הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שלום פ.
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:21 pm

הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך שלום פ. » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 2:48 pm

משה הערש דייטש ע"ה מאכט זיינע חברים חתנים!

הערטס א מעשה וואס איז פארגעקומען דא היינט מיט אינז. 2020

יעדער געדענקט אוודאי ווי עס איז אוועק געריסן געווארן פון אינז אזא טייער נשמה הבחור החשוב משה הערש, אין א שוידערליכע טראגעדיע אין ניו זשערסי. אזוי ווי ער איז אוועק פון דער וועלט אן איבערלאזן קיין קינדער האבן זיך זיינע חברים צוזאמגענומען און אפגעמאכט אז מ'גייט טוהן וואס אימער מ'קען פאר זיין ריינע נשמה. מ'האט גלייך אנגעפאנגען צו טון אין א ספר תורה. א.וו.ד

צווישן זיינע נאנטע חברים איז געווען איין עלטערע בחור וואס איז געווען זייער נאנט מיט אים און ער האט זיך פארגענומען צו מעבר סדרה זיין א יעדע וואך אין צו לערנען יעדען טאג משניות לעילוי נשמת משה הערש.

אידן משה הערש איז נישט שילדיג געבליבן הערטס א מעשה

אנפאנג חודש אלול חלומ'ט זיך דער בחור משה הערש שטייט אין פארנט פון אים אנגעטון שבת'דיג מיטן ביבער היט און בעקיטשע און ער זאגט אים קורץ און שארף: ביז א חודש ביזסטו א חתן! און ער האט צוגעלייגט אז אויב נישט זאג איך דיר צו א סכום געלט.

דעי בחור האט געטראכט צו זיך אז נו שוין נאך א חלום. אבער אפאר טעג שפעטער קימט משה הערש נאכאמאל צו אים אין חלום און זאגט אים. מ'ארבעט זייער שווער זאלסט ווערן א חתן. ס'איז זייער שווער.

און... ערב ראש השנה איז דער בחור געווארן א חתן בשעה טובה ומוצלחת.

נישט צום גלייבן וואס קימט פאר. ס'גייט נאך מער. מ'האט צוזאמגעשטעלט אז די כלה איז געווארן נעקסט אין די רייע, ווען משה הערש איז געקומען די צווייטע מאל זאגן אז ס'גייט שווער.

אידן אינזער משניות אין תהילימ'לעך ווערט געהערט אויבען!!

פארשפרייטס דעם מעסיזש. זאל דער עולם וויסן.

ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

Re: משה הערש דייטש ע"ה קימט אין חלום

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 4:28 pm

Wow
אויב איז עס די מיידל וואס איך מיין...
זי איז געווארן נעקסט ב' סליחות און זי איז געווארן א כלה ערב ראש השנה

אוועטאר
שטומפיג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4472
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: משה הערש דייטש ע"ה קימט אין חלום

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 4:32 pm

געוואלדיגע מעשה!
להראות בנפשנו החפץ הגדול אל היום הנכבד הנכסף ללבנו, כעבד ישאף צל וימנה תמיד מתי יבוא העת הנכסף אליו שיצא לחרות, כי המנין מראה לאדם כי כל ישעו וכל חפצו להגיע אל הזמן ההוא.
(ספר החינוך, מצוה ש"ו, ספירת העומר)

מי שברך
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: משה הערש דייטש ע"ה קימט אין חלום

תגובהדורך מי שברך » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 4:51 pm

שטומפיג האט געשריבן:געוואלדיגע מעשה!

אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3464
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: משה הערש דייטש ע"ה קימט אין חלום

תגובהדורך באטעמטקייטן » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 4:56 pm

רבותי סאיז צוואנציג צוואנציג און מען זהעט דעם יד ה' אזוי אפען. יודעלע געדענק יעדע תפלה דיינע הערט מען דארט אויבן...
טעמו וראו כי...
לאמיר מאכן ניו יארק פאר א אינספערירטע ניו יארק! ווערט אינספערירד היינט!

דאס לעבן איז ווי א באנאנא! ס'איז געל. צובויגן. ארומגענומען מיט שאלאכטץ. אין נאר מאנקי'ס האבן עס ליב!


נאך איינער
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: משה הערש דייטש ע"ה קימט אין חלום

תגובהדורך נאך איינער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 4:59 pm

שטומפיג האט געשריבן:געוואלדיגע מעשה!

צ"ל געוואלדיגע חלום

איבערגעדרייטע בענקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

Re: משה הערש דייטש ע"ה קימט אין חלום

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 5:08 pm

האט די בחור אויסגעזאגט די מעשה פאר ער איז געווארן א חתן אדער נאר נאכדעם?...
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: משה הערש דייטש ע"ה קימט אין חלום

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 5:10 pm

איך האב עס געהערט ערשטהאנטיג פון די טאטע פונעם חתן.

א זייטיגע אינטערסאנטע קרישקעלע, דער חתן וואוינט אין דזשערסי סיטי.
רצונינו לעשות רצוניך.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1976
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: משה הערש דייטש ע"ה קימט אין חלום

תגובהדורך Haklal » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 5:12 pm

נאך איינער האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:געוואלדיגע מעשה!

צ"ל געוואלדיגע חלום

מיט א גיטע ענדע

אוועטאר
מקווה איד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

Re: משה הערש דייטש ע"ה קימט אין חלום

תגובהדורך מקווה איד » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 5:13 pm

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:האט די בחור אויסגעזאגט די מעשה פאר ער איז געווארן א חתן אדער נאר נאכדעם?...

אוועטאר
פלעסטיק גלעזער
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2015 1:05 pm

Re: משה הערש דייטש ע"ה קימט אין חלום

תגובהדורך פלעסטיק גלעזער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 5:14 pm

עטס האטס באמת ערווארטעד אזוי?

פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: משה הערש דייטש ע"ה קימט אין חלום

תגובהדורך פיטום » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 5:20 pm

Haklal האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:געוואלדיגע מעשה!

צ"ל געוואלדיגע חלום

מיט א גיטע ענדע

אויך אינעם קעפל קומט לכאורה "הי"ד"

עניוועי'ס, גאר א שטארקע מעשה!
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!

שלום פ.
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:21 pm

Re: משה הערש דייטש ע"ה קימט אין חלום

תגובהדורך שלום פ. » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 5:27 pm

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:האט די בחור אויסגעזאגט די מעשה פאר ער איז געווארן א חתן אדער נאר נאכדעם?...


ווער ס'גלייבט נישט. קען מיר פרעגן פריוואט די נאמען. און מ'קען עס גיין קאנפירמען ביי אים אליין.

און ביי זיינע חברים. יא ער האט געזאגט די חלום גלייך דעמאלטס

שלום פ.
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:21 pm

Re: משה הערש דייטש ע"ה קימט אין חלום

תגובהדורך שלום פ. » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 5:28 pm

בוידעם האט געשריבן:איך האב עס געהערט ערשטהאנטיג פון די טאטע פונעם חתן.

א זייטיגע אינטערסאנטע קרישקעלע, דער חתן וואוינט אין דזשערסי סיטי.


איך האב עס געהערט פונעם חתן אליין.

אויב האסטע עס געהערט פארוואס האסטע עס נישט פארציילט?!

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: משה הערש דייטש ע"ה קימט אין חלום

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 5:33 pm

איך האב געהערט נאכן ליינען דא. צו זיין מער פונקטליך, עמיצער האט געפאוסט די ארטיקל אויף א גרופע פון דזשערסי סיטי תושבים, צו וואס דער טאטע - וואס וואוינט דארט- האט פארציילט אז די רעדע איז פון זיין בחור וואס איז א חתן געווארן ערב ראש השנה.
רצונינו לעשות רצוניך.

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: משה הערש דייטש ע"ה קימט אין חלום

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 5:35 pm

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:האט די בחור אויסגעזאגט די מעשה פאר ער איז געווארן א חתן אדער נאר נאכדעם?...


למאי נפקא מינה. האלטסט אז ער איז סתם א ליגענער?
רצונינו לעשות רצוניך.

שלום פ.
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:21 pm

Re: משה הערש דייטש ע"ה קימט אין חלום

תגובהדורך שלום פ. » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 5:38 pm

בוידעם האט געשריבן:איך האב געהערט נאכן ליינען דא. צו זיין מער פונקטליך, עמיצער האט געפאוסט די ארטיקל אויף א גרופע פון דזשערסי סיטי תושבים, צו וואס דער טאטע - וואס וואוינט דארט- האט פארציילט אז די רעדע איז פון זיין בחור וואס איז א חתן געווארן ערב ראש השנה.


אה. יעצט רעדסטע.

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: משה הערש דייטש ע"ה קימט אין חלום

תגובהדורך שפע רב » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 5:38 pm

טשילס..

שכוח פארן שעהר''ן. א גרויסע חיזוק דא בהסתרה שבתוך ההסתרה. די מעשה רעדט ווערטער. און א איד מאנ''ש איז נאמן נישט צו באקען א מעשה.

מ'האט דא אויפן וועלטל געפרעגט פארוואס חלומות אזעלכע מאכן זיך נאר אין א''י....

נאט אייך...

שלום פ.
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:21 pm

Re: משה הערש דייטש ע"ה קימט אין חלום

תגובהדורך שלום פ. » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 5:40 pm

שפע רב האט געשריבן:טשילס..

שכוח פארן שעהר''ן. א גרויסע חיזוק דא בהסתרה שבתוך ההסתרה. די מעשה רעדט ווערטער. און א איד מאנ''ש איז נאמן נישט צו באקען א מעשה.

מ'האט דא אויפן וועלטל געפרעגט פארוואס חלומות אזעלכע מאכן זיך נאר אין א''י....

נאט אייך...


ס'איז נישט שייך צו מאכן אזא מעשה. ווען איך געב א נאמען וועם איר קענט פרעגן. און מ'קען פרעגען זיינע חברים. ער האט פארציילט די חלום נאך פאר ער איז געווארן א חתן. און דא האט איר אויך דעם טאטן וואס האט עס קאנפירמד.

אוועטאר
פעטער משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 03, 2020 12:21 pm

Re: משה הערש דייטש ע"ה קימט אין חלום

תגובהדורך פעטער משה » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 5:55 pm

שלום פ. האט געשריבן:
איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:האט די בחור אויסגעזאגט די מעשה פאר ער איז געווארן א חתן אדער נאר נאכדעם?...


ווער ס'גלייבט נישט. קען מיר פרעגן פריוואט די נאמען. און מ'קען עס גיין קאנפירמען ביי אים אליין.

און ביי זיינע חברים. יא ער האט געזאגט די חלום גלייך דעמאלטס

WOW זייער א שטארקע חיזוק און די יעצטיגע צייטען.
אבער כ'מיין אז דו האסט שוין געשריבען גענוג אז מ'זאל מער נישט דארפען פרעגען די נאמען פריוואט

אמבולאנס
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 9:33 am

Re: משה הערש דייטש ע"ה קימט אין חלום

תגובהדורך אמבולאנס » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 6:03 pm

די מעשה איז געשען היינטיגע צייטן?

פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 6:04 pm

פעטער משה האט געשריבן:
שלום פ. האט געשריבן:
איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:האט די בחור אויסגעזאגט די מעשה פאר ער איז געווארן א חתן אדער נאר נאכדעם?...


ווער ס'גלייבט נישט. קען מיר פרעגן פריוואט די נאמען. און מ'קען עס גיין קאנפירמען ביי אים אליין.

און ביי זיינע חברים. יא ער האט געזאגט די חלום גלייך דעמאלטס

WOW זייער א שטארקע חיזוק און די יעצטיגע צייטען.
אבער כ'מיין אז דו האסט שוין געשריבען גענוג אז מ'זאל מער נישט דארפען פרעגען די נאמען פריוואט

יא! א פשוטע סורטש אינעם דבר יום ביומו ווייזט די נעמען קלאר

געדענקסט נאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

Re: משה הערש דייטש ע"ה קימט אין חלום

תגובהדורך געדענקסט נאך » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 6:04 pm

אמבולאנס האט געשריבן:די מעשה איז געשען היינטיגע צייטן?

עה, ס'איז געשען פאריאר, תש"פ

אמבולאנס
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 9:33 am

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך אמבולאנס » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 6:07 pm

ווען איז געווין די חלום?

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך בלא בלא בלא » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 6:10 pm

אמבולאנס האט געשריבן:ווען איז געווין די חלום?


אמבולאנס האט געשריבן:די מעשה איז געשען היינטיגע צייטן?



הצלחה רבה, אפגעטאן אייער השתדלות אויף דעם זייטל


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט