דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איין שיינעם זומער טאג, אין ירושלים עיר הקודש, מיטן א העל בלויע ליכטיגע הימל, א ברענעדיגע זין שיינט אויפן הר הבית, ווען אין בית המקדש, געפונען זיך עטליכע הונדרעט אידן, אן די שיך און גארטלעך, מיט זייערע לעמעלעך, און אקסן, און שטירן, פרויען מיט פייגלעך, אין ווארטן אויף זייער רייע, אז דער כהן זאל נעמען זייער קרבן, און זאגן די ווידי, בשעת ווען די לוויים זינגען הארץ רייסענדע מעלאדיעס, אוי ווי שיין איז געווען יענע גאלדענע צייטן.

ווען אינמיטן, איז פליצלינג געבראכן געווארן די שטילקייט, ווען איינער האט זיך היסטעריש צושריגן, הצלה...... הצלה........ הצלה..... ווי........ דארט.........אינטער די גאלערי ביי צפון זייט............

צוויי כהנים זריזין, זענען גלייך געלאפן צו די לשכת הקאמענד, און מען האט שנעל אריינגערופן א אמבולאנס, מיט בעקאפ, ווען צוויי אנדערע פסול'ע כהנים, זענען געלאפן צום סצענע, צו זעהן, און אנאלאזירן די סיטואציע, ווי נאר זיי קומען אן אינטערן גאלערי, אנטפלעקט זיך פאר זיי, א ריזן אנלויפעניש פון מענטשן וואס זענען זיך צוזאם געקומען פון די בהלה, און קוים מיט צרות, האבן זיי זיך אריינגעשלעפט מיט זייער קיטס, און ראדיאויס, און ווען אינדערמיט זעהן זיי ווי א מענטש, וואלגרט זיך אויף דער ערד.

זעליג הכהן שרייט אריין אין די ראדאוי.

זדשעי פיפטי פייף טו דע בעיס ....

בעיס טא דזשעי פיפטי פייף, 10-4 גאוי אהעד, וואס איז די מצב ...

אין די עזרה, אינטער די לינקע גאלאריע, איז דא סיזשער אטאקע, און ס'האט געוויסע סימטאמס, פון א נבואה אטאקע ....

10-4

פיפטי פייף, פליס קאנפערם אויב דער פאצינעט איז א נביא.....,

10-4 אן דע גאוי.

55 טא דע בעיס, קאפערמד, אז יא ער איז א נביא איי ריפיעד ער איז א נביא.....

10-4

אקעי 55 בלייב דארט אויף סטענד ביי, און קוק וויזוי עס ווערט אסטעבלישט, מאך אבער זיכער, אז ער האקט נישט אריין די קאפ צו שטארק, אין די שטיינערנע ריצפה .

און די זעלעבע צייט קומען צו רייטן, פון שער שושן, צען הצלה מעמבערס, אן די שיך, מיט האלצערנע סטרעטשער'ס, וואס איז נישט מקבל טומאה, און געקומען צו לויפן צו די סצענע, וואס איז שוין יעצט געווען א ריזיגע ציבור, פון יענטעס און ציקוקערס.

ווען פליצלינג, שטעלט זיך דער אטאקע אפ, און דער פאציענט שטעלט זיך אויף, אויף זיינע בארוועסע פוס, ער איז געווען שיינער מענטש, ממש א יפת תואר, א הויכער, מיט א שיינע באוואקסענע בארד, און ער האט געהייסן ר' זכריה, ניין, ער איז נישט דער גרויסער באקאנטער זכריה הנביא, ער איז געווען זאכחראיטה בלזן יאהוייטדטע החכליהון, וואס איז אויך געווען א נביא.

ר' זכריה, הייבט אויף זיינע אויסגעלייטערטע הענט, און בעט אז עס זאל זיין שטיל, ווייל ער האט נארוואס באקומען א נבואה פון הקב"ה, און ער וויל נישט קיין איין רגע כובש נביאתו זיין, ער קריכט ארויף אויף א העכערע שטיין, ס'האט גענומען אפאר לאנגע מינוטון שטיל צו מאכן, דעם גרויסן אנגעלאפענעם ציבור, און ר' זכריה הייבט אן,

כלה אטמחר הטאבלקהים לטמטה אחתלזם עבארהים אזת מהצאוית ה' ואליא תחצאלהיחול כלהי עגזחבאתלזם אזת ה' וחילחעגזב אזתאכזם:


ווען אינמיטן הערט מען פון די אנדערע עק עזרה, קולות "זיי שטיל דארט, הער אויף מיט דיינע דמיונות און שקרים," און דער יונגאטש איז נישט באגענאדיגט מיט דעם ער הייבט אויף א שטיין לויטן באפעל פונעם קעניג, און פאוי........ געפלויגן........... אריין אין פרצוף, פון ר' זכריה, און ס'האט נישט אויסגעפעלט מער, און דער ציהיצטער יוגענט, האט שוין געהאט די גענויע קעניגליכע אינסטראקציעס, וואס צו טוהן, מען האט אנגעהויבן ווארפן שטיינער אויף ר' זכריה'ן.

פון אינטער די מפולת של אבנים, האט מען ארויס געהערט די לעצטע ווערטער, פונעם נביא, פאר זיין טראגישע אומקום, ווי ער בעט פון הקב"ה די ווערטער, ירא ה' וידרש, דער אייבערשטער זאל דאס זעהן, און נקמה נעמען אויף מיין בלוט......

דער רבוש"ע האט צוגעהערט צו זיין געבעט, און צום יארצייט, איז דער מלך ארם ארויף געקומען קיין ירושלים, און געהרג'ט פון כלל ישראל, ימין ושמאל .
אט אויף דאס איז וואס מיר וויינען ט' באב.

היהרג במקדש ה' כהן ונביא.

לאנגע יארן איז די בלוט פון זכריה הנביא, געווען אויסגעגאסן אויף די ערד פון די עזרה, און דאס איז נישט געווען סתם א פאדעל בלוט, נאר עס האט געהאלטן אין איין שפריצן, אזעלעכע וואסער פאלן, ווי גלייך עס וואלט געווען אינסטאלירט עלעקטאראנישע ספרינקלערס, און די וואסער האט געבאבעלט, ווי אויסגעגאסענע טשערי סאדע, און דאס איז אזוי געווען אין בית המקדש, ביז דער שר הטבחים, דער גרויסע בוטשער, נבזרדן איז געקומען.

אנזעצונג אי"ה

וואס איז געשעהן מיט דעם יונגאטש וואס האט אנגעהויבן די שטיינער ווארפן, און וואס איז געוארן מיט די זכריה'ס בלוט שטורעם, און די קומענדיגע ארטיקל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די מעשה האב איך געזעהן דעם שבת נאכמיטאג ביי די קענטעלויב און טרויבן סעודה

"עס איז אויסדריקליך נישט פאר קיייןן שוואכע הערצער"
ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפא »

אוי זיידעניו זיידעניו, זאגט מיר נישט אז איר געדענקט נאך אזש פון באלד 2000 יאר צוריק.......

שכוח זיידעניו, דעם שפאציר אין ביהמ"ק וועט שוין אויך דינען אלס א שטיקל הכנה צו תיקון חצות
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

כ'אב נישט געוויסט אז ס'יז געווען צוויי זכריה'ס?

איך האב תמיד געמיינט אז דער בלוט פון זכריה מיינט מען זכריה בן ברכיה בן עדו הנביא. (חגי זכריה ומלאכי).

זענען ביידע געווען כהנים? אדער נאר זכריה בן יהוידע?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יישר כח זיידעניו, גוט אראפ געלייגט א מעשה וואס איך קען שוין פון פריערט, דאס איז וואס מיר ליבן ס'מערסטע.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יישר כח זייידעניאו פאר די מעשה, ס'איז אן אמת'ע מעשה פון באלד צווייי טויזענט יאר צירוק, און די שרייבסט עס אראפ גאר בא'טעם'ט מיטן היינטיגן שפראך.

זעצפאטר.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זייער שיין (אביסל ... נו, צו היינטיג פאר א נביא)
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

זיידניו; איך האב נישט קיין ווערטער, איך וויל דיר מיט די שורות געבן קוראזש, כח, חיות, ווייטער אנצוגיין דערמיט.

ס'בעט זיך צו דיר יעדער איינער בלי שום יוצא מהכלל, אזעלכע שיעורים לעבט אויף א מענטש, ונחרץ לו בזכרונו וויאזוי בדומה לדומה אלף אלפי אלפים, ס'האט [ווייט פון ב]ערך אויסגעקוקט, כדאי צו געדענקן עס אויף שטענדיג.

ארגינעל זיידניו - איך וועל מיך די מינוטין אביסל אויסגעבן, ווייל איך ציל צו דעם - האב איך אנגעהויבן מיט די "פרשה" [היינט באקאנט אלטס פי' סהדותא..] דורכן ליינען און נאכאמאל דורכלערנען דעם ביכל: והצלתי איך וועל דיך ראטעווען. איך האב אזוינס הנאה געהאט דערפון וויאזוי מ'קען א ברעקלע ממשיל זיין אויפן היינטיגן מציאות וואס האט פאסירט בימים ההם.

אוודאי, יגר'ל בלייבט יגר'ל, זייער אסאך מאל פליה איך ארויס פון די שינעס, [מגילת אסתר עם פי' סהדותא איז עדות דערויף...], אבער איך ברען פאר אזעלכע ארטיקלן.

זיידניו, זאל דיר דער אייבערשטער געבן געזונט און כח, צייט און געדולד זאלסט קענען דא ממשיך זיין מיט דעם וועג. יש"כ
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

זיידי די ברענגסט אריין א ווארעמקייט , או זיידי גיי ווייטער מיט דיין ערציילונג פינען בהמ"ק
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

פאר דער וואס האט מיר געפרעגט אין אין אישי פון ווי איך ווייס וויזוי א נבואה און דער נביא האבן אויסגעקוקט די תירוץ איז אין רמב"ם און כ'האף עס באלד מעתיק צו זיין?
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רמב"ם יסודי התורה פרק ז'
הלכה ב' וכולן כשמתנבאים אבריהן מזדעזעין וכח הגוף כשל ועשתנותיהם מתטרפות ותשאר הדעת פנויה להבין מה שתראה כמו שנאמר באברהם והנה אימה חשכה גדולה נופלת עליו וכמו שנאמר בדניאל והודי נהפך עלי למשחית ולא עצרתי כח:
קוק נאך דעם גאנצען פרק
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

פאר הונדרעט יאר, איז דער פאדעל פון די געבאבעלטע בלוט, געליגן אויפן שטיין, אומעשטערט, אלץ זכרון מעשי אביהם, וואס זייערע עלטערן האבן געטוהן, מיטן זכריה הנביא.

ביז נבזרדן איז אנגעקומען קיין ירושלים, און ווען ער איז אריינגעקומען אין היכל ה', אין דעם בית המקדש, האט ער באמערקט דעם געזעמל פון קאכעדיגע בלוט, האט נבזרדן געפרעגט פון די אידן, מה זה וואסידאס, האבן די אידן געענטפערט, נביא הוה בן, א נביא איז געווען צווישן אינז, דהוא מוכיח לן במילי דשמיה, וואס האט אינז מוסר געזאגט אויף געטליכע ענינים, וקמו עלוה וקטלינן ליהו, און מען איז אויפגעשטאנען אויף אים, און מען האט אים גע'הרג'עט, וזה כמה שנין דדמיה לא נייח, און עס איז שוין אסאך יארן, וואס די בלוט ריהט נישט.

דא האט פאסירט, דאס געפערליכע, ווען ס'איז אריין פאר נבזרדן א שגעון, אז ער גייט אפשטעלן די וואטער פאל, כ'מיין בלוט פאל, ער האט גערופן צוויי סאלדאטן, זאלן שוין גיין צום לשכת הגזיז, אינדרויסן פון די עזרה, און אהער ברענגען אלע אלטע לייט פון פאלק, דאס זענען געווען די הייליגע סנהדרין, וואס ער זעהט דארט, און ווען די סנהדרין זענען אנגעקומען צום ארט, האט זיי נבזרדן געזאגט אז ער וויל אפשטעלן די רתיחת דם פון זכריה, אין דאס קען נאר געשעהן, מיטן אויסמישן מיט זייער בלוט, האט ער געווינקען פאר זיין מיליטער, אין די סאלדאטן האבן ארויסגענומען זייערע שווערן, און אראפגענומען אלע קעפ, פון די הייליגע סנהדרין, און אויסגעגאסן זייער בלוט, אויף זכרי'ס בלוט, און זייערע הייליגע קערפערס האט מען אנגעהויפנט און א זייט.

אבער ווי אנטוישט איז ער געווען, ווען ער האט געזעהן אז פונעם קליינעם צוזאמלויף, פון קאכעדיגע בלוט, איז יעצט געוארן א גאנצע מקוה, פון הייסע קאכעדיגע אידישע הייליגע בלוט, וואס האט געקאכט אין געזידט עשרת מונים.

דער בוטשער האט געזעהן, אז ס'גייט נישט, האט ער געשיקט זיינע סאלדאדן, צו די ישיבות, און צו די היי סקול, און סעמינארס, ברענגען די בחורים מיט מיידליך, די בחורים האבן צוגעמאכט די גמרא'ס, און זיך געשטעלט און א רייע, ארויף געגאנגען אויף די באסעס, נישט וויסענדיג וואס עס גייט פאסירן מיט זיי, ווידעראים די מיידליך האבן געמיינט, אז דאס איז עפעס א גוטע קאלעוואר, וואס גייט באלד אויס קראכן, אבער ווען די באסעס זענען אנגעקומען צוזאמען צום הר הבית, און געוויסע כלות האבן געזעהן זייערע חתנים, פון די אנדערע שורות האבן זיי גלייך טורומפורטירט, פאר אלע חברט'עס קוקס אויף מיין חתן, ער איז דע טאפ בחור פון ישיבה, ער גייט דארט ממש זוי איידעל, כעזאגדער איטס סוי קעיאט.

אבער ווען מען איז אנגעקומען צום שר הטבחים, נבזרדן, האט זיך אלעס געטוישט, מען האט געזעהן א גרויסע געשפריצעריי פון א בלוט באלד, ווי ערב פסח, און ביי די זייט האט מען געזעהן ווי די רבנים'ס קעפ, ליגן אפגעטיילט פון א הויפן קערפערס, מען האט נישט געהאט צופיל צייט צו טראכטן, ווען דער בלוטיגער באפעל, איז ארויסגעקומען אז .....
אין ביז צוויי מינוט, זענען אלע בחורים מיט מיידלעך, געווען בשמי רום, ווען זייער בלוט האט זיך אויסגעמישט, די חתנים בלוט מיט זייערע כלות, באנאזאם מיט זייערע זיידעס, און עס קוקט שוין ענדרש אויס ווי א בלוט לעיק, פון אזויפיל פארגאסענע בלוט.

אבער אנשטאט די בלוט קאכעריי זאל זיך אפשטעלן, איז דאס גאר ערגער געווארן, עס האט זיך געהויבן וואלן ווי אין א ים, עס האט געזידט און געקאכט, אן אויפהער, דער משוגענער נבזרדן, איז נאך געווען ביי זיינס, אז ער גייט דאס אפשטעלן, האט ער ארויס געשיקט זיינע סאלדאטן מיט געלע באסעס, אויפקן אלע קינדער פון חדר, יא, תינוקת של בית רבן, ווען די קינדער האבן געזעהן ווי די באסעס קומען, פריער ווי נארמאל, האט א שמחה ארומגענומען יעדן איינעם, הלמאי מען גייט מסתם פארן אויף א טריפ, און ווען מען האט געזעהן די באס דרייוער פארשטעלט ווי א סאלדשזער, האט שוין מער נישט אויסגעפעלט און ס' געווען שמח, די קינדערליך האבן געטאנצען אויף סיטס פונעם באס, און די גאנצע וועג האט די באס קוים געקענט פארן, צילוב וואס די באס האט זיך אזוי געשאקלט.

ווען מען איז אנגעקומען אויפן הר הבית האט דער פארשעלטע דרייווער, געהייסן אלע קינדער גיין און א גראדע ליין, און אזוי האבן זיי אריין מאשירט ביזן בלוט באד, און אלע קינדער זענען שוין געווען שיין גראד אין א שורה, האט נבזרדן ארויס געגעבן זיין באפעל, און זיינע סאלאטן האבן גענומען שפיזן און אריינגעשטאכן אלע קינדער, און א רייע, מיט איין שפיז האט מען גע'הרג'עט צוועלעף קינדערליך, און די בלוט באד איז פארוואנדעלט געווארן, אין א ים פון אידיש בלוט, אויסגעמישט זקינים, בחורים, מיידלעך, און קינדער, תינוקת של בית רבן.

די קינדער האבן געקוויטשעט, מיט יאמערליכע קולות, ווען זיי האבן געזעהן וואס מען טוט מיט זייערע חבירים, ווען מען קומט שוין באלד צו זיי, אזש די שטיינערנע ווענט איז שיעור צוגאנגען, פון די יאמערליכע געוויין, פון די אומגליגליכע עלטערן, מיט זייערע קינדער.

נבזרדן קוקט מיט ווינדער, אויף די בלוט, און ס'קאכט און זידט און באבעלט, אן אויפהער, דא האט דער קראקידאל הארץ, זיך שוין אויכעט צובארכען און ער האט אנגעהויבן מאכן אומבאנומענע קולות וברקים.

"זעעעעעעכאאאאאאריה, זעעעכאאאררריעע, וויפיל בלוט מיז מען פארגיסן, פאר דיינעט וועגן, הער שוין אויף צו קאכן, אוי זעעעכאאארריעעככ".

און ווי ווינדערליך, גיב א קוק די גאנצע בלוט איז אפגעשטעלט, און בארוהיגט, כאילו לא היה.

ווען נבזרדן האט דאס געזעהן, האט אים געכאפט די קדחת, ער האט אנגעהויבן צו שוויצן און שווינדלען, ווען א אטאקע האט אים געכאפט, און ער האט אנגעהויבן צו לויפן, ער איז אזוי מיט די בלוטיגע שטיוול און הענט, אריינגעלאפן און שטאט, אן זיין מיליטערישע גווארדיע, אין ער איז געגאנגען זיך מגייר צו זיין.

צוויי טויזענט יאר שפעטער, איז די מעשה צירוק ארויפגעקומען אויף די העדליינס,

ווען?....

אין ויזוי?...

אי"ה אין די קומענדיגע אנזעצונג....
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

שאחק! איך ווארט שטארק אויפן פארזעצונג, ווייל איך בין עכט נייגעריג.

ס'מוז האבן א גוטע ענדע, הערסט זיידעניו, ווייל אויב נישט וואלסטו עס נישט ארויפגעברענגט חודש אדר, נאר אין די 9 טעג וואס כלל ישראל וויינט אויפן חורבן.

איך ווארט מיט שפאנונג, ענד איי מין וואט איי דזשאסט סעד
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יגרסהדותא האט געשריבן:שאחק! איך ווארט שטארק אויפן פארזעצונג, ווייל איך בין עכט נייגעריג.

ס'מוז האבן א גוטע ענדע, הערסט זיידעניו, ווייל אויב נישט וואלסטו עס נישט ארויפגעברענגט חודש אדר, נאר אין די 9 טעג וואס כלל ישראל וויינט אויפן חורבן.

איך ווארט מיט שפאנונג, ענד איי מין וואט איי דזשאסט סעד


די היינטיגע איז געשריבן מיט א יום המעונן גוסטע ובכן איז די מצב אזוי ווי סעאיז
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זיידעניו, און אויב סע האט נישט א גיטע ענדע לייג עס אוועק אויף ענדיגען און די ניין טעג
אבער איך האף אז יו וואנט לעט אס דאון.
the SCY is the limit
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

scy4851 האט געשריבן:זיידעניו, און אויב סע האט נישט א גיטע ענדע לייג עס אוועק אויף ענדיגען און די ניין טעג
אבער איך האף אז יו וואנט לעט אס דאון.
יא סהאט א גוטע ענדע און אויך אינטרעסאנט אבער איך דארף זיין ביים שרייבן אין א גוטע גוסטע
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אזוי גוט אראפצולייגן א מעשה! איך ווארט אויך אויפ'ן (האפנטליך אינטערעסאנטן) ענדע.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך ווארט נאכנישט אויף די ענדע, דער וועג סום ענד איז נאך עניטיים אזוי אינטערסאנט, אפשר קענסטו אויסציען די סטארי יעדן טאג 'ביז' די ניין טעג...

באמת אפשר קענסטו מאכן א 'נ"ך הזקן' אזוי ווי עס איז דא 'חומש סהדותא'.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אהההה, יעצט האט יאנאש אויפגעברענגט א מעכטיגער רעיון!

אויף תורה האמער שוין די "חומש סהדותא" פון די פיינשטיין משפחה, יעצט ברויכן מיר א נבואים און כתובים,'נ"ך הזקן' וואלט טאקע געווען א פיינער זאך.

זיידעניא, ואוס זאגט איר נישט, מ'קען נאך אין די עלטערע יארן ארויסגעבן גאנצעטע חיבורים..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך בין ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען ביידע חלקים.

וואס זאל איך זאגן, די ווארעמע גפילן גיסען זיך פון צווישען די שורות.

יעדעס ווארט שרייט יראת שמים און ערענסטקייט (יא! אפי' די צחות'דיגע ווערטער)

עס האט מיר מורא'דיג באנומען די מעשה, כאטש אפי' ווי אלע אנדערע דא האמיר געקענט די מעשה (בערך) פון פריער.

איך בין מיר מצרף לבקשת הרבים אז זיידעניו מאכען א שיעור קבוע אין נ"ך.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מנהלים: פירט דאס אריבער אין בלוט-באד...

סארי: אין תשעה באב פארום

אין אלגעמיין איז דאס אבער העכסט גוט באשריבן, יישר כח זיידעניו.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קרעמער, מיינסט אוודאי אינעם פייטינג עריע?

זיידעניו, וואס טוהסטו דא מיט מיר, דו ווילסט נאך איך זאל קענען שלאפן היינט? איך האבעס שוין אמאל געליינט ערגעץ, אבער קיינמאל נישט אזוי גוט ווי דו לייגסטעס דא אראפ, און ווי אויך געדענק איך שוין נישט די איינצלהייטן, סאו קיפ אן יור גוד ווארק.

שכוח גדול ונורא.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אם סארי נעכטן בין איך געווען אנגעזעצט יום המעונןדיג און נאכדערצי באקומען א עיקול האט דער זויערע ארטיקל געהאט אלע טעמים

אבער היינט שיינט די זינעלע וועל איך קודם עפעס אריינשיסן אפילו איך האב עס נאך נישט געהעריג מסדר געווען
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין נובארדיקער ישיבה, דינסטאג נאך פרישטאג, א שיינע זיניגע פרימארגען, דער עולם גייט אויף די שיעור עיון חברותא פלעצער, און צוויי אהאלב מינוט דינערט שוין די קול תעירע מיט א חיות אין א ברען די מגידי עסן נאך אין די מלמדים שטיבל זייערע געבראטענע איי און אויף נאך זייער פרישטאג האבן זיי א מיטינג מיט די ראש ישיבה וועגן די קומענדיגע חזרה אבער זייער אפוועזענהייט דערזעהט זיך אינגאנצען נישן אן אויף די פלייסיגע בחורים וואס אקערן אריין אויף רשבא און א ריטבא

טימבל אי איינע פון די אנגעזענסטע בחורים פון די ישיבבה וזה יוכיח אז די מגד שעיור האט אים געקרוינט מיטן פאסטן פון שואל ומשיב ווען ער איז נישט אין בימ"ד אין טאקע יעצט שטייט ער בייזיי שטענדער ווען ער איז ארומגענומען מיט דריי לומדים וואס דרייען מיטן גרינעם פונגער אראפ און אראפ און אסאך מאל קוקט פשוט אויס אז עוד מעט און ס'גייט פעטש אבער ער איז א אויסגעופענע בעל מידות ולכן איז דאס קייינמל נישט געשעהן

ווען פינקט אינמיטן א שווערע קצות ווערט ער רויט און בלוי אויף א מינוט עס איז געווארן א רעש און בית מדרש אבער טימבל איז שנעל צוזיך געקומען אבער דאס מעשיגענע האט פאסירט ער שלעפט אראפ זיין ציצית טראסקעט אוועק זיין קאפל אראפ מיט אלע ספרים נעם טיש אאין מיטן הוילן קאפ לויפט ער ארויף אויף די בימה און מיט אשמדי'ס קולות זינגט ער חסדי ה' כי לא תמנו............

(אנזעצונג אי"ה)
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אוי וויי....

דער זיידע האט געכאפט אן אטאקע... זיין כח הדמיון ארבייט היינט אויף כח.

מיר ווארטן אויפן "אנזעצונג".
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”