ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יודיש בלעטל האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:אוטש סטע געטון .......
וואס איז זיין חשבון מיט זיך לאזן אויספאקן אינגאנצן?

לכאורה געווען גרייט
גארנישט געהאט דארט
שכ'ח וואלטיער ;l;p- ;l;p- ;l;p-

ער זאגטעך אז די פאון האט געקלינגען ערגעץ ווייסעך-וואו אז מ’האט סאקאלאוו’ס פלאץ!?...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן: ס’איז דינסטאג היינט האסט באמערקט?
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

א דאנק הרב וואלטיער
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

בן טוב האט געשריבן:א דאנק הרב וואלטיער
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

שכח @וואלטיער
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ייש"כ!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

לאזן דעם לעגענדארן מישא געקייטלט א גאנצע וואך!?
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

קליין אבער דררמאטיש! ש'כח
איש חשוב
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 24, 2018 3:48 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חשוב »

PDF please
אוועטאר
nice man
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 26, 2021 9:04 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nice man »

דינסטאג היינט!! מ'ווארט מיט שפאנונג
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 12 - צווייטער טייל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

מישא אלישייב האט געוואלט רייבן די מוסקל-קרעמפף צווישן זיין האלז און קאפשייד צו פארמינערן די דרוק וואס האט זיך דארט געזאמלט צוליב די דראג-געזעצטער וויסקי, אבער די קייטלעך אויף זיינע האנטגעלענקן האבן אים נאר מער געפיינט ווען ער האט געהויבן זיינע הענט. ווי א געפאנגענע בער האבן זיי געבינדן זיינע האנטקייטן צו א קייט אויפן וואנט אינעם צימער וואו ער איז געווען פארשפארט, אזוי אז ער זאל זיך נישט קענען צופיל רוקן. ער האט פרובירט צו צוען אויף די קייטן צו זעהן פונקטליך ווי ווייט זיי לאזן גיין, אבער די קלאנגען פון קלאפעדיגע אייזן אויף אייזן האבן אים אזוי נערווירט אז ער האט זיי אפגעלאזט.

ער איז שוין געזיצן אין דעם זעלבן פאזיציע פאר א לענגערע צייט אבער ער האט נישט געוואוסט פונקטליך ווי לאנג. ער האט זיך געקענט פארשטעלן אז עס איז געווען בערך מיטאג צייט, אבער ער איז נישט געווען זיכער. פון דעם פארגאטערטן פענסטער וואס איז געזעצן צו הויעך פאר אים ארויסצוקוקן האט ער נאר געקענט גרויע דיקע וואלקנס און די עמערס וואסער וואס זיי האבן אפגעלאדנט אויף די ערד אונטן. די אומסעזאנעל רעגן האט געקלאפט אויף די פענסטער גלאז אין א ריטמישע שטאנדהאפטיגקייט און מישא האט זיך קאנצענטירט דערויף כדי צו זאמלען זיינע געדאנקן.

יעצט אז איך בין דא, וואס טוע איך?

ער האט געהאט געהאפט אז ער וועט געפירט ווערן גלייך צו סאקאלאוו'ן אבער אנשטאט האט מען אים פארווארפן אין דעם געפענגעניש צימער. ער האט געוואוסט אז אויב לאזט ער די לאנגווייליגקייט פונעם פארשפארטן צומער צוטרעטן צו זיינע נערוון, וועט ער זיך נישט גרינג ארויסזעהן. ער האט געארבעט אויף זיין רואיגקייט, און פרובירט אויסצורעכענען די בעסטע וועג ארויס פון דעם מאדנעם ארעסט צעל. ער האט באטראכט דעם צימער צו זעהן וואס ער קען אבלייטן עפעס פונעם אויסזעהן. עס האט אויסגעזעהן ווי אן אלטע, פארלאזטע סטרוקטור, ארגינעל נישט געבויעט געווארן אלץ א געפענגעניש-הויז נאר אלץ אפארטמענט הויז, און שפעטער פארשטארקט און מאדיפיצירט.

איז שייך געווען צו טרעפן א וועג ארויס פון די האנטקייטן, פרובירן ארויסצורייסן די טיר פון פלאץ, און דאן קעמפן די דרויסנדע וועכטער אין האנט-צו-האנט קאמבאט? ער איז דאך געברענגט געווארן אהין האלב אומבאוואוסט דעריבער האט ער נישט געקענט געהעריג פארעמען א מענטאלע בילד און מאפע פונעם פלאץ, אדער וויסן וויפיל קעמפער האבן זיך געפונען אויפן אנדערן זייט טיר.

דורך די ווענט איז אויך נישט געווען קיין אויסוואל זיך ארויסצוזעהן ווייל הינטער די צוקראכענע פלאסטער-ווערק האט זיך ארויסגעזעהן צעמעט און ציגל, אזויווי אסאך שטאטישע וואוינונגען זענען געבויעט געווארן. די פענסטער איז אויך געווען פארשטארקטע אייזן, פון ווען מען האט ארויסגענומען די טיפישע אפארטמענט פענסטער און אריינגעלייגט א קלענערע אייזן-גאטער פענסטער. דורך די דאך וואלט אפשר געווען אן מעגליכקייט,אויב וואלט ער געקענט מאכן פראוויזארישע ווערקצייג, אבער עס וואלט געמאכט א שטארקע רעש וואס וואלט זיך געהערט דורכן טיר, און אלאמירט די וועכטער אינדערויסן.

און די אלע אימפאלסיווע פלענער האבן נאר געהאט א אויסזוכט אויב ער וואלט זיך געקענט ארויסזעהן פון די האנט-אייזענעס וואס האבן אים געהאלטן איינגעשפארט געציילטע פוס פונעם וואנט. אלישייב איז געווען אפגענויגט פון מודה זיין אז דא האט ער באמת געדארפט הילף פון אינדערויסן, און אליינס וועט ער זיך נישט קענען ארויסזעהן פון דא, אבער ער האט נישט געקענט זעהן א וועג וויאזוי אפצוגעבן א מעלדונג פאר זיין טיעם וואו ער געפונט זיך. ער האט זיך געמוזט צושמייכלען אויף די איראניע דאס וואס ער האט אזוי פרובירט צו פארווישן זיינע שפירן , און דא האט ער געהאפט אז ער האט פארקוקט עפעס, און איבערגעלאזט שפירן פאר די אנדערע נאכצופאלגן.

זיין מאלצייט פון א נאכט פריער איז נאך געלעגן ביי זיין זייט פונעם צימער אומבארירט, און נאר די פלעשל וואסער איז געווען אויסגעליידיגט. אן אמפער, אנשטאט א קלאזעט, איז אויך געלעגן דערנעבן.

מישא'ס געדאנקן האבן זיך געטוישט צו ארטור סאקאלאוו. די מענער וועלכע האבן אים פארכאפט זענען אפנזיכטליך געווען נאר שוק-יונגן, גאסן-לויפער וועלכע האבן נאר אויסגעפירט זייערע באפעלן, און אליינס גארנישט באשלאסן. די וועלכע האבן אים פארכאפט זענען נישט געווען אנגעטוען אין יוניפארמען אבער די וועלכע האבן אים אריינגעברענגט און אפגענומען די עסן זענען יא געווען אין די יוניפארמען פון אוקריינער פרא-רוסישע רעבעלן. עס האט זיך נישט געשטעלט אויפן שכל אז די רעבעלן האבן אין אזא קורצע צייט צוגעשטעלט א קאמפלעקס אדער אפילו א שטוב, ספעציעל געאייגנט צו האלטן מענטשן אין געפענגעניש, מיט קייטן, אוועק פון די אויגן פון די רעגירונג און פאליציי. עס איז גלייכער געווען אז די פלאץ האט געהערט פאר די רוסן, די עף.עס.בי. און אפשר אויך יארן בעפאר פאר די ק.ג.ב. מעגליך האט עס געהערט פאר די וועלכע האבן אנגעפירט די אונטערשטוצונג און באוואפנונג פון די רעבעלן, און זיי האבן געלאזט די אוקריינער ירשנ'ען דעם געפענגעניש ארט. ס'האט אויסגעזעהן ווי פאר סיבה האבן די חברהלייט אים צורוה געלאזט, ביז זיי וועלן קענען מאכן קאנטאקט מיט זייער הויפט, סאקאלאוו. און דאס איז געווען די גרויסע פראגע. האט סאקאלאוו געוואוסט אז מען האט אים געפאנגען? און אויב יא וואס פלאנט ער צו טוען מיט אים?

מישא האט זיך געשטעלט פאר א רגע אין סאקאלאוו'ס פאזיציע, צו וועגן וואס ער אליינס וואלט געטוען אויב וואלט ער געווען אין יענעם'ס שוך, און אפשר אזוי קענען אויסרעכענען וואס וועט געטוען ווערן מיט אים. ער האט צוריקגעטראכט צו די צייט ווען ער האט זיך געקענט פערזענליך מיט סאקאלאוו. זיי האבן צוזאמען געקעמפט אין די ווינטער פון יאר 2000, אין לויף פון די צווייטע טשעטשניער קריג. אלישייב איז דאן געווען אין די ראנק פון א קאפיטאן, און מיט וואסילי ביי זיין זייט, האט ער געפירט אן איינהייט פון ספעטסנאז טרופן. די זעלבע צייט איז סאקאלאוו געווען א קאמאנדאנט פון אן עף.עס.בי אלפא גרופע, און כאטש זיי האבן נאר זעלטן צוזאמען געארבעט, זענען די צוויי טיעמס צומאל געווען אויף שטעך-מעסער שטאטוס, צוליב די פאלארע אינטערשייד אין די מעטאדן וואס די צוויי גרופעס האבן גענוצט. אלישייב'ס טיעם האט זיך געפירט מיט דיסציפילן, ווירדע, און איינגעצוימטע זעלבסט קאנטראל, דאגעגען סאקאלאוו האט געלאזט די סאלדאטן און אגענטן אונטער אים זיך אויפפירן מיט א גרויזאמע גלייכגילטיגקייט, סיי צו די סאלדאטן און סיי די ציווילן. ביידע גרופעס האבן זיך כסדר גערייצט און אונטערגעגראבן, אזש ביז עס איז געפלויגן קלעפ, אז די העכערע אפיצירן האבן ביידע צד'ן געמוזט אפשיידן און באשטראפן.

אלישייב האט געהאלטן אייזן שטארקע דיסציפלין איבער די סאלדאטן אונטער אים, אבער אין די זעלבע צייט זיך אויפגעפירט צו זיי מיט עהרע, און זיך געקומערט אויף זייער וואוילזיין. ער האט גענצליך אויסגעראטן די פראקציס פון 'דעדאוושינע' אין די ראנקן אונטער אים. עס האט גענומען אסאך צייט און שווייס, און פילע מאל האט ער געמוזט זעלבס קעמפן מיט די אנגריפער, ביז זיי האבן געזעהן אז ער עס איז אים פארזענליכע מיסיע, און די וועלכע פלעגן זיך וואגן האבן זיך אנגעהויבן פארכטן פאר אים. די געווענליכע באטראפענע פון די 'דעדאוושינע' קלעפ, די נייע, יונגע, אומערפארענע, און שוואכע, האבן נישט געקענט אויפהערן דאנקבאר זיין פאר זייער אפיציר פאר די שוצונג, און זייער געטריישאפט צום אים האט זיך וואס אימער נאר פארמערט. פארשטייט זיך דאס האט אויך געמאכט פאר מישא'ן אסאך שונאים. די וועלכע האבן געהאט סאדיסטישע נאטורן, די פראפארטשיקעס, און אפילו די אפיצירן ארום וועלכע האבן נישט געקריגן דעם זעלבן מאס רעספעקט פון זייערע זעלנער, האבן אים פרובירט אונטערצוגראבן.

אויך האט געהאלפן פאר אלישייב'ס רעפוטאציע, די פאקט אז אלע האבן אנערקענט זיין פעהיגקייט אין די פעלד פון קריגס קונץ, און ער איז ארויסגעשטיגן פון צווישן די פילע אפיצירן, אסאך וועלכע זענען געווען נישט פעהיג, נישט טויגליך, און נישט גענוג אפן צו די בעראט פון זייערע אונטעראפיצירן. ער האט אויך געמאכט זיכער קיינמאל נישט צו קומען בעפאר זיינע סאלדאטן אין גענצליך ריינע יוניפארם קליידונג. זיינע פראנט-קליידונג זענען אייביג געווען כאטש אביסל מאראסטיג, ווייל די רעשט פון די זעלנער זענען אייביג געווען געווייקט און מיזעראבל אין די טשעטשניער בלאטע, און עס האט זיי געשטערט ווען פיינשמעקיגע אפיצירן, מיט געפוצטע מונדירן, אויסערוהט און אנגעווארעמט, זענען אנגעקומען ווי פרינצן צו די שלאכטפעלד. אלישייב האט אזוי געמאכט זיכער אז זיינע אונטער-זעלנער זעהען אז ער איז אויך שטעקן אין די זעלבע בלאטע ווי זיי, מיט פייכטע קליידער וואס האבן נישט געקענט דערווארעמען אפילו אין זוניגע וועטער. ער האט געגעסן פון די זעלבע ווייס-דארן יאגדעס וואס די פארהונגערטע סאלדאטן האבן אראפגעקליבן פון די געוויקסן ווען זייער עסן איז אויסגעלאפן און עס איז זיי נישט אנגעקומען קיין פרישע פראוויאנט. ער האט געהונגערט ווען די פראסטע פוס טרופן האבן געהונגערט. ער איז געשלאפן אויף די פרייע פעלד מיט זיי, און נישט אין א בעט, אזויווי טייל אפיצירן. וואסילי האט אים אפט מאל געטשעפעט דערויף אז ער פירט זיך אויף ווי א פראסטער פויער, אבער ער איז צוגעשטאנען זיין באפעהל'ס-אפיציר די גאנצע צייט, און געקעמפט צוזאמען מיט אים און אים געטריי געדינט. ביז די אומגליקליכע אויפרייס אין גרוזני וואס האט אים צוגענומען זיין פוס.

אויסער אין די מאראסטן פון טשעטשניע, האבן זיך סאקאלאוו און אלישייב פיל מאל געטראפן אין די לאנגע מאסקווער קארידארן אין לויף פון די יארן, און די האס צווישן די צוויי האט זיך קיינמאל געשטילט. אפט איז עס ענטרינען ווען די צוויי האבן טיילגענומען אין די זעלבע מיסיע, און זיי האבן געהאט אפנבארע מיינונגס פארשידנהייטן. סאקאלאוו, ווי אלישייב, האט אויך גענאסן פון א נאנטע פריינטשאפט מיט פרעזידענט וולאדימיר פוטין, נאך פון די צייטן ווען יענער איז געווען דירעקטאר פון די עף.עס.בי. אונטער באריס יעלצין. סאקאלאוו האט מערערע מאל גענוצט זיין נאנטשאפט מיטן פרעזידענט צו דרוקן און דרייען לטובת זיינע אייגענע אינטערעסן, און עטליכע פרובירט אזוי ארויסצוטרייבן אלישייב פון זיין אמט אלץ א קאנטער-אינטעליגענץ מאיאר, אבער עס איז אים נישט געלונגן. פוטין האט געהאט צופיל נוצן פון אלישייב'ס איינפלוס אין די מיליטער, און זייער געשעצט, און אפט געדארפט נוצן, זיינע פעהיגקייטן אין געהיימע מיסיעס. דאס אז מען האט אראפגענידערט אלישייב'ס ראנק פון פאלקאווניק צו מאיאר איז געווען דירעקט צוליב סאקאלאוו'ס אנדרייענישן. אלישייב האט געוואוסט אז פאר סאקאלאוו וועט עס זיין א פערזענליכע נצחון אים אונטערצוברענגן. ער האט זיך געוואונדערט צו ער האט ענדליך זיך אליינס אנגעברענגט זיין דורכפאל מיט זיינע אימפאלסיווע אקטן זיך צו רייצן מיט זיין פיינט.

אלישייב האט פארמאכט זיינע אויגן און שטילעהייט זיך גענומען רעדן אין בוכאריש, זיין אוזבעקער-אידיש מאמע לשון, א שפראך וואס איז אים שוין כמעט גענצליך אפגעוואוינט געווען צוליב אומבאנוץ. ווען עס איז אבער געקומען פון זיין הארץ האט זיך אים עס פארגרינגערט.

"טאטע, איך ווייס, איך ווייס. איך ווייס גענוי וואס איך בין געווארן, אויף וועלכן שטאפל איך געפון זיך. דו דערקענסט מיך נישט? איך דערקען זיך אויך נישט רוב טעג. איך האב געווארט און געווארט אז דו זאלסט מיך אהיימרופן, געזוכט און געהאפט פאר ווינק פון דיר. אבער איך בין פארטויבט און בלינד געווארן נאך די אלע יארן אלץ סאלדאט, איז וויאזוי האב איך געקענט דערקענען דיין רוף? איך געדענק נאך ווען איך האב געמאכט דעם אויסטויש, מיין לעבן פאר א צווייטן איד, אז ער זאל קענען אהיימגיין. איך בין ענדליך גרייט, טאטע, אהיימצוגיין. ברענג מיך אהיים."

ער האט געעפנט זיינע אויגן, גרייט צוריק צו פארטוישן דעם מאיאר מישא אלישייב פאר דעם מיכאל אלישייב. אבער ערשט האט דער מאיאר נאך געהאט איין מיסיע צו פארענדיגן.

"סאקאלאוו!" האט ער זיך צושריגן אויף זיין ווילדסטן קול, כאטש ער האט נישט געוואוסט צי יענער האט זיך אפילו געפונען אינעם געגנט. ער האט געמוזט מאכן קאנטאקט מיט די רעבעלן אויף די אנדערע זייט פונעם טיר, און דעריבער האט ער פרובירט ארויסצוקוועטשן א רעאקציע פון זיינע פאנגער, וועלכע זענען העכטס ווארשיינליך געווען געטריי צו זייער אויבערהאר. "סאקאלאוו! דו אנזעצער! דו ציין-לאזיגער, קליין קעפיגער קאץ, פון די שמוציגסטע געסלעך אין די אומווערדיגסטע טיילן פון רוסלאנד. באווייז זיך! אדער פארכסטו זיך פון א געקייטלטן יעוורעי?!"

ערשט איז נישט געקומען קיין ענפער. מישא האט פרובירט ארויפצודרייען די טעמפעראטור.

"סאקאלאוו, דו רוסישע שוואנץ, דו באהאלסט זיך אונטער די שירצלעך פון די דיינע שוק יונגן וועלכע האבן מיר געמוזט קייטלען אויס פארכט פאר זייער וואוילזיין. לאמיר זעהן צי זיי קענען זיך פארמעסטן מיט מיר, מיך קעמפן אין האנט-צו-האנט קאמבאט! גארנישט? הא, ס'איז ווי איך האב זיך פארגעשטעלט. א באנדע דערשראקענע קינדער."

ווען די טיר האט זיך ענדליך אויפגעמאכט איז ביים אריינגאנג געשטאנען א דארער רעבעל, מיט אן אויסגעדראשענע יוניפארם און א קאלאשניקאוו איבער זיין אקסל. אן אינטערסאנטן אויסדרוק איז געלעגן אויף זיין פנים, און פאר א מאמענט האט זיך מישא'ן געדאכט אז ער קען די פנים פון ערגעץ. ער האט פרובירט צו נישטערן זיינע זכרונות אבער ער האט זיך נישט דערמאנען. דער יונגער רעבעל האט האט אביסל שעמעוודיג געשמייכלט צו מישא, געצויגן מיט די אקסלען, און געזאגט, "אלע זעלנער דא זענען גענוג געטריי צום קאמאנדיר אז זיי פאלגן זיינע באפעלן, אבער נישט גענוג געטריי אז די באליידיגנוגען זאל ארויסברענגען א רעאקציע אין זיי, ליוטענאנט."

"מאיאר," האט אלישייב שנעל פארראכטן, נישט ווייל עס איז אים אנגעגאנגען דעם טעות נאר ווייל ער האט געוואלט אנצוען א שמועס מיטן זעלנער צו ציען אינפארמאציע פון אים.

"איך ווייס," האט דער רעבעל געזאגט, "אבער צו מיך וועט איר אייביג זיין ליוטענאנט אלישייב."

אלישייב האט נישט געוויזן אז ער איז איבערראשט פון דעם אנמערקונג כאטש ער איז דאס געווען. יענער האט גערעדט ווי ער האט אים פערזענליך געקענט, אבער ער האט נישט געקענט געדענקן דעם פנים. ווען ער האט נישט געוויזן קיין ערקענונג, האט דער יונגער סאלדאט אים געזאגט, "רוסטא פלושענקא. פון דאנעצק."

אלישייב האט זיך פלוצלינג דערמאנט דעם נאמען פונעם יונג קינד, דער זוהן פונעם באן ארבעטער, וועם ער האט געגעבן שוץ מער ווי צוואנציג יאר פריער ווען ער איז געווען אויפן וועג פון מאסקווע קיין בערלין. ער האט געשאקלט מיטן קאפ און געשמייכלט צו יענעם.

"איך געדענק."

דער רעבעל האט אויסגעזעהן זייער צופרידן אז דער אפיציר האט אים דערקענט.

"איך האב אייך קיינמאל געדאנקט פאר די שוץ וואס איר האט מיר געגעבן יענעם טאג. עס איז געווען די ערשטע, און לעצטע, מאל אין אין מיין לעבן וואס איינער האט זיך אנגענומען פאר מיר."

"האט מיין צוזאג אויפגעטוען?" האט אלישייב געפרעגט.

"אביסל," האט ער געענטפערט. ער האט געצויגן מיט זיין אקסל צו ברענגן אויפמעקזאמקייט צו די קאלאשניקאוו וואס האט גערוהט אויף זיין אקסל. "איך האב אייך געוואלט נאכטוען און ווערן א סאלדאט, אזוי אז וועל זיין פון די שטארקע וועל איך זיך מער נישט דארפן פארכטן פון אנדערע."

אלישייב האט נישט געוואוסט וויאזוי צו רעאגירן צו אזא ערקלערונג. ספעציעל זינט ער האט געקענט אנזעהן אויף עטליכע ערטער אויפן סאלדאט'ס האלז און פנים אז עס זענען נאך געווען אומפארהיילטע וואונדן, און די מידע זעקלעך אונטער זיינע אויגן האבן אויך עדות געזאגט אויף דעם, אז איינער, אדער עטליכע, פון די אנדערע סאלדאטן האבן פראקטיצירט 'דעדאוושינע' אויף אים. כאטש אלישייב'ס הארץ איז שווער געווארן פאר דעם אומגליקליכן יונגערמאן, האט ער דאך געמוזט, צוליב דעם מיסיע, אויסנוצן יענעם'ס תמימות צו זאמלען אינפארמאציע.

"אזויווי מיך האסטו געוואלט זיין א סאלדאט, דערפאר האסטו זיך צוגעשטעלט צו די רעבעלן?" האט אלישייב געפרעגט.

"יא. זיי האבן די מאכט דא," האט דער סאלדאט געענטפערט שטאלצערהייט.

"און וואו איז 'דא'?" האט אלישייב געפרעגט. "וואו זענען מיר?"

יענער האט געוויזן אן אומגערנהייט צו ענטפערן.

"וועלכע געגנט פון די רעבעלן-געהאלטענע טעריטאריע געפונען מיר זיך?" האט אלישייב ווידער פרובירט.

"איר האט נישט געגעסן אייער מאלצייט," האט פלושענקא אנגעוויזן אויפן אומבארירטן טעלער, א געמישעכץ פון קאשע און עטליכע אונמערקליכע שטיקלעך פלייש, און אזוי געטוישט די שמועס.

"איך קען עס נישט עסן," האט אלישייב געזאגט, "ס'איז נישט כשר."

דער סאלדאט האט שנעל געשאקלט מיטן קאפ, צופרידן אז ער האט פארשטאנען וואס דער 'ליוטענאנט' האט אים געזאגט, און אנגעדייט, "דער אנדערער האט אויך נישט געוואלט עסן ווייל עס נישט געווען כשר."

"וועלכער אנדערער?" האט אלישייב שנעל געפרעגט.

דער סאלדאט איז געבליבן שטיל.

"ווער איז געווען דער אנדערער?"

דער סאלדאט האט געעפנט זיין מויל, אבער שנעל דערנאך געטוישט זיין מיינונג און געשוויגן. אלישייב האט געצויגן אויף די קייטן, אנגעשטעלט אן אומבאהאלפענע און אומשולדיגע אויסדרוק אויף זיין פנים, און פרובירט צו רעדן מיט זיין ווייעכסטע שטימע.

"קוק מיך אן. איך בין געבינדן. אפילו פון די וואנט קען איך זיך נישט רירן. וואס קען וויי טוען אז דו וועסט ענטפערן מיינע פראגן? איך פרעג נאר ווייל איך, פונקט ווי דו, בין דערשראקן און אומזיכער. איך ווייס נישט וואו איך בין, וואס וועט געטוען ווערן מיט מיר, און צו איך וועל זעהן דעם מארגן."

דער סאלדאט האט נאך אלץ געקווענקלט, זיין שרעק איבערוועגנדיג זיין ווילן צו העלפן דעם אפיציר. אלישייב האט שנעל געטוישט טאקטיקן. עס האט נישט געהאט קיין זין זיך צו האלטן צו א ווירקזאמלאזע טאקטיק.

"א סאלדאט מוז נעמען ריזיקעס אז זיינע אויבעראפיצירן זאלן אים שעצן. אז ער קווענקלט זעהען זיי דאס אין אים, און זיי גרינגשעצן זיינע טאלאנטן און פארכטלאזיקייט."

די אויסדרוק אויף פלושענקא'ס פנים האט זיך אביסל געטוישט, און מישא האט דאס אויסגענוצט.

"איך בין נישט געווארן א מאיאר ווייל איך האב געווארט אז אנדערע זאלן מיר פירן. איך בין געווען זעלבסשטענדיג, און זיך געפירט פונקט ווי די אפיצירן העכער מיר. איך האב געמאכט באשלוסן ווי זיי, און גערעדט צו אנדערע מיט די זעלבע זיכערקייט און אוטאריטעט ווי זיי. דו האסט די אינפארמאציע, דו ווייסט פונקט אזויפיל ווי זיי, און דו ביזט א זעלבסשטענדיגער מאן. עס קען דיר קיינער צוריקהאלטן. וואו געפונען מיר זיך?"

"דאנעצק. עטליכע מייל פון די באן סטאנציע וואו איר האט מיר דעם ערשטן מאל געפונען."

און דער אנדערער איד, וואו איז ער?"

"מען האט אים שוין אפגעפירט פון דא."

"ווייל דא איז נאר אן איבערגאנגס-פלאץ ביז דער קאמאנדיר געבט זיינע באפעהלן?

"ריכטיג."

"און מען האט דעם איד שוין געפירט צום קאמאנדיר?"

"יא."

"און ווי איז דער קאמאנדיר יעצט?"

דער סאלדאט האט געשוויגן.

אלישייב האט נישט נאכגעלאזט.

"וואו איז סאקאלאוו?"

דער סאלדאט האט ענדליך געעפנט זיין מויל צו ענטפערן, אבער פאר ער האט געקענט ארויסרעדן א ווארט האט זיך די גלאז אינעם פענסטער צעשפלינטערט ארום א שמאלן קויל-לאך, א רויטליכע וואונד האט זיך באוויזן אויפן שטערן פונקט צווישן די אויגן פונעם יונגן רעבעל, און ער איז געפאלן אן ארויסלאזן נאך איין איינצלנעם אטעם פון זיינע לינגען. פונקט אין דער מאמענט ווען דער סאלדאט האט געעפנט זיין מויל צו ענטפערן די וויכטיגסטע פראגע אין מישא'ס פארהער, איז ער דערשאסן געווארן מיט א פערפעקט-געצילטע שאס פון א סנייפער רייפל. אלישייב האט נאר געקענט איין מענטש וואס האט געקענט באווייזן אזא פונקטליכע שאס, אין אן אומבאקאנטן טעריין, בעת א רעגן-גאס, דורך די דיקע פענסטער גלאז, און טרעפן פונקט אין ציל - וואסילי איגאראוויטש קאטשענקא.


-פארזעצונג קומט אי"ה-
לעצט פארראכטן דורך וואלטיער אום דינסטאג יוני 15, 2021 12:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
nice man
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 26, 2021 9:04 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nice man »

wow!! בין שוין אינגאנצען צומישט… אויף וועמענס זייט איז וואסילי???
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

WOW אזוי פרי ??
מיין אטעם אינגאנצן פארהאקט !
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

wow שכוח
נוסח אשכנז
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נוסח אשכנז »

ש'כח וואלטיער
.Hey there! I am using Ivelt
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

וואלטיער אייזערנע נייעס
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

הו הא איז דאס א פארזעצונג, דער מישא וועט נעבעך זיצען גאנצע צוויי וואכן אין די הארטע קייטן! אוי וואס מ'טוט נישט צו העלפן א צווייטן איד!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

יש לו מנה האט געשריבן:וואלטיער אייזערנע נייעס
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

:lol: :lol:
אייגנארטיג האט געשריבן:הו הא איז דאס א פארזעצונג, דער מישא וועט נעבעך זיצען גאנצע צוויי וואכן אין די הארטע קייטן! אוי וואס מ'טוט נישט צו העלפן א צווייטן איד!
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

nice man האט געשריבן:wow!! בין שוין אינגאנצען צומישט… אויף וועמענס זייט איז וואסילי???

ס'קוקט אויס אויף אונזער (מישא'ס) זייט
ער האט איהם לכו' געשאסן ווייל ער האט איהם געוואלט ראטעווען :?:
אוועטאר
nice man
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 26, 2021 9:04 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nice man »

לכאורה ביסטו גערעכט, ער האט דאך נישט געקענט הערן וואס זיי רעדן
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

דעיס ווערט בעסער פון וואך צו וואך!
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

נוסח אשכנז האט געשריבן:ש'כח וואלטיער
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

דערמאנונג!

היום יום בוכארער!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

האפנטליך אויף דאנערשטאג אי"ה
וואלטיער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”