שרייבער און ליינער

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

שרייבער און ליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מיט'ן הילף פונעם הייליגן באשעפער.

איך וויל דא אריינקריכן אביסל אין די נושא פון שרייבעריי. שרייבעריי רעדט פונעם שרייבער און עס רעדט פונעם ליינער. עס איז די שרייבער וואס באציהט זיך צום ליינער, און עס איז די ליינער וואס ווערט באאיינדרוקט פונעם געשריבן ווארט.

יעצט אויף די מינוט וויל איך אפטיילן שרייבעריי אין צוויי סארט שרייבערס. איינס איז דער היסטאריקער. צוויי איז דער אנאליסט. ס'איז צעטיילט אין מער קאטאגאריעס. אבער קודם לאמיר עס צעטיילן אויף בלויז צוויי. דער היסטאריקער, און דער אנאליסט.

איך וויל קודם שרייבן מיינע איידיעס וועגן דעם היסטאריקער. לאמיר אייך זאגן וואס איך טראכט וואס עס קומט פאר אין די געדאנקען פונעם שפעטערדיגן היסטאריקער פון יונגווייז אן. דער שפעטערדיגער היסטאריקער איז א קינד וואס כאפט אויף יעדע זאך וואס ער פארשטייט אז עס האט פאסירט און לייגט עס אוועק אין זיין זכרון און עס ווערט כמעט נישט אויסגעמישט מיט אנדערע זכרונות. ווען ער הערט רעדן - ביי גענוג געלעגנהייטן - וועגן דעם צאנזער רב, לייגט ער אוועק וואו דער צאנזער רב איז געווען רב, ביי וועם ער איז געווען אן איידעם די ערשטע מאל, וויפיל מאל ער האט חתונה געהאט, און ביי וועם. ווער זענען געווען זיינע קינדער. און אזוי האט ער אין זיינע געדאנקען א יחוס בוים. אויף עפעס אן אופן זאמעלט ער מעשיות, און די אלע מעשיות געדענקט ער די אנהייב, די מיטן, און די סוף. אמאל איז א יוד געקומען צום צאנזער רב זצ"ל און אזוי און אזוי און אזוי איז געווען די אנהייב פון די מעשה, די מיטן פון די מעשה, און די סוף פון די מעשה. און נישט נאר פון "צאנזער רב" האט ער אוועקגעלייגט אין זיין היפאקאמפוס, (זכרון), נאר ווען ער איז א קוואדער (פינף און צוואנציג יאר) האט ער שוין אין זיין זכרון אוועקגעלייגט גענוג און נאך.

ער האט מעשיות אלעס ארום דעם רמח"ל, זיינע ספרים, דאס פארברענען זיינע ספרים, ער געדענקט פונקטליך ווער עס האט עס געטון, און פארוואס, ער ווייסט פונקטליך וואו נאכצוקוקן די קוים ליינבארע דאקומענטן וואס געבן אונז אומאפפרעגנדע דאטא וועגן יענע מחלוקת, ער ווייסט מאמרים וואס אנדערע צדיקים האבן געזאגט וועגן דעם רמח"ל און זיינע ספרים. ער ווייסט די נפקא מינה צווישן די דרך וואס מ'קען אויפפיקן פון די ספרי רמח"ל און די דרך וואס מ'לערנט פון אנדערע ספרים

ווען ער האט געליינט 'שפאניע' האט ער עס אוועקגעלייגט אין זיין זכרון מיט די דאטומען פון די יארן ווען עס איז געשען, אוועקגעלייגט אין זיין זכרון מיט די נעמען פון די קעניגן וואס האבן געמאכט דעם גזירת גירוש. אפילו אויב דעם קעניגס נאמען איז שטעכעדיג און פרעמד. ער האט אוועקגעלייגט ווער עס זענען געווען די דאמאלטיגע גדולים אין שפאניע. אין יענע קעמערלעך האט ער אויך אוועקגעלייגט וועלכע פון אונזערע גרויסע און וויכטיגע עס איז אלץ געבוירן אין שפאניע. ער געדענקט וועלכע לענדער אדער שטעט זענען נעבן שפאניע. ער ווייסט אז פארטיגאל איז נעבן שפאניע. און ער געדענקט אויך וואס אלץ עס איז געווען אין פארטיגאל. און צי די לאגע איז געווען די זעלבע אין פארטיגאל ווי אין שפאניע.

אין זיין זכרון האט ער אויך אוועקגעלייגט אמסטערדאם. נישט נאר אז די יודן האבן געוואלט אהין זיך ראטעווען פון שפאניע, נאר נאך פיל פרטים דערוועגן. אלעס איז ביי אים אוועקגעלייגט. נישט נאר די גרויסע שטיקער האט ער אוועקגעלייגט. ער לייגט אויך אוועק שטעט און דערפלעך און אפילו געסער פון אונגארן, פוילן, רוסלאנד, אוקריינא. און ער קען אפילו אביסל אונגאריש, און אביסל פויליש. "אויף אונגאריש זאגט מען..." פעסט פארווארד א צוואנציג יאר, און צוליב סיי וואס זיצט ער און שרייבט אן ארטיקל אלעס ארום דעם צאנזער רב. ער האט מעשיות צו פארציילן, ער ווייסט וואו נאכצוקוקן זיינע מעשיות, ער ווייסט וועלכע ספרים רעדן פונעם צאנזער רב. און אזוי ווייטער און ווייטער.

וואס איך וויל זאגן איז אז דער היסטאריקער איז א געוויסער נאטור. און דער נאטור האט א געוויסע הנאה פון שרייבן על זה הדרך: ראובן איז געווען אן איידעם ביי יששכר, יששכר איז געוען אן איידעם ביי יהודא, יהודא איז בזיווג שני געווען אן איידעם ביי נפתלי, נפתלי האט געמאכט א ספר 'שלוחי נפתלי ישר' וואס איז אין זיינער צייט באקאנט אלץ דער וואס איז ארויסגעקומען אקעגן די שיטה פון 'תנחום'. און שוין. דא ענדיגט זיך עס. פריי דיך אז איך פארצייל דיר וואו ער איז געווען אן איידעם. אדער וואו ער איז געווען רב אדער שו"ב. דעם היסטאריקער קען מען טרעפן רעדן און פארציילן ביי א מלווה מלכה, און ער פארציילט, און פארציילט, מעשיות אויף מעשיות ווי פון ארבעל ארויס. א אנהייב, א מיטן, און א סוף. און א ווארט פון צדיקים אינדערמיט.

פאר דעם היסטאריקער איז נישט אזוי שווער צו שרייבן די פולמוס (וואס מיינט פולמוס) צווישן דעם יערות דבש מיט'ן יעב"ץ, ווייל ער האט רובא דרובא דערפון אין זיין זכרון. וואו האט דער יעב"ץ געוואוינט? ער ווייסט. (איך ווייס נישט, אין דייטשלאנד? וואו?) ער ווייסט וואו די אלע האבן געוואוינט. ער קען אפילו שפאצירן מיט זיין געדאנק אין זייערע געסלעך. ער זעהט זייער אלטקייט. און שפירט זייער עבודה. ער ווייסט נישט נאר אז ס'איז געווען א רייבעריי צווישן דעם יערות דבש מיט'ן יעב"ץ, ער ווייסט די פרטים און די פרטי פרטים. ער ווייסט נישט נאר אז ס'איז געווען א תנועת המוסר וואס האט זיך אנגעהויבן דורך ר' ישראל (?) סאלאנטער זצ"ל, ער ווייסט נאך פיל זאכן וואס האבן א שייכות מיט אט דער תנועת המוסר. און וויאזוי עס האט יא אדער נישט אן השוואה מיט אנדערע דרכים.

ביי אזא איינעם אין זכרון ליגט אוועקגעלייגט נישט נאר פאקטן, מעשיות, פון צדיקים, פון לענדער, פון מלחמות, פון פאליטיק, נאר ש"ס איז אויך אוועקגעלייגט אין זיין זכרון מיט א סדר. ער ווייסט וואס פונקטליך עס איז ברכות, און וואס פונקטליך עס איז פסחים, וואס פונקטליך עס איז עירובין. ער ווייסט די נעמען פון די מפרשים אויף ש"ס. ער ווייסט פון רש"י, וועלכע יארן אינעם ששה אלפי שנה קאלענדער רש"י האט געלעבט, וואו אויפן מאפע ער האט געוואוינט, וואס עס איז אלץ פארגעקומען אין זיינע צייטן, און אזוי ווייטער. ער ווייסט סך מער פרטים פון דאס מין הימלישן וועזן וואס האט דא אינעם ערד קוגל געהייסן רש"י, ווי עס ווייסט אן אנדערער סתמי.

אבער לאמיר זיך נישט לאזן פארפרירן ביי יענע מיטל אלטער תקופה. יענע תתתתת תקופה. וואס איז געווען די מעשה מיט ר' פלוני? א מעשה אין די למד חית יארן, ער ווייסט דאס אויך. און גוט, און גרינטליך. און ער ווייסט אלע פרטים ארום און ארום. לאמיר עס ארויסברענגען אין א זאץ. די ידיעות וואס דער היסטאריקער ווייסט, קומט נישט ווייל ער האט מער געהערט, עס קומט וויייל וואס ער האט געהערט האט ער גוט אוועקגעלייגט. און מיט א סדר. א אנהייב, א מיט'ן, און א סוף.

יעצט לאמיר גיין צום אנאליסט. די זכרון פון אן אנאליסט כאפט נישט געהעריג אויף פאקטן וואס ווערן אים פארציילט מיט'ן מויל צו דורך א בוך. ווען ער הערט, אדער ליינט, א מעשה פון רבי ר' אלימלך מיט זיין ברודער ר' זושא, לייגט זיך מער אוועק ביי אים די פערד, דער וואגן, דער בעל עגלה, די וועגן, די קרעטשמע, די פויער, די ביהמ"ד און זיינע אלטע בענק. ער דערהערט נישט געהעריג די פאקטן. ביי אים איז א מעשה פון ר' אורי סטרעליסקער זי"ע די זעלבע ווי ר' שמשון מ'שפטיווקא זצ"ל. די נאמען פונעם צדיק וועגן וועם די מעשה דערציילט האט נישט דעם געוויכט אז ער זאל עס אזוי אוועקלייגן. ס'איז ביי אים א מעשה פון א צדיק. וואס א חילוק וועלכע צדיק. פאר די זעלבע געלט קענסטו פארציילן א מעשה פון ר' בונם מפשיסחא זצ"ל.

ביי וועם א צדיק איז געווען אן איידעם, האט ביי אים נישט צופיל געוויכט אים ארויסצונעמען פון זיין לאנגווייליגקייט. און אז דער שרייבער לייגט צו אז ער איז דארט געווען אן איידעם נאר בזיווג שני, איז נאך ווייניגער אינטערעסאנט. עס קריצט זיך נישט ביי אים איין די דאזיגע וויכטיגע פרטים. וואו איז פאריז? נעבן בראזיל. ס'איז נישט קיין נפקא מינה צו א מעשה איז פארלאפן אין קראקא צו אין סאטמאר. אזא אנאליסט וועט שרייבן קאלומס אין אויסגאבעס צו אנאליזירן א מצב. זיי זענען די וואס שרייבן אלעמאל מוסר השכל'ס, אזאנע אלף כ"ץ מאמרים. אזאנע פון מיין פענסטערל מאמרים.

זיי דארפן נישט אזוי ווייט קענען היסטאריע. זיי דארפן נישט וויסן וויאזוי עס האט געהייסן די קינדער פונעם הייליגן ראפשיצער רב זצ"ל. דאס פעלט יעצט נישט אויס. יעצט פעלט אויס אנאליזירונג. דא קומען מיר צו די הארץ פון מיין דאזיגן אשכול. וואס איז געווען אמאל? מיר ליגט אין קאפ די 'עונג שבת' מיט זייערע הלכות, ס'האט געהאט א תורה אויף די קומענדיגע וואך. א מעשה פון א צדיק. א אנאליז מוסר ארטיקל. חידות. יא, איך מיין אז 'עונג שבת', דער 'עונג שבת' וואס האט פארציילט די מעשה פון דאן קארלאס גייט נאך אן עד היום הזה. און די פאפיר איז נאך די זעלבע. שווארץ אויף ווייס. די גראפיקס מיין איך איז נאך די זעלבע. יא, דו קענסט דיך היום הזה צוריק טרעפן אלץ קינד שבת נאכמיטאג ווען דו האסט דיך אריינגעפאקט אין בעט, און זיך אריינגעטון אין יענע געשיכטעס פון עונג שבת.

היינט האלטן מיר אין א וועלט וואס ווי עס קוקט אויס פאדערט עס אנדערע סארט ליין מאטריאל. דו קענסט מער נישט ארויסנעמען א "סיפורי מעשיות" און פון דארט דעליווערן א גוטע מעשה פון א צדיק בתוספות נופך שלך. דאס האט מען אמאל געקענט. און די זעלבע מעשה האסטו געקענט דרוקן איינמאל אין צוויי יאר. די סטאנדארט וואס עס פאדערט זיך היינט פון א שרייבער איז גאר שטארק ארויף. און ווי מער א וואך עס גייט דורך, אלץ מער מוזטו אויפקומען מיט עפעס באמבאסטיש כדי צופרידן צו שטעלן די זעלבע מאגנ'ס וואס זענען געווען אזוי העפי מיט א פשוט'ע מעשה פון די אבן עזרא מיט'ן רמב"ם.

וואס האט די באלייכטונגען געדארפט אמאל פארקויפן? "א' כ"ץ סארט ארטיקלן, נישט קיין שטרענגע, און אביסל 'הלכות שכינים', און אביסל 'הלכות שנור און שוויגער', מעשיות פון 'די מלכה פון קלאס', מעשיות פון א כל נדרי נאכט ביי עפעס א צדיק, און א געבאקענע מעשה. און דער עולם איז געווען צופרידן, מ'איז נישט געווען צופרידן? וואס האט מען געהאט צו ליינען? היינט מיט די אויפקום פונעם צייטשריפט זיכרוינע לברכה, האט מען געהויבן דעם סטאנדארט אז ממש די העלזער פון די שרייבערס זענען אויסגעצויגן צו דערגרייכן גאר גאר אויבן און עס גייט קוים.

אבער נישט דאס וויל איך ארויסברענגען מיט מיין אשכול. מיט מיין אשכול וויל איך ארויסברענגען וועגן שרייב ארבעט. וויאזוי מ'מאכט דאס. אבער אז איך רעד שוין, די סימבאל פון די אויסגעצויגענע העלזער וואס איך האב פריער געברענגט איז די 'קינדליין'. זיי מוזן צושטעלן יעדע וואך קאמיקס. איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגעל, איז געווען איין פיקטשער אין די בוך פון דוד המלך, ווי עס פארציילט אז איינע פון די ריזן האט ארויפגעווארפן - דאכט זיך - דוד המלך אין די לופט און אונטערגעשטעלט זיין שווערד מיט'ן שפיץ ארויף, אז ווען דוד המלך וועט צוריק פאלן מכח גראוויטי זאל ער אריינפאלן אינעם שווערד (א בייפאל פון א רשע, אויך די נאציס ימ"ש האבן געהאט אזעלכע רשעות'דיגע פוי בייפעלער. השם ינקום דמם) געדענק איך א בילד ווי דער ריז שטייט אזוי, און ווארט אז דוד המלך זאל צוריק אראפפאלן, און דוד פאלט נישט אראפ. איינער האט מיט א שם געמאכט אז דוד זאל זיך האלטן אין די לופט. האב איך אויף דעם פיקטשער געקוקט און געקוקט און געקוקט. עס איז געווען אזוי אינטערעסאנט ווי ער האלט זיך אין די לופט און ער פאלט נישט אראפ, און דער שטייט מיט זיין שווערד און ווארט מיט א רציחה - רשע דער.

אבער היינט? היינט איז די סטאנדארט אזוי ארויף. זיי מוזן צושטעלן עפעס נישט נארמאלע "גן עדן" פאר די טייערע קינדערלעך. אקעי, לאמיר גיין למעשה. למעשה אויב מיר ווילן מצליח זיין אלץ שרייבערס דארפן מיר אנקומען צו די הויעכע סטאנדארטן וואס עס האט זיך אוועקגעשטעלט.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבער און ליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הערליך צעלייגט!

דו זאגסט בעיסיקלי צוויי באזונדערע נקודות: איינס, וואו דו אנאליזירסט די צוויי טייפ שרייבער. צוויי, איז די חלק פון די סטאנדארט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שרייבער און ליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אוי ביסטו גוט, @נשמה. דאכט זיך דו טרעפסט דיך מער אינעם צווייטן חלק, ריכטיג?

ס'איז געווען א פארגעניגן צו ליינען. פארשטייט זיך מיט קליקן אויף די לינקס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבער און ליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גרשון האט געשריבן:אוי ביסטו גוט, @נשמה. דאכט זיך דו טרעפסט דיך מער אינעם צווייטן חלק, ריכטיג?

אינגאנצן, מיט א שמיץ אריבער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבער און ליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

הכל בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איינער האט מיר געפרעגט: אסאך מאל האב איך א זאך צו שרייבן אין קאפ, אבער ווען איך פאנג אן עס צו טייפ'ן און איך ליין עס איבער, זעה איך אז אנדערע וועלן נישט כאפן וואס איך האב אין קאפ. וויאזוי געבט מען זיך אן עצה פאר די פראבלעם?

אזוי ווי איך שאץ אז מיין ענטפער צו אים וועט געדויערן צייט, וויל איך עס שרייבן דא, אזוי אז מערערע זאלן כאטש הנאה האבן דערפון.

איך געדענק יעצט ווי איך זיץ און איך בין מסביר א שטיקל גמ' פאר מיין חברותא. איך בין בערך ניין יאר. און איך זעה אויף אים אז ער פארשטייט עס נישט. און איך טראכט ביי מיר וויאזוי מאך איך אז דו זאלסט עס פארשטיין. די פראגע: וויאזוי מאך איך אז דו זאלסט עס פארשטיין איז א זאך וואס טרייבט מיך צו טון פארשידענע זאכן במשך די יארן. וויאזוי מאך איז אז דו זאלסט עס פארשטיין.

און יעצט געדענק איך ווי איך בין מסביר א זאך מיט שריפט, איך בין בערך עלף יאר, און איך ליין איבער וואס איך האב געשריבן און איך טראכט צו מיר: צו סך מאל איבערגעזאגט די זעלבע זאך. דאס איז אויך נישט גוט.

אז דו קוקסט אריין אין די ווערטער מיט וואס 'ישיבה' טייטשט די גמרא קענסטו גרינג באמערקן אז ער מאכט א לאנגס און א ברייטס פון יעדע זאך. ער רעדט און רעדט און רעדט און רעדט, און איך מיין אז ס'איז זייער אויפגעכאפט.

אזאך ווערט פארשטאנען דורך הקדמות. אויב דו זאגסט פאר א קליין קינד "ס'דא בריקן וואס האלטן זיך דורך שטריק וואס איז צוגעבינדן צו אייזנס וואס לויפן פון איין עק צום אנדערן עק" דו ווייסט אז ער גייט נישט כאפן וואס דו האסט אין קאפ. פארוואס גייט ער נישט עס נישט כאפן? און פארוואס ווען ער איז עלטער גייט ער דאס מאל יא כאפן וואס דו האסט אין קאפ? עפעס איז געשען מיט'ן קינד במשך די אלע יארן וואס האט געמאכט אז ער זאל יא כאפן וואס דו האסט אין קאפ. וואס איז געשען מיט'ן קינד?

די ערשטע זאך איז אז ער האט זיך אויסגעלערנט אז דו ווילסט אים עפעס מסביר זיין. א קליין קינד ווייסט נישט אז ס'דא זאכן וואס מען וויל פארשטיין. ערשט ווען ער הייבט אן צו וועלן פארשטיין סיי וואס, ער זוכט הסבר אויף געוויסע ערשיינונגען, ווייסט ער אז דו קומסט אים יעצט מסביר זיין עפעס.

א קליין קינד איז נישט באוואוסטזיניג אז נישט אלעמאל ווייסט ער וויאזוי אזאך גייט אן. במשך די יארן האט ער זיך אויסגעלערנט אז ס'דא זאכן וואס ער כאפט נישט וויאזוי עס גייט אן. און דאס אז ער זוכט הסבר, עפנט אים אויף זיינע אויערן צו פארשטיין וואס דו ווילסט יעצט.

א קליין קינד ווייסט נישט וואס ס'מיינט 'בריק'. ער מוז 1) פארן אויף א בריק, 2) וויסן אז ער פארט אויף א בריק און נישט אויף די געהעריגע וועגן 3) וויסן אז א בריק איז אזאך וואס איז העכער א וואסער און אז עס מוז זיך האלטן אויף עפעס א קונצליכע וועג, 4) עס דארף אים אנגיין צו וועלן וויסן וויאזוי א זאך האלט זיך אין די לופט, און אז עס קען זיך האלטן דורך א שטריק. א קליין קינד זעהט אויך אז א זאך האלט זיך דורך שטריק, אבער ער כאפט נישט אז אנעם שטריק וואלט זיך עס נישט געהאלטן.

די אלע זאכן זענען הקדמות וואס א קינד מוז וויסן פאר דו קענסט אים זאגן: "ס'דא בריקן וואס האלטן זיך דורך שטריק וואס איז צוגעבינדן צו אייזנס וואס לויפן פון איין עק צום אנדערן עק".

וויפיל הקדמות פעלט זיך אויס צו וויסן די פאלגנדע משנה? דֶּבֶק, כְּדֵי לִתֵּן בְּרֹאשׁ הַשַּׁבְשֶׁבֶת. וויפיל דבק איז מען חייב א חטאת אויב מ'טראגט דאס ארויס אין א רשות הרבים. אזוי פיל וויפיל מ'לייגט אויף א ראש השבשבת.

ער מוז וויסן אז ס'דא אזא זאך ווי קומען און געבן א געזעץ. א פארשריפט. און דאס איז אן הקדמה. וואס אן דער הקדמה קענסטו נישט לערנען מיט א קינד דעם משנה.

נישט נאר אז ער מוז האבן געזאגט "מאמי איך האב נישט גענוג גלו ארויפצוקלעבן די שיינע פאפיר" כדי צו כאפן אז ס'איז דא אזא באגריף פון 'גענוג גלו אז עפעס זאל זיך קענען דערהאלטן אויף עפעס'. נאר ער מוז אויך וויסן אז עס גייט איינעם אן וויפיל מ'טראגט ארויס און מען איז חייב א חטאת. די השגה פון זיין מחויב מיט א חטאת איז א הקדמה וואס א קינד מוז וויסן פאר די קענסט מיט אים לערנען די משנה. און נאר ערשט ווען א קינד פארשטייט אז ארויסטראגן קען האבן צו טון מיט דארפן ברענגען א חטאת קען ער לערנען דער משנה.

א קליין קינד פארשטייט נישט "וואס האט ארויסטראגן מיט דארפן ברענגען א חטאת". ער קען וויסן אז "ארויסטראגן מאמיס זייגער קען קאסטן א פאטש". אבער פארוואס זאל ארויסטראגן מאכן אז א מענטש זאל דארפן ברענגען א חטאת. ער דארף זיך קודם אויסלערנען די הקדמה אז ס'איז דא געוויסע מעשים וואס א מענטש טוט, און דאס איז גורם אז דער באשעפער זאל אים מחייב זיין צו טון עפעס דערוועגן. דאס קומט נאר ווען עס הייבט אן אנצוגיין פאר א קינד אז דער באשעפער הייסט עפעס. אויב ער כאפט אפילו נישט וואס דאס מיינט אז דער באשעפער הייסט עפעס, קענסטו נישט לערנען מיט אים דער משנה פון דבק כדי ליתן בראש השבשבת.

ער דארפן וויסן די זאך פון א רשות הרבים. און דאס איז אן הקדמה. ער מוז כאפן אז נישט יעדע פלאץ איז די זעלבע. דאס איז אן הקדמה.

אויב דו עפנסט א ספר און דו פארשטייסט נישט וואס דארט שטייט מוז נישט זיין אז דו האסט א שוואכע קאפ, עס קען זיין אז עס פעלט דיר הקדמות.

או יעצט לאמיר ענטפערן דיין פראגע. ווען דו ליינסט עס איבער און דו פארשטייסט אז אנדערע וועלן נישט כאפן וואס דו האסט אין קאפ, מיינט דאס אז דו פארשטייסט זייער גוט וואס זיי וואלטן יא געכאפט. דאס מיינט אז דו קענסט אויסרעכענען וועלכע הקדמות זייערע קעפ דארפן נאך האבן כדי צו מאכן אז זיי זאלן אנקומען צו דיין קאפ.

כדי צו מסביר זיין פאר אנדערע דאס וואס דו פארשטייסט, דארפסטו קענען כאפן די הקדמות וואס דו האסט געמוזט האבן כדי דאס צו פארשטיין.

יעצט, פארוואס איז דא מענטשן וואס פארשטיין יא, און נאכדעם איז דא מענטשן וואס פארשטייען נישט. די תירוץ דערויף איז, אז די מענטשן וואס פארשטייען יא האבן אין זיך גענוג כח זיך אפצושטעלן, טראכטן, און ארויסהאבן. געווענליכע מענטשן זענען אזוי ווי איינער וואס פארט אין א קאר און ער קוקט ארויס פון פענסטער, און ער קען נישט כאפן וואס ער זעהט, ווייל עס לויפט צו שנעל דורך זיינע אויגן. קלוגע מענטשן זענען מענטשן וואס זיי קענען יא אויפכאפן טראץ דעם וואס ס'פארט שנעל, ווייל זייער מח ארבעט שנעלער. און שטערקער.

געווענליכע מענטשן זענען אזוי ווי איינער וואס הערט א קול פון דערווייטענס, קלוגע מענטשן זענען אזוי ווי איינער וואס הערט עס זייער שארף. דאס מיינט אבער נישט אז זיי האבן פארשטאנען אן הקדמות. אפילו איינער פארשטייט פראגראמינג, ער כאפט עס. מוז זיין אז ער האט אויך געהאט הקדמות. נאר ער האט געהאט גענוג כח אין זיין מח צו כאפן זאכן וואס פאר אנדערע לויפט עס צו שנעל אדורך.

הסבר מיינט אז דו מאכסט אז די קאר זאל פארן שטאטער אז מ'זאל קענען זעהן. הסבר מיינט אז מענטשן זאלן אויך זעהן די הקדמות וואס דו האסט געזען.

שוין, והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבער און ליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

דער וועם איך האב מיט מיין פאריגע 'ריאגיר' פרובירט צו ענטפערן טענה'ט מיר, אז איך האב נישט געענטפערט זיין פראגע. זיין פראגע איז: וויאזוי ברענג איך מיך ארויס? וויאזוי מאך איך אז עס זאל שטיין אויפן בלאט דאס וואס איך האב אין מיין קאפ. איך ליין איבער וואס איך האב געשריבן, און איך זעה נישט אז ס'זאל שטיין דאס וואס איך האב אין מיין קאפ.

איך קען דיר נאר ענטפערן וואס איך טו.

דו דארפסט קענען כאפן דיין איידיע וואס דו האסט אין קאפ. האלט אין קאפ די ווערטער וואס איך גיי דיר יעצט שרייבן, אפילו ווען דו פארשטייסט נאכנישט אזוי גוט די מיינונג דערפון. און די ווערטער איז: עס איז די איידיע וואס דו האסט אין קאפ, וואס דארף ווערן באקליידעט אין ווערטער. דו דארפסט פרובירן צו כאפן דיין איידיע וואס דו ווילסט אראפשרייבן. און עס גענצליך אראפשרייבן.

ווען איך וויל דיר יעצט שרייבן טראכט איך צו מיר "וואס איז די געדאנק וואס איך וויל דיר זאגן" "וואס וויל איך פון דיר" "וויאזוי וויל איך דיר העלפן" "וואס איז די איידיע וואס איך טראכט אז דאס גייט דיך העלפן" "וואס ליגט מיר אין קאפ, וואס דאס וויל איך דיר שרייבן"

שרייב אראפ דאס וואס ס'ליגט דיר אין קאפ. ס'קוקט מיר אויס אינטערעסאנט צו ענטפערן דיין פראגע מיט די זעלבע ווערטער ווי די פראגע. דו פרעגסט: וויאזוי שרייב איך אראפ וואס איך האב אין קאפ. און איך ענטפער: פרוביר צו שרייבן וואס דו האסט אין קאפ. אבער דו פרעגסט: יא, אבער וויאזוי טו איך דאס? וויאזוי שרייב איך אראפ וואס איך האב אין קאפ, עס קומט נישט אראפ אויפן פאפיר. עס ווערט נישט נתגשם אין ווערטער. די ווערטער טוען נישט פארציילן וואס איך האב אין קאפ.

איך קען דיך נישט ענטפערן מער ווי דעם אז דו דארפסט אכטונג געבן צו זיין מקושר מיט דיינע איידיעס. צו זיין אמת'דיג מיט דיך אליין. "איך וויל זאגן וואס איך טראכט אין קאפ, און איך וויל נישט באפיצן אדער אוועקדרייען פון וואס איך האב אין קאפ" "איך וויל זיין אמת'דיג" "איך וויל זאגן טאקע דאס וואס איך טראכט" "איך וויל שרייבן טאקע דאס וואס איך טראכט".

איך קען דיך נישט ענטפערן מער ווי דעם אז דו דארפסט דיך פשוט צוגעוואוינען צו כאפן דעם אמת פון דיינע איידיעס וויאזוי עס איז באמת אין דיין קאפ, און עס לאזן אזוי ווי ס'איז, אן עס דרייען, אדער טוישן, אדער באפיצן, אדער טרעפן א וועג וויאזוי עס צו זאגן ריכטיג. הייב אן צו זאגן דעם אמת פון דיינע איידיעס. אויב דו שפירסט אז ס'איז נישט אזוי אינטערעסאנט, סאו בי איט. דו זאג דעם אמת.

דו דארפסט דיך אריינציען וואוינען אין די פלאץ וואו עס יאוועט זיך דיינע איידיעס. און פון דארט ארויסרעדן צום ציבור. אדער צום יחיד. שרייב און שרייב און שרייב, אדער רעד און רעד און רעד. בשעת דו רעדסט, אדער דו שרייבסט, פארליר דיך פאר'ן אמת פון דיך אליין. קוק נישט אויף די מיינונגען פון אנדערע מענטשן, צוצושטעלן דיינע ווערטער צו זייערע מיינונגען. זאג וואס דו ווילסט זאגן. הייב אן פריוואט, און קום שטאטלעך ארויס צום ציבור. דער עולם וועט גלייכן דיינע זאכן, ווייל דער עולם וויל קאסטן א יוניק פלעוואר פון די מענטשהייט.

די רגע דו ווילסט אנהייבן טייפן, טראכט: איז דאס וואס איך טראכט אין מיין קאפ? ניין. איך שעם מיך צו זאגן וואס איך טראכט אין מיין קאפ. אדער איך האב מורא צו זאגן וואס איך טראכט אין מיין קאפ. איך קען מיך נישט מקשר זיין צו וואס איך טראכט עכט. זיי דיך מקשר צו וואס דו טראכסט עכט, און האב נישט מורא פון וואס דו טראכסט עכט. א בעבי קען זיך זייער גוט ארויסברענגען, עס ווערט עלטער און עס הייבט אן מורא האבן. האב נישט מורא.

קוק אהער. עפן אויף די עפענונג צווישן דיינע איידיעס אין דיין קאפ, און דיינע הענט וואס טייפן. ס'דא דריי זאכן: 1) די איידיעס אין דיין קאפ וויאזוי עס איז באמת. 2ׂׂ) דיין מחשבה וואס פרובירט אויסצוגעפינען "וואס טראכט איך יעצט" 3) "אה, דאס טראכט איך יעצט, און לאמיר עס אראפשרייבן"

די נומער 3 איז די ווערטער וואס דו טרעפסט אויפן בלאט.

און ווען דו קוקסט עס איבער איז עס נומער 1 וואס שטומט נישט מיט נומער 3. כדי נומער 3 זאל שטומען מיט נומער 1, דארפסטו ארויפארבעטן נומער 2. עס איז נומער צוויי וואס איז נישט גענוג אויפגעבויט אין דיר. "דו כאפסט נישט - אדער צוליב א סיבה ווילסטו נישט כאפן - וואס דו טראכסט באמת" האב נישט מורא צו טרעפן וואס דו טראכסט באמת.

די איידיעס אין דיין קאפ איז וואס דארף ווערן אראפגעשריבן אויפן בלאט. דו דארפסט נאר אנהייבן מער צו וויסן וואס דיינע איידיעס זענען. ווי מער דו וועסט וויסן וואס דיינע איידיעס זענען באמת, אלץ מער וועסטו עס קענען אראפשרייבן. און האב נישט מורא זיי צו טרעפן. ווייל דאס איז דיין אייגענעם אמת. דיין אייגענעם דיעה.

סאו, נאכאמאל: שרייבן מיינט ארויסברענגען איידיעס. איידיעס זענען זייער א איידעלע טיפע זאך און דו דארפסט כאפן דיינע אייגענע איידיעס. וויאזוי? דורכ'ן זיין גרייט זיי צו וויסן.

ס'דא ווען א מענטש האט נאכנישט די איידיע אין זיין קאפ, און ער האלט נאך אינמיטן אריינפארן אין די עמקות פון די זאך צוצוקומען צו א שפיץ וואס ברענגט עס ארויס. דאס האט נישט צו טון מיט שרייבן, דאס האט צו טון אז דו דארפסט נאך אליין ענדיגן אנצוקומען צום שפיץ.

איך האב געטראפן יונגע בחורימ'לעך, מיין הארץ האט זיך דערמאנט ווען איך בין געווען אין זייערע יארן. אזוי יונג, אזוי פריש, פיל מיט דאגות פון זאכן וואס לויט מיין יעצטיגע מיינונג איז עס ארויסגעווארפן ענערגיע.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבער און ליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

איך וויל שרייבן א זאך וואס איז מיר בייגעפאלן בנוגע שרייבן. דאס האט מיר אריינגעבליצט ווען איך האב פרובירט צו כאפן וואס עס איז מיר אזוי אינטערעסאנט מיט אלי' יואל'ס גליק'ס ווערק. וואס איז אינטערעסאנט דערמיט. איינע פון די שטריכן זיינע איז דאכט זיך דאס. עס מוז נישט זיין. והשם יתברך יעזור אז יעדער זאל מצליח זיין להגדיל שמו יתברך אז ס'זאל נישט ארויסקומען א מכשול פון קיינעם. און חלילה נישט קיין חילול השם.

ער געט כאראקטער צו די בריאה.

די געגנשטאנדן אין די בריאה וואס איז פאר זיין באגאבטן אויג ווערן מענטשן וואס דרוקן זיך אויס עפעס, וואס פארציילן עפעס דוקא מיט זייער געבוי, קאליר.

אנשטאטס: פאר מיר ליגט אויסגעלייגט א אראפגעפאלענעם בוים, שרייב בערך: א בוים ליגט פארשמאכטעט פאר מיר, אפגעענדיגט זיין לעבן, געבליבן איז נאר דער גוף וואס האט געווירקט אזויפיל יאר. ער זעהט דעם בוים אלץ א אויסדרוק פון א מענטש מיט געפיל וואס פארציילט.

איך באגעגן א מויער'ל, א טויער פון שטיין. איז עס: באחדות האלטן זיי זיך צאם אט די שטיינער איינס צום צווייטן פארמירנדיג א רינדעכיג טויער.

אראפגעפאלענע בלעטלעך, ווערן: פארשעמט ליגן זיי אויסגעלייגט דארטן ווי דער ווינט האט זיי געפירט. אט איז וואס דער בלעטל פארציילט מיך: אמאל בין איך געווען א לעבדיגער גוף, געהאט האב איך א נשמה, איך האב מיך אזוי גוט געפיהלט מיט מיין שיינעם גרינעם קאליר, איך פלעג גערן לאזן אלע קריכעדיגס עסן פון מיר און גארנישט געזאגט, איך האב מיך געפרייט אז איך לעב, און יעצט זעהסטו נאר מיין קערפער, דער גרינער קאליר איז שוין לאנג נישטא

ווען דו געסט כאראקטער צו א אראפגעפאלענעם בלעטל, ווערט עס: שעמעדיג, צעפליקט, צעקנייטשט, פארווארפן, אויסגעהויעכט, נשמה'לאז, מיואש'דיג. ווען דו געסט כאראקטער צו רעגן, ווערט עס: די רעגן האט מיך פרייליכערהייט מקבל פנים געווען מיט אירע שטעכעדיגע נאסע אויסדרוק פון ליבשאפט. א לבנה? און די לבנה האט צוגעקוקט פון אויבן מיט איר געהיימען בליק. א וועג? און די וועג האט געוויזן פאר מיר איר גרייטקייט מיך צו לאזן טרעטן אויף איר ערד. בלאטעטיגע וועגן? די וועג האט מיך מקבל געווען מיט א פארשעמטן פנים, דאס מאל האט זי נישט באוויזן מיר צו ווייזן איר שיינקייט, א רעגן האט נעכטן אראפגעשווענקט אויף איר די זאמד פון די זייטן, און פארשמירט איר פנים. וואס זאל זי טון, זי וועט מוזן ווארטן אויף נאך א רעגן צו ענדיגן און צוריק באווייזן איר אמת'ע נאטור.

שטילקייט קען אויך באקומען כאראקטער. מיט איר שטילקייט פארציילט מיר די בריאה עטוואס פון אירע סודות, מיינע אויערן הערן גארנישט, אבער מיין נשמה הערט שוין איינמאל. די שטייפע ביימער ארום קוקן אראפ פון די הויכן מיט וואונדער אויפן הולכ'דיגן מענטש וואס קומט אין זייער רוה. די ביימער באקומען א כאראקטער, און זיי קוקן מיט וואונדער, פון די הויכן. זייער פאליסי איז ערלויבעניש. זיי ערלויבן צו קומען נאנט צו זיי, כאטש זיי קענען זיין צוויי מאל אזוי אלט ווי מיר. און זיי ערלויבן אז מ'זאל זיי אראפהאקן פון זייער לעב מקור און זיי נוצן. די ביימער באקומען א כאראקטער פון: ערלויבעניש.

ביימער האבן א נאטור צו געבן פון זיך אפילו ווען זיי זענען שוין לאנג נישט בין החיים, זיי געבן אונז זייערע הענט, זייער שטאם. ווי א וואוילער יונגל לאזט ער זיך נעמען און נוצן פאר א שטעקן. זייער נאטורליך זענען זיי, און זיי וועלן ווייזן וואס זיי זענען באמת. אויב איז ער צעבויגן, דאס בין איך.

קעלט. מיט ציין צו ציין האט מיך די פראסט אריינגעשניטן איר געפיל-לאזן קאלטן דיבור, אלץ נקמה פאר'ן זיך באווייזן אין איר הערשאפט. איך האב דיר געבעטן אז דו זאלסט נישט קומען ווען איך דארף דא דורכגיין, איך וועל מיך פאר דיר נישט אפרוקן.

נאכט? די נאכט איז ענדליך אריינגעקומען פון איר טעגליכן אפוועזנהייט, און ארומגענומען די וועלט אין אירע מאמישע ארעמעס, צו פארציילן אירע מעשיות פאר די אויסגעמוטשעטע מענטשהייט. די לבנה האט זיך ארויפגעזעצט אויף איר שטוהל. די נאכט האט אימער וואס צו פארציילן, און ווען זי פארציילט איז עס מיט טיפע געפיל, נאסטאלגיע איז גארנישט קעגן די טיפקייט פון אירע געשפרעכן.

איך טראכט אז יעדע שרייבער האט זיך זיין נאטור און ס'איז שווער צו טוישן צו יענעמס פערספעקטיוו. אבער ס'איז דאך אינטערעסאנט צו נוצן וויפיל מ'קען
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבער און ליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

...איז מסביר אז קריעטיוויטעט ווערט געבוירן ווען דו צעברעכסט די אוועקגעשטעלטע עלעמענטן וואס שטעלן דיר צאם א איידיע וואס דו האסט שוין אויפגעבויעט און דו שאפסט דערפון דערפון א נייע זאך, און דו שטעלסט עס צאם מיט נאך א זאך וואס ביי יענע זאך האסטו אויך געטון דאס זעלביגע.

קריעטיוויטעט מוז נישט מיינען אז דו שאפסט א נייע זאך וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען. ס'קען אויך זיין דורכ'ן פרובירן אנקוקן אלטע זאכן אויף אזא אופן עס צאמצוברענגען מיט א אנדערע זאך ווען אויבן אויף וואלטן זיי נישט געהאט שייכות. באשרייבן א זאך מיט א נייעם בליק, מיט א בליק וואס דער ליינער וועט פיהלן דעם חידוש אין די גאנצע זאך.

לאמיר זאגן אז איך זוך פון וואס צו שרייבן, און עס קומט מיר נישט ארויף פון וואס צו שרייבן. וואס טו איך? אנשטאט צו זוכן נייע זאכן וואס דארט איז מיר נאך נישט בייגעפאלן חידושים, קען איך צוריקגיין צו אלטע עלעמענטן, אלטע איידיעס, עס אבסטראקטן, אריבערפירן, און פרובירן שאפן נייע קשרים מיט איידיעס צו וועלכע עס האט מיט די מושכל ראשון נישט קיין שייכות. נעמען אלטע זאכן וואס איך האב שוין מיין בליק דערויף און עס טוישן.

לאמיר נעמען די איידיע פון 'באקוועמע בענקל'. נישט ווייל איך וויל שרייבן פון 'א באקוועמע בענקל', נאר ווייל איך וויל אז מיין מחשבה זאל אנהייבן קריעטן. איך וויל ווערן שעפעריש. איך וויל מיין מחשבה זאל זיך אנהייבן רירן. און לאמיר טראכטן: וואס נאך איז באקוועם? א קאוטש. באקוועם אין די אייגענע הויט. דו קענסט אבסטראקטן די איידיע פון 'באקוועמע בענקל' און ארייננעמען דערין אנדערע זאכן.

ווען דו זוכסט אויף די עלעמענטן פון 'באקוועמע בענקל' באקומסטו די השגה פון סיי וועלכע באקוועמע זאך עס האלט אונטער דעם מענטש. נישט דוקא א פיזישע בענקל.

נישט נאר 'א באקוועמע בענקל' קענסטו אבסטראקטן און מאכן דערפון די תורה וואס האלט אונז אונטער אין דעם לאנגן גלות, דו קענסט אויך אבסטראקטן די אבסטראקט וואס דו האסט שוין אבסטראקטעד. דו קענסט אבסטראקטן די איידיע פון 'וויאזוי קען מען האבן א פרייליך לעבן'. דו קענסט עס אבסטראקטן ביז: וויאזוי קריך איך ארויס פון מיין קערפער און איך טרעף מיך אין א העכערע מציאות?

אויב דו אבסטראקסט די איידיע 'באקוועמע בענקל' קען עס ווערן: די בית המקדש. ווייל ס'איז די באקוועמסטע בענקל וואס איז דא אויף די וועלט. מקום השכינה. עס קען ווערן א רבי ומורה דרך. א רבי איז נישט דוקא א בענקל, ווייל אויף א רבי זיצט מען נישט, אבער ס'איז יא א אונטערהאלטער. דאס הייסט מ'האט עס אזוי ווייט אבסטראקטעד ביז פון א בענקל איז געווארן א אונטערהאלטער, א אונטערהאלטער קענסטו ווייטער אבסטראקטן און ארייננעמען דערין: די נפשיות'דיגע געפיל וואס א טאטע און א מאן שאפט אינדערהיים אלץ דער 'אונטערהאלטער'.

אבער די ציהל איז נישט בלויז צו אבסטראקטן. פון אבסטראקטן שאפט זיך נאכנישט קיין חידוש. הגם ס'שאפט זאכן פון וואס צו שרייבן. נאר אבסטראקטן איז א וועג וויאזוי דו זאלסט קענען מקשר זיין דערצו עפעס אנדערש וואס האט פריער נישט געהאט קיין שייכות, און פון דעם קשר שאפט זיך א חידוש.

אבסטראקטן מיינט: אז אויב דו גייסט מיט דיין מחשבה און דו גייסט דורך אנדערע עלעמענטן, אנדערע איידיעס, אנדערע מושגים, און דו זעהסט צי ערגעץ דארט קען אויך אריינגיין די איידיע פון 'באקוועמע בענקל', על זה הדרך: ביהמ"ד? א באקוועמע ביהמ"ד. א ביהמ"ד האט אויך די עלעמענטן וואס א פיזישע באקוועמע בענקל האט. ישיבה? וועגן די נושא עס זאל זיין באקוועם פאר א בחור'ל אין ישיבה. יעדע עלעמענט וואס קומט אריין אין דיין מחשבה, געב א קוק צי ערגעץ דארט פיט אריין די 'באקוועמע בענקל' איידיע. באקוועמע בענק אין א ביהמ"ד. קראקא. ווייל קראקא האט געהאט א ביהמ"ד מיט אזעלכע גרויסע סארט בענק.

און מיר קומט אריין אז אפשר זאל איך שרייבן: וויאזוי בענקלעך האבן זיך אנטוויקלט אין די היסטאריע.

אבער דאס איז נאר די פירות וואס זענען נושר ווען איך פרוביר צאמצושטעלן ביידע איידיעס. ווייל די רגע וואס איך הייב אן צו אבסטראקטן, הייבן אן אריינצוקומען נייע איידיעס, ווייל דו זוכסט עס צו מקשר זיין צו אנדערע עלעמענטן, און איך קען שרייבן פון יענע אנדערע עלעמענטן. און דאס געשעהט ווייל דיין קריעטיוו מיינד וועט פרובירן זוכן קשר און אזוי ארום דיך דערמאנען זאכן וואס דו קענסט שפעטער נוצן פון וואס צו שרייבן. אבער נישט דאס איז וואס איך וויל. איך וויל אז ס'זאל ארויסקומען א נייע זאך ווען איך שטעל צאם צוויי זאכן וואס האבן אויבאויף נישט קיין שייכות.

פון א באקוועמע בענקל קען אויך ארויף קומען: א שטיין. א שטיין איז פארקערט פון א באקוועמע בענקל, אבער עס קומט אויך ארויף. און מיט די שטיין קומט ארויף? איך זיץ אין וואלד אליין פארזינקען אין מיינע געדאנקען... ווען איז דאס געווען... און א פליס פון זכרונות קומען אריין צופליסן אין מיין באוואוסטזיין. התבודדות. די ערשטע מאל ווען איך האב אנגעהויבן צו רעדן צום באשעפער. מיין עקספיריענס. און פון דארט קען איך זוכן ווייטער.

אדער: קומט מיך ארויף א שיף. וואו קומט דא אריין באקוועם? אה, א זיץ אויפן פליגער. מיין עקספיריענס ווען איך בין געפארן דארט און דארט. איין מינוט, איך בין אויך געזיצן דארט ביים וואסער אויף א שטיין און באטראכט די כוואליעס וואס קומען אריינצוהאקן נאר כדי זיך צו בארואיגן און צוריקגיין... נאך א זאך פון וואס צו שרייבן. און דאס קען איך אויך אבסטראקטן, און עס קען ווערן: מיר זיצן אויף א הויעכן פלאץ און די גוים אדער די צרות אדער די דאגות אדער די יצר הרע ווילן קומען טשעפענען אבער נאר כדי זיך צו בארואיגן און צוריקגיין. איי וואס איז די תכלית? די תכלית איז צו זעהן אז דו ביסט העכער. דו האסט א בורא, א תורה, א שומר... יא, דו וואסערן קומען, אבער זיי קענען דיך נישט איבערקומען. משביח שאון ימים, שאון גליהם, והמון לאומים.

און די שניי-הייל אין וואס איך בין געזעצן אלץ קינד? איז געווען באקוועם? און שניי-הייל קען מען אבסטראקטן, און עס קען ווערן: על זה הדרך...

א שאד צו לאזן די אלע שניי זיך וואלגערן אויפן גאס און גארנישט טון דערמיט, עס לאזן אויסגיין און גארנישט הנאה דערפון, האב איך מיך געמאכט א הייל, צו זיצן דערין און הנאה האבן דערפון, אבער ביז א וואך איז פון דעם הייל גארנישט געבליבן.

א שאד צו לאזן די אלע קליינליכע עגמת נפש זיך דרייען און גארנישט טון דערמיט, עס לאזן אויסבלאזן אז ס'זאל דערפון נישט בלייבן קיין אנדענק, לאמיר דערפון מאכן עפעס, זיך בויען דערפון א הייל, זיך אריינזעצן דערין, און לעבן דערמיט. אבער א פאר יאר זענען דורכגעלאפן און איך האב געזעהן אז עס האט זיך נישט געלוינט, ווייל עס מיר גארנישט געבליבן...

ווען איך אבסטראקט, לאז איך נישט נאך פון זוכן א עלעמענט וואס דארט קען איך אויך אריינפאסן אין די איידיע פון 'באקוועמע בענקל', איך לאז מיך נישט פארפירן, און איך לאז נישט אפ די שטריק וואס האלט מיך אן צום נקודה מיט וואס איך האב אנגעהויבן.

און אויב איך ריק מיך ארויס פון מיין לעבן און איך גיי ארויפציער, פאר הונדערט יאר צוריק. טרעף איך 'באקוועמע און אומבאקוועמע בענקל' פאר די רבנים וואס האבן יא אדער נישט מצליח געווען מיט זייער בענקל. עס קומט מיר ארויף די באקוועמקייט פון א בענקל פאר איינער וואס וויל יעצט אריינגיין אין די ים התורה, אפשר קען איך פון דעם שרייבן.

אפשר קען איך אנהייבן טראכטן פון ווייטע פרעמדע עלעמענטן וואס האבן אויבן אויף זיכער נישט קיין שייכות צו די איידיע פון 'באקוועמע בענקל'. סתם צו צעברעכן די עקשנות. און איך עקשן מיך צי אפשר דאך פיט אריין דער איידיע אויף א 'אדלער'. און 'ושים בסלע קינך' קומט מיך ארויף.

צומאל דארף מען זוכן דוקא אין די פארשטופסטע פלעצער, דארט, נאך ווייטער, נאך טונקעלער, קריך קריך... קריך אריין אין דיין זכרון און פרוביר.

דא קומט מיך אריין א עקסטערע זאך, און איך מוז עס אראפשרייבן.

ווי אנדערש איז די אמאליגע וויליאמסבורג צו די איבערגעבויעטע, איי פארוואס האט מען איבערגעבויט. וויפיל טעם און תענוג די אלטע טירן האט, צי האט זיך געלוינט צו לייגן נייע? און די סטעפ? צי וואס לייגן נייע. דוקא די אלטע. דוקא די 'כאילו' איינגעדרייטע האלץ ביים עק אונטן ביי די סטעפ. און אפשר האט מען נישט געדארפט איבערבויען שוהלן. איי די אלטע אמאליגע שוהלן. וואו זענט איר, איר אלטע ספרים שענק, מיט ספרים וואס האבן מיר בהכרח צוגעבינדן צו עפעס, צו עפעס, צו עפעס איך ווייס אליין נישט פונקטליך וואס.

און די פלאר וואס האט געקראכט ביי יעדן טריט. מער הייליג געווען? נישט אזוי? יענע אלטע טלית ביים שאקלדיגן עמוד. איי די אלטע שמעק... עד כאן.

איך דערמאן מיך פון דעם רבינס בענקל אין חדר. אין דאס קען מיך שוין פירן צו נאך צווייגעלעך וואס זענען באהאפטן פון וואס צו שרייבן. 'באקוועמע בענקל' מוז נישט מיינען דוקא א בענקל, עס קען מיינען ווען מיין מאמע האט אונז גענומען צו א וואסער'ל... האט אויך דער זעלבער איידיע. און דארט איז אויך דא פון וואס צו שרייבן.

לאמיר טראכטן פונעם הייליגן פיאסעצנער זי"ע און פרובירן טרעפן דעם איידיע. אה, איך דערמאן מיך פון סדר נאכט. סדר נאכט האט שוין איינמאל מיט באקוועמע בענקל. און דארט, קען איך שנעל סורטשן פאר עוועניוס מיר אריינצופירן ערגעץ... זאכן וואס האט מיט פרשת חי' שרה

אבער לאמיר צוריקגיין צום פיאסעצנאר.

די ענין פון שלוש סעודות איז געווען זייער א גרויסע זאך ביי חסידים, דאס איז דאך דער זמן ווען די וועלט ווערט באנייט עפעס אזוי, רעווא דרעווין. וואלט ווען נישט געווען בעסער ווען מיר קענען זיך מער ארויסברענגען ביי שלוש סעודות. איך האב מיך דערמאנט פון 'בענקל'. דער פיאסעצנער שרייבט דערוועגן.

ווייטער קומט מיך אריין עפעס אראפצושרייבן.

איך דערמאן מיך פון זעהן קינדער וואס ארלעידיגן א קאוטש וואס איינער האט ארויסגעלייגט. דער קאוטש אליין איז שוין לאנג אויסגעוואקסן. שוין אן אלטער יוד דער קאוטש. איינגעקריצטע צייכענס. אפענע וואונדן. וואטע קריכן ארויס דא און דארט. אפגעוועטשט. יעדע מאל איך זעה אזא קאוטש ארויסגעלייגט, שטעל איך מיך פאר די גאנצע היסטאריע וואס דער קאוטש איז דורך אויף אירע ביינער ביז מ'האט באשלאסן אז גענוג איז גענוג, עס איז צייט צו קויפן א נייע.

אבער די קינדער זענען נישט צופרידן מיט דעם אליין, זיי ווילן עס זעהן ענדגילטיג. ס'פעהלט נאך אסאך ביז צו די עכטע ענדע. איך רעד שוין נישט פון אראפנעמען די קישעלעך און פרובירן צו טון דערמיט וואס די קריעטיוו מיינט חלומ'ט, אבער סך מער ווי דעם...

ס'איז נישט אז איך זעה ווי די קינדער פירן אויס זייער גזר דין. נאר קודם זעהט מען א אומשולדיגן אויסגעדינטן נידון וואס איז געווארן ארויסגעפיהרט אינדרויסן פון זיין היימעלע, און אפאר טעג שפעטער זעהט מען עס אויסגעצויגן, ארויסגענומע, צענומען יעדע הארעלע וואס דארט האט זיך געקענט געפינען. וועמענס ארבעט איז עס געווען?

זאל דער אייבערשטער העלפן נאר אויף קאוטשעס געזאגט. ע"כ.

'באקוועמע בענקל' איז נאר א ביישפיהל. די אונטערשטע שורה איז אז קריעטיוויטעט קומט ווען געבויטע עלעמענטן ווערן צאמגעשטעלט מיט פון אויבנאויפיגע נישט שייכות. און כדי דאס צו טון, כדי צו מקשר זיין ביידע, מוז מען אבסטראקטן פון דא און פון דא. מזה אחד ומזה.

קריעטיוויטעט קומט ווען צוויי זאכן וואס האבן אויבן אויף נישט קיין שייכות קומען זיך צאם און עס ווערט געשאפן א נייע זאך. א נייע צאמשטעל. לאמיר טראכטן: קאפל מיט פעפער. קודם דארף די איידיע פון 'קאפל' ווערן אבסטראקטעד פון די עצם קאפל. איך אבסטראקט די עלעמענטן וואס א פיזישע קאפל טוט. עס דעקט צו. עס איז פון אויבן. עס איז חשוב.

קאפל קען יעצט מיינען: א זאך וואס דעקט איבער. צווייגן פון א בוים וואס געבן א שאטן איז אויך א 'קאפל'. און פעפער איז א זאך וואס געט א טעם צום עסן אפילו ווען פאר זיך אליין איז עס "פעפער". בראתי יצר הרע, בראתי לו תורה תבלין כנגדה. די נמשל איז נישט דומה למשל, אבער וויאזוי די תורה מאכט אונז געשמאק דאס לעבן איז א נושא. די תורה איז פעפער און עס איז א קאפל. ווייל עס היט אויף אונז.

פארוואס פעהלט אויס צו מאכן אזא צעדרייטע זאך. פארוואס פעהלט אויס צאמצושטעלן שטות מיט שטות? ווייל ווען איך האב די איידיע אראפצולייגן די תורה אלץ א קאפל, און אלץ תבלין, איז עס קריעטיוו.

לאמיר זעהן: וויאזוי וואלטן מיר אויסגעקוקט אן א דאך איבער'ן קאפ?... א דאך לאזט אונז נישט גיין ווי הויעך מיר ווילן, מיר קענען נישט ארויפקוקן און זעהן דעם הימעל, און אונזערע קינדער ווייסן שוין אז די גאז באלאן פליהט נישט ארויף אין דערהיים, און א דראון איז אויך נישט פאר די הויז, אבער וויאזוי וואלטן מיר אויסגעזעהן אן א דאך? מיר וואלטן געווארן אנגערעגנט און קאלט. (איך לייג אריין אין 'דאך' די גאנצע הויז מיט די סטים... און איך האלט קאפ אז ס'איז א תבלין...) וויאזוי וואלטן מיר אויסגעקוקט אן א תבלין. וואלטן מיר געקענט עסן? וואלטן מיר הנאה געהאט פון עסן?

די זעלבע די תורה הקדושה.

די תורה הקדושה געט אונז א טעם אין לעבן וכו'. עס איז די תבלין. עס באגרעניצט, אבער אן דעם זענען מיר אנטבלויזט.

מיר קענען שרייבן ווי וויכטיג עס איז צו לערנען, און צו גיין בדרך התורה, אבער עס ווערט א חידוש ווען מ'שטעלט צאם צוויי אנדערע זאכן. איך קען עס באשרייבן מיט א נייע בליק, מיט א נייע דערהער.

אויב איך טראכט די ווארט: הייל, מערה. קומט ארויף "אה, אפשר שרייב איך וועגן היילן, אלעס וועגן היילן, דוד המלך איז געווען אין א הייל, און..." אבער אויב איך נעם די ווארט הייל, און איך פרוביר עס צאמשטעלן מיט די ווארט 'מילעך קעסטל' ווי פאני ס'איז. צווינגט עס מיין מח צו אויפקומען מיט עפעס. מאך מיר א קאנעקשאן צווישן די צוויי. טראכט, נוץ קאפ.. וועק דיך אויף... צעברעך אביסל די עקשנות. וועסטו מיט די צעבראכענע שטיקלעך מאכן עפעס

די הארטע 'מילך קעסטל' לאזט זיך נישט מקשר זיין מיט 'הייל', אבער מ'קען אבסטראקטן 'מילך קעסטל', ס'דארף זיין א באקס מיט לעכער. א סיסטעם וואס האט לעכער. און הייל קען מען אויך אבסטראקטן. הייל קען מיינען: יעדע זאך וואס א מענטש באהאלט זיך דערין פון די מענטשהייט, ער זעהט אבער ער ווערט נישט געזעהן. אפשר פון די יצר הרע. אפשר די נושא אז מיין אדיקשאן קוקט אויס ווי איך בין אין זיין באקס, אבער עס האט באמת לעכער, און עס איז אפן פון אויבן. און די יצר טוב איז א הייל. עס האט נישט לעכער.

וויאזוי קען א מענטש טרעפן די יצר טוב הייל און זיך ארויסראטעווען פון צווישן די לעכער וואס דער יצר הרע האט.

טוט דען אלעמאל די אדיקשאן דיך טרייבן צו וואס דו טוסט? האסטו דען נישט צייטן וואס א אנדערע שטומע רעדט אין דיר און דו זעהסט גאנץ גוט אז ס'דא אסאך וועגן וויאזוי זיך ארויסצזעהן פון דיין צוגעבינדנקייט. קוק אביסל ארויס פון די לעכער ארום. און אפשר קוקסטו ארויף העכער דיר און דו זעהסט אז דארט איז אפן. צו האסטו נישט אין דיר שטארקע כוחות וואס לאזן נישט אריין פרעמדע השפעות? נוץ יענע כוחות, פארשטארק זיי.

לאמיר נעמען קליינע טאמעטעס. און איך וויל עס אבסטראקטן: די עלעמענטן זענען: קליין, רינדעכיג, רויט, פון רויט קען ווערן סיי וועלכע ראשיגע זאך, די טאמעטעס זענען זיס, עס עסט זיך איינס מיט איין שלינג, ס'דא פון דעם אסאך אין איין באקסל, איך לייג עס אריין אין מיינע מחשבות, און איך זוך: קליינע בליציגע חידושים איינס אונטערן צווייטן. ברוך וויינשטאק.

און נעם: בשמים אזוב. גוטע ריח. וועלוועט ריר. צעברעכט זיך שנעל אויב מ'שפיהלט זיך דערמיט. האלט זיך פאר יארן. קליין אין כמות, רייך אין איכות, און איך וויל אז די אבסטראקט דערפון זאל שטומען מיט די אויבנגעברענגטע אבסטראקט:

חידושים, בליציגע איינפאלן, ווענד זיך וועלכע. מיט די אמאליגע חן, האבן חסידישע ווערטלעך א שטארקע איינדרוק אין די נשמה פון א יוד וואס בלייבט הנאה צו האבן דערפון פאר אלע יארן. באשרייב חסידישע ווערטלעך.

איך שרייב די חסידישע תורה'לעך מיט א בליק ווי די טאמעטעס און די אזוב. דאס געט א שעפערישקייט צו די זאך. עס האלט מיך אויף.

זיין רעכטע האנט אלץ א אנלאנער פאר זיין רעכטער באק זיצט ער, זיין שווארצע צעפלאטשע פיאות ליגט אויסגעלייגט ביזן אויפגעדעקטן ארעם, די שפייעכץ רינט אים פון מויל, אבער נישט פון עסן, נאר פון די חסידישע ווערטלעך וואס ער שלינגט איין איינס נאכ'ן צווייטן. זיין נפש ווערט דערהויבן, די נשמה זיינע קומט אראפ נענטער צום גוף, אה, דאס זעצט זיך אריין אין די טיפענישן פון זיין הבנה. דאס דערקוויקט זיין שכל און עפנט פאר אים אויף די שערי חכמה. אויך נאכן צומאכן דאס ספר'ל, ווערט עס אבער נישט פארשוואונדן פון זיין מחשבה אין די קעלערן פון זיין מח, נאר עס האלט אן ארומצורידערן און אויפקאכן זיין הארץ צו עבודת השי"ת און צו לערנען זיין תורה.

אט די תורה'לעך האבן געקענט צומאל האבן א חלק אין זיין דער יסוד אויף וואס א ערליכער איד איז אוועקגעשטעלט געווארן מיט א פלאמפייערדיגער הארץ וואס גליהט און קאכט פאר'ן הייליגן בורא. די תורה'לעך זענען אריינגעדרינגען....

והשם הטוב יעזור.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: שרייבער און ליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

@נשמה, איך האף די נעמסט נישט פאר גרענטעט די אויסערגעווענלעכע טאלאנטן וואס דו פארמאגסט.

דו האסט גערעדט צו מיין נשמה.

איך האב נישט צייט זיך מאריך צו זיין איצט, אפשר א צווייט מאל.

יישר כח, והשם הטוב יעזור
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: שרייבער און ליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

האמיר עס געליינט אינעם שרייבער און געשלינגען מיט דורשט יעדעס ווארט...

נ.ב. ליינענדיג דעם ארטיקל האב איך פון אנפאנג זיך געוואונדערט ווער איז דער וואס שרייבט אזוי פיין, (נישט קענענדיג די פען נעמען אינעם שרייבער) אבער ווען איך בין אנגעקומען צום סוף צו והשם הטוב יעזור האב איך שוין געכאפט אז דאס איז נשמה וואס דער אויבערשטער שטייט אים טאקע צוהילף אז יעדן ארטיקל וואס ער שרייבט זאל ארויסקומען ספעציעיל גוט. יש''כ ווי וואנט מאר!
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטשיג 2.4 פראצענט אמת.
אוועטאר
מאמענטאל
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:25 pm

Re: שרייבער און ליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאמענטאל »

פויליש פארווע האט געשריבן:האמיר עס געליינט אינעם שרייבער און געשלינגען מיט דורשט יעדעס ווארט...


גא"מ שכוח
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבער און ליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

סופער דופער!
זייער קלאר און געמשאק צו ליינען, זיי ממשיך מיט א פעסקייט!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבער און ליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פויליש פארווע האט געשריבן:האמיר עס געליינט אינעם שרייבער און געשלינגען מיט דורשט יעדעס ווארט...

נ.ב. ליינענדיג דעם ארטיקל האב איך פון אנפאנג זיך געוואונדערט ווער איז דער וואס שרייבט אזוי פיין, (נישט קענענדיג די פען נעמען אינעם שרייבער) אבער ווען איך בין אנגעקומען צום סוף צו והשם הטוב יעזור האב איך שוין געכאפט אז דאס איז נשמה וואס דער אויבערשטער שטייט אים טאקע צוהילף אז יעדן ארטיקל וואס ער שרייבט זאל ארויסקומען ספעציעיל גוט. יש''כ ווי וואנט מאר!

;l;p- :lol:
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: שרייבער און ליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

האמיר עס היינט געליינט אינעם שרייבער פראיעקט, הערליך הערליך! אזוי גוט צונומען ביידע סארט שרייבערס, ס'שווער צו גלייבן אז דער וואס האט עס געשריבן איז נישט דער היסטאריקער, נאך וואס ער האט איהם אזוי גוט צולייגט, פארציילט סודות פון זיין מוח... אבער נאכן זעהן יעצט אז ס'פון @נשמה דארף מען זאגט אז מעגליך האט ער פון ביידע סארטן...

יישר כוח! זייער הנאה געהאט, און ריכטיג ארויסגעברענגט דיין פוינט. עמיר בעז"ה דארפן צוענדיגן די גאנצע סעריע..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבער און ליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נשמה וואו ביסטו מיר ווארטן אזוי לאנג אויף דיר!
שטארק שטארק קלאר און שיין, איין זאך איז זיכער. אז נאכן ליינכן די וואכעדיגע ווייס איך שוין וואס פשט אין דבק בראש השבשבת....
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”