פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך קלוגע חכם » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 7:43 am

איך מיין איך האב קיינמאל נישט אריינגערעדט אין די וואלן, און בעצם בין איך אזא איינער וואס פאליטיק אינטערסירט מיר נישט אזוי שטארק, און וויפיל יא ווייס איך אז לב מלכים ושרים ביד ה', סוי עס גייט מיר גאנץ קנאפ אן ווער עס האט געווינען.

מיין קושיא איז, אי דאס די בעסטע וואס די גרויסע אמעריקא קען? איז נישט קיין בעסערע וועג וויאזוי צו וואויטען, נאר אויף א אופן וואס איז אויסגעשטעלט צו פראוד, איז נישטא א אופן אז יעדער זאל קענען וואויטן אויפן קאמפיוטער, און מאכן די שטערקסטע עס זאל נישט זיין קיין פראוד.

איך מיין מיר וואוינען אין אמעריקא, מיר וואוינען נישט אין קיין דריטע וועלט לאנד, א מענטש וואס גיבט אן זיין שטומע, דארף גלייבן עס איז געציילט געווארן, און עס איז ריכטיג געציילט געווארן, וואס זאל נישט זיין קיין סיסטעם אז א מענטש זאל קענען זען פאר ווען ער האט געשטומט, און אויב ביז די עלעקשאן געיט וויל ער טוישן זאל ער קענען טויזן, און מען זאל מאכן זייער שטארק מען זאל נישט קענען אריינהעקן, און אויב איז דא א העק וועט מע עס גלייך קענען באמערקן

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 8:46 am

קלוגע חכם האט געשריבן:איך מיין איך האב קיינמאל נישט אריינגערעדט אין די וואלן, און בעצם בין איך אזא איינער וואס פאליטיק אינטערסירט מיר נישט אזוי שטארק, און וויפיל יא ווייס איך אז לב מלכים ושרים ביד ה', סוי עס גייט מיר גאנץ קנאפ אן ווער עס האט געווינען.

מיין קושיא איז, אי דאס די בעסטע וואס די גרויסע אמעריקא קען? איז נישט קיין בעסערע וועג וויאזוי צו וואויטען, נאר אויף א אופן וואס איז אויסגעשטעלט צו פראוד, איז נישטא א אופן אז יעדער זאל קענען וואויטן אויפן קאמפיוטער, און מאכן די שטערקסטע עס זאל נישט זיין קיין פראוד.

איך מיין מיר וואוינען אין אמעריקא, מיר וואוינען נישט אין קיין דריטע וועלט לאנד, א מענטש וואס גיבט אן זיין שטומע, דארף גלייבן עס איז געציילט געווארן, און עס איז ריכטיג געציילט געווארן, וואס זאל נישט זיין קיין סיסטעם אז א מענטש זאל קענען זען פאר ווען ער האט געשטומט, און אויב ביז די עלעקשאן געיט וויל ער טוישן זאל ער קענען טויזן, און מען זאל מאכן זייער שטארק מען זאל נישט קענען אריינהעקן, און אויב איז דא א העק וועט מע עס גלייך קענען באמערקן

הונדערט פראצענט,

איך וואלט געזאגט אז סמוז זיין איין וואוט פער סאושעל

און א גאנצע טיעם וועלכע זאל האלטן אין איין אפדעיטן די בר מינן'ס

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 8:48 am

סאיז קאמפליצירט ווייל די קאונטיס פירן עס אן און יעדע סטעיט פארפיגט איבער די קאונטיס

די פעדעראלע רעגירונג האט זעראו ווארט

בעצם איז די סיסטעם זייער אינשורינג פון א דיקטאטור ווייל סאיז פשוט אינדערויסן פון זיין האנט

אבער למעשה מעג ווען דעפינעטלי זיין א בעסערע סיסטעם

קרייסלער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 9:12 am

מענטשעם פארגעסן, סאיז יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקא, די סטעיטס באשליסן וויאזוי דורכצופירן די וואלן און די סטעיטס וועלן אריין א פרעזידענט (דאס פארשטומט די טענה פון פאפולער וואוטס ווס. עלעקטארעל), סא טעקניקלי קען די פעדעראל גאווערמענט נישט איינפירן אדער איינטיילן וויאזוי צו פראצעסירן די וואלן

אבער כגלייב אויב די פעדעראל גאווערמענט קומט אויף מיט א גוטן סיסטעם און לייגט עס פאר פאר די סטעיטס קען מען עס באווייזן
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך אהרן הלוי » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 9:48 am

אין אנדערע ווערטער, פארוואס טרענזעקשאנס פון מיליאנען קענען געמאכט ווערן דורך א טעפ אויפ'ן פאון אבער וואוטן נישט
אינטערסאנטע זאך דאס
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6492
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 9:52 am

טאמער וואוט מען דורכן קאמפיוטער איז אייביג דא א וועג וויאזוי מ'קען נאכגיין ווער ס'האט געוואוט פאר וועמען. דאס איז עפעס וואס טאר נישט זיין

קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך קלוגע חכם » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 9:58 am

דריידל האט געשריבן:טאמער וואוט מען דורכן קאמפיוטער איז אייביג דא א וועג וויאזוי מ'קען נאכגיין ווער ס'האט געוואוט פאר וועמען. דאס איז עפעס וואס טאר נישט זיין


געטראכט דערפון, אבער ביי עבסענטי מען קען טאקע נישט אייביג נאכגיין, אבער עס איז דא פילע וואס ווייסן פארוועם מען האט געוואויט, די אלע וואס קוקן עס איבער קענען זען פונקטליך וואס יענער האט אויסגעפילט

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6492
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 10:06 am

קלוגע חכם האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:טאמער וואוט מען דורכן קאמפיוטער איז אייביג דא א וועג וויאזוי מ'קען נאכגיין ווער ס'האט געוואוט פאר וועמען. דאס איז עפעס וואס טאר נישט זיין


געטראכט דערפון, אבער ביי עבסענטי מען קען טאקע נישט אייביג נאכגיין, אבער עס איז דא פילע וואס ווייסן פארוועם מען האט געוואויט, די אלע וואס קוקן עס איבער קענען זען פונקטליך וואס יענער האט אויסגעפילט

די ווייסט עס פאר א פאקט? אפשר באקוקט איינער די ענוועלאפ און טאמער אלעס קוקט אויס פיין נעמט ער ארויס די בעלאט און גיבט עס פאר א צווייטן צו פראסעסן? דער צווייטער ווייסט נישט וועמענס בעלאט דאס איז.
און אפילו טאמער קען איינער יא זעהן פאר וועם מ'האט געוואוט, בלייבט אבער נישט קיין רעקארד דערפון נאר וואס יענער געדענקט. משא"כ אויף קאמפיוטער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14465
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 10:06 am

ווי אויך אויף קאמפיוטער קען מען גרינגער פעלשן.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

lazy
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך lazy » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 10:40 am

זאת מען מיט ברענגן די סאשעל קארטעל צום וואוטען, און די סיסטעם זאל טשעקן אויב די סאשעל האט שוין געוואוט.
אויס מיט ארימע תירוץ און אויס מיט פראוד, און ווער עס איז די איליגעל וועט טאקע נישט קענען וואוטען איליגעל.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 10:43 am

פעיק ניוז האט געשריבן:ווי אויך אויף קאמפיוטער קען מען גרינגער פעלשן.


דאס קוקט מיר אויס צו זיין די ריכטיגע סיבה, הגם מ'קען עס מאכן די מערסטע סעקיור, אבער מיט אלע בריעטשעס און העקס וואס מ'הערט האט מען מורא.

אין אמת'ן איז עס 2 סיבות:
1) אויף קאמפיוטער קען מען גרינגער פעלשן.
2) די רעגירונג איז געווענליך די לעצטע צו נוצן נייע טעכנאלאגיע
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 11:23 am

אויף קאמפיוטער קען מען אויך פעלטשען.
אבער צו די וואס זאגן אז די פראבלעם איז אז מען קען וויסען וואר וועם מען האט געוואוט. אפ' בעפאר די נייע סיסטעם (אז מען שרייבט זיך איין אויפן טעבלעט) פלעגט מען אלץ שרייבען אויפן ביכל נעמען די מענטשס נאמען א נאמבער פון די בעלאט וואס ער האט באקומען. און כל שכן יעצט ווען פרינט ארויס די בעלאט פונעם סיסטעם, איז זיכער דא וועג עס צו טרעקן. דאס מיינט אז טעכניש האט מען אלץ געקענט נאכקוקן פאר וועם די האסט געוואוט.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

שמחה ונחת
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך שמחה ונחת » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 12:20 pm

דאס איז זיכער אבסורד
אז מען דארף נישט ווייזן קיין שום ID אדער סאשעל סעקיורעטי קארד וכדומה ביים שטימען.
א יעדער קען אריינשפאצירן אינעם שטים הייזקע, זאגן אז ער הייסט זלמן לייב פינקעלפעפער, חתמענען, און וועלן...
איך קען געהעריג וועלן פאר מיינס א חבר אויב ווייס איך אז ער איז אינדערהיים און פלאנט נישט צו גיין שטימען...
פשט??
אין יעדע נארמאלע גאווערמענט אפיס דארף מען צייגן עפעס א שטיקל ID פאר וואס ווי ווען - משא"כ ביים שטימען???

איך רעד שוין נישט פון די מעיל אין בעלעטס, איך וואלט געקענט ארויסמעילן מעיל אין בעלעטס פאר מיין גאנצע בעסמעדרעש....
ואין פוצה פה ומצפצף..

אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 12:27 pm

שטומען איז א קאנסטיטושענעל רייט, און מ'קען נישט מחייב זיין א מענטש צו באצאלן פאר א איידי צו זיין בארעכטיגט צו שטומען, עס איז א סתירה,

נאר וואס דען?

פארוואס נישט מיט פינגער פרינטס? ס'קאסט געלט צו האבן פינגער פרינטס?

פארוואס נישט מיט סאשיל סעקיוריטי קארד/נאמבער?

פארוואס מוז די חתימה נישט שטימען מיט די רעגיסטראציע חתימה?

ווי אויך טוען די לינקע שטארק פראפאגאנדירן אז איליגעל אימיגרענטס זאלן אויך האבן וואוטן רעכטן,

און אפילו זיי האבן נאכנישט אויסגעפירט, טוהן זיי דאס דארט ווי זיי קענען, אמער, זיי האלטן דאך אז עס וואלט געדארפט זיין לעגאל...


די רעפאבליקאנער ווילן נישט נאר ווייל זיי ווייסן אז די אלע וואס קענען נישט נאכקומען כאטש די אויבנדערמאנטע וואוטן פאר דעמאקראטן.....

יעצט זאג איבער, די דעמאקראטן זענען.... פאר די פיפל....

וואס?????

#מיי פוט
The Divided States Of America

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 12:29 pm

איך מיין אז די סיבה פארוואס מ'דארף נישט ווייזן קיין אידענטיפיצירונג ביים וועלן איז ווייל ס'נישט דא ווער ס'זאל עס שטופן, אפיציעל איז דא א געזעץ אין די קאנסטעטוציע אז די רעגירונג טאר נישט האלטן חשבון אויף אלע בירגער, די גאנצע סאושעל סעקיורעטי טרעקינג איז א גרויסע דיעבד וואס איז באמת קעגן די קאנסטעטוציע. יעצט די רעפאבליקאנער/קאנסערוואטיוון זענען די לעצטע צו שטופן א וואוטינג טרעקינג סיסטעם, סיי אלץ די קאנסטעטוציע און סיי ווייל זיי זענען דאך די חברה וואס פארכטן זיך אזוי פון די big government. די דעמאקראטן/סאציאליסטן ווידער מאכן דאך א לעבן מיט די איצטיגע סיסטעם, פארוואס זאלן זיי וועלן פטור ווערן דערפון?

אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 1:03 pm

חלב ישראל האט געשריבן:איך מיין אז די סיבה פארוואס מ'דארף נישט ווייזן קיין אידענטיפיצירונג ביים וועלן איז ווייל ס'נישט דא ווער ס'זאל עס שטופן, אפיציעל איז דא א געזעץ אין די קאנסטעטוציע אז די רעגירונג טאר נישט האלטן חשבון אויף אלע בירגער, די גאנצע סאושעל סעקיורעטי טרעקינג איז א גרויסע דיעבד וואס איז באמת קעגן די קאנסטעטוציע. יעצט די רעפאבליקאנער/קאנסערוואטיוון זענען די לעצטע צו שטופן א וואוטינג טרעקינג סיסטעם, סיי אלץ די קאנסטעטוציע און סיי ווייל זיי זענען דאך די חברה וואס פארכטן זיך אזוי פון די big government. די דעמאקראטן/סאציאליסטן ווידער מאכן דאך א לעבן מיט די איצטיגע סיסטעם, פארוואס זאלן זיי וועלן פטור ווערן דערפון?

און פיר אויס...

די חורבן איז גרויס...


רבותי! ס'איז צייט פאר א נייע פארטיי!
פלעין נארמאלע מענטשן, אן קיין ספעציעלע אגענדע, נישט רעכט, נישט לינק, פונקט אינמיטן, נישט בעסער פאר רייכע אדער ארימע...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 1:09 pm

ס'וועט קיינמאל נישט געשעהן, כדי א מענטש זאל אינוועסטירן זיין לעבן פאר פאליטיק דארף ער עפעס פערזענליך פארדינען דערפון, פאליטיק איז א ביזנעס ווי אלע ביזנעסער, קיינער מיינט נישט דיין טובה. הֱווּ זְהִירִין בָּרָשׁוּת, שֶׁאֵין מְקָרְבִין לוֹ לָאָדָם אֶלָּא לְצֹרֶךְ עַצְמָן. נִרְאִין כְּאוֹהֲבִין בִּשְׁעַת הֲנָאָתָן, וְאֵין עוֹמְדִין לוֹ לָאָדָם בִּשְׁעַת דָּחֳקוֹ.

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 1:51 pm

חלב ישראל האט געשריבן:ס'וועט קיינמאל נישט געשעהן, כדי א מענטש זאל אינוועסטירן זיין לעבן פאר פאליטיק דארף ער עפעס פערזענליך פארדינען דערפון, פאליטיק איז א ביזנעס ווי אלע ביזנעסער, קיינער מיינט נישט דיין טובה. הֱווּ זְהִירִין בָּרָשׁוּת, שֶׁאֵין מְקָרְבִין לוֹ לָאָדָם אֶלָּא לְצֹרֶךְ עַצְמָן. נִרְאִין כְּאוֹהֲבִין בִּשְׁעַת הֲנָאָתָן, וְאֵין עוֹמְדִין לוֹ לָאָדָם בִּשְׁעַת דָּחֳקוֹ.

זייער שיין.. פיר אויס....

---------

די סארט א"ג "ביזנעס" האט אנלימיטעד יכולת, זיי קענען הארגענען, גנבנען, אויסרייסן אידישקייט, צושטערן דיין לעבן, וכו' וכו'

נישט בחינם שטייט אז סאיז דומה צו מלכותא דרקיע

די שבע מצות בני נח איז נישט קיין "ביזנעס" און יעדער גוי פארשטייט דאס, הגם זיי ווייסן נישט פונקטליך וואס דרייווד זיי

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 1:54 pm

יעצט פיר אויס, דו זון שיינט יעצט און ס'איז צוויי אזייגער מיטאג.

-----------

הינער קרייען

פייגל זינגען

און די שבע מצוות בני נח זענען מרומז אין די אלף בית

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 1:55 pm

חלב ישראל האט געשריבן:יעצט פיר אויס, דו זון שיינט יעצט און ס'איז צוויי אזייגער מיטאג.

-----------

הינער קרייען

פייגל זינגען

און די שבע מצוות בני נח זענען מרומז אין די אלף בית

אז דו ווילסט וועל איך עס זאגן פשוטערהייט

דאס האבן א נארמאלע גאווערנמענט איז די יסוד פון ציוויליזאציע

----
סאיז אמת אז נאך אלעם קומען דארטן אן די נידעריגסטע פון די מענטשהייט
אבער דאס דארף פאראינטערעסירן פאר יעדע נארמאלע מענטש גאר שטארק
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 2:02 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 1:57 pm

ש'כח פאר'ן מיר מודיע זיין

אגב, די קאנסטראקשן ביזנעס איז פונקט אזוי א יסוד פון ציוויליזאציע ווי גאווערנמענט.

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 2:02 pm

חלב ישראל האט געשריבן:ש'כח פאר'ן מיר מודיע זיין

אגב, די קאנסטראקשן ביזנעס איז פונקט אזוי א יסוד פון ציוויליזאציע ווי גאווערנמענט.

איך דארף מיך יעצט גיין צו נער לייגן און פרובירן אריינדרילן אין א קאוקאנאט?

לאמיר עס ביי דעם

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 2:04 pm

אקעי, מ'קען שוין רופן די סדרנים אויסמעקן די נארישע ווערטער אויסטויש.

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 3:19 pm

קלוגע חכם האט געשריבן:מיין קושיא איז, אי דאס די בעסטע וואס די גרויסע אמעריקא קען? איז נישט קיין בעסערע וועג וויאזוי צו וואויטען, נאר אויף א אופן וואס איז אויסגעשטעלט צו פראוד, איז נישטא א אופן אז יעדער זאל קענען וואויטן אויפן קאמפיוטער, און מאכן די שטערקסטע עס זאל נישט זיין קיין פראוד.

וואוטען אויפן קאמפיוטער אן ליין, איז אויס געשטעלט צום גרעסטען פראוד, אנגעהויבען פון "ווער" שרייבט דער קאוד, ווער מענטעינט עס, און ווער זיצט אויפען רעסיווינג ענד וואס בלייבט אלעמאל א קלערק און אפען פאר פאר clerical error ווי דער תירוץ היינט איז געווען אויף 100,000 וואוטס וואס איז געסוויטשט געווארען פון טראמפ צו ביידן.

א כשרע עלעקשן קען נאר זיין ווי יעדער איינער גייט אפגעבען א סיקרעט בעלעט (וואס אויף דער קאמפיוטער איז נישט פארהאן קיין סיקרעטס), און ביידע צדדים באקומען עס צו זעהן מיט זייערע אייגענע אויגן און עס רעכענען.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פארוואס שטימט מען נאך אויף אזא קאמפליצירטע סיסטעם?

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2020 3:28 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:סאיז קאמפליצירט ווייל די קאונטיס פירן עס אן און יעדע סטעיט פארפיגט איבער די קאונטיס

די פעדעראלע רעגירונג האט זעראו ווארט

בעצם איז די סיסטעם זייער אינשורינג פון א דיקטאטור ווייל סאיז פשוט אינדערויסן פון זיין האנט

אבער למעשה מעג ווען דעפינעטלי זיין א בעסערע סיסטעם

עס איז טאקע אין דרויסען פון א דיקטאטור ב"ה, אבער לאידך גיסא איז עס נישט אין דרויסען פון א פארטיי, וואס האט נאך דער דיעפ סטעיט (די דיקטאטורען אין אמעריקע) מיט זיך.

און ווער רעדט נאך ווען זיי האבען דער מידיע אויך מיט זיך, און אויך א האלבע גאס זיי צו ריין וואשען און פארשווארצען די באקריוודיטע.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: PetalBot און איין גאסט