאנען אז ס'איז נישט דא נאך אפציעס און ער קען נישט באצווינגען ברוך צו קומען מיט אים קעגן זיין ווילן.

''פיין'' האט ער געזאגט, ''מארגן זיבענע פארנאכטס אינעם ספאבאוויעלע גארטן.''

זיי האבן זיך שנעל געזעגענט, און זיך צושיידט.

וואסילי האט געמאכט זיינע טריט צו די צענטער פון מאסקעווע, ווי בלויז רעגירונגס באאמטע האבן געוואוינט, ער האט געגליכן די געגענט, זיין הויז, ער האט נישט געהאט צו א גרויסע פארקער מיט זיינע שכינים.

קיין פאמיליע האט ער נאכנישט געהאט, ווען זיינע קאלעגעס אין די קעי דזשי בי האבן געהייראט מיט די טעכטער פון די אנגעזעהנסטע און געשעצטע פאמיליעס, האבן זיי אויך געדרוקט אויף אים, פארשלאגענדיג שיינע שידוכים פון די אויבערשטע אינעם שטייסל. ער האט זיך אבער ארויסגעדרייט פון זיי מיט פארשידענע תירוצים.

די אמת האט ער אבער פארהוילן, אלס א תורה טרייער איד, און אלס א הייסע אנהענגער און מיטגליד פון 'די אידישע גרופע' האט ער געזוכט א ערליך אידיש מיידל, עפעס וואס וואלט נישט מעגליך געווען צו טוהן ווילאנג ער איז אין מאסקעווע, דעריבער האט ער געווארט.

אין 'די אידישע גרופע' הויפט קווארטיר האט מען געוואוסט פון זיין קלעם, און מ'האט זיך גערעכענט דערמיט, די פלאן איז געווען אז מ'וועט רעקרוטורן א פרישע אגענט אינערהאלב די קעי דזשי בי, אזוי אז וואסילי זאל קענען פארלאזן דאס לאנד און אויפשטעלן א ערליכע אידישע שטוב אין איינע פון די פרייע לענדער.

דערווייל האט ער אבער נאך געווארט עס זאל געשעהן.

זיינע טריט האבן אים דערנענטערט צו זיין שטוב, פונדערווייטענס האט ער שוין דערקענט זיין דירה אויפן פערטע שטאק.

ווען פלוצלינג האט אים עפעס באומרואיגט, עס האט זיך אים געדאכט אז ער האט געזעהן די פירהאנג זיך שאקלען פון אינעווייניג פון די פארמאכטע פענסטער.

א ציטער האט אים באהערשט ווען ער האט געטראכט ווער עס קען זיין.

נאר איין זאך האט דאס געקענט באדייטן.

און ער האט גוט געוואוסט אז א באזוך אין שטוב אינמיטן די נאכט, ענדיגט זיך מיט א ארעסט.

ספאנטאניש האט ער זיך געגעבן א שטעל אפ.

ווען פלוצלינג האט ער געהערט א קול אונטער זיך מיט א צינישע שטימע.

''קאמעראד וואסילי, פארוואס האסטו דיך אפגעשטעלט? נישט געזארגט אונ...''

ער האט נישט עספיעט צו ענדיגן, ווען פלוצלינג האט א קרעפטיגער זעץ אין זיין געזיכט אים אפגעשטעלט פון רעדן, וואסילי האט פלינקערהייט ארויסגעכאפט די רעוואלווער, און אים דערלאנגט נאך שטויס אין קאפ אלס געזעגענונגס.

ער האט זיך געגעבן א דריי אויס גרייט צו לויפן, אבער...

פינעף אגענטן זענען אים אנטקעגן געקומען מיט אויסגעשטעקטע געווער, און די זעלבע זאך האט זיך אפגעשפילט פון הונטן.

ער האט זיך ארומגעקוקט פארלוירן, זוכענדיג א וועג ארויס, ער האט אבער נישט געפונען פון ווי.

מיט א רעזעגנירטער מינע האט ער אראפגעלייגט די רעוואלווער און אויפגעהויבן זיין הענט אין די הייעך.

די אגענטן האבן גוט געוואוסט וועם זיי ארעסטירן, און זיי האבן נישט אויפגעהערט חוזק צו מאכן.

וואסילי האט נישט געלייגט קיין אכט אויף זייערע שפעט ווערטער, זיין מח האט נאך אלס נישט באגריפן אז ער איז ארעסטירט געווארן, ער האט נישט געקענט פארשטיין ווי ער האט געמאכט א טעות, אז מ'איז געקומען אויף זיינע שפורן.

ווען א אגענט האט זיך איינגעבויגן ביז זיין אויער און אים אריינגעזאגט אז ס'פאסט נישט פאר א ערפארענעם אגענט ווי אים צו מאכן אזא טעות איבערצולאזן קריטישע באווייז אויפן ארט.

דאן האט עס אויפגעבליצט, ווי האב איך געקענט פארגעסן? האט ער זיך פארגעהאלטן, איך האב ווי א נער איבערגעלאזט מיין טאשקע מיט אלע געצייג דארט אויפן דריטן שטאק פון ווי איך האב מיך איינגעבראכן.

געפלאנט האב איך, עס צו נעמען אויפן וועג ארויס, אבער מישא האט צושטערט מיינע פלענער און צוליב אים בין איך ארויס פון א צווייטע פלאץ און איך האב פארגעסן די טאשקע דארט אויפן פלאץ.

בשעת איך האב שפעקולירט מיט ברוך ווי צו גיין און וואס צו טוהן, האבן די קעי דזשי בי אויספארשער געהאט א גרינג פעלד צו דערקענען אז איך בין אונטער דעם.

טאקע א שאנדע.

און וואס וועט זיין מיט ברוך?

ער האט שטארק געהאפט אז ברוך וועט זיך קענען ראטעווען, שטילערהייט האט ער זיך געפריידט אז ברוך איז אין די ענדע נישט געגאנגען מיט אים, אזוי האט מען אים נישט געכאפט.

ער האט נישט געפלאנט צו פארראטן מישא, נישט וויסענדיג ווילאנג ברוך וועט נאך זיין אנגעוועזן אין זיין הילף.

ער האט זיך קאנצעטרירט אין זיין לאגע, און עס האט געצייגט שווארץ אדער טונקעל, געוואנדן פון וועלכע זייט ער האט געקוקט דערויף.

ער האט געקענט שמעקן די סיבירישע קעלט ביז דא.

------

מאסקעווע 1953 למספ'.

די סומע וואס דער אמעריקאנער האט געבעטן איז געווען היבש גרויס, און זיכער אלס א אנהייב.

דער פרישער קוואל, 'מערב שטערן' האט ער זיך גערופן. איז נישט דער ערשטער נישט דער צווייטער און אויך נישט די צעהנטער פון די מערב וועלט וואס האט זיך געפענט דאס מויל.

און די קורצע פעריאד פון ווען די צווייטע וועלט קריג איז געקומען צו א ענד, האבן זיי שוין געהאט אסאך מערב וועלט אגענטן וואס האבן אנגעבאטן אינפראמאציע פאר געלט, אבער קיינער האט נאך נישט פארלאנגט אזא סומע.

די קעי דזשי בי האט אבער נאך א לענגערע אפשאצונג באשלאסן אז ס'לוינט זיך צו צאלן די אנסטראנאמישע סומעס פאר די אמעריקאנער, לויט די סחורה וואס ער האט געברענגט האבן זיי געזעהן אין אים א גרויסע פאטענציאל.

די נארוועגישע באנק קאנטע וואס דער מאן האט אנגעגעבן האט צוועלעף טעג שפעטער ערהאלטן די גאנצע סומע, די קעי דזשי בי האט אויך אראפגעשיקט אהין צוויי אגענטן צו נאכקוקן דאס פלאץ ווילענדיג געוואויר ווערן ווער איז אט דער פארשוין.

זייער מיה איז אבער געווען אומזינסט, דער מאן האט געהאט גענוג שכל זיך נישט אליינס צו באווייזן.

די קעי דזשי בי האט עס נישט אזוי געבאדערט, אבער יורי האט געוואלט דערגיין פאר יעדע פרייז ווער דער אמעריקאנער פאררעטער איז.

ער האט אליין נישט געוואוסט ווי וויכטיג עס איז.

פארזעצונג קומט אי''ה

שיקט אייערע ווארימע גרוסן צו וואסילי און פארגעסט נישט צו דערמאנען מיין נאמען.
אט דא האט איר די אדרעסס
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

פופצענטע פארזעצונג:

בעז''ה האלטן מיר שוין ביי די פופצענטע פארזעצונג.

די געשיכטע אין וואס מיר זענען אריינגעשפרינגען פארגאנגענע זוממער האט זינט איר אנהויב גענומען פארשידענע ריכטונגען.

מיר האבן געהאט די פריוויליגע זיך צו באקענען מיט אזא פילפארביגע פערזענליכקייט ווי זעמעלע ראזענצווייג. נאך פון גאנץ אנפאנג ווען ער האט באטראטן די אמעריקאנער באדן, האבן מיר געהאט א נאנטע אריינבליק אין זיין לעבן. זיינע פלאגענישן און מאטערנישן, און די זעלטענע כשרונות זיינע.

אין א גאלד געוועבטע פריינדשאפט, פארבינדן דורך די שטערקסטע זאך אין דער וועלט, אין וואס קיינער האט נישט געקענט אריינקומען, האבן מיר יא געהאט א בליק פון די נאנט. די אינערליכער נפשיות'דיגער פארבינד מיט זיין הארץ פריינד יצחק'ל בינדער, וואס האט זיי דערווארעמט די נשמה אין די פארפרוירענע אמעריקאנער אטמאספערע.

א זיס באחנ'ט בחור'ל איז ער, וואס צוליב זיינע טאלאנטן איז ער אריינגעשלעפט געווארן צו דינען די מאכטפולסטע שפיאנאזש אגענטור אויפן ערד קוגל, בהמשך פון אונזער ערציילונג האבן מיר איבערגעהיפט אין געציילטע שורות וואס עס איז זיך פארלאפן אין די כמעט צוואנציג יאר פון זיין דינסט.

נאר זיך אויפצופרישן אביסעל וועלן מיר שנעל איבערלויפן די כראנאלאגישע פאסירונגען.

אין 1936 למספ'. האט די אמעריקאנער מיליטער אנגעבאטן פאר זעמעלע ראזענצווייג און יצחק בינדער צו קומען דינען די שפיאנאזש אפטיילונג פון די מיליטער. נאך א אפשניט פון אכצן מאנאטן האט יצחק אויסגעקליבן צוריקצוגיין צו ציווילע לעבן, בשעת וואס זיין הארץ פריינד זעמעלע האט געצויגן צו פארבלייבן אין די שפיאנאזש וועלט.

אלען דוללעס איז איינער וואס טוט אסאך פיגורירן אין אונזער געשיכטע, זיין באקאנטשאפט מיט זעמעלע האט זיך אנגעהויבן אין די מיליטערישע באזע אין דזשארדזשיע ווי ער האט זיך באקאנט געמאכט מיט אונזער זעמעלע, און נישט צופיל אנדערש פון אונז איז ער אויך שטארק באיינדרוקט געווארן פון דער אינגער אידישער אפיציר.

אוי... איך האב בטעות פארגעסן אייך צו פארציילן, אין 1944 האט ב''ה זעמעלע חתונה געהאט מיט א ערליכע אידיש מיידעל פון אפסטעיט ניו יארק, די חתונה אליין איז געווען גאר א דערהויבענע און פרייליכע, זעמעלע'ס עלטערן האבן מיט די אייגענע אויגן געקענט זעהן ווי די גאלדענע קייט ווערט אצינד ווייטער געוועבט און געשפינט. פארשטייט זיך אז יצחק'ל בינדער איז געווען א הויפט מחותן ביי די חתונה, זייענדיג די גאר נאנטער יוגענט פריינד פונעם חתן, און אויך האט ער שיין אנטייל גענומען העלפענדיג אויסצאלן די קאסטן.

די ערשיינונג פון פערזאנען אין מונדירן האט נישט געצויגן קיין גרויס אויפמערקזאמקייט ביי די פארזאמעלטע, אידישע בחורים אין די ארמיי איז געווען א שטייגערליכע ערשיינונג אין יענע צייט, קיינער האט נישט געלייגט קיין אכט אויפן מיטעליעריגן קאלענאל וואס האט זיך גאר ווארעם באגריסט מיט זעמעלע, זעמעלע אליין האט זיך גאר שטארק געפריידט צו זעהן אלען ביי זיין חתונה.

אלען האט באטראכט מיט וואונדער און עהרע וויאזוי א אידישע הייראט צערעמאניע ווערט אפגעראכטן, מיט פראכט, אבער באשיידן.

דאס ניי פארפאלק האט זיך געצויגן קיין וואשינגטאן די סי ווי די או עס עס האט אויסגעצאלט פאר זעמעלע א אפארטמענט אין די אידישע געגענט וואס איז געווען א האלבע שטונדע שפאציר פונעם קעפיטאל געביידע. זעמעלע האט פארגעזעצט מיט זיין ארבעט פאר די או עס עס און זיין פרוי גאלדא האט געטראפן א צוגעפאסטע שטעלע אין א ארטיגע דזשואיש קינדערגארטן.

דאס לעבן איז ב''ה געפארן אויף גראדע רעלסן און א רואיגע טעמפא.

----

אין רוסלאנד ווערט געגרינדעט אונטער די נאז פון די קאמוניסטן א געהיימע גרופע וואס געבט זיך אפ צו פארשפרייטן אידישקייט ווי אימער מ'קען נאר. ב''ה די פרוכט זעהט זיך אן, ווען אדאנק 'די אידישע גרופע' היטן צענדליגער אויב נישט הונדערטער אידן אידישקייט מיט א געטריישאפט אין איבערגעגעבנקייט אויסגעשפרייט איבער די גאנצע סאוויעטן פארבאנד.

די נ.ק.וו.ד האט אומאפיציעל געשלאסן דעם קעיס נאכדעם וואס אלע זייערע פרואוון צו אינפילטירן די גרופע האט נישט געברענגט קיין רעזולטאטן, די דאזיגע אומאפיציעלע שטעלונג האלט אויך אן ווען די אגענטור ווערט געביטן צו די קעי דזשי בי.

א נייער יונגער קאמאנדיר מיטן נאמען מישא ווערט געשטעלט אין מאסקעווע, די מאסקעווע אפטיילונג איז אינעם זעלבן געביידע ווי די צענטראלע הויפט קווארטיר פון די קעי דזשי בי. ווען דער נייער קאמאנדיר נישטערט אביסעל אין די ארכיוון, באגעגענט ער זיך מיט די טעקע פון 'די אידישע גרופע' זיין אויפברויז און צארן שטייגט צו א קלימאקס ווען ער זעהט אז די מעכטיגע רוסישע שפיאנאזש אגענטור האט נישט געקענט כאפן אפאר נישטיגע קליינע אידעלעך.

ברוך כארקאווסקי, א איד פון אודעסע וואס זיין באליבטער זוהן משולם ווערט נעבעך אינגאנצן פארזינקען אין די קאמוניסטישע אידעלאגיע, שטייט אין שפיץ פון די אקטיוועטעטן פאר 'די אידישע גרופע' אין מאסקעווע. די השגחה עליונה האט וואונדערליך צוגעבראכט אז ברוך זאל זיך טרעפן מיט זיין משולם-מישא אויף א שפאנענדן אין אינטרעסאנטע אופן, וואס פון אנפאנג האט דער מענטשליכער אויג נישט געקענט זעהן די גוטס אין דעם. אבער דערנאך האט זיך גאר ארויסגעשטעלט אז דער מישא וואס האט ארעסטירט ברוך איז גאר זיין אייגן קינד משולם.

א רעטונג אקציע צו באפרייען ברוך ווערט אונטערגענומען פון צוויי באזונדערע ריכטונגען, און איינס ווייסט נישט פון צווייטן, וואסילי דער געהיימער אגענט פאר 'די אידישע גרופע' באהאלטן אין א שלייער פון א קעי דזשי בי אגענט, באגעגנט מישא אין די פינסטערע קעי דזשי בי קעלערן אינערהאלב די הויפט קווארטיר, ער ווערט געוואויר אז מישא איז אויך דא צו ראטעווען ברוך, כאטש וואס ער ווייסט נישט די מאטיוו אונטער דעם.

אינדרויסן פונעם טורמע גייט ברוך מיט מישא און שמועסט אפ מיט וואסילי זיך צו טרעפן מארגן פארנאכטס אינעם ספאבאוויעלע גארטן אינדרויסן פון מאסקעווע. למעשה אבער ווערט וואסילי ארעסטירט אנקומענדיג אהיים, און ער ווערט ארויפגעלייגט אויף א טראנספארט קיין סיביר.

מיר זענען נאך נישט פערטיג צו דעקן מאסקעווע.

יורי אנדראפאוו די קאנטער סי איי עי וויצע שעף באקומט א בריוועל פון א אמעריקאנער, ווי יענער שלאגט אים צו ליפערן אינפראמאציע פון אינערהאלב די סי איי עי אין אויסטויש פאר געלט. די קעי דזשי בי גייט איין אויפן געשעפט אין די אינפראמאציע הייבט אן צו פליסן אין ריכטונג פון די רוסן.

פון די אנדערע זייט אקעאן באקומט די סי איי עי א רעפראט פון 'פארפרוירענע אייז' וועגן די ליעק, אלען דוללעס דער סי איי עי שעף, שטעלט זיינע צוויי פארטרויליכסטע מענטשן, זעמעלע און סעם, אנצופירן די שטילע אויספארשונג, און געוואויר ווערן ווער עס שטייט אונטער דעם.

און יעצט ליינט ווייטער:

לאנגלי. ווירדזשיניע. 1956 למספ'.

אלען איז געזיצן און אויסגעהערט א באריכט פון זעמעלע ווי די אויספארשונג האלט, זעמעלע איז נישט געקומען מיט קיין גרויסע חידושים. ס'האט זיי ביידע געקרענקט אויף דאס וואס זיי קענען נישט דערגיין ווער דער פאררעטער איז.

זעמעלע האט זיך איינגעהאלטן מיט אייזערנע קייטן נישט צו דערציילן איבערר זיין פארדאכט אויף סטיוו. קענענדיג אלען, האט ער געוואוסט אז ער וועט דאס נישט דולדן און ער וועט גלייך נעמען שריט, זעמעלע האט אבער געהאלטן אז מ'דארף ערשט האבן גענוג באווייז קעגן סטיוו, במילא האט ער זיך צוריקגעהאלטן פון זאגן עפעס בכלל.

זעמעלע איז ארויס פון דארט מיט א געדרוקט געמיט, ער האט געשפירט פאר זיכער אז די ענטפער ליגט ביי סטיוו, ער האט אבער נישט געהאט קיין שום וועג דאס אויפצואווייזן. ער האט נישט געקענט צוקלעבן קיין וויידלעך צו אים, ווייל סטיוו וואלט דאס גלייך דערשפירט.

ער האט נויטיג געמוזט האבן שטענדיגע סורוועילינס אויף סטיוו.

זיין מח האט רוישיג געארבעט פרובירענדיג אויפצוקומען מיט א מהלך, זיין צוהיצטע שנעלע קאפ האט געהאט די מעגליכקייט אין בליץ סקונדעס צו פארדייען און פראדוצירן איידיעס איינס נאכן צווייטן, אבער קיין איין וועג האט אים נישט אויסגעזעהן גענוג פראקטיש צו ווערן אויסגעפירט.

און דאן איז עס געקומען פון גענצליך א אומגעראכטענע ריכטונג.

ער וועט אבער דארפן הילף.

-----

די לאוער איסט סייד האט געווירבעלט מיט מענטשן, קויפער און פארקויפער זענען געשטאנען און זיך געדינגען אויפן פרייז. הענדלער פון אלע שיכטן און קאליבער האבן פארפלייצט די גאסן אין א געווענליכע זונטאג, די גאסן זענען געווען פיל מיט פאמיליעס און זייערע קינדער, שפאצירענדיג און הנאה האבענדיג פון די אנגענעמע אטמאספערע.

די ביאליסטאקער שוהל האט געהאט א גרעסערע אבער דאך שיטערע פארקער דורכאויס דעם זונטאגדיגן נאכמיטאג. ווען זעמעלע איז ערשינען ביים טיר האט ער גלייך באמערקט זיין אלטע פריינד יצחק'ל איבערגעבויגן אויף א גרויסע גמרא.

עס האט אים א ציפ געטוהן ביים הארץ, זעהנדיג פונדערווייטענס ווי יצחק'ל'ס פנים לייכט מיט א אינערליכע צופרידנקייט. אמת איך לערן אויך יעדן טאג, האט ער געטראכט צו זיך, אבער דאך, די זארגלאזע פנים פון יצחק האט אים אינגאנצן באנומען.

ער האט נישט געקענט באשליסן, צו זיין איבערגענומענקייט נעמט זיך פון דעם וואס ער האט אים שוין נישט געזעהן פאר א צירקע פיר יאר. צו נעמט זיך עס פון קנאה.

יא, פשוט קנאה. ער האט געוואוסט אז יצחק'ל איז סוקסעספול אין ביזנעס, און אין פריוואט לעבן. נישט אז איך קען מיך אפרעדן, ברוך השם אז ס'פעלט מיר גארנישט, איך זעה נחת פון מיינע קינדער, און איך שעפ חיות פון מיין ארבעט. אבער איך בין דאך נישט קיין פריוואטער מענטש.

איך האב נישט די פריוויליגע פון זיך אריינזעצן אין א זונטאג נאכמיטאג אין בית המדרש אריין, און לערנען פאר פיר - פינעף שעה ברציפות.

זעמעלע האט זיך שנעל אריענטירט, פארליר דיך נישט צו דיינע געפילן, האט ער זיך געחזר'ט איינמאל און נאכאמאל. די שפורן פון טרערן איז גאנץ שנעל פארשווינדן געווארן פון די ווינקלעך פון זיינע אויגן.

ס'האט נישט גענומען מער ווי א סקונדע פאר אזא אגענט ווי זעמעלע זיך אויסצושאלטערן פון זיין געפילישע אטאקע, און ער האט געגעבן צוריק א צוה ארויף זיין געווענליכע געזיכט פון זעמעלע ראזען. א כיטרע געשליפענע סי איי עי אגענט.

מיט א דינע שמייכל אויסגעצויגן אויף זיין אייזערנע געזיכט, האט ער זיך געלאזט צו יצחק'לס פלאץ, ער איז צוגעגאנגען פון אונטער אים און ארויפגעלייגט זיין האנט אויף יצחק'לס פלייצע, און אים געגעבן א איידעלע דרוק.

יצחק'ל איז געווען שאקירט צו זעהן זעמעלע שטיין נעבן אים.

''וואס טוסטו דא אין א העלן זונטאג?'' האט געלאנדעט די ערווארטעטע פראגע.

זעמעלע האט געשמייכעלט, און זיך ארומגעקוקט, ''ס'קוקט דיר אויס דא ווי א פלאץ ווי מ'קען רואיג פארברענגען? קום ארויס וועלן מיר שמועסן ווי צוויי נארמאלע מענטשן.''

''אה.. מיינסטו צו זאגן אז דו ווילסט רעדן ביזנעס, און וועגן דעם ווילסטו נישט רעדן אין ביהמ''ד. נישט קיין פראבלעם, ווארט דא ביז איך ענדיג די סוגיא אין בערך א פערטל שעה, וועל איך האבן גענוג צייט צו פארברענגען מיט דיר, מיין ליבער פריינד.''

זעמעלע האט סייוויי נישט געהאט קיין אויסוועג, האט ער צוגעשטימט צו יצחק'לס פארלאנג.

אויף א קילע ווינטעל ביים איסט ריווער האט זעמעלע גענומען יצחק'ל אויף א שפאציר.

פאר א צוקוקער וואלט זיך געקענט דאכטן אז דאס איז די זעלבע זעמעלע און יצחק'ל פון צוואנציג יאר פריער און נאר די יארן האבן זיך געטוישט. דאמאלטס אבער וואלטן זיי פארברענגט אויף א הארבע רמב''ם, אדער סתם א פריינטליכע פארברעג צווישן צוויי חברים.

היינט, ווער האט צייט צו דעם, ווען נישט וואס זעמעלע נויטיגט זיך אזוי אין יצחק'לס הילף, וואלט ער קיינמאל נישט געמאכט דעם לאנגן וועג אהער פון וואשינגטאן צו ניו יארק, נאר צו פארברענגען.

אבער איצטערט אז ער ברויכט צוקומען צו יצחק'לס הילף, האט ער אויפגעגעבן צו פארברענגען דעם וויקענד מיט זיין פאמיליע, און ער איז געקומען צו פארן בעטן יצחק'לס הילף.

מיט אלענ'ס צושטימונג און הסכמה האט ער זיך געגרייט אנצובאטן פאר יצחק'ל אנטייל צו נעמען אין עפעס וואס וועט אויסוואקסן צו זיין איינס פון די שווערסטע און קאמפלעצירסטע מיסיעס אין די היסטאריע פון אלוועלטליכע שפיאנאזש.

אנגעלאנט אויפן צוים, האט זעמעלע רואיג אנגעהויבן מיטטיילן מיט יצחק'ל די סיבה פארוואס ער איז דא, ער האט אים דערציילט די שווערע מיסטעריע וואס פלאגט זיי, און ווי אויך דער אנאנימער קוואל וואס האט זיי געפיטערט די אינפראמאציע.

יצחק'ל איז אויפגעשוידערט געווארן צו הערן וואס זעמעלע פארציילט אים.

און דא האט זעמעלע אנגעהויבן ערקלערן פאר יצחק'ל, ווי ער קומט אריין אינעם בילד, און פארוואס דוקא ער.

פארזעצונג קומט אי''ה

אייערע קאמענטארן און דאנקען.
וועל איך הארציג ענטפאנגען.
אין דער אשכול ווי עס טוט באלאנגען.

לאזט דא הערן אייערע אפקלאנגען.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

זעכצענסטע פארזעצונג:

בעז’’ה
סאקאהלינסק, רוסלאנד. 1956 למספ,’

אויף א רואיגע פרימארגן באגלייט מיט א קילע ווינטעל האט זעמעלע ראזענצווייג ארויפשפאצירט אויפן רוסישן בארטן אינאיינעם מיט זיין פריינד יצחק’ל בינדער.

די איינדרוק וואס זיי האבן געגעבן איז בכלל נישט געווען וואס זיי האבן געוואלט, זיי זענען ביידע געווען נאס און שמוציג, די ווייכע ערד ביים ברעג האבן זיך צוגעקלעבט צו זייערע קליידער.


יצחק’לס אויערן איז נאך נישט צוריק געקומען צו איר שטארקייט, מ’האט אנגעזעהן אז ער איז נישט געוואוינט צו די דרוק וואס איז דא אונטערן וואסער.

די פעלזן שטיינער וואס זיי האבן געוואוסט דערפון פארן לאנדונג איז געווען נישט ווייט פון דארט, מיט שנעלע טריט האבן זיי ביידע זיך אהינגעיאגט, דארט אונטער די פעלזן האבן זיי זיך אריענטירט און זיך איבערגעטוהן די קליידער פון די נאסע צו די טרוקענע.

זעמעלע האט געקענט באמערקן אז יצחק’ל איז נישט רואיג, און די אמת איז געווען אז ער איז אויך נישט געווען רואיג מיט זיין באשלוס מיטצושלעפן יצחק’ל אויף די מיסיע.

ער האט אבער נישט געהאט קיין ברירה, ער האט נישט געקענט אליין, און ער האט קיינעם נישט געטרויעט. קיינער אין די וועלט האט נישט געהאט א גרעסערע צוטרוי ביי אים מער ווי זיין נאנטע פריינד יצחק’ל.

און דערפאר איז נישט געווען קיין ברירה און ער האט געמוזט ממש צווינגען יצחק’ל ער זאל באוויליגן מיטצוגיין אויף די ריזיקאלשער נסיעה. און הארץ האט ער אבער דאך געציטערט, יצחק’ל האט שוין מסתם פון לאנג פארגעסן די יסודות פון שפיאנאזש, און וויאזוי א מיסיע דארף צוגיין, זאל ער נאר נישט מאכן קיין טעות, האט ער שטילערהייט געהאפט.

פון די מינוט וואס יצחק’ל האט באוויליגט אנטיילצונעמען אין די געפארפולע מיסיע, האט זיך אנגעהויבן פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען אין די סי איי עי הויפט קווארטיר אין וואס בלויז זעמעלע סעם און אלען האבן אנטייל גענומען און בכלל געוואוסט פון וואס מ’רעדט.

עס איז שטארק וויכטיג געווען פאר די סוקסעס פון די מיסיע אז ווי ווייניגער זאלן וויסן דערפון, ניטאמאל די פרעזידענט האט געוואוזט דערפון, אפילו אייזענהאוער איז א מענטש וואס גלייכט צו האבן א ווארט אין אלעס אבער איינמאל ער ווייסט ריזיקירט מען שוין אז אויך די דעפענס סעקרעטאר זאל זיך אריינמישן זיין נאז, און ס’איז נישט געווען קיין צייט פאר איבריגע פארברענגערייען.

מ’האט אויסגענוצט די קארגע צוויי וואכן וואס איז זיי געווען פארבליבן און מ’איז איבערגעלאפן איינמאל און נאכאמאל אלע דעטאלן פון די מיסיע, זיכער צו מאכן אז עס ווערט געקרוינט מיט דער טיטל סוקסעס, זעמעלע האט אין זיין פרייע צייט פארברענגט מיט יצחק’ל און אים צוגעגרייט צו די שווערע מיסיע וואס ווארט זיי אפ.

און יעצט זענען זיי ביידע דא, אין רוסלאנד, אין א פיינטליך לאנד, ארומגענומען מיט פיינטליכע אגענטן. זעמעלע האט ערענסט אנגעהויבן צו טראכטן אז אפשר איז געווען א טעות פון זיין זייט צו ברענגען יצחק’ל. אבער קיין וועג צוריק איז נישט געווען, איינמאל זיי האבן אנגעהויבן, מוזן זיי עס ענדיגן.

זעמעלע האט זיך אנגעגארטעלט מיט דרייסט, און מיט א באנייטע אנטשלאסנקייט האט ער אפגעמאכט איר צו ענדיגן ביז די ענד.

זיי האבן זיך גאנץ שנעל איבערגעטוהן, די נאסע וועש איז פארפאקט געווארן אין א ספעציעלע זעקל און אריינגעלייגט געווארן אין די רוקזאק.

’’פון יעצט און ווייטער רעדן מיר נאר רוסיש,’’ האט זעמעלע געזאגט פאר יצחק'ל. יצחק'ל האט צוגעשאקעלט מיטן קאפ, זיין הארץ האט היבש געבאכעט פון שרעק, ער האט זיך אבער אנגעגארטעלט מיט אמונה און ביטחון, און געהאפט אויפן בעסטן.

די וועג אריין אין שטאט איז אריבער אנע אינצידענטן, די דירה איז נישט געווען ווייסעך וואס עפעס מורא’דיג. זעמעלע האט נישט געהאט קיין גרויסע פראבלעם מיט דעם, אבער פאר יצחק'ל איז עס נישט געווען אזוי גרינג.

זיין איידעלע נפש האט נישט געקענט דערליידן די פראסטקייט און איינפאכקייט דערפון, פון אלס קינד איז ער געווען צוגעוואוינט צו א ציכטיגע ריינע הויז, שמעקעדיג און זויבער. די שטויביגע רוסישע הייזקע האט אים געמאכט איבלען.

’’זאג,’’ האט ער זיך געוואנדן צו זעמעלע, ’’ווי לאנג גייען מיר דא זיין?’’

ער האט זיך דערשראקן פון זעמעלע’ס בליק, ער האט אויסגעזעהן ווי א צוויבעל איינגעטונקען אין חריף, זעמעלע איז קענטיג געווען אין כעס, מיט איילעניש האט ער געגעבן א ציה ארויס א קליינע טאוועל מיט א ווייסע בליי און געגעבן א פירקעל ארויף, ’’ביסטו פארנער’ט? מ’איז קוים אנגעקומען און דו ווילסט אונז שוין הארגענען?

יצחק'ל האט קוים זיך געקענט עפענען דאס מויל, ווען א קלאפ אין טיר האט איבערגעהאקט זייער געשפרעך.

יצחק'ל איז גלייך געווארן ווייס ווי די וואנט, זיינע הענט און פיס האבן ממש אנגעהויבן טרייסלען. זעמעלע אליין איז אבער נישט געווען מוראדיג צוטראגן, ס’האט זיך נישט דערקענט קיין עקסטערע שרעק אויף זיין געזיכט.

מיט א רואיגקייט איז ער צוגעגאנגען צו די טיר און איר געפענט, אבער צו זיין שטוינונג האט ער קיינעם נישט געפונען דארט. עפעס האט אים נישט געשמעקט, זיינע הענט האבן אינסטיקטיוו געצויגן צו זיין הויזן טאש ווי זיין רעוואלווער איז געווען פארשטעקט.

ווען מיטאמאל האבן זיינע שארפע אויגן אויפגעכאפט א קליין צעטל צודעקלעבט צו די שוועל, מיט גרויס פארזיכטיגקייט האט ער איר אראפגענומען, די אינהאלט האט אים ממש שאקירט.

’’דו האבן צוויי שעה צו פארלאזן דאס פלאץ, אגענטן זענען אויפן וועג אהער דיך אויפצופיקן און ארעסטירן, א ווייסע קאר ווארט אויף דיר דריי גאסן אוועק, די שליסלעך זענען אינעווייניג.

איך ערווארט דיר צו זעהן אין דריי טעג ארום, אין מאסקעווע.’’

אונטערגעשריבן: ’’פארפרוירענע אייז’’.

זעמעלע האט אויפגעהויבן זיינע אויגן אין פאניק און געזוכט ארום און ארום, צו זיין שאק איז נישט געווען קיין גרעניץ, ווען ער האט געזעהן פונדערווייטענס ווי א יונגער מאן, אומגעפער פינעף און דרייסיג יאר אלט שטייט אנגעלאנט אויף א צוים מיט א ציגארעטל אין די מויל און באטראכט אים, ווי נאר יענער האט געזעהן אז זעמעלע האט אים באמערקט האט ער שנעל ארויסגעבלאזן זיינע אנגעפילטע לונגען מיט רויעך, ער האט געגעבן א קורצע שמייכל, און מיט א שנעלע פאכע מיט די האנט אוועקשפאצירט פון דארט.

זעמעלע האט ווי אין א חלום אים נאכגעקוקט, און שטילערהייט געמורמעלט צו זיך, ’’צום ווידערזעהן אין מאסקעווע מיין טייערע ’פארפרוירענע אייז’.’’

פארזעצונג קומט אי’’ה

לאזטס ענק הערן דא
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

די דאזיגע פארזעצונג איז געשריבן געווארן אין עהרע פון @נישט ווי יעדעם.

זיבעצענטע פארזעצונג בעז’’ה.

סקאהלינסק איז א שטאט טיף אין מזרח ביים בארטן פונעם פאציפישען אקעאן, די שטאט איז נישט קיין גרויסע, און נישט קיין פארנומענע. א מערהייט פון איינוואוינער זענען פענסיאנירטע מענטשן וואס האבן שוין רוב פונעם לעבן הונטער זיך, די געשמאקע לופט און הערליכע בארטענעס זענען א עדות צו די סיבה פארוואס די מענטשן דא האבן אויסגעקליבן דאס פלאץ.

סקאהלינסק האט נישט ארויסגעשטארט עפעס ספעציעל, און טאקע דערפאר האט די סי איי עי אויסגעקליבן דאס ארט פאר זעמעלע און יצחק'ל, און טאקע צוליב דעם האט זעמעלע נישט געקענט פארשטיין פון ווי די קעי דזשי בי איז ארויפגעקומען אויף זייערע שפורן.

אין די קורצע צייט וואס איז זיי פארבליבן האבן זיי אויסגענוצט די צייט צוריק איינצופאקן די קוים אויסגעפאקטע רענצלעך, יצחק'ל האט פלייסיג צוגעלייגט א פלייצע און פרובירן ארויסצוהעלפן מיט וואס ער קען, די תפילין האט זעמעלע געלייגט אין זיין האנט באגאזש, ער האט זיך געשפירט זיכערער מיט די תפילין נעבן זיך.

ער האט זיך פולשטענדיג קאנצעטרירט אין די אנטלויף, קשיות און אומפארענטפערטע פראגעס וואס האט אים שטארק געגבערט האט ער געלאזט פאר שפעטער,

ער האט געהאט א לאנגע וועג פאר זיך, די וועג פון סקאהלינסק ביז מאסקעווע איז נישט געווען קיין קליינער, און ער האט געהאט קוים דריי טעג ביז ער דארף זיך טרעפן מיט פארפרוירענע אייז.

ער האט נאך עספיעט ארויסצושיקן פאר אלען א מעסעדזש אז עס איז אונטערגעקומען א אומגעראכטענע סיטואציע און ער מוז שוין פארן קיין מאסקעווע, נאך פריער ווי געראכטן.

זיי האבן נישט געצויגן קיין אוימערקזאמקייט ווען זיי האבן שפאצירט צו די ארט ווי פארפרוירענע אייז האט זיי געזאגט אז די אויטא ליגט פארקירט.

יצחק'ל האט שוין געוואלט צוגיין צו די אויטא ווען ער האט זיך אין די לעצטע מינוט עפעס דערמאנט און ער האט זיך גלייך צוריקגעצויגן, זעמעלע האט געשמייכעלט מיט הנאה, ער האט זיך געפריידט צו זעהן אז יצחק'ל דערלערנט זיך צוביסעלעך וויאזוי צו זיין פארזיכטיג.

זעמעלע איז צוגעגאנגען מיט גרויס פארזיכטיגקייט צו די אויטא, און ער האט שטאטליך באטראכט די דרויסענדע חלקים דערפון, ער האט אנגעהויבן פון הונטן, געזוכט אויב איז נישט צוגעטשעפעט פארשידענע אפאראטן, פון א דזש פי עס זעעהנדער האט ער זיך נישט געפארכט, וויסענדיג אז די רוסן חלומען ניטאמאל אז אזא אפאראט עקזיסטירט.

אבער ער האט זיך דאך געפארכט אויב עפעס אנדערש וואס זאל קענען דערציילן פאר די רוסן געפינט זיך דא, ווען ער האט גענדיגט מיט די הונטערשטע חלק, איז ער אריבער צו די פארענט, גארנישט ספעציעל איז אים געווען אויפאלענד.

ער האט געוואונקען פאר יצחק'ל אז ער קען אריינלייגן די פעקלעך אין טראנק, יצחק'ל האט געשווינד אלעס אריינגעלייגט אין זיך ארייגעזעצט אין די פאסאדזשיר זיץ, זעמעלע אליין האט זיך צוגעזעצט צום רעדל, און געשווינד אפגעפוצט פון דארט.

די אטמאספערע אין די קאר איז געווען שטיל, זעמעלע האט פארלאנגט פולשטענדיגע שטילקייט זיך צו קענען קאנצעטרירן אויף די געשאפענע סיטואציע, די וועג קיין מאסקעווע האט ער נאך שטודירט אין וואשינגטאן ווען ער האט אינאיינעם מיט אלען און סעם אויספלאנירט די דאזיגע מיסיע.

זיין קאפ האט געבוזשוועט און גערוישט מיט פראגעס וואס האבן פארלאנגט ענטפערס, פארפרוירענע אייז איז בכלל נישט אינפארמירט געווען ווי זיי גייען לאנדן אויפן רוסישן באדן, פון זיין זייט האבן זיי געקענט קומען מיטן דרך המלך, אדער זיי וואספארא אנדערע וועג, ער האט נישט געברויכט וויסן אז זיי קומען מיט א סובמארין און אז זיי גייען קיין סקאהלינסק.

ער האט זיך פארגעשטעלט אז פארפרוירענע אייז איז געוואויר געווארן אז מ’קומט נאך זיי, דורך זיין שטעלע אין די קעי דזשי בי, און פון ווי האט די קעי דזשי בי געוואוסט?

די קשיא האט אים געפערליך געבאדערט און נישט געגעבן קיין מנוחה.

און ער האט געהאט פון וואס צו ציטערן, עס מוז זיין אז זיי האבן באקומען אינפראמאציע פון אינעווייניג, ער איז נישט געווען איבעראשט אז פארשידענע זאכן ווערט אנטפלעקט פאר די רוסן.

פאקטיש האט דאך אלען אים באויפטראגט צו געוואויר ווערן ווי אט דער לאך געפינט זיך, און עס פארשטאפן, אבער די איז עס צוגעקומען צו א פרישע סכנות’דיגע שטאפל, די גאנצע מעשה האט אנגעהויבן ווערן זייער געפארפול, און עס האט אים בכלל נישט געשמעקט אז ער האט נישט קיין קאנטראל אויף די סיטואציע.

די עצם עקזיסטענס פון די מיסיע אז געווען א געהיימעניס וואס קיינער אויסער די זעמעלע אלען יצחק'ל און סעם האבן נישט געוואוסט דערפון, אפילו די קאפיטאן פונעם סובמארין האט אויף נישט געוואוסט ווער די מענטשן זענען.

די געדאנק אז די ליעק איז געקומען פון איינער פון אט די מענטשן האט זיך אין נישט געלייגט אויפן שכל, ער האט נישט געגלייבט אז יענער וועט זיין אזא טיפוש.

זיינע חושים האבן נאכאמאל אנגעהויבן ציען צו סטיוו, ער האט טאקע נישט געוואוסט אז איך פאר קיין רוסלאנד, אבער ער האט אויך געזעהן אז איך בין נישט דארטן.

ער האט זיך נישט אינגאנצן בארואיגט, פון ווי האט ער געוואוסט דעטאלן? מיר זענען האבן קוים געהאט אנגעקומען און שוין האבן מיר געדארפט אנטלויפן, נאך פאר מיר זענען אנגעקומען האבן זיי שוין געוואוסט.

ער האט נאכאמאל איבערגעליינט די צעטל וואס פארפרוירענע אייז האט בי אים איבערגעלאזט, און שטאטליך אנגעהויבן ליינען די צעטל פון פריש, צו זוכן עפעס וואס זאל קענען ווארפן א ליכט אויף די פארנעפעלטע מיסטעריע.

די צעטל איז געווען גאנץ קורץ געשריבן, און נישט געגעבן עפעס ספעציפישע דעטאלן חוץ פון דעם אז זיי ווייסן אז ’’דו’’ ביסט דא, און זיי זענען אויפן וועג ’’דיר’’ צו ארע.... אופס... ער האט עפעס פארפאסט.

די צעטל אדרעסירט נאר אים און באציעהט זיך בכלל נישט צו יצחק'ל, דאס מיינט אז די קעי דזש בי ווייסט ניטאמאל אז יצחק'ל איז דא, זיי מיינען אז ער איז דא איינער אליין.

דאס האט ארויסגענומען יעדע ברעקל פארדאכט וואס ער האט נאך געהאט אויף אלען אדער סעם, ווייל זיי האבן זיכער געוואוסט אז ער קומט מיט יצחק'ל, טא פארוואס האבן זיי עס נישט באריכטעט? זיין פריערדיגע מיינונג אז סטיוו’ס האנט איז דא פארמישט אינעווייניג, אז נאר געווארן שטערקער און שטערקער.

ער האט שוין געהאלטן נאכן דרייוון א גוטע זיבן שעה ווען ער האט געבעטן יצחק’ל אים איבערצונעמען, און ער האט זיך אויסגעצויגן רויפן פאסאנדזשיר זיץ און פרובירט צו כאפן א דרימעל.

ס’איז שוין געווען שטארק פינסטער ווען יצחק’ל האט אים אויפגעוועקט אין א בהלה, ’’די חברה האבן אראפגעשטעלט א ראוד בלאק, ס’איז צרות ווי א בארג.’’

זעמעלע האט אים אנגעקוקט ווי פון די לבנה אראפ, ’’אין דיין רעכטע בוזעם טאש וועסטו אלעס געפינען.’’

יצחק'ל האט שנעל געזוכט ווי זעמעלע האט אים געהייסן, און צו זיין וואונדער האט ער דארט געטראפן א אידענטעפעקאציע קארטל מיט אלע אינפראמאציע, ער האט מער נישט געהייסן יצחק’ל בינדער, נאר סערגיי פעטראנאוויטש.

זעמעלע האט אים געפרעגט מיט וואונדער, דו האסט נאך נישט געהאט באקוקט דיינע טאשן ביז יעצט? פון היינט מאל אן ווען אימער דו טוישסט קליידער, קודם קוק איבער די טאשן.

יצחק’ל האט קוים געהאט צייט צו ענטפערן, און זיי זענען שוין געשטאנען ביי די טשעק פוינט.זעמעלע האט אנגעשטעלט א רואיגע זארגלאזע געזיכט און יצחק'ל האט אויך פרובירט זיך צו האלטן די רואיגסטע וואס מעגליך.

פארזעצונג וועט אי’’ה נאכפאלגן.
א גוטן מועד.

מיינונגען שפעקולאציעס ווי אויך קאמפלימענטן קענען געשריבן ווערן און געליינט ווערן אט דא
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

באונעס לכ’ חול המועד, צווייטע פארזעצונג דעם יו’’ט.

די דאזיגע פארזעצונג איז געשריבן געווארן אין עהרע פון @כסלו.

אכצענטע פארזעצונג.

א סאלדאט האט זיך דערנענטערט צו די קאר, מישא און זעמעלע האבן נישט אויפגעהערט צו מורמלען פסוקי תהילים, צו זייער אנטריסונג איז די סאלדאט וואס האט זיך דערנענטערט בכלל נישט געווען פארשלאפן אדער פויל, זיינע טריט זענען געווען פעסטע און שטאלצע.

זעמעלע’ס רעוואלווער איז געווען אנגעלאדענט און גרייט צו נוצן, יצחק’ל האט אראפגעדרייט די פענסטער און באגריסט דעם סאלדאט מיט א פריינטליכע גוטן אווענט, דער סאלדאט האט גארנישט גענטפערט נאר איבערגענומען זייערע פאפירן, ווארטס דא האט ער באפוילן מיט א שטרענגע מינע, בשעת ער האט זיך אויסגעדרייט צוריק צו די קליינע בודקע וואס איז דארט געוועזן.

זעמעלע און יצחק'ל האבן גארנישט גארנישט געקענט טוהן חוץ האפן אויפן בעסטן, זיי האבן ביידע פארשטאנען אז אוועקפליען פון דא האט קליינע שאנסן פאר סוקסעס, דעריבער האבן זיי עס איבערגעלאזט פארן לעצטן אפציע.

אין די צייט וואס דער סאלדאט איז געווען פארנומען מיט די פאפירן אין די בודקעלע, האט זעמעלע אויסגענוצט די צייט זיך אומצוקוקן אויפן שטח.

פארשידענע זאכן זענען אים נישט געפאלן, און נישט געמאכט קיין סענס, ערשטענס די ראוד איז א קליינע אומוויכטיגע ראוד געווען, און די גאנצע טשעק פוינט האט עפעס אויסגעזעהן ווי א בחורישע מעשה.

די בודקע האט אויסגעזעהן ווי א אומגעלונגענע טרי האוז אויפגעשטעלט דורך צענעלינגען, און דאס מערסטע אויפאלענד איז געווען אז דער סאלדאט וואס האט איבערגענומען פון די די פאפירן איז געווען די איינציגסטע סאלדאט וואס ער האט געזעהן, ער האט געוואוסט אז ס’קען זיין אינעווייניג איז דא נאך, אבער ער האט זיי נישט געזעהן און ס’האט אינגאנצן נישט אויסגעזעהן ווי ס’איז דא נאך.

ער האט נישט געוואוסט וואס צו טראכטן און וואס עס קען באדייטן, זיין פארגעפיל האט אים געזאגט אז דא גייט קומען א אויפרייס, ער האט אבער נישט געקענט אנצייגן וואס, אדער פון וועלכע ריכטונג עס גייט קומען.

די סאלדאט האט זיך אביסעל פארזוימט, זיי האבן געקענט אריינזעהן אז ער רעדט אויפן טעלעפאון, דאס האט זיי נאכמער באזארגט און אנגעצויגן, זיי האבן מיטן גאנצן הארץ זיך געוואלט זעהן גיין ווייטער פון דא.

ענדליך האבן זיי געזעהן פונדערווייטענס ווי דער סאלדאט קומט צו גיין מיט לאנגזאמע טריט, זעמעלע האט פרובירט עפעס ארויסצולערנען פון זיין גאנג, אבער אן ערפאלג.

יצחק'ל האט נאכאמאל אויפגעמאכט די פענסטער, ער האט נישט געקענט באשליסן צו זיין קערפער טרייסעלט צוליב די רוסישע קעלט אדער צוליב שרעק.

די סאלדאט האט אריינגעשטעקט זיין קאפ אין די אויטא און זיך אומגעקוקט, ענדליך האט ער צוריקגעגעבן די פאפירן פאר זיי, און הויעך אויסגערופן, ’’אלעס איז בסדר קאמעראד, איר קענט גיין.’’

און שטילערהייט האט ער צוגעלייגט מיט א אומזעהבארע שמייכעל אויף ענגליש, ’’עי גוד נייט’’.

זעמעלע האט געמיינט אז ער חלש’ט אויפן ארט, יצחק'ל האט קוים געקענט ארויסרעדן א ווארט, ער האט געקוקט אויף זעמעלע פאר ווייטערדיגע אינסטרוקציעס.

’’פאר’’ האט זעמעלע כמעט געשריגן, ער האט געשפירט ווי ער האלט עס נישט אויס, איינער דרייט און מישט א קאשע ווי עס ברויכט צו זיין, און ער איז סטאק אינדערמיט, און נישט אליין נאר מיט זיין בעסטע נאנסטע און אויך אומערפארענע פריינט.

ער האט שוין כמעט אנגעהויבן פאניקן ווען ער האט באמערקט א קליינע צעטעלע וואס איז מיטגעקומען מיט די פאפירן.

די קנייטשן אויף זיין שטערן זענען נאר געווארן טיפער און ברייטער ווען ער האט געליינט וואס עס שטייט דארט.

פארזעצונג וועט נאכפאלגן בעז’’ה

אלע הערות שיקטס אריין דא
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ניינצענטע פארזעצונג.

די פרישע לופט האט געהאלפן פאר זעמעלע זיך אביסעל אויפפרישן און זיך צוזאמנעמען זיינע געדאנקען, ער האט שוין נאכגעלאזט פון זיין היסטעריע און געבעטן פון יצחק’ל צו פארן אויף א לייכטע שנעלקייט.

יעצט האט ער זיך געקענט אינגאנצן קאנצעטרירן אויף די בריוו, כאטש וואס עס האט פארמאגט ווייניג אינפראמאציע, האט עס אבער געזאגט זייער אסאך.

יענער ווייסט עטוואס איבער אונז, אבער עס פעלט אים זייער אסאך, דער וועג וויאזוי ער האט זיך אדרעסירט איז געווען זייער מאדנע, יעדעס מאל ער האט געשריבן פון זיך, האט ער געשריבן מיר אדער אונז, אנגעבענדיג אז ער איז נישט קיין איינצעלנער פארשוין, נאר זאגאר א גרופע מענטשן. ווי אויך האט ער זיך אנגעגעבן אלס א נאנטער אבער דאך אומבאקאנטער פריינד.

’’וואס קען דאס מיינען?’’ האט זיך זעמעלע הויעך געוואונדערט.

’’וואס קען מיינען וואס?’’ האט יצחק’ל נישט פארשטאנען צו וואס זעמעלע באציעהט זיך.

’’ליין דאס’’ האט אים זעמעלע באפוילן, איבערגעבענדיג די שטיקעל פאפיר.

’’ווייסטו וואס’’ - האט ער שנעל צוגעלייגט, - ’’לאמיר זיך טוישן, געב מיר איבער דעם דרייווער זיץ, און דו נעם מיין פלאץ.’’

’’דו האסט נאך א שעה און א פערטל ביז דו ברויכסט מיר איבערנעמען’’, האט יצחק'ל פראטעסטירט.

’’איך ווייס, איך ווייס,’’ - האט זעמעלע נישט אויפגעגעבן זיין שטעלונג, - ’’אבער שלאפן וועל שוין סייווי נישט נאך די פריערדיגע אינצידענט, און איך קלער אז די דרייוון און קאנצעטרירן אויפן שאסיי וועט מיר העלפן’’.

יצחק'ל האט שוין מער נישט פראטעסטירט, ער האט נישט געוואלט שווערער מאכן זעמעלע, מיט א לאנגזאמקייט האט ער אפגעשטעלט דעם אויטא ביים זייט פונעם שאסיי, ערלויבענדיג זעמעלע צו נעמען זיין פלאץ.

זעמעלע האט זיך באקוועם געמאכט אויפן דרייווערס זיץ, און צוריק ארויסגעפארן אויפן שאסיי איבערגעבענדיג פאר יצחק’ל דאס צעטעלע צו ליינען.

יצחק’ל האט זיך פארקנייטשט די שטערן, און אנגעהויבן ליינען פון אנפאנג.

’’מיר ווייסן ענק זענען דא, און אלס גוטע פריינד אפפערן מיר אונזער הילף, אויב אקצעפטירט איר אונזער אנבאהט דאן זייט וויסן, אז אין די רויטע סקווער צווייטע באנק פון די זעקסטע רייע אויף די רעכטע זייט זיצט א מאן מיט א גרינע היטל געמאכט פון וואלף פעל, איר זאלט אים זאגן, ’’די באנק ברעכט שוין אונטער און עס ברויך אייער הילף’’, דער מאן וועט אייך געבן ווייטערדיגע אינסטרוקציעס.’’

’’עס קוקט מיר אויס ווי די ארבעט פון עפעס א גרופע אינעהאלב רוסלאנד,’’ האט יצחק'ל געזאגט זיין מיינונג נאכן אריינקלערן פאר איטליכע מינוטן.

’’די שאלה איז נאר’’ - האט ער פארגעזעצט - ’’פון ווי ווייסן זיי אונזערע אינדענטיטעטן? פון ווי ווייסן זיי אז מיר זענען דא? און די לעצטע שאלה, און אויך די קריטישסטע, וויאזוי האבן זיי געוואוסט ווי אונז צו טרעפן? דאס טייטש, עס קען זיין אז מיר האבן א וויידל צוגעטשעפעט, אדער האבן זיי א אנדערע וועג אונז נאכצופאלגן.’’

זעמעלע האט שנעל אריינגעאטעמט די פרישע אנאליז פון יצחק'ל, קיין סאך קלארער האט עס אים
נישט געמאכט, אבער עס האט געהאלפן עטוואס צו וויסן אויף וואס מ’ברויך זיך קאנצעטרירן.

זעמעלע האט אויסגעקוועטשט די מאקסימום ענערגיע פון זיין מח און פרובירט זיך צו קאנצעטרירן אויף די פאלגענדע דריי פראגעס וואס יצחק'ל האט פארגעשטעלט פרובירנדיג צו דערשנאפן עפעס וואס זאל ציען א פאדים, אפילו א דינע, אבער דאך עפעס וואס זאל געבן עטוואס ליכטיגקייט אין זייער צומישטע סיטואציע.

’’אויף וואס מיר דארפן זיך קאנצעטרירן איז, ווער שטייט אונטער דעם, ווער שטייט אונטער די אנאנימע גרופע צו אינדערווידועל וואס פאלגט אונז נאך, איינמאל מ’ווייסט ווער זיי זענען קען מען שוין פרובירן אליין אויסצוגעפינען וויאזוי זיי זענען געוואויר געווארן פון אונזער אנוועזענהייט.’’

יצחק’ל האט נישט געקענט מער ווי צושטימען צו זעמעלע’ס לאגישע ווערטער.

’’עס איז נישט די קעי דזשי בי, און זיכער נישט איינע פון אונזערע שפיאנאזש אגענטורן, אויך נישט א אגענטור פון א פריינטליך לאנד, ווייל זיי וואלטן נישט געמאכט קאנטעקט אויף אזא אבסורד אופן.’’

’’איז ווער יא?’’ האט זעמעלע זיך הויעך געוואונדערט.

’’עס מוז זיין די ארבעט פון איינער וואס האט א אינטערעסע אין אונזער סוקסעס, אדער איינער וואס א צווייטער מיט אינטערעסע אין אונז שטייט איבער אים.’’

’’עס קוקט אויס ווי די ארבעט פון ’די אידישע גרופע’, כ’האב נישט קיין באווייז אבער אזוי שמעקט עס.’’ - האט זעמעלע אויסגעפירט.

’’וועלכע גרופע האסטו געזאגט? א אידישע גרופע?’’

’’פארבינד מיך זאפארט מיט סעם, האט זעמעלע באפוילן.’’

---------

סקאהלינסק, רוסלאנד 1956

’’טאטע, וויפול העלצער זאל איך אריינשלעפן?’’

’’געב מיר איין מינוט, איך גיי שוין קוקן.’’

א גערוך פון פארטרוקענטע צומאלענע בלעטער איז אים ארויפגעשפרונגען אין געזיכט ווען ער האט געפענט די קליינע האלץ קאמער נעבן די אויבן.

’’המממ... די קאמער איז שוין היבש ליידיג, כ’מיין אז צוויי קילא וועט זיין פיין.’’

ברוך האט זיך געיאגט אנצוגרייטן פאר זיין משולם א גלעזעל וואסער זיך צו קענען דערכאפן דאס הארץ.

’’ש’כח טאטי,’’ - האט משולם געזאגט אראפשלונגענדיג דאס וואסער.

ברוך האט געקוקט מיט קענטיגע נחת אויף זיין משולם, ער איז שוין נישט געווען יונג, און די איינציגסטע זאך וואס האט אים געהאלטן ביים חיות איז געווען משולם.

א פשוטער איד איז משולם געווען, אבער ער איז געקומען א לאנגע וועג. נאכן זיין אפוועזענד פון דערהיים פאר 15 יאר האט ער כמעט אלעס פארגעסן, און ברוך האט געדארפט אנהויבן פון פריש, אויסלערנען אל’’ף בי’’ת און עברי, ממש ווי א חדר אינגעל, נאר אסאך עלטער.

עס איז געווען א פאך וואס ברוך האט גוט געקענט, טוענדיג אט דאס מיט נאך צענדליגער אויב נישט הונדערטער אידישע סטודענטן, אבער דא האט עס אים עקסטער געשטאכן.

ווען ער האט אים געלערנט מודה אני און שמע ישראל ביי די דריי יאר, האט ער זיך נישט פארגעשטעלט אין ווילדסטן חלום אז פינעף און צוואנציג יאר שפעטער וועט ער דארפן זיך בייסן די ליפן און שלונגען די טרערן זעהנדיג ווי משולם געדענקט ממש גארנישט פון זיינע אינגע יארן.

ברוך איז אריינגעשווימען צוריק צו זיינע זכרונות צו יענע נאכט, ווען משולם - נאך דאן מישא - איז אים געקומען ארויס ראטעווען פון די פינסטערע קעי דזשי בי קעלערן.

--------

מאסקעווע רוסלאנד 1938.

די פליג וואס האט מיט א שטוינענדע סבלנות ארומגעפלויגן איינמאל און נאכאמאל זוכענדיג א פלאץ ווי צו לאנדן אויף די קערפער פון זיין נייע גאסט, האט ענדליך געטראפן א באקוועמער זיץ אויף ברוך’ס אקסעל.

ער איז דא געבוירן, און דא אויפגעוואקסן, דורכאויס זיין קורצע לעבן פון א צירקע זעקס מאנאטן האט ער שוין געהאט צענדליגער געסט באזוכענדיג זיין היים.

ווען די מענטשליכע אויערן וואלטן ווען געקענט פארשטיין די שטילע דזשומעריי פון די פיצינקע באשעפעניש, וואלט זי ווען טויב געווארן פון די שוידערליכע בארבארישקייט וואס האט זיך דא געגאסן.

פון דא איז מען ארויס אדער טויט אדער צום טויט, לאנגע מאנאטן פון זיך וואלגערן אויף די וועגן צום פארפרוירענע טייל פון אונזער פלאנעט, די לאנגע שווערע יארן וואס מ’איז דארט אפגעזיצן האט געהאט אן אפעקט מער וויפול די מענטש האט געקענט פארנעמען. עס האט טאקע געקענט נעמען צוואנציג יאר פון ווען מ’האט פארלאזט די דאזיגע צעל ביז די כוחות האבן זיך אויסגעלאזט, אבער די רייזע צו יענע וועלט האט זיך דא אנגעפאנגען. די ערשטע טראפענס פון אסאך בלוט איז דא פארגאסן געווארן, און די פאדעלאגע איז געווען א שטילע אנוועזענדע עדות.

דער פליג האט שוין מיטגעהאלטן ווי אסאך גרעסערע גיבורים, מיט ברייטערע מוסקלען און שטערקערע ביינער ווי אונזער ברוך זענען דא געבראכן געווארן, ווייניג האט ער אבער געוואוסט אז נישט די איבונגען און מאכט פונעם קערפער איז וואס עס האלט אדער ברעכט די מענטש, נאר די גייסט איז דער וואס טוט באשטימען די מאס וויפול זיי קען דערהייבן.

פערזאנען מיט אזא גייסט ווי ברוך האבן ווייניג געהאט באזוכט דא, און די געביידע וואלט זיכער שאקירט געווארן צו זעהן וויאזוי א שוואך געבויעטער מאן פארמאגט די שטארקייט אריבערצוגיין קלעפ און רדיפות אויף א שוידערליכע פארנעם. זי האט עס אבער נישט דערלעבט צו זעהן.

ברוך איז געזיצן און זיין צעל, ארומגענומען מיט זיינע געדאנקען און מחשבות און פרובירט צו מאכן אין איר סדר, ער האט אבער נישט געוואוסט פון ווי אנצוהייבן. זיין משולם זיין זיסע משולם איז גאר א קעי דזשי בי אפיציר, ווער האט זיך געגלייבט אז איך וועל נאך דארפן אריבערגיין אזא שאנדע אין מיין לעבן.

די צער און פיין איז געווען אומגעהויער גרויס פון יעדע אספעקט, די אנטוישונג אין זיין בן יחיד האט זיך צושפילט אויפן שטערקסטן פארנעם אין א צענדליגער יאר.

א שנעלע חשבון האט אים געזאגט אז ס’איז שוין באלד חצות און ער האט נאכנישט געדאווענט קיין מעריב, ער האט זיך געגעבן א פלינקע הייב אויף פון דער ערד, און מיט א ערענסטקייט זיך געשטעלט ביים ווינקעל דאווענען מעריב.

צו האט אזוי אויסגעזעהן די תפילה פונעם אלטן רבין אין טורמע פונעם צאר אין פעטערבורג? - איז אים שטילערהייט דורכגעלאפן א מחשבה’לע אין קאפ.

ווער ווייסט, אפשר ברויך איך דא מאכן א תיקון, א ארט וואס האט שוין לכאורה יארן נישט געזעהן קיין ערליכע איד, מיט די מחשבות האט ער זיך מחזק געווען.

די תפילה פון ואמונה כל זאת האט עקסטער לאנג גענומען, שפירענדיג א זיסקייט אין יעדע ווארט, די ווערטער האבן ממש גערעדט צו אין, צו די מצב אין וואס ער האט זיך געפינען.

’’העושה גדולות עד אין חקר’’, אוי הייליגע טאטע ’’ניסים ונפלאות עד אין מספר’’, באווייז דו אויך דיינע וואונדער פאר מיר האט ער שטילערהייט זיך געבעטן מיט זידיגע טרערן, ’’וירם קרננו על כל שונאינו’’, ווען נאך טאטע איז די שטאלץ פון דעם פאלק געווען אזוי דערנידערט.

די הייליגע ווערטער האבן ביסלעכווייז אריינגעטראפט עמערס מיט חיזוק, ווי א אינזשעקשאן האט ער געקענט שפירן ווי זיינע מוסקלען לאזן צוביסעלעך נאך פארשטייענדיג אז מ’דארף זיך נאר פארלאזן אויפן בורא עולם.

ער האט קוים גענדיגט עלינו לשבח, ווען ער האט געהערט איינעם באבערן ביים טיר, מיין גאנצן הארץ האט ער געהאפט אז מ’קומט אים נישט נעמען צו א פרישע אויספארשונג, ער האט נישט געהאט די עמאציאנאלע כח צו שטיין יעצט פאר א אויספארשער, עס איז אבער נישט געווען קיין וועכטער וואס איז אים געקומען באזוכן, זיין משולם גאר איז דארט געשטאנען.

’’משולם דאס ביסטו?’’ האט ער אויסגערופן א שאקירטער

’’ששש.... איך וויל נישט די וועכטער זאלן זעהן איך בין דא.’’

ברוך האט אויסגעזעהן אביסעל צומישט, ’’דו ביסט דאך דא קאמאנדיר, טא וואס האסטו מורא?’’ - האט ער גענדיגט מיט א ביטער שמייכעל.

’’ס’איז נישט געוואונטשן פאר אונז ביידע אז איינער זעהט מיר דא’’ - האט משולם שנעל גענטפערט.

’’ביסט לכאורה זייער דורשטעריג,’’ - האט משולם פארגעזעצט - ’’דא האסטו אביסעלע וואסער.’’ - האט ער געזאגט ארויסנעמענדיג פון זיין רוקזאק א פלעשל וואסער.

ברוך האט געקוקט מיט וואונדער אויף זיין זוהן, צו האט ער באקומען א רחמנות געפיל אויף זיין אלטן טאטן? - האט ער זיך געוואונדערט ביי זיך אין הארץ.

משולם איז געווען זייער יאגעדיג און ער האט געשטופט ברוך שוין אויסצוטרונקען די וואסער, ברוך האט זיך פארמאכט די אויגן, און מיט א שטילע שטימע געמאכט א שהכל, ציילענדיג די ווערטער ווי גאלד אויף זיינע פארטרוקענטע ליפן.

ער האט געגעבן אפאר שלונגעס פונעם פלעשעל, און עס צוריקגעגעבן פאר משולם וואס האט עס צוריק אריינגעשטופט אין זיין רוקזאק.

’’פאק דיך צוזאם ווייל מיר גייען פון דא’’.

ברוך האט געקוקט אויף משולם ווי פון א נעפל, זיינע אויגן זענען נאס געווארן און זיין הארץ איז פיל געווארן, ער האט שנעל צוזאמגענומען זיינע צוויי דריי זאכן, און געגעבן איין שטארקע האלדזונג פאר זיין זוהן, א זאך וואס ער האט נישט געהאט די מעגליכקייט די לעצטע פופצן יאר. און היידא.

-------
סקאהלינסק רוסלאנד 1956

ברוך האט זיך אומגעקוקט אויף די פשוטע שטוב ווי ער און משולם מיט זיין פאמיליע האבן געוואוינט, פופצן יאר וואס מיר זיצן שוין דא אין סקאהלינסק, משולם האט דא חתונה געהאט מיט א בוכאריש מיידל, און צוזאמען אויפגעשטעלט א שטוב, און איך האב די זכיה אויף דער עלטער צו וואוינען ביי מיין קינד אין שטוב און שעפן נחת פון מיינע ליכטיגע אייניקלעך וואס גייען אויף ג-ט’ס וועגן.

א וועלט איז דורך אין די פארגאנגענע פופצן יאר זייט משולם האט מיך ארויסגעכאפט פון אונטער זייערע בארבארישע נעגל, קודם איז גאנץ רוסלאנד געווען אויף די פיס מיך זוכענדיג, די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס איינער איז אנטלאפן פון די קעי דזשי בי שוין נאכן זיין ארעסטירט.

צו מיין מזל האט זיך אונטערגערוקט די צווייטע וועלט קריג, וואס האט געהאלטן די קעי דשי בי פארנומען מיט אסאך וויכטיגערע זאכן. און זיי האבן פארגעסן פון מיר, איך האב זיך געקענט ארויסרוקן פון מיין באהעלטעניש און קומען וואוינען דא אין סקאהלינסק, א געשמאקע קליינע שטאט, מיט ווייניג איינוואוינער, רוב פון זיי זענען געווען עלטערע לייט וואס האבן געזוכט אז שטילע רואיגע ארט ווי אויסצולעבן זייערע עלטערע יארן באשיידן און שטיל.

די שטאט האט געהאט נאך א מעלה, אז אלע איינוואוינער אן קיין אויסנאם זענען געווען אידן, און זאגאר מיטגלידער פון ’די אידישע גרופע’.

סקאהלינסק איז געווען א קליין דערפל, ווען די אנפירער האבן באשלאסן אז די שטאט איז גענוג פארשטופט צו קענען גרונדן דא א אייגענע אידישע שטעטל מיט אלע צוגעהערן.

מייסטענס האבן דא געוואוינט עלטערע לייט וואס מ’האט נישט געדארפט מורא האבן אז עס וועט זיך עפעס ארויסכאפן פון זיי.

די קעי דזשי בי האט נישט געהאט קיין שום אינטערעסע אין א שטאט פון אלטע איינוואוינער, די נענסטע קעי דזשי בי סטאנציע איז געווען הונדרעט פופציג מייל אוועק, און זייער זעלטן האבן זיי דא באזוכט און אויך נישט פאר קיין ספעציעלע סיבה.

ברוך וואלט נאך געבליבן פארזונקען אין זיינע זכרונות, ווען די טיר האט זיך געגעבן א מאך אויף, און יונתן, איינער פון די אקטיווע אינגע מיטגלידער אין ’די אידישע גרופע’, איז געשטאנען ביי די טיר און זיך געוואנדן צו משולם, ’’זיי זענען דא.’’

משולם האט גלייך אראפגעווארפן די טעפל קארטאפל פון זיינע הענט, זיך געגעבן א וויש אפ די שטערן מיט די האנטוך וואס איז דארט געליגן דערנעבן, און ארויסגעלאפן פון שטוב צוזאמען מיט יונתן, נישט פארן כאפן זיין רעוואלווער.

יונתן האט אים געשלעפט צו א פלאץ פון ווי זיי האבן אלעס געקענט מיטהאלטן, ער האט געלאזט משולם ארויפקריכן און אבזעווירן די פרישע סיטואציע.

א שנעלע קלאפ אין פלייצע האט קלאר געמאכט פאר יונתן אז משולם וויל אים עפעס זאגן, - ’’גיי רוף די הערשאפט צו מיר אין שטוב, איך וועל דארט זיין אין צוואונציג מינוט.’’

די פלינקע יונתן איז געלאפן ווי א פייל אין בויגן, ווען אימער מ’האט געדארפט אמאל האנדלען אין א פאל ווי די קעי דזשי בי איז שוין געווען אריינגעמישט, האט מען זיך אייביג באראטן מיט משולם, און ער איז געווען די דע-פאקטא באשליסער אין אזעלכע סיטואציעס, כאטש עס איז שוין אריבער א לאנגע צייט פון ווען ער האט געדינט די קעי דזשי בי, האט ער נאך אלס פארשטאנען צו זיי, און זיין עקספערטיז איז שטארק צוניץ געקומען פאר ’די אידישע גרופע’.

משולם איז ווייטער געליגן אויסגעצויגן אויף די ערד מיט זיין שפאקטיוו און פונדערווייטענס געקענט מיטהאלטן די אנטוישונג פון די קעי דזשי בי ארויסקומענדיג מיט ליידיגע הענט, די קעי דזשי בי האט זיך נישט לאנג פארזוימט, און גלייך נאך וואס זיי זענען אוועקגעפארן, איז משולם אראפגעקראכן פון ווי ער איז געליגן, און מיט שנעלע טריט געשפאנט צו זיין שטוב.

ווען ער איז אנגעקומען, זענען אלע געמיינדע הויפטן שוין געווען פארזאמעלט, און מ’האט געווארט נאר אויף אים.

אלי’ איינער פון די פירער האט זיך געוואנדו צו אים מיט א פראגע, ווילענדיג וויסן וואס די יעצטיגע באזוך מיינט, און צו זיי וועלן זיך נאך צוריקערן.

’’איך קען ענק נישט ענטפערן צו זיי וועלן זיך צוריקערן צו נישט, ווייל איך ווייס נישט וואס זיי האבן געזוכט,’’ - משולם האט שטארק אונטערגעשטראכן זיינע לעצטע ווערטער אז ער ווייסט נישט וואס זיי האבן געזוכט, און ער האט זיך לאנגזאם אומגעקוקט אויפן עולם ווילענדיג זעהן וואספארא איינדרוק זיינע ווערטער האבן געמאכט.

ער האט געקענט זעהן ווי טייל שאקלען זיך אומבאקוועם אויף זייערע ערטער, ער האט פון דעם פארשטאנען אז נישט אלעס האט מען אים מיטגעטיילט, דעריבער האט ער באשלאסן אביסעל צו שפילן מיט זייערע נערוון.

’’אויב האבן זיי געזוכט איינעם, וועלן זיי גאנץ מעגליך צוריקומען נאכאמאל, דאס וואס זיי האבן זיך יעצט אוועקגעיאגט איז נאר ווייל זיי האפן נאך צו טרעפן דער וועם זיי זוכן אין די אומגעגענט, אבער אויב וויל זיי יענעם נישט כאפן, איז גאנץ מעגליך אז זיי וועלן פירן זייער אפעראציע פון די לעצטע פלאץ ווי דער וועם זיי זוכן איז געווען.’’

זיינע ווערטער האבן געטוהן דאס זייניגע, און די אנגעצויגענקייט אין צימער איז ממש ארויפגעשפרונגען צו פרישע שטאפלען.

אלי’ האט זיך איבערגעבליקט מיט זלמן, זלמן האט געגעבן א שאקל מיטן קאפ און אלי’ האט אנגעהויבן צו רעדן.

ווען ער האט גענדיגט צו רעדן וואס ער האט געהאט צו זאגן האט משולם ממש נישט געקענט אויפמאכן זיין מויל פון שאק.

ער האט זיך שנעל אריענטירט איבער זיין שאקירונג, און א קאמפסלוסטיגע שמייכעל האט זיך אויסגעשפרייט אויף זיינע ליפן.

פארזעצונג קומט אי’’ה.

פאר הערות און הארות ביטע לאזט אייך הערן אין די דעזעגנירטע אשכול.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

צוואנציגסטע פארזעצונג בע’’ה.

די קרעמלין אין צענטער פונעם רויטן סקווער האט זיך ארויסגעשטעלט מיט איר פילע פראכט פאר גאנץ מאסקעווע, די לופט איז געווען קלאר און די הימלען ריין, עס איז נישט געווען קיין שענערע טאג פאר א טוריסט זיך ארומצוקוקן אין מאסקעווע ווי אזא טאג.

זעמעלע און יצחק’ל זענען בכל נישט געווען אינטערעסערט אין טוריזום, און זיי האבן ניטאמאל פרובירט צו מאכן דעם אנשטעל, און זאגאר מורא געהאט פון אזא מעגליכקייט, מיט זייערע נאטורליכע רוסישע געזיכט שטריכן האבן זיי געוואלט וואס ווייניגער ארויסשטארן, זייער אנשטעל אלס פראסטע רוסישע ליידיגייערס האט פארלאנגט פון זיי קיין שווערע ארבעט, זייער רוסיש איז געווען אין א פערפעקטע צושטאנד, יצחק'ל האט עס געפינען גענוי ווי ער האט עס איבערגעלאזט פאר דרייסיג יאר צוריק, אפילו שפריכווערטער און לאזונגען האט ער געהאט מיט א גרויסע מאס.

די סקווער איז געווען היבש פיל, די רוסישע באפעלקערונג האט נישט געמאנגעלט אין ארבעטסלאזיגקייט, און אסאך זענען געקומען דא דורך שטופן דעם טאג, די סקווער האט אויך געדינט אלס וויכטיגע פאקטאר אין רוסישע עקאנאמיע, צענדליגער אומלעגאלע געשעפטן זענען דא געשלאסן געווארן, טוישענדיג א קילא ברויט פאר צוויי זייפלעך, אביסעל זאלץ אין אויסטויש פאר א צוויי עפל, די שווארצע מארק האט געשפילט א באדייטענדע ראלע אין האלטן דאס רוסיש פאלק ביים לעבן.

די קרעמלין האט געוואוסט פן די אלע אקטיוועטעטן דא, און געשאנקען דערצו א בלינד אויג, וויסענדיג אז אן דעם וועט דער פארפוילטער קאמוניסטישע סיסטעם נישט האלטן פאר צו לאנג, אין די יארן נאך סטאלינ’ס טויט ווען די שווארצע מארקעט האט זיך צובליהט - שפירענדיג אביסעל נאכלאזעניש פון סטאלינ’ס שטענדיגע יאך וואס האט טאקע אומגעברענגט מיליאנען רוסן - האט כרוסטאטשאוו אמאל רעאגירט צו דעם, ’’אז זיי טוען עס שוין יא, זאל עס זיין אויף א פלאץ פון ווי איך קען עס זעהן און האבן קאנטראל דערויף.’’

און מיט שטילע גוטסהייטונג פון די רעגירונג האט זיך געטוהן דא א האנדעל וואנדעל, ווי יעדער האט געטראפן אינטערעסן, די פשוטע באפעלקערונג האט מיט דעם איבערגעלעבט דעם טאג, און אפיצירן האבן זיך פארשאפט ווערדפולע ארטיקלען, וואס זייער געהאלט האט נישט ערלויבט, אבער פאר אפאר קילא ברויט האט א רויסישע פויערטע פארקויפט א פידעל וואס איז שוין געווען אין איר פאמיליע פאר באלד הונדרעט יאר, אדער טייערע מאלערייען, בלומען וואזעס, און טאביק פושקעלעך.

די ריזיגע אפענע שטח האט געהאט גענוג און נאך פלאץ פאר קרעמעלעך און קופקעלעך, אבער זענען געווען פיל מיט קליינע פארזאמלונגען פער צוויי מענטשן, א קויפער און דער פארקויפער, דער קליענט האט זיך ארומגעדרייט זוכענדיג ווער עס האט זיין געזוכטע ארטיקלען, און דער פארקויפער האט זיך ארומגעדרייט זוכענדיג פאטענציאלע קונדן.

די מקח אליין איז געווען גאר שנעל, מ’האט זיך קוים געדינגען אויפן פרייז, און די ארטיקלען האבן געטוישט הענט, אויפן שווארצן מארקעט האט די רוסישע רובל נישט געהאט קיין ווערד, מ’האט אומייסטענס געטוישט ארטיקלען.

יצחק’ל און זעמעלע האבן זיך געדרייט אן קיין ספעציעלע אינטערעסן, די איינדרוק פון צוויי אפגעריסענע שלעפערס האט נישט פארלאנגט פון זיי צו נעמען אנטייל אין די גאנצע הלוך ילך דא, זיי האבן זיך ארומגעדרייט ציללאז זוכענדיג מיט וואס צו שטופן דעם טאג.

צווייטע באנק, זעקסטע רייע, רעכטע זייט, זעמעלע איז דורכגעגאנגען די זעלבע ספעציפישע באנק איינמאל און נאכאמאל, ער איז אבער נישט געווען רואיג.

סעם האט אים באשטעטיגט אז ער איז דער וואס האט אינפארמירט ’די אידישע גרופע’ איבער זייער קומען, זעמעלע האט גוט געוואוסט ווער זיי זענען, און ער האט געקענט באשטיין אז אין צייט פון נויט זאל ער האבן וואו זיך צו ווענדן, אבער עפעס איז ער נישט געווען רואיג, זיינע חושים האבן אים געזאגט אז ער איז אין געפאר, ער האט געשפירט שטעכעס אין זיינע רוקן, ער האט כמעט זיכער געקענט אידענטעפיצירן זייערע פאזיציעס, ער האט אבער נישט געקענט דערשנאפן צו זיי מיינען טאקע אים.

ער האט וויכטיג געוואלט זיך טרעפן מיט די פארבינדונגס אגענט פון ’די אידישע גרופע’, זינט זיין איינציגסטע וועג זיי צו קאנטאקטן איז געווען דורך סעם, אבער דאס איז געווען צו א לאנגע שפיל, ער האט געוואלט דירעקטע פארבינדונג.

ביי זיין לעצטע געשפרעך מיט סעם האט ער אים געלאזט וויסן אז פלאנירט צו מאכן מיט זיי דירעקטע קאנטאקט, און ער האט אנגעגעבן די לאקאציע.

יעצט ווען ער שטייט שוין דא אפאר טריט אוועק, שפירט ער זיך זייער נישט פארזיכערט, ’’אפשר זאל איך שיקן יצחק’ל, און איך וועל בעאבאכטן די סיטואציע פון די זייט.’’ - האט ער געקלערט צו זיך.

די געדאנק האט אויסגעקוקט צו זיין א אויסגעהאלטענע, - ’’איך ווייס וויאזוי צו באמערקן א געפאר, און איך וועל באצייטענס קענען ווארענען יצחק’ל אויב זאכן זעהן אויס געפארפול.’’

ער האט זיך דערווייטערט פונעם ארט צוזאמען מיט יצחק’ל, ער האט געשפירט אז די בליקן ארום אין און אויף אים ווערן לויזער, יצחק’ל האט גאנץ שנעל פארשטאנען וואס ער האט צו טוהן, און ער האט זיך תיכף אויסגעדרייט און אנגעהויבן שפאנען צו די אנגעגעבענע באנק.

זעמעלע האט אים באגלייט אפגערוקט אומגעפער מיט א צוואנציג פיס, יעצט האט ער געקענט האבן א קלארע אויסבליק אויף די גאנצע שטח, ער האט אינדעטעפיצירט ווייניגסטנס אכט אגענטן זיך דרייען ארום זיי, זיי זענען אבער אלע געווען אין פארענט פון אים.

זעמעלע האט געוואוסט אז עס איז א איינשטעלעניש, אבער אזויווי ער האט זיך געפארכט אז זיי זענען דא פאר אים, האבן זיי פונקט אזוי געקענט מיינען א צווייטן, און ער האט נישט געהאט קיין שום וועג דאס צו וויסן אויסער דורכ’ן עס אויספרובירן און אהינגיין און זעהן וואס עס געשעהט.

פאר דעם צוועק האט ער טאקע געשיקט יצחק’ל אהין, ער האט אפגעמאכט א סימן צו הוסן צוויי מאל הויעך נאכגעפאלגט מיט א האפטשו, א זאך וואס ברויך צו נעמען אומגעפער פינעף סקונדעס, אויב יצחק’ל הערט דאס מיינט אז ער איז אין באלדיגע געפאר און ער זאל זאפארט זיך צוריקערן צו זעמעלע’ס פאזיציע.

דערווייל האט יצחק'ל געשפאנט מיט רואיגע טריט צו די אנגעגעבענע באנק, עס האט זיך אים געדאכט אז די גאנצע סקווער הערט זיינע הארץ קלאפענישן.

זעמעלע האט געזעהן ווי יצחק'ל דערנענטערט זיך צו די אנגעגעבענע באנק, פונדערווייטענס האט ער געזעהן ווי יצחק’ל שטעלט זיך אויס אים א פאזיציע גרייט צו קענען אנטלויפן, אבער אויך עס זאל נישט ציען קיין אויפמערקזאמקייט.

ער קוקט ווי יצחק'ל שטייט דארט און רוימט יענעם עפעס אריין.

און דאן האט עס פאסירט....!!

דער פארשוין אויפן באנק האט ארויפגעלייגט איין פיס אויף די צווייטע, און בליץ שנעל האבן אגענטן זיך אנגעהויבן דערנענטערן פון אלע זייטן.

זיי זענען געקומען פון אלע זייטן פארשטעלענדיג יעדע מעגליכע אנטלויף אפציע, און זיי האבן אים ארומגערינגעלט בליץ שנעל, עס האט שוין נישט אויסגעפעלט זעמעלע’ס הוסן, יצחק’ל האט עס אליין געזעהן פאר די אויגן.

ער איז געפאנגען, א שפיאן אן קיין אינדענטיטעט, ער איז נישט פארשריבן ביי די סי איי עי אלס א אגענט, נישט וועלענדיג אז מ’זאל וויסן פון זיין אנוועזענהייט דא, אבער עס איז געווען א שאד, זיי האבן אים געכאפט.

זעמעלע האט אלעס מיטגעהאלטן, זיינע אינסטיקטן האבן באפוילן די ערשטע זאך צו הייבן פיס און אנטלויפן פון דא.

א שטייפע האנט אויף זיין אקסעל האט אים אבער אפגעהאלטן.

זעמעלע האט זיך געגעבן א דריי אויס צו באטראכטן זיין פאנגער, צו זיין שאק און צומישעניש איז נישט געווען קיין גרעניץ ווען ער האט געזעהן אז ס’איז נישט קיין צווייטער ווי ’פארפרוירענע אייז’.

ער האט אים גלייך דערקענט פון זייער קורצע באגעגעניש אין סקאהלינסק.

’’רבוש’’ע, וואס גייט דא פאר?’’ - האט ער געטראכט צו זיך - ’’אויף וועמענס זייט איז ער, און אויף וועמענס זייט שפילט ער?

פארזעצונג קומט אי’’ה.
לאזטס ענק הערן דא
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

בסייעתא דשמיא.

איין און צוואנציגסטער פארזעצונג.

ליינט מיט הנאה

די ערדענע גלאז איז שיעור נישט צוקראכט געווארן פון גרויס דרוק מיט וואס זעמעלע’ס פינגערס האבן איר געדרוקט.

ער האט קוים געקענט ווארטן אז פארפרוירענע אייז זאל ערשיינען און אויסקלארן דאס גאנצע בילד וואס עס קומט דא פאר.

פילצאליגע אומפארענטפערטע פראגעס האבן אים געמוטשעט און אויסגענאגט יעדעס ביסעל ענערגיע וואס ער האט נאך פארמאגט, ביים יעצטיגן פונקט האט ער שוין איינגעזעהן אז עס איז דאס ערשטע מאל אין זיין לאנגע קאריערע וואס ער איז נישט דער וואס דרייט און קאנטראלירט די געשעהענישן לויט זיין געשמאק און אינטערעסע.

אנגעהויבן האט זיך עס גלייך מיט די לינקע פיס אין סקאהלינסק ווי ער האט אזוי שלימזלדיג גלייך געמוזט פארלאזן דאס פלאץ און אנטלויפן, נישט געבענדיג פאר זיינע ווייעדיגע ביינער א געלעגענהייט זיך אויסצוציען נאכן זיצן פאר עטליכע טעג פארשטופט און צוקוועטשט אין די סובמארין וואס האט זיי אהערגעברעהגט.

אינמיטן וועג איז אים די נשמה כמעט ארויסגעפלויגן ווען ער איז אפגעשטעלט געווארן ביי די כלומר’שע טשעקפוינט, דאמאלטס איז ער כאטש געוואויר געווארן אז דאס איז געווען סעם’ס ארבעט, אבער פון ווי די קעי דזשי בי האט געוואוסט אז זיי קומען, און ווי זיי צו ארעסטירן איז אים געווען א גרויסע מיסטעריע, ער האט בשו’’א נישט געקענט כאפן פון ווי אין די וועלט זענען זיי דאס געוואויר געווארן ווען בלויז געציילטע מענטשן האבן געוואוסט פון די געהיימע מיסיע, ניטאמאל די פארטיידיגונגס סעקרעטאר איז אינפראמירט געווארן איבער די בעפארשטייענדע מיסיע.

צו פרעזידענט אייזענהאוער האט יא געוואוסט וואס דא קומט פאר האט ער נישט געוואוסט, די באשלוס איז געווען אלען’ס צו מאכן און זעמעלע האט זיך נישט געוואלט מישן אין איבריגע פלעצער ווי עס האט נישט אויסגעפעלט.

און יעצט זיצט ער דא אין עפעס א קליינע פארשטופטע ווילא וואס האט געשיינט צו זיין א איבערבלייבעניש פון די צאר’ס עפאכע, ער האט שוין אנגעיאגט צו אנאליזרן דאס פלאץ, עס האט נישט אויסגעזעהן צו גרויס, אבער מ’האט דערקענט סימנים פון די רייכקייט וואס האט דא באשיינפערליך אמאל געהערשט.

פארפרוירענע אייז האט אים נישט געבינדן אדער געקייטעלט, ניטאמאל האט ער אים פארבאטן צו פארלאזן דאס פלאץ, זעמעלע האט געקענט יעדע רגע זיך אויפהייבן און אפפוצן, אויב האט ער געוואלט.

ער איז אבער נישט געווען אינטערעסירט צו אנטלויפן, ער האט ליבערשט געווארט פאר פארפרוירענע אייז זיך צוריקקערן.

די ציל פון זיין מיסיע צוליב וואס ער איז געקומען איז געווען צו כאפן א שמועס מיט פארפרוירענע אייז, ער האט פארשטאנען אז פארפרוירענע אייז האט אים אהערגעברענגט נישט צו ווערן ארעסטירט, נאר צו קענען אפהאלטן דעם געגארטן שמועס, דעריבער האט ער אויסגעווארט מיט געדולד, ער איז געווען זיכער אז פארפרוירענע אייז גייט זיך צוריקקערן.

בשעת זעמעלע זיצט און ווארט ערגעץ אין א קליינע גארטן ארומגענומען מיט ביימעלעך און גראזעלעך, איז אפאר מייל אוועק פון דארט געווען זייער ביטער די מצב, יצחק’לס קערפער איז נישט געווען געוואוינט אויסצוהאלטן קלעפ, און ער האט שוין אנגעיאגט צו פארזוכן דעם טעם פון די רוסישע פויסטן.

זיינע טרערן האבן געקענט אנפילן גרויסע פעסער, ער איז עלענד, אליין, אן קיין אידענטיטעט, אן קיין הילף, אן קיין ראט, אן קיין טרענירונג.

איין זאך האב ער אבער יא געהאט, און דאס האט נישט געברויכט קיין אידענטיטעט אדער ראט, זיין בטחון אין השי’’ת, דאס האט ער שטענדיג געטראגן מיט זיך, און ער האט ח’’ו נישט געטראגן קיין שום פאראיבעל אויף קיינעם.

ער האט געוואוסט אז ער האט געטוהן די ריכטיגע זאך פאר א לאנד צו וואס ער האט געהאט אזויפיל הכרת הטוב, ער האט גוט געדענקט די תקופה נאכן באטרעטן די אמעריקאנער באדן ווי זיין טאטע האט זיך געמוטשעט צו שטעלן ברויט, ביז ב’’ה זיין הצלחה האט אויפגעשיינט.

די געפיל פון באצאלן דאס מלכות של חסד האט אייביג אים געמאנט, אבער ער האט נישט געהאט ווי דאס צו אנקאסירן, אבער ווען זעמעלע איז געקומען צו אים מיט די אנבאט אנטייל צו נעמען אין א קריטישע מיסיע פארן לאנד, האט ער צו זעמעלע’ס ערשטוינונג עס גלייך אקצעפטירט.

ער האט זיך מחזק געווען דאס מערסטע וואס מעגליך, און זיך צוגעגרייט פאר די מעגליכקייט אז ער וועט זיין פרוי און קינדער שוין נישט זעהן, ער האט געהאפט אויפן בעסטן און זיך געגרייט אויפן ערגסטן.

-------

זעמעלע איז נישט געווען איבעראשט ווען נאך צוויי שטונדן האט זיך פארפרוירענע אייז צוריקגעקערט, זיינע טריט זענען געווען רואיג און געלאסן, ס’איז געווען קענטליך אויף אים אז אויפדערווייל איז ער צופרידן פון די אנטוויקלונגען. זעמעלע האט עס נישט געקענט פארשטיין, יצחק’ל שמאכטעט אין איינע פון די ערגסטע טורמעס אין די וועלט און ער מאכט די רושם ווי ער איז אויף דאטשע ביים שווארצן ים.

’’איך פארשטיי דיין פארלעגענהייט’’ - האט פארפרוירענע אייז זיך געוואנדן צו זעמעלע, קומענדיג נענטער צו ווי זעמעלע איז געזיצן - ’’אבער ענק אמעריקאנער דומע קעפ קענען נישט ארעסטירן איינעם ביז ווילאנג ענק האבן גענוג באווייז, און צוליב דעם ביסטו יעצט דא און דיין פריינט אין טורמע.’’

זעמעלע האט גארנישט גענטפערט, ביים יעצטיגן פונקט האט ער געפלאנט צו לאזן פארפרוירענע אייז אויסרעדן ביזן סוף און פון דארט פלאנירן קומענדיגע שריט.

פארפרוירענע אייז האט זיך אפגעשטעלט פונקט קעגן איבער זעמעלע, ער האט אראפגעלייגט אביסעל פרוכט אויפן טיש און אים געאפפערט א ציגארעטל.

זעמעלע האט גערן זיך צוגעכאפט צום ציגארעטל און איר אנגעהויבן נאגן ווי דארט וואלט געליגן די ענטפער צו זיינע פילע פראגעס.

פארפרוירענע אייז האט אים באטראכט און שטילערהייט געווארט זעמעלע זאל זיין מיט אים הונדרעט פראצענט דא.

זעמעלע האט געגעבן נאך איין לעצטע ציה פונעם ציגארעטל פארן איר אראפווארפן אויף דער ערד, און מיט א נייגעריגע מינע געווארט אז פארפרוירענע אייז זאל אנהויבן רעדן.

’’אלזא’’ - האט פארפרוירענע אייז אויסגערופן, - ’’ס’איז מיר א כבוד און א עהרע זיך צובאקענען מיט אייך מר. ראזען’’ - ער האט אויסגעשטרעקט זיין האנט - ’’יורי אנדראפאוו, וויצע שעף פון אלע אפעראציעס אין צפון אמעריקא’’ - האט ער זיך פארגעשטעלט.

יורי’ס האנט איז געבליבן הענגען, די טאטאלע איבעראשונג אויף זעמעלע’ס געזיכט איז געווען קלאר מערקבאר.

’’יורי אנדראפאוו האסטו געזאגט?’’

פארפרוירענע אייז האט געשמייכעלט, ’’איך פארשטיי דיין איבעראשונג זעמעלע’’ - האט ער אים אדרעסירט ביים ערשטן נאמען, - ’’אבער יא, די געהיימעניס פונעם יאר הונדרעט איז נארוואס געלעזט געווארן, דאס בין איך, יורי אנדראפאוו גייט ביינאזאם מיט פארפרוירענע אייז’’

’’איך בין טיף איבעראשט אז איר שטייט אונטער די קאוד נאמען וואס האט אזויפיל געהאלפן אונזער רעגירונג, און ס’איז מיר א עהרע זיך צובאקענען מיט אייך.’’ - האט זעמעלע זיך אנגערופן, - ’’איך מיין אבער אז עס איז צייט מיר זאלן אנהויבן רעדן תכלית.’’ - האט ער זיך שנעל אריענטירט.

יורי האט גערן מסכים געווען, ’’געווען איז עס אין זוממער פון יאר 1953 ווען מיר אין די קעי דזשי בי האבן ערהאלטן א אנבאהט פון א הויעכראנגיגער סי איי עי אגענט, ער האט געאפפערט אונז איבערצוגעבן אינפארמאציע וואס איז געווען אין זיין באזיץ, פארשטייט זיך פאר א הויעכע פרייז וואס ער האט פארלאנגט מיר זאלן אים אריינשיקן אין א באנק קאנטע אין נארוועגיע, און ווי אויך האט ער פארלאנגט צו בלייבן אנאנים, ער האט זיך גערופן מערב שטערן, און מיט אט די נאמען האט ער געוואלט מיר זאלן אים קענען’’

עס איז געווען אנדערטהאלבן יאר נאכדעם וואס די סי איי עי האט אויפגעבראכן א ריזיגע שפיאנאזש רינג וואס מיר האבן געהאט אויפגעבויעט אין אמעריקא, אינפארמאציע האט אין רעזולטאט אויפגעהערט פליסן, און מיר האבן געטאפט אין די פינסטער, די קעי דזשי בי איז געווען אויסגעהונגערט פאר סחורה, און מיר האבן געזוכט מיט ליכט פון ווי מ’קען שאפן נייע קוועלער, זיין אנבאהט איז געווען פונקט אין די ריכטיגע צייט, מיר האבן זיך נישט געקענט וואונטשן א בעסערע קאנדידאט פון וואס ער האט פארגעשטעלט מיט זיך, די קעי דזשי בי האט מסכים געווען צו זיינע פארלאנגען, געלט האט אנגעהויבן פליסן זיין ריכטונג, און פון די צווייטע זייט ים האט קריטישע אינפארמאציע אנגעהויבן מאכן זייער וועג אהער.

די קעי דזשי בי האט אנגענומען זיין פארלאנג צו לאזן זיין אידענטיטעט א געהיימעניס, נישט ווייל מיר האבן נישט געוואלט, נאר פשוט ווייל מיר האבן געוואוסט אז אויב פרובירן מיר צו דערטאפן זיין אידענטיטעט וועט ער עס גלייך שפירן, און מיר האבן נישט געוואלט ריזיקירן צו פארלירן אזא געלונגענער אגענט.

’’איך אבער בין יא געווען זייער נייגעריג צו וויסן ווער ער איז, איך האב שוין דאמאלטס געהאט פייגלעך אין קאפ, האב איך אונטערגענומען א אייגענע אקציע אונטערן ראדאר צו געוואויר ווערן ווער שטייט אונטער אגענט מערב שטערן.’’

------

אסלא נארוועגיע, ענדע זוממער 1953 למספ’.

א יונגער אויסגעפוצטער מאן האט אריינשפאצירט אין די ’’פאראייניגטע צענטראלע באנק פון נארוועגיע’’......

פארזעצונג קומט אי’’ה.

קאמענטארן וועלן ווערן איינגענעם אויפגענומען דא.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

בסייעתא דשמיא.

צוויי און צוואנציגסטער פארזעצונג.

די פאראייניגטע צענטראלע באנק פון נארוועגיע, אסלא נארוועגיע. ענדע זוממער 1953 למספ’.

א יונגער אויסגעפוצטער מאן האט אריינשפאצירט מיט לייכטע טריט אין באנק דורך די פאדערשטע הויפט אריינגאנג, זיין באנעמונג און אויסקוק האט דערציילט אז ער איז ווארשיינליך א סוקסעפולער ביזנעסמאן פון די באלטישע לענדער וואס זוכט צו האבן א געהיימע קאנטע ווי זיין רעגירונג זאל נישט קענען דעריאגן זיין פארמעגן.

זיין וועזן האט געשפריצט מיט זיכערקייט און קוראזש ווען אינעווייניג האט אינאמת’ן געקאכט ווי א קעסל, ער איז געווען פולשטענדיג באוואוסטזיניג אז אויב איינע פון זיינע אויבערהארן טרעפן אים דא, איז אויף הייסע קוילן.

’’העלאו’’- האט אים א סעקרעטערי באגריסט - ’’פליז מאכט אייך באקוועם, און מיר וועלן אייך באדינען אין די קומענדיגע מאמענטן’’.

’’אויב איך דארף ווארטן, וועל איך מיך גיין זוכן א צווייטע באנק’’ - איז ארויסגעקומען זיין אינערליכע אנגעצויגענקייט.

ווייזט אויס אז די סעקרעטערי האט פארשטאנען, און געציילטע מינוטן דערויף איז ער שוין געזיצן אינעם באנקירער’ס אפיס עפענענדיג א פרישע באנק קאנטע אן א נאמען מיט בלויז א סיריעל נומבער וואס האט געדינט אלס איידי און פעסווארד צוזאמען.

’’וועלכע רעינדזש נומבערס זאל איך ערווארטן דיין קאנטע זאל באקומען?’’ - האט די באנקיר געפרעגט.

’’אין וויפול שטיקלעך ווילסטו איך זאל צוטיילן דיין קאפ, נאך איינמאל דו מישט דיין נאז ווי דו ברויכסט נישט’’ - האט דער אנאנימער מאן שארף צוריקגעזאגט.

א שטייפע האנט אויף זיין פלייצע, האט אים אבער קלאר געמאכט אז עס איז כדי צו ענטפערן.

’’אסאך געלט’’ - האט ער נאכאמאל פרובירט זיין מזל.

די האנט אויף זיין פלייצע האט קלאר געמאכט אז קומענדיגס מאל ער ענטפערט נישט גראד וועט ער אים צוברעקלען.

’’קוק מיר אריין אין די אויגן, און ענטפער אויף וואס איך פרעג דיר’’ - האט די באנקיר אים געשניטן.

’’ארום $40,000 א מאנאט’’ - איז געקומען די ענטפער.

’’אין וואספארא וועג ווילסטו האבן צוטריט צו דיין קאנטע?’’

’’נאר פערזענליכע’’

’’דו פארשטייסט אז יעדע ארויסגייענדע טראנזאקציע וועט פאדערן דיין פערזענליכע ערשיינונג?’’

’’הממ... ניין, איך וויל קענען אויטאראזירן סיי וואס פון דערווייטענס’’

’’נישט קיין פראבלעם, און זיי רואיג אז עס איז פארזיכערט’’.

’’פיין, געשעפט געשלאסן’’ - האט דער מאן אויסגעדרוקט זיין צופרידענהייט.

זיי האבן זיך געדרוקט די הענט, דער אנאנימער מאן האט אויסגעזעהן צופרידן, און די געלט האט אנגעהויבן פליסן.

דער אינגער מאן האט נישט קיין אכט געגעבן אויף די אלטע פארשוין וואס איז געזיצן אינדרויסן פונעם באנק און האלבוועגס געדרימעלט, און ער האט אויך גארנישט געשפירט ווי יענער שטעכט אריין אין אים באהאלטענע בליקן.

יורי האט זייער גוט געוואוסט וויאזוי צו באהאלטן מ’זאל נישט זעהן אז ער קוקט איינעם נאך, און ער האט עס גוט אויסגענוצט. ער איז געווען כמעט זיכער אז אט די אינגער מאן וואס האט נארוואס ארויסשפאצירט פון באנק, איז טאקע דער וועם ער זוכט.

ווען יענער האט זיך שוין אנגעהויבן אביסעל דערווייטערן האט יורי מיט א בליץ שנעלקייט זיך איבערגעטוהן זיין פארשטעלעכטס, ער האט זיך אנגעטוהן א פראפעסיענאלער היטל, די דיקע אויגן גלעזער איז פארשוואונדן געווארן אין זיין טאש, און די גרויע שנויץ האט געטראפן איר רוה צווישן די באוואקסענע ביימעלעך.

מיט א שנעלע גאנג האט ער אנגעהויבן נאך שפאנען זיין ציל, זיינע געמאסטענע באוועגונגען האט געשאפן דעם איינדרוק פון א אינגער שטאלצער מאן, ער האט זייער גוט געזעהן פון זיין פאזיציע יענעמס פארזיכטיגקייט און פארזיכערונגס מיטלען. דאס האט נאר פארשטעקערט זיין מיינונג אז ער איז זיין געזוכטער פארשוין.

ער האט אויפגעפאסט אז יענער בלייבט אגאנצן צייט אויפן הויפט גאס, מאכענדיג עס גרינגער פאר אים, נאכצופאלגן זיין ציל. ווען יענער האט אריינשפאצירט אין האטעל איז יורי נישט ווייטער אים נאכגעגאנגען, ער האט ווייטער שפאצירט ווי כאילו ער איז קיינעם נישט נאכגעגאנגען יעצט, הערשט א האלבע שעה דערויף האט ער זיך צוריקגעקערט צום האטעל.

ער שפאנט אריין מיט א זיכערקייט און גייט צו צום דעסק - ’’א גוטן, איך זוך א אינגער מאן אומגעפער 32 יאר אלט, אביסעל נידריג, כ’וואלט געזאגט עטוואס מער פון פינעף און האלב פיס הויעך, ער איז געגאנגען מיט א אפענע דזשעקעט שווארצע סניקערס און א ליכטיג בלויע טי שוירט. איך האב אים פריער געזעהן אראפלאזן זיין בערזל און איך וויל אים עס צוריקקערן, אפשר קענט איר מיר זאגן אין וועלכע צימער ער געפינט זיך?’’

די אויפנאם מאן האט קוים געהאט נערוון צו אויסהערן דעם לאנגן שילדערונג - ’’קענסט עס דא לאזן ביים דעסק, און איך וועל אים עס שוין אפגעבן’’ - האט ער פוילערהייט געזאגט.

’’ניין’’ - האט זיך יורי גע’עקשנ’ט - ’’איך מוז עס אים פערזענליך אפגעבן’’ - האט ער פארלאנגט.

דא האט זיך שוין ארויסגעלאזט דאס גאנצע לופט פון דעם אויפנאם מאן’ס נערוון, און נערוועזערהייט געבורטשעט - ’’אויף קיין שום פאל וועל איך נישט ארויסגעבן די צימער נומער פון א גאסט אן זיין פערזענליכע גוטסהייטונג’’.

נו נו, יורי האט זיך נישט געשראקן, ער איז געווען גרייט אויף דעם.

שטילערהייט האט ער צוגעבויגן זיין קאפ ביז יענעמס אויער, יענער האט פרובירט אוועקצושלעפן זיין קאפ פון יורי, אבער דער לעצטער איז געווען אסאך שטערקער, ער האט ארויסגעצויגן א פאלשע אידענטיפעקאציע קארטל פון די נארוועגישע געהיים דינסט און עס געפאכעט קעגן יענעם’ס אויגן.

’’וואס איז דיין נאמען?’’ - האט ער שטרענג געפאדערט.

’’ערוולינג’’ - איז געקומען די ענטפער, בשעת עס קלאפט אים א צאן אין א צאן.

’’יעצט ענטפער מיר וואס איך פרעג דיר, ערוולינג, אין וועלכע צימער שטייט איין דער פארשוין וועם איך זוך?’’

זעהנדיג אז יענער קווענקעלט נאך אלס, האט יורי שנעל צוגעלייגט מיט א געהיימניספולע מינע - ’’ער איז א געזוכטער קעי דזשי בי אגענט, און מיר פרובירן צו האלטן א אויג אויף זיינע אקטיוויטעטן, עס איז גאר וויכטיג פאר די נאציאנאלע אינטערעסן פון נארוועגיע אז דו זאלסט מיר שוין אנטפלעקן אין וועלכע צימער ער געפינט זיך, אז נישט וועל איך אריינגעבן קעגן דיר א קלאגע אין געריכט פארן שטערן א געהיים אפיציר אין זיין ארבעט.’’

דאס האט שוין געהאט די נויטיגע ווירקונג אויף אים, און געבראכענערהייט האט ער געגעבן די צימער נומער פון די מענטש וועם ער האט געזוכט.

------

יורי האט באטראכט זעמעלע צו זיין ערציילונג האט אים עפעס בארירט, זעמעלע האט גארנישט געוויזן, און יורי האט עס ערווארטעט, ער האט זיך פארגעשטעלט אז זעמעלע האט שוין אין זיין קאריערע געהאט אסאך מער דראמאטישע און כמעט-געזעהן-דעם-טויט געשיכטעס ווי דאס.

’’דו ווילסט אודאי וויסן וועם איך האב געטראפן אין די האטעל צימער’’

זעמעלע האט צוגעשאקעלט מיטן קאפ, די אלע געשיכטעס וויאזוי מ’איז נאכגעלאפן איינעם און כמעט געכאפט געווארן און אלעס ארום, האט ער שוין עקספיריענסד אויף די אייגענע הויט צענדליגער מאל במשך זיינע לאנגע יארן אלס פעלד אגענט. ער איז געקומען צו הערן תכלית, ווער איז די פאררעטער אינערהאלב די סי איי עי.

יורי האט פארגעזעצט - איך האב מיך אריינגעבראכן ווען דער יעניגער איז נישט דארט געווען, איך האב געטראפן זיין אמעריקאנער פאספארט, זיין וויזע קיין נארוועגיע, אלעס אלעס אלעס.

’’און וואס איז זיין נאמען?’’ - האט שוין זעמעלע כמעט געשריגן.

יורי האט געשוויגן...

’’זאג מיר שוין זיין נאמען’’, האט שוין זעמעלע ביי דעם פאל געשריגן.

’’אלען דולעס’’

א טויטקייט האט זיך אראפגעלאזט, זעמעלע האט אויסגעזעהן נישט בין החיים, זיין האלדז איז פארהאטעוועט געווארן און זיין קאפ איז פארוואנדעלט געווארן אין בליי.

אויף אזא אנטוישונג האט ער זיך נישט געראכטן. עס איז געווען שווערער גרעסער און מאכטפולער פון וואס ער האט געקענט פארנעמען.

פארזעצונג קומט אי’’ה

קאמענטארן אין דעם געהענגעל.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

בעז’’ה

23’סטע פארזעצונג.

זעמעלע האט שווער געקענט פארדייען די שאק באמבע וואס פארפרוירענע אייז - יורי האט דא געווארפן, זיין מח האט געשאסן און גערוישט און ער האט עס בשו’’א נישט געקענט גלייבן אויף אלען דוללעס.

אבער, ווי עס לויטעט די כלל אין שפיאנאזש, טאר מען אין גארנישט פארגלייבט ווערן, און מ’דארף אייביג געדענקען אז דיין גרעסטע פריינט קען גאר ווערן דיין פיינט און דיין פיינט קען גאר ווערן דיין פריינט.

יעצט איז אים שוין פארענטפערט געווארן וויאזוי די רוסן האבן געוואוסט פון זיין קומען, און וויאזוי מ’האט אים געכאפט. ס’האט אים זייער ווייגעטוהן אז ער האט זיך אזוי בלינדערהייט פארלאזט אויף זיין אויבערהאר, און זיך אזוי געלאזט אריינציען אין פעקל.

יורי פון זיין זייט איז אגאנצן צייט געזיצן שטיל און מיטגעהאלטן ווי זעמעלע פייניגט זיך מיט זיינע מחשבות, ער איז אבער נאכנישט געווען פארטיג, ער האט נאך געהאט עפעס צוצולייגן.

’’זעמעלע, דו דארפסט מיר נישט דערציילן דיין איבראשונג שאקירונג און פרוסטרירונג, דיין פנים פארציילט מיר אלעס, איך אבער האב דיר נאך נישט אלעס פארציילט.’’

זעמעלע האט אים אנגעקוקט מיט גרויסע אויגן, ער האט נישט געוואוסט וואס צו ערווארטן.

יורי האט פארגעזעצט - ’’פונקט ווי דיר, האב איך אויך געהאלטן אז דאס שטימט נישט מיטן לאגיק אז אלען דוללעס די שעף פון די סי איי עי זאל זיין אונזער גרעסטע קוואל דערנאך וואס ער אליין האט פארטרוקענט אונזערע פאריגע קוועלער, און איך בין געווען נייגעריג און אנטשלאסן צו לעזן די מיסטעריע ארום אונזער נייע אינפראמאנט.’’

זעמעלע האט אנגעשפיצט זיינע אויערן מיט נייגער, און יורי האט פארגעזעצט.

’’איך האב אויפגעזוכט אין אונזערע ארכיוון א דעסקריפציע וויאזוי אלען דוללעס זעהט אויס, און שטעל דיך פאר אז ס’האט בכלל נישט געשטימט מיט וויאזוי דער פארשוין וועם איך האב באגעגענט אין נארוועגיע האט אויסגעזעהן.’’

’’אלען דוללעס איז א הויכע שלאנקער מאן מיט א שפיציגער נאז א הויעכע שטערן און א אריינגעבויעטע שמייכעל אין זיין געזיכט’’ - פאר זעמעלע איז געווען אינטערעסאנט צו הערן וויאזוי די רוסן האבן א גענויע דעסקריפציע אויף דוללעס’ס געבוי - ’’ווידעראום די פארשוין וועם איך האב געזעהן איז געווען אינגאנצן אנדערש, ארום פינעף פיס מיט 8 אינטשעס היבש ברייט און א קליינע רינדיכיגע נאז.’’

זעמעלע האט געגעבן א האק אריין מיט איבעראשונג.

’’איך ווייס שוין ווער דער פאררעטער איז’’ - האט ער אויסגעשריגן מיט עקסטאז - ’’סטיוו בראון, ער איז עס, איך בין זיכער אין דעם, איך האב שוין לאנג א קרומע נאז אויף אים, און יעצט איז עס באשטעטיגט.’’

יורי האט גארנישט מער געקענט צולייגן אויסער שאקלען מיטן קאפ.

’’יא ער איז אונזער פאררעטער’’

’’אונזער פאררעטער?’’ - האט זיך זעמעלע געוואונדערט אז יורי נוצט די ווארט אונזער.

’’לאמיר גיין שטאטליך’’ - האט יורי אנגעהויבן - ’’און לאמיר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן.’’

’’ווען סטיוו בראון האט אנגעהויבן שיקן אינפארמאציע, האט מען מיך באויפטראגט אלס זיין אפיציר, אלע זיינע סחורה איז מיר דורכגעגאנגען און איך האב עס אנאלאזירט און געגעבן די נייע אויפטראגעס לויט זיין אינפארמאציע. ווען איך האב פארראטן רוסלאנד אין 1954 און אנגעהויבן שיקן געהיימע טעקעס קיין וואשינגטאן אונטערן שלייער פון פארפרוירענע אייז, האט נישט לאנג גענומען ביז סטיוו האט דאס באמערקט. אין זיינע רעפעראטן האט ער קלאר געשריבן אז ער זעהט אז די סי איי עי האט א נייע קוואל וואס פליסט פון א הויעכע פלאץ, פארשטייט זיך אז איך בין געווען דער ערשטער דאס צו ליינען און געוואויר ווערן אז ער ווייסט שוין בכלל פון מיין עקזיסטענס, אפילו מיין קאוד נאמען האט ער נישט געוואוסט און ער ווייסט עס נאך אלס נישט, אבער פון מיין עקזיסטענס האט ער געוואוסט און ער האט עס באריכטעט.’’

’’איך בין אריינגעפאלן אין א געפארפולע שפיל, פון שפיאנירן פאר אמעריקא, און אין די זעלבע צייט אלאמירט ווערן פון מיין אגענט אין לאנגלי איבער א פאררעטער וואס איך אליין בין דאס געווען.’’

אויב געדענקסטו האב איך ענק געשריבן אין איינע פון מיינע ליפערונגען אז ס’איז דא אינערהאלב די סי איי עי א פארפוילטע קוואל וואס גיסט שמוציגע וואסער, איך האב אים געמיינט.’’

איך האב נישט געקענט שרייבן ווער ער איז, ווייל איך האב נישט געוואלט ענק זאלן אים כאפן, אויב כאפן ענק אים וואלט איך אלס זיין האנדלער אויטאמאטיש געפאלן אונטער פארדאכט. האב איך נישט געהאט קיין ברירה נאר צו שרייבן אז ענק זאלן זיך היטן, און איך האב געהאפט אז אזוי ארום וועט מען אויך זיין פארזיכטיג וואספארא אינפארמאציע ער באקומט.’’

זעמעלע האט געמוזט מודה זיין אז דאס איז געווען זייער א קלוגע סטראטעגיע פון יורי.

’’למעשה - האט יורי פארגעזעצט - האב איך געמוזט אנהויבן טראכטן פון א וועג וויאזוי מ’זעהט זיך ארויס פון דעם פלאנטער, פריער אדער שפעטער וואלט די קעי דזשי בי געוואויר געווארן אז זיי האבן א פאררעטער, און אך און וויי אויב וואלטן זיי אויסגעפינען אז איך האב געוואוסט דערפון און איך האב עס פארהוילן, איך וואלט אויטאמאטיש געווען דער הויפט שולדיגער.’’

’’און דא קומען מיר צו, צו די עיקר נקודה פארוואס איך האב דיר אהערגעשלעפט די גאנצע לאנגע וועג פון אמעריקא.’’

פארזעצונג קומט אי’’ה.

קאמענטארן און קאמפלימענטן (שטייצעך) נאר ווי עס באלאנגט.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!! געשיכטע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

פיר און צוואנציגסטער פארזעצונג בסיעתא דשמיא.

זעמעלע האט אריינגעצויגן א טיפע אטעם, ביז יעצט האט ער נישט מער ווי געדארפט זיצן און אויסהערן א דראמאטישע ערציילונג פון יורי, אבער יעצט הייבט זיך אן די ריכטיגע געים, פון דא און ווייטער גייט ער זיין פארמישט ביז איבערן קאפ, ער האט געווארט צו הערן פון יורי וואס ער האט צו זאגן.

’’איך וויל מיך ארויסזעהן פון די קאמוניסישע רוסלאנד ווי אומשנעלסטן, איך וויל אימעגרירן קיין אמעריקא, הייראטן און האבן א נארמאלע ציווילע לעבן מיט א באצאלטע שטעלע אין די סטעיט דעפאראמענט סיי איי עי אדער פענטעגאן, מיין ענגליש איז פערפעקט און איך וועל ענק זיין שטארק נוצבאר. מ’ברויך אבער אויספלאנירן וויאזוי איך זאל קענען אנטלויפן פון דא, און אין די זעלבע צייט זאלן ענק ארעסטירן סטיוו בראון פאר זיין שענדליכע פארראט.’’

’’אויב וועט די סי איי עי נישט ארעסטירן סטיוו וועט ער גלייך באקומען א געהיימע מעסעדזש פון די קעי דשי בי אז זיין הענדלער איז אנטלאפן און ער איז אין געפאר, און דער סטיוו קען נאך אניאגן צו אנטרינען ווערן בעפאר ענק האבן א שאנס צו לייגן די הענט אויף אים.’’

’’איך האף דו האסט א גוטע פלאן וויאזוי אונז גייען זיך ארויסזעהן פון דא, איך, דו, און יצחק’ל.’’

יורי’ס פנים איז פארוואלקענט געווארן ווען זעמעלע האט דערמאנט יצחק’ל, דאס איז געווען א שטער וואס ער האט נישט געקלערט דערפון, און ער האט נאכנישט געהאט קיין פלאן וויאזוי מ’גייט ארויס ראטעווען יצחק’ל, ער האט אראפגעלאזט זיין קאפ, און טיפע קנייטשן האבן זיך באוויזן אויף זיין שטערן, זיין מח האט פיבערהאפטיג דורכגעטראכט יעדע מעגליכקייט וואס איז אים נאר געקומען אויפן געדאנק.

’’איך האב א פלאן’’. - יורי און זעמעלע האבן זיך אנגעקוקט ערשטוינט, זיי האבן ביידע אויסגעשריגן די זעלבע זאץ אין די זעלבע סקונדע.

זעמעלע האט געגעבן רעכט פאר יורי קודם צו לאזן הערן און ערקלערן זיין פלאן, זיינע אויערן האבן זיך צועפענט פון ערשטוינונג, ווען ער האט געהערט יורי’ס פלאן. א קאמפלעצירטע שווערע סטראטעגיע מיט אסאך דעטאלן, אבער פון די אנדערע זייט אנע ריזיקעס כמעט.

זעמעלע’ס קרעפטיגע מח האט נישט געברויכט מער פון 60 סקונדעס צו פארדייען און ארויסהאבן פונקטליך יורי’ס פלאן אן אויסלאזן קיין שום איינצעלהייט, און דאן האט ער געזאגט זיין פלאן...

יורי האט אנגעקוקט זעמעלע מיט גרויסע אויגן, זיין לעזונג איז געווען גאר א פשוטע, אבער פארבינדן מיט געפערליכע און געפארפולע ריזיקעס.

זיי האבן זיך ביידע שטיל אנגעקוקט, יעדער האט דורכגעטראכט פאר זיך ביידע פארשלאגן, די לאגיסטישע, טעכנישע, און ריזיקאלישע דעטאלן מיט וואס ס’איז פארבינדן.

נאר פאר אזא פיקח ווי זעמעלע האט געקענט בייפאלן צוזאם צושטעלן ביידע פלענער, סיי זיינס און סיי יורי’ס וואס אינאיינעם וועט עס עררייכן אלע באשטימטע צילן.

זעמעלע האט גערעדט שנעל, און קוים נאכגעיאגט די שנעלקייט מיט וואס זיין מח האט געשאסן אינפראמאציע, יורי איז געזיצן מיט אנגעשפיצטע אויערן, און האט שנעל פארדייעט וואס זעמעלע האט געזאגט, ער האט כמעט געפיפן פון התפעלות, וואספארא גאונ’ישע פלאן ער האט נארוואס געהערט.

’’אבער מיר גייען דארפן הילף נאך דא אינערהאלב רוסלאנד’’ - האט זעמעלע צוגעלייגט.

’’איך האב נישט געטראכט אנדערש, אבער פון וועם?’’

’’המממ.... איך דארף שוין נישט בעטן, זיי האבן שוין געאפפערט’’

’’ווער?’’

’’די אידישע גרופע’’

’’אה... כ’האב געברויכט אליינס טראכטן אז דו האסט געלאנדעט אין סקאהלינסק, האסטו דיך ווארשיינליך שוין באגעגענט מיט זיי, נאכדערצו אז ביסט א איד. ’’

זעמעלע איז געווען ערשטוינט, ער זיצט קעגן איינס פון די העכסטע אינטעליגענץ אפיצירן אין סאוויעט רוסלאנד, אין יענער דערציילט מיט א פשטות איבער די אידישע גרופע און ווי זיי האלטן זיך אויף אן דעם וואס ער זאל זיי האבן ארויסגעגעבן פאר די קעי דזשי בי.

יורי האט גלייך באמערקט זעמעלע’ס וואונדער, און ער האט אויך געוואוסט פארוואס - ’’איך האב דיר נאכנישט אלעס פארציילט, מיין אינגער פריינט, אבער לאמיר ערשט פאקוסירן אויף אונזער פלאן.’’

פאר זעמעלע איז געווען קאמיש צו הערן ווי יורי רופט אים אן ’זיין אינגער פריינט’, ווען אין פאקט איז ער גאר דער עלטערער, ער האט זיך אבער נישט צוטוהן געמאכט דערפון, זיי האבן נאך געהאט אסאך צו ארלעדיגן צוזאמען.

נאך פיר שטונדן, א פאק ציגארעטלעך, און אביסעלע אלקאהאל פאר אויפהייטערונג, איז געווען גרייט א פלאן מיט וואס צו גיין צום טיש, אבער א פלאן, א פלאן וואס איז נאכנישט געווען אירס גלייכן, אין די וועלט פון שפיאנאזש. אבער ס’האט נאך געברויכט צו נעמען עטליכע מאנאטן ביז אלעס וועט אריינפאלן אין פלאץ אין די מיסיע וועט קענען ארויסגיין אין וועג.

זיי האבן זיך געזעגענט, זייערע אויגן האבן אויסגעדרוקט אנטשלאסענקייט, שטאלענע פעסטקייט, און הארטע אומבויגזאמקייט.

’’געדענק די דאטום’’ - האט יורי געגעבן א לעצטע דערמאנונג - ’’סעפטעמבער 3.’’

’’איך וועל עס נישט פארגעסן’’ - האט זעמעלע פארשפראכן - ’’און איך וועל דיר אויך נישט פארגעסן, קאמעראד, אויב נישט איך וועט עס זיין איינע פון מיינע מענטשן וואס וועלן דיך קומען אפנעמען’’ - האט ער צוגעלייגט.

יורי האט אים געגעבן איין לעצטע האנט דרוק און זיי האבן זיך צושיידט.

פינעף שטונדן שפעטער איז ער שוין נאכאמאל געווען אין סקאהלינסק, ער איז געזיצן מיט משולם אלי’ און זלמן, און זיי געגעבן אויפגאבעס, זיכער געמאכט אז אלעס קלאפט ביזן לעצטן דעטאל, און דערנאך האט ער געקענט קלערן פון זיך גיין לייגן.

א וואך שפעטער איז ער שוין געווען צוריק אין לאנגלי.

פארזעצונג קומט אי’’ה

קאמענטארן
לעצט פארראכטן דורך יש לו מנה אום זונטאג אוגוסט 01, 2021 12:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”