איך בין אויך 'דארט' געווען!.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

גוט שבת גוט שאבעס.. א לאנגע שורה שלענגעלט זיך פון דרום צו צפון, אלע חסידים ווארטן אדורך צו גיין דעם רבי'ן וואונטשן א גוט שבת. די שטופעניש איז גרויס אבער קיינער רעדט זיך נישט אפ, ווייל יעדער ווייסט אז מען קען נישט גיין קידוש מאכן פאר מען גוט נישט אפ דעם רבי'ן א 'גוט שבת'.

שטייטלעך ריקט זיך די ליין ארויף, די רבי שטייט אויף זיין פלאץ במלא הדרו, אויסגעדרייעט צום עולם, די הערליכע זילבערנע עטרה שיין אראפגעבויגן אויף ארונטער, זיין לינקע האנט איז אנגעליינט אויפן שטוהל, ווען די שניי ווייסע טלית גליטשט זיך צעבילסעך אראפ אויף איר, צו רעכט'ס צו שטייט דער גבאי אנגעליינט אויפן עמוד מען צוגעבויגן זיין קאפ צום רבי'ן, א אצילות'דיגע שיין שטראלט פונם רבי'נס געזיכט, ער שמייכלט צו די חסידים וואס גייען אריבער כצאן תחת השבט, די חסיד וואס זיין רייע איז יעצט אריבערצוגיין פארנויגט זיך מיט הדרת כבוד און מיט א שטילע שטימע זאגט ער "טשאבעס טשאבעס" די רבי שמייכלט צירוק און וואונטש 'גוט שבת'.

צומאל געבט זיך די ליין אזא האסטיגע שטעל אפ, דאס איז ווען די רבי פארשמועסט זיך לייכט מיט א נגיד פרעגט איהם געמיטלעך ווי אזוי גייטעס פרנסה? און די נגיד'ל שאקלט אזוי מיט'ן קאפ "ברוך ה'! דער אייבערשטער פארלאזט נישט, "ב"ה די דיעל איז דורך" די רבי זאגט "העמיר רבי'ן נאך שבת אי"ה" אונזער נגיד'ל גייצעך אהיים פרייליך און צעפרידן, די רבי טראגט איהם אויף די אקסלען.

עטליכע מינוט שפעטער אודך די ליין קומט צו א אפשטעל, דאסמאל מער א עלטערע איד וואס די רבי אינטרעסירט זיך בשלומו ווי אזוי ער שפירט, דער אלטער שטראלט מיט שמחה אז די רבי אליינס איז דורש בשלומו און זיי שבת איז שוין מסודר...

אט קומט א אינגערמאנטשיקל אין די רייע, "דער האט געהאט א אינגל דעי וואך" רוימט די גבאי אריין אינם רבי'נס אויערן... "מזל טוב" וואונטש די רבי אן ווארעם זיינס א חסיד "אסאך אידיש נחת די ברית זאל זיין בשעה טוב ומוצלחת", אונזער חסיד ווערט ממש עלעקטערזירט, ער שטאמלט ארויס 'אמן' כ'וועל זיך שוין פארשטענדיגן מיטן גבאי'ן וועגן סנדקאות, געבט א קוש דעם רבי'ן אין האנט און לויפט פלינק אהיים, ער יאגט זיך צו ענדיגען די סעודה ער מוז נאך שטעלן 'זכר ארבעס' ביים שלחן הטהור.

דארט אינמיטן די לאנגע רייע שטייט אונזער רבי אביגדור, א מיטליעריגער איד, ער געדענקט נאך דעם רבי'ן ז"ל אלטס אינגערמאן, און זיין טאטע איז נאך געפארן צום רבי'ן אינדערהיים, ער איז שוין נישט פון די היינטיגע דורות, ער האט נאך די שמעק פון אמאל, וואס ווייסן די אינגווארג?? איז זיין אייביגער סלאגאן אין יעדע טענעריי, ער איז דא מחזק צו זיין דעם היינטיגן רבי'ן וואס איז ממשיך דרך אבותיו, און טאקע צילוב אט דעם סיבה שטייט ער דא אין די שורה "גוט שבת זאגן" פאר'ן רבי'ן, סאיז דאך כבוד אבותיו,

אין זיין האנט האלט ער א מיטל'גאטיגער ספר'ל, ער בליקט אריין און האלט זיך פארנומען דעראין, וואונטש גוט שבת נאר פאר זיין יארגאנג און די אנדערע זעהט ער פשוט נישט זייענדיג פארטון אין זיין ספר'ל, טריט ביי טריט מאכט ער דעם לאנגן וועג צום רבי'ן, ווען ער שטייט שוין אזוי צוויי דריי מענטשן בעפאר פארקנייטש ער דעם ספר'ל מיט זיין דיקע פינגער און ער ווארט פאר זיין רייע.

און יא! די רבי שטעלט איהם אפ. "רבי אביגדור זאגטס מיר, ווי אזוי האט זיך די רבי ז"ל געפירט שבת וואס געפאלט אויס סוף תקופה? ער האט יא געזאגט ה' מלך אדער נישט?" פאר א רגע איז רבי אביגדור געווען פארלוירן אבער תיכף זיך צאמגעקליבן – דאן זענען שוין א פלייץ חסידים'לעך געשטאנען קעפ אויף קעפ מיטצוהאלטן דעם שמועס - "ווען די רבי איז געקומען קיין אמעריקע דענק איך קלאר ווי היינט איז עס געווען, תש"ז איז עס געווען, איז געפאלן שבת אזוי ווי היי-יאר, כבין דערביי געשטאנען ווען די רבי איז אריינגעקומען צום טיש בליקנ'דיג אויפן גאלדענעם זייגער'ל און ער האט געווארט מיט קידוש ביז נאך די גאנצע מעשה, אויך האט ער יענעם שבת אינגאנצן נישט געזאגט קיין תורה"..... אזוי?! איר זענט אליינס 'דארט' געווען? יא! איך בין דערביי געוועזן און מענדל איז געווען הויז-בחור. גוט שבת!

רבי אביגדור שפאצירט זיך ווייטער מיט א געהויבענע געמיט, דער רבי גייט טאקע אין די וועגן פון רבינ'ס זיכרוינעלעבראכע ער וויל פונקטליך וויסן וואס איז געווען אמאל, ב"ה אז מען איז ביי די כוחות און די זכרון דינט, קען מען איבערגעבן ווייטער פאר נייעם דור.

וואס רבי אביגדור האט נישט אינאכט גענומען איז געווען אז רבי שניאור איז געשטאנען אינטער איהם און מיטגעהאלטן די גאנצע שיח שרפי קודש מיט'ן רבי'ן זז"ג, און ווי נאר די צוויי האבן זיך באגעגנט אין גאס האט די אטאם-באמבע געפלאצט.... "וואס זאגסטו אביגדור?? שקר וכזב! די רבי האט קלאר נישט געווארט!!
פרעג אלע אידן וואס זענען 'דארט' געווען!

רבי אביגדור ענטפערט גלייך צירוק שארף, איך בין 'דארט' געווען בשעת מעשה!! וואס האקט איר אין קאפ!!

בייזערט זיך רבי שניאור צירוק א צעקאכטער "איך בין אויך 'דארט' געווען!

כו' וכ' ביז שבת פארטאג'ס

האט'ס מיר אלע א גוט'ן שאבעס.
לעצט פארראכטן דורך טעם וריח אום דאנערשטאג יוני 11, 2020 12:04 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אויפן גאנצן בעשרייבעכץ ;l;p- ;l;p-

און אויף די לעצטע צוויי שורות :lol: :lol:
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
גוט גוט גוט. דער עולם איז פעסט אין די כלים לעטצענס...
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

כמאָנעֶצלאָן!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:כמאָנעֶצלאָן!

"איש זעף על עובדי כמאנעם"...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

:lol: :lol:
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

שכוח פאר אלא דאנקער, לויט די גרינע קען מען ב"ה זאגן אכשר קרעטשמתינו מיט איר איבערפלוס פון קנאקעדיע סחורה!!

;l;p-
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
תנא בתרא
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 27, 2018 9:14 pm
לאקאציע: אונטער'ן בריק

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא בתרא »

הערליך!!

פרישע קוגל האט געשריבן::lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
גוט גוט גוט. דער עולם איז פעסט אין די כלים לעטצענס...

ס'קוט אויס קעראוינע האט עפעס געווירקט ביים עולם...
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

לאל.
די בעסטע חלק פון די מעשה איז אז ס'איז נישט פיקטיוו, ס'איז א אמת'ע מעשה.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

יעצט איבערגעליינט, די מעשה קען נישט זיין אמת!
אויב וואלט עס ווען געווען אמת וואלט ר'אבגדור קלאר געזאגט אז ער איז דארט 'געוועזען' נישט דארט 'געווען'....
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

געשמאקע נייעס דאס. זייער זיס און עכט, די אידן האבן למעשה אן ארגינעלן טעם וואס מ'מאכט שוין נישט. יעצט ביי קאראונע זענען נעבעך אוועק אסאך פון די עידזש זיסע אידן. א גרויסע פארלוסט פאר אונזער יוגנט.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

טעם וריח,
פיין געשמייכעלט!
ווי האט יענער געזאגט, (אליינס א געדענקער..)
ער זיצט אויף איין טיש שבת מיט צוויי אידן וואס געדענקען אלעס וואס די רבי פלעגט צו טוען, נאר אינטערסאנט אייביג געדענקען זיי פארקערט פונעם צווייטן
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

:lol: :lol: סארא נייעס דער עולם דא.. יעדער פרובירט (אין אישי..) צו געסן וואו די פאסירונג שפילט זיך אויס מידי שבת בשבתו.....
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

:lol: :lol:
;l;p-
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

טעם וריח האט געשריבן::lol: :lol: סארא נייעס דער עולם דא.. יעדער פרובירט (אין אישי..) צו געסן וואו די פאסירונג שפילט זיך אויס מידי שבת בשבתו.....

ווי נישט?
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשדוד »

שטומפיג האט געשריבן:לאל.
די בעסטע חלק פון די מעשה איז אז ס'איז נישט פיקטיוו, ס'איז א אמת'ע מעשה.

יא! טעם וריח איז אייזן אין דעם האבן מיר שוין געזעהן לעצטנס ווען ער האט באשריבן די גענוצטע טיי זעקלעך וואס וואלגערן זיך ביי די קאווע אין ביהמ"ד און די זעלבע דא, אזוי אמת און אזוי גוט צולייגט
יישר כח! טעם וריח
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן::lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

קלאצ'אפ טו יור קרעדיט האב איך אראפגעציפט צייט צו שרייבן טאקע נישט צום פארמעסט אבער פטור בלא כלום אי אפשר... טענקס!!
אשדוד האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:לאל.

יא! טעם וריח איז אייזן אין דעם האבן מיר שוין געזעהן לעצטנס ווען ער האט באשריבן די גענוצטע טיי זעקלעך וואס וואלגערן זיך ביי די קאווע אין ביהמ"ד און די זעלבע דא, אזוי אמת און אזוי גוט צולייגט
יישר כח! טעם וריח

אפס דער האט א זכרון... טענקס אשדוד!
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

צום לאכן און צו טראכטן

האמער געקאנט א איד וואס איז געווען א כלי ראשון ממש, ביז צוויי הונדערט יאר ארויף, כ'ווייס נישט ווער ס'האט אים געגעבן ס'היתר אריינצולייגן תבלין...
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

איך האב גאר אן אנדער דערעהר פון די מעשה, דער עלטערע איד וואס "ער איז דא מחזק צו זיין דעם היינטיגן רבי'ן וואס איז ממשיך דרך אבותיו, און טאקע צילוב אט דעם סיבה שטייט ער דא אין די שורה "גוט שבת זאגן" פאר'ן רבי'ן, סאיז דאך כבוד אבותיו",
שעפט צום סוף זיין חיות אט פון דעם יונגען רבי'ן! וייסט דען נישט דער רבי אליין וואס די רבי ז"ל האט געטון? און טאמער ווייסט ער נישט האט ער נישט קיין צווייטע וועג דאס נאכצוגיין חוץ פון פרעגן דעם אלטן אינמיטן גוט שבת זאגן?
אלא מאי, די זעלבע סיבה וואס האט געמכט דעם רבי'ן זיך אינטרעסירן ביים נגיד אויף די ביזנעס, ביים עלטערן יוד וועגן די געזונט, און ביים אינגערמאנטשיק א מזל טוב, האט אים געברענט פרעגן ר' אביגדור'ן וועגן זיינע זכרונות, און טאקע:
רבי אביגדור שפאצירט זיך ווייטער מיט א געהויבענע געמיט, דער רבי גייט טאקע אין די וועגן פון רבינ'ס זיכרוינעלעבראכע ער וויל פונקטליך וויסן וואס איז געווען אמאל, ב"ה אז מען איז ביי די כוחות און די זכרון דינט, קען מען איבערגעבן ווייטער פאר נייעם דור."
והדברים פשוטים.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

גוט גוט, שרייבט נאך אזעלכע ארטיקלען.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

יא יא
מענטשן כאפן נישט אז אויסהערן די אלטע לייט, איז פינקט אזא מצווה ווי גיבן א גוט ווארט פאר א ציבראכענע יודל
דאס איז שוין חוץ דעם פון די וועלכע פלעגן אין זייערע יונגערע יארן דרייען די קאשע, יעדער האט זיי געקענט, זיי זענען געווען 'די חברה' און יעצט די איינציגסטע וואס קענען זיי זענען די צייטונג איטנערוויוערס..
זיי איז א עקסטרע מצווה צו פרעגן און איבערפרעגן
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

זעירא האט געשריבן:איך האב גאר אן אנדער דערעהר פון די מעשה, דער עלטערע איד וואס "ער איז דא מחזק צו זיין דעם היינטיגן רבי'ן וואס איז ממשיך דרך אבותיו, און טאקע צילוב אט דעם סיבה שטייט ער דא אין די שורה "גוט שבת זאגן" פאר'ן רבי'ן, סאיז דאך כבוד אבותיו",
שעפט צום סוף זיין חיות אט פון דעם יונגען רבי'ן! וייסט דען נישט דער רבי אליין וואס די רבי ז"ל האט געטון? און טאמער ווייסט ער נישט האט ער נישט קיין צווייטע וועג דאס נאכצוגיין חוץ פון פרעגן דעם אלטן אינמיטן גוט שבת זאגן?
אלא מאי, די זעלבע סיבה וואס האט געמכט דעם רבי'ן זיך אינטרעסירן ביים נגיד אויף די ביזנעס, ביים עלטערן יוד וועגן די געזונט, און ביים אינגערמאנטשיק א מזל טוב, האט אים געברענט פרעגן ר' אביגדור'ן וועגן זיינע זכרונות, און טאקע:
רבי אביגדור שפאצירט זיך ווייטער מיט א געהויבענע געמיט, דער רבי גייט טאקע אין די וועגן פון רבינ'ס זיכרוינעלעבראכע ער וויל פונקטליך וויסן וואס איז געווען אמאל, ב"ה אז מען איז ביי די כוחות און די זכרון דינט, קען מען איבערגעבן ווייטער פאר נייעם דור."
והדברים פשוטים.

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:יא יא
מענטשן כאפן נישט אז אויסהערן די אלטע לייט, איז פינקט אזא מצווה ווי גיבן א גוט ווארט פאר א ציבראכענע יודל
דאס איז שוין חוץ דעם פון די וועלכע פלעגן אין זייערע יונגערע יארן דרייען די קאשע, יעדער האט זיי געקענט, זיי זענען געווען 'די חברה' און יעצט די איינציגסטע וואס קענען זיי זענען די צייטונג איטנערוויוערס..
זיי איז א עקסטרע מצווה צו פרעגן און איבערפרעגן

@זעירא, @כאניש, זייער גוט פארשטאנען!
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: איך בין אויך 'דארט' געווען!.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

טעם וריח, ;l;p- ;l;p- :lol: :lol:
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”