נשמת השכל האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:אדם א מענטש האט געשריבן:fiena nieas האט געשריבן:איך האב א טאריע אז דאס אליינס צו ווערן אויפגעצויגן פון עלטערן וואס זענען אריבער אזוי פיל דאס אליינס איז נישט געזינט פשוט די יחס די קינדער צו די עלטערן איז נישט אויף די גיזינטע אויפן ווייל זיי זענען שטארק גילטי און פיל מיט רחמנות אויפן עלטערן און קיקן זיי זייער שטאארק ארויף ווי א רבי און סנישט דא די עכטע frindship און ליבליכקייט מיט די עלטערן !
''פון א טאטע דארף מען יא מורא האבן און א טאטע איז נישט א friend'' אזוי איז געווען ביי ערליכע אידן אויך פאר די קריג
א טאטע איז יא א פרענד און פון א טאטע דארף מען נישט מורא האבן.
יראת הכבוד, אודאי יא.
איך האב אמאל געהערט א שמיעס פון דער מחנך הידוע רבי שמעלקא קליין פון עצה האט ער מסביר געווען אז ביפאר די קריג איז די מרחק פון א טאטע און די מחנכים צי א קינד געווען זייער ווייט איז די מורא געווען אסאך מער און ובכן איז נישט געווען אזוי פוהל די חוצפה פראבלעם ווי ס'היינט דא. אבער פין די אנדערע זייט איז די אפענקייט צי א טאטע אדער מחנך אויך נישט געווען אמאל אזוי ווי ס'איז היינט. היינטיגע צייטן איז א טאטע אדער מחנך מער חבר. איז פון איין זייט איז עס גוט און וויכטיג אז די קינד זאל פוהלן אז ער קען זיך אדורך שמיעסן וואס דאס איז א געוואלדיגע מעלה, אבער פון די אנדערע זייט איז די חסרון אז די חוצפה איז אויף א העכערע לעוול ווי מען האט קיינמאל נישט געזעהן ביפאר אין פריעדיגע דורות. אויב געדענק איך גוט האט ער אויס געפוהרט אז היינטיגע צייטן האבן די גדולי ישראל איינגעזעהן אז ס'פעהלט זייער וויכטיג אויס אז די קינדער זאלן קענען פוהלן מער נאנט זיך צי קענען אדורך שמיעסן ממילא איז וויכטיג צי האבן די חבר'שאפט relationship.