מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (זיבעטע און לעצטע טייל שוין ארויף)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (דריטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

הערליך שיין באשריבן, מיר באלעקן זיך די פינגער..

די הקפדה נישט צו דאווענען אדער אפי׳ אריינגיין אין א שול מיט א איזרעילי פאן איז בדרך כלל נאר ביי די אידן הדבוקים בצל מרן הגה״ק מסאטמאר זי״ע וזה פשוט מאד
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (דריטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

שיין געשריבן,
ס'ליינט זיך זייער געשמאק און איז אינטערעסאנט. שכח (צום דריטן מאל).

די "אידיש נחת" פון ר' יעקב'ן האב איך אויך זוכה געווען צו באקומען ווען איך האב געדאוונט דארט ביי א שמחה און געהאט א שטיקל שמועס מיט אים. ער איז מתוק מדבש.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (דריטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

איך בין עמעיזד פון דיין חוש הכתיבה
א שייינע שמחה האט געברענגט א שייינע באשרייבונג
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (דריטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

זייער אינטרעסאנט און געשמאק!
אן עקסטערע הכרת הטוב פאר'ן שרייבער וועלכע האט אין אזעלעכע פארנומענע טעג גענומען די מי צו פארשרייבן זיין איבערלעבעניש און משמח זיין אזויפיל יודן דא אויפן וועלטל...
דער באשעפער זאל דיר שיקן א גמח"ט זאלסט מגדל זיין דעם קינד און די אנדערע קינדער לתורה לחופה ולמע"ט ערליכערהייט גרינגערהייט פרייליכערהייט מיט אסאך נחת מיט דעת און הרחבת הדעת מיט אלע גיטע ברכות!
עס זאל זיין ימלא ה' משאלות לבך לטובה, אכיה"ר.

ווי עס וואונטשט
הק' פרינדזשעס..
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (דריטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

עולם הפוך האט געשריבן:
אייוועלט שרייבער האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט

וויאזוי האט מען געמאכט הגבה גלילה?

מען הייבט אויף די ספר תורה גראד אויף ארויף

ניין איך מיין צו פרעגן ווי אזוי מען דרייט עס צוזאם מען דארף דאך שטיין נעבן
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (דריטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

אייוועלט שרייבער האט געשריבן:
עולם הפוך האט געשריבן:
אייוועלט שרייבער האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט

וויאזוי האט מען געמאכט הגבה גלילה?

מען הייבט אויף די ספר תורה גראד אויף ארויף

ניין איך מיין צו פרעגן ווי אזוי מען דרייט עס צוזאם מען דארף דאך שטיין נעבן

זיי האבן עס אויפגעהויבן און דערנאך אראפגעלייגט אויף די באלעמער און עס צוזאמגעדרייט ליגעדיג.

ווען מען איז געגאנגען הגבה אויף די צווייטע ספר איז טאקע דער מענטש וואס האט געהאלטן די ערשטע ספר אראפגעגאנגען פונעם באלעמער.
אוועטאר
בן ימיני
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 02, 2018 9:21 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (דריטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן ימיני »

עולם הפוך האט געשריבן:
אייוועלט שרייבער האט געשריבן:
עולם הפוך האט געשריבן:
אייוועלט שרייבער האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט

וויאזוי האט מען געמאכט הגבה גלילה?

מען הייבט אויף די ספר תורה גראד אויף ארויף

ניין איך מיין צו פרעגן ווי אזוי מען דרייט עס צוזאם מען דארף דאך שטיין נעבן

זיי האבן עס אויפגעהויבן און דערנאך אראפגעלייגט אויף די באלעמער און עס צוזאמגעדרייט ליגעדיג.

ווען מען איז געגאנגען הגבה אויף די צווייטע ספר איז טאקע דער מענטש וואס האט געהאלטן די ערשטע ספר אראפגעגאנגען פונעם באלעמער.



אין נתיבות עולם (הנקרא מלאכים) אין וויליאמסבורג מאכט מען אויך אזוי הגבהה
און אזוי אויך ליינט דער בעל המפטיר דארט די גאנצע הפטורה הויך.
newschest79
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 2:26 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (דריטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך newschest79 »

אין ארץ ישראל (שטיבלאך בית ישראל) ליינט אויך די בעל קורא די הפטרה הויך.
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (דריטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

פערטע טייל

--------

די גאנצע ראש השנה דאווענען אנגעהויבן פון המלך ביז נאך עלינו האט גענומען אומגעפער ארום 2 שעה (גענוי ווי די קא-פרעזידענטן פון די שול האט מיר געזאגט בעפאר יו"ט), די גאנצער עולם דארט איז געזיצן מיט מאסקעס אויפ'ן פנים מרישא ועד גמירא, באדעקט פון העכער די נאז ביז'ן. איך בין געווען זייער הייס דעריבער האב איך אביסעלע אראפגעריקט די מאסקע אז ס'זאל נישט באדעקן די נאז, אינמיטן דאווענען איז א עלטערע איד צוגעקומען צו מיר אויפמערזאם מאכן א איך זאל ארויפריקן די מאסקע. קיין פאזע איז ישט געווען, אויך האט קיינער נישט בלי שום יוצא מן הכלל געמאכט קידוש ביים ליינען.

נאכ'ן דאווענען זענען מיר ביידע אהיים צוזאמען צו אונזער צימער אין שפיטאל. אויפ'ן וועג צוריק בין איך שוין אויך געגאנגען מיט'ן טלית אויף די בעקיטשע (נישט ווי ביים גיין אין שול), שטריימלעך זענען מיר אבער נישט געגאנגען (ס'איז דא עפעס א מנהג אז אין מאנהעטן גייט מען נישט מיט א שטריימעל..). אנקומעדיג צוריק אין שפיטאל זענען מיר געגאנגען אין "ביקור חולים שטוב" צו נעמען מכל טוב וטוב לכבוד די סעודת שבת/יו"ט, ספעציעל האט ארויסגעשטארט די גאר געשמאקע נארהאפטיגע טשולענט, פאטעיטא קוגל און לאקשן קוגל וואס איז געווארן נתנדב דורך ר' חיים הערש קויפמאן.

שבת נאכמיטאג אום 6:30 האט מען געדאווענט מנחה אינעם ביהמ"ד, דאס מאל זענען מיר שוין געווען 3 אידן צוזאמען (דער דריטער האט געדאווענט אינדעפרי אין די אויבנדערמאנטע חב"ד שול אויף פיפט עוו.), מיר זענען געגאנגען אינאיינעם אין ביהמ"ד, און דאסמאל זענען מיר שוין אפילו געגאנגען מיט די שטריימעל אויך. אויפ'ן וועג האט אונז דער דריטער אינגערמאן מיטגעטיילט נאטיצן פון זיין דאווענען אין חב"ד. די דאווענען האט דארט גענומען 4 שעה פון 9:00 ביז 1:00. די חב"ד רב האט כסדר געהאלטן דרשות, און ער האט געזאגט אז ווען נישט אים וואלטן זיי ווארשיינליך נישט געהאט קיין מנין. מיר זענען אנגעקומען אין ביהמ"ד האט מיך די גארד געפרעגט אויב מיר זענען געווען דא אינדערפרי? אויף וואס מיין ענטפער איז געווען יא! אזוי האט מען ב"ה אויך אריינגעלאזט דעם דריטן אינגערמאן. ביי מנחה איז געווען א פיל קלענערע עולם ווי ביי שחרית, צויב דעם וואס ס'איז געווען קוים 10 אידן האט מען געווארט עטליכע מינוט און מ'באט אנגעהויבן דאווענען 6:45. היות ס'איז געווען שבת האט מען געליינט אין די ספר תורה, מען האט געזוכט מיט לעכט א בעל קורא איינער וואס זאל ליינען, מען האט אונז שטארק געבעטן צו ליינען זיי האבן געזאגט אז זיי גייען אונז אונטערזאגן.. אבער קיינער פון אונז האט נישט געקענט. איז געווען דארט אן עלטערער איד וואס האט געזאגט אז ער קען ליינען אבער ער מוז זיך אויסטוהן זיין מאסק צו קענען ליינען הויעך, דער אנפירער פון די מנין האט אבער נישט מסכים געווען (ענדערש נישט ליינען ווי איידער ח"ו אויסטוהן די מאסק פאר 3 מינוט), ער האט יענעם געפרעגט מיט וואונדער, וואס איז די פראבלעם מיט די מאסק? די קענסט ממש נישט ליינען דערמיט?, צום סוף איז אנגעקומען די בעל קורא וואס האט געליינט אינדערפרי און יענער האט געליינט. ביי מנחה איז די ראביי נישט געווען (וויבאלד ער וואוינט זייער ווייט פון די שול).

מעריב האבן זיי געדאווענט 7:15 דעריבער זענען מיר נישט געבליבן און מיר זענען צוריקגעגאנגען אין שפיטאל וואו מיר האבן זיך געוואשן צו של"ס אינעם ביקור חולים שטוב. דער צווייטער אינגערמאן - וואס העלפט ארויס ביקור חולים דורכאויס מיט'ן טראגן עסן אין שפיטעלער אין די ביקור חולים שטובער - האט אין זיך אריינגעבאקן די מידת החסד, דעריבער האט ער מיר געזאגט אז דארף אינזין האבן אז נאכ'ן זמן (מוצאי שבת) זאל איינער זיכער מאכן צו אריינלייגן פרישע זופ און נאך פארציעס פאר די אידן צו עסן. נאכ'ן זמן מוצאי שבת האבן מיר אנגעפולט די ווארמער מיט פרישע זופ און עטליכע ערליי פליישן און צושפייז. זענדיג די דאגה פון דעם אינגערמאן צו זיכער מאכן אז א צווייטער האט וואס צו עסן האב איך געטראכט צו מיר אז שטענדיג קען מען טרעפן וויאזוי צו טון חסד פאר א צווייטן איד אפגעזען אין וואספארא מצב מ'איז. דעם צווייטן טאג ראש השנה אינדערפרי בין איך אראפ אינעם ביקור חולים שטוב און גענומען א פיינע ווארימע קאווער און איך האב מיר ארויסגעזעצט אביסל לערנען אין די NYU חצר (court yard). די חצר איז שיין אויסגעפלאסטער מיט שיינע ביימער און גראז, (די לערנען דארט האט מיר דערמאנט פון די גוטע טעם ווען מ'זיצט סוכות אינדערפרי אין די קילע סוכה און מ'לערנט א שיינער ענין אויף סוכות..). די וועטער איז געווען היפש קאלט דעריבער האב איך ארויפגעצויגן די מאסק אויפ'ן פנים זיך צו האלטן ווארעם (די איינציגסטע מאל וואס איך האב הנאה געהאט פונעם מאסק).

ארום 10:15 בין איך אנגעקומען אין ביהמ"ד, איך האב דארט ווידעראמאל געטראפן דעם געשמאקן אידל ר' יעקב יאזעפאוויטש, דעם צווייטן טאג האט ער געדאווענט מיט די ערשטע מנין. איך בין צוגעגאנגען צו אים און ער האט מיר פארציילט מער דעטאלן אז ער האט געלערנט אין סאטמאר (וואס איז געווען אונטער די אונגארישע הערשאפט) און נאך זמן האט מען אים פארטריבן צוליב דעם וואס ער איז נישט געווען דארט לעגאל. ער האט מיר געזאגט אז ער איז א קרוב מיט די רבי'שע רובין משפחה און מיט משפחת מענדלאוויטש (איך בין נישט באקאנט וועלכע). ער האט מיר געזאגט אז ער האט שוין ארויסגעגבן א בוק מיט'ן נאמען "Unbelievable Things" און ס'איז דא צו קויפן אנליין (איך האב עס געזוכט און נישט געטראפן), ער האט מיר געזאגט אז ער שרייבט דארט נאר איין פראצענט פון וואס עס האט זיך אפגעטון אונטער די נאציס ימ"ש. זעענדיג אז דער איד איז ב"ה גאר פריש ביז גאר האב איך אים געזאגט אז מ'דארף מאכן א אינטערוויאו מיט אים, האט ער געזאגט אז ער האט שוין געהעבן גאר אסאך אינטערוויאוס. האב אים געפרעגט אויב ער האט שוין געהערט פון "קול מבשר" האט ער מיר געזאגט אז יא, מ'האט אים אינטערוויאוד נאכדען וואס איינער האט אים געטראפן דיי א דענטיסט און ער האט געגעבן זיין נומבער פאר קול מבשר. דערנאך האט ער מיר געזאגט אז ער האט נישט געוואוסט אז די שמועס מיט דרעזנער ווערט רעקארדירט אלס א אינטערויאו, ער האט געמיינט אז דרעזנער וויל אריבערקומען צו אים און וועגן דעם האט ער אים גערופן, דערנאך האט ער באקומען אסאך קאלס פון מענטשן איז ער געוואויר געווארן אז ס'איז געווען א אינטערוויאו.

אויף מיין פראגע אויב ער איז ברוגז אז מ'האט אים רעקאדירט אן זיין רשות האט ער געזאגט אז נישט. איך האב אים געפרעגט אויב איך מעג אייך פרעגן ווי אלט זענט איר? האט ער מיר געענפערט אז ער איז ב"ה א בן צ"ה (95) יאר. איך האב אים געגעבן א ברכה אז ער זאל לעבן ביז די 120 יאר. ער איז דער געווען דער איינציגסטער איד דארט וואס איז נישט געגאנגען אינגאצו צוגעדעקט מיט א מאסק (ס'וועט אים שוין נישט שאטן..). ער האט מיר געזאגט אז ער פלעט צו גיין 30(!) גאסן א וועג יעדע שבת צו א ביהמ"ד וואו ער פלעגט דאווענען, אבער יעמט קען ער נישט געהעריג גיין צוליב דעם וואס ער האט געהאט א 'ספיין' אפעראציע מיט ארום 5 וואכן צוריק במילא גייט ער יעצט שווער. איך האב אים געפרעגט אויב ער זיצט אין א ווילטשעיר? האט ער מיר גאזאגט אז נישט, ער וויל בשו"א גיין אין א ווילטשער, ער האט א וואקער און ער האפט ביז עטליכע וואכן צו קענען צוריק גיין גענצליך אליין אן הילף. ער האט מיר געזאגט עס איז טאקע שווער פאר מיר יעצט אבער ווי מער איך גיי יעצט אלץ גרינגער גיי איך קענען גיין אין עטליכע וואכן ארום. איך ממש געשטוינט פון זיינע שטארקע כוחות הנפש.
ער איז אליינס אראפ די טרעפ פון ביהמ"ד ער האט נישט געלאזט אז מען זאל אים העלפן. אנקומענדיג אונטן האט זיין זין זיך געבעטן ביי אים טאטי איך וויל דיך העלפן גיין, האט ער אים געזאגט זארג דיך נישט איך גיי נישט אראפ פאלן און דער זין האט אויפגעגעבן..

פארזעצונג קומט אי"ה
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פערטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

דאס איז ממש @קרעמערס נוסח
וואונדערבאר!
אז יענער קען קענסטו אויך
חיים חייקל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 02, 2019 11:20 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פערטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים חייקל »

הערליך שיין באשריבן. מיט א רייכע שפראך.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פערטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

יישר כוח!!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פערטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

הערליך שיין און גוט געשריבן!
איך ווארט שוין קוים אויף די נעקסטע.
איך מיין אז יעצט וועט דער עולם דאווענען אז דו זאלסט מאכן אסאך שמחות אזוי וועלן אונז האבן אסאך צו ליינען פון דיינע סחורה.
----
א רבנישע מענדלאוויטש איז מסתם נאר פון די לאדאני משפחה.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פערטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

יעצט דורכגעליינט פון אנפאנג מיט איין אטעם, זייער פליסיג געשריבן, שכח פארן מיטטיילן!!

בד"וו מזל טוב, זאלסט זעהן אסאך נחת.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פערטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

הערליך און א מייסטער ווערק
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פערטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

אמן ואמן אויף אלע ווארימע ברכות און יישר כח נאכאמאל פאר אלע קאמפלימענטירער.
לעצט פארראכטן דורך עולם הפוך אום פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 2:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פערטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

שטומפיג האט געשריבן:הערליך שיין און גוט געשריבן!
איך ווארט שוין קוים אויף די נעקסטע.
איך מיין אז יעצט וועט דער עולם דאווענען אז דו זאלסט מאכן אסאך שמחות אזוי וועלן אונז האבן אסאך צו ליינען פון דיינע סחורה.
----
א רבנישע מענדלאוויטש איז מסתם נאר פון די לאדאני משפחה.

קען זיין. ער האט מיר געזאגט די באקאנטע מענדלאוויטש משפחה פון וויליאמסבורג און בארא פארק.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פערטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

יישר כח פאר די שיינע באשרייבונג אין מזל טוב צום פרישע מיידעל זאלסט זען אסאך אידיש נחת געזונטרהייט

ב.ד.וו. פארוואס האסטו נישט אריינגעוואקט צי באבי קיין ווילי ?
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פערטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

קיפ איט קאמונג
איך באלעק מיר חיט דיינע ווערק
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פערטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

פיפטע טייל

-----------

נאכ'ן דאווענען צווישן די ערשטע און צווייטע מנין האב איך מיטגעהאלטן א שמועס פון עטליכע אידן אז זיי האפן אז טראמפ גייט געוואונען ווידערערוויילונג, ער מוז געוואונען האבן זיי דיסקוסירט, (א שטיקל סתירה פון גיין 24/7 מיט א מאסק און שטיצן טראמפ..).

די ערשטע טאג נאך שחרית האט דער ראביי אויסגערופן אז צוליב קאוויד גייט מען (דעם צווייטן טאג) בלאזן בלויז 60 תקיעות. דער בעל תוקע איז געווען דער אויבנדערמאנטער ר' מרדכי מארקס. דעם צווייטן טאג אינדערפרי איז ער צוגעקומען צו מיר פרעגן וויאזוי מ'בלאזט אין סאטמאר די שברים'ס וויבאלד ס'איז דא מקומות וואס בלאזן דעם שברים מיט אנדערע קנייטשן, איך האב מיר פארגעשטעלט אז מער ווייניגער איבעראל אין די חסידישע וועלט בלאזט מען די שברים'ס אויף די זעלבע וועג, דעריבער האב איך אים מסביר געווען וויאזוי מ'בלאזט, then you'll be happy איז געווען זיין ענטפער, ווי איינער זאגט איך בלאז אויך אזוי. איך האב אים געפרעגט וואס וועט זיין מיט מאה קולות? האט ער מיר געזאגט אז ס'קען זיין אז ער וועט יא בלאזן 100 תקיעות.

כמעשהו ביון ראשון כך מעשהו ביום שני. דער בעל תפילה איז געווען די זעלבער ווי פונעם ערשטן טאג, יעדער איז געקומען פאמאסקירט און יעדער איז געזיצן סאשעל דיסטענסיג. ביי שיר המעלות ממעמקים פירן זיי זיך צו עפענען דעם ארון קודש. ביי די וועטער ברוך אתה ה' "מלך על כל הארץ... ויום הזכרון" זינגט דער בעל תפילה צוזאמען מיט'ן גאנצן עולם צוויי מאל די ווערטער, "מלך על כל הארץ אוי מלך על כל הארץ", דאס איז גאר מערקוועדיג וויבאלד ער האט אינמיטן חזרת הש"ץ און נאכדערצו אז ער האלט נאכ'ן זאגן ברוך את ביים סוף פונעם ברכה. ביי די שטיקל בספר חיים ביים סוף פון חזרת הש"ץ זינגט דער גאנצער עולם די באקאנטע בספר חיים ניגון (אויף וואס מיר זענען אלע אויפגעוואקסן..) ביי אבינו מלכינו האבן זיי אנגעפאנגען מיט די ערשטע אבינו מלכינו "חטאנו לפניך" (מיר זאגן עס נישט אום ראש השנה), דערנאך זאגט יעדער צוזאמען די אבינו מלכינו'ס ביז מנע מגיפה. דארט האט דער בעל תפילה אנגעהויבן צו זאגן פסוק בפסוק ביז נאך כתבינו בספר סליחה (אנדערש ווי ביי אונז דורכאויס עשי"ת זאגן מיר פסוק בפסוק פון החזרינו בתשובה). די לעצטע אבינו מלכינו ביים סוף זינגט די גאנצער עולם צוזאמען די באקאנטע שטייטע ניגון (דאכציך פון ר' חיים באנעט) אויף אבינו מלכינו חנינו וענינו.. עשה עמנו צדקה וחסד.

בעפאר'ן ליינען האט דער ראביי אוסגערופן "We are going to read the Parsha of Akeidah and the binding of Isaac" (מיר גייען ליינען די פרשה פון די עקידה און דאס צובינדען פון יצחק). מען האט זיך ממש געבעטן ביי מענשטן אז זיי זאלן עולה זיין, איינער האט צוערשט קאטעגאריש אפגעזאגט, דערנאך האט ער געטון א טובה און מסכים געווען צו עולה זיין. דעם צווייטן טאג האט די ראביי (וואס האט געדאווענט פאר'ן עמוד ביי די ערשטע מנין) פארגעליינט די גאנצע הפטורה, עס האט געדויערט שנעלער ווי די ערשטע טאג ווען דער בעל תפילה (באדעקט מיט 2 מאסקעס) האט פארגעליינט גאר שטייט די הפטורה.

בעפאר מוסף האט דער ראביי ווידעראמאל געהאלטן א תקיעות שופר דרשה, ער האט ארומגערעדט איבער די פרשת העקידה, ער האט געברענגט פון א ספר וואס פרעגט אז דער באשעםער איז דאך א א-ל מלא רחמים, וויאזוי קען זיין אז דער באשעפער האט פארלאנגט פון אברהם אבינו אז ער זאל אוועקלייגן אלע זיינע עמאציאנאלע געפילן אין א זייט און ער זאל גיין שחט'ן זיין אייגן קינד? נאר וואס דען האט דער ראביי געזאגט א פשט, אז דער באשעפער האט טאקע געוואלט אז אברהם אבינו זאל שחט'ן יצחק און אברהם האט טאקע נישט אוועקגעשטיפט זיינע געפילן צו זיין קינד, נאר פארקערט גאר ער האט אויסגענוצט די צייט און איינגעריסן , די זעלבע זאך דארפ'ן מיר זיך ארויסלערנען אז ווען דער באשעפער שיקט א צרה אויף א מענטש, איז אוודאי דארך מען עס אננעמען באהבה ווייל דאס איז דאך דער רצון הבורא, איז אבעכ נישט פשט אז מ'דארף זיצן מיט פארלייגטע הענט אן זאגן די באשעפער האט געשיקט די צרה און איך נעם עס אן באהבה, פארקערט טאקע אין יענע צייט זאל מען אויך איינרייסן און בעטן צום באשעפער אז ער זאל העלפן.

די ראביי האט ווידעראמאל אויסגערופן אז צוליב די מצב גייט מען נאר בלאזן 60 תקיעות. בעפאר'ן אנהייבן זאגן למנצח האט ער אויסגערופן אז מ'גייט נאר זאגן איינמאל למנצח, אזוי אויך איז נישט געווען קיין "בעל מקרא" צוליב קאראנא. נאר יעדער האט אליינס געדארפט אינזין האבן וואו מ'האלט מיט די תקיעות. דער בעל תוקע האט זיך ארומגעמיטשעט א היפשע פאר מאל, אבער למעשה האט ער עס געמאכט. ער האט נאר געבלאזן די ערשטע 30 תקיעות, די תקיעות ביי שטילע שומ"ע האט ער נישט געבלאזן, אזוי אויך די לעצטע 10 תקיעות פון קדיש האט ער אויסגעלאזט. נאכ'ן דאווענן איז ר' מרדכי מארקס צוגעקומען צו מיר און זיך אנטשולדיגט אז ער איז נישט בעה"ב אין ביהמ"ד במילא האט ער נישט געקענט בלאזן 100 תקיעות. אויך האט ער מיר געזאגט אז ער האט גענוצט זיין טלית צו באדעקן דאס פלאץ פון וואו די קול קומט ארויס פונעם שופר (צוליב קאראנא) אז עס זאל ח"ו נישט ארויסקומען צו די פובליק די לופט פון זיין מויל.

דערנאך האב איך געכאפט א שמועס מיט די ראביי. איך בין געוואויר געווארן איז ער נאר די צייטווייליגע ראביי - צוליב וואס די אפיציעלי ראביי, וואס הייסט ראביי שלוש איז געפארן אויף א"י פאר א יאר צייט מיט זיין משפחה -. דער צייטווייליגער ראביי הייסט יושע מערמעלשטיין, ער איז אין זיינע צוואנציגער יארן און ער איז נאכנישט פארהייראט, ער וואוינט ביי זיינע עלטערן אין שטוב אין די East side נעבן די בריק, עס נעמט אים 40 מינוט א וועג פון זיין הויז ביז'ן אדרת קל ביהמ"ד וואו ער דינט אלס צייטוויליגע ראביי. ער האט מיר געזאגט אז ער האט נארוואס באקומען זיין סמיכה פון "ישיבה יוניווערסעטי" (YU) צו משמש זיין ברבנות, און ראש השנה איז געווען זיין ערשטע אפיציעלע יו"ט וואס ער האט אנגעפירט (ער האט געמאכט גאר א פיינעם דזשאב אלס ראביי). אויף מיין פראגע אויב ער איז געגאנגען אין א חב"ד קלאס? האט ער מיר געזאגט אז ער האט אים גענומען 4 יאר זיך צו לערנען אלע הלכות. ער האט אוועקגעמאכט די חב"ד שלוחים אז זיי באקומען זייער סמיכות איינס צוויי און זיי דארפן נישט קענען אלעס גוט. אויך האט ער מיר געזאגט אז ער דרייט זיך כסדר אין וויליאמסבורג. ער קויפט פאטעיטא קוגל ביי גאטליעב'ס רעסטוראנט.. ער קויפט וויין ביי די לחיים ליקער געשעפט.. און ער האט אפילו גענומען זיין קאוויד 19 טעסט ביי די urgent care אויף ליע עוו..

פארזעצונג קומט אי"ה
לעצט פארראכטן דורך עולם הפוך אום דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 1:07 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פיפטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

וועלכע תקיעות האט מען אויסגעלאזט?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פיפטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

באקסער בוים האט געשריבן:וועלכע תקיעות האט מען אויסגעלאזט?

פון שטילע שמונה עשרה און פון די לעצטע קדיש.
newschest79
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 2:26 pm

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פיפטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך newschest79 »

wow

זייער שיין און דעטאלירט.

ער האט דיר געלאזט בלאזן די איבריגע תקיעות (להשלים למנין מאה) מיט זיין שופר?
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פיפטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

דער עולפ הפוך איז גאר גאר גוט
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין ראש השנה אין שפיטאל - אונטערן שאטן פונעם מאסק (פיפטע טייל שוין ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

newschest79 האט געשריבן:wow

זייער שיין און דעטאלירט.

ער האט דיר געלאזט בלאזן די איבריגע תקיעות (להשלים למנין מאה) מיט זיין שופר?

איך האב ב"ה משלים געווען, אבער נישט דורך הרב מארקס.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”