פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 10:01 pm

איך האלט נישט אז טראמפ איז געווען א ווייסעכוואס גוטער פרעזידענט.

איך האלט אז זייער אסאך פון זיינע פאליסיס זענען געווען שלעכט.

איך גלייב נישט אז ביידען, אדער העריס, איז א סאציאליסט.

איך האלט נישט אז די דעמאקראטן גייען עפעס גיין ראדיקאל לינק די נעקסטע פאר יאר.

איך האב געגלייבט (ווי א נאר) די פאולס.

אין אנדערע ווערטער, איך האב נישט קיין שום סיבה צו זיין דיפרעסט.

אבער דאך פיל איך עפעס אזוי שלעכט, איך האב נישט פונקטליך קיין ווערטער צו דעסקרייבן מיינע געפילן, עס שפירט זיך עפעס ווי מיין געפיל אין יענע שווארצע וואכן פון אדר תש''פ.

נאך איינער פילט אזוי? וויאזוי קען איך פטור ווערן פון דעם געפיל? פארוואס פיל איך אזוי?

אקעי, איך דארף נישט דווקא קיין ענטפערס, איך האב נאר נישט צו וועם צו רעדן דערפון, שכויח פארן אויסהערן.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 10:18 pm

עס איז די געפיל פון א פארלוסט,
און א ווילען צו זעהן א נקמה אין ראמני/קאומי/מידיא/פאולסטערס/פעלאסי/שיף/אומפיטשמענט/ראשע האוקס,

זיי זאגען אז אויף פאקס, גיט מען שוין טעראפי און מען רעדט פון די סענאט..
אז יענער קען קענסטו אויך

עולם האמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך עולם האמת » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 10:32 pm

...Alot of people in the heimishe community feel the same

אוועטאר
fiena nieas
שר שלשת אלפים
תגובות: 3117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 10:43 pm

נישט געווען א קליגע זאך צו זיין עמאשענעל עטעטשט צו דעם עבודה זרה...

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2914
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 10:43 pm

איך האב נישט אריין גערעדט אין די גאנצע קאמפיין אבער לאמיר אריין ווארפן 2 צענט.

שיטת טראפ! איז געוויסע מהלך אין לעבן,
דאס אז איך בין נישט אחראי אויף מיינע מעשים, אויף מיינע דיבורים, איז זייער א געשמאקע הרגש.

געווענדליך איז א מענטש פאראנפארטליך אויף זיינע זאכן וואס ער טוט, וואס ער רעדט, און מ'קען אים קאנפארנטן, זאג נאר, דו האסט דעיס געטון? היתכן?
דו האסט דעיס געזאגט? הלמאי.
עד שבא טראמט ובילבול את כל העולם כלו,
א נייע מהלך אין לעבן, קענסט רעדן, קענסט טון, ס'איז בכלל נישט קיין סתירה דיין נעכטיגע זאגן מיטן היינטיגן,
וואס דו טוסט זונטאג איז נישט קיין סתירה מיט מאנטאג,
נישטא מער קיין דין וחשבון פון איין שריט צום צווייטן.

און לדעתי איז דאס א פסול'ע געדאנק,
און דערפאר שלאגט עס ביי אידן דאס מערסטע, ווייל ביי אידן איז ס'גאנץ לעבן איין קייט, דיין נעכטיגע מיט דיין היינטיגע מוז זיין מקושר,
און פון סוב קאנטשעס ווילן מענטשן זיך באפרייען פון דעם, דערפאר שטיצט ער טראפ
דער אבי אבות פון "נישט" זיין אחראי אויף די אייגענע מעשים,
דו"ק

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1727
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 10:46 pm

שאץ שפתיים ישק מיט טראמפ האט מען זיך געשפירט א פרייע פויגל.
על "טעם וריח" אין להתווכח

אוועטאר
האלצשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך האלצשטיין » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 10:47 pm

גאר גוט ארויסגעברענגט הרב שאץ

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 10:51 pm

קען זיין ביים גוי


כ'זע נישט אז ביי אידן זאל זיין פון דעם

ס'אנדערע סיבות

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 10:54 pm

איך האב זייער ליב ווען מען באשמירט אונז. קיפ אפ דע גרעיט ווארק!
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 10:55 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:איך האב זייער ליב ווען מען באשמירט אונז. קיפ אפ דע גרעיט ווארק!


קורץ און שארף צום פינטל
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 10:58 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:איך האב זייער ליב ווען מען באשמירט אונז. קיפ אפ דע גרעיט ווארק!

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
צו געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4584
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 10:59 pm

שאץ, איך בין מחולק!
געוויסע האלטן פון טראמפ, ווייל ער צעגערט נישט און זאגט וואס ער וויל טוהן און פרובירט עס צו טוהן. זיין באנעמונג פון וואס דו רעדסט, איז א געווענליכע אמעריקאנע באנעמונג.

ער האט נישט די פאליטישע מאנירן און ער זאגט וואס ער האלט פאר ריכטיג. עס קאן שיינען נישט פאליטיקעלי קאררעקט, אבער ער טוהט זאכען וואס ער האלט וועט זיין גוט פאר דאס לאנד (זיין ביזנעס AS OF NOW). און א איד איז מעגליך אז ער גלייכט ליבערשט דעם אמת אפילו עס שמעקט אים נישט, אוואו א שמייכל מיט א לופטיגע הבטחה און דאן א רוק פון הונטן אז ער ווייס נישט וואס האט אים באטראפען
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך יעך'בין שוין גרויס » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 11:16 pm

@יואל שרייבער

די מיינטס עס איז שווער פאר דיר? טראכט א מינוט וואס העניטי טאקער לעווין וכו׳ גייען יעצט דורך?... זיי דארפן ווייטער פרעדיגן מיט א גלאטע פנים...

אמת׳דיג גערעדט אונז זעמיר צופיל אינוועסטעט אין עס און ס׳איז א ווייטאג.

אי״ה דאס איז מיין לעצטע פאליטיקעל תגובה אויף אייוועלט.
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי

אוועטאר
האלצשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך האלצשטיין » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 11:26 pm

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:@יואל שרייבער

די מיינטס עס איז שווער פאר דיר? טראכט א מינוט וואס העניטי טאקער לעווין וכו׳ גייען יעצט דורך?... זיי דארפן ווייטער פרעדיגן מיט א גלאטע פנים...

אמת׳דיג גערעדט אונז זעמיר צופיל אינוועסטעט אין עס און ס׳איז א ווייטאג.

אי״ה דאס איז מיין לעצטע פאליטיקעל תגובה אויף אייוועלט.

טו סטעי?? אדער נאר פאר די 2020 וואלן?

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 11:34 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:איך האב נישט אריין גערעדט אין די גאנצע קאמפיין אבער לאמיר אריין ווארפן 2 צענט.

שיטת טראפ! איז געוויסע מהלך אין לעבן,
דאס אז איך בין נישט אחראי אויף מיינע מעשים, אויף מיינע דיבורים, איז זייער א געשמאקע הרגש.

געווענדליך איז א מענטש פאראנפארטליך אויף זיינע זאכן וואס ער טוט, וואס ער רעדט, און מ'קען אים קאנפארנטן, זאג נאר, דו האסט דעיס געטון? היתכן?
דו האסט דעיס געזאגט? הלמאי.
עד שבא טראמט ובילבול את כל העולם כלו,
א נייע מהלך אין לעבן, קענסט רעדן, קענסט טון, ס'איז בכלל נישט קיין סתירה דיין נעכטיגע זאגן מיטן היינטיגן,
וואס דו טוסט זונטאג איז נישט קיין סתירה מיט מאנטאג,
נישטא מער קיין דין וחשבון פון איין שריט צום צווייטן.

און לדעתי איז דאס א פסול'ע געדאנק,
און דערפאר שלאגט עס ביי אידן דאס מערסטע, ווייל ביי אידן איז ס'גאנץ לעבן איין קייט, דיין נעכטיגע מיט דיין היינטיגע מוז זיין מקושר,
און פון סוב קאנטשעס ווילן מענטשן זיך באפרייען פון דעם, דערפאר שטיצט ער טראפ
דער אבי אבות פון "נישט" זיין אחראי אויף די אייגענע מעשים,
דו"ק


מיטן ערשטן העלפט ביזטו לכאורה גערעכט

אבער מיטן עס צוגלייכן צו אידן ביזטו נישט גערעכט

איך קוק מיך ארום אין מיין סביבה טראמפ שטיצער און איך זעה נישט זייער געפירעכטס זאל זיין דומה צו טראמפ

ביטע איבערבעטן די טויזענטער היימישע טראמפ שטיצער הנאמנים לשם ולתורתו

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 19332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 11:35 pm

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:@יואל שרייבער

די מיינטס עס איז שווער פאר דיר? טראכט א מינוט וואס העניטי טאקער לעווין וכו׳ גייען יעצט דורך?... זיי דארפן ווייטער פרעדיגן מיט א גלאטע פנים...

אמת׳דיג גערעדט אונז זעמיר צופיל אינוועסטעט אין עס און ס׳איז א ווייטאג.

אי״ה דאס איז מיין לעצטע פאליטיקעל תגובה אויף אייוועלט.

כל הכבוד אויב דו קענסט דיך האלטן דערצו
(דיין אוועטאר דארפסטו אפשר בייטן [שיער נישט געשריבן ביידן..], אולי נעמען א פרישע ניק נאמען אפילו)
עס איז מארגן אויף אייוועלט, ווארט און זעט

סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 11:37 pm

שאץ שליט''א.
בכל הכבוד בין איך זייער שטארק מחולק מיט אייך.
איר האט גיט ארויסגעברענט די מענטאלעטי פון א היפי.פריקת עול וכדומ'
אבער דאס איז בכלל נישט טראמפס פערסענאליטי
און די סבה פארוואס אידען קאנעקטען צו אים. איז
ווייל ער רעדט זייער שפראך. נישט פראסט. נאר צום פינטל ואכמ''ל
לשיטתך וואלטען די שחורים געדארפט זיין זיינע שטערקסטע שטיצער
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?

נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך נפשי חמדה » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 11:39 pm

לכאורה האט געשריבן:
יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:@יואל שרייבער

די מיינטס עס איז שווער פאר דיר? טראכט א מינוט וואס העניטי טאקער לעווין וכו׳ גייען יעצט דורך?... זיי דארפן ווייטער פרעדיגן מיט א גלאטע פנים...

אמת׳דיג גערעדט אונז זעמיר צופיל אינוועסטעט אין עס און ס׳איז א ווייטאג.

אי״ה דאס איז מיין לעצטע פאליטיקעל תגובה אויף אייוועלט.

כל הכבוד אויב דו קענסט דיך האלטן דערצו

פארוואס?? ער שרייבט פיין גראדע.
ארבייט מאכט פריי! דאס האט היטלער ימ"ש געזאגט..

חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך חיימאוויטש » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 11:42 pm

טראץ וואס כ'בין נישט פון די טראמפ-ליבהאבער זעה איך אבער פארוואס אזא סופר-רובא דרובא פונעם היימישן עולם קאנעקט אזוי צו אים:

אידן זענען שטארקע און שטייפע מענטשן, מיר גלייכן צו זען ווי איינער לאזט זיך נישט, ווי איינער האלט הויעך זיין זעלבסט-ווירדע [איגאו אין אונזער פאל] ער שטעלט זיך ארויס שטארק און פעסט קעגן די וועלכע ווילן אים שטערן אדער אונטערברענגען, דאס איז א מענטאליטעיט וואס מיר זענען מחשיב, און מיר האבן הנאה דערפון.
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 19332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 11:43 pm

נפשי חמדה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:@יואל שרייבער

די מיינטס עס איז שווער פאר דיר? טראכט א מינוט וואס העניטי טאקער לעווין וכו׳ גייען יעצט דורך?... זיי דארפן ווייטער פרעדיגן מיט א גלאטע פנים...

אמת׳דיג גערעדט אונז זעמיר צופיל אינוועסטעט אין עס און ס׳איז א ווייטאג.

אי״ה דאס איז מיין לעצטע פאליטיקעל תגובה אויף אייוועלט.

כל הכבוד אויב דו קענסט דיך האלטן דערצו

פארוואס?? ער שרייבט פיין גראדע.

ווער זאגט אז נישט?
כ'זאג אז עס איז א סעקריפייס (מסירת נפש בלשונינו..) צו אפלאזן א טעמע וואס מען ליגט שטארק דערין און זיך אונטערנעמען מער נישט צו שרייבן דערוועגן
עס איז מארגן אויף אייוועלט, ווארט און זעט

באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך באקסער בוים » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 11:46 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:עס איז די געפיל פון א פארלוסט,
און א ווילען צו זעהן א נקמה אין ראמני/קאומי/מידיא/פאולסטערס/פעלאסי/שיף/אומפיטשמענט/ראשע האוקס,

זיי זאגען אז אויף פאקס, גיט מען שוין טעראפי און מען רעדט פון די סענאט..

און פארוואס ווילסטו אזוי שטארק זען א נקמה אין זיי? וואס האבן זיי ׳דיך׳ געטשעפעט?

פארוואס פילסטו געטשעפעט ווען מ׳טשעפעט טראמפ?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך נפשי חמדה » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 11:48 pm

באקסער בוים האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:עס איז די געפיל פון א פארלוסט,
און א ווילען צו זעהן א נקמה אין ראמני/קאומי/מידיא/פאולסטערס/פעלאסי/שיף/אומפיטשמענט/ראשע האוקס,

זיי זאגען אז אויף פאקס, גיט מען שוין טעראפי און מען רעדט פון די סענאט..

און פארוואס ווילסטו אזוי שטארק זען א נקמה אין זיי? וואס האבן זיי ׳דיך׳ געטשעפעט?

פארוואס פילסטו געטשעפעט ווען מ׳טשעפעט טראמפ?

ס'איז נישט אז מען טשעפעט טראמפ ווי דאס עצם צוזעהן ווי ביליג און שלעכט און רשעות'דיג מענטשן קענען זיך אויפפירן צו עמיצער וואס געפעלט זיי נישט - אז זיי ניצן אויס זייער פאוער צו דערגיין א מענטש די יארן און אים באגראבן מיט אלע מיטלען וואס שייך.
ארבייט מאכט פריי! דאס האט היטלער ימ"ש געזאגט..

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 19332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 11:52 pm

יע יע

קאזאק הנגזל
עס איז מארגן אויף אייוועלט, ווארט און זעט

נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך נפשי חמדה » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 11:52 pm

לכאורה האט געשריבן:יע יע

קאזאק הנגזל

איך בין א גאליצינער גראדע..
ארבייט מאכט פריי! דאס האט היטלער ימ"ש געזאגט..

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 19332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פארוואס בין איך אזוי עמאושענעלי אינוועסטעד אין טראמפ?

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך נובעמבער 04, 2020 11:53 pm

כ'רעד נישט פון דיר
עס איז מארגן אויף אייוועלט, ווארט און זעט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איישישאק און 4 געסט