כעמיסטרי און אלעס ארום

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

וואס האלט דרעולם זאל מען ווייטער ממשיך זיין אדער ס'קריכט שוין ?
סתם
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם »

ביטע זיך ממשיך
זייער קלאר ישר כוח
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פארוואס אפשטעלן.
גיס ארויס וואס ליגט אין דיר און דער עולם וועט זיך באלעקן אויך.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם בן ארי' »

ממשיך זיין מיט א שטארקייט! די אשכול איז פון מיינע פעיוואריטס.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

א ריזיגן דאנק אייך הרב טוב לב! Wow! הערליך קלאר! שוין לאנג געוואלט קענען כעמיע, ביטע זעץ ווייטער פאר.
מסכים
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2016 8:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסכים »

וואדאי זיי ממשיך. מיר קענען נישט בלייבען מיט א מאליקול -- כ'מיין אשכול - וואס איז נישט באלאנסירט. מיר קאנעקטען מיט דער אשכל וואו דער o כאפט אן דער h,

נע, נישט ווי דער h2o. נאר ווי די צוויי o'ס כאפן זיך אן ביים o2
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

אקעי וועלמער וויטער ממשיך זיין , לאזט מיך נאר וויסען אויב ס'איז צו קאמפליצירט אדער לאנגווייליג.
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

פאר מ'גיימער צום נעקסטן סטעפ לאמיר איבערגיין אין קורצן וואס מ'האמיר געשמיעסט ביז אהער.

אונז האמיר אויפגעבויעט 3 מאליקיולס וואס יעדע מאליקיול האט א אנדערע סארט באנד.

א) NaCl- sodium chloride זיין באנד איז א אייאניג באנד, זיי געבן זיך איבער עלעקטראנס איינער פארן צווייטען , איינער ווער נעגעטיוו די צווייטער ווערט פאזיטיוו און זיי באעפטן זיך איינער מיטן צווייטען צו ווערן נעטראל.

ב) O2 זיין באנד איז א קאוועלענד באנד זיי שערן צוויי עלעקטראנס צווישן זיך.

ג) H2O זיין באנד מיט א צווייטע H2O מאליקיול איז א היידרעדזשין באנד ווייל די H וואס איז אביסל פאזיטיוו באהעפט זיך מיט א O פון א צווייטע מאליקיול וואס איז אביסל נעגעטיוו.
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

יעצט לאמיר זעהן וואס פאסירט ווען מ'לייגט אריין זאלץ (וואס איז צוזאמגעשטעלט פון אסאך sodium chloride מאליקיולס)און וואסער (H2O) .

די chloride וואס איז נעגעטיוו באמערקט אז ער איז ארומגענימען מיט אסאך H2O מאליקיולס און ווי געשמיעסט אויבן אוז יעדע H20 מאליקיול פון איין זייט אביסל פאזיטיוו און פון איין זייט אביסל נעגעטיוו ,
בילד
ברעכט ער זיך אפ פון די sodium און ער נעמט זיך ארום מיט די פאזיטיוו חלק פון די H2O מאליקיולס וואס זענען ארום אים. און די זעלבע זאך טוט די sodium וואס איז פאזיטיוו ער נעמט זיך ארום מיט די נעגעטיוו חלק פון אלע H2O מאליקיולס וואס זענען ארום אים.
בילד

די sodium און די chloride ברעכן זיך אפ איינער פונעם צווייטן און די זאלץ ווערט צולאזט.
בילד

יעצט האבן מיר די ערשטע מאל צובראכן א מאליקיול, (די צוויי אטאמס פאר זיך זענען נאך געבליבען די זעלבע אבער די מאליקיול איז צובראכען געווארן.)
דאס מיינט א קעמיקעל ריעקשאן.

יעצט פארשטייט מען שוין די חילוק פון די פיזיקל ריעקשאן (וואסער וואס ווערט לופט) דארט בלייבען די מאליקיולס די זעלבע נאר ער צוטיילט זיך פון א צווייטע מאליקיול , אבער ביי א קעמיקל ריעקשאן דארט ווערט די מאליקיול יא צובראכן.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

יישר כח גדול טוב לב!

לעת עתה האב איך נישט צופיל צייט צו מעיין זיין ווי עס געהער צו זיין, אי"ה ווען עס וועט זיין לענגער וועל איך עס ארויספרינטן און ליינען מיט איינמאל.

דערווייל איז עס פת בסלו.
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

פון דעם פארשטייט מען שוין אליין אז יעדע אייאניג באנד מאליקיול קען ווערן צובראכן ווען מ'לייגט עס אריין און וואסער. אבער א קאוועלענד באנד מאליקיול גייט נישט ריעקטן ווען מ'לייגט עס אריין אין וואסער.
אונזער ארבעט גייט יעצט זיין צו נעמען די O2 מאליקיול און מאכן פון אים א קעמיקעל ריעקשאן און צוברעכן זיין מאליקיול , און אפשר וועלן אונז קענען פארעמען א צווייטע מאליקיול מיט די צוויי אקסיגען עלעמענטס
נו ווי אזוי טוט מען עס ?

פאר אונז הייבן אן לאמיר זיך אביסעל גרינגער מאכן לאמיר זיך אויסלערנען א וועג ווי אזוי צו אויסמאלן א סטראקטשער פון א מאליקיול אןיף א גרינגע וועג.


קודם די O2 גייט מען אזוי אויסמאלן.
בילד


די צווי אקסיגענס פון די צוויי זייטן און די צוויי ליניעס איליסטרירט ווי זיי שערן צוויי עלעקטראנס מיט א דאבעל באנד.

די H2O גייט מען אזוי אויסמאלען.
בילד


די צוויי היידרעדזשינס זענען באהאפטן צום אקסעגין מיט א סינגל באנד.

יעצט לאמיר אהערברענגען א פרישע מאליקיול די H2.
בילד
צוויי היידרעדזשינס באהאפטן איינער צום צוויטן מיט א סינגל באנד.
דאס איז היידרעדזשין געז (דאס איז א פלאמעדיגע געז באלד גייט מען פארשטיין פארוואס).
אזוי קענען אונז אויסמאלען אפילו גאר קאמפליצירטע מאליקיולס.
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

איידער מיר הייבן אן די ריעקשן דארף מען פארשטיין וואס איז דאס היץ?
וואס געשעהט צום אטאם ווען ער ווערט הייס ?
די ענטפער איז אז היץ מאכט אז די אטאם זאלען ווערן ענערגיש ער מאכט אז זיי זאלען אנהייבן ארום טאנצן, יא קיין איין אטאם שטייט נישט אויף איין פלאץ ער האלט זיך אין איין שאקלען און ארום טאנצן , ווי הייסער ער ווערט אלס מער טאנצט ער ארום און ווי קעלטער ער ווערט אלס ווייניגער טאנצט ער ארום.

יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס ווען וואסער איז קאלט ווערט ער אייז , ווייל דעמאלט טאנצן די אטאמס נישט אזוי ארום און ווען ער ווערט אנגעווארעמט דעמאלט הייבן די אטאמס אן ארום טאנצן און ס'ווערט א וואסער פארעם ,און אויב די וואסער ווערט גאר הייס דאן הייבן די אטאמס אן אזוי ארומטאנצן אז די אטאמס רייסן זיך ארויס פון די גלעזל און ס'הייבט אן ארום שוועבן און ס'ווערט לופט.
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

יעצט לאמיר זעהן מגיימער אריינברענגען א טאנק אנגעפילט מיט היידרעדזשין געז H2,
די צימער איז אנגעפילט מיט אקסיגען O2, מ'עפנט אויף די טאנק און מ'לאזט די H2 געז ארויסקומען, מ'צינט אן א שוועבל און מ'לייגט עס צו צי די H2 וואס גייט געשעהן ? די היידרעדזשין אטאמס גייען אנהויבן אזוי ארום טאנצן אז זיי גייען זיך אפרייסן איינער פונעם צווייטען ,( און פארשטייט זיך נאכן זיך אפרייסן גייט די היידרעדזשין ווערן ווילד ווייל ס'פעלט אים זיין עלעקטראן אנצופילען זיין שעל) און די זעלבע זאך גייט פאסירן צו די O2 זיי רייסן זיך אפ איינער פונעם צווייטן און זיי זיכען זיך צוריק ציזמענמישטעלן מיט איינעם ,יעצט ווען זיי שטעלן זיך צוריק צוזאם גייען זיי זיך צוזאמשטעלן צוויי היידרעדזשינס מיט איין אקסעדזשין(H2O) און זיי גייען ווערן וואסער און דאס איז א פרישע קעמיקעל ריעקשאן .קומט אויס אז פארן ריעקשאן האבען מיר געהאט O2 מיט H2 און נאכן ריעקשן H2O די זעלבע צוויי אטאמס נאר א אנדערע מאליקיול.
H2O REACTION.png
H2O REACTION.png (136.35 KiB) געזען 1248 מאל


אייביג ווען ס'פאסירט אזא קעמיקעל ריעקשאן גיבט די אטאם ארויס א שטארקע ענערגיע און פארעם פון היץ און ליכטיקייט וואס די רעזאלט איז א מאסיווע עקספלאזשען וואס איז גורם אז אלע אטאמס זאלן ריעקטן אויף איינמאל.

פון דעם פארשטייט מען שוין פארוואס היידרעדזשין איז א פלאמעדיגע געז ווייל ס'קען זייער גרינג ריעקטן צו אקסיגען ,דאס איז די געז וואס מ'ניצט פאר א ראקעט.
בילד

היידרעדזשין איז זייער א קליינע אטאם ער פארמאגט נאר איין פראטאן וואס דאס מיינט אז ער האט זייער א קליינע מעסס וועגן דעם אויב וועט מען אנפילען א בעלאן מיט היידרעדזשען געז גייט די בעלאן ארויף פליען.
און יאר 1910 האט מען אנגעפילט א גרויסע לופט בעלאן מיט היידרעדזשין געז די לופט בעלאן האט געהייסן די זעפעלין , דאן האט פאסירט א גרויסע קאטאסטראפע די גאנצע לופט בעלאן האט עקספלאדירט און ס'האט אויפגעריסען אין פלאמען.
בילד
אונז ווייסן שוין פארוואס דאס האט פאסירט.
מילא
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 2:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילא »

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

לאמיר נעמען נאך א ווינדערליכע קעמיקעל ריעקשאן.
יעדע מענטש נעמט אריין אין זיך מאליקיולס פון צוויי פלעצער, פון איין פלאץ נעמט ער אריין ווען ער אטעמט אריין און פון די צווייטע פלאץ נעמט ער אריין ווען ער עסט.
ווען ער אטעמט אריין נעמט ער אריין אין זיך O2 מאליקיול, און ווען ער עסט נעמט ער אריין און זיך די carbohydrates מאליקיול, וואס דאס באשטייט פון carbon אטאמס ארום גענימען מיט hydrogen אטאמס אזוי ווי דאס.
בילד

די בלוט נעמט די O2 מיט די carbohydrates און ער פירט עס אריין אין די מיליאנען צעלן וואס א מענטש האט, און דארט אין די צעלן פאסירט א קעמיקעל ריעקשאן ציווישען די O2 און די carbohydrates, און די רעזאלט פון די קעמיקעל ריעקשאן איז אז ס'פארעמט זיך אויס א נייע מאליקיול וואס רופט זיך carbon dioxide וואס איז א carbon און צוויי oxygens, און קורצן רופט זיך עס CO2, און די מאליקיול אטעמט די מענטש ארויס. (פון די ריעקשאן נעמט א מענטש זיין ענערגיע יעדע רגע פון טאג.)

ווידער די ביימער און אנדערע צמחים זיי באקומען אויך צוויי סארטן מאליקיולס, איין מאליקיול אטעמען זיי אריין דאס איז די CO2 (דאס וואס די מענטש האט ארויסגעאטעמט), און די צווייטע מאליקיול ווואס זיי באקומען איז H2O דאס באקומען זיי פון רעגן . די צעלן פון די צומח נעמען אריין די צווי מאליקיולס און פירן אדורך א ריעקשאן וואס די רעזאלט פון די ריעקשאן איז אז ס'פארעמט זיך צוויי פרישע מאליקיולס, איין מאליקיול איז די O2 וואס דאס אטעמען זיי ארויס (וואס דאס גייט א מענטש באלד אריין אטעמען) און די צווייטע מאליקיול איז די carbohydrates מאליקיולס דאס לייגן זיי אוועק אין די פרוכט (וואס א מענטש גייט באלד אויף עסן)
בילד

אזוי דרייט זיך א רעדל די חי אטעמט אריין O2 און ער אטעמט ארויס C02.
און די צומח אטעמט אריין CO2 און ער אטעמט ארויס O2 .
די חי לעבט פון די צומח און די צומח לעבט פון די חי.


מה רבו מעשיך ה'.
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

לאמיר מאכן א קורצע ס''ה וואס אונז האמיר געזעהן ביז יעצט.

1) אלעס אין די וועלט איז ציזאמען געשטעלט פון אטאמס.

2) יעדע אטאם איז ציזאמען געשטעלט פון דריי זאכן נוטראנס פראטאנס און עלעקטראנס. די נוטראנס און פראטאנס זענען אינדערמיט און די עלעקטראנס דרייט זיך ארום די אטאם.

3) יעדע עלעמענט האט א אנדערע נאמבער פון פראטאנס.(די פראטאנס דאס מאכט אז איין אטאם זאל זיין אנדערש פון די אנדערע.)

4) יעדע אטאם האט נאטורליך די זעלבע נאמבערס פראטאנס און עלעקטראנס (ווייל זיי זענען צוויי כוחות וואס ציען איינער דעם צוויטען.)

5) די עלעקטראנס ווערן צוטיילט אין שעלס די ערשטע שעל נעמט אריין צוויי עליקטראנס און די צווייטע שעל נעמט אריין אכט אא''ו.
2-8-18-32-32-18-2

יעדע אטאם וויל אז זיין דרויסענדיגע שעל זאל זיין אנגעפילט, אויב איז עס נישט אנגעפילט וועט ער מאכן א באנד מיט א אנדערע אטאם כדי ער זאל ווערן אנגעפילט זיין דרויסענדע שעל.

6) ס'איז דא צוויי סארטן באנד'ס אייאניג באנד און קאוועלענד באנד.

7) אייאניג באנג מיינט אז זיי געבן זיך איגאנצן אוועק עלעקטראנס איינעם פארן צווייטן (איינער ווערט נעגעטיוו און די צווייטער ווערט פאזעטיוו און זיי באהעפטן זיך צי ווערן נעטראל.)

8) קאוועלענד באנד מיינט אז זיי שערן זיך עלעקטראנס איינער פארן צווייטן(אמאל שערן זיי איין עלעקטראן(סינגל באנד) אמאל שערן זיי צוויי עלעקטראנס (דאבל באנד.)

9) אסאך מאל ווערט א מאליקיול אביסל פאזעטיוו אדער נעגעטיוו פון איין זייט (ווייל די עלעקטראנס דרייען זיך מער אויף איין זייט פון די מאליקיול) דעמאלט באהעפט ער זיך מיט א צווייטע מאליקיול דורך א היידרעדזשין באנד.

19) א קעמיקעל ריעקשאן מיינט אז א מאליקיול צוברעכט זיך (פון היץ אדער וואסער) און ס'שטעלט זי צוזאם א נייע מאליקיול מיט די זעלבע אטאמס וואס די פריערדיגע מאליקיול האט געהאט.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

רוב האב איך שוין געליינט. דיין הסברה איז הפלא ופלא!

יישר כח!
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

מחשב האט געשריבן:רוב האב איך שוין געליינט. דיין הסברה איז הפלא ופלא!

יישר כח!

שכוח
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

יעצט אז אונז האמיר שוין א שטיקל השגה וואס דא גייט פאר לאמיר ארויף ברענגען די פיריאדיק טעיבל אף עלעמענטס דאס איז א טבלה פון אלע 118 עלעמענטס גאר שיין מסודר.
בילד
(צו קענען זעהו קלארער געב א רייט קליק און עפן די בילד פון א נייע טעב)

ווי ענק זעהן האט יעדע עלעמענט א סימבל דאס רופט זיך די אטאמיק סימבל,
פון אויבן פון יעדע עלעמענט קען מען זעהן א נאמבער דאס איז די אטאמיק נאמבער דאס איז די נאמבער וויפיל פראטאנס יעדע עלעמענט האט.
אזוי אויך זענען די עלעמענטס צעטיילט אין גרופעס וואס דאס לויפט אין קאלאמס (פון אויבן אויף אראפ) אין יעדע גרופע האבן די עלעמענטס א געוויסע ענליכקייט לאמיר נעמען די ערשטע גרופע וואס רופט זיך די Alkali metal זיי זענען ביי די ערשטע קאלאם ביי די לינקע זייט אנגעהויבן ביי די Hydrogen און געענדיגט ביי די Francium זיי אלע האבן א געוויסע ענליכקייט, פארוואס? ווייל אלע האבן האבן איין עלעקטראן אין זייער דרויסענדע שעל וואס דאס ברענגט אז זיי זאלן זייו זייער שטארק ריעקטיוו.

לאמיר אריבער גיין צו די פרייליכע עלעמענטס דאס איז די לעצטע גרופע וואס רופט זיך די Noble gas אנגעהויבן ביי די Helium און געענדיקט ביי די Oganesson זיי הייסן די Nobele Gasses, זיי הייסן פרייליכע עלעמענטס וויבאלד זייער דרויסענדע שעל איז אינגאנצן אנגעפילט צוליב דעם דארפן זיי זיך נישט באהעפטן מיט קיינעם זיי וועלן אייביג בלייבן אליינס פאר זיך וועגן דעם וועלן זיי אייביג זיין געז.
פון די אלע 118 עלעמענטס זענען בלויז 94 עלעמענטס וואס מ'טרעפט נאטורליך די איבריגע האבן פארשער אליינס צוזאמען געשטעלט.

יעצט לאמיר אדורך גיין אפאר עלעמענטס.
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

HYDROGEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

לאמיר אנהויבן מיט די HYDROGEN.
די HYDROGEN איז די קלענסטע אטאם ער האט בלויז איין פרוטאן און ער האט נישט קיין נוטראן.
זיין סימבל איז H
איבער 90 פראצענט פון אלע אטאמס פון די גאנצע יוניווערס זענען Hydrogen אטאמס, אבער ווען מ'רעכנט די מעסס נעמען זיי נאר אויף 75 פראצענט ווייל ווייל זיי זענען זייער קליין רעלעטיוו צו אנדערע אטאמס.
די אטאם איז געטראפן געווארן דורך א כעמיסט מיטן נאמען Antoine- Laurent אין יאר 1783.
די נאמען Hydrogen נעמט זיך פון די גריכישע ווארט hydro וואס מיינט וואסער (עיין סוכה לה למה נקרא פרי עץ הדר שכן בלשון יוני קורין למים הידור) און אונז ווייסן אז וואסער איז געמאכט פון Hydrogen H2O. די Hydrogen קען מען אויך טרעפען אויף די זון (דארט ברענט עס צוליב נוקליער ריעקשאן). אזוי אויך ניצט מען Hydrogen פאר ראקעט פיול וויל עס ברענט זייער גוט . אלע געוויקסן זענען צוזאם געשטעלט פון Hydrogen ווייל די מאליקיול carobohydrate איז צוזאם געשטעלט פון carbon מיט Hydrogen.
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

זייער שיין טוב לב.
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

(HELIUM (HE

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

די צווייטע אטאם אויפן פיריאדיג טעבל איז די Hilium אטאם ער איז די צווייט קלענסטע אטאם ער האט בלויז צוויי פרוטאנס. אזוי ווי זיין דרויסענדע שעל איז אינגאנצן אנגעפילט צוליב דעם גייט ער זיך נישט פארן מיט אנדערע עלעמענטס און ער גייט אייביג בלייבן אין די פארעם פון געז.
די אטאם Hilium איז געטראפען געווארן אין יאר 1868 דורכאויס א ליכו חמה דעמאלט האט מען עס באמערקט און מען האט עס א נאמען געגעבן Hilium נאך די זון וואס הייסט אין גריכיש helios . מען קען טרעפן Hilium איבעראל ס'איז די צווייט מערסט באקאנטע עלעמענט נאך hydrogen ,
ווי קען מען טרעפן Hilium?
די אלע פליעדיגע בעלאנס זענען אנגעפילט מיט Hilium
(וויבאלד ער איז זייער א קליינע אטאם איז זיין גראוועטי שוואך צוליב דעם פליעט ער ארויף.)

אזוי אויך קען מען טרעפען Hilium גאז אויף די זון, די זון איז א גרויסע שטערן אנגעפילט מיט אסאך גאזן ציווישען זיי געפינט זיך אויך Hilium.

די אלע סקובע דייווערס וואס האבן אויף זיך א לופט טאנק וואס ס'ליגט דארט די לופט זייער קאמפרעסט וואס ס'מאכט עס שווער צו אטעמען, צוליב דעם ווערט דארט אויך אריינגעלייגט Hilium וואס פארגרינגערט זיי דאס אטעמען.

אזוי אויך ניצט מען Hilium אפצוקילען א נוקליער רעאקטאר.
אזוי אויך די בלימפ'ס וואס שוועבט אין די לופט פאר עדווערטייזמענט ווערט אויך אנגעפילט מיט Hilium גאז.
די Hilium גאז טרעפט מען אונטער די ערד דארט ווי עס געפינט זיך אסאך נאטירליכע גאזן. בעיקר ווערט עס ארויסגעשעפט אין Texas.
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

רואיג! האט געשריבן:זייער שיין טוב לב.

שכוח, אויב די האסט עפעס ציצולייגן האלט דיך נישט צוריק.
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

(LITHIUM (Li

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

בילד

די דריטע עלעמענט ווערט געריפען Lithium ער האט דריי פרוטאנס וואס דאס ברענגט אז ער זאל האבן איין עלעקטראן אין זיין דרויסענדע שעל צוליב דעם וועט מען אין קיינמאל נישט געפינען אליין אין נאטור ער וועט אייביג זיין באהאפטן צו א צווייטע עלעמענט, און ער וועט אייביג זיין א סאליד.
די Lithium עלעמענט איז די ערשטע מאל באמערקט געווארן אין יאר 1818 דורך א מינערעלאגיסט מיטן נאמען Johan August ער האט עס באמערקט אלס א מינירעל צוליב דעם האט ער עס א נאמען געגעבן Lithium וואס אין לאטייניש ווערט שטיין אנגעריפען lithos.
די Lithium איז א מעטעל זיין קאליר איז זילבער, ער ווערט בעיקר ארויסגעשעפט פון די , Searles Lake אין Calafornia.
וואס טוט מען מיט Lithium ?
א וויכטיגע באשטאנטייל פון בעטעריס איז געמאכט פון Lithium,
אסאך מעדעצינען האבן אין זיך Lithium ס'העלפט אסאך ארויס פאר די מוח.
אזוי אויך די האט ספרינגס וואס מענטשן גייען פאר וועקאציע האט אין זיך אסאך מיניראלן ציווישען זיי געפינט סזך אויך Lithium . Lithium העלפט אויך ארויס די עיר קאנדישן'ס סיסטעם צו קאנטרוילען די סיסטעם. Lithium ווערט אויך באניצט צו מאכן ספעציעלע גלאז און סערעמיק.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”