זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

דער וואס איז בכלל מסופק אויב יא איז קלאר אדער נישט קיין איינקעל פון שואה אדער איז ער שוין די דריטע דור. וואס איז בכלל די שאלה וויזוי קען א יוד וואס האט פארלוירן זיין גאנצע משפחה ווייב קינדער ברידער שוועסטער אין אוישוויץ בכלל ארויסגיבן געפילן עכטע געפילן בקיצור
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

ך'האב געפרעגט א זקן, א קינד פון האלאקויסט סורוויבורס, און ער האט מסביר געווען זייער פשוט-
ווען זיינע עלטערען זענען ארויסגעקומען פון דארטען, די איינציגסטער זא וואס האט זיי אינטערסירט איז געווען: לחיים או להיפף ח"ו
און ממילא ווען די קינד איז אהיימגעקומען מיט א קראפט אדער עפעס אינטערסאנט האט עס ביי זיי בכלל נישט תופס מקום געווען
און דאס איז ממשיך צו אוראייניקלאך אויך
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

מחשב האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:כ'האב נישט געליינט אלע תגובות, טא אנטשולדיגט אויב מ'האט עס שוין פריער ערווענט. די היינטיגע פראבלעמען זענען א תוצאה פונ'ם רוב כל. מיר לעבען אין אזא רחבות אז מ'האט דעם לוקסוס צו קענען מעיין זיין אויב מ'איז גליקלעך צי נישט. און פון דעם קומען די פראבלעמען פון עצבות, ענגזייעטי וכו'.

יא, דאס איז זיכער אויך איינע פון די הויפט גורמים. ס'נעמט אבער אויך נישט אוועק דעם פאקט אז די מלחמה איז אויך א גורם.

כדי אוועקצונעמען א פאקט דארף קודם זיין א פאקט וואס אוועקצונעמען ודו״ק
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובה דורך מחשב »

שאינו יודע האט געשריבן:

און דער פאקט איז אנגענומען סייענטיפיש. און אויך קאממאן סענס. מענטשן וואס האבן מיטגעמאכט אזעלכע קאשמארן פאר לאנגע יארן איז אוממעגליך עס זאל נישט לאזן קיין עפעקט אויפן לאנגן טערמין. טאקע נישט ביי יעדעם. אבער צו זאגן אז יעדער איז עס אדורך און קיינער וואס האט אויפגעשטעלט א שטוב נאכן קריג האט עס אינגאנצן נישט אפעקטירט, האט נישט קיין פשט.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אנעים ביסט אן אייניקל פון האלאקאסט סערוויייווער??
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

מיין זיידע, וועלכע האט אלעס פארלוירן אין קריג, איז געווען א אויסטערלישער שטארקער מענטש, פיל מיט ווארימקייט, ליעבשאפט און געפילן,
זיינע אלע קינדער זענען געזונטע, און מוצלח'דיגע מענטשן
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:מיין זיידע, וועלכע האט אלעס פארלוירן אין קריג, איז געווען א אויסטערלישער שטארקער מענטש, פיל מיט ווארימקייט, ליעבשאפט און געפילן,
זיינע אלע קינדער זענען געזונטע, און מוצלח'דיגע מענטשן

ווי די זאגסט אליינץ, קוקט אויס ער איז טאקע געווען א אויסטערלישע שטארקער מענטש..
"אבער דאס מיינט אז זיי האבן נישט געהאט מלמדים וכו וואס זענען יא געווען מענטשן "אן נארמאלע רגשים
לויט דער שכל פון די אשכול..
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:מיין זיידע, וועלכע האט אלעס פארלוירן אין קריג, איז געווען א אויסטערלישער שטארקער מענטש, פיל מיט ווארימקייט, ליעבשאפט און געפילן,
זיינע אלע קינדער זענען געזונטע, און מוצלח'דיגע מענטשן

און די מענטשן וואס זענען טאקע נישט אזעלכע געזונטע און מוצלח'דיגע מענטשן, איז מעגליך זייער זיידע געווען חשוב און טייער.. אבער...
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

קוק, ס'פשוט שכל'דיג צו זאגן אז די אוממענטשליכע און אומדערהערטע (כ'זיך דעם אויסדריק וואס זאל ארויסברענגען די מהות פון באדינונגען וואס די היסטאריע האט קיינמאל חוץ דא געזעהן, מיט אזא סיסטאמאטישע אופן) מצב וואס זיי האבן זיך געפונען, טייל פאר א יאר, און טייל פאר ביז אזוי לאנג ווי 5 יאר,
אז דאס האט זיך אפגעשפיגלט אין זיי, זייערע קינדער, און אפי' אייניקלעך,.

אבער למען האמת, די וואס זענען עכט געשעדיגט געווארן, האבן נישט אזוי שנעל, אויב בכלל, זיך צאמגעקליבן און אויפגעשטעלט א עהרליכע דיספליניצירטע שטוב,

רוב פון די וואס האבן יא אויפגעשטעלט א שטוב, זענען די מיט הערצער פון לייבן וועלכע זענען בייגעקומען דעם גייסטישן סכנה
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אין די היינטיגע תקופה זעט מען, אז עס זענען פארהאן פארשידענע וועגן וואס א מענטש וועט טוען זיך צו באפרייען פון זיינע שווערע ליידן און ווייטער אנגיין מיטן לעבן. און וואס מ'זעט איז, אז אסאך מאל זענען די מיטלען וואס מענטשן נעמען אן נישט קיין געזונטע, זיי גייען טאקע אן, אבער עס שאדט פאר זייער נפש, און זיכער פאר זייערע דורות נאכדעם, כאטש זיי גייען אן.

און עס איז אויב אזוי גאנץ קלאר אנצונעמען, אז דאס זעלבע האט זיך אויסגעשפילט, מיט די הייליגע טייערע מלחמה איבערלעבער, פאר וועם מיר זענען אלעס אין די וועלט שולדיג. טאקע אסאך מענטשן האבן באוויזן דורכצוקומען די שוועריקייטן, אבער ליידער טייל האבן פרובירט דאס בעסטע וואס זיי האבן געקענט, און מער ווי זיי האבן געקענט, נאר ליידער פארט נישט מצליח געווען לגמרי.

טראכט פון מענטשן וואס וועקן זיך אויף יעדע נאכט מיט שרעק, ווי שפילן איבער די גרויליגע סצענעס ווי מ'הרג'ט זייערע טייערסטע, רח"ל. דאס איז א פאקט פון אסאך מלחמה איבערלעבער, און טראכט פון דאס בענקעניש וואס האט זיי ארומגענומען כסדר צו די משפחות וואס זיי האבן דארט איבערגעלאזט. :-e;/

שוין. זאל מיר שוין זוכה זיין צו תחיית המתים. וועט פאר יעדן צוריק לעכטיג ווערן.
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

נאכן קריג זענען מענטשן געווען פארנומען בלויז צו סורווייוו''ן. געפילן און נפש זענען געווען א Luxury.
גיי למשל היינט צו טאגס קיין סיריע, ליביע אדער תימן, וועסט נישט טרעפן דארטן קיין נפשיות'דגיע פראבלעמען...
נישט ווייל עס איז נישט דא, נאר די נפש פארנעמט נישט קיין פלאץ...

עס איז אריבער א דור צוויי נאכן קריג, עס איז צוריק געווארן א דור פון שפע, זענען מענטשן געווארן אוועיליבע''ל צו זיך אפגעבן מיט זייערע געפילן.
און עס האבן אנגעהויבן ארויף צו קומען אויפן אויבערפלאך, די אלע נפשיות'דיגע שוועריקייטן.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:נאכן קריג זענען מענטשן געווען פארנומען בלויז צו סורווייוו''ן. געפילן און נפש זענען געווען א Luxury.
גיי למשל היינט צו טאגס קיין סיריע, ליביע אדער תימן, וועסט נישט טרעפן דארטן קיין נפשיות'דגיע פראבלעמען...
נישט ווייל עס איז נישט דא, נאר די נפש פארנעמט נישט קיין פלאץ...

עס איז אריבער א דור צוויי נאכן קריג, עס איז צוריק געווארן א דור פון שפע, זענען מענטשן געווארן אוועיליבע''ל צו זיך אפגעבן מיט זייערע געפילן.
און עס האבן אנגעהויבן ארויף צו קומען אויפן אויבערפלאך, די אלע נפשיות'דיגע שוועריקייטן.

ריכטיג. דעמאלטס האט מען זיך נישט געקענט אפגעבן מיט די געפילן, ווייל נאר אזוי האט מען געקענט סורווייווען. אבער די געפילן זענען דארט געווען. די טראומא איז דארט געווען. די ווייטאג איז דארט געווען. באגראבן טיף, צוקוועטשט, און אוועקגעקוקט, אבער לעבעדיג.
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

רוב פון אונזערע זיידעס, די מלחמה איבערלעבער האבן זיך געקלאמערט ביי ערליכע אידן צדיקים וואס האבן זיי געגעבן א געלעגהייט ארויסצוגעבן זייער ווייטאג און זיי מחזק געווען אויף איין וועג אדער די אנדערע און אפשוואכן זייערע טיפע געפילן פון ווייטאג, צער און פארלוירנקייט. ממילא איז דאס נישט געבליבן ביי זיי אזוי שארף עס צו געבן צו ירש'ענען אזוי ווייט אז עס זאל לאזן א השפעה אויף ווייטערדיגע פראבלעמען.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך האב נישט געליינט ביז אהער,
אפשר קען מיר איינער קודם ענטפערן
איז די פלייץ פון נפשיותדיגע פראבלעמען א זאך וואס פלאגט דעם היימישן ציבור מער ווי ביי די גוישע גאס?!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

מחשב האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:כ'האב נישט געליינט אלע תגובות, טא אנטשולדיגט אויב מ'האט עס שוין פריער ערווענט. די היינטיגע פראבלעמען זענען א תוצאה פונ'ם רוב כל. מיר לעבען אין אזא רחבות אז מ'האט דעם לוקסוס צו קענען מעיין זיין אויב מ'איז גליקלעך צי נישט. און פון דעם קומען די פראבלעמען פון עצבות, ענגזייעטי וכו'.

יא, דאס איז זיכער אויך איינע פון די הויפט גורמים. ס'נעמט אבער אויך נישט אוועק דעם פאקט אז די מלחמה איז אויך א גורם.

כדי אוועקצונעמען א פאקט דארף קודם זיין א פאקט וואס אוועקצונעמען ודו״ק

און דער פאקט איז אנגענומען סייענטיפיש. און אויך קאממאן סענס. מענטשן וואס האבן מיטגעמאכט אזעלכע קאשמארן פאר לאנגע יארן איז אוממעגליך עס זאל נישט לאזן קיין עפעקט אויפן לאנגן טערמין. טאקע נישט ביי יעדעם. אבער צו זאגן אז יעדער איז עס אדורך און קיינער וואס האט אויפגעשטעלט א שטוב נאכן קריג האט עס אינגאנצן נישט אפעקטירט, האט נישט קיין פשט.

האסט מקורות אז עס איז אנגענומען סייענטיפיש? עס וואלט מיר געווען זייער אינטערעסאנט צו ליינען דערוועגן

מיינע זיידעס און באבעס וועלכע זענען געווען אין קריג זענען געווען ווארימע פרייליכע צוגעלאזענע מענטשן. הלואי זאלן די היינטיגע עלטערן האבן האלב פון זייער ווארימקייט און געדולד

און וואו אנעים האט געזאגט. א קינד וואס וואקסט אויף מיט א זילבערנע לעפל אין מויל און נאכדעם קומט די מגיד שיעור און שרייט אויף אים איז סאך מער עלול אויף גייסטישע פראבלעמען וואו א בחור וואס איז געגאנגען עסן טעג ביי א קארגע בעל בית און נאכדעם געווען אין קריג און איבערגעלעבט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:נאכן קריג זענען מענטשן געווען פארנומען בלויז צו סורווייוו''ן. געפילן און נפש זענען געווען א Luxury.
גיי למשל היינט צו טאגס קיין סיריע, ליביע אדער תימן, וועסט נישט טרעפן דארטן קיין נפשיות'דגיע פראבלעמען...
נישט ווייל עס איז נישט דא, נאר די נפש פארנעמט נישט קיין פלאץ...

עס איז אריבער א דור צוויי נאכן קריג, עס איז צוריק געווארן א דור פון שפע, זענען מענטשן געווארן אוועיליבע''ל צו זיך אפגעבן מיט זייערע געפילן.
און עס האבן אנגעהויבן ארויף צו קומען אויפן אויבערפלאך, די אלע נפשיות'דיגע שוועריקייטן.

ריכטיג. עס האט זיך אבער נישט אנגעהויבען נאכ'ן קריג נאר יארען פריער.

כל זמן דער מענטש איז געוועהן פאריאגט על המחיה, און אפילו פאר א מינדערוויכטיגע לוקסוס ווי למשל א הייסע באד האט מען פריער געמוזט גוט שוויצען דערויף, האט מען בכלל נישט פארמאגט דעם מיינדספעיס צו קענען בכלל טראכטען אויב מ'איז צופרידען צי נישט, און וואס קען אלץ דרוקען אויפ'ן זעהל.

ווער רעדט נאך אז עס זענען דאן געוועהן אמת'ע פראבלעמען, ווי ל"ע שטארבען פון ענטצינדונגען, פארלירען קינדער ל"ע, מלחמות, גזירות המלכות ועוד. ווער האט דאן בכלל געקענט לייגען געוויכט אויף עמאציאנאלע שוועריגקייטען, און ווער האט זיך דען אפילו געוואגט צו רעכענען חסרון אין סיפוק אדער ענגזייעטי אלס צרה?

היינט, היות מיר לעבען אין רחבות און באקוועמליכקייט וואס איז נאכנישט געוועהן זייט דער וועלט שטייט, האט מען דעם לוקסוס פון זיך מתבונן זיין אינ'ם נפש. עס האט אבער גארנישט מיט'ן קריג איינגעלייגט.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים

טו בי קליער, איך זאג נישט אז דאס לעבען אין באקוועמליכקייט און לוקסוס איז א פראבלעם, אדער עפעס וואס מ'דארף צוריקדרייען. בלויז אז די תוצאה דערפון איז מ'האט דעם צייט און מיינדספעיס צו קענען האבען נפשיות'דיגע פראבלעמען.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

איינס האט געשריבן:איך האב נישט געליינט ביז אהער,
אפשר קען מיר איינער קודם ענטפערן
איז די פלייץ פון נפשיותדיגע פראבלעמען א זאך וואס פלאגט דעם היימישן ציבור מער ווי ביי די גוישע גאס?!

ניין די גוישע גאס האט מער. אפילו מרדכי וויינבערגער זאגט עס.

נאר וואס דען, עס איז דא א פלייץ פון טערעפיסטען און זיי האבן אנגעהויבן שטופן א ניד פאר עמאושענעל העלפ, ווי אויך די שרייבערס פון נפשי. זיי זענען זיך נישט גרייט צי טענה'נען אויף לאגיק, נאר זיי שטופן די אגענדע אז דער עולם איז קראנק, און אלע פרויען וואס הערן אויס מרדכי וויינבערגער הייבן אן צי טראכטן אויב זייערע עלטערן אדער מענער האבן בפד אדער אנדערע חולאים, און פון דארט פארט א קייט ביזן יא.

דאנט געט מי ראנג, עס איז דא וואס זענען קראנק, אבער עס איז א קרענק וואס מען דארף גיין צום דאקטער, די אווערנעס חלק איז ביזנעס פונקט אזויווי טאניא'ס דייעט.

איין משל ווי ווייט די שטופערס ניצן נישט קיין לאקיג, @אנעים האט געזאגט א שטארקע פוינט קומט זיין עפוינענט און פרעגט אים צי זיין זיידע איז געווען אין קריג.

יא מיינע 4 זיידעס פון אלע זייטן זענען געווען אין קריג. די נעיטשארס און כאראקטערס וואס זיי האבן געהאט, קומען פון די דשינס פון זייערע עלטערן פארן קריג, זייערע עלטערן זענען געווען די זעלבע.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

געריבענער סוחר האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:איך האב נישט געליינט ביז אהער,
אפשר קען מיר איינער קודם ענטפערן
איז די פלייץ פון נפשיותדיגע פראבלעמען א זאך וואס פלאגט דעם היימישן ציבור מער ווי ביי די גוישע גאס?!

ניין די גוישע גאס האט מער. אפילו מרדכי וויינבערגער זאגט עס.

נאר וואס דען, עס איז דא א פלייץ פון טערעפיסטען און זיי האבן אנגעהויבן שטופן א ניד פאר עמאושענעל העלפ, ווי אויך די שרייבערס פון נפשי. זיי זענען זיך נישט גרייט צי טענה'נען אויף לאגיק, נאר זיי שטופן די אגענדע אז דער עולם איז קראנק, און אלע פרויען וואס הערן אויס מרדכי וויינבערגער הייבן אן צי טראכטן אויב זייערע עלטערן אדער מענער האבן בפד אדער אנדערע חולאים, און פון דארט פארט א קייט ביזן יא.

דאנט געט מי ראנג, עס איז דא וואס זענען קראנק, אבער עס איז א קרענק וואס מען דארף גיין צום דאקטער, די אווערנעס חלק איז ביזנעס פונקט אזויווי טאניא'ס דייעט.

איין משל ווי ווייט די שטופערס ניצן נישט קיין לאקיג, @אנעים האט געזאגט א שטארקע פוינט קומט זיין עפוינענט און פרעגט אים צי זיין זיידע איז געווען אין קריג.

יא מיינע 4 זיידעס פון אלע זייטן זענען געווען אין קריג. די נעיטשארס און כאראקטערס וואס זיי האבן געהאט, קומען פון די דשינס פון זייערע עלטערן פארן קריג, זייערע עלטערן זענען געווען די זעלבע.

בקיצור די מעשה הייבט זיך נישט אן, נאר וואס פלעגט אמאל הייסן תאוה קנאה כבוד כעס ושאר מיני חולאי הנפש האט היינט באקומען ענגלישע נעמען און עי-בי-סי׳ס.

וויפל איך פארשטיי דארף דער עולם פשוט זיך זעצן לערנען פרקי אבות ו(כמעט) שלום על ישאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

אנעים זמירות האט געשריבן:
בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:נאכן קריג זענען מענטשן געווען פארנומען בלויז צו סורווייוו''ן. געפילן און נפש זענען געווען א Luxury.
גיי למשל היינט צו טאגס קיין סיריע, ליביע אדער תימן, וועסט נישט טרעפן דארטן קיין נפשיות'דגיע פראבלעמען...
נישט ווייל עס איז נישט דא, נאר די נפש פארנעמט נישט קיין פלאץ...

עס איז אריבער א דור צוויי נאכן קריג, עס איז צוריק געווארן א דור פון שפע, זענען מענטשן געווארן אוועיליבע''ל צו זיך אפגעבן מיט זייערע געפילן.
און עס האבן אנגעהויבן ארויף צו קומען אויפן אויבערפלאך, די אלע נפשיות'דיגע שוועריקייטן.

ריכטיג. עס האט זיך אבער נישט אנגעהויבען נאכ'ן קריג נאר יארען פריער.

כל זמן דער מענטש איז געוועהן פאריאגט על המחיה, און אפילו פאר א מינדערוויכטיגע לוקסוס ווי למשל א הייסע באד האט מען פריער געמוזט גוט שוויצען דערויף, האט מען בכלל נישט פארמאגט דעם מיינדספעיס צו קענען בכלל טראכטען אויב מ'איז צופרידען צי נישט, און וואס קען אלץ דרוקען אויפ'ן זעהל.

ווער רעדט נאך אז עס זענען דאן געוועהן אמת'ע פראבלעמען, ווי ל"ע שטארבען פון ענטצינדונגען, פארלירען קינדער ל"ע, מלחמות, גזירות המלכות ועוד. ווער האט דאן בכלל געקענט לייגען געוויכט אויף עמאציאנאלע שוועריגקייטען, און ווער האט זיך דען אפילו געוואגט צו רעכענען חסרון אין סיפוק אדער ענגזייעטי אלס צרה?

היינט, היות מיר לעבען אין רחבות און באקוועמליכקייט וואס איז נאכנישט געוועהן זייט דער וועלט שטייט, האט מען דעם לוקסוס פון זיך מתבונן זיין אינ'ם נפש. עס האט אבער גארנישט מיט'ן קריג איינגעלייגט.

עס האט זיך טאקע נישט אנגעהויבן ביים קריג. אבער עס איז געגאנגען א גוטע פאר טריט אויף צוריק נאכן קריג.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

להודיע האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:כ'האב נישט געליינט אלע תגובות, טא אנטשולדיגט אויב מ'האט עס שוין פריער ערווענט. די היינטיגע פראבלעמען זענען א תוצאה פונ'ם רוב כל. מיר לעבען אין אזא רחבות אז מ'האט דעם לוקסוס צו קענען מעיין זיין אויב מ'איז גליקלעך צי נישט. און פון דעם קומען די פראבלעמען פון עצבות, ענגזייעטי וכו'.

הייליגע ווערטער. כ'האב מיט דעם אמאל געטייטשט אז מ'זעהט אמאל ביי די קעניגלכע הויפן איז געווען זייער שכיח דעפרעסיע און פארשידענע סארט סינדראמס, ווען מ'לעבט אין שוואוילטאג פאסירט אזעלכע זאכן. אין צפון קאריע האט לכאורה קיינער נישט קיין או.סי.די. ודוק.

אין די תימן'ער האבען קיינמאל נישט געוויסט פון קיין נערווען קראנקהייטען. און מען האט זיי שטארק געפייניגט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

וואס איז די שורש פון נארסעסיזים?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

זארג נישט האט געשריבן:וואס איז די שורש פון נארסעסיזים?

אדרבא איך וויל אויך גאר שטארק וויסן אויב דו קענסט בעטן די חשובע ניק "באשעפעניש" ער זאל שרייבן דערוועגן וואלט געווען א גיטע זאך
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: זענען די היינטיגע נפשיות׳דיגע פראבלעמען א דירעקטע תוצאה פונעם שואה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

שאינו יודע האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:כ'האב נישט געליינט אלע תגובות, טא אנטשולדיגט אויב מ'האט עס שוין פריער ערווענט. די היינטיגע פראבלעמען זענען א תוצאה פונ'ם רוב כל. מיר לעבען אין אזא רחבות אז מ'האט דעם לוקסוס צו קענען מעיין זיין אויב מ'איז גליקלעך צי נישט. און פון דעם קומען די פראבלעמען פון עצבות, ענגזייעטי וכו'.

יא, דאס איז זיכער אויך איינע פון די הויפט גורמים. ס'נעמט אבער אויך נישט אוועק דעם פאקט אז די מלחמה איז אויך א גורם.

כדי אוועקצונעמען א פאקט דארף קודם זיין א פאקט וואס אוועקצונעמען ודו״ק

און דער פאקט איז אנגענומען סייענטיפיש. און אויך קאממאן סענס. מענטשן וואס האבן מיטגעמאכט אזעלכע קאשמארן פאר לאנגע יארן איז אוממעגליך עס זאל נישט לאזן קיין עפעקט אויפן לאנגן טערמין. טאקע נישט ביי יעדעם. אבער צו זאגן אז יעדער איז עס אדורך און קיינער וואס האט אויפגעשטעלט א שטוב נאכן קריג האט עס אינגאנצן נישט אפעקטירט, האט נישט קיין פשט.

האסט מקורות אז עס איז אנגענומען סייענטיפיש? עס וואלט מיר געווען זייער אינטערעסאנט צו ליינען דערוועגן

מיינע זיידעס און באבעס וועלכע זענען געווען אין קריג זענען געווען ווארימע פרייליכע צוגעלאזענע מענטשן. הלואי זאלן די היינטיגע עלטערן האבן האלב פון זייער ווארימקייט און געדולד

און וואו אנעים האט געזאגט. א קינד וואס וואקסט אויף מיט א זילבערנע לעפל אין מויל און נאכדעם קומט די מגיד שיעור און שרייט אויף אים איז סאך מער עלול אויף גייסטישע פראבלעמען וואו א בחור וואס איז געגאנגען עסן טעג ביי א קארגע בעל בית און נאכדעם געווען אין קריג און איבערגעלעבט

סתם אזוי להוי ידוע ווארימקייט און פרייליכקייט מיינט נאכאלטס נישט אז זיי זענען געווען עמאשענעל געזינט
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”