צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך יש בו »

ס'איז דא א קונטרס וואס הייסט "די וואך" "די שריפט" פעיזש 46 פ' אחרי קדושים תש"פ רעדט ער פון א געפערליכע דיקטאקטור
דער "קים" פון "צפון קאריע" שרייבט ער בזה הלשון:
געלויבט דער באשעפער אז ס'וואוינען דארט נישט קיין אידן, אבער מענטשליכע לעבנס זענען אויך מעשי ידיו פון דער אייבערשטער פונקט ווי דער אייבערשטער איז א רחמיו על כל מעשיו דארף ער רחמנות האבן אויך אויף זיי, טויזענטער לעבנס זענען שוין פריצייטיג ג'ענדיגט געווארן אויף זיי באפעל, בלוט גיסט זיך ווי וואסער און זיין לאנד, אבער, מיליאנען פאנאטישע בירגער גלייבן אין אים און וואגן זיך נישט צו קרומען מיט די נאז קעגן זייער העלדישע פירער און זיי ביקן זיך צו אים יעדן טאג און לויבן אים כאילו ער וואלט זיי געהאלטן ביים לעבן און די ארימקייט שטאפלן זענען פון די ערגסטע איבער די וועלט, די ארימע אויסגעדארטע האבן נישט קיין ברויט צו עסן אבער זיי זענען זיכער ביי זיך אז ווען נישט דער רחמנות'דיגע פירער וואלט דער צושטאנד געווען ערגער, עד כאן לשונו
לאמיר איבערגיין,
מיליאנען מענטשן, איר הערט? דארט איז דא מיליאנען מענטשן וואס זאגן אז אן אים וואלט געווען אסאך ערגער, ס'איז דא א קאטוילישע ס'איז דא אן אראבער,
אפשר זענען מיר די זעלבע? פרעגט ער, אפשר זענען מיר די זעלבע מיליאנען מענטשן וואס זאגן אז ווען נישט דער מעיאר, ווען נישט די עסקנים, ווען נישט די וואלן, און ווען נישט דער גאווערנער, און ווען נישט די שפיטעלער, וואלט געווען אסאך ערגער,
אפשר זענען מיר אויך פון די מיליאנען מענטשן וואס אונז מיין מיר אז די צושטאנד וואלט געווען ערגער ווען נישט די "רחמנות'דיגע" פירער? אפשר שרייבט דאס אפילו דער זעלבער מענטש וואס רעדט דא אויף קול מבשר און ער רעדט ווי שטארק מ'האט רחמנות דא אויף אונז אין אמעריקע, ניו יארק, שטייט נישט דא בדיוק די נאמען פון דער שרייבער,
אבער לאמיר איבערגיין, זיי זענען זיכער ביי זיך אז ווען נישט דער רחמנות'דיגע פירער, וואלט די צושטאנד געווען ערגער, מיליאנען מענטשן, האן מיר דא זוכה געווען צו הערן א נייע געדאנק, אז מיליאנען מענטשן קענען מאכן א טעות,
ער איז גענוג קלוג צו פארשטיין אז נישט די מיליאנען מעטשן זענען טראכטן אזוי אויף אפשר, נאר זיי מיינען טאקע אז דאס איז גוט,
גענוג קלוג דער שרייבער, ער פארשטייט אביסל,
מסתמא איז דארט אויך איינער וואס זאגט עס זיי אין זייערע "קול מבשר"
אונז האב מיר אויכעט, זיי זענען חסידישע אידן אפילו,
יעצט טראג עס אריבער דא צו אונז, מיליאנען מענטשן מיינען אז ווען נישט דער רחמנות'דיגע פירער...
דער עיקר איז אז מ'זאל וויסן אז אן דער "רחמנות" וואס זיי האבן אויף אונז וואלט דער צושטאנד געווען אסאך ערגער
פארשטיי אביסל, אז דו ביזט גארנישט אנדערש פון זיי, דו לעבסט אויך אין א לאנד וואס מ'צווינגט דיר,
אין רוסלאנד האט מען נישט געצוויגן, מ'האט פארטינקעלט די אויגן אז מ'האט ג'מיינט אז מ'דארף צוקומען צו יענעם
מ'האט פארטינקעלט די אויגן פון קענען זעהן אז יעדע מענטש קען אליינס, אז יעדע מענטש האט אייגענע רעכטן, אייגענע חירות,
און פארדעם מוז איך מיך ביקן צו מיינע רחמנות'דיגע פירער וואס זיי גייען מיך פירען, בעסער געזאגט, אראפ פירן, פון נארמאלקייט





צום שלוס,
ווען דו זעהסט אז עפעס גייט דיר נישט גוט און די וואס זענען פאראנטווארטליך קענען נאר זאגן אז ווען נישט מיר וואלט עס געווען אסאך ערגער, און די האלט דיך רואיג ווייל עס קען דיר ערגער מאכן,
דאס זענען די ערשטע סמנים פון א דיקטאקטור, אדער אנטלויף, אדער הייב אויף א וויי געשריי,
נישטא וואס צו דערלייגן
לעצט פארראכטן דורך יש בו אום מאנטאג אקטאבער 19, 2020 12:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
The Divided States Of America
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק, די קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך שטומפיג »

עפעס זאגסטו.....
און שוין איינמאל עפעס!
גוט געזאגט!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק, די קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך באטעמטקייטן »

שטארק און שארף. גוט און גערעכט.
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק, די קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך פעיק ניוז »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק, די קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך בעל מנוחה »

באטעמטקייטן האט געשריבן:שטארק און שארף. גוט און גערעכט.
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך שיעלע בהמה »

@יש בו

מוראדיג מוראדיג שטארק!!!

בעצם דארף דא קומען א רעוואלוציע אין ניו יארק אבער היות מיר זענען דא בלויזע געסט איז בעסער אז די זאך גייט אריבער בשתיקה און מיר זאלן בעזה"ש בלייבן מיט גאנצע ביינער, אבער בעצם ביסטו א ביליאן פראצענט גערעכט
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך נשמת השכל »

;l;p- גערעכט איז נישט דאס ווארט!

מען איז בלינד! מען איז בלינד!

היסטאריע חזר'ט זיך איבער!

אין כל חדש תחת השמש, מען דארף זיך נאר לערנען פון די היסטאריע און נישט איבערמאכן די זעלבע טעותים, ליידער.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך Programming »

וואס איז די פוינט בקיצור? אז קאנטראלירן א וויירוס איז די זעלבע ווי דיקטאטורשאפט?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

די מעגליכקייט צו קאנטראלירן א וויירוס איז נישט אין מענטשליכע הענט.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך שיעלע בהמה »

Programming האט געשריבן:וואס איז די פוינט בקיצור? אז קאנטראלירן א וויירוס איז די זעלבע ווי דיקטאטורשאפט?

ניין, ער האט גערעדט צו מענטשן וועלכע פארשטייען וואס ער מיינט
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

תגובה דורך yoel2124441100 »

;l;p- ;l;p-
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך להודיע »

ל"ע
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך נפשי חמדה »

כבוד הרב @יש בו! גוט געשריבן! ;l;p-
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך נשמת השכל »

יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך שמואל בארג »

נעבעך
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך מטעמים »

עס איז זיכער א ווארט ווערט צו געדענקען, צו דאס איז די מציאות דא אין ניו יארק איז דיבעיטעבל אבער דיר קומט זיך א דאנק פארען שרייבען דיין געדאנק.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

כאפ איך נישט פינקטליך וואס דער אשכול צילט.
איך כאפ אפשר יא, דער אלטגעזעסענע פונדעמעליסטישע קרימקייט פון די קבוצת ה'אנטיס וואס פירט זיי שטענדיג אין זייער באגרעבעניש באראזש, זיי מיינען אז א טעות קענען נאר מיליאנען מענטשן מאכן, א קליינער קומץ קען קיין טעות נישט מאכן... דערפאר וועלן זיי אייביג זיכער מאכן צי שטיין אליינס קעגן יעדן..

כ'וועל מיר מונע זיין אריינציגיין בדין ודברים דא, ווייל ס'איז ביי מיר באמת נישט קלאר וואס דער פותח פראבירט דא צי צילן. כ'זעה דא אפאר מעגליכקייטן, וועל מיר עס לאזן ביי דעם.
איין זאך יא, דאס אוועקשטעלן מצבים צי א געוויסע עקסטרעים כדאי צי קענען אטאקירן דעם אומעקזיסטירענדע און פרעיזן דעם פארקערטן עק איז א טפשות איום ונורא..

ווער ס'קען מיר ביטע אויסקלארן דעם פוינט דא וואלט איך עפרישיעטעד, כ'זעה דאך א ציבור דא האט הנאה געהאט.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7620
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך מקווה איד »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
#איך-פארק-מענטשליך
נאך איינער

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך נאך איינער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:כאפ איך נישט פינקטליך וואס דער אשכול צילט.
איך כאפ אפשר יא, דער אלטגעזעסענע פונדעמעליסטישע קרימקייט פון די קבוצת ה'אנטיס וואס פירט זיי שטענדיג אין זייער באגרעבעניש באראזש, זיי מיינען אז א טעות קענען נאר מיליאנען מענטשן מאכן, א קליינער קומץ קען קיין טעות נישט מאכן... דערפאר וועלן זיי אייביג זיכער מאכן צי שטיין אליינס קעגן יעדן..

כ'וועל מיר מונע זיין אריינציגיין בדין ודברים דא, ווייל ס'איז ביי מיר באמת נישט קלאר וואס דער פותח פראבירט דא צי צילן. כ'זעה דא אפאר מעגליכקייטן, וועל מיר עס לאזן ביי דעם.
איין זאך יא, דאס אוועקשטעלן מצבים צי א געוויסע עקסטרעים כדאי צי קענען אטאקירן דעם אומעקזיסטירענדע און פרעיזן דעם פארקערטן עק איז א טפשות איום ונורא..

ווער ס'קען מיר ביטע אויסקלארן דעם פוינט דא וואלט איך עפרישיעטעד, כ'זעה דאך א ציבור דא האט הנאה געהאט.

אין צווייטן חלק פינעם צווייטען פאראגראף האסט עס אליינס גאר אויסגעקלארט, זעי איך נישט וואס מקען נאך אויסקלארן,
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך Goodmorning »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:כאפ איך נישט פינקטליך וואס דער אשכול צילט.
איך כאפ אפשר יא, דער אלטגעזעסענע פונדעמעליסטישע קרימקייט פון די קבוצת ה'אנטיס וואס פירט זיי שטענדיג אין זייער באגרעבעניש באראזש, זיי מיינען אז א טעות קענען נאר מיליאנען מענטשן מאכן, א קליינער קומץ קען קיין טעות נישט מאכן... דערפאר וועלן זיי אייביג זיכער מאכן צי שטיין אליינס קעגן יעדן..

כ'וועל מיר מונע זיין אריינציגיין בדין ודברים דא, ווייל ס'איז ביי מיר באמת נישט קלאר וואס דער פותח פראבירט דא צי צילן. כ'זעה דא אפאר מעגליכקייטן, וועל מיר עס לאזן ביי דעם.
איין זאך יא, דאס אוועקשטעלן מצבים צי א געוויסע עקסטרעים כדאי צי קענען אטאקירן דעם אומעקזיסטירענדע און פרעיזן דעם פארקערטן עק איז א טפשות איום ונורא..

ווער ס'קען מיר ביטע אויסקלארן דעם פוינט דא וואלט איך עפרישיעטעד, כ'זעה דאך א ציבור דא האט הנאה געהאט.

גארנישט, אסאך האבן הנאה ווייל יעדע עקסטרעמע שיטה האט ריכטיגע פונקטן אין זיך, אז נישט קען עס נישט האלטן איין טאג ביי איין מענטש. און היינטיגע קריזיס איז א גוטע געלעגענהייט ביי די וועלכע צילן צו מאכן אנטי אנטי אנטי מעינסטריעם.
שויתי ה' לנגדי תמיד
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך וואס טוט זיך »

Programming האט געשריבן:וואס איז די פוינט בקיצור? אז קאנטראלירן א וויירוס איז די זעלבע ווי דיקטאטורשאפט?

@פראגראמעינג, די אשכול איז נישט פאר דיר, דאס קעפל וואלט דיר דאס שוין געדארפט ווייזן..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך בפשיטות »

אמת. שטארק. צום פוינט. ווייטאגלעך.

איך גלייב אז א האלבע יאר צוריק וואלטן ווייניג דאס אנגענומען אין פארשטאנען, אבער ליידער זענען מיר יא דורכגעגאנגען דעם לעצטען האלבע יאר.

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:ווער ס'קען מיר ביטע אויסקלארן דעם פוינט דא וואלט איך עפרישיעטעד, כ'זעה דאך א ציבור דא האט הנאה געהאט.

העמיר אנעמען מיט א תמימות ופשיטות אז איר פארשטייט טאקע נישט אין נישט סתם געשריבן א תגובה ווייל ווייל ווייל.... ער ברענגט ארויס אז דאס זענען מיר כו"ע מודה אז עס דא א מציאות בעולם אז מיליאנען מענטשן קענען לעבן אין א טעות אין האלטן אז זיי זענען גערעכט, קען זיין צענדליגער סיבות וואס איז דער גורם אז זיי זאלן מאכן דעם טעות, אבער דאס איז נישט קיין אנטווארט אז וויבאלד דער גרויסער ריבוי האנשים קען נישט זיין מען זאל לעבן אין א טעות, מ'קען יא!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

בפשיטות האט געשריבן:אמת. שטארק. צום פוינט. ווייטאגלעך.

איך גלייב אז א האלבע יאר צוריק וואלטן ווייניג דאס אנגענומען אין פארשטאנען, אבער ליידער זענען מיר יא דורכגעגאנגען דעם לעצטען האלבע יאר.

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:ווער ס'קען מיר ביטע אויסקלארן דעם פוינט דא וואלט איך עפרישיעטעד, כ'זעה דאך א ציבור דא האט הנאה געהאט.

העמיר אנעמען מיט א תמימות ופשיטות אז איר פארשטייט טאקע נישט אין נישט סתם געשריבן א תגובה ווייל ווייל ווייל.... ער ברענגט ארויס אז דאס זענען מיר כו"ע מודה אז עס דא א מציאות בעולם אז מיליאנען מענטשן קענען לעבן אין א טעות אין האלטן אז זיי זענען גערעכט, קען זיין צענדליגער סיבות וואס איז דער גורם אז זיי זאלן מאכן דעם טעות, אבער דאס איז נישט קיין אנטווארט אז וויבאלד דער גרויסער ריבוי האנשים קען נישט זיין מען זאל לעבן אין א טעות, מ'קען יא!

איך האב פארשטאנען אז ער וויל דא עפעס מער פון דעם.
וואס דו זאגסט לערנט מען אינז שוין פון די כתה א' די גאנצע עקזיסטענץ פון די אידישע פאלק איז אויף דעם יסוד אוועקגעשטעלט..

ער האט עפעס אויפגעמאכט א מציאות איבער א כמו שרעקליכע מצב בלבול המוחות וואס הערשט ביי אינז, און נאר די קומץ קטן עקסטרימיסטן האבן דעם דעה צלולה נישט אריינציפאלן אין דעם מיסטריעזע נעץ וואס איז נעלם מעין כל, כ'טריי צי פארשטיין זיין ציל.

ס'איז נישט וואס דו זאגסט, נישט אז כ'ווייס שוין וואס יא אבער גענוג אזויפיל ווייס איך אז ער מיינט נישט דיין איידעלע טענה
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
metsboy
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך metsboy »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: צפון קאריע ווס ניו יארק - דער קונץ פון א דיקטאקטור

תגובה דורך בפשיטות »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: איך האב פארשטאנען אז ער וויל דא עפעס מער פון דעם.
וואס דו זאגסט לערנט מען אינז שוין פון די כתה א' די גאנצע עקזיסטענץ פון די אידישע פאלק איז אויף דעם יסוד אוועקגעשטעלט..

ער האט עפעס אויפגעמאכט א מציאות איבער א כמו שרעקליכע מצב בלבול המוחות וואס הערשט ביי אינז, און נאר די קומץ קטן עקסטרימיסטן האבן דעם דעה צלולה נישט אריינציפאלן אין דעם מיסטריעזע נעץ וואס איז נעלם מעין כל, כ'טריי צי פארשטיין זיין ציל.

ס'איז נישט וואס דו זאגסט, נישט אז כ'ווייס שוין וואס יא אבער גענוג אזויפיל ווייס איך אז ער מיינט נישט דיין איידעלע טענה

אויב פארשטייסטו מיין טענה פארשטייסטו אז מיר זענען איצטערט אינטער א דיקטאקטור'שאפטע רעגירונג, אין אויב פארשטייסטו נישט אז מיר געפינען זיך אין א שטאט וואס ווערט געפירט דורך דיקטאקטור'ן פארשטייט איר נישט מיין איידעלע טענה..

למאי נפ"מ? אויף זייער אסאך וויכיחים וואס קומען דא פאר אין די דערנעבענדע אשכולות.
פארשפארט

צוריק צו “דעת הקהל”