ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

איך שיווער....
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

@וואלטיער
דע וואך איז יום שלישי נדחה ליום שישי
מיר זענען גאר דאנקבאר פאר די נאטיץ
אויך האף איך אז ס'וועט זיין לכבוד זה א גליון מוגדל!!!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יעצט געליינט דעם לעצטן
ס’אטעם האסטו מיר אפגענומען
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17132
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ייש"כ וואלטיער פאר'ן לאזן וויסן..

מ'קען צוריק לויז מאכן די נערוון אפאר טאג...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

מ'קען קום ווארטן
ייש"כ פאר ביז אהער
אוועטאר
nice man
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 26, 2021 9:04 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nice man »

וואלטיער האט געשריבן:האפנטליך אויף דאנערשטאג אי"ה
וואלטיער

:cry:
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

יישר כח פארן מודיע זיין
תושב גלילות קי
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2019 12:11 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תושב גלילות קי »

בינעך נייע דא. יעצט אדורעך געליינט די גאנצע, נישט געליינט אזונס זינט און די ישיבה יארן... דער איז מוראדיג

נב. ווי קען מען זעהן מער באשרייבונגען פון הרב וואלטיער,און פון יש לו מנה? אדער אנדערע נאוועלס?
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

תושב גלילות קי האט געשריבן:בינעך נייע דא. יעצט אדורעך געליינט די גאנצע, נישט געליינט אזונס זינט און די ישיבה יארן... דער איז מוראדיג

נב. ווי קען מען זעהן מער באשרייבונגען פון הרב וואלטיער,און פון יש לו מנה? אדער אנדערע נאוועלס?

גא"מ ?
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8331
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:
תושב גלילות קי האט געשריבן:בינעך נייע דא. יעצט אדורעך געליינט די גאנצע, נישט געליינט אזונס זינט און די ישיבה יארן... דער איז מוראדיג

נב. ווי קען מען זעהן מער באשרייבונגען פון הרב וואלטיער,און פון יש לו מנה? אדער אנדערע נאוועלס?

גא"מ ?

viewtopic.php?f=3&t=44247&p=2373099&hilit=%D7%91%D7%A0%D7%99%D7%9E%D7%99%D7%9F+%D7%A4%D7%90%D7%A8%D7%9B%D7%90%D7%A4%D7%98#p2373091
תושב גלילות קי
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2019 12:11 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תושב גלילות קי »

Thank you האט געשריבן:
נישט ווי יעדעם האט געשריבן:
תושב גלילות קי האט געשריבן:בינעך נייע דא. יעצט אדורעך געליינט די גאנצע, נישט געליינט אזונס זינט און די ישיבה יארן... דער איז מוראדיג

נב. ווי קען מען זעהן מער באשרייבונגען פון הרב וואלטיער,און פון יש לו מנה? אדער אנדערע נאוועלס?

גא"מ ?

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 8#p2373091


ישר כוח הרב @Thank You
גיי
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 12:38 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי »

הוים יום שלישי נדחה!!
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

וואלטיער האט געשריבן:האפנטליך אויף דאנערשטאג אי"ה
וואלטיער

היום יום חמישי!!
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 13, צווייטער טייל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

כאטש די גערוישן פון די שווער-פאלנדיגע רעגן האבן פארשטומט מייסטנס פון די געפעכט קלאנגן וואס זענען געקומען פון אינדערויסן, און דערנאך פון די ארומיגע צימערן, זענען נאך אלץ עטליכע קלאנגען אנגעקומען צו זיינע אויערן דורך די לעכער נעבן די טיר. א געוויסע פראצענט וועטעראנען האבן געהאט פאוסט-טראומאטישע סטרעס וואס האט געברענגט אז ווען זיי האבן געהערט די קלאנגען פון מלחמה, אזויווי שיסערייען אדער אנדערע הויכע גערוישן, האט זיך ערוועקט אין זיי די שרעק און פיין פונעם שלאכטפעלד און האט זיי אנגעצויגן און אפעקטירט אין א נעגאטיווע וועג. אלישייב איז אבער געווען פארקערט. די אדרענאלין האט זיך אין אים ענטצינדן ווי נאר זיין מח און קערפער האבן דערקענט די קלאנגן און זיך געגרייט פאר קאמף. פאר אים איז געווען שווערער דאס אייניזיצן ווען די שאלונג פון קריג האט זיך הויעך געהערט, אבער די קייטן האבן אים דערמאנט אז ער איז געצווינגן אויסצוזיצן דעם קאמף. ווען דער רעבעל רוסטא פלושענקא איז געפאלן, איז זיין קאלאשניקאוו רייפל געפאלן אזוי נאנט צו מישא'ן אז די נאנטשאפט האט זיך גערייצט מיט אים אז ער זאל עס קענען הייבן, אבער נישט קיין חילוק וויפיל ער האט פרובירט מיט זיינע הענט אדער פוס, האט ער עס נישט געקענט גרייכן.

לאנגע מינוטן זענען אדורך, און די גערוכן פון אויפרייס שטאף און קריגסשאדן זענען וואס אימער שטערקער געווארן אין די לופט, אבער וואסילי האט זיך נאך אלץ נישט באוויזן. ערגעץ אינדערויסן דעם צימער האט א שאק-גרענאטא אויפגעפלאצט, און אלישייב האט געקענט שפירן די מאכט דערפון דורך די ווענט, און זיינע אויערן זענען כמעט פארטויבט געווארן אפילו פון דערווייט. נאך די אויפרייס זענען געקומען עטליכע מאמענטן שטילקייט, ביז די טיר געעפנט אונטער א מעכטיגע שטויס, און די באוואפנטע געשטאלט פון אגענט דשאנאטאן ראטשעסטער האט זיך באוויזן.

"העי," האט ראטשעסטער געגריסט אין זיין געווענטליכקייט.

"וואו איז מיין סארדזשענט?" האט אלישייב געפאדערט פון דעם אמעריקאנער.

"עס איז פארגעניגן דיר אויך צו זעהן, מאיאר. איך טוע אנערקענען דיין דאנקבארקייט צו מיר, אז איך בין דיר געקומען ראטעווען," האט ראטשעסטער געזאגט מיט א גלאטע פנים.

"וואסילי. וואו איז ער?" האט אלישייב ווידער געפרעגט.

ראטשעסטער האט גענוצט זיין רייפל אנצוצייגן אויף דעם טויטן רעבעל אויף דער ערד, "ער האט געגעבן ווייט-רייכנדע אונטערשטוצונג מיט זיין סנייפער רייפל. עס וועט אים נאך נעמען עטליכע מינוט צו קומען אהער, זינט איך האב נארוואס געגעבן די 'אלל-קליר'.

אלישייב האט געצויגן אויף זיינע קייטן, די קלאנגען א דערמאנונג פאר ראטשעסטער אז ער איז נאך געבינדען און דארף א שליסל. ראטשעסטער האט געשפילט זיסע תמ'עוואטע.

"איך האב נישט קיין שליסל."

"דאן גיי ברענג איינס," האט אלישייב זיך צובייזערט.

"נע, איך בין נישט דיין סארדזשענט. זעהט אויס אז איך בין אפילו נישט דיין פארטנער, אז דו האסט מיך אויסגעמיטן פונעם גאנצן פארשונג, און דערנאך פארשוואונדן געווארן ווי א פלאש וואדקע ווען דער פעלדוועבל מאכט זיינע אונטערזוכונגען אין די באראקן."

"און דאך האסטו מיך געפונען," האט אלישייב געזאגט.

"יא, אבער נישט צו דיין קרעדיט. זאל דיר דיין סארדזשענט אויפקייטלען."

אלישייב האט געפויסט זיינע הענט אבער גארנישט געקענט טוען. ווען וואסילי האט זיך ענדליך באוויזן האט אלישייב זיך בארואיגט.

"סארדזשענט," האט אלישייב געגריסט פון זיין פלאץ אויף דער ערד.

"מאיאר," האט וואסילי געענטפערט אן א סאלוט, אבער מיט א ריזן שמייכל, און זיך געבויגן און געפארעט איבער די קייטן. ווען אלישייב איז שוין געווען אויפגעבינדן, און ער האט שוין געצויגן אלע זיינע מוסקלען די וועג און יענע וועג ביז דער אומבאקוועמליכקייט האט אביסל נאכגעלאזט, האט ער פארגעהאלטן וואסילי'ן, ווייזנדיג אויפן רעבעל.

"דו האסט דערשאסן מיין אייציגסטע אינפארמאנט."

וואסילי'ס אויסדרוק האט זיך נישט געטוישט פון זיין צופרידנהייט ווען ער האט געזאגט, "א שרעקליכע טראגעדיע, זיכער."

"דער רעבעל איז געווען רוסטא פלושענקא," האט אלישייב געזאגט.

"ווער?"

"דאס קינד וועם איך האב צוגעזאגט שוץ די אלע יארן צוריק, נעבן דעם דאנעצק באן סטאנציע."

וואסילי פנים האט געוויזן אמת'ע איבערראשונג און שאק פאר א מאמענט, זיין מויל האט געפארעמט אן "אה" אויסדרוק אבער קיין קול איז נישט ארויסגעקומען, אבער ער איז עס שנעל איבערגעקומען און געזאגט גלייכגילטיג, "דו האסט אים צוגעזאגט שוץ, נישט איך. פאר מיר האט ער זיך פארזונדיגט ווי נאר ער איז אדורך מיין סנייפער-קוקער אין א רעבעלן-יוניפארם און א קאלאשניקאוו עטליכע פוס פון וואו איך האב געוואוסט אז דו געפונסט זיך."

"פון וואו האסטו טאקע געוואוסט וואו איך בין?"

וואסילי האט געטאפט זיין מאדערנעם פראסטעטישע פוס מיט די שפיץ פון זיין רייפל און געזאגט, "איך האב דעם פוס אלץ דערמאנונג יעדן טאג אז דו האסט די געוואוינהייט אויסצופירן מיסיעס ווי אן איינזאמער וואלף. איך האב זיך געפארכט אז דו וועסט זיך שטעלן אין געפאר אויף דעם מיסיע. איך האב געשפילט ווי איך האב נישט קיין אינטערעסע אינעם מיסיע, אבער ווי נאר מיר האבן זיך געזעגנט האב איך געמאכט קאנטאקט פון ראטשעסטער."

ראטשעסטער האט זיך אויף דעם צולאכט. "ווען דו האסט אנגעגעבן אין הייאט-רידזשענסי האטעל אז וואסילי וויל נישט אנטיילנעמען אינעם מיסיע איז ער שוין אויך געווען אין קיעוו, אין קאנטאקט מיט מיר די גאנצע צייט. דיין געטרייער סארדזשענט האט מיר געראטן אז איך זאל דיר לאזן פירן די פארשונג, ווייל עס איז זיכער אז אויב לאזן מיר דיך צו דיינע מיטלען וועסטו טוען אלעס אין דיין מעגליכקייט און פעהיגקייט צו טרעפן דעם איד און אים אהיימברענגן. אבער די זעלבע צייט האבן מיר געוואוסט אז דו וועסט אונז מעגליך פרובירן געצנליך אויסצומיידן. באזונדער ווען דו האסט מיר געזאגט אז דו באהאלטס דיינע באוועגונגן פון דיינע אויבערהארן דורכן פארלעשן אדער פארטוישן די דאטע פון דיין פאון, האב איך פארשטאנען אז ער איז גענצליך גערעכט, און עס זענען דא גרויסע שאנסן אז דו וועסט אויך פרובירן די זעלבע שטיקעס מיט מיר."

"און?" האט אלישייב'ס נייגער געיאגט.

"און, דעריבער, האב איך געהאט איינע פון מיינע מענטשן איינפלאנצן א 'טרעקינג דעווייס' אין די זוילן פון דיינע געפוצטע שוך, וויסנדיג אז דאס וועסטו נישט אנטדעקן. מיט די הילף פון וואסילי האט זיך מיין פארטנער, סעמועל ווילקינסאן, אריינגעזעהן אין דיין שטוב ווען מיר זענען געגאנגן אויף אונזער צעהן-מייל פרי-מארגן לויף, און דו האסט איבערגעלאזט דיינע שוך אינעם צומער, ניצנדיג דיינע סניקערס אנשטאט. מיר האבן קיינמאל פארלוירן דיינע 'קאארדינעשנס' און באוועגונגען, אבער עס האט אונז גענומען ביז מיר האבן אויסשפירן דעם פלאץ, אויסצומאכן פונקליך אין וועלכע טייל פונעם סטרוקטור דו געפונסט זיך, און דערנאך אויפקומען מיט א פלאן פון אטאקע."

"און קייזער מענאווסק האט אויך גענומען אנטייל אין דעם פארראט?" האט אלישייב געפרעגט אן קיין עסיג אין זיין שטימע, וויסנדיג אז אלע האבן געארבעט אין זיינע אינטערעסן.

"קיינער האט דיר פארראטן. עס איז געווען אונזער פליכט דיר צו געבן שטיצע דורכאויס די מיסיע אפילו אויב דו האסט עס נישט געזוכט, אדער גאר געזוכט אויסצומיידן. מענאווסק האבן מיר נישט אריינגענומען אין אונזער פלאן ווייל ער איז צו יונג און צו געטריי זיך צו האלטן דאס מויל."

אלישייב האט אראפגעקוקט נאכאמאל צום לעבנסלאזע קערפער פונעם יונגן רעבעל און באפוילן וואסילי'ן, "נעם צוויי פון דיינע מענטשן, טרעף א שטילן פלאץ נעבן דעם וואלד און באגראב אים," און צו ראטשעסטער האט ער געזאגט, "יעצט אז מיין אינפארמאנט איז טויט, וואס ווייטער?"

"נישט געזארגט, מענאווסק האט געפונען סאקאלאוו," האט ראטשעסטער געזאגט, און איינע פון די קארגא-הויזן טאשן ארויסגענומען אלישייב'ס סעלפאון. "יעצט אז מיר זענען אפיציעל ארויס אין קריג קעגן סאקאלאוו אין די עפנטליך איז שוין נישט דא וואס צו באהאלטן."

אלישייב האט אנגערופן זיין העקער, מענאווסק.

"קאזארי, געב מיר די גוטע נייעס," האט אלישייב געזאגט.

"איך האב אים געפונען!" האט מענאווסק געענטפערט מיט קינדישע זעלבסט-באגייסטערונג, "ס'איז געווען שווער, אבער איך האב עס באוויזן! איך האב געוואוסט אז ער האט נישט מיט זיך קיין 'עלעקטראנישע דעווייסעס' מיט וואס איך קען אים נאכגיין, און אז ער לאזט אויך נישט אלע אנדערע סאלדאטן ארום זיך דאס האבן. אבער איך האב געוואוסט אז נאטור איז נאטור, און אז מענטשן זענען נישט פערפעקט. איך האב געזוכט דאס אויסצונוצן. ערשט האב איך געמאכט א ליסטע פון אלע זיינע באקאנטע קאנטאקטן. זעלנער, אפיצירן, אפעראטיוון, אגענטן, און שוק-יונגען. איך האב געזאמלט זייער אינפארמאציע און דערנאך ארייגעפירטערט אין א ספעציעלע פראגראם אלע זייערע פערזענליכע קאנטעס, אימעיל, מעדיצינישע, באנק, אינשורענס, טעלעפאן, און נאך אנדערע. איך האב געוואוסט אז די סטאטיסטיק זאגט אז איינער גייט ברעכן פראטאקאל און רופן אהיים. איינער וואס איז גענוג אונטער דרוק. איך האב נאר געמוזט טרעפן וועם. איך האב געטראפן אזא איינעם, א סאלדאט וועמען'ס ווייב גייט דורך וועכנטליכע מעדיצינישע באהאנדלונג, און איך האב געווארט אז ער זאל אהיימרופן-"

"קאזארי!" האט אלישייב אים איבערגעהאקט דעם לאנגן מאנאלאג, "נאר די געהערנדע פאקטן, ביטע."

מענאווסק איז געווארן אפגעפאטשט, "איך האב דיר נאר געוואלט באיינדרוקן."

"איך בין באיינדרוקט מיט דיין טאלאנט, אייביג, און דו ווייסט דאס. יעצט, די פאקטן."

"סאקאלאוו איז אומגעפאר דרייסיג מייל פון דיין פאזיציע."

אלישייב האט אויסגעפרעגט מענאווסק פאר עטליכע מינוט, און נאר ווען ער איז געווען באפרידיגט אז ער האט נויטיגע אינפארמאציע האט ער זיך גענומען איבער די פלאנירונג פאזע.

"איז מעגליך אז דו זאלסט פארקירעווען מיליטעריש סאטאליטן אז איך זאל קענען האבן א בליק אויף סאקאלאוו'ס פעלד-לאגער אויסלייג און זעלנער ציפערן?"

"מאיאר, דו ווילסט פארקורצן מיין לעבן? מיך זעהן אין א רוסישע מאקסימום זיכערהייטס טורמע? שפילן מיט רוסישע מיליטערישע סאטאליטן? ניין. דאס קען איך נישט ריזיקירן. איך קען אבער שפילן די אמעריקאנער מיליטערישע סאטאליטען," האט ער פארענדיגט שמייכל וואס האט געמוזט זיין אזוי ברייט ווייל אלישייב האט עס געקענט הערן דורכן סעלפאון.

"קיין פראבלעם. פארקירעווע אן אמעריקאנער סאטעליט, דאן." אלישייב האט דווקא צוריקגעזאגט די ווערטער צו קאזארי אויפן קול, ווייל ער האט געוואלט אז דער אמעריקאנער זאל עס הערן, און זיך וואגן קעגנצושטעלן. ראטשעסטער האט נישט געוויזן קיין רעאקציע. אלישייב האט אים געדארפט געבן קרעדיט אז ער איז אויך געווען גרייט צו טוען סיי וואס פארן מיסיע, אפילו אוועקצוקוקן פון אמעריקאנער אינטערעסן.

גלייך דערנאך זענען די צוויי טיעם פירער ארויס פונעם בנין, דורך קארידארן און נעבן צימערן וואו עס זענען נאך געלעגן רעבעל-זעלנער וואו זיי זענען געפאלן ביים קאמף. אינדערויסן האט ראטשעסטער געפירט אלישייב'ן צו א שטילן פלאץ הינטער די דעם בנין, נאנט צו די וואלדיגע געגנט, וואו אן אלטער ווען איז געזעסן, איבערגעפולט מיט טאקטישע אויסריכטונגען, וואפן, און אנדערע סופלייען, און דערנעבן א פארזאמלונג פו אפעראטיוון און סאלדאטן וועלכע האבן אנטיילגענומען אין זיין רעטונג. איין קופקע איז באשטאנען פון באקאנטע פנימער.

"מאיאר," האט זיי אים געגריסט, און עטליכע האבן סאלוטירט. זיי זענען געווען סאלדאטן וועלכע האבן געדינט מיט אים יארן פארדעם, ווען וואסילי איז נאך געווען זיין סארדזשענט, און זייער געטריישאפט איז געלעגן מיט אים. וויאזוי וואסילי האט אזוי שנעל צוזאמגעשטעלט די טיעם איז געווען א רעטעניש פאר אלישייב'ן. די אנדערע, נישט קענטיגע פנימער זענען געווען אמיקאנער און אוקריינער אפעראטיוון, ראטשעסטער'ס מענטשן. ראטשעסטער'ס פארטנער, סעמועל ווילקינסאן איז נישט געווען צווישן די פארזאמלטע און ראטשעסטער האט ערקלערט אז יענער איז געבליבן אין קיעוו צו האלטן ארגאניזאציע און געבן שטיצע פאר מענאווסק און די העקינג טיעם, און אויך צו האנדלען מיט די סטעיט דעפארטמענט נודניקעס וועלכע זענען געקומען נישטערן מיט זייער 'דיפלאמאטישע' וויכטיגקייט.

אלישייב האט זיי אלע אדרעסירט, נוצנדיג סיי רוסיש און סיי ענגליש, אז אלע זאלן פארשטיין.

"סאלדאטן, א דאנק אייך אלע פארן הילף," און ער האט פאר א מאמענט אראפגעלאזט זיין קאפ אין די אזיאנער סטיל פון דאנקבארקייט, און דערנאך פארגעזעצט, "די מיסיע איז נישט סאנציאנירט דורך די מיליטער אדער די רעגירונג. די מיליטער האט נאר באשטעטיגט אן אויספארשונג אויף א פארשוואונדענעם אמעריקאנער, אבער נישט אן מיליטערישע אגרעסיווע און אקציע. דאס הייסט אז אויב איר פאלגט מיך נאך דאן וועט איר אנטייל נעמען אין אומלעגאלע אקטן וואס קען אייך אנברענגן ערנסטע קאנסעקווענצן, אפילו טויט. אויב איז איינער דא וואס וויל זיך ארויסצוען פונעם אקציע זאל ער טוען אזוי, און מיר וועלן אים נישט פארהאלטן דערויף. איך וועל זיך אומקערן אין איין שטונדע. ווער עס וועט נאך דא זיין איז ווי ער האט זיך פארפליכטעט צום מיסיע און צו די באפעהלן פון די טיעם פירער."

אלישייב און ראטשעסטער האבן זיך אפגערוקט פון זייער קעמפער כדי צו ווארטן אויף די אינטעליגענץ באריכטן פון מענאווסק און ווילקינסאן, און דערנאך מאכן די לעצטע פלענער. אלישייב האט נאכאמאל ארויסגענומען זיין סעלפאון און זיך אנגערופן צו ראטשעסטער, "עס איז צייט אפצוברענען די בריקן אויף צוריק."

ער האט אנגערופן די דירעקטע ליניע פון זיין 'באס'. דער רוף איז נישט געווארן אנגענומען. ער האט דאס ערווארטעט, אבער ער האט געוואלט איבערלאזן א פשוט'ע מאפע און צייטפלאן וואס זיין באס זאל נאכגיין און פארשטיין. ער האט גלייך דערנאך גערופן דעם באס'ס סעקרעטארשע.

"מאיאר אלישייב פארן פרעזידענט," האט ער אנגעגעבן ווען זי האט אויפגעהויבן.

"פאלקאווניק," האט זי אים אדרעסירט מיט רעספעקט צו זיין אלטן, העכערן ראנק. זי איז געווען פון די וועלכע האבן געהאלטן אז ער איז געווארן אומזונסט פארגעהאלטן און באשולדיגט דורך סאקאלאוו און אנדערע וועלכע האבן אים געוואלט אונטערברענגן.

"איך מוז רעדן מיטן 'באס'," האט ער געזאגט.

"נישט מעגליך," האט זי געענטפערט.

"עס וועט מוזן זיין מעגליך. עס רעדט זיך וועגן נאציאנאלע זיכערהייט און די אינטערעסן פונעם פרעזידענט."

"פאלקאווניק, ביטע שטעלט מיך נישט אין פארלעגנהייט. איר ווייסט אז איר זענט צייטווייליג אן אומגעוואונטשענע פערזאן אין די געזעהלשאפט פון די גענעראלן און פרעזידענט. דער פרעזידענט מוז ווייזן אז ער נעמט אן ערנסט זייער קלאגן קעגן דיר, און דיין אומגעהארכזאמקייט צו זיינע ווערטער. ווי נאר די גענעראלן וועלן זיך בארואיגן און פארגעסן פון דיר, דאן וועט ער דיר קענען צוריק אויפנעמען."

"דאן געב איבער די פאלגנדע רייד פארן פרעזידענט, ווארט פאר ווארט."

"ווארט פאר ווארט," האט זי באשטעטיגט.

"אין די אינטערעסן פון די וואוילזיין פונעם רוסישן פעדעראציע, און אין די אינטערעסן פון איר פרעזידענט, און בפרט מיין געטריישאפט צו ביידע, מוז איך אויספירן די פאלגנדע אקטן. כאטש די הויפטגרונד פון מיין נאכגיין די שפירן פון עף.עס.בי. אלפא גרופע קאמאנדיר ארטור סאקאלאוו איז געווען צו שוצן די עהרע און מאכט פון רוסלאנד קעגן די איינפלוס און דרוק פון די אמעריקאנער רעגירונג, נאכדעם וואס עס זענען ארויפגעשווימען גערעדע אז ער, אדער אנדערע רוסישע אפעראטיוון, האבן געפאנגען אן אמעריקאנער ציווילמאן, האט זיך מיין ציל און פאקוס געטוישט דורכאויס די פארשונג."

אלישייב האט געווארט א רגע צו הערן אויב די סעקרעטארשע וויל עפעס פרעגן אדער אריינרעדן אבער ווען זי האט גארנישט געזאגט האט ער פארגעזעצט.

"עס איז קלאר געווארן אז סאקאלאוו האט זיך געפירט, מיט זיינע אגרעסיווע אקטן קעגן א ציווילמאן פון א פרעמדע לאנד, אין א וועג וואס איז קאנטער-פראדאקטיוו און שעדליך פארן עהרע פונעם פרעזידענט און די פעדעראציע. עס איז מיר אויך קלאר געווארן אז זיין פריערדיג קאמפיין קעגן מיר איז נישט נאר געווען א פערזענליכע אטאקע און באליידיגונג, נאר עס איז אויך קעגן געגאנגען די אינטערעסן פונעם פרעזידענט, וולאדימיר וולאדימיראוויטש פוטין. אין מיין געטריישאפט צום פרעזידענט, און זיין שטיצע און רעכטע פירערשאפט די אלע יארן, בין איך געקומען צום באשלוס אז עס איז מיין פלוכט צו ענטפערן די אטאקע פון סאקאלאוו מיט מיין אייגענע אטאקע. איך וועל אים טרעפן אין קאמבאט, און איך וועל אים באקעמפן. און נאר איינע פון אונז קען זיגן, און ארויסקומען לעבעדיגערהייט פון דעם געפעכט. דעריבער מוז ארטור סאקאלאוו טרעפן זיין ענדע דורך מיינע הענט. דאס אלעס טוע איך אין די נאמען פון מיין געערטער פרעזידענט, און פאטער-פיגור, וולאדימיר וולאדימיראוויטש."

ערשט איז געקומען א גענצליכע שווייגעניש פונעם אנדערן זייט ליניע, אבער דערנאך האט ער געהערט די שטימע פונעם דרייסטן סעקרעטארשע, נישט מיט זארג נאר מיט ערנסטקייט און שטיצע.

"איך האף אז איר ווייסט וואס איר טוט. סאקאלאוו איז פונקט אזוי באליבט ביים פרעזידענט ווי איר פלעגט זיין אמאל. איך האף אז איר קומט ארויס זיגרייך. איך וועל איבערגעבען אייערע ווערטער," און זי האט אראפגעלייגט.

ראטשעטסער, וועלכער איז געשטאנען שטיל די גאנצע צייט האט זיך ענדליך אנגערופן,"וואס איז די זין פון אומברענגן סאקאלאוו. איך גלייב אז דער הויפטציל מוז זיין אז מיר זאלן אהיימברענגן אויסלענדער'ן געזונטערהייט, און דאס מיינט אז מיר זאלן פרובירן צו האנדלען ערשט."

"דו גאנצע רוף איז נאר געווען א שפיל," האט אלישייב צוריקגעזאגט, "איך האב געמוזט פלאנצן א קערעל אינעם פרעזידענט'ס קאפ אז עס נישט א רעטונג אקציע פארן געפאנגענעם, נאר אז עס איז פערזענליכע קאמף צווישן מיר און סאקאלאוו, צו די זיג פון אונזער רעפוטאציע און לעבן."

"פארדעם טאר סאקאלאוו נישט איבערלעבן?"

"ניין. סאקאלאוו וועט לעבן. מאיאר מישא אלישייב וועט עס נישט איבערלעבן. ריכטיג, די וויכטיגסטע איז ארויסצוזעהן אויסלענדער'ן פון די הענט פון ארטור סאקאלאוו. אבער בעת דעם מיסיע וועט דער מאיאר אלישייב פונעם רוסישן מיליטער-אינטעליגענץ און שפיאנאזש אפטיילונג מוזן פאלן אינעם קאמף, כדי מיכאל אלישייב זאל קענען בלייבן לעבן," האט ער געזאגט קריפטיש.

-לעצטע פארזעצונג קומט אי"ה-
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

שטחים פון דאנקע אייך טובארוש וואלטיער.

די לעצטע שורה אייערע מאכט מיר זייער באומרואיגט, כ׳האף נאר אז ס׳גייט קומען נאך איינ׳ס.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

בערל קראקאווער האט געשריבן:שטחים פון דאנקע אייך טובארוש וואלטיער.

די לעצטע שורה אייערע מאכט מיר זייער באומרואיגט, כ׳האף נאר אז ס׳גייט קומען נאך איינ׳ס.

פארוואס זאגט איר דאס ערעב בערל?
ליינט איבער.
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

איך זעה אז ס׳קומט נאך א פארזעצונג,
איך רעד פון אינגאנצן א נייע מעשה אין די סעריע פון וואלטיער׳ס זעלטענע ווארע
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1082
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 13, צווייטער טייל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

שכויעך
וואלטיער האט געשריבן:
-לעצטע פארזעצונג קומט אי"ה-

כהאף סקומט נאך איינס
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

הו הא כ'שמעק שוין די פילווער אין די ליפטון און כ'זעה ווי אלע פעדימער הייבן זיך אן זיך צוזאמצוקניפן.... כל הכבוד מיר זענען קאמפסגרייט און מישא דארף אפאר טעג נאכן זיצן גאנצע זעכצין טעג געשמידעט אין קייטן
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

וואוףףף!!!
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:

אז עד איז איז דא יעצט
זאל ער אריינקומען זען וואס מיינט א פארזעצונג...
(אויב ער קוקט בכלל זיינע נאטיפיקאציעס..)
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

יישר כח ר' וואלטיער!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

א גרויסן דאנק הער וואלטיער
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

א יעדע וואך באזינדער מיט אזא הערליך געשריבן, געשפאנט ארטיקל
אן גרויסן יישר כח
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

אידישע מוח האט געשריבן:א יעדע וואך באזינדער מיט אזא הערליך געשריבן, געשפאנט ארטיקל
אן גרויסן יישר כח

גא"מ
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

א גרויסען שכח וואלטיער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”