אילו זכינו הי' היום יום שלישי שנכפל בו כי טוב, יום שהיינו זוכים לשמוע דברי הסיפור מעטו של הרב וואלטיער ועכשיו שלא זכינו ינסה כל אחד לחפש בבגדי ערי חומה ולרשום מה הי' רוצה שיכתב בספר הלאה אמן סלה
דער נער זאל ארויסגיין פון מקוה..... דרך אגב דאס אז "וואלטיער" איז אזוי געטריי צו זיינע ליינער מיט אזא מסירת נפש. נעמט נישט אוועק פון דיין (שווערע) "מייסטער ארבעט" (אפילו אונז ווארט מיר צומאהל זייער לאנג!)
איך האב נישט קיין פראבלעם צו פעיסן די מציאות אז איך בין פארשלעפט, אודאי וואלט איך געוואלט קענען זיין ווי וואלטיער, אבער כ’האב מיך אויסגעלערנט אז אויב די קאפ קאאפערירט נישט דאמאלטס איז א שאד די שרייבן, כ’האב שוין געווארפן גאנצע בלעטער אין מיסט ווייל ס’איז געשריבן געווארן אן די ריכטיגע ישוב הדעת.
און צו דיר @וואלטיער... ביסט א מייסטער!! דיינע שרייב ווערק איז צום באוואונדערן, און נאך מער דיין פונקטליכקייט אין ארויפשטעלן די פרישע פארזעצונגען אין צייט, ווארשיינליך בין איך דא די איינציגסטער וואס ווייסט ווי שווער עס איז.
פון די אנדערע זייט איז געקומען א נאר א שטילקייט, און אלעק דווארסאק'ס באזארגטע אטעמס. נאך א וויילע האט ער געזאגט מיט א נערוועזע שנעלקייט: "ווען יעוורעיסקי טוען איינמאנען א חוב דאן זאל ג-ט אונז אלע בעהיטן, ווייל עס קאסט אפ טייער. איך קען דיר ווען צושטעלן אז דו זאלסט לעבן אין א באגילדעטע פאלאץ פון באדינער און דינסטן, מיט די בעסטע לוקסוס וואס די וועלט האט נאר, און אנשטאט בעהטסטו פון מיר אינפארמאציע וואס קען אונז ביידן אין הייסן העלן פייער אריינפירן, דו צודרייטער יעוורעי."
"וואו געפונט ער זיך?" האט אלישייב ווידער געפרעגט.
"וואס ווייס איך?" האט אלעק פרובירט זיין מזל.
"דאס איז נישט קיין ענטפער."
"קוק, יעוו, דו שטעלסט מיר אין זייער א ריזיקאלישע פאזיציע. סאקאלאוו קען אראפברענגן אלע ערליי מיסט אויף מיין קאפ, אויב ווערט ער געוואויר אז איך האב זיך אריינגעמישט אין זיינע געשעפטן, אדער אים געזוכט אראפצורוימען פון וועג."
"איך זוך אים נישט אראפצורוימען פון וועג, אזויווי דו האסט אראפגעלייגט, מיט דיין געווענליכע דיפלאמאטישע און עלעגאנטע שפראך. איך זוך נאר צו רעדן מיט אים."
"נאך ערגער!" האט אלעק געשריגן, "רעדן מיט אים? ענדערש אים אינגאנצן אראפרוימען, בעפאר ער קען ברענגן דעם בעזעם צו אונז. הער אויס. ווער מיינסטו פירט די רוסישע רעגירונג? די אונטערוועלט. די בראטווע. און ווער פירט די בראטווע?"
"די עף. עס. בי. פירט עס, דו דומקאפ," האט ער זיך צושריגן. "דיינע ביזעם פריינט. דו ביסט דאך ארמיי אינטעליגענץ, פארוואס פרעגסטו נישט אין דיינע ווינקלען."
"אלעק," האט אלישייב אפעלירט.
"אקעי, אקעי. וואו ביסטו יעצט, דו פארוקטער סאלדאט?"
"איך בין אין קיעוו, און איך האב א שטארקע פארדאכט אז ער איז ערגעץ אין אוקריינע," האט ער געענטפערט.
"קיעוו, זאגסטו? אהא. הער מיר אויס, איך ווייס נישט וואו ער איז, אבער אויב זאגסטו אז ער איז אין אוקריינע, וואלט איך דיר געראטן צו באזוכן די פאלגנדע שענק-הייזער און פארזוכן דיין גליק דארט. הייב אן מיט די 'פאסיידן' אדער די 'נייטרוס', און אויב נישט, פרוביר ביי 'אריקס באר'. אבער געב אכט אז דו זאלסט זיי נישט צופיל באלאסטיגן, און הייב זיך נישט אן מיט קיינעם דארט אויב דו קענסט עס פארמיידן. די אלע זענען מאפיא קאנטראלירט, און אין די טעג טראג איך נישט אזויפיל געוויכט אין אוקריינע ווי אמאל, דעריבער וועל איך דיר נישט צופיל קענען העלפן אויב דו רייצט זיי אן."
"ספאסיבא, אלעק, איך וועל האלטן דיין ווארענונג פאר די אויגן. ביזדערווייל, וואו קען איך פארשאפן א דראגונאוו רייפל אין קיעוו?"
"וואס איז דיין פארבינדונג מיט ארטור סאקאלאוו? אויסער די אפנזיכטליכע ענטפער וואס דו האסט מיר פריער געגעבן." "דאס אז איך בין זיין פינאנציער, דאס איז די ווארהייט. אבער איך טוע אויך פארטרעטן זיין 'באס' אין אלע אומאפיציעלע פינאנץ אספעקטן."
"יא. דער 'באס' איז פון די רייכסטע מענטשן אין רוסלאנד, און עס איז נישט אומזונסט אזוי. ער האט די בעסטע קאנסולטאנטן און פינאנץ בעראטער. סאקאלאוו איז אייביג געווען אונזער פארמיטלער."
"און אויסלענדער?"
"אויסלענדער איז אריינגעקומען אינעם בילד צוליב דעם וואס עס איז געווען אזויפיל אומזיכערקייט אין די מארקעט מיט די רוסיש-אוקריינער קאנפליקט. דער 'באס' איז באקאנט מיט די ווערטער פונעם באראן ראטשילד, אז ווען עס פליסט בלוט אין די גאסן איז די בעסטע צייט צו קויפן אייגנטום. אזויווי ער האט געוואלט וויסן אין וועלכע ריכטונג די וועלטס מארקעטן וועלן פירן, האב איך באשלאסן אריינצוברענגן די בעסטע און קליגסטע אין דעם געביט, און אזוי באיינדרוקן דעם 'באס'. איך האב גערעדט צו פריינט אין די פינאנץ וועלט, איינס פון זיי ראטשעסטער, און אזוי בין איך אנגעקומען צו אויסלענדער'ן."
אלישייב האט געשאקלט מיטן קאפ. "רעד ווייטער."
"צוערשט איז אלעס גוט געפארן, אבער אויסלענדער האט אנגעהויבן פרעגן פראגן און פארדעכטענישן. ער האט געוואלט זעהן ביכער און קאנטעס. עפעס האט אים נישט געשמעקט. עס האט אויסגעזעהן ווי ער איז אויף א מיסיע אויפצוווייזן אז די קאנטעס זענען קרום אדער פאלטש. ער האט געהאלטן אין איין זאגן אז דאס מאל וועט ער נישט פארקוקן, אדער אריינפאלן, אדער עפעס אזוי. עס האט אויסגעזעהן ווי ער ווערט געטריבן דורך א פערזענליכע אינטערעסע אויפצוווייזן אז ער קען כאפן פעלערן אין די קאנטעס. און ער האט טאקע געכאפט. און געפרעגט נאך פראגן, ביז עס האט אויסגעזעהן אז ער כאפט צופיל. איך האב זיך געפארכט אז עס איז געווארן צו געפארפול, האב איך עס איבערגעגעבן פאר סאקאלאוו."
"און דו האסט אראנזשירט א זיצונג צווישן די צוויי," האט אלישייב פארשטאנען.
"יא," האט לעיפסאן געענטפערט. "עס האט מיר אויסגעזעהן ווי די בעסטע אויסוואל דאן. זאל סאקאלאוו זיך ספראוון מיט אויסלענדער'ס עטשלאסענע אויספארשונג אין די קאנטעס. ווען איך האב נישט צוריקגעהערט פון אויסלענדער בין איך געווארן באזארגט."
"אבער נישט גענוג באזארגט צו גיין צו די פאליציי. אדער אינפאמירן זיין פאמיליע," האט אלישייב פארגעווארפן.
"דו קענסט סאקאלאוו? דו ווייסט וואס ער איז אומשטאנד? איך האב זיך געזוכט צו שוצן. איז דאס אזוי שווער צו פארשטיין?"