ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

גרויסע שקויעך
נעוואדע לייגשזע נאך
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

וואלטיער האט געשריבן:אזויווי די מעשה רוקט זיך נישט צופיל אין קאפיטלעך 4-5, טראכט איך אויב איך זאל ארויפלייגן קאפיטל 6 אויך. ס'ווענדט זיך אויב דער עולם איז מיד פון אזעלכע לאנגע קאפיטלעך און וויל ענדערש עס זאל ארויפגיין קומענדיגע וואך...

יהודה וואלטער

לייגן זי ביטע נאך. דאנקע שעהן.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

נעוואדע לייגן נאך
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

שכח וואלטיער!! ביסט אנריעל!!
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

שכויעך וואלטיער
משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שטינקאוויטש »

שכח וואלטיער!!

נעוואדע לייגן נאך

גא"מ משה שטינק
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

נאכן גרינטליך דורכטראכטן אלי ווארשיינדליכקייטן איז מישא געקומען צום באשלוס אז די נעבעכדיגע ליינער וועלן פשוט אויסגיין פאר דורשט אן קאפיטל 6, מיט זיין ווייעך הארץ האט ער דאס נישט געקענט צוקוקן און האט ספאנטאן און קעגן אלע פראטאקאלן ארויסגעגעבן דעם קאפיטל, וואסילי האט געשוימט אבער דער יעוו האט זיין ענגילדיגער באשלוס אויף עס יא ארויסצוגעבן נישט געענדערט!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

וויפול קינדער באהאלסטו אין דיין וועסטל טאש?
לאזאנג פון טאג!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 6 צווייטער טייל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

קאפיטל 6

אגענט דשאנאטאן ראטשעסטער און זיין פארטנער סאמועל ווילקינסאן זענען געזעצן ביי א טיש אויף די דרויסנדע וועראנדע פונעם אכטן שטאק רעסטאראנט, אין די הייאט רידזענשסי קיעוו. די לוקסוסרייכע האטעל האט געהאט פון די פיינסטע אוקריינער עסנס, וויינען, און ציגארן צוגעשטעלט פאר די באזונדערע געשמאקן פון די געסט וועלכע קומען צו דעם מאדערענעם האטעל. די וועראנדע האט ארויסגעקוקט אויף א הערליכע פאנאראמע פון אלטע בנינים, אפארטמענט הייזער, סטאטועס און לאנדצייכנס, פראכטיג און באצויבערענד. א מיש מאש פון נייע מאדערנע סטרוקטורן נעבן די אלט-געבויעטע קירכעס מיט גאלדענע קופאלן, האט באשטרייט די האריזאנד מיט פארשידענע קאלירן און סטילן. אונטן אויף די גאס, אראפצור פונעם האטעל, איז געווען אן אפענע פלאץ פארן פובליק, און אונדערמיט א סטאטוע פון באגדאן כמיעלניצקי, דער העטמאן וועלכער האט אין די זיבעצנטן יארהונדרעט געפירט א קאזאקן אויפשטאנג קעגן די פוילישע פריצים און אריסטאקראטן. כאטש ער האט דורכגעפירט שחיטות קעגן די אידישע באפעלקערונג, אדער בפרט דערוועגן, איז ער געווען א נאציאנאלע העלד, און זיין פיגור האט מען געקענט טרעפן אין מערערע פלעצער אין אוקריינע, אפילו אויך אויף געלט.

אלעס ארום, יעדעס קלייניגקייט, האט געשריגן פון פריווילעג, און ראטשעסטער האט גענאסן פון די לוקסוס. ער איז געווען געוואוינט צו זיין אויף די אגענטורס בודשעט, און דאס פלעגט אים אלץ איבערלאזט אין קאסולאט הייזער אדער אין צוויי-שטערן האטעלס, וואו מען איז נישט געווען זיכער צו מען מעג טרינקן די קאווע אדער נישט. דאס מאל אבער איז ער געווען אויף זיין אייגענעם ניקל, און ער האט זיך ערלויבט צו פארזוכן די ברייטקייט פון די אויבער קלאסן. זיי האבן סייווי געמוזט זיין ביי די האטעל, ווייל מען הייבט אן אויספארשונג אויף די לעצטע פלאץ וואו דער פארשוואונדענער איז געזעהן געווארן, און ר' שמעון אויסלענדער'ס לעצט-באוואוסטע ארט איז געווען זיין שטוב אויף די פערטע שטאק פון די האטעל. די שטוב איז נאך געלעגן אומבארירט, פון ווען ראטשעסטער איז דארט געווען לעצט. ראטשעסטער האט דאס זיכער געמאכט, ווייל ער האט אנגעהאלטן די צאלונגן פארן שטוב. ער האט אויך ארויסגענומען נאך צוויי שטובער אויפן פערטן שטאק, גלייך נעבן אויסלענדערס צומער. איינס פאר זיך און זיין שטאב, אלץ א צייטווייליגע הויפטקוואטיר וואו זיי האבן אויפגעשטעלט אלע קלאפערגעצייג, קאפוטערס, און קאמוניקאציע מיטלען. די צווייטע צימער איז געווען פארן אפיציר פון רוסלאנד.

יעצט האבן די אמעריקאנער געווארט אז אלישייב זאל אנקומען. ער איז נישט געווען שפעט, נאר זיי זענען געווען פרי. סאמועל ווילקינסאן איז בטבע געווען א גרויסער עסער, און זיין הונגער האט קוים געקענט ווארטן אויף דעם סאלדאט. ראטשעסטער האט אים נאך נישט געלאזט באשטעלן זיין מאלצייט, אלץ רעספעקט אויס פאר דעם ערווארטעטן, און ווילקינסאן האט אנשטאט הונגעריגערהייט גערייכערט איין ציגארעטל נאכן צווייטן, פארגעסנדיג די צוזאג וואס ער האט געמאכט פריער אויפצוגעבן די שעדליכע געוואוינהייט.

ווען מאיאר אלישייב האט זיך באוויזן אויפן וועראנדע, פונקטליך אויף צוויי נאכמיטאג, איז שוין געלעגן א האלבע קארטאן אויסגעברענטע ציגארעטלעך אין א גלאזענע אשטעצל אויפן טיש. ראטשעסטער האט זיך אויפגעשטעלט, און נאך זיין געווענליכע 'העי' באגריסונג, אום אנגעוויזן אויף א בענקל. דער פערטער ערווארטעטער איז נאכנישט אנגעקומען צום מיטאג מאלצייט, אבער ווילקינקאן האט שוין אנגעוויזן פארן קעלנער אז ער איז גרייט צו באשטעלן. בעת אלישייב האט זיך באקוועם געמאכט, האט ווילקינסאן באשטעלט צוויי פארשפייזן, א זופ, א סטעיק, און א גלאז וויין, אלעס אויף ראטשעסטערס שטוב קאנטע. נאך אלעמען, איז ער נאר דארט געווען ווייל זיין באס האט אנגעזעצט, און ער האט געהאלטן אז עס קומט אים. אויך איז ער שוין געווען צו אויסגעהונגערט זיך צו זארגן אויף זיין עטיקעט.

אלישייב איז, פארשטייט זיך, געקומען אין ציווילע קליידונג, און נישט מיט א מונדיר וואס וואלט געצויגן די אויפמערזאמקייט פון אומגעוואונטשענע אויגן. ראטשעסטער האט אים באטראכט, ווייל ער איז געווען געוואוינט אפצושאצן מענטשן לויט זייער קליידונג, צו זעהן סיי וואספארא איינדרוק זיי פרובירן צו מאכן, און סיי וואס דער איינדרוק זאגט באמת אויף זיי. קודם האט ער געטראכט אז מישא זעהט אויס מיליטעריש אפילו אין ציווילע קליידונג, אבער נאכדעם האט ער געטוישט זיין מיינונג, און באשלאסן אז מישא האט זייער גרינג אריינגעפאסט מיט אלעס ארום. דער העמד וואס ער האט געטראגן האט גערעדט ווערטער פון וואוילהאבנדהייט, און א הויזן פון טייערע לייכט-זומער וואל, האבן אים געגעבן אן אויסזעהן ווי ער געהערט צו די קלאס פון די רייכע ביזנעלייט וועלכע האבן זיך געדרייט מיט געהויבענע קעפ אין די האטעל.

עס איז ראטשעסטער'ן איינגעפאלן אז פאר איינער וואס האלט זיך אלץ דער אינפאמירטע פארטיי אין יעדן מצב, האט ער אליינס פארנאכלעסיגט זיין וויסנשאפט אין די מאיאר'ס פינאנציעלע צושטאנד. ער האט געוואוסט אז א מענטשנ'ס פינאנץ-לאגע טוט באיינפלוסן זיינע אויפפירונגען, מיינונגען, און באשלוסן. ראטשעסטער האט געוואלט זיכער מאכן אז ער ווערט נישט געכאפט אין א טעות, אדער סיי וואספארא איבערראשונג , מיט דעם אפיציר, און ער האט ביי זיך באשלאסן צו נישטערן אין אלישייבס פינאנץ-רעקארד ביי די ערשטע געלעגנהייט. געווענליך האבן סאלדאטן נישט געהאט צופיל שפע. אויב אלישייב האט יא געהאט א געשטאפטן באנק קאנטע, וואלט דאס געקענט אנדייטן אז ער האט פינאנציעל גענאסן פון זיי ביזעם פריינטשאפט מיט דאס גלייכן ווי פוטין, און אויך די רוסישע אליגארכיע ווי אלעק דווארסאק.

אלישייב האט זיך באקוועם געמאכט, און באשטעלט א גלאז וויסקי, אן אייז אדער וואסער. ראטשעסטער האט געבעטן די זעלבע.

"סארדשענט קאטשענקא וועט זיך אויך באטייליגן היינט? זאל איך בעטן מען זאל אנגרייט נאך איין זיץ צום טיש?" האט זיך דשאנאטאן ראטשעסטער אינטערעסירט.

"קאטשענקא האט באשלאסן נישט אנטייל צו נעמען אין די מיסיע," האט אלישייב געענטפערט.

"האט ער אנגעדייטעט פארוואס?"

"ער טענה'ט אז ער איז שוין פענסיאנירט, און אז דאס פאסט אים גוט."

"פאסט אים עס טאקע?" האט ראטשעסטער שפעקולירט.

"ווי נאפאליאן פענסיאנירט אויף צו מעלקן קיען," האט מישא סארקאסטיש געענטפערט.

דער קעלנער אין זיין ציכטיגע העמד און אפיציעלע רעסטאראנט וועסטל, האט אנגעהויבן ברענגן די עסנס. ראטשעסטער, אין זיין אייביגע דיפלאמאטיע, האט זיך אנטשולדיגט פאר אלישייבן אז זיי האבן זיך נישט געפונען אין א כשר'ע סטעיקהויז, אבער אלישייב האט עס אוועקגעמאכט אלץ נישט וויכטיג, זינט ער איז נאר דארט געווען אויף א מיסיע, נישט אויף פערזענליכע אינטערעסן, און אין זיינע מיסיעס איז ער אפט געווען געצווינגן צו זיין אין ערטער וואס ער האט נישט אויסגעקליבן, אבער געמוזט טיילנעמען. אנשטאט האט ער געמיטלעך געשלינגן זיין וויסקי, און באטראכט די פאנאראמע.

ווילקינסאן האט צוגעשארט זיין גלאז וויין צו אלישייב'ן און אים געזאגט, "דא, נעם."

"איך קען דאס נישט טרינקן," האט אלישייב געזאגט.

"איך ווייס דאס," האט ווילקינסאן געענטפערט, זיין גאנצע וועזן אריינגעטוען אין זיין טעלער, "סיימאן אויסלענדער האט אויך קיינמאל אנגענומען וויין פון אונז. דאס איז נישט אויף צו טרינקן. נוץ דאס אלץ שפיגל."

אלישייב האט אויפגעהויבן דעם גלאז ביים שטאם און געדרייעט די וויין דערין אהין אין צוריק אין די ליכטיגקייט פון די זון ביז ער האט באקומען א גונסטיגע שפיגל אינעם גלאז דורך די טינקלקייט פון די וויין.

"הינטער דיר," האט ווילקינסאן ווייטער גערעדט, און מיט זיין גאפל אטאקירט זיין עסן כאילו ער איז נאר אינטערעסירט דערין, "ביים דריטן טישל פון די לינגקע זייט, זיצט א מאן מיט אן אפגעגאלטע קאפ, שנויץ, בלוי זשאקעט וואס זעהט אויס גענייעט צו באהאלטן א פיסטאלן-האלטער, און א געשטרייפטע העמד. ער איז אריינגעקומען גלייך נאך דיר, זיך אוועקגעזעצט אויף א ארט פון וואו ער האט א דירעקטע ליניע דיר צו אבזערווירן. ער האט גארנישט באשטעלט צו עסן, און כאטש ער פרובירט צו שפילן ווי איינער וואס לייענט געמיטלעך זיינע עי-מעילס אויף זיין סעל-פאון, האט ער נאכנישט אראפגענומען זיינע אויגן פון דיין רוקן. ער האט א שטארקע אינטערעסע אין דיר."

אלישייב האט ווייטער געמיטלעך געדרייעט די וויין אינעם גלאז, און דערנאך עס אראפגעלייגט פארטראכטערהייט. ביז איצט האט ער זיך געוואונדערט אויף דעם רינדיגן אגענט, און אויך אויף ראטשעסטער פארן באשעפטיגן איינער וואס האט אויסגעזעהן מער הונגעריגער אידיאט ווי טויגליכער אגענט, אבער יעצט האט מישא געמוזט איבערארבעטן זיין מיינונג. ווילקינסאן האט געוויזן אן אינטערעסאנטער טאלאנט אין זיינע בעאבאכטונגס-פעהיגקייטן, און שטארגער אבזערווירונגס קראפט. דערווייל וואס עס האט אויסגעזעהן ווי ווילקינסאן איז צו אריינגעטוען אין שמאלציגע פארשפייז צו זעהן סיי וואס ארום זיך, האט ער אנשטאט געלייגט גוט קאפ אויף אלע פערזאנען אינעם רעסטאראנט. אלישייב'ן האט שטארק געשמעקט דעם רויטנס כאראקטער.

"זעהט אויס אז איך האב זיך איינגעהאנדלט א שאטן," האט ער געזאגט, און געצויגן מיט די אקסלען ווי איינער וואס איז נישט צופיל באזארגט איבער דעם.

'וואס הייסט א שאטן? פאר וועם ארבעט ער?" האט ראטשעסטער געפרעגט.

"וואס ווייס איך? קען זיין עף. עס. בי., קען זיין דשי. אר. יו., אדער מיליטערישע אינטעליגענץ? זיין פנים איז מיר קענטיג אבער איך האב קיינמאל צוזאמען געארבעט מיט אים. ער איז העכטסווארשיינליך געקומען מיך נאכקוקן, דשאנאטאן, ווייל דו האסט גענוצט די שכל פון א האז, און מיר אפירגעזוכט אין אן אפענע פלאץ, וואו די שמועות פון אונזער צוזאמטרעף זענען געקומען צו די אויערן פון מיינע אויבעראפיצירן, און איך האב זיך געדארפט פארענטפערן פאר זיי ווי א קרימינאל בעפאר שטרענגע ריכטער. זיי ווילן זיכער זעהן צו איך בין געווען אויפריכטיג מיט זיי, און דעריבער וועלן זיי פרובירן מיך נאכצופאלגן. אז עס וועט זיך אויספעלן וועלן מיר אים מוזן אפשאקלען שפעטער. יעצט לאז אים זעהן, און באריכטן, אלעס וואס מיר טוען."

"וואס האסטו טאקע געזאגט פאר דיינע אויבעראפיצירן איבער דעם מיסיע?" האט ווילקינסאן געפרעגט צווישן ביסן.

"דו וואלטס געגלייבט אז איך האב זיי אינפארמירט אז דו האסט מיר אפירגעזוכט ווייל דו ווילסט דעפעקטירן קיין רוסלאנד?" האט אלישייב אדרעסירט זיין ענטפער צו ראטשעסטער, און יענער האט זיך צולאכט מיט לוסט.

"נאר א קינד וואלט דאס געגלייבט. וואס, אייגנטלעך, האסטו זיי אנגעגעבן?"

"די נאנסטע זאך צו דעם ווארהייט."

"און דאס איז?" האט ראטשעסטער ווידער פרובירט.

"אז די סי.איי.עי. זוכט צו פעסטשטעלן באריכטן פון א פארכאפטן אמעריקאנער אין אוקריינע. דאס איז געווען די איינציגסטע פאזיציע וואס איך האב געקענט שפילן. איך האב גע'טענה'ט אז אויב עס זענען טאקע פארהאן איינצלנע פרא-רוסישע סאלדאטן, וועלכע האבן, אן אפיציעלע ערלויבניש, געשפילט די געפארפולע שפיל פון קידנאפ, פאר געלט אדער ספארט, דאן קענען די קאנסעקווענצן פארשארפערן די דיפלאמאטישע קריזיס צווישן אונזערע צוויי לענדער. איך האב געבעטן ערלויבניש נאכצוגיין די באריכטן צו זעהן אויב איז פארהאן א קערל פון ווארהייט דערין. איך בין אויף א קורצע שטריק מיט זיי, און מען קען מיך יעדע מינוט צוריקרופן קיין מאסקווע. איז מיין פאזיציע גענוג קלאר פאר דיר?"

ראטשעסטער איז באשטאנען צו ענטפערן, אבער פונקט דאן איז אנגעקומען דער פערטער צו מאלצייט, און ראטשעסטער האט זיך אויפגעשטעלט אים צו גריסן.

"העי, לעיפסאן, האו אר יו, מיי מען?"

"איך האב נאר געציילטע מינוט, דשאנאטאן, מאך עס שנעל," האט יענער געזאגט.

מישא האט גלייך געהאט א קרומען אויסקוק אויף דער צוגעקומענער. זיין טיפישע אנצוג ווי אלע אנדערע פינאנץ שפילער, די טייער שיך און 'פיאזשעי' זייגער, האר צוריקגעקעמט מיט פאמאדע, און הויכמוטיגע האלטונג, האבן געגעבן מישא אן איינדרוק פון יענעם'ס נוצלאזיגקייט. ראטשעסטער האט פארגעשטעלט אלע ארום דעם טיש, און גלייך געקומען צום פונקט.

"לעיפסאן, מיין פריינט, וואס מיר שמועסן דא איז העכטס געהיים, און איך בין זיכער אז איך ברויך נישט באטאנען די וויכטיגקייט דערפון."

א שאקל מיטן קאפ, האט באשטעטיגט זיין פארשטענדעניש, אבער אן אומגעדולדיגע בליק אויף זיין טייערע זייגער האט געוויזן אויף זיין פארדרוס פארן דארפן טיילנעמען אין די זיצונג.

"אלזא, איך מוז דיר פרעגן איבער דיין צוזאמטרעף מיט מיין פריינט מר. סיימאן אויסלענדער."

"וואס איז דא צו פרעגן דערויף?"

"דו ביזט געווען דער וואס האט געבעטן מיר זאלן דיר אנטראגן די בעסטע קאנסולטאנט אין געלט-האנדלונג."

"יא," האט לעיפסאן געענטפערט.

"וואס האסטו אייגנטליך גערעדט מיט אויסלענדער? און וואו?"

"וואס זענען די אלע פראגן? אויב ווילסטו וויסן, פרעג אים אליין." לעיפסאן האט צוריקגעקעמט זיין האר מיט זיין האנט אין נערוועזיגקייט. ער האט פארגעזעצט ווען ראטשעסטער האט נישט געענטפערט "פארוואס ביזטו געקומען ביז אוקריינע מיר פרעגן פראגן וואס דו קענסט שטעלן פאר מר. אויסלענדער אליין? האסט פארלוירן זיין סעל נומער?"

"איך קען נישט פרעגן מר. אויסלענדער, ווייל איך קען אים נישט טרעפן."

ער האט געלאזט די עקלערונג ליגן אזוי פאר לעיפסאן, דערנאך צוגעלייגט, "און דו ביזט דער לעצטער , לויט ווי איך ווייס, זיך צו טרעפן מיט אים."

"ראטשעסטער, איך בין פארנומען. ביזנעס רופט. זאג מיר קלאר וואס דו פרובירסט מיר אנצודייטן," האט ער שוויציגערהייט געזאגט.

די אויפמערקזאמקייט פון די אנדערע דריי ביים טיש זענען געווען שארף אויף לעיפסאן. יענעם איז נישט געפאלן די באשולדיגונגס בליקן וואס זענען געווען געווענדט אין זיין ריכטונג.

"קוק אהער, ראטשעסטער," האט לעיפסאן ווידער אנגעהויבן, "מיר האבן דיר געבעטן דיין בעסטער בערראטער, און איך שטעל זיך פאר אז דו האסט אים געשוקט ווייל ער איז די בעסטע, אבער איך ווייס מער נישט איבער וועס דו רעדטס. איך האב מיט אים נאר געהאט איין צוזאמטרעף, ביי אונז אין ביורא. וואס הייסט ער איז פארשוואונדן?"

ראטשעסטער האט אים אין קורצן אראפגעלייגט די מצב, אנגעהויבן פון ווען ער האט באקומען דעם אנטראג פון לעיפסאן'ס פירמע 'סי.אר. קאנסולטענטס', אז זיי זוכן די די בעסטע קעפ אין די פינאנץ אינדוסטריע. אויסלענדער'ס ראלע איז נאר באשטאנען פון איין רעדע בעפאר אלע איינגעשטעלשטע אינעם פירמע, און דערנאך א פונקטליכע אנאליז פונעם פאליטישן און עקענאמישן סיטואציע אין אוקריינע ביי די פאלגנדע ביזנעס זיצונגען. דערנאך ,אומערווארטעט, האט ער געהערט פון מרת. אויסלענדער ווען זי האט פארלוירן קאנטאקט מיט איר מאן, און ווען ער האט מער נישט געענטפערט קיין טעלעפן רופן צו זיין סעל אדער האטעל צומער. די קורצע אויספארשונג וואס האט צוזאמגעברענגט די רוסישע אינטעליגענץ מיט די אמעריקאנער. ראטשעסטער האט קלאר געמאכט פאר לעיפסאן אז יענער ווערט נישט באשולדיגט אין סיי וואספאר זאך, נאר זיי בעטן זיי קאאפעראציע.

"קאאפעראציע?" האט לעיפסאן געשפילט אומבארירט, "וואס האב איך דען צו טאן מיט דעם אלעם?"

לעיפסאן'ס סעלפאן האט זיך פלוצלינג צעקלינגן מיט א נערווירנדע מעלאדיע, און ער האט זיך געיאגט עס ארויסצונעמען פון זיין האלטער, אבער אלישייב'ס פינסטערע בליק און אייזיגע טאן האט אים איבערהאקט אינדערמיט, "וואגן זאלסטו זיך אויפצוהייבן דעם קאל, און דו וועסט טרעפן דיין געפיצטע געזוכט אין די טעלער פון ווילקינסאנס 'מעשד פאטעיטאס'."

לעיפסאן'ס האנט איז געבליבן שטעקן אין די לופט, נישט וויסנדיג ווי ערנסט אלישייב האט געמיינט זיינע ווערטער, אבער זייענדיג צו שטארק א פחדן געוואויר צו ווערן. ער האט אויסגעזעהן צומישט און באליידיגט פון דעם דראונג, און דאס האט אזוי ערהייטערט און געקיצלט ווילקינסאן, אז ער האט געוואלט אויפרייסן אין א געלעכטער, אבער ער האט זיך אנשטאט איינגעהאלטן, און אראפגעשליגן זיין עסן צוזאמען מיט זיין געלעכטער וואס האט אים כמעט דערשטיקט אויפן וועג אראפ. ראטשעסטער האט פרובירט צו זיין דיפלאמאטיש, און ערלויבט פאר לעיפסאן אויפצוהייבן זיין סעלפאון, אבער יענער איז געווען צו נערוועז פון אלישייבס שטרענגע בליקן, אז ער האט געשטאלפערט פאר זיין אריינרופער אז ער וועט מוזן רעדן שפעטער.

"עס געפעלט מיר נישט צו ווערן געסטראשעט דורך א רוס," האט לעיפסאן געזאגט מיט טענות צו ראטשעסטער פארן לאזן דעם סאלדאט רעדן אזוי צו אים.

"וואס מאיאר אלישייב פרובירט צו זאגן, אז עס וואלט געווען בעסער אויב דו קענסט ברענגן דיין פולשטענדיגע אויפמערקזאמקייט און קאאפעראציע צו די אויספארשונג, און דו קענסט אונז אזוי העלפן לייזן די מיסטעריע. עס רעדט זיך נישט דא פון א קינדערשפיל, נאר א לעבנס געפאר, דעריבער, ביטע, סיי וואספארא אינפארמאציע דו קענסט אונז געבן וועט צוהעלפן. אויך, דער מאיאר איז נישט קיין רוס," האט ער שנעל צוגעלייגט בעפאר אלישייב האט געקענט נעמען צוריקווארפן די ווערטער.

מישא'ן האט נישט געשמעקט ראטשעסטערס סאנפטע און רואיגע האנדלונג פון לעיפסאן, אבער ער האט דאס צוגעלאזט זעענדיג אז יענער וואלט אפשר נאר גערעדט צו איינעם וואס באהאנדלט אים מיט דיפלאמאטיע, און מישא האט נישט געהאט אפילו איין דיפלאמאטיש ביין אין זיך.

ראטשעסטער האט פארגעזעצט מיט די פריינטליכע אויספארשונג, און געפרעגט לעיפסאן פארוואס האט נישט פעסטגעשטעלט וואס עס גייט פאר מיט מר. אויסלענדער, ווען יענער איז נישט ערשינגן צו א צווייטן זיצונג. ער האט אויף געוואלט וויסן פונקליף וואס דער אויסלענדער'ס געהאלט איז געווען פאר זיין בערראטונג, און וואספארא פליכטן מען האט געפאדערט פון אים אלץ א באצאלטער קאנסולטאנט פון די פירמע. דער דעפענסיווע לעיפסאן האט נאר געגעבן פוילע ענטפערס אז ער האט נישט צופיל אריינגעטראכט דערין, נאר געמיינט אז דער קאנסולטאנט איז פארנומען מיט אנדער געשעפטן, און דעריבער מאכט ער נישט קאנטאקט, און הייבט נישט אויף זיין סעלפאן. אויך, האט ער געטענה'ט, איז מר. אויסלענדער'ס וואוילזיין נישט געווען זיין זארג אדער פאראנטפארליכקייט.

"איך בין קיינעמס בעיביסיטער. איך קימער זיך נישט אויף אנדערן'ס געשעפטן און איך האף אז זיי קימערן זיך נישט מיר. איך זעה נישט וואס איך ברויך נישט זעהן, און איך הער נישט וואס איז נישט צו מיר געווענדט. ס'איז נישט מיין סטיל."

זעענדיג אז ער טוט נישט צופיל אויף מיט לעיפסאן, און אז יענער איז נישט קיין אפענע קוואל פון אינפארמאציע, האט אים ראטשעסטער געוואונטשן א גוטן טאג, און אים געלאזט גיין. יענער האט זיך נישט גענוג שנעל געקענט אוועקזעהן פון דארט, אווי דער טייוול האט געיאגט נאך אים. אדער ביזנעס.

"וואספארא נוצלאזע אינטערוויו פון א גענצליך נוצלאזע מאן," האט ראטשעסטער באדויערט.

ווען ווילקינסאן און אלישייב האבן זיך שטיל געהאלטן, האט ראטשעסטער אומגעדולדיג געפרעגט, "וואס? וואס האב איך פארקוקט? וואס ווייסט עטץ וואס איך ווייס נישט? ווילקינסאן?"

"ער איז געווען נערוועז אבער פארזיכטיג, און נישט גענוג כיטרע אנצוציען קיין אפענע ליגנטס," האט ווילקינסאן געענטפערטף "רעדעוודיג, אבער נישט מיטטיילזאם אדער קאמוניקאטיוו. ער האט גערעדט צו אונז, אבער פארהוילן מער ווי ער האט אנטפלעקט. די פראגע איז, פארוואס? וואס האט ער צו באהאלטן? מיין געדאנק איז, אז ער ווייסט עפעס, נאר ער איז נישט זיכער וואס איז צו געפארפול מיטצוטיילן, און וואס ער מעג יא זאגן. ער איז נישט גענוג קלוג צו זיפן די גאר סעסיטיווע אינפארמאציע פון סתם געפלוידער, און ווייל ער וויל זיך נישט פאררעדן האט ער געלייקנט סיי וואספארא וויסנשאפט און אינטערעסע אין דעם סאביעקט," האט ווילקינסאן שפעקולירט.

"מאיאר? דיינע געדאנקן?" האט ראטשעסטער געפרעגט אלישייב'ן.

"ס'איז אינטערעסאנט די ווערטער וואס ער האט גענוצט," האט מישא געזאגט פארטראכטערהייט.

"וואס וואלט עס מיר געקאסט אז דו זאלסט ארויסזאגן דיינע געדאנקן אויפן קול?" האט ראטשעסטער געוואלט וויסן.

"זיינע ווערטער, אומגעפאר, זענען געווען 'איך זעה נישט וואס איך דארף נישט זעהן'. אינטערעסאנט."

"אינטערעסאנט? וויאזוי?"

"דיינע חברה, די 'טעק טיעם', ווי גוט טויגן זיי?" האט מישא פארדרייעט די שמועס.

"נאך אזוי גוט ווי דיינס, און פילייכט אסאך בעסער," האט ראטשעסטער זיך נישט געקענט צוריקהאלטן.

"אויסגעצייכנט. איך וועל שטעלן ביידע טיעמס אויף די 'ווידיא סערוועילענס פוטידש' פון די אלע האטעל קאמערעס. איך וויל האבן א פונקליכע צייט-ארדנונג פון ווען מר. אויסלענדער האט אריינגעטראטן אינעם האטעל לאבי, יעדע מינוט וואס ער איז געווארן אויפגעכאפט אויף די קאמערעס, ביז די לעצטע מאל וואס ער איז געזעהן געווארן אינעם האטעל. סיי אין די לאבי, קארידארן, שווים באסיין געגנט, עלעוויעטארס, ווי אימער, אויב איז געווארן אויפגעכאפט אויף א קאמערע, וויל איך עס זעהן. מער ווי זיינע באוועגונגען, וויל איך זעהן אלעס ארום אים. וואס האט ער געזעהן, ווען ער האט זיך געדרייט אויסער זיין צימער, אין די האטעל, דאס וויל איך אויף זעהן, ווי פון זיין פערספעקטיוו."

"העי, וואו גייסטו?" האט ראטשעסטער זיך אויך געהויבן ווען מישא האט זיך אויפגעשטעלט צו גיין.

"צום פערדן שטאק. רעדן צו מיין טיעם. ס'איז צייט פאר זיי זיך אריינצוהעקן אין די האטעל קאמפוטער סערוועילעץ סיסטעם."


****

אויפן פערטן שטאק, אינעם באשטימטן צומער וואו די טעק אגענטן זענען געווען קוואטירט, האבן ראטשעסטער און אלישייב געפונען זייערע לאנדסמענער און א פיינע קאמעראדשאפט. סיי די רוסן און די אמעריקאנער אגענטן און טעכניקער זענען געווען פאצינירט מיט דעם אנדערן'ס קענטעניס, נייע קאמפוטער פראגראמען, מיינונגען, און ערפינדונגען, און אלע זיבן פון זיי זענען געשטאנען איבער א טיש און צונימען עפעס אן עלעקטראנישן טשאטשקע. ראטשעסטער האט געשמייכלט אויף דערויף ווי א נאכגעביגע פאטער ווען ער זעהט ווי זיינע קינדער פארטראגן זיך. מישא האט געקרומט דערויף ווי א פאטער וועלכע האט געפונען זיינע קינדער אין א שפיל אנשטאט צו טוען זייער היימארבעט.

אין די אינטערעסע פון אביסל אינטעריאגן די אויספארשונג, האט ראטשעסטער געבעטן די אגענטן פאר זייער אויפמערזאמקייט, און זיי האבן אלע אפגעשטעלט זייער פארנומענקייט. ראטשעסטער האט געלאזט מישא'ן רעדן און אנפירן, און אלישייב האט גערעדט אין ענגליש אז אלע זאלן פארשטיין. די אנווייזונגען זענען געווען פשוט, אווי אלישייב האט שוין פריער אנגעזאגט ראטשעסטער'ן, און די אמעריקאנער און רוסן זענען עקסטער געגאנגן צו זייערע אויפגעשטעלטע קאמפוטער סטאנציעס, און זיך גענומען ארבעטן אויף די 'דאטא איפרעסטרוקטור' פונעם האטעל קאמפוטער סיסטעם. מישא האט געוואלט אז ביידע טיעמס זאלן עקסטער ארבעטן אויף די זעלבע זאך, און אזוי וועלן זיי קענען צוזאמשטעלן א פונקטליכע ווידיא צייט-ארדנונג, אן פארפאסן עפעס. די צוויי זייטן האבן געלאכט און געוויצלט אז זיי וועלן אויסכאפן דעם צווייטן, און זיך געוועט אויף פעקלעך באבלגאם אויף וועלכע קאמפוטער, און וועלכע קאפ, קען בעסער און שנעלער אויספירן די אויפגאבע.

ווען די טעק טיעמס זענען שוין געווען אריינגעטוען אין זייערע אויפגאבעס האט אלישייב געווינקן פאר ראטשעסטער אז ער וויל מיט אים רעדן אינעם צווייטן צימער, אבער ערשט האט ער ארויסגענומען זיין סעלפאון פון טאש, עס אראפגעלייגט אויפן טיש און געוויזן פאר ראטשעסטער צו טוען די זעלבע. נאר נאכדעם וואס זיי האבן איבערלאזט זייערע פאונס זענען זיי ארויסגעגאנגען רעדן

"אויב מיינע אויבעראפיצירן האבן געשוקט א שאטן מיך נאכצוקוקן איז אויך זיכער אז זיי נוצן 'אפענע-מייק פאון סורוועילענץ'."

ראטשעסטער האט געשאקלט מיטן קאפ. ער איז געווען באקאנט מיטן טאקטיק, און עס אפט גענוצט קעגן אנדערע. רוב אמעריקאנער האבן געמיינט אז זייער רעגירונג האט געמוזט, לויט די קאנסיטוטציע, האבן א לעגיטימע גרונט זיך אונטערצוהערן צו זייער סעלפאונס, אבער וואו, וואס, ווען, די רעגירונג האט שפיאנירט אויף די בירגער אן זיך צוריקהאלטן. די 'אפען-מייק' האט געקענט אלעס אויפכאפן וואס די פאון האט געהערט אפילו ווען עס איז נישט געווען אין באנוץ. אויך ווען די סעלפאון איז געווען פארלאשן האבן זיי געקענט 'טרעקן' דעם פאון. עס האט זיך געלייגט אויפן שכל אז אלישייב'ס הויפטן אין די רוסישע שפיאנאזש געמיינשאפט האבן גענוצט דעם מעטאד מיטצוהאלטן זיינע אקטיוויטעטן.

"איך וועל נישט קענען אלץ איבערלאזן מיין פאון אין א צווייטע פלאץ ווייל דאס וועט אויסרופן פארדאכט. דעריבער, זאג אן פאר ווילקינסאן אז ווען עטץ רעדטס צו מיר זאלט עטץ דאס האלטן פאר די אויגן אז עס ווערט אונטערגעהערט 'לייוו'. מיר וועלן זיי מוזן צוווארפן עטליכע ביינדלעך פון צייט צו צייט, און דעריבער וועלן דארפן שפילן מיט וויפיל מיר זענען זיי גרייט מיטצוטיילן און וויפיל צו באהאלטן."

ראטשעסטער האט צוגעשאקלט.

"עס וועלן זיין צייטן וואס איך וועל מוזן פארדעקן אונזערע אקטיוויטעטן גענצליך."

"און ווען דיינע אונטערהערער וועלן באמערקן אז עס פעלט שטיקלעך אין די טרעקינג דעיטע, וועט דאס אים נישט אנזאגן אז דו פרובירסט עפעס צו באהאלטן, און דו פארהוילסט אינפארמאציע פון זיי?"

"דאס וועט שוין דער קייזער פארזארגן."

"און איך דארף אליין אויסקנאבלען וואס דאס מיינט, אדער וועסטו מיר דאס ערקלערן?"

"נידעריג, דאר, ברוינע לאקיגע האר," האט מישא אנגעוויזן אויפן טיר, און ראטשעסטער האט געכאפט אז ער רעדט פון איינע פון די אגענטן אינעם שטוב, און ער צוזאמגעשטעלט פון וועם מישא רעדט.

"זיין נאמען אין קאזארי מענאווסק, און מיר געקרוינט אלץ 'קייזער' פון אונזער העקינג טיעם. זיינע טויגליכע הענט וועלן שוין שפילן מיט די דאטא אין מיין פאון, און ער וועט פארטוישן און ארוממישן דאס וואס מוז בלייבן פארבארגן. אבער דאס וואס ווערט געהערט 'לייוו' מוז זיין קאנטראלירט" האט מישא געזאגט.

"איז נישט גרינגער אז דיין טויגליכער העקער זאל גענצליך פארטוישן די אינפארמאציע? אזוי וועסטו נישט דארפן זארגן איבער דיין פאון יעדעס מאל איך האב א פראגע פאר דיר וואס דו ווילסט נישט דיינע אויבערהארן זאלן וויסן."

"ווי נענטער צום ווארהייט די דאטא בלייבט, און ווי ווייניגער מען שפילט זיך דערמיט, אלץ בעסער. פארגעס נישט אז דו שפיאנאזש אגענטורן האבן נאך אזעלכע גוטע קאמפוטער טעכניקער ווי מיר האבן."

"און פון וואו, און דאס איז פרעג איך נאר צו בארואיגן מיין נייגער, האסטו זיך איינגעהאנדל אזא ערשט קלאסיגער העקער? ער קען נישט זיין א מיליטערמאן, ג-ט אין הימל, ער זעהט אויס ווי ער וועגט נישט מער ווי פינף און נייציג פונט, און דאס איז נאר אויב מען ווייקט אים קודם אין וואסער," האט ראטשעסטער געפרעגט ווי איינער וואס איז געוואוינט צו פרעגן פראגן אויס נייגער, ווי א טיפישער אגענט.

"ער איז נישט מיליטער, נאר א יונגער העקער פון די קרימינאל קלאס."

"און דו געטרויעסט אים מיט די סענסיטיווע נאטור פון אונזער מיסיע?"

"פיל מאל קען מען מער געטרויען די קרימינאל קלאס ווי די פאליטישע און עליטע קלאס," האט מישא געזאגט.

"און וואו האסטו זיך אנגעטראפן אין דעם 'פארטרויאונגס-ווערדיגע' קרימינאל?" איז ראטשעסטערס נייגער נאר געשטיגן.

'איך האב געהאט די אומפארגעניגן זיך צו באקענען מיט אים ווען מען האט אים ארעסטירט פארן אריינהעקן אין די עף. עס. בי. 'סערווערס'. בעפאר מען האט געקענט ברענגן קלאגעס קעגן אים האט ער געשיקט א מעלדונג, דורך זיין אדוואקאט, אז ער און האב געהעקט די אימיעל און בענק קאנטעס פון צענדליכע הויך ראנקיגע עף. עס. בי אגענטן, און באהאלטן די דאטא אויף עטליכע 'סערווערס'. זיינע ווערטער האבן געטראגן די דראונג אז זיי קענען זעהן דערצו אז אלעס זאל אויפגעדעקט ווערן אויף די אינטערנאציאנאלע פרעסע, אויב ווערט ער געפונען ווערן שולדיג, אדער ער וועט ערמארדעט דורך די אגענטן. עס פארשטייט זיך אז מיר האבן גענומען די ווארענונג ערנסט, ווייל אלע, פון די ריכטער ביז דער פראקורער, האבן געהאט וואס צו באהאלטן. און שטעל זיך פאר, וואונדער איבער וואונדער, ער איז געווארן געטראפן פולשטענדיג אומשולדיג דורך דער ריכטער. זיין חוצפה און דרייסטקייט האבן מיר באאיינדרוקט, און איך האב אים גענומען אונטער מיין שוץ און אויפגענומען צו טוען פרייוויליגע ארבעט. זיינע צאלונג-ראטעס זענען אויך קרימינאל, אבער ער איז ווערד זיין געלט."

"העי, אלץ דער טיעם פירער און קאמאנדיר, וואס איז אונזער נעקסטע שריט?" האט ראטשעסטער צוריקגעפירט דעם שמועס.

"ווי נאר די צוויי טיעמס האבן צוזאמען געשטעלט א פונקליכע צייט מאפע לויט די ווידיא סורוועילענס, קענסטו מיר גלייך רופן. ביטע געב מיר איבער א שטוב שליסל צו אויסלענדער'ס צימער. עס איז ראטזאם אז איך זאל עס איבערקוקם כאטש איין מאל בעפאר די אויספארשונג גייט ווייטער, אפילו איך גלייב נישט אז איך וועל צופיל אויפטוען דערמיט ווייל דיין באריכט האט שוין געדעקט אלע נויטיגע פראגן און איינצלהייטן."

ווען ראטשעסטער האט איבערגעגעבן די שטוב שליסל קארטע, האט מישא צוגעלייגט, " איך וועל אויך רעדן מיט קאזארי אז ער זאל האלטן אן אויג אויף קאמוניקאציע וואס קומט ארויס פון די אוקריינער רעבעלן קעמפ, צו זעהן אויב עס איז דא אן אנצייגונג אז זיי האבן געפאנגען אן אמעריקאנער. דו געפין אויס אויב דיינע יו.עס. קאנטאקטן האבן געהערט נאך איבער די שמועות פונעם געפאנגענעם."

ראטשעסטער איז איינגעגאנגען דערויף.

"איך גלייב נישט אז מיר וועלן שלאפן היינט נאכט, ראטשעסטער. אלנפאלס, מאך זיכער צו זיין גרייט צום 0600 שטונדע פאר א צעהן-מייל לויף."

"יו בעט, מאיאר. זעקס פארטאגס. צעהן מייל," האט ראטשעסטער געענטפערט מיט איבערגעטריבענע התלהבות, און צוריק אריין צום סוויט וואס האט געדינט אלץ הויפטקוואטיר, און זיך גענומען ארבעטן אויף די אינטעליגענץ באריכטן.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

פילע דאנקען!!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

יישר כח פאר אייך הרב יהודה וואלטיער שכרך הרבה מאוד ;l;p-
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

מאמאמיע! וואספארא אויסדריקן קניידלען זיך ארויס פון וואלטיער'ס פענע...
וואלטיער האט געשריבן:ער קען נישט זיין א מיליטערמאן, ג-ט אין הימל, ער זעהט אויס ווי ער וועגט נישט מער ווי פינף און נייציג פונט, און דאס איז נאר אויב מען ווייקט אים קודם אין וואסער,"

ייש"כ וואלטיער פאר די לחם משנה!
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

ייש"כ!!!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

Wow ר׳ יודא וואלטער
יישר כח
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

ישר כוח ר' לייבל!!
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

קלמן יאסעלע האט געשריבן:מאמאמיע! וואספארא אויסדריקן קניידלען זיך ארויס פון וואלטיער'ס פענע...
וואלטיער האט געשריבן:ער קען נישט זיין א מיליטערמאן, ג-ט אין הימל, ער זעהט אויס ווי ער וועגט נישט מער ווי פינף און נייציג פונט, און דאס איז נאר אויב מען ווייקט אים קודם אין וואסער,"

ייש"כ וואלטיער פאר די לחם משנה!

און דא נאכאיינס:
וואלטיער האט געשריבן:"אויב דאס איז דיין וועג פון טיילן א קאמפלימענט, אמעריקאנער, איז מיר שווער צו פארשטיין וויאזוי דו האסט נישט פארלוירן דיינע אלע פריינט ביז יעצט"

;l;p-
גיי
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 12:38 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי »

יש"כ
אוועטאר
פארשיקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשיקט »

מעכטיגע נייעס
שוין לאנג נישט גערעדט
אוועטאר
שרויפקאפ
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 9:08 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפקאפ »

פילע דאנקען,
זאג נאר רבי וואלטער איז פארהאן נאך א פלאץ ווי מען אנטרעפן דיין שרייבערישע טאלאנט?
האמיר און זיימיר, א לעכטיגן ביי
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

ש'כח ש'כח! דעיס איז מעכטיג גוט.
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

שרויפקאפ האט געשריבן:פילע דאנקען,
זאג נאר רבי וואלטער איז פארהאן נאך א פלאץ ווי מען אנטרעפן דיין שרייבערישע טאלאנט?

גא"מ בהצטרפות גדול
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

נפשי חמדה האט געשריבן:
קלמן יאסעלע האט געשריבן:מאמאמיע! וואספארא אויסדריקן קניידלען זיך ארויס פון וואלטיער'ס פענע...
וואלטיער האט געשריבן:ער קען נישט זיין א מיליטערמאן, ג-ט אין הימל, ער זעהט אויס ווי ער וועגט נישט מער ווי פינף און נייציג פונט, און דאס איז נאר אויב מען ווייקט אים קודם אין וואסער,"

ייש"כ וואלטיער פאר די לחם משנה!

און דא נאכאיינס:
וואלטיער האט געשריבן:"אויב דאס איז דיין וועג פון טיילן א קאמפלימענט, אמעריקאנער, איז מיר שווער צו פארשטיין וויאזוי דו האסט נישט פארלוירן דיינע אלע פריינט ביז יעצט"

;l;p-

אין דאס איז עפעס אוועק צי מאכען
"ווי נאפאליאן פענסיאנירט אויף צו מעלקן קיען," האט מישא סארקאסטיש געענטפערט
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ש’כח הרה’’צ.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

שכח וואלטער.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

היום!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”