אייוועלט ספעלן מערכה

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
קלאפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאפער »

גערעכט, דער ספעציפישער ניק וואס שפאצירט דא ארום אזוי געמיטלעך אויף די נערוון מיט די שווערע ספעלינג, דארף סטאפ'ן.

איך בין נישט שולדיג אז זיין מאמע האט אים געשיקט צו פראדאקטיוו.
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך פארשטיי אייך נישט, ווייל איינער קען נישט אזוי גוט ספעלן מיינט דאס אז ער איז דא צו קריכן אויף איינעם'ס נערוון? וואו איז אביסל געפיל? ער האט א פעלער? פול אן א מויל מיט וואסער און זיי שטיל, און נישט נאר וואס מען מאכט חוזק פון יענעם מיטן רעדן פון זיין חסרון נאר מען הייבט אהן מיט אטאקעס הלמאי ער וואגט זיך בכלל נאך צו שרייבן אויף אייוועלט.

וואלט מען ווען געקענט עפעס טוהן יענען ארויסצוהעלפן, מילא, אבער עטס ווייסט דאך אליין אז מען גארנישט טוהן סאו וואס פונקטליך ווילט עטס?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
קלאפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאפער »

כו"ע מודי אז דו ביסט גערעכט... כל זמן וואס יענער 'קען טאקע' נישט ספעלן. אז ער קען יא שרייבן ווי א מענטש ווי עס האט זיך שוין ארויסגעשטעלט ביי אפאר תגובות, און ער מוטשעט זיך צו שרייבן קרום כדי מיר זאלן זיך מוטשענען צו ליינען זיינע קרומענישן, דאן איז עס א געפערליכע עוולה.

און גראדע, מיר גייט עס נישט אן, די תגובות פון יענע ניק ווערן אריבערגעמישט כהרף עין.
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

אונז ווילן אז ווער עס קען נישט שרייבן אויף א ליינבארע וועג, זאל נישט שרייבן. מען רעדט נישט דא פון שרייבער וואס עס פאלט אריין גרייזן דא דארט, נאר פון תגובות וואס יעדע ווארט איז גרייזיג אויסגעלייגט און/אדער קלעבט נישט איינס צום אנדערן.

פונקט ווי איר וועט נישט זאגן אז איינער וואס איז הייזעריג דארף זינגען אויף א קאור, אמער ער איז גענצליך אומשולדיג... ער איז טאקע אומשולדיג. אבער אז מען קען נישט, נעמט מען זיך נישט אונטער!
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

יונה האט געשריבן:אונז ווילן אז ווער עס קען נישט שרייבן אויף א ליינבארע וועג, זאל נישט שרייבן. מען רעדט נישט דא פון שרייבער וואס עס פאלט אריין גרייזן דא דארט, נאר פון תגובות וואס יעדע ווארט איז גרייזיג אויסגעלייגט און/אדער קלעבט נישט איינס צום אנדערן.

פונקט ווי איר וועט נישט זאגן אז איינער וואס איז הייזעריג דארף זינגען אויף א קאור, אמער ער איז גענצליך אומשולדיג... ער איז טאקע אומשולדיג. אבער אז מען קען נישט, נעמט מען זיך נישט אונטער!


אנטשולדיגט, אבער דא איז נישט קיין כאאר פון שרייבער'ס, דא איז פשוט:
"...קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט"

ווער עס קען עס נישט ליינען זאל עס נישט ליינען, לשיטתך.
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

קלאפער האט געשריבן:כו"ע מודי אז דו ביסט גערעכט... כל זמן וואס יענער 'קען טאקע' נישט ספעלן. אז ער קען יא שרייבן ווי א מענטש ווי עס האט זיך שוין ארויסגעשטעלט ביי אפאר תגובות, און ער מוטשעט זיך צו שרייבן קרום כדי מיר זאלן זיך מוטשענען צו ליינען זיינע קרומענישן, דאן איז עס א געפערליכע עוולה.

און גראדע, מיר גייט עס נישט אן, די תגובות פון יענע ניק ווערן אריבערגעמישט כהרף עין.


זאג נאר, קוק מיר אריין אין די אויגן! דו האלטסט עכט אז יענער מיטשעט זיך צו ספעלן קרום אבי דיר אפצוטוהן??
אוועטאר
קלאפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאפער »

קריסטאל קלאר אז יא!
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

אינטערעסאנט אזאיך האב נאך קיינמאל נישט באקימען אין אישי אז איך קען נישט ספעלן,
מיט מיין ספעלינג אוי וויי

איך מיין אז אנשטאט ארויף קומען אין עפענען א גאנצע אשכול קעגען נישט קענען ספעלן זאל מען אנדערש אפענען א אשכול אין דאנקען די באשעפער אז מען קען יא ספעלן אין א תפילה טון פאר דער וואס קאן ניט
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

צייט שטיפער האט געשריבן:אנטשולדיגט, אבער דא איז נישט קיין כאאר פון שרייבער'ס, דא איז פשוט:
"...קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט"

ווער עס קען עס נישט ליינען זאל עס נישט ליינען, לשיטתך.

אייוועלט איז א פלאטפארמע געמאכט צו ליינען און שרייבן נארמאל. די וואס קומען אריין פאר א גוט ווארט ערווארטן עס צו קענען ליינן, עס איז נאר נארמאל פאר א יחיד זיך צוצושטעלן צום מנהג המקום.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אן אנקעטע און וויכוח וואס איז אמאל פארגעקומען איבער דעם נושא.
viewtopic.php?f=1&t=30998
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

צו געזונט האט געשריבן:איך קאן פארנעמען

פערנעמען, נישט אזוי? :P
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מיסטעריעז האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:איך קאן פארנעמען

פערנעמען, נישט אזוי? :P

:lol: יא, דאנק שעהן פאר אויפברענגען. העמיר זיך פארנעמען צו שרייבן בעסער, ווייל אז נישט וועט מען מיך פערשטויסען פון ביידע וועלטן. דא נעמט מען שוין נאר אן די בעסטע
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

דיסקרימינאציע.
(דיסקרמנצייע).
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מ'דארף בעטן יאפע"ד ימ"ש זאל פאדערן אז אויך יידיש שרייבן און אויסלייג זאל געלערנט ווערן אין יידישע שולעס.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

אויף אזא אשכול ווינדער איך מיך אסאך מאל פארוואס ווענדען זיך נישט די ניקים וואס האבן טענות צו איינע פון די מנהלים אדער אחראים?

אלא מה אז ס׳באדערט זיי נישט באמת, נאר האבן הנאה זיך צו keep’ען ביזי מיט אנדערע ניקים׳ס שוואכקייטען..
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אדער אז זעהענדיג אז אין אישי האט עס נישט געארבעט מישט ער אריין דעם גאנצן עולם איז זיין קאמף וואס ער האט מיט א ספעציפישע ניק.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צייט שטיפער האט געשריבן:
קלאפער האט געשריבן:כו"ע מודי אז דו ביסט גערעכט... כל זמן וואס יענער 'קען טאקע' נישט ספעלן. אז ער קען יא שרייבן ווי א מענטש ווי עס האט זיך שוין ארויסגעשטעלט ביי אפאר תגובות, און ער מוטשעט זיך צו שרייבן קרום כדי מיר זאלן זיך מוטשענען צו ליינען זיינע קרומענישן, דאן איז עס א געפערליכע עוולה.

און גראדע, מיר גייט עס נישט אן, די תגובות פון יענע ניק ווערן אריבערגעמישט כהרף עין.


זאג נאר, קוק מיר אריין אין די אויגן! דו האלטסט עכט אז יענער מיטשעט זיך צו ספעלן קרום אבי דיר אפצוטוהן??
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

געדענק מיר די אלטע צייטן אין קרעטשמע, ווען עס איז געווען א אנגענומענע (איינגענעמע) מהלך צו שרייבן 'קרעטשמעריש', לדוגמא 'אז איך האלט שוין די הייק אין די מאלט, וועל איך שוין צולייגן', וכדומה. אין דעם איז אויך נכלל די לויזע 'סלענג' שרייבעריי.

אזוי אויך איז דא אמאל גאר חשוב'ע ניק'ס וואס פלאגן זיך צו שרייבן אידיש (א שטייגער ווי איתם הנקין הי"ד), וואס כאטש די תגובות ווערן געשריבן מיט צענדליגע גרייזן, דערקוויקן זיך צאללאזע ליינער, פונעם תוכן פון די ווערטער.
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:געדענק מיר די אלטע צייטן אין קרעטשמע, ווען עס איז געווען א אנגענומענע (איינגענעמע) מהלך צו שרייבן 'קרעטשמעריש', לדוגמא 'אז איך האלט שוין די הייק אין די מאלט, וועל איך שוין צולייגן', וכדומה. אין דעם איז אויך נכלל די לויזע 'סלענג' שרייבעריי.

אזוי אויך איז דא אמאל גאר חשוב'ע ניק'ס וואס פלאגן זיך צו שרייבן אידיש (א שטייגער ווי איתם הנקין הי"ד), וואס כאטש די תגובות ווערן געשריבן מיט צענדליגע גרייזן, דערקוויקן זיך צאללאזע ליינער, פונעם תוכן פון די ווערטער.

א חלק פין די לאכן איז פון יענעמס אויסלייג טעותים
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

אינטערסאנט ווי אזוי קיינער האט נישט אויפמערקזאם געמאכט ביז איצט אז עס איז דא א טעות אינעם קעפל פונעם אשכול, די קעפל ליינט זיך "אייוועלט ספעלן מערכה" די אמת איז אבער אז "אייוועלט" פירט נישט קיין מערכה'ס, דא איז מען דא פאר א לייכטען געוויכט און צו ענדשויען די מינוט.

בתקווה ללבנה
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:אויף אזא אשכול ווינדער איך מיך אסאך מאל פארוואס ווענדען זיך נישט די ניקים וואס האבן טענות צו איינע פון די מנהלים אדער אחראים?

אלא מה אז ס׳באדערט זיי נישט באמת, נאר האבן הנאה זיך צו keep’ען ביזי מיט אנדערע ניקים׳ס שוואכקייטען..

און וואס זאלן די מנהלים אחראים טון? לערנען יענעם ספעלן? [קודם זאל איך זיך לערנען...]
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

ביז ווי לאנג 'גוגל' וועט נישט צישטעלן קיין ספעלינג קארעקשען אין 'אידיש' קען מען אויף קיינעם קיין טענות נישט האבן.
(אבער איך בעט דיר גוגל פליז נישט יענע אידיש וואס דו ניצט אין גוגל טרענסעלעט, ווייל איך קען נישט יענע שפראך)
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

איך מיין די פותח האשכול האט באקומען א שלשול ביים ליינען אין די א"י בחירות אשכול
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

די פרנסה איז ב"ה מסודר
די דירה איז שיין צוגעשטעלט
די שלום בית איז געוואלדיג
די חינוך פאר די קינדער פארט א מחי'

יעצט איז נאר געבליבן איין פראבלעם, די ספעלינג אויף אייוועלט.

מענטשן טראגן דאגות. גיי פארשטיי.
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

להודיע האט געשריבן:די פרנסה איז ב"ה מסודר
די דירה איז שיין צוגעשטעלט
די שלום בית איז געוואלדיג
די חינוך פאר די קינדער פארט א מחי'

יעצט איז נאר געבליבן איין פראבלעם, די ספעלינג אויף אייוועלט.

מענטשן טראגן דאגות. גיי פארשטיי.

אפשר פארקערט? אלעס איז חרוב גארנישט גייט נישט, איז עט ליעסט די ספעלינג אויף אייוועלט זאל זיין מסודר...
נישט נעמען פערזענליך.
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”