הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אידיאט
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך אידיאט » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 8:15 am

מיין שוואגער וואס איז די גרעסטע סקעפטישע מענטש וואס איך קען, לאכט פון אלעמען, ביזט ס האט פאסירט מיט אים. ער האט געהאט א נאנטע חבר וואס איז אוועק אלכס בחור ל״ע קראנק געווען אלס בחור. סאיז דורך 15 יאר בערך און איין נאכט חלומט מיין שוואגער פון זיין חבר אז ער רעדט זיך אפ פארוואס זיינע חבירים טוען גארנישט לע״נ, ער האט ארויסגעזאגט אן חסד ארגענעזעשון וואס מוואלט געדארפט שטיצן לע״נ. שוין ער וועקט זיך אויף און כדרכו לאכט ער זיך האלב אויס, אבער ער טראכט לאמיך רופן זיין ברודער עם דערציילן. די ברודער איז געווען באליידיגט אז צו אים קומט ער נישט אין חלום.... גיט אים מיין שוואגער א פרעג ווען איז די יארציייט אפשר וועל איך גיין צו זיין מקום מנוחה. נעמט זיך זיין ברודער שרייען ״וואס הייסט ווען? היינט, אונז גייען יעצט״! דא איז שוין מיין שוואגער געווארן אויפגעשאקלט, און פרעגט אים צו ער ווייסט עפעס פון די ארג וואס זיין ברודער האט דערמאנט. זאגט אים זיין ברודער ״ וואס הייסט צו איך ווייס, די לעצטע פאר חדשים פון זיין לעבן איז ער געווען ביזי מיט דעם יומם ולילה, נאר דו האסט חתונה געהאט און יענע תקופה, ממילה האסטו נישט מיטגעהאלטן. מיין ש איז געווארן אזוי אויפגעשוידערט, ער האט אנגערופן יענע ארג, און געזאגט ״וויפיל געלט דארף עטס? און וויל מער קיינמאל נישט חלומען פון אים!
די מעשה איז 100% אמת ווער סוויל פרטים באישי
מאיז נישט קיין מין אז מגלייבט נישט אין חלומות, אבער געווענליך איז דא א חסרון אמונה אויב די קענסט בשום אופן נישט גלייבען אז אזא זאך קען געשען, טראכט אריין, פארוואס נישט? אויב מגלייבט אז איעדענס נשמה גייט ארויף און הימל יעדע נאכט פארוואס זאל מען נישט קענען הערך זאכן?

אוועטאר
הענדימען
שר ששת אלפים
תגובות: 6603
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 8:28 am

מיין פעטער האט גע'חלומ'ט אז מיין באבע זאגט אין אז עס איז ערגעץ שולדיג געבליבן קליין געלט. נאך טרעפן די אלטע ביכער האט מען געטראפן אז ס'האט געשטימט

אממ. איימעניט. ס'קען נישט זיין ווייל טויטע קומען נישט אין חלום
אויב טראכסטו אז איך קען בייהילפיג זיין, ביטע ציטיר מיר

אויב שפירסטו באליידיגט פון מיר, ביטע ליין איבער מיט א שמייכל

אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 8:38 am

אידיאט האט געשריבן:מיין שוואגער וואס איז די גרעסטע סקעפטישע מענטש וואס איך קען, לאכט פון אלעמען, ביזט ס האט פאסירט מיט אים. ער האט געהאט א נאנטע חבר וואס איז אוועק אלכס בחור ל״ע קראנק געווען אלס בחור. סאיז דורך 15 יאר בערך און איין נאכט חלומט מיין שוואגער פון זיין חבר אז ער רעדט זיך אפ פארוואס זיינע חבירים טוען גארנישט לע״נ, ער האט ארויסגעזאגט אן חסד ארגענעזעשון וואס מוואלט געדארפט שטיצן לע״נ. שוין ער וועקט זיך אויף און כדרכו לאכט ער זיך האלב אויס, אבער ער טראכט לאמיך רופן זיין ברודער עם דערציילן. די ברודער איז געווען באליידיגט אז צו אים קומט ער נישט אין חלום.... גיט אים מיין שוואגער א פרעג ווען איז די יארציייט אפשר וועל איך גיין צו זיין מקום מנוחה. נעמט זיך זיין ברודער שרייען ״וואס הייסט ווען? היינט, אונז גייען יעצט״! דא איז שוין מיין שוואגער געווארן אויפגעשאקלט, און פרעגט אים צו ער ווייסט עפעס פון די ארג וואס זיין ברודער האט דערמאנט. זאגט אים זיין ברודער ״ וואס הייסט צו איך ווייס, די לעצטע פאר חדשים פון זיין לעבן איז ער געווען ביזי מיט דעם יומם ולילה, נאר דו האסט חתונה געהאט און יענע תקופה, ממילה האסטו נישט מיטגעהאלטן. מיין ש איז געווארן אזוי אויפגעשוידערט, ער האט אנגערופן יענע ארג, און געזאגט ״וויפיל געלט דארף עטס? און וויל מער קיינמאל נישט חלומען פון אים!
די מעשה איז 100% אמת ווער סוויל פרטים באישי
מאיז נישט קיין מין אז מגלייבט נישט אין חלומות, אבער געווענליך איז דא א חסרון אמונה אויב די קענסט בשום אופן נישט גלייבען אז אזא זאך קען געשען, טראכט אריין, פארוואס נישט? אויב מגלייבט אז איעדענס נשמה גייט ארויף און הימל יעדע נאכט פארוואס זאל מען נישט קענען הערך זאכן?



ער האט געבעטן א ספעציעלע מקווה?
האסטו שוין געזעהן דעם אשכול?

וועןרענטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך וועןרענטל » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 8:54 am

געהערט אמאל ביי א געוויסע פרשה פון א גרויסע איד
אז די אלע וואס צווייפלען און אזעלכע זאכן
איז פשוט פון חסרון אמונה זיי קענען נישט עקסעפטן אז סאיז דא עפעס העכערס היינטיגע צייטן
זיין פילן ווי סאיז זיי עפעס מחייב


פארוואס זאלן זיי זיך אזוי עקשענען עס נישט צו גלייבן? בעט מעט זיי דא געלט אדער עפעס?

מרעדט סאבקאנטשעסלי מיז נישט אז זיי טראכטן עס אריין
דוק ותשכח

רוויגו
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך רוויגו » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 9:48 am

מ'רעדט דא וועגן דעם חלום וואס משה הערש'ס חבר האט גע'חלומ'ט, צי ס'איז אמת צי נישט.

ווען מען פרעגט מיך וועגן דעם, זאג איך, אז ער זאל מיר ברענגען א רשימה פון אלע זיינע חלומות אין די לעצטע צוויי חדשים, און לויט דעם וועל איך קענען זען צי ער חלומ'ט אמת'ע חלומות און צי מ'קען אים טראסטן.

אמער, נישט יעדן קען מען טראסטן. ס'זענען דא וואס חלומ'ען אויך בהקיץ.

שלום פ.
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:21 pm

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך שלום פ. » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:00 am

רוויגו האט געשריבן:מ'רעדט דא וועגן דעם חלום וואס משה הערש'ס חבר האט גע'חלומ'ט, צי ס'איז אמת צי נישט.

ווען מען פרעגט מיך וועגן דעם, זאג איך, אז ער זאל מיר ברענגען א רשימה פון אלע זיינע חלומות אין די לעצטע צוויי חדשים, און לויט דעם וועל איך קענען זען צי ער חלומ'ט אמת'ע חלומות און צי מ'קען אים טראסטן.

אמער, נישט יעדן קען מען טראסטן. ס'זענען דא וואס חלומ'ען אויך בהקיץ.


רבי. וואס הייסט אמת'ע חלומות?! דער בחור האט גע'חלומ'ט ווי משה הערש זאגט אז ער גייט ווערן א חתן אין 30 טאג. און ער איז טאקע געווארן!

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2304
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:05 am

וועןרענטל האט געשריבן:געהערט אמאל ביי א געוויסע פרשה פון א גרויסע איד
אז די אלע וואס צווייפלען און אזעלכע זאכן
איז פשוט פון חסרון אמונה זיי קענען נישט עקסעפטן אז סאיז דא עפעס העכערס היינטיגע צייטן
זיין פילן ווי סאיז זיי עפעס מחייב


פארוואס זאלן זיי זיך אזוי עקשענען עס נישט צו גלייבן? בעט מעט זיי דא געלט אדער עפעס?

מרעדט סאבקאנטשעסלי מיז נישט אז זיי טראכטן עס אריין
דוק ותשכח

איך האב געהערט פין א חשובע איד פארקערט
האב איך נישט קיין אנאונג וואס דאס האט מיט אמונה אין העכערס באט עני וועי
אויב עפעס איז עס א חורבן פאר אמונה צו מאכן א עסק פין די פערדעריי
די אין ענדעלעכע פערדעריי איז די יסודות פין אלע אמונת טפלות אונזער אמונה איז א פעלזען פעסט געבויעט אין אז מען הייבט אן מיט בויען אויף אזאנע יסודות איז די גאנצע בנין שוואך

אנכי עיף
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 3:44 am

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך אנכי עיף » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:13 am

אידיאט האט געשריבן:מיין שוואגער וואס איז די גרעסטע סקעפטישע מענטש וואס איך קען, לאכט פון אלעמען, ביזט ס האט פאסירט מיט אים. ער האט געהאט א נאנטע חבר וואס איז אוועק אלכס בחור ל״ע קראנק געווען אלס בחור. סאיז דורך 15 יאר בערך און איין נאכט חלומט מיין שוואגער פון זיין חבר אז ער רעדט זיך אפ פארוואס זיינע חבירים טוען גארנישט לע״נ, ער האט ארויסגעזאגט אן חסד ארגענעזעשון וואס מוואלט געדארפט שטיצן לע״נ. שוין ער וועקט זיך אויף און כדרכו לאכט ער זיך האלב אויס, אבער ער טראכט לאמיך רופן זיין ברודער עם דערציילן. די ברודער איז געווען באליידיגט אז צו אים קומט ער נישט אין חלום.... גיט אים מיין שוואגער א פרעג ווען איז די יארציייט אפשר וועל איך גיין צו זיין מקום מנוחה. נעמט זיך זיין ברודער שרייען ״וואס הייסט ווען? היינט, אונז גייען יעצט״! דא איז שוין מיין שוואגער געווארן אויפגעשאקלט, און פרעגט אים צו ער ווייסט עפעס פון די ארג וואס זיין ברודער האט דערמאנט. זאגט אים זיין ברודער ״ וואס הייסט צו איך ווייס, די לעצטע פאר חדשים פון זיין לעבן איז ער געווען ביזי מיט דעם יומם ולילה, נאר דו האסט חתונה געהאט און יענע תקופה, ממילה האסטו נישט מיטגעהאלטן. מיין ש איז געווארן אזוי אויפגעשוידערט, ער האט אנגערופן יענע ארג, און געזאגט ״וויפיל געלט דארף עטס? און וויל מער קיינמאל נישט חלומען פון אים!
די מעשה איז 100% אמת ווער סוויל פרטים באישי
מאיז נישט קיין מין אז מגלייבט נישט אין חלומות, אבער געווענליך איז דא א חסרון אמונה אויב די קענסט בשום אופן נישט גלייבען אז אזא זאך קען געשען, טראכט אריין, פארוואס נישט? אויב מגלייבט אז איעדענס נשמה גייט ארויף און הימל יעדע נאכט פארוואס זאל מען נישט קענען הערך זאכן?


נאך 15 יאר מאכט סענס, מען זאגט נאך א ווארט פון איינעם פון די צדיקים אז מען זאגט ''די נשמה זאל זיין א מליץ יושר'', זאגט ער, פארקערט! אונז דארף מען זיין מליצי יושר פאר זיי, זיי דארפען נאך דורך גיין א סאך ביז ביז.. ממילא דארף מען זעהן צי טוהן פאר זייער נשמה מעשים טובים
לעצטענס זענען אלע מעשיות און די יאר..

Programming
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:15 am

סאו וועלכע קוואליטעט מופתים איז יענער ערליכער איד יא צופרידן מיט? טאמער די פערדעריי קומט מלובש אויף א אור אייניקל פון א ערליכן איד איז דאס יא אקעי?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26417
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:15 am

איה"נ אז נשמות ברויכן תיקונים און קענען נישט אזוי שנעל אראפקומען, אבער אויף איינער וואס איז אומגעקומען עקד"ה איז בכלל קיין וואונדער דער גאנצער חלום.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
yoy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך yoy » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:19 am

רעים האט געשריבן:
קהילת יקנה''ז האט געשריבן:
yoy האט געשריבן:מענטשען לייקענען חלומות, ווייל זיי צוטערען פון דע שרעקעדיג חלומות,
זיי לייקענען אינערליך אפ די מציאות פון חלומות, אין פערבירען גלייכגילטיגקייט צו איבער-צייגען אנדערע
ווייל די שרעקעדיג'ער האר-אויפשטעלנדע חלום.. וואס ער האט לעצטענס "אליין געחלומט" "נערווירט עם, איום ונורא.! "סע זאל נאר נישט פאסירען"....!
פאר דעם ער האט אפגעמאכט דעמאלטס , איך? "איך גליב נישט חלומות"
חלומות, היינטיגע צייטן? שטותים אין הבלים!,
אבער די אומגלויביגקייט , איז נאר, כדי זיך אליינס צו באראיגען...
עם דאכט זיך עפעס אויף א חז"ל, אז אויב מען גלייבט נישט און חלומות בכלל, פאסירט גארנישט....

בגמ' ברכות פ' הרואה: כל החלומות הולכים אחר הפה! עיי"ש המעשה עם בר הדיא, ועוד.

וע''ש ג''כ שיש כמה חלומות שיש בו ממש...

אוועטאר
אל תדאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אינעם הארץ פון די באטראפענע

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך אל תדאג » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:31 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:

כ'מיין אז @חילי וואלט געווען די פאסיגסטע קאנדידאט אביסל אויסצוקלארן די נושא הנשמות / חלומות.
ער איז דאך שוין סייווי אריינגעקומען היינט, זאל שוין זיין...

אוועטאר
מוקיר רבנן
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 4:57 pm

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך מוקיר רבנן » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:44 am

yoy האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:
קהילת יקנה''ז האט געשריבן:
yoy האט געשריבן:מענטשען לייקענען חלומות, ווייל זיי צוטערען פון דע שרעקעדיג חלומות,
זיי לייקענען אינערליך אפ די מציאות פון חלומות, אין פערבירען גלייכגילטיגקייט צו איבער-צייגען אנדערע
ווייל די שרעקעדיג'ער האר-אויפשטעלנדע חלום.. וואס ער האט לעצטענס "אליין געחלומט" "נערווירט עם, איום ונורא.! "סע זאל נאר נישט פאסירען"....!
פאר דעם ער האט אפגעמאכט דעמאלטס , איך? "איך גליב נישט חלומות"
חלומות, היינטיגע צייטן? שטותים אין הבלים!,
אבער די אומגלויביגקייט , איז נאר, כדי זיך אליינס צו באראיגען...
עם דאכט זיך עפעס אויף א חז"ל, אז אויב מען גלייבט נישט און חלומות בכלל, פאסירט גארנישט....

בגמ' ברכות פ' הרואה: כל החלומות הולכים אחר הפה! עיי"ש המעשה עם בר הדיא, ועוד.

וע''ש ג''כ שיש כמה חלומות שיש בו ממש...


ר׳ שלום שרגא פייש פאפלאנאש בענין חלומות
https://drive.google.com/file/d/1mlZOfM ... sp=sharing
דעת בעלי בתים היא היפך מדעת תורה

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 11:15 am

מיין טאטע ע"ה איז געקומען אין חלום צו א נאנטע, א האלב יאר נאך זיין פטירה, זאגענדיג כהאי לישנא: איך האב מיר אינטערגענומען צו ספאנסערן א מיידל פון בית לפליטות, איך האב אנגעהויבן, נישט גענדיגט, מען זאל זעהן צו באצאלן די איבריגע.

יענער האט זיך אויפגעכאפט א שווייס באגאסענער, שרייענדיג מיט שרעק, וואו איז ער ?! וואו איז ער ?! אויף מיין פראגע וואו איז ווער, האט מיר יענער פארציילט די חלום.

די אנדערע אינדערפרי האב איך אנגערופן ר' וועלוול גאלדשטיין פרעגן צי מיין טאטע האט אמאל געגעבן געלט פאר בית לפליטות, זאגט ער מיר בזה הלשון: ער האט זיך אינטערגענומען צו ספאנסערן א מיידל, ער האט אנגעהויבן און נישט גענדיגט!

איך האב מיר געדארפט שטארק אנכאפן נישט אראפצופאלן.

מיין טאטע פלעגט אונז נישט מיטטיילן זיינע צדקות, סאיז בשום אופן נישט א זאך וואס יענער האט געטראכט אינמיטן טאג און ממילא גחלומ'ט דערפון ביינאכט.
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 11:36 am

ווער עס איז מסופיק אויב עס איז אמת, זאל לערנען יעדן טאג א משנה לע"נ הב' משה הערש הי"ד און געבן צדקה לעילוי נשמתו, אפשר וועט ער קומען אויך צו אים.
(אין אפילו ער וועט נישט קומען, וועט מען האבן פארדינט צוויי זאכן, אז די האסט געלערנט און געגעבן צדקה, און הב' משה הערש'ס נשמה איז נתעלה געווארען)

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 12:06 pm

אוראייניקל האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:דאס אז איינער האט געחלומט איז אמת ויציב!
אז ער האט געחלומט פון זיין חבר איז אויך אמת!
אבער דער נפטר קומט נישט אין חלום!
און די קטני אמונה קען איך נישט העלפן

עי' במס' בבא מציעא פ"ד ע"ב פון ר' אלעזר ברבי שמעון וואס איז געקומען אין חלום צו זיין ווייב.

קטני אמנה וואלט איך גערופן איינער וואס איז פארנומען צו פארלייקענען זאכן וואס זענען אנגענומען ביי כלל ישראל בכל הדורות, אויך ווען נישט ס'איז א אפענע גמרא.

ס'איז נישט דא קיין פאראייניגטע דעה אין חז"ל איבער חלומות. געוויסע האבן געהאלטן חלומות שוא ידברון, אנדערע זאגן כל החלומות הולכין אחר הפה, און אויף טייל ערטער זעט מען אז דער פתרון קומט דווקא יא מיט'ן חלום.

אבער אזויפיל איז זיכער אז ס'עקזיסטירט אזא זאך ווי אמת'ע חלומות. מ'דארף נישט קענען אויף דעם גמרא, ס'איז גענוג חומש ביז שני. פרעה און דער שר המשקים זענען נישט געווען קיין נביאים און זייער חלום איז געווען א הימלישער מעסעדזש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 12:11 pm

חסדי אבות האט געשריבן:איך פלעג אויך אמאל גלייבן אין חלומות, און זאגאר אליין געהאט חלומות. וואלט איך געשריבן דא מיט אפאר יאר צוריק, וואלט איך געשריבן אז איך קען מעיד זיין וכו', אז עס איז אמת.

היינט, קוקנדיג אביסל עלטער און ניכטער, זאג איך אז ס'רוב דערפון זענען שטותים. מ'רעדט זיך איין אז מ'זעט אמת'ע זאכן, און נאכדעם וואס זאכן געשעהען, רעדט מען זיך איין אז דאס טאקע האט מען געזען, און דאס טאקע האט די נפטר געזאגט.

אמאל חלומ'ט מען א האלבע חלום, און ווען מען איז שוין אויף, נים ולא נים תיר ולא תיר, דמיו'נט מען צו נאך זאכן, און שפעטער רעדט מען זיך איין אז דאס איז אויך א חלק פון די חלום.

בקיצור, דער מענטש איז א האלבער בעל דמיון.

מסתמא אמת וואס דו זאגסט, אבער ס'איז דאך דא א מיעוט וואס איז נישט אינעם רוב. ווי @חלב ישראל האט געשריבן, אויב ס'וואלט זיך גערעדט פון אינוועסטירן שווערע געלטער אדער טוישן דעם לוח אויפ'ן סמך פון א חלום, וואלט סקעפטיציזם געהאט א שטארקן מקום. די רעדע איז דאך אבער בלויז פון גלייבן אז ס'איז דא א יענע וועלט, עפעס וואס מיר גלייבן ממילא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14180
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 12:13 pm

ווען מען זאגט קומען אין חלום, מוז עס נישט מיינען אז יענער קומט בפועל אין חלום, נאר אז דער אויבערשטער שיקט פאר יענעם מענטש א גילוי אין פארעם פון א געוויסן מענטש.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14180
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 12:16 pm

פרידן האט געשריבן:
וועןרענטל האט געשריבן:געהערט אמאל ביי א געוויסע פרשה פון א גרויסע איד
אז די אלע וואס צווייפלען און אזעלכע זאכן
איז פשוט פון חסרון אמונה זיי קענען נישט עקסעפטן אז סאיז דא עפעס העכערס היינטיגע צייטן
זיין פילן ווי סאיז זיי עפעס מחייב


פארוואס זאלן זיי זיך אזוי עקשענען עס נישט צו גלייבן? בעט מעט זיי דא געלט אדער עפעס?

מרעדט סאבקאנטשעסלי מיז נישט אז זיי טראכטן עס אריין
דוק ותשכח

איך האב געהערט פין א חשובע איד פארקערט
האב איך נישט קיין אנאונג וואס דאס האט מיט אמונה אין העכערס באט עני וועי
אויב עפעס איז עס א חורבן פאר אמונה צו מאכן א עסק פין די פערדעריי
די אין ענדעלעכע פערדעריי איז די יסודות פין אלע אמונת טפלות אונזער אמונה איז א פעלזען פעסט געבויעט אין אז מען הייבט אן מיט בויען אויף אזאנע יסודות איז די גאנצע בנין שוואך

עס האט גארנישט מיט אמונה דאס. אמונה איז אמונה, און גלייבן אז עס איז דא אזא מציאות פון חלומות נאך וואס מען זעט אז עס איז געשען און אויך נאך ואס עס שטייט אין די תורה אז עס איז דא אזא מציאות, דאס איז נאך א זאך וואס מענטשן גלייבן. מיש עס נישט צוזאם וועסטו עס נישט דארפן מחלק זיין און עס אפפרעגן.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

מי כעמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך מי כעמך » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 12:19 pm

לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז די איינציגסטע גילוי אין די היינטיגע הסתרה'דיגע צייטן איז דווקא דורך חלומות להניח מקום למתלוצצים ולקטני אמנה אזוי אז ווער ס'דארף כאפן די מעסעדזש כאפט זיינע טשילס און די איבעריגע גייען אן מיטן לעבן ווי גארנישט וואלט פאסירט.
שטעל זיך פאר דער עולם וואלט געגלייבט חלומות און נבואה וואלט זיך געהערט אין אלע גאסן, ווער וואלט נאך געזינדיגט?
נישט אז חלומות זענען אלס 100% אמת. וכבר אמרו אין חלום בלי דברים וכו'
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)

אוועטאר
סעלפאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך סעלפאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 12:22 pm

כל החלומות הולכין אחר הפה, איז לכאורה נאר שייך ביי א חלום וואס מ'קען פותר זיין לטב אדער למוטב.

חלומות שוא ידברון, קלער איך איז נאר בעפאר ס'געשעהט, אבער אויב איז דער חלום איז יא מקיום געווארן וואס איז שייך צו זאגן אז ס'איז פאלש?
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!

HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

Re:

תגובהדורך HelpMe » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 12:24 pm

פאטעטא קוגל האט געשריבן:
פעטער משה האט געשריבן:
שלום פ. האט געשריבן:
איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:האט די בחור אויסגעזאגט די מעשה פאר ער איז געווארן א חתן אדער נאר נאכדעם?...


ווער ס'גלייבט נישט. קען מיר פרעגן פריוואט די נאמען. און מ'קען עס גיין קאנפירמען ביי אים אליין.

און ביי זיינע חברים. יא ער האט געזאגט די חלום גלייך דעמאלטס

WOW זייער א שטארקע חיזוק און די יעצטיגע צייטען.
אבער כ'מיין אז דו האסט שוין געשריבען גענוג אז מ'זאל מער נישט דארפען פרעגען די נאמען פריוואט

יא! א פשוטע סורטש אינעם דבר יום ביומו ווייזט די נעמען קלאר

דער בחור האט פארציילט די חלום נאך פאר ער איז א חתן געווארן

אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 12:44 pm

גרשון האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:אבער דער נפטר קומט נישט אין חלום!

עי' במס' בבא מציעא פ"ד ע"ב פון ר' אלעזר ברבי שמעון וואס איז געקומען אין חלום צו זיין ווייב.

אבער אזויפיל איז זיכער אז ס'עקזיסטירט אזא זאך ווי אמת'ע חלומות. מ'דארף נישט קענען אויף דעם גמרא, ס'איז גענוג חומש ביז שני. פרעה און דער שר המשקים זענען נישט געווען קיין נביאים און זייער חלום איז געווען א הימלישער מעסעדזש.

כ'האב צוגעצייכנט די גמרא לגבי וואס דער שרייבט מיט א זיכערקייט, אז א נפטר קומט נישט אין חלום, און דארט אין די גמרא שטייט צווי מאהל אז תנאים האבן זיך באוואוזן אין חלום לאחר פטירתם.
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 12:52 pm

אין באצוג צו דאס וואס געווויסע טענה'ן אז די נפטר איז נישט געקומען אין חלום נאר ער האט זיך גע'חלומ'ט פונעם נפטר, כאפ איך נישט וואס פונקטליך זיי ווילן אויפטוהן דערמיט, די איינציגסטע חילוק וואס ס'כאפט אויף למעשה איז צו נשמות דארפן בלייבן אויבן צו זיי קענען אויך אראפקומען זיך דרייען און סאושעלייזן אויף אונזער וועלטל, וואס כאפט עס נ"מ פאר אונז יעצט? ווען ס'וועט זיין נוגע פאר דיר וועסטו שוין וואוסן.

געדענקסט נאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

Re: הב' משה הערש דייטש הי"ד קומט אין חלום

תגובהדורך געדענקסט נאך » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 1:10 pm

חלב ישראל האט געשריבן:אין באצוג צו דאס וואס געווויסע טענה'ן אז די נפטר איז נישט געקומען אין חלום נאר ער האט זיך גע'חלומ'ט פונעם נפטר, כאפ איך נישט וואס פונקטליך זיי ווילן אויפטוהן דערמיט, די איינציגסטע חילוק וואס ס'כאפט אויף למעשה איז צו נשמות דארפן בלייבן אויבן צו זיי קענען אויך אראפקומען זיך דרייען און סאושעלייזן אויף אונזער וועלטל, וואס כאפט עס נ"מ פאר אונז יעצט? ווען ס'וועט זיין נוגע פאר דיר וועסטו שוין וואוסן.

ווען אייוועלט וואלט געווען מצוצמם בלויז צו דיסקאסיעס וועלכע זענען נוגע למעשה, וואלט דאך די גאנצע סייט באשטאנען אפשר פון אפאר שאלות ביים ולאחיו יאמר חזק סעקשאן.

נישט יעדע דיסקאשען דארף זיין נוגע אויף למעשה ממש.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Growth hacker, SemrushBo, tesla, אהבת ישראל און 8 געסט