dim האט געשריבן:גם אני בחלומי... דורך געגאנגען רוב קלאסן (מען ברויך האבן ארום פופציג שעה פאר PPL לייסענס, איך האב געהאלטן ביי דרייסיג) און איך האב עס געברויכט אויפגעבן אין אזא שפעטע סטעיזש וועגן געלט, רוב שווערע חלקים בין שוין געווען פאריבער... א ווייטאג...
איך מיין אז מיט די לופט-ליניע ברויך מען נישט האלטן די רייזענדע איינגעבינדן ביזן דערגרייכן דעם געיט, איר האלט דעם עולם געשפאנט פון אנהייב ביזן סוף.
איך האב נעכטן דורך געליינט אנגעהויבן פון די זיסע אריינפיר ביז נאך קאפיטל ה׳, אין איין שאָס, איך בין קיינמאל נישט געווארן פארכאפט אין די זאמד, נאר סמוָד מיט געפלויגן אז ס׳איז געווען א מחי׳.
פאר "ניין דו": במשך הימים וועט מען אויך אויסשמועסן די קאסטן פון טרעינונג געבויעט אויף פאקטישע עקספעריענס וואס איך האב מקבל געווען פון פילאטן וואס זענען עס דורך. הצלחה.
Ivelt Cockpit האט געשריבן:פאר "ניין דו": במשך הימים וועט מען אויך אויסשמועסן די קאסטן פון טרעינונג געבויעט אויף פאקטישע עקספעריענס וואס איך האב מקבל געווען פון פילאטן וואס זענען עס דורך. הצלחה.
wow can't wait נאך איין שאלה: וואס איז די ערשטע סטעפ פאר איינער וואס וויל זיך לערנען פליען? (איז דא א בוך וואס איך דארף ליינען וכו') א ריזיגע דאנק נאכאמאל ur the best
ס'איז גאנץ עקסיידינג צו ווערן איינגעמאלדן אז דיין אשכול וואס שלאפט שוין אפאר וואכן האט פלוצלינג צובאקומען אפאר תגובות (איך בין איינגעשריבן צו באקומען א מודעה ווען א פרישע תגובה קומט צו אין דעם אשכול). איך האב נישט ממשיך געווען ווייל דר'וילעם איז געווען פארנומען מיט די ראיאטן און מיט די שרייבער פארמעסט. לויט די כללים פון supply and demand גיימער טאקע ווייטער ממשיך זיין בעז"ה אין נעקסטע טאג אדער צוויי בעז"ה. שכח פאר אלע וואס ווייזן אינטערעסע.
אקעי, איך מוז טאקע שרייבן ווייטער ווייל אז נישט קען איך טוישן צו נאמען פון די אשכול צו "לופטיגע הבטחות - אוואו-איז-די שמועסן" סאו, די לעצטע ארטיקל אין די חלק פון היסטאריע גייט בקרוב ארויף בעז"ה און אויף דערווייל קומטס פליז אריין אין די וואיטינג לאקעישן אפצוגעבן אייער שטימע מיט וועלכע חלק מ'זאל גיין ווייטער.