מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (זיבעטע און לעצטע טייל שוין ארויף)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (זיבעטע און לעצטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

אז איך וועל פראווענען ראש השנה אין שפיטאל? די לעצטע זאך וואס איך האב נאר אמאל געטראכט, דער בורא ומנהיג האט אבער געהאט אנדערע פלענער פאר מיר, און נאך אום ראש השנה תש"פ איז געווארן אפגעשריבן אז ראש השנה פונעם קומענדיגן יאר תשפ"א וועל איך פארברענגען אין שפיטאל, אונטערן שאטן פון קאראנא.

גיימיר בעז"ה אפשרייבן און מיטטיילן מיט די חשובע ליינער וויאזוי מיין יו"ט איז אדורך צווישן די ווענט פון שפיטאל.

געווען איז עס פארלאפענעם פרייטאג ערב ראש השנה תשפ"א, מיין ב"ב האט געהאלטן אינמיטן צוגרייטן די מאכלים פאר די סעודות שבת/יו"ט, די שטוב האט פיין געשמעקט פון די רויך וואס די שבת'דיגע מאכלים די זופ און טשולענט שיקן ארויס פון צווישן די שפאלטענעס אויבן פון די טעפ. אין די סוף פארמיטאג שעה'ן צייט מען אונז מודיע געווען אז מיר דארפן אריינגיין אין שפיטאל - פאר א שמחה ברוך השם -, ווען איך האב מיר איינגעפאקט זאכן האב איך נישט מיטגענומען קיין שום עסן פאר סעודות יו"ט, אמער, איך ראש השנה אין שפיטאל? קיינמאל. איך האב געטראכט צו מיר אז אויף שפעט נאכמיטאג וועל איך שוין זיכער קענען אהיימגיין, אין ערגסטן פאל ווי מ'זאגט וועל איך גיין אויף יו"ט צו מיין באבע זז"ג אין וויליאמסבורג. מיין שטריימעל, בעקיטשע און ראש השנה מחזור האב איך יא איינגעפאקט פשוט וויבאלד 'אין קעיס' איך וועל גיין צו מיין באבע אין וויליאמסבורג זאל איך האבן מיט מיר בגדים וואס אנצוטון אום יו"ט.

מיר זענען אנגעקומען אין NYU שפיטאל אביסל נאך 12:00 מיטאג צייט, ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט איז די אפטיילונג פון ניי-געבוירענע קינדער ב"ה געווען איבערגעפילט עד אפס מקום. די שפיטאל באאמטע האבן אונז פלאצירט צווישן מחיצות אין די האלוועי, איך האב געשפירט ווי די אימיגראנטן וועלכע ווערן אריינגעשטעלט אין אנשטאלטן מיט צוטיילטע כמו-ווענט וועלכע ריקן זיך אוועק מיט יעדע ווינטל פון א פארבייגייער.. נאך א שטיק צייט האב איך אנגעהויבן צו איינזעהן אז יום טוב ראש השנה תשפ"א וועל איך ווארשיינליך דארפן פראווענען אין שפיטאל, איך האב געדאנקט דעם באשעפער אז מיינע בגדים האב איך כאטשיג מיטגענומען מיט מיר אין שפיטאל, וואס וועט אבער זיין מיט סעודות יו"ט? פון וואו וועל האבן צו עסן?. איך האב געוואוסט אז NYU פארמאגט א כשר'ע ביקור חולים שטוב אבער עס איז געווארן פארשפארט צוליב קאראנא.

איך האב אפגעמאכט ביי מיר איך געב נישט אויף, די ביקור חולים שטוב איז טאקע געווארן פארשפארט צוליב די פאנדעמיע אבער דאך גיי איך פרובירן צו געוואויר צי אפשר איז עס שוין יא צוריק געעפענט געווארן, מיט שוואכע טריט בין איך צוגעגאנגען צו א נורס און געפרעגט וואו די ביקור חולים שוב געפינט זיך, ס'איז פארשפארט, איז געווען איר ענטפער מיט א קאלטקייט, איך האב פרובירט מיין מזל צו פרעגן א צווייטע נורס אויב יענער ווייסט אפשר, זאגט מיר יענער נורס אז אפשר אין א בילדינג אקעגן איבער איז דא עסן, דא נישט. איך האב דאך נישט געהאט קיין צוויי ברירות בין איך אראפגעפארן מיט די עלעוועיטאר (וועלכע פארט אגב גאר גאר שנעל ארויף און אראפ) ביז די ערשטע שטאק, אנקומענדיג אונטן האב איך געגעבן א פרעג א איד אויב ער ווייסט צי ס'איז דא א ביקור חולים שטוב דא אין NYU? זאגט ער מיר יא!! גיי דארט אהין מאך א רעכטס וועסטו עס זעהן. איך בין געווען איבעראשט פאר שמחה אז לא אלמן ישראל און איך גיי ב"ה האבן פון וואו צו נעמען סעודות יו"ט. (ווי איך האב שפעטער געהערט איז די ביקור חולים שטוב צוריקגעעפענט געווארן ממש אין די יעצטיגע טעג, ס'איז געווארן שיין איבערגעבויט און איבערגעפרישט)

איך בין תיכף צוגעגאנגען צו די "ביקור חולים" שטוב, אויפ'ן טיר הענגט א צעטל אז בלויז 3 מענטשן אויפאמאל זענען ערלויבט צו זיין צוזאמען אין די שטוב און מ'זאל זיכער מאכן צו אפרייניגן די שטוב נאכ'ן עסן. קיין טיש און בענקלעך איז דארט נישט געווען (ווארשיינליך צוליב די פארבאט אויף אינדאר רעסטוראנטן אין ניו יארק סיטי), די שטוב איז געווען אנגעפולט מיט כל טוב וטוב, גרעיפ דזשוס, ווואסער, סעלצער, סאדע, עטליכע מיני דיפס געמאכט דורך "פריינדס עפעטייזינג" נתנדב דורך ביקור חולים דקהל "רודניק", "סאטמאר ביקור חולים" האט אהערגעשטעלט א ברייטע ליסטע פון מאכלים, א אויסוואל פון בלויז געפילטע פיט מיט קאטשעניו ביז פיש מיט גרויסע סלייסעס סעלמאן פיש, פרישע היימישע און בעקערי בילקעלעך, הייסע טשיקן זופ מיט קניידלעך (און קאצקע לאקשן) און מייערן, די פלייש פארציע איז געווארן נתנדב דורך די בארימטע "אפריון" קעיטערינג פון ר' חיים הערש קויפמאן, ס'איז געווען א אויסוואל פון טשיקן, אדער קאטלעטס, מיט וועדזשעטעבלס און א פיי, אדער מיט פאטעטא קיגל און פערוול. עס זענען אויך געווען פארשידענע ערליי צושניטענע פרוכט, מאלעאנע, פיינעפל, און נאך. אזוי אויך איז געווען צוגעגרייט טעצער מיט פרוכט וואס מ'פירט זיך צו עסן ראש השנה צו קענען נעמען אין שטוב, סאטמאר ביקור חולים האט אויך צוגעשטעלט אויף א שיינעם אופן קלענערע האלטערס וואו זיי האבן אריינגעלייגט אביסל פון יעדע פרוכט אין קליינע ברוינפן גלעזלעך און די האלטערס זענען צוגעדעקט מיט די יהי רצון'ס וואס מ'זאגט ווען מ'עסט יעדע פרי. אפילו די 'קאפ פון א פיש' האבן זיי צוגעשטעלט ווען זיי האבן אריינגעלייגט אין א ברוינפן גלעזל עטליכע שטיקלעך פיש אז יעדער זאל קענען עסן אלע סימנים. אויך איז דארט געווען צוגעטעלט צוויי ערליי מחזורים, א שופר, און די צייטונג..

שוין, עסן אויף יו"ט האבן מיר שוין ב"ה, וואס וועט זיין מיט א ביהמ"ד און א מקווה אום יו"ט? דארט האט זיך ארויסגעוויזן די שיינקייט פון דאס אידישע פאלק ווען אנדערע אידן נישט פון אונזערע קרייזן בכלל האבן גערופן געשיקט מעסעדזשעס צו באקאנטע צו געוואויר ווערן וואו ס'איז דא א ביהמ"ד אין די געגענט פון NYU שפיטאל, ביז איינער האט מיר געגעבן א אדרעס פון א ביהמ"ד און תלמוד תורה "אדרת קל", די ביהמ"ד געפינט זיך אויף East 29th st צווישן די דריטע און פערטע עוועניוס. איך האב אפגעמאכט אז ס'איז ענדערש אז איך זאל גיין עס אויסטשעקן ווי מ'זאגט נאך בעפאר יו"ט צו זען ווי ווייט דאס ביהמ"ד איז פון די שפיטאל און צו זען וועלכע אידן דאווענען אין דעם ביהמ"ד. מיין דיין האט מיר געזאגט אז אויב ס'איז א קאנסערוואטיווע שוהל זאל איך ענדערש דאווענען גאנץ יו"ט ביחידות.

די וועג האט גענומען ארום 10 מינוט, אנקומענדיג אינדרויסן האב איך געזען אז די טירן זענען הערמעטיש פארשלאסן איך האב פרובירט צו שלעפן אבער ס'איז נישט געגאנגען, א מינוט פאר איך האב געוועלט אוועקגיין האב איך באמערקט א אנדערע אריינגאנג, בין איך אהינגעגאנגען צו זען אויב איינער איז אפשר דארט, איך האב געקלינגען די בעל און יאפס! א פרוי איז געקומען עפענען די טיר (ווי איך בין שפעטער געוואויר געווארן נעמט זי קעיר פונעם ביהמ"ד צוזאמען מיט איר מאן' זי איז די קא'פרעזידענט פון די קהלה), צו מיין פראגע אויב מ'גייט דא דאווענען ר"ה, האט זי מיר געזאגט אז יא נאר צוליב קאראנא גייען זיין צוויי מנינים וויבאלד ביי זיי האלט מען נאך סאושעל דיסטענסינג און נישט יעדער זאל זיך צוזאמשטופן אין איין מנין אין די זעלבע צייט, און די גאנצע דאווענען נעמט 2 שעה. ביי זיי האלט מען נאך סאושעל דיסטענסינג. זי האט מיר געזאגט אז די ערשטע מנין איז 8:00 אינדערפרי זיי ענדיגן 10:00, דערנאך איז דא א האלבע שעה צו אויסרייניגן דאס ביהמ"ד. אום 10:30 הייבט די צווייטע מנין אן און זיי זענען פערטיג אויף 12:30.. איר האט שוין אמאל געהערט די מושג פון אנקומען געדאווענט? דארט אין יענע ביהמ"ד איז יעמט אזוי צוליב קאראנא אז די דאווענען הייבט זיך אן פון שוכן עד, ביז דארט זאל מען דאווענען אינדערהיים.

איך האב איר געפרעגט אויב איך קען אריינגיין זען דעם ביהמ"ד האט זי געזאגט אז יא, נישט קיין פראבלעם. די היכל הביהמ"ד איז צווישן 2 און 3 שטאק הויעך, יעדע צווייטע באנק איז געווען פארקלעבט מיט בלויע טעיפ צו פארסירן סעשעל דיסטענסינג און אויף די בענק וואס עס איז יא געווען ערלויבט צו זיצן איז אויך נאר ערלויבט 2 מענטשן פער באנק, אויף יעדענ'ס פלאץ ליגט א מחזור מיט א צעלט מיט אנווייזונגען אויף וועלכע פעידזש צו אויפמישן די מחזור. די באלעמער און עמוד (ס'איז איין זאך דארט) געפינט זיך הארט ביי די ארון הקודש, א הערליכע פרוכת מיט די ווערטער זכרנו לחיים באצירט די ארון הקודש, אין די צוויי זייטן פון די ארון קודש זענען פלאצירט צוויי פענער, איינס אן אמעריקאנער פאן און די אנדערע זיי א איזרעלי פאן, די עזרת נשים געפינט זיך אוף די העכערע שטאק אויף א גאלערי וואס לויפט ארוים אויף דריי ווענט פונעם ביהמ"ד, אויף מעריב זייט פון די ווייבער שול איז דא טעליכע רייעס בענק איינס העכער די אנדערע אזויווי אין א סטעדיום. אויף די שטאק פן די היכל איז אויך דא א קליינע ווייבער שול פאר די עלטערע פרויען וואס האבן נישט קיין כח צו ארויפגיין די טרעפ צו די העכערע שטאק.

אויף מיין פראגע אויב ס'איז דא א מקוה האט זי געענפערט We wish we would have, unfortunately the only Mikva is in uptown דערנאך האט זי מיר גאזאגט אז איך מ'קען נאר אריינקומען אויב מען איז איינגעשריבן בעפאר יו"ט און איך זאל איר זאגן צו וועלכע תפילה איך וויל קומען וויבאלד די פלעצער זענען באגרעניצט צוליב... קאראנא און די געווענליכע פרייז איז $175 א זיץ פון מיר בעט זי נאר $100 וויבאלד איך בין א גאסט. איך האב אפגעמאכט מיט איר אז צוליב דעם וואס איך ווייס נאכנישט אויב איך גיי למעשה קומען דארט דאווענען זאל זי מיר ארויפלייגן אוןיף די ליסטוע, איך האטב איר געגעבן מיין נאמען און נאמבער און זיי גייען מיך רופן נאך יו"ט צו פרעגן אויב איך האב דארט געדאווענט און אויב יא וועל איך בעז"ה באצאלן די $100.
לעצט פארראכטן דורך עולם הפוך אום זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:09 pm, פארראכטן געווארן 7 מאל.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (חלק א')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

מז"ט
הערליך שיין
KEEP IT COMING
אז יענער קען קענסטו אויך
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (חלק א')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

מזל טוב, אסאך נחת!

מער אראפ צו די איסט סייד איז זיכער דא פרומערע שולן, די וועג נעמט ס"ה א 1/2 שעה.

האסט געהאט עני פראבלעימען אריינצוגיין אין שפיטאל בילדינג יעדעס מאל דו ביסט ארויס?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (חלק א')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

ברוכים תהי'.

ניין, יעדעס מאל וואס איך בין אריין האבן זיי נאר געטשעקט די טעפעראטור און געפרעגט אויב איך האב קאוויד סימפטאמס, א ביישפיל פיבער אדער נישט האבן א טעם און זיי האבן מיר גלייך אריינגעלאזט
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (חלק א')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

מזל־טוב
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (חלק א')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

מזל טוב פארן ניי געבוירענעם, און יישר כח פארן מיטטיילן דיין אייגנארטיגע עקספעריענס, קען זייער צוניץ קומען פאר איינעם וואס דארף דאס אויך דורכגיין.
---
מודהאני
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 11:56 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (חלק א')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודהאני »

מזל טוב!
מודה אני לפניך השם אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי. ואשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני ביתי
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (חלק א')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מזל טוב! זייער שיין!

כ'האף ס'איז דיר געווען לייכטער, וויסנדיג אז דו גייסט האבן מיט וועם עס אויסצושמועסן נאך יום טוב!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (חלק א')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

מזל טוב! לאטס אוו נחת!
איך ווארט אויף די המשך.
איך האב שוין גראדע אויך אמאל געדאוונט אינעם אדרת קל שוהל זייענדיג פארוואגלט אין ען. וויי. יו. און ס'האט בכלל נישט אויסגעזעהן קאנסעוואטיוו.
למעשה האב איך האלבע דאווענען געדאוונט אין די האלל צוליב די בלוי-ווייסע פאן.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (חלק א')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

שטומפיג האט געשריבן:מזל טוב! לאטס אוו נחת!
איך ווארט אויף די המשך.
איך האב שוין גראדע אויך אמאל געדאוונט אינעם אדרת קל שוהל זייענדיג פארוואגלט אין ען. וויי. יו. און ס'האט בכלל נישט אויסגעזעהן קאנסעוואטיוו.
למעשה האב איך האלבע דאווענען געדאוונט אין די האלל צוליב די בלוי-ווייסע פאן.

ס'שטייט אינדרויסן אויף די סיין אז זיי זענען ארטאדאקסיש
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (צווייטע טייל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

צווייטער טייל

יישר כח אלע פאר די קאמפלימענטן, ס'האט געגעבן חיזוק צו גיין ווייטער.

בעפאר איך שרייב ווייטער מוז איך באדאנקען ברבים דער בארימטער עסקן פון NYU ר' רפי (רפאל קורץ), ער האט געארבעט זיכער צו מאכן אז די נייע ביקור חולים שטוב איז שיין אהערגעשטעלט לכבוד יום טוב מיט אלע צוגעהערן. מיר פערזענליך האט ער אויך געארבעט צו העלפן. זייענדיג אין ביקור חולים שטוב ערב יו"ט - ווען איך האב געזוכט אויב איך קען ערגעץ גיין אין מקוה לכבוד יו"ט - האב איך באמערקט א צעטל הענגען אויפ'ן וואנט אז פאר סיי וואספארא פראגע קען מען רופן יענע נומבער, איך האב גערופן יענע נומבער האפענדיג אז די ביקור חולים וואלונטירן גייען וויסן פון א מקוה אין די געגענט. דער מענטש פון די אנדערע זייט האט מיר געגעבן רפי קורץ'ס נומבער אז ער וועט מיר קענען העלפן צו טרעפן א ביהמ"ד (און מעגליך א מקוה), איך האב תיכף אנגערופן הרב קורץ, ביי אים איז אויך געווען ערב יו"ט נאכמיטאג, ער איז געווען זייער העפליך ער האט מיר געגעבן אן אדרעס פון א חב"ד שול, און ער האט אויך פארשאפט זייער טעלעפאון נומבער אז איך זאל זיי קענען רופן (זיי האבן למעשה נישט אויפגעהויבן).

די חב"ד ביהמ"ד געפינט זיך אויף 509 5th Ave corner 42nd st, די ביהמ"ד ווערט אנגערופן חב"ד אוו מידטאון, די וועג פון NYU (וואס געפינט זיך אויף 1st Ave corner East 30th st) ביז די חב"ד ביהמ"ד נעמט ארום א האלבע שעה. עס איז ממש צום שטוינען ווי ממש 99% פון די מענשטן דארט גייען מיט מאסקעס בלי שום יוצא מן הכלל. איך האב מיר אנגעטון די מאסק נישט צו גורם זיין א חילול השם. איך בין אנגעקומען צו די חב"ד ביהמ"ד זעה איך וואו פאליציי שטייט אינדרויסן און באוואכט דאס ביהמ"ד, די ביהמ"ד האט זייער א שמאלע אריינגאנג, אויפ'ן טיר הענגט פארשטייט זיך א בילד פון די לובאוויטשער רעבי אזוי אויך האט געהאנגען א צעטל וואס לויטעט אז עס גייט פארקומען שופר בלאזן פארענט פון די שול יעדע אנהייב שעה (יעדע 00:), כמעשהו בביהמ"ד באדרת א-ל כך מעשהו בחב"ד, איך פרוביר צו עפענען די טיר און די טיר איז הערמעטיש פארשלאסן, אינמיטן באמערק איך א בעל וואס ס'שטייט דערויף 'סופער' איך געב א דריק און... כמעשהו באדרת א-ל כך מעשהו בחב"ד איינער איז געקומען עפענען די טיר דאסמאל א גוי, איך האב אים געפרעגט ווען מ'דאווענט האט ער געזאגט אז ער ווייסט נישט, האב איך אים געפרעגט אויב איך מעג אריינגיין קוקן אויב ס'איז דא א צעטל מיט די זמנים, האט ער מיר געגעבן רשות צו אריינגיין. די ביהמ"ד איז פלאצירט אויף די צווייטע שטאק, אויף די ערשטע שטאק איז דא א ריזיגע געשעפט, איך בין אנגעקומען אויבן האב איך געזען אז ביי זיי איז נאך אויך דא סאושעל דיסטענסינג, דארט איז געווען אויסגעלייגט בלויז בענקלעך סיי ביי די מענער און סיי ביי די ווייבער שויל (ס'איז געווען א געהעריגע מחיצה) אן קיין שום טישן און אויף יעדעמ'ס פלאץ איז געליגן א מחזור, למעשה האב איך געזען קיין שום מודעה ווען מ'גייט דאווענען דארט און דער גוי האט מיר געזאגט אז מ'מוז זיין רעגיסטרירט צו קענען אריינקומען דאווענען און ווי פריער דערמאנט איז עס ארום 30 מינוט פועם שפיטאל האב איך געזען אז איך האב נישט קיין צוויי ברירות און איך וועל דאווענען אין די אדרת א'ל שול וואז איז בלויז 10 מינוט צו גיין פון די שפיטאל.

דורכאויס יו"ט בין איך געוואויר געווארן אז די בנין אין וואס די חב"ד שול געפינט זיך איז ווערט שווערע צענדליגער מיליאנען דאלארן, מיט ארום 10 יאר צוריק איז די בנין געווארן פארקויפט פאר די פרייז פון $40 מיליאן דאלער, דאכציך אז די ערשטע שטאק האט א צווייטער אפגעקויפט און חב"ד איז בעה"ב אויף די איבריגע 11 שטאקן. אלנפאלס, ווען איך בין צוריק אנגעקומען אין שפיטאל איז שוין געווען היפש נאענט צום זמן כניסת השבת ויו"ט, דעמאלט האב איך מיר הערשט געכאפט וויפיל שאלות עס גייען אונטערקומען דורכאויס יו"ט, מעג מען גיין מיט א מאסק שבת ווען מ'טראגט עס בלויז וויבאלד יענער לאזט דיר נישט אריין אין שפיטאל אדער אין ביהמ"ד אנעם מאסקע? קיין לעכט צו צינדן האב איך נישט געהאט (א פלאץ וואו צו צינדן אויך נישט..), קיין יקנה"ז לעכט האב איך נישט געהאט, מעג איך ניצן די שבת עלעוועיטאר אדער דארף איך גיין מיט די טרעפ? איך האב אנגערופן מיין דיין און אויסגעשמועסט אלע הלכות וואס איך האב צוטוהן דורכאויס יו"ט. אגב יעדע עטליכע מינוט ווען נוירסעס האבן אדורכגעוואקט אונזער אימיגראנטן געצעלט אין די האלוועי האבן זיי פארפירט sir, your mask does not cover your nose אז איך האב נישט אן די מאסק ארויף ביז העכער די נאז ווי די הלכה לויטעט למעלה מחוטמו עד זקנו עס מוז זיין ארויף העכער די נאז און אראפ ביז'ן בארדע..

די זייגער האט געוויזן 6:40 פארנאכטס און דערמיט זענען מיר אריין צוזאמען מיט גאנץ כלל ישראל אינעם הייליגן יו"ט ראש השנה תשפ"א הבעל"ט, האפענדיג פאר נייע יאר פול מיט שמחה ונחת נאך אזא שווערע יאר וואס מיר זענען אדורך, עס האט זיך שווער געגלייבט אז מיר גייען פארברענגען ראש השנה אין שפיטאל אבער דאס איז די פאקט און אזוי איז געווען באשערט. איך האב מיר געטעלט דאוענען מנחה מעריב אין די האלוועי איך האב פרובירט צו דאווענען די ראש השנה'דיגע נוסח זיך פארשטעלדיג וויאזוי אלע אידן דאווענען יעצט אין זייערע בתי מדרשים. אינמיטן דאווענען שטילע שמו"ע פון מערבית קומט א נוירס צו צו מיר און זאגט מיר אז איך דארף מיך ריקרוקן ן פון דא וויבאלד מ'וויל אנגרייטן נאך א אימיגראנטן געצעלט פאר אנדערע מענטשן, קיין צוויי ברירות האב איך נישט געהאט איך האב מיך געמוזט ארויפרוקן אינמיטן דאווענען צום קל חי אינעם הייליגן טאג ראש השנה.

שפעטער ביינאכט בין איך אראפגעגאנגען צו די ביקור חולים שטוב זיך צו כאפן דאס הארץ און געפראוועט א סעודה זייענדיג א פוסח על שתי סעיפים נישט האבענדיג א שטוב וואו צו עסן און דארט אינעם ביקור חולים איז נישט געווען קיין טיש און בענקלעך וואו זיך צו אראפזעצן, איך האב געדאנקט דעם באשעפער אז איך האב כאטשיג די נארהאפטיגע עסן און טרינקען וואס איז געווארן צוגעשטעלט דורך ביקור חולים.

המשך יבוא בעז"ה
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (צווייטער טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

שרייבסט גוט , מזל טוב צו דיין שמחה !

בדרך אגב
דאס גיין די מאסק לויט די פארשריפטן ( צודעקן די גאנצע נאז) איז א טובה פאר אנדערע אידן אויכעט אז די חברה זאלן נישט האבן נאך א סיבה צע פארבאטן באזיכער אין שפיטעלער
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (צווייטער טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

יישר כח און ברוך תהי'.

צו גיין מיט די מאסק העכער די נאז איז באמת שווער איך ווייס נישט וויאזוי זיי מאכן עס

מיר האט געוואונדערט אז נוירסעס האבן מיר עטליכע מאל געזאגט אז אויב די נאז איז נישט באדעקט איז די מאסק גארנישט ווערט. איז עס נישט די מויל וואס פארשפרייט די ווירוס לשיטתם?
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (צווייטער טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

צו באדעקן די נאז אן די מויל אדער די מויל אן די נאז איז אזוי ווי צוצומאכן האלב א סינק וואס רינט
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (צווייטער טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עולם הפוך, דו שרייבסט אזוי גוט אז עס דוכט זיך מיר ווי איך בין דארטן מיט דיר, אדער אז איך זעלבסט בין גאר דער שרייבער..
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (צווייטער טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

מזל טוב זייער שיין
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (צווייטער טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

עולם הפוך האט געשריבן:יישר כח און ברוך תהי'.

צו גיין מיט די מאסק העכער די נאז איז באמת שווער איך ווייס נישט וויאזוי זיי מאכן עס

מיר האט געוואונדערט אז נוירסעס האבן מיר עטליכע מאל געזאגט אז אויב די נאז איז נישט באדעקט איז די מאסק גארנישט ווערט. איז עס נישט די מויל וואס פארשפרייט די ווירוס לשיטתם?


לכאורה רעדסטו פון די disposable מאסקעס
עס איז דא צו קויפן פאר 3-2 דולר די מאסקעס געמאכט פון א דינע סארט קאטען מאטריאל וואס מען קען גרינגער אטעמען און מען קען אפילו אראפנעמען די אינעווייניגסטע חלק און לאזן די סחורה פון דרויסן מפני מראת העין ( אויפן אייגענע אחריות ..)
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (צווייטער טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

שיין שיין, איר שרייבט גוט!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (צווייטער טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

שכח צום צווייטן מאל, פארן צווייטן טייל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (צווייטער טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מזל טוב!

זייער שיין, שרייבסט גוט.

*********

די שבת רום איז נאך אויפן אלטן פלאץ?

ווי ווייט איך ווייס קען מען אין NYU גיין דורך די טרעפ צו אלע שטאקן, ס'איז ווינציג באנוצט, א נוירס האט מיר עס אמאל צוגעוויזן.

דארט אין די ביקור חולים / שבת שטוב פלעגט זיין כל טוב וטוב, לחם משנה לרוב עטליכע סארט, א ברייטע סעודה לויט יעדענס געשמאק מיט ווארמערס, אויך א טלית ערגעץ פארפאקט, כ'האף אז ס'איז שוין מער ווינציגער בעק טו נארמאל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (צווייטער טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

מזל טוב! שיין געשריבן!
התרגשות
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:23 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (צווייטער טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התרגשות »

farshlufen האט געשריבן:ווי ווייט איך ווייס קען מען אין NYU גיין דורך די טרעפ צו אלע שטאקן, ס'איז ווינציג באנוצט, א נוירס האט מיר עס אמאל צוגעוויזן.

לויט מיין עקספיריענס דארט, פון 2 יאר צוריק, קען מען נישט אריין דורך די טרעפ, צו די שטאקן פון די קינדער אפטיילונג.

די איינציגע מהלך אריין איז געווען דורך די שבת-עלעוועיטאר.

בנוגע די ביקור חולים שטוב: דורכאויס די לעצטע תקופה איז עס געווען אינגאנצן אפגעשלאסן. יעצט לכבוד דעם נייעם יאר האט מען עס צוריק געעפענט.
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (צווייטער טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

לכאורה האט געשריבן:עולם הפוך, דו שרייבסט אזוי גוט אז עס דוכט זיך מיר ווי איך בין דארטן מיט דיר, אדער אז איך זעלבסט בין גאר דער שרייבער..

נו גילו... דו זאגסט אויס אז די האסט געעפענט נאך א ניק.. :grin:

יישר כח אייך פאר די קאמפלימענט
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (צווייטער טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

יישר כח אלע פאר די קאמפלימענטן, עס געט גרויס חיזוק צו שרייבן ווייטער בעז"ה

@וואס עפעס, ווען איך בין אנגעקומען האב איך געטראגן א סחורה'נע מאסק אבער מ'האט מיר געזאגט ביים אריינגאנג אז ס'איז נישט גענוג גרויס און זיי האבן מיר געגעבן א פלאסטישע.

@farshlufen, מען קען נישט אריינגיין פון די טרעפ נאר אויב איינער עפענט די טיר פון אינעווייניג און ס'איז א פלאץ מען גייט זייער זעלטן דארט אדורך, און צו אנקומען צו/פון די טרעפ דארף מען אויך אדורכגיין עלעקטראנישע טירן.
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (צווייטער טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

דריטע טייל

-----

ראש השנה ביינאכט זייענדיג אין שפיטאל האב איך דארט געטראפן נאך א אינגערמאן ער איז געקומען פון וויליאמסבורג, וואס האט אויך געהאט א קינד למזל טוב, איך האב אים געזאגט אז איך האב מיר איינגעשריבן צו דאווענען אין א לאקאלע שול אויב ער וויל קומען דאווענען צוזאמען מיט מיר, מיר האבן זיך אפגעשמועסט צו טרעפן ראש השנה אינדערפרי און מיר גייען גיין צוזאמען דאווענען מיט די (צווייטע מנין) אום 10:30.

עס שטייט אז אום ראש השנה זאל מען אויפשטיין גאר פרי ביים עלות כדי נישט צו פארשלאפן די מזל, ראש השנה תשפ"א בין איך טאקע נישט געשלאפן ביים עלות (וויבאלד איך בין נאך אויפגעווען..) ארום 7:15 האב איך מיר צוגעלייגט צו כאפן כאטש א שטיקל א שלאף בעפאר'ן גיין דאווענען, מיין בעט איז געווען די ריקליינער וועלכע מען קען אויסציען אז ס'ווערט א געהעריגע בעט, די סטעף האבן מיר גערענגט א פיינעם קישן און א ווייסע ליילעך המכונה דאכענע, ס'איז געווען זייער זייער דין. איך בין אבער געווען זייער זייער מיד (נאכ'ן זיין אויף פון ערב ראש השנה סליחות) במילא בין איך פיין געשלאפן טראץ די דינע דאכענע.

ראש השנה אינדערפרי האב איך געזוכט ווי איך קען טרעפן דעם אינגערמאן פון ווילאמסבורג מיט וועמען איך האב אפגעשמועסט צו גיין צוזאמען דאווענען. איך האב פרובירט צו גיין אין צענטער פון די שטאק וואו אלע נוירסעס זיצן, איך שפאציר געמיטלעך אריין צו זוכן אויב ס'איז דא א צעטל אין וועלכע שטוב יענער געפינט זיך, sir, you are not allowed to walk in here האט א נוירס אויסגעשריגן מיט פאטאס, איך האב מסביר געווען פאר די נוירס אז איך זיך יענעם וויבאלד מיר ווילן גיין דאווענען, האט זי מיר געזאגט אז זי איז נישט ערלויבט ארויסצוגעבן וואו יענער איז, זי האט מיר געפרעגט וויאזוי יענער הייסט און זי גייט שיקן א נוירס צו איבערגעבן אז איינער זוכט אים. נאך עטליכע מינוט האב איך באמערקט דעם אינגערמאן פונדערווייטענס, ער האט געהאט באקומען א מעסעדזש דורך זיין נוירס אז איינער זוכט אים. מיר זענען אינאיינעם געגאנגען צו די "ביקור חולים שטוב" און זיך מחי' געווען מיט א פרישע ווארימע קאווע געמאכט מיט טעיסטערס טשויס בונדלעך. אני הקטן האב אנגעטון מיין טלית טונטער מיין בעקיטשע נישט וואוסענדיג וויאזוי די עמי הארץ וועלן רעאגירן צו אזא מאדנע ספעקטאקל. דער אינגערמאן פון וויליאמסבורג האט ווייזט אויס אין זיך דער עזות דקדושה און ער איז יא געגאנגען מיט'ן טלית מיט'ן פולן פראכט. איך האב אים געזאגט אז איך האף אז זיי גייען אים אויך אריינלאזן טראצדעם וואס ער איז נישט געווען איינגעשריבן צו קומען דאווענען.

מיר זענען אנגעקומען ארום 10:15, מ'האט דעמאלט געהאלטן אינמיטן רייניגן דאס ביהמ"ד צווישן איין מנין און די אנדערע (צןליב קאוויד), ביים אנקומען האט מיך דער גארד געפרעגט מיין נאמען, איך האב געצייגט מיין נאמען אויפ'ן ליסטע און ער האט מיר אריינגעלאזט, ער האט ב"ה אויך אריינגעלאזט דעם אנדערן אינגערמאן אנע קיין שום פראבלעמען. גלייך ביים אריינגיין אינעם בנין בין איך גלייך באפאלן געווארן אז איך האב נישט קיין מאסקע אויפ'ן פנים, זיי האבן מיך געגעבן א מאסק און איך בין אריין אין ביהמ"ד. די מתפללים זענען ע"ר רוב באשטאנען פון עלטערע אידן מבן חמשים ולמעלה, עס זענען אויך געווען אינגערע מתפללים אבער גאר אינגע - איך וואלט געזאגט אונטער 30 יאר - זענען כמעט נישט געווען דארט. א גאר אלטער אידל - זיס ווי צוקער - איז צוגעקומען צו אונז או אונז געפרעגט וויאזוי מיר הייסן, ער האט גערעדט א פליסיגן אידיש און ער איז געווארן באגלייט דורך זיין זון וועלכע איז שוין אויך געווען היפש ווייס. איך האב אים געפרעגט וויאזוי ער הייסט האט ער מיר געזאגט אז ער הייסט יעקב יאזעפאוויטש, ער האט אונז געזאגט אז ער האט נאך געלערנט אינדערהיים אין די ישיבה אין די שטאט סאטמאר, און זיין ראש ישיבה איז ר' ליפא'לע טייטעלבוים סעמיהאיער רב אן איידעם פון סאטמאר רבי זי"ע ער האט מיר געזאגט אז ער קומט פון פון סלאוואקיי (איך געדענק נישט די נאמען פונעם שטעטל). דערנאך איז צוגעקומען צו מיר אן עלטערער איד ער הייסט ר' מרדכי מארקס, ער האט מיר געפרעגט אויב איך קען א איד עקיבא הירש וואס וואוינט אויף דזשוליאני פלעיס אין וויליאמסבורג (אויף וואס מיין תירוץ איז געווען אז נישט) אויך האט ער מיר געזאגט אז ער קען גוט די ספינקא רבי פון קיעפ סט. (ר' אביש) און אוין דער קלארי רבי פון ווילאמסבורג.

איך בין צוגעגאנגען צו די גבאים פאר'ן דאווענען צו זאגן אז איך דארף אן עלי' וויבאלד איך וויל געבן א נאמען, זייער שמחה איז געווען אין לשער, זיי האבן דיסקוסירט צווישן זיך אויב זיי זאלן מיך געבן שלישי וויבאל איך בין א חסידישער למעשה איז שלישי שוין געווען רעזערווירט פאר איינעם האבן זיי אפגעמאכט אז איך גיי עולה זיין שישי(...). עמיצער (וועם איך בין שפעטער געוואויר געווארן אז ער איז די ראביי) האט אויסגערופן "שאנא טאווע ענד העפי ניו יער טו עווריבאדי", מיר גייען אנהייבן דאווענען פון המלך ביז אהין זאל מען זיך אליינס צוענדיגן, ביז געציילטע מינוט איז דער בעל תפילה אריינגעקומען, ער האט א גאנצן געטראגט 2 מאסקעס אויף זיין מויל און צוגאב צו א פלאסטישע באשיצונג (face shield), ער האט אנגעהויבן פן שוועת עניים, זייער נוסח איז ממש גענצליך אנדערש פון די וועלט'ס נוסח. די ראביי (וועלכער איז געווען בעל תפילה ביי די ערשטע מנין) האט במשכ'ן גאנצן דאווענען כסדר אויסגעשריגן צו אנצייגן אויף וועלכע פעידזש פון די מחזור מ'גייט יעצט זאגן (now we continue on page..) דער בעל תפילה האט זייער הויעך געדאווענט און אויך יאגעדיג צוליב קאוויד, זיי זאגן זייער ווייניג יוצרות, הגם די גרויסע לענגער פיוטים וואס מיר זאגן פסוק בפסוק מיט א ניגון זאגן זיי ע"פ רוב יא. ביי נקדישך זינג דער גאנצער עולם ביינאנזאם. א אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב אויפגעכאפט אז זיי זאגן נידט "מוריד הטל" אדער "מוריד הגשם" זיי לאזן עס גענצליך אויס, דער בעל תפילה זאגט אתה גיבור.. רב להושיע און גלייך דערנאך מכלכל חיים (ער האט געזינגען מכלכל).

בעפאר אתה הראת האט דער ראביי אויבגערופן אז צוליב קאוויד גייען נישט 2 מענטשן שטיין צוזאמען ביי די באלעמער, נאר דער וואס איז עולה זאגט די ברכה און גלייך דערנאך האט ער זיך אוועקגערוקט 6 פיס פונעם באלעמער און דער בעל קורא קומט צו ביז'ן באלעמער, און ווער ער ענדיגט ליינען רוקט זיך דער בעל קורא אוועק 6 פיס און דער וואס האט עולה געווען גייט צו זאגן די ברכה אשר בחר און מען מאכט נישט קיין שום מי שברך, דער וואס האט עולה געווען גייט גלייך אראפ פונעם באלעמער צו מאכן פלאץ פאר די נעקסטע מענטש. בעפאר אתה הראת זינגט דער גאנצער עולם צוזאמען די שטיקל פון אין כמוך. ווען דער בעל תפילה זאגט שמע ישראל און אחד הוא אלוקינו איז ער אויסגעדרייט צום עולם און ווען ער זאגט גדלו לשם דרייט ער זיך צוריק צו די ארון קודש (וועלכע האט געהאט 6 הערליכע גרויסע ספרי תורה אלע טראגענדיג די א מענטעלע פון די זעלבע דעזיין), דערנאך גייט וואקט דער בעל תפילה ארום די גאנצע ביהמ"ד מיט די ספר תורה ביז ער קומט צוריק אן צום באלעמער.

א אינטערעסאנטע זאך האב איך געזען אז מ'פארקויפט נישט דארט די עליות, נאר ווער ס'מאכט אפ אז ער דארף אן עלי' שטעלט זיך אויף און גייט ביז'ן באלעמער און מ'רופט אים אויס (איך האב מורא אז דער עולם גייט אנהייבן אהינגיין דאווענען ראש השנה..)

בעפאר איך האב עולה געווען האט דער ראביי אויסגערופן אז טראצדעם וואס מ'מאכט נישט קיין מי שברך'ס גייט מען יעצט מאכן א מי שברך פאר דאס קינד און פאר די יולדות, נאכ'ן עולה זיין האט די ראביי געזאגט די מי שברך און האט געגעבן די נאמען. זיי האבן געזינגען סימן טוב און געקלאטשט און יעדער האט הילכיג אויסגעשריגן מזל טוב, איך בין גלייך צוריקגעגאנגען צו מיין פלאץ, אויפ'ן וועג צו מיין פלאץ האט מיר דער אויבנדערמאנטער ר' יעקב יאזעפאוויטש אפגעשטעלט טון ער העאט מיר געזאגט יישר כח און מזל טוב, איך האב אים געבעטן אז ער זאל מיר געבן א ברכה, האט ער מיר אנגעוואונטשן אז איך זאל זעהן אידיש נחת, און ער האט מיר געזאגט דו ווייסט פארוואס מ'וואונטש אן אידיש נחת? ווייל עשיו האט געהאט א זון נחת.. א צוויטער איז צוגעקומען פרעגן די נאמען און געזאגט אז ס'איז א שיינע נאמען (זעהט אויס אז זייערע פרויען פרעגן אויך וועלכע נאמען האט ער געגעבן?...).

ווען מ'ענדיגט ליינען ליינט דער בעל תפילה פאר זייער שטייט די גאנצע הפטורה (שוין באלד לענגער ווי די גאנצע דאווענען), די גאנצע עולם זיצט שטיל און הערט אויס, קיינער רעדט נישט קיין ווארט דעמאלט. ווען מ'לייגט צוריק די ספר תורה ביי די שטיקל פון ובנוחה יאמר זינגט די גאנצער עולם נאכאמאל צוזאמען פון די וועטער עץ חיים הוא און ווייטער.
דערנאך האט די ראביי געהאלטן א דרשה צו מעורר זיין דעם עולם און האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון מלכיות זכרונות און שופרות. דערנאך האט דער בעל תפילה געזאגט הנני העני. שטילע שמונה עשרה האבן זיי גאר שנעל געדאווענט ס'איז ממש נישט געווען מעגליך צו דאווענען אזוי שנעל. ביי די פיוט פון וכל מאמינים האט זיך יעדער אויפגעשטעלט און מ'זאגט עס זינגענדיג צוזאמען. ביי עלינו לשבח ביקט זיך דער גאנצער עולם צוזאמען מיט די בעל תפילה, א חלק עולם ביז דער ערד א חלק עולם נאר א שטארקע בייג אראפ. א זייער אינטערעסאנטע זאך ביי דוכענען איז אז דער בעל תפילה זאגט פאר די ווערטער יברכך, השם, וכו גאר שטיל קוים וואס מ'קען אים הערן און דער כהן זאגט עס נאך הויעך. בעפאר'ן דוכענען זאגט די כהן אליינס פאר הויען די יהי רצון פון פאר'ן דוכענען. נאך עלינו זאגן זיי די יוםן און לדוד השם אורי. נאכ'ן דאווענען איז דער עולם ווידעראמאל צוגעקומען אנוואונטשן מזל טוב. דער ראביי האט זיך אנטשולדיגט פאר דעם אנדערן אינגערמאן (וועלכער האט געהאט א בן זכר) אז מ'האט אים נישט געקענט געבן א מי שברך און ער האט געזאגט אז ער גייט אים געבן זיין פערזענליכע ברכה.

פארזעצונג קומט אי"ה
לעצט פארראכטן דורך עולם הפוך אום דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:08 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”