הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך קאנטרי מאוד » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 1:11 pm

חלב ישראל האט געשריבן: ווען ס'וועט זיין נוגע פאר דיר וועסטו שוין וואוסן.


מיין קוואוט פאר'ן טאג!!

אגב קען איך נישט פארשטיין די וואס קומען דא שטורעמען אקעגן חלומות, האסט נישט ליב די טאפיק? גי ערגעץ אנדערש, קיינער שלעפט דיר נישט דא אריין ס'איז דא גענוג און נאך אקטיווע אשכולות!
אמר הקב"ה בני אם תתן לי לבך ועיניך אנא ידעית דאת דילי

קאנטרי מאוד מאודס..


קויפסט אויף עמעזאן? - קויף דורך דא - זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 1:29 pm

דוד המלך האט אונז שוין מקדים געווען, מיר זאגן עס יעדן טאג ביי פסוקי דזמרא

אל תבטחו בנדיבים בבן אדם שאין לו תשועה, תצא רוחו ישוב לאדמתו, ביום ההוא אבדו עשתונותיו,

אשרי שא-ל יעקב בעזרו, שברו על ה' אלויה-יו, עושה שמים וארץ,


איינער האט נאך וואס מוסיף צו זיין?

לדעתי איז די איינציגסטע זאך וואס מ'דארף ארויסלערנען פון די מעשה איז אז מה דאך א פאשטארבענע מענטש קען טוהן אזעלכע זאכן על אחת כמה וכמה דער מלך מלכי המלכים דער כל יכול קען זיכער טוהן,

אבער גיין גלייבן אין חלומות און אין פארשטארבענע מענטשן כאילו זיי האבן עפעס א כח איז לדעתי א גרויסע פגם אין די אמונה
The Divided States Of America

אוועטאר
סעלפאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך סעלפאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 1:36 pm

יש בו האט געשריבן:אבער גיין גלייבן אין חלומות און אין פארשטארבענע מענטשן כאילו זיי האבן עפעס א כח איז לדעתי א גרויסע פגם אין די אמונה

זיי האבן נישט קיין כח צו בעטן ביים אייבירשטן?
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 1:37 pm

געדענקסט נאך האט געשריבן:ווען אייוועלט וואלט געווען מצוצמם בלויז צו דיסקאסיעס וועלכע זענען נוגע למעשה, וואלט דאך די גאנצע סייט באשטאנען אפשר פון אפאר שאלות ביים ולאחיו יאמר חזק סעקשאן.

נישט יעדע דיסקאשען דארף זיין נוגע אויף למעשה ממש.

די פוינט איז אז דו זאגסט די זעלבע זאך ווי דיין בר פלוגתא נאר מיט אן אנדערן נוסח, in essence האסטו געזאגט די זעלבע זאך ווי איהם, אזוי צו אזוי גלייבן ענק ביידע אין חלומות, מ'מאכט זיך נאר נאריש איבער מינדערוויכטיגע פרטים, כ'מיין דאס האט דער בעל מספר פון די מעשה געוואלט ארויסברענגען? אז נשמות פון נפטרים האבן פאן און פליען ארויף און אראפ און שמועסן מיט מענטשן?
לעצט פאראכטן דורך חלב ישראל אום דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 1:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 1:41 pm

סעלפאן האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:אבער גיין גלייבן אין חלומות און אין פארשטארבענע מענטשן כאילו זיי האבן עפעס א כח איז לדעתי א גרויסע פגם אין די אמונה

זיי האבן נישט קיין כח צו בעטן ביים אייבירשטן?

וואס קען האבן דוד המלך געמיינט?
The Divided States Of America

אוועטאר
סעלפאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך סעלפאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 1:58 pm

די גמרא אין סוטה זאגט שפירש כלב מעצת מרגלים והלך ונשתטח על קברי אבות אמר להן אבותי בקשו עלי רחמים...
ס'איז קלאר דא אזא זאך אז נשמות פון יענע וועלט האבן א כח צו פועל'ן.

דוד המלך רעדט (לויט ווי איך פארשטיי) אז מ'זאל זיך נישט פארלאזן אויף א לעבעדיגן מענטש ווייל ער וועט איין טאג שטארבן, נאר מ'זאל זיך פארלאזן אויפן אייבירשטן.

נישט אז אויף א טויטן קען מען זיך יא פארלאזן, אבער נישט פון דעם רעדט דער פסוק (לענ''ד).
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!

אוועטאר
קהילת יקנה''ז
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am
לאקאציע: צווישן די ארכיוון.

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך קהילת יקנה''ז » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:00 pm

סעלפאן האט געשריבן:
דוד המלך רעדט (לויט ווי איך פארשטיי) אז מ'זאל זיך נישט פארלאזן אויף א לעבעדיגן מענטש ווייל ער וועט איין טאג שטארבן, נאר מ'זאל זיך פארלאזן אויפן אייבירשטן.

נישט אז אויף א טויטן קען מען זיך יא פארלאזן, אבער נישט פון דעם רעדט דער פסוק (לענ''ד).
כאפט אפ! שרייבט אראפ! למען ידעו!
באוויינט נישט שפעטער!

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון מאנרא צו :
OldpicturesMonroe@gmail.com


א גרויסער מח רעדט פון געדאנקען, א דורכשניטליכער רעדט פון זאכן, א קליינליכער רעדט פון מענטשן.

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:02 pm

אל תבטחו בנדבים בבן אדם שאין לו תשועה גייט ארויף אויף א לעבעדיגע מענטש, די נתינת טעם איז תצא רוחו ישוב לאדמתו ביום ההוא אבדו עשתנותיו. יעצט פארשטייט זיך אז דער באשעפער גיבט יכולת פאר א לעבעדיגע מענטש צו טון זאכן. דוד המלך זאגט אונז אבער, אל תבטחו! פארלאז דיך נישט אויף די מענטש, האב בטחון אינעם כל יכול. ווייל א מענטש איז גארנישט.

עס קומט אבער נישט אריין דא. מען רעדט דא בסך הכל, א נשמה קדושה האט געפוילט א ישועה פאר איינעם, און ער האט דאס אים איינגעמאלדן פון פאראויס.


איינער האקט בדומה לזה.
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:08 pm

דוד המלך זאגט אז אפילו אויף א לעבעדיגע מענטש טאר/קען מען זיך נישט פארלאזן כל שכן אויף א נישט לעבעדיגע,

מ'שטעלט אוועק די מעשה דא כאילו דער אייבערשטער האט אים נישט געוואלט א חתן מאכן אבער משה הערש האט עס אווער-ריידעט,

מ'דארף האלטן אז ווי אזוי דער אייבערשטער מאכט איז די בעסטע איך בין בכלל נישט אינטערעסירט צו מאכן אנדערש,

און פארשטייט זיך אז דא איז געשעהן אזא מעשה וואס פארשידענע מענטשן קענען זיך טועה זיין, איז עס זיכער דער רצון השם אז אזוי איז די בעסטע,

קען זיין אז עס וועט נאך אמאל ארויסקומען א כבוד שמים דערפון
The Divided States Of America

אדמיראל

תגובהדורך אדמיראל » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:11 pm

דער יצר הרע האט א פראבלעם, אידן גייען נתעורר ווערן פון אזא מעשה און ווער ווייסט וויפיל קונדן ער קען נאך פארלירן... האט ער געטראפן א גוטע וועג וויאזוי צו פארוואסערן די גאנצע זאך.

און ליידער איז עס אים געלונגען.

אין אזא אשכול קען מען שרייבן צוויי סארט תגובות:

א) איך בין נתעורר געווארן, יישר כח.
ב) איך בין אביסל סקעפטיש, איך בין נישט א תם וואס גלייבט יעדע מעשה פון גאס. די מעשה רעדט נישט צו מיר, משום איזה קושיא או פרט שאינו ניחא לי.

פארשטייט זיך אז קיינער שרייבט נישט נוסח ב', אבער עס ווערט מלובש במישרין ובעקיפין אין פארשידענע לשונות און אויסדרוקן.

ביטע עס נישט נעמען פערזענליך. מיר זענען אין גלות, א גלות הגוף און א גלות המחשבה. רבי אלכסנדרי פלעגט דאווענען אז רבון העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוננו לעשות רצונך ומי מעכב שאור שבעיסה ושעבוד מלכיות יהי רצון מלפניך שתצילנו מידם ונשוב לעשות חוקי רצונך בלבב שלם. אויב דאס איז געווען אין די דריטע דור פון אמוראים, וואס זאלן אונז זאגן.

כאפט דעם התעוררות און לאזט אייך נישט פארנארן!

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:13 pm

יש בו האט געשריבן:דוד המלך זאגט אז אפילו אויף א לעבעדיגע מענטש טאר/קען מען זיך נישט פארלאזן כל שכן אויף א נישט לעבעדיגע,

מ'שטעלט אוועק די מעשה דא כאילו דער אייבערשטער האט אים נישט געוואלט א חתן מאכן אבער משה הערש האט עס אווער-ריידעט,

מ'דארף האלטן אז ווי אזוי דער אייבערשטער מאכט איז די בעסטע איך בין בכלל נישט אינטערעסירט צו מאכן אנדערש,

און פארשטייט זיך אז דא איז געשעהן אזא מעשה וואס פארשידענע מענטשן קענען זיך טועה זיין, איז עס זיכער דער רצון השם אז אזוי איז די בעסטע,

קען זיין אז עס וועט נאך אמאל ארויסקומען א כבוד שמים דערפון


לשיטתך טאר מען נישט מתפלל זיין נישט פאר זיך און נישט פאר א צווייטן.

נאו איידיע וואס דו ווילסט. אפגעזעהן אז די פסוק קומט בכלל נישט אריין דא. כי תצא למלחמה על אויבך וואלט שוין מער געשטימט.
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:18 pm

ליבערשט כאפן אן התערורות פון דעם אין סוף ב"ה אליינס ווי איידער פון די נידריגסטע מדריגה העכערקייט,

יעדע איד האט א נאטורילכע נגיעה צו גלייבן, דער אייבערשטער האט געמאכט א מענטש גלויביג, וואס ביי דיפאלט ניצט מען דאס נאר לגבי דעם אין סוף ב"ה
אויב אבער האט מען נישט קיין אנונג וואס עס מיינט "דער אייבערשטער" כאפט מען זיך אן אויף אזעלכע ספיריטשול זאכן, ווי כאילו דאס איז די אמונה וואס מ'האט מקבל געווען דוד אחר דור
פון אברהם אבינו כשהכיר את בוראו בן ג' שנים, ביי מעמד הר סיני, אדער די דרייצן אני מאמין'ס,

אינגעלייט!!! גייטס לערנען אביסל ספרי אמונה, ווערטס געוואר וואס דאס מיינט אז דער אייבערשטער איז מהווה די בריאה יעדע רגע,
לעצט פאראכטן דורך יש בו אום דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
The Divided States Of America

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:20 pm

עפעס באדערט דיר. נישט קלאר וואס.
רצונינו לעשות רצוניך.

געדענקסט נאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך געדענקסט נאך » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:20 pm

חלב ישראל האט געשריבן:
געדענקסט נאך האט געשריבן:ווען אייוועלט וואלט געווען מצוצמם בלויז צו דיסקאסיעס וועלכע זענען נוגע למעשה, וואלט דאך די גאנצע סייט באשטאנען אפשר פון אפאר שאלות ביים ולאחיו יאמר חזק סעקשאן.

נישט יעדע דיסקאשען דארף זיין נוגע אויף למעשה ממש.

די פוינט איז אז דו זאגסט די זעלבע זאך ווי דיין בר פלוגתא נאר מיט אן אנדערן נוסח, in essence האסטו געזאגט די זעלבע זאך ווי איהם, אזוי צו אזוי גלייבן ענק ביידע אין חלומות, מ'מאכט זיך נאר נאריש איבער מינדערוויכטיגע פרטים, כ'מיין דאס האט דער בעל מספר פון די מעשה געוואלט ארויסברענגען? אז נשמות פון נפטרים האבן פאן און פליען ארויף און אראפ און שמועסן מיט מענטשן?

איך כאפ נישט פונקטליך וואס איר זאגט, אבער מסתם זאגט איר גוט...

איך גלייב נישט איינער איז נייגעריג וואס איך האלט כלפי חלומות אבער אז די האסט עס ערווענט וועל איך דיר זאגן.

אוואדי גלייב איך אז יש דין ויש דיין אן קיין שום פראגע חלילה, ווי אויך איז ווי געוויסע האבן דא נאכגעברענגט מפי ספרים וסופרים בלתי שום ספק דא אזא מין מציאות פון חלומות, און בפשטות איז נישטא קיין שום סיבה צו זאגן אז היינטיגע צייטן איז אנדערש.

אבער דאס באדייט אויבערהויפט נישט אז איך מוז גלייבן יעדן וואס פארקויפט א געשיכטע'לע אז ער האט ג'חלומ'ט פון יענע וועלט.

דאס איז זיכער אז אזא חלום איז א מילתא דלא שכיחא און גיין גלייבן א מילתא דלא שכיחא אן קיין שום איבערווייז בין איך איבערהויפט נישט מחיוב און האט אויסדריקליך נישט קיין שום שייכות מיט אמונה און כפירה.

KMW
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך KMW » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:21 pm

אוראייניקל האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:אבער דער נפטר קומט נישט אין חלום!

עי' במס' בבא מציעא פ"ד ע"ב פון ר' אלעזר ברבי שמעון וואס איז געקומען אין חלום צו זיין ווייב.

אבער אזויפיל איז זיכער אז ס'עקזיסטירט אזא זאך ווי אמת'ע חלומות. מ'דארף נישט קענען אויף דעם גמרא, ס'איז גענוג חומש ביז שני. פרעה און דער שר המשקים זענען נישט געווען קיין נביאים און זייער חלום איז געווען א הימלישער מעסעדזש.

כ'האב צוגעצייכנט די גמרא לגבי וואס דער שרייבט מיט א זיכערקייט, אז א נפטר קומט נישט אין חלום, און דארט אין די גמרא שטייט צווי מאהל אז תנאים האבן זיך באוואוזן אין חלום לאחר פטירתם.

כיהודא ועוד..
וויפיל איך לאך פון די זאכן... איך האב אויך מיטגעהאלטן פון די נאנט ווי איינער איז געקומען אין חלום און כעזאגט אז ער קומט געלט פאר פלוני (וואס יענער האט נישט געוויסט) און מען איז געגאנגען פרעגו האט ער געזאגט אז ער איז טאקע שילדיג געבליבן.
סא עפעס איז דא צו דעם..

אבדזשעקטיוו
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 5:35 pm

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך אבדזשעקטיוו » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:26 pm

יש בו האט געשריבן:אבער גיין גלייבן אין חלומות און אין פארשטארבענע מענטשן כאילו זיי האבן עפעס א כח איז לדעתי א גרויסע פגם אין די אמונה
זיי האבן נישט קיין כח צו בעטן ביים אייבירשטן?
וואס קען האבן דוד המלך געמיינט?


זיי קענען נישט לויבן אבער מתפלל זיין יא.
אמר רבי יהודה: 'אלמלא תפילת המתים על החיים, לא היו מתקיימים החיים אפילו חצי יום' (זוהר חלק ב' דף ט"ז).

כשאני לעצמי כאטשיג איך גלייב נישט און רוב חלומות האב איך שוין אליינס מיטגעלעבט אן אמת'ן חלום נישט פון קיין מתים
און על אף וואס אנדערע האבן מיטגעהאלטן דעם אמתדיקייט דערפון, האבן רוב אירע כמעט אינגאנצן פארגעסן דערפון.
ס'איז זייער פשוט: א זאך וואס איז נגד הטבע וועט עס די טבע פייטן עד הסוף
פינטעל: מ'איז נישט קיין אפיקורס אז מ'גלייבט נישט, ווייל מ'דארף זיין 100% איבערצייגט
ס'אבער דא געוויסע מענטשן וואס אפילו די וועסט זיי איבערצייגן 100% וועלן זיי נאכאלץ נישט גלייבן,
נישט מרוב חריפות נאר פשוט מרוב פחד אז זיי זענען נישט פאלי אין קאנטראל פון זייער אייגענעם לעבן.

אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:34 pm

איינער אין אישי האט געשריבן:במחילת כבודך די האסט נישט גענפערט אויף וואס מען האט געשריבן די שרייבסט נאר איבער דיין פוינט איינמאל אין נאכאמאל און קיינער איז נישט מחולק מיט דעם די שאלה צו איז דא אופנים וויאזוי זאכן פאסירן.

וואס טוט זיך מיט דאווענען בכלל?
גיין צו א גוטן איד זיך מזכיר זיין?
מתפלל זיין אויף קברי צדיקים?

די אלע זאכן זענען נישט רעלעוואנט? מ'דארף פשוט שטיין מיט צאמגעלייגטע הענט און זאגן אלעס איז פונעם אייבירשטן? תפלה איז דאך א מצוה בפרט אין א עת צרה איז לכל הדיעות א דאורייתא? האו עבאוט אז דער אייבירשטער מאכט א צרה און ער וויל די זאלסט דאווענען אין זיך מדבק זיין אין עם און אזוי וועסטו געהאלפן ווערן?

אידן אין אלע דודות האבן זיך מזכיר געווען ביי צדיקים און מתפלל געווען אויף קברי צדיקים.

ביזדערווייל זאלסטו האבן א זיס לעכטיג יאר און א גמר חתימה טובה

די גאנצע מצוה פון תפלה איז צו ווערן נאנט צו די אייבערשטער, מיט דעם ווערט פארענטפערט אלע דיינע קשיות,

דא אויך, אויב די מעשה ברענגט איינעם נענטער צום אייבערשטען, מה טוב ומה נעים,

אבער פון די אויברשטע תגובות זעהט נישט צו שטארק אויס אזוי, ליידער,

הלוואי בין איך נישט גערעכט
The Divided States Of America

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר תשעת אלפים
תגובות: 9672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:40 pm

אל תדאג האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:

כ'מיין אז @חילי וואלט געווען די פאסיגסטע קאנדידאט אביסל אויסצוקלארן די נושא הנשמות / חלומות.
ער איז דאך שוין סייווי אריינגעקומען היינט, זאל שוין זיין...

ער דארף קודם מעקן אפאר תגובות ער זאל קענען שרייבן נאך..

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26414
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:41 pm

נעוואדע האבן זיי א כח צו מתפלל זיין און טאן פאר זייערע נאענטע און פאר ווער ס'טוט פאר זייער נשמה און אפילו פאר זייער גוף.

אזוי שטייט מפורש אין פריערדיגע ספרים.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:41 pm

יש בו האט געשריבן:
איינער אין אישי האט געשריבן:במחילת כבודך די האסט נישט גענפערט אויף וואס מען האט געשריבן די שרייבסט נאר איבער דיין פוינט איינמאל אין נאכאמאל און קיינער איז נישט מחולק מיט דעם די שאלה צו איז דא אופנים וויאזוי זאכן פאסירן.

וואס טוט זיך מיט דאווענען בכלל?
גיין צו א גוטן איד זיך מזכיר זיין?
מתפלל זיין אויף קברי צדיקים?

די אלע זאכן זענען נישט רעלעוואנט? מ'דארף פשוט שטיין מיט צאמגעלייגטע הענט און זאגן אלעס איז פונעם אייבירשטן? תפלה איז דאך א מצוה בפרט אין א עת צרה איז לכל הדיעות א דאורייתא? האו עבאוט אז דער אייבירשטער מאכט א צרה און ער וויל די זאלסט דאווענען אין זיך מדבק זיין אין עם און אזוי וועסטו געהאלפן ווערן?

אידן אין אלע דודות האבן זיך מזכיר געווען ביי צדיקים און מתפלל געווען אויף קברי צדיקים.

ביזדערווייל זאלסטו האבן א זיס לעכטיג יאר און א גמר חתימה טובה

די גאנצע מצוה פון תפלה איז צו ווערן נאנט צו די אייבערשטער, מיט דעם ווערט פארענטפערט אלע דיינע קשיות,

דא אויך, אויב די מעשה ברענגט איינעם נענטער צום אייבערשטען, מה טוב ומה נעים,

אבער פון די אויברשטע תגובות זעהט נישט צו שטארק אויס אזוי, ליידער,

הלוואי בין איך נישט גערעכט


וואס הייסט עס זעהט נישט אויס אז עס ברענגט נאנט צום אייבערשטען? צו וועמען דען ברענגט עס נאנט?
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:46 pm

עס אן אריכות, סארי פארן אנהייבן און נישט ענדיגן
The Divided States Of America

אבדזשעקטיוו
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 5:35 pm

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך אבדזשעקטיוו » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:48 pm

גיי קוק אויף יעדע מצבה ווי ס'שטייט ויושר יליץ בעד...
און אויב ס'זאל זיך נישט מאכן קיין פאל און מ'פארגעסט עס צושרייבן וועט ר' יוסל ווייס דערמאנען דערוועגן
לעצט פאראכטן דורך אבדזשעקטיוו אום דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אל תדאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אינעם הארץ פון די באטראפענע

Re:

תגובהדורך אל תדאג » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:51 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
אל תדאג האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:

כ'מיין אז @חילי וואלט געווען די פאסיגסטע קאנדידאט אביסל אויסצוקלארן די נושא הנשמות / חלומות.
ער איז דאך שוין סייווי אריינגעקומען היינט, זאל שוין זיין...

ער דארף קודם מעקן אפאר תגובות ער זאל קענען שרייבן נאך..

פארוואס? ער האט נאך 12 תגובות צו שרייבן..

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26414
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:51 pm

די ענינים זענען בכלל נישט סותר, אלעס איז פון יוצר כל היצורים נאך משעתא דקמייתא, סיי די גזירה סיי די ישועה, אמונה בטחון תפילה צדקה קיבול יסורין אלעס גראדט צוריק אויס צום שורש און אלעס פאלט אין פלאץ.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 2:54 pm

יש בו האט געשריבן:עס אן אריכות, סארי פארן אנהייבן און נישט ענדיגן

די אמונה אין שכר ועונש, און אז יעדע מעשה וואס מ'טוט אויף די וועלט טוט אויף אויבן, איז כמדומני די עלפטע אני מאמין, אויב געדענק איך זיי גוט.
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Gibbs, Jobless, בןישיבה, סעלפאן און 14 געסט