מישא'ס געדאנקן האבן זיך געטוישט צו ארטור סאקאלאוו. די מענער וועלכע האבן אים פארכאפט זענען אפנזיכטליך געווען נאר שוק-יונגן, גאסן-לויפער וועלכע האבן נאר אויסגעפירט זייערע באפעלן, און אליינס גארנישט באשלאסן. די וועלכע האבן אים פארכאפט זענען נישט געווען אנגעטוען אין יוניפארמען אבער די וועלכע האבן אים אריינגעברענגט און אפגענומען די עסן זענען יא געווען אין די יוניפארמען פון אוקריינער פרא-רוסישע רעבעלן. עס האט זיך נישט געשטעלט אויפן שכל אז די רעבעלן האבן אין אזא קורצע צייט צוגעשטעלט א קאמפלעקס אדער אפילו א שטוב, ספעציעל געאייגנט צו האלטן מענטשן אין געפענגעניש, מיט קייטן, אוועק פון די אויגן פון די רעגירונג און פאליציי. עס איז גלייכער געווען אז די פלאץ האט געהערט פאר די רוסן, די עף.עס.בי. און אפשר אויך יארן בעפאר פאר די ק.ג.ב. מעגליך האט עס געהערט פאר די וועלכע האבן אנגעפירט די אונטערשטוצונג און באוואפנונג פון די רעבעלן, און זיי האבן געלאזט די אוקריינער ירשנ'ען דעם געפענגעניש ארט. ס'האט אויסגעזעהן ווי פאר סיבה האבן די חברהלייט אים צורוה געלאזט, ביז זיי וועלן קענען מאכן קאנטאקט מיט זייער הויפט, סאקאלאוו. און דאס איז געווען די גרויסע פראגע. האט סאקאלאוו געוואוסט אז מען האט אים געפאנגען? און אויב יא וואס פלאנט ער צו טוען מיט אים?
מישא האט זיך געשטעלט פאר א רגע אין סאקאלאוו'ס פאזיציע, צו וועגן וואס ער אליינס וואלט געטוען אויב וואלט ער געווען אין יענעם'ס שוך, און אפשר אזוי קענען אויסרעכענען וואס וועט געטוען ווערן מיט אים. ער האט צוריקגעטראכט צו די צייט ווען ער האט זיך געקענט פערזענליך מיט סאקאלאוו. זיי האבן צוזאמען געקעמפט אין די ווינטער פון יאר 2000, אין לויף פון די צווייטע טשעטשניער קריג. אלישייב איז דאן געווען אין די ראנק פון א קאפיטאן, און מיט וואסילי ביי זיין זייט, האט ער געפירט אן איינהייט פון ספעטסנאז טרופן. די זעלבע צייט איז סאקאלאוו געווען א קאמאנדאנט פון אן עף.עס.בי אלפא גרופע, און כאטש זיי האבן נאר זעלטן צוזאמען געארבעט, זענען די צוויי טיעמס צומאל געווען אויף שטעך-מעסער שטאטוס, צוליב די פאלארע אינטערשייד אין די מעטאדן וואס די צוויי גרופעס האבן גענוצט. אלישייב'ס טיעם האט זיך געפירט מיט דיסציפילן, ווירדע, און איינגעצוימטע זעלבסט קאנטראל, דאגעגען סאקאלאוו האט געלאזט די סאלדאטן און אגענטן אונטער אים זיך אויפפירן מיט א גרויזאמע גלייכגילטיגקייט, סיי צו די סאלדאטן און סיי די ציווילן. ביידע גרופעס האבן זיך כסדר גערייצט און אונטערגעגראבן, אזש ביז עס איז געפלויגן קלעפ, אז די העכערע אפיצירן האבן ביידע צד'ן געמוזט אפשיידן און באשטראפן.
אלישייב האט געהאלטן אייזן שטארקע דיסציפלין איבער די סאלדאטן אונטער אים, אבער אין די זעלבע צייט זיך אויפגעפירט צו זיי מיט עהרע, און זיך געקומערט אויף זייער וואוילזיין. ער האט גענצליך אויסגעראטן די פראקציס פון 'דעדאוושינע' אין די ראנקן אונטער אים. עס האט גענומען אסאך צייט און שווייס, און פילע מאל האט ער געמוזט זעלבס קעמפן מיט די אנגריפער, ביז זיי האבן געזעהן אז ער עס איז אים פארזענליכע מיסיע, און די וועלכע פלעגן זיך וואגן האבן זיך אנגעהויבן פארכטן פאר אים. די געווענליכע באטראפענע פון די 'דעדאוושינע' קלעפ, די נייע, יונגע, אומערפארענע, און שוואכע, האבן נישט געקענט אויפהערן דאנקבאר זיין פאר זייער אפיציר פאר די שוצונג, און זייער געטריישאפט צום אים האט זיך וואס אימער נאר פארמערט. פארשטייט זיך דאס האט אויך געמאכט פאר מישא'ן אסאך שונאים. די וועלכע האבן געהאט סאדיסטישע נאטורן, די פראפארטשיקעס, און אפילו די אפיצירן ארום וועלכע האבן נישט געקריגן דעם זעלבן מאס רעספעקט פון זייערע זעלנער, האבן אים פרובירט אונטערצוגראבן.
אויך האט געהאלפן פאר אלישייב'ס רעפוטאציע, די פאקט אז אלע האבן אנערקענט זיין פעהיגקייט אין די פעלד פון קריגס קונץ, און ער איז ארויסגעשטיגן פון צווישן די פילע אפיצירן, אסאך וועלכע זענען געווען נישט פעהיג, נישט טויגליך, און נישט גענוג אפן צו די בעראט פון זייערע אונטעראפיצירן. ער האט אויך געמאכט זיכער קיינמאל נישט צו קומען בעפאר זיינע סאלדאטן אין גענצליך ריינע יוניפארם קליידונג. זיינע פראנט-קליידונג זענען אייביג געווען כאטש אביסל מאראסטיג, ווייל די רעשט פון די זעלנער זענען אייביג געווען געווייקט און מיזעראבל אין די טשעטשניער בלאטע, און עס האט זיי געשטערט ווען פיינשמעקיגע אפיצירן, מיט געפוצטע מונדירן, אויסערוהט און אנגעווארעמט, זענען אנגעקומען ווי פרינצן צו די שלאכטפעלד. אלישייב האט אזוי געמאכט זיכער אז זיינע אונטער-זעלנער זעהען אז ער איז אויך שטעקן אין די זעלבע בלאטע ווי זיי, מיט פייכטע קליידער וואס האבן נישט געקענט דערווארעמען אפילו אין זוניגע וועטער. ער האט געגעסן פון די זעלבע ווייס-דארן יאגדעס וואס די פארהונגערטע סאלדאטן האבן אראפגעקליבן פון די געוויקסן ווען זייער עסן איז אויסגעלאפן און עס איז זיי נישט אנגעקומען קיין פרישע פראוויאנט. ער האט געהונגערט ווען די פראסטע פוס טרופן האבן געהונגערט. ער איז געשלאפן אויף די פרייע פעלד מיט זיי, און נישט אין א בעט, אזויווי טייל אפיצירן. וואסילי האט אים אפט מאל געטשעפעט דערויף אז ער פירט זיך אויף ווי א פראסטער פויער, אבער ער איז צוגעשטאנען זיין באפעהל'ס-אפיציר די גאנצע צייט, און געקעמפט צוזאמען מיט אים און אים געטריי געדינט. ביז די אומגליקליכע אויפרייס אין גרוזני וואס האט אים צוגענומען זיין פוס.
אויסער אין די מאראסטן פון טשעטשניע, האבן זיך סאקאלאוו און אלישייב פיל מאל געטראפן אין די לאנגע מאסקווער קארידארן אין לויף פון די יארן, און די האס צווישן די צוויי האט זיך קיינמאל געשטילט. אפט איז עס ענטרינען ווען די צוויי האבן טיילגענומען אין די זעלבע מיסיע, און זיי האבן געהאט אפנבארע מיינונגס פארשידנהייטן. סאקאלאוו, ווי אלישייב, האט אויך גענאסן פון א נאנטע פריינטשאפט מיט פרעזידענט וולאדימיר פוטין, נאך פון די צייטן ווען יענער איז געווען דירעקטאר פון די עף.עס.בי. אונטער באריס יעלצין. סאקאלאוו האט מערערע מאל גענוצט זיין נאנטשאפט מיטן פרעזידענט צו דרוקן און דרייען לטובת זיינע אייגענע אינטערעסן, און עטליכע פרובירט אזוי ארויסצוטרייבן אלישייב פון זיין אמט אלץ א קאנטער-אינטעליגענץ מאיאר, אבער עס איז אים נישט געלונגן. פוטין האט געהאט צופיל נוצן פון אלישייב'ס איינפלוס אין די מיליטער, און זייער געשעצט, און אפט געדארפט נוצן, זיינע פעהיגקייטן אין געהיימע מיסיעס. דאס אז מען האט אראפגענידערט אלישייב'ס ראנק פון פאלקאווניק צו מאיאר איז געווען דירעקט צוליב סאקאלאוו'ס אנדרייענישן. אלישייב האט געוואוסט אז פאר סאקאלאוו וועט עס זיין א פערזענליכע נצחון אים אונטערצוברענגן. ער האט זיך געוואונדערט צו ער האט ענדליך זיך אליינס אנגעברענגט זיין דורכפאל מיט זיינע אימפאלסיווע אקטן זיך צו רייצן מיט זיין פיינט.
"טאטע, איך ווייס, איך ווייס. איך ווייס גענוי וואס איך בין געווארן, אויף וועלכן שטאפל איך געפון זיך. דו דערקענסט מיך נישט? איך דערקען זיך אויך נישט רוב טעג. איך האב געווארט און געווארט אז דו זאלסט מיך אהיימרופן, געזוכט און געהאפט פאר ווינק פון דיר. אבער איך בין פארטויבט און בלינד געווארן נאך די אלע יארן אלץ סאלדאט, איז וויאזוי האב איך געקענט דערקענען דיין רוף? איך געדענק נאך ווען איך האב געמאכט דעם אויסטויש, מיין לעבן פאר א צווייטן איד, אז ער זאל קענען אהיימגיין. איך בין ענדליך גרייט, טאטע, אהיימצוגיין. ברענג מיך אהיים."
ער האט געעפנט זיינע אויגן, גרייט צוריק צו פארטוישן דעם מאיאר מישא אלישייב פאר דעם מיכאל אלישייב. אבער ערשט האט דער מאיאר נאך געהאט איין מיסיע צו פארענדיגן.
"סאקאלאוו!" האט ער זיך צושריגן אויף זיין ווילדסטן קול, כאטש ער האט נישט געוואוסט צי יענער האט זיך אפילו געפונען אינעם געגנט. ער האט געמוזט מאכן קאנטאקט מיט די רעבעלן אויף די אנדערע זייט פונעם טיר, און דעריבער האט ער פרובירט ארויסצוקוועטשן א רעאקציע פון זיינע פאנגער, וועלכע זענען העכטס ווארשיינליך געווען געטריי צו זייער אויבערהאר. "סאקאלאוו! דו אנזעצער! דו ציין-לאזיגער, קליין קעפיגער קאץ, פון די שמוציגסטע געסלעך אין די אומווערדיגסטע טיילן פון רוסלאנד. באווייז זיך! אדער פארכסטו זיך פון א געקייטלטן יעוורעי?!"
"סאקאלאוו, דו רוסישע שוואנץ, דו באהאלסט זיך אונטער די שירצלעך פון די דיינע שוק יונגן וועלכע האבן מיר געמוזט קייטלען אויס פארכט פאר זייער וואוילזיין. לאמיר זעהן צי זיי קענען זיך פארמעסטן מיט מיר, מיך קעמפן אין האנט-צו-האנט קאמבאט! גארנישט? הא, ס'איז ווי איך האב זיך פארגעשטעלט. א באנדע דערשראקענע קינדער."
ווען די טיר האט זיך ענדליך אויפגעמאכט איז ביים אריינגאנג געשטאנען א דארער רעבעל, מיט אן אויסגעדראשענע יוניפארם און א קאלאשניקאוו איבער זיין אקסל. אן אינטערסאנטן אויסדרוק איז געלעגן אויף זיין פנים, און פאר א מאמענט האט זיך מישא'ן געדאכט אז ער קען די פנים פון ערגעץ. ער האט פרובירט צו נישטערן זיינע זכרונות אבער ער האט זיך נישט דערמאנען. דער יונגער רעבעל האט האט אביסל שעמעוודיג געשמייכלט צו מישא, געצויגן מיט די אקסלען, און געזאגט, "אלע זעלנער דא זענען גענוג געטריי צום קאמאנדיר אז זיי פאלגן זיינע באפעלן, אבער נישט גענוג געטריי אז די באליידיגנוגען זאל ארויסברענגען א רעאקציע אין זיי, ליוטענאנט."
"קוק מיך אן. איך בין געבינדן. אפילו פון די וואנט קען איך זיך נישט רירן. וואס קען וויי טוען אז דו וועסט ענטפערן מיינע פראגן? איך פרעג נאר ווייל איך, פונקט ווי דו, בין דערשראקן און אומזיכער. איך ווייס נישט וואו איך בין, וואס וועט געטוען ווערן מיט מיר, און צו איך וועל זעהן דעם מארגן."
"א סאלדאט מוז נעמען ריזיקעס אז זיינע אויבעראפיצירן זאלן אים שעצן. אז ער קווענקלט זעהען זיי דאס אין אים, און זיי גרינגשעצן זיינע טאלאנטן און פארכטלאזיקייט."
די אויסדרוק אויף פלושענקא'ס פנים האט זיך אביסל געטוישט, און מישא האט דאס אויסגענוצט.
"איך בין נישט געווארן א מאיאר ווייל איך האב געווארט אז אנדערע זאלן מיר פירן. איך בין געווען זעלבסשטענדיג, און זיך געפירט פונקט ווי די אפיצירן העכער מיר. איך האב געמאכט באשלוסן ווי זיי, און גערעדט צו אנדערע מיט די זעלבע זיכערקייט און אוטאריטעט ווי זיי. דו האסט די אינפארמאציע, דו ווייסט פונקט אזויפיל ווי זיי, און דו ביזט א זעלבסשטענדיגער מאן. עס קען דיר קיינער צוריקהאלטן. וואו געפונען מיר זיך?"
"דאנעצק. עטליכע מייל פון די באן סטאנציע וואו איר האט מיר דעם ערשטן מאל געפונען."