ווידיאו ביים היימישן ציבור

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

חסדי אבות האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:ווילעך נישט זיך אריין שטעקן מיין קאפ אין אזא הייסע קאכעדיגע טאפ...

נאר איך האב מיך שוין זייט חודש אלול - א דאנק די אויפוועקונג פונעם איסור - זיך פארגענומען מער נישט צו קוקון גיין ריקעדיגע בילדער, ב״ה דערווייל האב איך מיך געקענט שטארקן. דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער, ס׳איז זיכער א נענטערן בענקל צו משיח.

שטארק דיר ברודער שטארק דיר.

אלס איינער וואס גייט דורך די זעלבע זאך, נישט קוקנדיג קיין רוקנדיגע זאכן זינט אלול, ווייס איך די שוועריגקייט פון איין זייט, אבער איך שפיר דעם געשמאק פון די אנדערע זייט. איך האף און איך גלויב אז אויך דו שפירסט זיך ריינער און בעסער לכבוד דעם. האלט דיר שטארק און לעב אויף דער וועלט.

WOW I'M JEALOUS!!!
Keep it up!!! ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

פעטער משה האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:ווילעך נישט זיך אריין שטעקן מיין קאפ אין אזא הייסע קאכעדיגע טאפ...

נאר איך האב מיך שוין זייט חודש אלול - א דאנק די אויפוועקונג פונעם איסור - זיך פארגענומען מער נישט צו קוקון גיין ריקעדיגע בילדער, ב״ה דערווייל האב איך מיך געקענט שטארקן. דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער, ס׳איז זיכער א נענטערן בענקל צו משיח.

שטארק דיר ברודער שטארק דיר.

אלס איינער וואס גייט דורך די זעלבע זאך, נישט קוקנדיג קיין רוקנדיגע זאכן זינט אלול, ווייס איך די שוועריגקייט פון איין זייט, אבער איך שפיר דעם געשמאק פון די אנדערע זייט. איך האף און איך גלויב אז אויך דו שפירסט זיך ריינער און בעסער לכבוד דעם. האלט דיר שטארק און לעב אויף דער וועלט.

WOW I'M JEALOUS!!!
Keep it up!!! ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אשריכם וכה לחי!
ממנו ילמדו וכן יעשו!
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

נו שוין האט געשריבן:
צהלתו בפניו האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:@כא כא כא, אויב דו זאגסט מיר צו אז אלע ארומיגע ליידן נישט פון דיינע קבלות טובות, דאן כה לחי!

ליידן וואס???
סעקיוריטי קעמרעס? וויכטיג נוגע למעשה? פאר וועם עס פעלט אויס, מעג מען על פי הלכה!!!

זיסע ווידיאס, און קליפס וואס זענען נישט נוגע למעשה? זאלן זיי אלע ליידן!!!, העכסטנס קענען זיי זיך אויך פארנעמען דעם קבלה...

#חיזוק פאר ידידינו הרב כאכאכא ובדומה לו

אוי, הלוואי ווען יעדער האט וועהן דיין תכונת הנפש, וויי וויי ווען אזוינע קבלת טובות קלעשן מיט ארומיגע (ווייב, קינדער וכו) וואס טראכטן און פיעלן אביסל אנדערש.

כבין נישט קלאר פון וועלכע היכי תימצא איר רעדט (נישט די ניק)
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

א קליפ קעגן ווידיאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

דארף מען ווען אראפמאלן א געזינטע לייוו קליפ אנטקעגן די ווידיאו באניצער וויאזוי מען פארט מקל אל קלות עד שאומר לו לך ועבוד
עס וואלט ווען געקענט אפשטעלן א גרויסע עולם פון ווידיאו באניצער צו סטאפן דאס ספענדן הינדערטער שעות= וואס אויפן יאר מיינט עס גאנצעטע וואכן= פון ווידיאו פארברענגעריי.
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

[quote="נו גוט נו שוין"]]

יישר כח פאר'ן ברענגען אלע קול קורא'ס, וואס איז דאס נוגע אהער? דאס איז טאקע די וועג וויאזוי די בעלי בתים מוציאי הגליון "די פארגעסענע איסור" זענען געגאנגען. מען האט געשפילט אויף די געפיל פון די מענטשן, מיט'ן ברענגען הויך שרייענדיגע אלטע קול קורא'ס, כדי דערמיט צו פארטושן די מוחות כאילו דאס איז געזאגט געווארן אויף היינטיגע צייטן אויך.

און היות מען בויט די איסור דורך שפילן אויף די געפילן, דורך ברענגן הויך שטאקעדיגע פלאקאטן כדי צו פארדרייען די קעפ כאילו די זעלבע איסור איז נאך היינט נוגע, ווען די מציאות איז אינגאנצן אנדערש, ממילא וועל איך אויך פרובירן צו גיין דורך די געפילן, דורך האבן די לעצטע ווארט... און נאכאמאל איבערזאגן עטליכע נקודות וואס איך האב שוין פריער ארויסגעברענגט, נאר עס דא מסכם זיין אין קורצן.

א) מען האט גע'אסר'ט ווידיאוס, ווייל סתם ווידיאוס אמאל האט געמיינט טריפה'נע, און נישט אין א צייט וואס סתם ווידיאוס מיינט בכלל נישט דוקא טריפה'נע, נאר סתם ווידיאוס קען יעדער כאפן און קוקן מיליאנען כשר'ע ווידיאוס.
ב) אפילו די פיצי פראצענט כשר'ע ווידיאוס האט מען אויך גע'אסר'ט, וועגן די זעלבע טעם, ווייל סתם ווידיאוס האט געמיינט טריפה'נע, ממילא האט מען אויך גע'אסר'ט די ביסל כשר'ע (וואס איז קוים געווען) כדי די טריפה'נע זאלן נישט אריינקומען, אנדערש ווי היינט, וואס סתם ווידיאוס מיינט בכלל נישט טריפה'נע, היינט קען יעדע מאמע מאכן הערליכע כשר'ע פראפעשענאל קליפ'ס פון אירע בעביס.
ג) איינס פון די ראיות איז אז בשעת די רבנים האבן גע'אסר'ט ווידיאוס האבן זיי בכלל נישט גע'אסר'ט קיין פראזשעקטאר'ס!!!!! א זאך וואס איז געווען זייער זייער שטארק פארשפרייט אין יענע צייט, פאר ווער עס ווייסט נישט, פראזשעקטאר'ס איז געווען א זאך וואס מען האט געקוקט אויף די וואנט, און איז געווען געמאכט נישט אויף די זעלבע פראפעשאנעל וועג פון די דעמאלסדיגע ווידיאוס, און מען האט דאס בכלל נישט גע'אסר'ט, פשוט ווייל נישט וויבאלד די זאך רוקט זיך איז די זאך אסור, נאר מען האט גע'אסר'ט טריפה'נע ווידיאוס. (יארן שפעטער זענען געווען געציילטע רבנים וואס האבן געא'סרט פראזשעקטער'ס, זייער עיקר איסור איז געבויט וויבאלד מען קומט זיך צוזאם משפחה ומשפחה מענער מיט נשים אין די קאנטריס וכו', דאס איז אויך נישט היינט נוגע ווען יעדער קען קוקן די קליפס פון די זיסע קינדער אויף די אייגענע קעמרע).
ד) אינטערשטע שורה, די רבנים האבן בכלל נישט גע'אסר'ט ווידיאוס ווייל דאס רוקט זיך, זיי האבן גע'אסר'ט טריפה'נע ווידיאוס, און די קליינע פראצענט כשר'ע איז מיטגעקומען מיט די איסור. אנדערש איז היינט צוטאג'ס ווען "סתם ווידיאוס" מיינט בכלל נישט טריפה'נע, אז עס זאל נאך נוגע זיין די אמאליגע איסור און חשש אז דורך די קליינע פראצענט כשר'ע "וועט אריינקומען די געדאנק פון ווידיאו", ווייל אפילו עס זאל אריינקומען די געדאנק פון ווידיאו מיינט דאס בכלל נישט אז עס גייט אריינקומען טריפה'נע ווידיאוס. א אידישע מאמע קען היינט כאפן טויזנטער כשר'ע קליפס, און וועט בכלל נישט צוקומען דורכדעם צו גיין אין א גויאישע געשעפט קויפן א גויאישע ווידיאו.

אלע קול קורא'ס פון תשמ"ג ביז אנפאנג די ס' יארן איז נישט רעלאווענט אין די נושא, ווייל בערך דעמאלס (אביסל ארויף אביסל אראפ מיט די יארן) האט זיך אנגעהויבן די מציאות אז אויף יעדע קעמרע קומט מיט א ווידיאו, ביז דעמאלס איז די עיקר ווידיאוס געווען אין גויאישע הענט, און לויט די מציאות פון היינט צוטאג'ס אז מען קען פונקט אזוי האבן כשר'ע קליפס אויף די זעלבע פארנעם ווי טריפה'נע, וואלטן זיי קיינמאל נישט גע'אסר'ט אזא זאך. דאס איז נישט קיין התחכמות קעגן די פריערדיגע רבנים, נאר די פריערדיגע רבנים האבן גערעדט פון איין זאך, און היינט איז די מציאות א צווייטע זאך.

טאמער איינער וויל זיך שטעלן אויפ'ן קאפ, און זאגן אז שמא גרים, ווידיאו ווידיאו גזירה שוה, זאל אים וואויל באקומען, אבער במציאות האבן די רבנים בכלל נישט גערעדט פון די איצטיגע מצב און די יעצטיגע מציאות ווען כשר'ע ווידיאוס איז אזוי פארשפרייט און גרינג גארנישט ווייניגער ווי פראפעשאנעל גויאישע.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

טראק דרייווער האט געשריבן:טאמער איינער וויל זיך שטעלן אויפ'ן קאפ, און זאגן אז שמא גרים, ווידיאו ווידיאו גזירה שוה, זאל אים וואויל באקומען, אבער במציאות האבן די רבנים בכלל נישט גערעדט פון די איצטיגע מצב און די יעצטיגע מציאות ווען כשר'ע ווידיאוס איז אזוי פארשפרייט און גרינג גארנישט ווייניגער ווי פראפעשאנעל גויאישע.

ווי קומט דא אריין זיך שטעלען אויפ'ן קאפ? ... אינז האבן רבנים (און א חלק וואס האבן נאך געחתמעט אויפ'ן ק"ק לעבען נאך) פרעג זיי וואס זיי האלטן... אריין לערנען זאכן דא יא דא נישט... קודם ווער זאגט דיך.... האסט מורא אז איינער וועט אפשר כאפ'ן א הותתעוררות פון דעם ח"ו?...
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

טראק דרייווער האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:]

כהאב נאכנישט געליינט דיין תגובה.
כהאבעס פשוט געברענגט מ’זאל קענען זען אינווייניג וואס די רבנים געבן אן אלץ סיבה צום איסור
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

טראק דרייווער האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:]

יישר כח פאר'ן ברענגען אלע קול קורא'ס, וואס איז דאס נוגע אהער? דאס איז טאקע די וועג וויאזוי די בעלי בתים מוציאי הגליון "די פארגעסענע איסור" זענען געגאנגען. מען האט געשפילט אויף די געפיל פון די מענטשן, מיט'ן ברענגען הויך שרייענדיגע אלטע קול קורא'ס, כדי דערמיט צו פארטושן די מוחות כאילו דאס איז געזאגט געווארן אויף היינטיגע צייטן אויך.

און היות מען בויט די איסור דורך שפילן אויף די געפילן, דורך ברענגן הויך שטאקעדיגע פלאקאטן כדי צו פארדרייען די קעפ כאילו די זעלבע איסור איז נאך היינט נוגע, ווען די מציאות איז אינגאנצן אנדערש, ממילא וועל איך אויך פרובירן צו גיין דורך די געפילן, דורך האבן די לעצטע ווארט... און נאכאמאל איבערזאגן עטליכע נקודות וואס איך האב שוין פריער ארויסגעברענגט, נאר עס דא מסכם זיין אין קורצן.

א) מען האט גע'אסר'ט ווידיאוס, ווייל סתם ווידיאוס אמאל האט געמיינט טריפה'נע, און נישט אין א צייט וואס סתם ווידיאוס מיינט בכלל נישט דוקא טריפה'נע, נאר סתם ווידיאוס קען יעדער כאפן און קוקן מיליאנען כשר'ע ווידיאוס.
סתם געשאסן א סברא און מציאות וואס האט נישט מיטן רעאליטעט
מיין ידיד איז געווען דערביי ביים אסיפה
די סיבה פארן איסור אויף ווידיא איז געווען מחמת חשש אז איינמאל ריקעדיגע זאכן ווערן א טייל פינעם לעבן, קומט מען זייער נאנט אהן צום שאר הנו'ן שבנו'ן פינעם חושך הגלות ד'אמעריקא דער טומאת און זוהמת הגוי אויפן ארגסטן

ב) אפילו די פיצי פראצענט כשר'ע ווידיאוס האט מען אויך גע'אסר'ט, וועגן די זעלבע טעם, ווייל סתם ווידיאוס האט געמיינט טריפה'נע, ממילא האט מען אויך גע'אסר'ט די ביסל כשר'ע (וואס איז קוים געווען) כדי די טריפה'נע זאלן נישט אריינקומען, אנדערש ווי היינט, וואס סתם ווידיאוס מיינט בכלל נישט טריפה'נע, היינט קען יעדע מאמע מאכן הערליכע כשר'ע פראפעשענאל קליפ'ס פון אירע בעביס.
סברא רחוקה מאוד
אדרבה ווייל יעדע ריר פינעם קינד ווערט א ריקעדיגע בילד ווערט דאך זייער נארמאל דאס שטיין שעות און קלאצען אויף ריקעדיגע זאכן וואס קען ל"ע סך נענטער ברענגן צום זוהמת וטומאת העמים

ג) איינס פון די ראיות איז אז בשעת די רבנים האבן גע'אסר'ט ווידיאוס האבן זיי בכלל נישט גע'אסר'ט קיין פראזשעקטאר'ס!!!!! א זאך וואס איז געווען זייער זייער שטארק פארשפרייט אין יענע צייט, פאר ווער עס ווייסט נישט, פראזשעקטאר'ס איז געווען א זאך וואס מען האט געקוקט אויף די וואנט, און איז געווען געמאכט נישט אויף די זעלבע פראפעשאנעל וועג פון די דעמאלסדיגע ווידיאוס, און מען האט דאס בכלל נישט גע'אסר'ט, פשוט ווייל נישט וויבאלד די זאך רוקט זיך איז די זאך אסור, נאר מען האט גע'אסר'ט טריפה'נע ווידיאוס. (יארן שפעטער זענען געווען געציילטע רבנים וואס האבן געא'סרט פראזשעקטער'ס, זייער עיקר איסור איז געבויט וויבאלד מען קומט זיך צוזאם משפחה ומשפחה מענער מיט נשים אין די קאנטריס וכו', דאס איז אויך נישט היינט נוגע ווען יעדער קען קוקן די קליפס פון די זיסע קינדער אויף די אייגענע קעמרע).
די פראדזשעקטערס האט קיינער נישט חייש געווען דערויף אז מען זאל גיין נעמען אזא ריזיגע כלי און דערמיט זיך אנזעהן כל טומאה נארישקייט
משא"כ בזמנינו וואס מען דארף דערויף א פיצי סקרין אינגאנצען צו ווערן א פערטיגע גוי רח"ל

ד) אינטערשטע שורה, די רבנים האבן בכלל נישט גע'אסר'ט ווידיאוס ווייל דאס רוקט זיך, זיי האבן גע'אסר'ט טריפה'נע ווידיאוס, און די קליינע פראצענט כשר'ע איז מיטגעקומען מיט די איסור. אנדערש איז היינט צוטאג'ס ווען "סתם ווידיאוס" מיינט בכלל נישט טריפה'נע, אז עס זאל נאך נוגע זיין די אמאליגע איסור און חשש אז דורך די קליינע פראצענט כשר'ע "וועט אריינקומען די געדאנק פון ווידיאו", ווייל אפילו עס זאל אריינקומען די געדאנק פון ווידיאו מיינט דאס בכלל נישט אז עס גייט אריינקומען טריפה'נע ווידיאוס. א אידישע מאמע קען היינט כאפן טויזנטער כשר'ע קליפס, און וועט בכלל נישט צוקומען דורכדעם צו גיין אין א גויאישע געשעפט קויפן א גויאישע ווידיאו.
דאס מיינט געמאכט א מסקנא אויפן חשבון הרבנים אהן ניטאמאל מיט זיי דורכצושמועסן די ענין

אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

גרויסע ווערטער טוען בדר"כ נישט איבערצייגען אין די ווארהייט פון וואס מען שרייבט, אויב עפעס פארקערט.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פנימחדשות האט געשריבן:גרויסע ווערטער טוען בדר"כ נישט איבערצייגען אין די ווארהייט פון וואס מען שרייבט, אויב עפעס פארקערט.

די גרויס און קאליר פון די ווערטער האבן געצילט צו פונאדערשיידן צווישן די ציטירטע און די צוגעלייגטע
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:גרויסע ווערטער טוען בדר"כ נישט איבערצייגען אין די ווארהייט פון וואס מען שרייבט, אויב עפעס פארקערט.

די גרויס און קאליר פון די ווערטער האבן געצילט צו פונאדערשיידן צווישן די ציטירטע און די צוגעלייגטע

גא"מ
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

בדר"כ בכה"ג טוישט מען נאר די קאליר, אבער ווייזט אויס אז דער שרייבער האט פון דעם נישט געוואוסט.
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

רעים האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:טאמער איינער וויל זיך שטעלן אויפ'ן קאפ, און זאגן אז שמא גרים, ווידיאו ווידיאו גזירה שוה, זאל אים וואויל באקומען, אבער במציאות האבן די רבנים בכלל נישט גערעדט פון די איצטיגע מצב און די יעצטיגע מציאות ווען כשר'ע ווידיאוס איז אזוי פארשפרייט און גרינג גארנישט ווייניגער ווי פראפעשאנעל גויאישע.

ווי קומט דא אריין זיך שטעלען אויפ'ן קאפ? ... אינז האבן רבנים (און א חלק וואס האבן נאך געחתמעט אויפ'ן ק"ק לעבען נאך) פרעג זיי וואס זיי האלטן... אריין לערנען זאכן דא יא דא נישט... קודם ווער זאגט דיך.... האסט מורא אז איינער וועט אפשר כאפ'ן א הותתעוררות פון דעם ח"ו?...

אדרבה איך האב נישט גארנישט אריינגעלערנט, איך האב פשוט געזאגט וואס דארט שטייט.

די אנדערע וואס זאגן, אז לאור יענע קו"ק איז יעדע ריקעדיגע זאך אסור, דאס איז אריינגעלערנט א פאלשע נייע פשט אין זייערע ווערטער.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

היות איינער האט מיך דאס געפרעגט, און מיין תירוץ פאר אים איז נוגע אויך פאר אנדערע וועל איך אים ענטפערן אין פובליק.
....יענער וויל סך הכל זיין ערליך, און א חורבן ביזטו דאך מודה אז די טריפה'נע ווידיאוס זענען, און קיין פונקטליכע גדר אויף די כשר'ע ווידיאוס וואס מען זאל דורכדעם נישט צוקומען צו קיין מכשול קען מען נישט מאכן, אויב אזוי פארוואס זוכסטו שוואך צו מאכן אזעלכע אידן וואס פילן יא פאר א פליכט זיך אפצושאקלען דערפון?!

סך הכל צו עס שטייט יא ארויס אינעם קו"ק צו נישט? לאז אפ! ס'איז דא גענוג רבנים וואס זאגן קלאר אז מען טאר בכלל נישט קוקן ווידיאו.....

איך בין בכלל נישט מודה אז ווידיאוס מאכט א חורבן. יא טריפה'נע ווידיאוס מאכט א חורבן, אבער איך קוק שוין יארן נאר כשר'ע ווידיאוס, און איך האב נאך ב"ה אין מיין לעבן נישט געזעהן קיין טריפה'נע ווידיאוס.

אדרבה, דאס צו אויפבלאזן אלס א געפערליכע איסור דאס איז א פראבלעם. אז איינער גייט מיר אויפקלערן אז איך בין א געפערליכע שייגעץ פאר'ן קוקן כשר'ע ווידיאוס, וואלט איך (נישט איך גראדע, אבער איינער וואס איז א קליינער בר דעת) שטארק געטראכט אז היות איך בין דאך ממילא א שייגעץ, דעמאלס איז כשר'ע מיט טריפה'נע איין זאך, און מען קען שוין פונקט אזוי קוקן גויאישע ווידיאוס רח"ל.

און איך אליינס האב געהערט פון צוויי חשוב'ע מורה הוראות אז "מען מעג קוקן כשר'ע ווידיאוס", איך וויל נישט מפרסם זיין זייערע נעמען ווייל זיי וועלן מסתמא באקומען פרעשור, אבער זיי זענען גרויסע יראי השם וואס האבן נאך קיינמאל נישט געקוקט קיין ווידיאוס לכאורה (איינע פון די ווייס איך קלאר אז ער האט נאך קיינמאל נישט אנגערירט קיין קאמפיוטער און קיינמאל נישט געזעהן קיין ווידיאו) און דאך האבן זיי מיך ביידע געזאגט אז כשר'ע ווידיאוס איז בכלל נישט אסור.

און מען קען פיין מאכן א פונקטליכע גדר, אז כשר'ע ווידיאוס פון רבי'שע שמחות, אייגענע משפחה זאכן וכדומה, דאס איז מותר, מה שאין כן גויאישע טריפה'נע ווידיאוס איז אסור, וואס איז אזוי שווער צו כאפן די חילוק? קויפסט אמאל די וואך אדער די בליק? דארט קענסטו אויך זאגן, אז עס איז שווער צו מאכן א חילוק, און אויב איינער גייט קוקן א כשר'ע מאגאזין מיט רבי'שע פיקטשער'ס גייט מען שוין פונקט אזוי גיין קויפן און קוקן גויאישע מאגאזינען. דאס איז א גערעדעכטס? מען קען קוקן נאר כשר'ע ווידיאוס וואס ליגט אויף היימישע וועבסייטס למשל, אדער אויף די אייגענע קעמרעס, אדער וואס מען באקומט אויף אימעיל פון די רבי'שע הויפ'ן וכדומה, און מען מיז בכלל נישט דורכדעם צוקומען צו קוקן גויאישע ווידיאוס.

את אשר התרת אסרת, זאגט מען אין די זעלבע אטעם ווי את אשר אסרת התרת. זעהט אויס אז די קדמונים האבן פארשטאנען אז צו אסר'ן א דבר המותר איז פונקט אזוי הארב ווי צו מתיר זיין א דבר האסור.
לעצט פארראכטן דורך טראק דרייווער אום מאנטאג אקטאבער 11, 2021 6:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

....יענער וויל סך הכל זיין ערליך, און א חורבן ביזטו דאך מודה אז די טריפה'נע ווידיאוס זענען, און קיין פונקטליכע גדר אויף די כשר'ע ווידיאוס וואס מען זאל דורכדעם נישט צוקומען צו קיין מכשול קען מען נישט מאכן, אויב אזוי פארוואס זוכסטו שוואך צו מאכן אזעלכע אידן וואס פילן יא פאר א פליכט זיך אפצושאקלען דערפון?!

סך הכל צו עס שטייט יא ארויס אינעם קו"ק צו נישט? לאז אפ! ס'איז דא גענוג רבנים וואס זאגן קלאר אז מען טאר בכלל נישט קוקן ווידיאו.....

אוי וויפיל חרבנות אזאנע מהלכי מחשבות האבן שוין אנגעווערטשאפט
#בשיטה נישט
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

טראק דרייווער האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:טאמער איינער וויל זיך שטעלן אויפ'ן קאפ, און זאגן אז שמא גרים, ווידיאו ווידיאו גזירה שוה, זאל אים וואויל באקומען, אבער במציאות האבן די רבנים בכלל נישט גערעדט פון די איצטיגע מצב און די יעצטיגע מציאות ווען כשר'ע ווידיאוס איז אזוי פארשפרייט און גרינג גארנישט ווייניגער ווי פראפעשאנעל גויאישע.

ווי קומט דא אריין זיך שטעלען אויפ'ן קאפ? ... אינז האבן רבנים (און א חלק וואס האבן נאך געחתמעט אויפ'ן ק"ק לעבען נאך) פרעג זיי וואס זיי האלטן... אריין לערנען זאכן דא יא דא נישט... קודם ווער זאגט דיך.... האסט מורא אז איינער וועט אפשר כאפ'ן א הותתעוררות פון דעם ח"ו?...

אדרבה איך האב נישט גארנישט אריינגעלערנט, איך האב פשוט געזאגט וואס דארט שטייט.

די אנדערע וואס זאגן, אז לאור יענע קו"ק איז יעדע ריקעדיגע זאך אסור, דאס איז אריינגעלערנט א פאלשע נייע פשט אין זייערע ווערטער.

מאן ייאמר? די רבנים החותמים וואס לעבען נאך זאגן אויך אזוי?

און בעצם לאז אפ די ק"ק וואס זאגן די רבנים היינט (מ'רעדט פון די וואס האבן רבנים)? זאגן זיי אז נאר גוישע איז אסור? זאגן זיי אז אלעס איז אסור?....

די אמת איז אז די תירוץ איז איבעראל אנדערש ס'דא פלעצער ווי ס'איז אינגאנצען אסור און ס'איז דא וואס איז יא דא א דרך היתר (ביי איינעם נאר ברבים ביי א אנדערע נאר לייף האקאפ וכו') אבער די עצם זאך אז ווידיא איז מותר ווייס איך נישט ביי וויפיל קהילות....

קומט אויס אז ס'איז קיינעם נישט נוגע (אפשר פאר גרים) וואס די ק"ק האט געמיינט אויב דיין רב איז מתיר נו גיי קוק.... אויב ער איז נישט מתיר וואס זאגסטו אז די ק"ק איז יא מתיר

מיין רבי זצ"'ל האט יא קלאר געאסערט (ד שמות תשנ''ט וז"ל היה אחד שטען בזה, אשר זהו גזירה שאין הציבור יכולין לעמוד בו, ואמרתי שזה לא שייך בנידון דידן, כי ענין גזירה שייך לומר בדבר שאינו אסור בעצם, אלב שגזרו בו גזירה, כדמצינו שגזרו על פת עכו"ם, שהיא גזירה פתם משום יינם, ויינם משום בנותיהם, ובזה יתכן לומר שאין יכולים לגזור באופן שאין רוב הציבור יכול לעמוד בה, אבל נידון דידן של ה'ווידיאו" , אינו גזירה כלל, כיון שזהו בעצמו, הוא איסור גמור בעצם, בזה אין שייך לחלק, ואף שכבר אמרתי שקשה לתרץ מה שיש מקומות שאינם נזהרין בזה, מ''מ, אונז האט מען אריינגעגעבן אז מען טאר נישט קוקן אויף גארנישט אויף די וועלט.....)
און אזוי אויך די היינטיגע רבי('ס) שליט"א זאגן אז ס'איז בעצם אסור
סא מיך אלטס וויזניצע מיינט די ק"ק יא בעצם א אסור
(הלוואי איך זאל האלטען די איסור בשלימות - כאטש ווייס איך אז ס'איז אסור)
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

@רעים, אז דיין רבי האט דאס געאסרט דיין קוק עס נישט חלילה, די זעלבע זאך אויב דיין רבי גייט אסר'ן טעלעפאנס וועסטו זיין אינטער דעם זעלבן חיוב פון מצוה לשמוע דברי חכמים. א רבי און א רב מיז מען פאלגן.

אבער די פרעגסט פארוואס איך בין פארנומען אז יענע קול קורא האט נישט דאס געמיינט? פשוט, ווייל מיין עיקר תגובה האט זיך באצויגן אויף די בראשור "די פארגעסענער איסור" וואס דארטן האבן זיי געשאלט מיט די איסור פון אמאל, האב איך מיך באצויגן וואס די אמאליגע רבנים האבן געאסרט און וואס נישט.

נאכאמאל, אז דיין רבי אסרט דאס, איז דאס א נייע איסור פאר דיר, און חלילה זאלסטו נישט עובר זיין דערויף. אבער מיין דיין שליט"א און נאך חשוב'ע מורה הוראות האלט קלאר אז מען מעג יא קוקן כשר'ע ווידיאוס. (איך האב שוין געשריבן אויבן, אז איך האב געהערט אז אזוי האט אויך געהאלטן הגאון ר' יחזקאל ראטה, נאר איך האב דאס נאכנישט געקענט מברר זיין לעת עתה גענוג אויף טויזנט פראצענט)

און אגב וויל איך נאכאמאל קלארשטעלן, אז א ישיבה אדער מיידל סקול איז זייער וויכטיג צו מאכן א גדר אז מען זאל נישט קוקן קיין שום ווידיאוס, אויב קען מען דאס נישט קאנטראלן, עס איז זייער וויכטיג צו טוהן אלעס אין די וועלט אז אונזערע קינדער זאלן חלילה וחס נישט האבן קיין ציטריט צו טריפה'נע ווידיאוס נאר צו כשר'ע, און אויב די ישיבה-סקול קען נישט האלטן קיין קאנטראל דערויף, דאן איז דאס פארשטייט זיך וויכטיג צו אסר'ן פאר די בחורים-מיידלעך אלע סארט קעמרעס, אבער דאס מיינט נאכנישט אז קעמרעס איז בעצם אסור, עס איז סך הכל נכלל אין די תקנות הישיבה- סקול כדי צו האלטן קאנטראל אויף די צאן קדשים. אזוי ווי למשל מען מאכט א תקנה אין ישיבה-סקול אז מען קען נישט ארויסגיין אליינס אינדערויסן פון די מוסד בילדינג אדער פון קעמפ ווייל מען דארף האלטן א קאנטראל.

אבער מיט די קו"ק פון די רבנים פון אמאל האט דאס נישט, זיי האבן קיינמאל נישט געאסרט פאר'ן אלגעמיינעם ציבור די היינטיגע סארט מציאות פון ווידיאוס.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

רעים האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:טאמער איינער וויל זיך שטעלן אויפ'ן קאפ, און זאגן אז שמא גרים, ווידיאו ווידיאו גזירה שוה, זאל אים וואויל באקומען, אבער במציאות האבן די רבנים בכלל נישט גערעדט פון די איצטיגע מצב און די יעצטיגע מציאות ווען כשר'ע ווידיאוס איז אזוי פארשפרייט און גרינג גארנישט ווייניגער ווי פראפעשאנעל גויאישע.

ווי קומט דא אריין זיך שטעלען אויפ'ן קאפ? ... אינז האבן רבנים (און א חלק וואס האבן נאך געחתמעט אויפ'ן ק"ק לעבען נאך) פרעג זיי וואס זיי האלטן... אריין לערנען זאכן דא יא דא נישט... קודם ווער זאגט דיך.... האסט מורא אז איינער וועט אפשר כאפ'ן א הותתעוררות פון דעם ח"ו?...

אדרבה איך האב נישט גארנישט אריינגעלערנט, איך האב פשוט געזאגט וואס דארט שטייט.

די אנדערע וואס זאגן, אז לאור יענע קו"ק איז יעדע ריקעדיגע זאך אסור, דאס איז אריינגעלערנט א פאלשע נייע פשט אין זייערע ווערטער.

מאן ייאמר? די רבנים החותמים וואס לעבען נאך זאגן אויך אזוי?

און בעצם לאז אפ די ק"ק וואס זאגן די רבנים היינט (מ'רעדט פון די וואס האבן רבנים)? זאגן זיי אז נאר גוישע איז אסור? זאגן זיי אז אלעס איז אסור?....

די אמת איז אז די תירוץ איז איבעראל אנדערש ס'דא פלעצער ווי ס'איז אינגאנצען אסור און ס'איז דא וואס איז יא דא א דרך היתר (ביי איינעם נאר ברבים ביי א אנדערע נאר לייף האקאפ וכו') אבער די עצם זאך אז ווידיא איז מותר ווייס איך נישט ביי וויפיל קהילות....

קומט אויס אז ס'איז קיינעם נישט נוגע (אפשר פאר גרים) וואס די ק"ק האט געמיינט אויב דיין רב איז מתיר נו גיי קוק.... אויב ער איז נישט מתיר וואס זאגסטו אז די ק"ק איז יא מתיר

מיין רבי זצ"'ל האט יא קלאר געאסערט (ד שמות תשנ''ט וז"ל היה אחד שטען בזה, אשר זהו גזירה שאין הציבור יכולין לעמוד בו, ואמרתי שזה לא שייך בנידון דידן, כי ענין גזירה שייך לומר בדבר שאינו אסור בעצם, אלב שגזרו בו גזירה, כדמצינו שגזרו על פת עכו"ם, שהיא גזירה פתם משום יינם, ויינם משום בנותיהם, ובזה יתכן לומר שאין יכולים לגזור באופן שאין רוב הציבור יכול לעמוד בה, אבל נידון דידן של ה'ווידיאו" , אינו גזירה כלל, כיון שזהו בעצמו, הוא איסור גמור בעצם, בזה אין שייך לחלק, ואף שכבר אמרתי שקשה לתרץ מה שיש מקומות שאינם נזהרין בזה, מ''מ, אונז האט מען אריינגעגעבן אז מען טאר נישט קוקן אויף גארנישט אויף די וועלט.....)
און אזוי אויך די היינטיגע רבי('ס) שליט"א זאגן אז ס'איז בעצם אסור
סא מיך אלטס וויזניצע מיינט די ק"ק יא בעצם א אסור
(הלוואי איך זאל האלטען די איסור בשלימות - כאטש ווייס איך אז ס'איז אסור)

זעהסט דאך קלאר מלשונו, עס איז מוכח מתוכו אז ער רעדט פון טריפה'נע ווידיא'ס וועלכע זענען ממילא אסור מצד עצמותם

מורא'דיג א שטארקע ראיה צו טראק דרייווער וסייעתו
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

Programming האט געשריבן:זעהסט דאך קלאר מלשונו, עס איז מוכח מתוכו אז ער רעדט פון טריפה'נע ווידיא'ס וועלכע זענען ממילא אסור מצד עצמותם

איך האף אז טראק דרייוער ניצט נישט די זעלבע דיוקים אויף די ק"ק...
די רבי זאגט פאר דעם "אפי ס'איז שווער צו זאגן אז ס'איז אסור ווייל ס'איז דא אסאך פלעצער וואס מען קוקט יא, און צווישען זיי אזעלעכע וואס זענען באמת זייער חשוב אבער ווידיא קוקן זיי נאכאלטץ טוישט עס גארנישט סכ"ס איז א קשיא וואס האט נישט קיין תירוץ"

עניוועי די רבי האט קלאר געזאגט וואס ער האלט אז די ווילסט שרייב וואס די האלטס.... לאז ארויס די רבי זצ"ל
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

פון וועלעכע רבי זצ"ל רעדט מען דא? ווי מהאט שוין דא ערווענט צענדליגע חותמים האבן ביי זייערע אייגענע שמחות/מסיבות אריינגעבלאזן ריזיגע קאמעראס (אין די נון יארן אפשר ווייניגער, אבער אויך גענוג), און זיי האבן גארנישט געזאגט, אלעס מיט זייערע הסכמות, היוצא לנו מכל זה אז כלל ישראל זענען נישט קיין שוטים, אבאוט טיים צו נוצן אביסל די אייגענע שכל אויף וואס די איסורים גייען ארויף, יעדער האט געוואוסט פונקליך אויף וואס די אלע קול קורא'ס גייען ארויף, און זיכער נישט אויף די היינטיגע היים מאשינקעלעך.
לעצט פארראכטן דורך נו שוין אום מאנטאג אקטאבער 11, 2021 7:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
#בשיטה נישט
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

נו שוין האט געשריבן:
....יענער וויל סך הכל זיין ערליך, און א חורבן ביזטו דאך מודה אז די טריפה'נע ווידיאוס זענען, און קיין פונקטליכע גדר אויף די כשר'ע ווידיאוס וואס מען זאל דורכדעם נישט צוקומען צו קיין מכשול קען מען נישט מאכן, אויב אזוי פארוואס זוכסטו שוואך צו מאכן אזעלכע אידן וואס פילן יא פאר א פליכט זיך אפצושאקלען דערפון?!

סך הכל צו עס שטייט יא ארויס אינעם קו"ק צו נישט? לאז אפ! ס'איז דא גענוג רבנים וואס זאגן קלאר אז מען טאר בכלל נישט קוקן ווידיאו.....

אוי וויפיל חרבנות אזאנע מהלכי מחשבות האבן שוין אנגעווערטשאפט

צב"ש?
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

רעים האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:זעהסט דאך קלאר מלשונו, עס איז מוכח מתוכו אז ער רעדט פון טריפה'נע ווידיא'ס וועלכע זענען ממילא אסור מצד עצמותם

מורא'דיג א שטארקע ראיה צו טראק דרייווער וסייעתו

איך האף אז טראק דרייוער ניצט נישט די זעלבע דיוקים אויף די ק"ק...
די רבי זאגט פאר דעם "אפי ס'איז שווער צו זאגן אז ס'איז אסור ווייל ס'איז דא אסאך פלעצער וואס מען קוקט יא, און צווישען זיי אזעלעכע וואס זענען באמת זייער חשוב אבער ווידיא קוקן זיי נאכאלטץ טוישט עס גארנישט סכ"ס איז א קשיא וואס האט נישט קיין תירוץ"

עניוועי די רבי האט קלאר געזאגט וואס ער האלט אז די ווילסט שרייב וואס די האלטס.... לאז ארויס די רבי זצ"ל

ער זאגט אז דאס איז א עצמות האיסור, נישט מכח א גדר אדער א גזירה. אין די תרי"ג מצות ווערט דאס נישט דערמאנט און דער רבי זצ"ל (מאנסי?) איז נישט חשוד עובר צו זיין אויף בל תוסיף. סאו בהכרח אז ער רעדט פון טמא'נע אסור'דיגע טריפה'נע ווידיאס
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

Programming האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:זעהסט דאך קלאר מלשונו, עס איז מוכח מתוכו אז ער רעדט פון טריפה'נע ווידיא'ס וועלכע זענען ממילא אסור מצד עצמותם

מורא'דיג א שטארקע ראיה צו טראק דרייווער וסייעתו

איך האף אז טראק דרייוער ניצט נישט די זעלבע דיוקים אויף די ק"ק...
די רבי זאגט פאר דעם "אפי ס'איז שווער צו זאגן אז ס'איז אסור ווייל ס'איז דא אסאך פלעצער וואס מען קוקט יא, און צווישען זיי אזעלעכע וואס זענען באמת זייער חשוב אבער ווידיא קוקן זיי נאכאלטץ טוישט עס גארנישט סכ"ס איז א קשיא וואס האט נישט קיין תירוץ"

עניוועי די רבי האט קלאר געזאגט וואס ער האלט אז די ווילסט שרייב וואס די האלטס.... לאז ארויס די רבי זצ"ל

ער זאגט אז דאס איז א עצמות האיסור, נישט מכח א גדר אדער א גזירה. אין די תרי"ג מצות ווערט דאס נישט דערמאנט און דער רבי זצ"ל (מאנסי?) איז נישט חשוד עובר צו זיין אויף בל תוסיף. סאו בהכרח אז ער רעדט פון טמא'נע אסור'דיגע טריפה'נע ווידיאס

קוק און גמ' ווי סאך זאכן די רבנים האבן געאסרט נישט וועגען א גזירה אז מ'גייט עפעס טון נאר רבנים האבן עס אינגאנצען געאסרט (ווי למשל מקצה און הל' שבת איז נישט קיין גזירה אז מ'גייט עפעס טון וכו')
אזוי אויך אלע דורות איז געווען זאכען וואס רבנים האבן געאסרט לאו מטעם גזירה אז מ'גייט עפעס טון נאר סתם זיי האבן געזען א צורך אדער געזען א מכשיל און דעם (די מערסטע אנגענומען איז חרם דרבינו גרשון)
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

איינער האט דאס געדארפט אסר'ן עס זאל ווערן אסור בעצם, צי וועגן גזירה צי וועגן א אנדערע סיבה. אויב דער רבי זאגט אז דאס איז א עצמות האיסור איז דאס פשוט'ער פון פשוט אז ער רעדט פון עפעס וואס איז געווען אסור בעפאר תשמ"ב
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

טראק דרייווער האט געשריבן:היות איינער האט מיך דאס געפרעגט, און מיין תירוץ פאר אים איז נוגע אויך פאר אנדערע וועל איך אים ענטפערן אין פובליק.
....יענער וויל סך הכל זיין ערליך, און א חורבן ביזטו דאך מודה אז די טריפה'נע ווידיאוס זענען, און קיין פונקטליכע גדר אויף די כשר'ע ווידיאוס וואס מען זאל דורכדעם נישט צוקומען צו קיין מכשול קען מען נישט מאכן, אויב אזוי פארוואס זוכסטו שוואך צו מאכן אזעלכע אידן וואס פילן יא פאר א פליכט זיך אפצושאקלען דערפון?!

סך הכל צו עס שטייט יא ארויס אינעם קו"ק צו נישט? לאז אפ! ס'איז דא גענוג רבנים וואס זאגן קלאר אז מען טאר בכלל נישט קוקן ווידיאו.....

איך בין בכלל נישט מודה אז ווידיאוס מאכט א חורבן. יא טריפה'נע ווידיאוס מאכט א חורבן, אבער איך קוק שוין יארן נאר כשר'ע ווידיאוס, און איך האב נאך ב"ה אין מיין לעבן נישט געזעהן קיין טריפה'נע ווידיאוס.

אדרבה, דאס צו אויפבלאזן אלס א געפערליכע איסור דאס איז א פראבלעם. אז איינער גייט מיר אויפקלערן אז איך בין א געפערליכע שייגעץ פאר'ן קוקן כשר'ע ווידיאוס, וואלט איך (נישט איך גראדע, אבער איינער וואס איז א קליינער בר דעת) שטארק געטראכט אז היות איך בין דאך ממילא א שייגעץ, דעמאלס איז כשר'ע מיט טריפה'נע איין זאך, און מען קען שוין פונקט אזוי קוקן גויאישע ווידיאוס רח"ל.

און איך אליינס האב געהערט פון צוויי חשוב'ע מורה הוראות אז "מען מעג קוקן כשר'ע ווידיאוס", איך וויל נישט מפרסם זיין זייערע נעמען ווייל זיי וועלן מסתמא באקומען פרעשור, אבער זיי זענען גרויסע יראי השם וואס האבן נאך קיינמאל נישט געקוקט קיין ווידיאוס לכאורה (איינע פון די ווייס איך קלאר אז ער האט נאך קיינמאל נישט אנגערירט קיין קאמפיוטער און קיינמאל נישט געזעהן קיין ווידיאו) און דאך האבן זיי מיך ביידע געזאגט אז כשר'ע ווידיאוס איז בכלל נישט אסור.

און מען קען פיין מאכן א פונקטליכע גדר, אז כשר'ע ווידיאוס פון רבי'שע שמחות, אייגענע משפחה זאכן וכדומה, דאס איז מותר, מה שאין כן גויאישע טריפה'נע ווידיאוס איז אסור, וואס איז אזוי שווער צו כאפן די חילוק? קויפסט אמאל די וואך אדער די בליק? דארט קענסטו אויך זאגן, אז עס איז שווער צו מאכן א חילוק, און אויב איינער גייט קוקן א כשר'ע מאגאזין מיט רבי'שע פיקטשער'ס גייט מען שוין פונקט אזוי גיין קויפן און קוקן גויאישע מאגאזינען. דאס איז א גערעדעכטס? מען קען קוקן נאר כשר'ע ווידיאוס וואס ליגט אויף היימישע וועבסייטס למשל, אדער אויף די אייגענע קעמרעס, אדער וואס מען באקומט אויף אימעיל פון די רבי'שע הויפ'ן וכדומה, און מען מיז בכלל נישט דורכדעם צוקומען צו קוקן גויאישע ווידיאוס.

את אשר התרת אסרת, זאגט מען אין די זעלבע אטעם ווי את אשר אסרת התרת. זעהט אויס אז די קדמונים האבן פארשטאנען אז צו אסר'ן א דבר המותר איז פונקט אזוי הארב ווי צו מתיר זיין א דבר האסור.

שוין אונז האמיר אנדערע איסורים.
דאס אז דו זעהסט ראיות אסורות איז נישט אסור?
לעצט פארראכטן דורך פעטער משה אום מאנטאג אקטאבער 11, 2021 8:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”