אייוועלט ספעלן מערכה

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

להודיע האט געשריבן:די פרנסה איז ב"ה מסודר
די דירה איז שיין צוגעשטעלט
די שלום בית איז געוואלדיג
די חינוך פאר די קינדער פארט א מחי'

יעצט איז נאר געבליבן איין פראבלעם, די ספעלינג אויף אייוועלט.

מענטשן טראגן דאגות. גיי פארשטיי.


און אז די פרנסה איז מסודר
די דירה..
די של"ב...
די חינוך....
יעצט קומט איינער און רייבט א סטילוואל אזוי לייכט אויף א טאפ העט עס דיר נישט מאכן קיין טשילס??
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:די פרנסה איז ב"ה מסודר
די דירה איז שיין צוגעשטעלט
די שלום בית איז געוואלדיג
די חינוך פאר די קינדער פארט א מחי'

יעצט איז נאר געבליבן איין פראבלעם, די ספעלינג אויף אייוועלט.

מענטשן טראגן דאגות. גיי פארשטיי.


און אז די פרנסה איז מסודר
די דירה..
די של"ב...
די חינוך....
יעצט קומט איינער און רייבט א סטילוואל אזוי לייכט אויף א טאפ העט עס דיר נישט מאכן קיין טשילס??


נאדיר אפאר גרינע פאר דיין בא'טעמ'טע שריפט ;l;p- ;l;p- ;l;p-

ולעצם הענין, אויב יענער רייבט די סטיללוואל ביי מיר אינדערהיים וועל איך אים פארשיקן, אבער אויב טוט ער עס און פארק אדער אויף אייוועלט, וועל איך בלית ברירה זיך רוקן און די זייט.
זקן מלא רחמים.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

למעלה משבעים האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:אויף אזא אשכול ווינדער איך מיך אסאך מאל פארוואס ווענדען זיך נישט די ניקים וואס האבן טענות צו איינע פון די מנהלים אדער אחראים?

אלא מה אז ס׳באדערט זיי נישט באמת, נאר האבן הנאה זיך צו keep’ען ביזי מיט אנדערע ניקים׳ס שוואכקייטען..

און וואס זאלן די מנהלים אחראים טון? לערנען יענעם ספעלן? [קודם זאל איך זיך לערנען...]

נו און וואס ווילען דא די וואס האבן טענות און קאמפלענען? מסתמה, אז די מנהלים און אחראים זאלען צו נעמען זכות הכתיבה פון אפאר ניקים. פאר דעם זאג איך אז זיי מיינען עס נישט באמת, ווען יא זאלן זיי שטיל זיין דא מיט אלע זייערע אשכולות און תגובות פוהל מיט טענות, און זיך ווענדען צו די וואס קעיר נעמען, און קענען צו נעמען זכות הכתיבה פון ניקים. און אז זיי קומען דא ברבים דרייען א קאפ, איז פשט אז ס׳באדערט זיי נישט באמת זיי האבן נאר הנאה פון וויי טוהן אנדערע וואס האבן א שוואכקייט וק״ל ודו״ק ודפח״ח....
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

צופעליג זענען רוב טעותים טייפאס פון איינער וואס וויל זיך לערנען טייפן אויף דעם עולם'ס געהירן. דו"ק ותשכח.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: אייוועלט ספעלן מערכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

צ/ק
ווען שרייבט מען "ווי" און ווען "וואו"?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: אייוועלט ספעלן מערכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

וואו = מקום
ווי = דומה
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:די פרנסה איז ב"ה מסודר
די דירה איז שיין צוגעשטעלט
די שלום בית איז געוואלדיג
די חינוך פאר די קינדער פארט א מחי'

יעצט איז נאר געבליבן איין פראבלעם, די ספעלינג אויף אייוועלט.

מענטשן טראגן דאגות. גיי פארשטיי.


און אז די פרנסה איז מסודר
די דירה..
די של"ב...
די חינוך....
יעצט קומט איינער און רייבט א סטילוואל אזוי לייכט אויף א טאפ העט עס דיר נישט מאכן קיין טשילס??

יעצט אריין געבלאנדזשעט אינעם אשכול

אם כבר אז כבר
קומט נישט די דירה די שלום בית, די חינוך די פרנסה
ס'דא כללים אין דקדוק
ואתכם הסליחה
:lol: :lol:


אגב, לדעתי זאל יעדער קומען שרייבן דא ווי אזוי ער וויל נאר ספעלן, אולי וועט ער זיך דא אויסלערנען ספעלן, און אז נישט, זאל ער סתם אזוי האבן א געשמאקע פלאץ ווי צו זיך ליפטערן.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: אייוועלט ספעלן מערכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

קו הישר האט געשריבן:וואו = מקום
ווי = דומה

וואו ביזטו יעצט?
כ'וואלט דיר ווען דערלאנגט צוויי אזאנע ווי דו האסט געכאפט פאריגע וואך.

שטימט?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: אייוועלט ספעלן מערכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

(היות די אשכול איז נישט אין פאברענג העלעך מיזן ענטפערן גראד...)
יא. שטימט. (- לפי קט ידיעתי)
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

שמו האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:די פרנסה איז ב"ה מסודר
די דירה איז שיין צוגעשטעלט
די שלום בית איז געוואלדיג
די חינוך פאר די קינדער פארט א מחי'

יעצט איז נאר געבליבן איין פראבלעם, די ספעלינג אויף אייוועלט.

מענטשן טראגן דאגות. גיי פארשטיי.


און אז די פרנסה איז מסודר
די דירה..
די של"ב...
די חינוך....
יעצט קומט איינער און רייבט א סטילוואל אזוי לייכט אויף א טאפ העט עס דיר נישט מאכן קיין טשילס??

יעצט אריין געבלאנדזשעט אינעם אשכול

אם כבר אז כבר
קומט נישט די דירה די שלום בית, די חינוך די פרנסה
ס'דא כללים אין דקדוק
ואתכם הסליחה
:lol: :lol:


אגב, לדעתי זאל יעדער קומען שרייבן דא ווי אזוי ער וויל נאר ספעלן, אולי וועט ער זיך דא אויסלערנען ספעלן, און אז נישט, זאל ער סתם אזוי האבן א געשמאקע פלאץ ווי צו זיך ליפטערן.


וואס ער שוין ווי נישט..
נו זאג רבי'ניו ווי יא?
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אייוועלט ספעלן מערכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

די עצה צו ספעלן גיט איז צו קיקן פאר מען שיקט ארויס אויב סליינט זיך גוט!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אייוועלט ספעלן מערכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

דארף מען נעמען א שיעור אין כללי המילה די/דו/דער/דאס/דיע/דעם.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: אייוועלט ספעלן מערכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

במקום שאין איש איז הערינג אויך א פיש, אפשר נעמט זיך איינער די מי אין לייגט ארויס א א קונטרס'ל מיט פשוטע אנווייזונגען פאר אפטע ספעלינג גרייזן (וואס מאכט זיך אפט, און לאוו דווקא כאפט יענער אז סאיז דא א גרייז) און שוין.

אדער גאר אן אייוועלט פראדוקציע, איך בין גרייט ארויסצוהעלפן מיט וואס ס'פעלט זיך אויס.

האצלאכע ובראכע (סארי, הצלחה וברכה)

האטס מיר אלע א גוטע נאכט
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: אייוועלט ספעלן מערכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

האבעך א שאלה. געטרייט צו זוכן אבער עס איז צו שכיחדיג און ער לאזט נישט זיכן.

צוויי אין צוואנציק
אדער
צוויי און צוואנציק

איז עס צוויי אריין אינעם צוואנציק אדער צוויי און אויך צוואנציק?
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אייוועלט ספעלן מערכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

צוויי און צוואנציג.

צוויי אין צוואנציג וואלט לכאורה געמיינט אז דו האסט נאך 18 צו גיין...
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: אייוועלט ספעלן מערכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

ממוצע האט געשריבן:צוויי און צוואנציג.

צוויי אין צוואנציג וואלט לכאורה געמיינט אז דו האסט נאך 18 צו גיין...

(גיין וואו?)

צוואנציג אדער צוואנציק?
זעה איך אז די שרייבסט צוואנציג אבער אנדערע פלעצער זעה אירע שרייבן צוואנציק.
זעלבע שאלה איז ביי פופציג אדער פופציק וכו'
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אייוועלט ספעלן מערכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זעלבע ענטפער...

פופציג. האסט שוין געזעהן איינעם שרייבן פופציקער? מ'שרייבט פופציגער. פרעג נאר @פופצי...
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7309
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט ספעלן מערכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

די ערשטע מאל איך פאל דא אריין...
מ'מיינט דא מיך :oops: :oops: :oops:
וואס זאל איך טון אז איך קען נישט :?: :?: :?:
ב"ה נאך א שטיק צייט דא זיין איז עס אסאך בעסער אבער איך קען נאך ניצען א כיתה ?' רבי...
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: אייוועלט ספעלן מערכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

רעים האט געשריבן:די ערשטע מאל איך פאל דא אריין...
מ'מיינט דא מיך :oops: :oops: :oops:
וואס זאל איך טון אז איך קען נישט :?: :?: :?:
ב"ה נאך א שטיק צייט דא זיין איז עס אסאך בעסער אבער איך קען נאך ניצען א כיתה ?' רבי...

גראדע שרייבסטו היינט זייער גוט. אבער אויב קומט דיר עס אן שווער, לייג ארויף מער גרעפיקס.. אין דעם ביסטו זיכער גוט..!
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7309
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט ספעלן מערכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

אל תדאג האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:די ערשטע מאל איך פאל דא אריין...
מ'מיינט דא מיך :oops: :oops: :oops:
וואס זאל איך טון אז איך קען נישט :?: :?: :?:
ב"ה נאך א שטיק צייט דא זיין איז עס אסאך בעסער אבער איך קען נאך ניצען א כיתה ?' רבי...

גראדע שרייבסטו היינט זייער גוט. אבער אויב קומט דיר עס אן שווער, לייג ארויף מער גרעפיקס.. אין דעם ביסטו זיכער גוט..!

יעדע שמויגער פאר זיך טויגער
שכח פאר די קאפלימענט (די בילדער און דזשיפים האבן מיט גרעפיקס גארנישט)
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: אייוועלט ספעלן מערכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

רעים האט געשריבן:
אל תדאג האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:די ערשטע מאל איך פאל דא אריין...
מ'מיינט דא מיך :oops: :oops: :oops:
וואס זאל איך טון אז איך קען נישט :?: :?: :?:
ב"ה נאך א שטיק צייט דא זיין איז עס אסאך בעסער אבער איך קען נאך ניצען א כיתה ?' רבי...

גראדע שרייבסטו היינט זייער גוט. אבער אויב קומט דיר עס אן שווער, לייג ארויף מער גרעפיקס.. אין דעם ביסטו זיכער גוט..!

יעדע שמויגער פאר זיך טויגער
שכח פאר די קאפלימענט (די בילדער און דזשיפים האבן מיט גרעפיקס גארנישט)

שוין ווייטער איז ער מיר א עניו...
די הייליגע זיידע'ס
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: אייוועלט ספעלן מערכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הייליגע זיידע'ס »

קו הישר האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:צוויי און צוואנציג.

צוויי אין צוואנציג וואלט לכאורה געמיינט אז דו האסט נאך 18 צו גיין...

(גיין וואו?)

צוואנציג אדער צוואנציק?
זעה איך אז די שרייבסט צוואנציג אבער אנדערע פלעצער זעה אירע שרייבן צוואנציק.
זעלבע שאלה איז ביי פופציג אדער פופציק וכו'

דער כלל איז ;

אין = בתוך

און = ועוד

למשל ~ מוישי און יענקי זאלן לייגן די זאכן אין די באקס.
והבן.
(עכט קען מען שרייבן מוישי מיט יענקי אבער פאר די משל איז עס גוט.....)
מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
די הייליגע זיידע’ס’
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אייוועלט ספעלן מערכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

שמו האט געשריבן:דארף מען נעמען א שיעור אין כללי המילה די/דו/דער/דאס/דיע/דעם.

גא'' מ
קלאצי? גרשון? עניבאדי פליז
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אייוועלט ספעלן מערכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מים חיים האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:דארף מען נעמען א שיעור אין כללי המילה די/דו/דער/דאס/דיע/דעם.

גא'' מ
קלאצי? גרשון? עניבאדי פליז

מ'האט שוין לכאורה אויסגעמועסט במשך די יארן כמעט יעדע שאלה וואס קען זיך מאכן. ניצט דאס סורטש קעסטל אין שפראך פארוםצו טרעפן אייער שאלה. מ'קען אויך עניטיים אריינקומען אהין, וואו ס'וועט זיך אלץ וואלונטירן עמיצער צו ענטפערן.

דו איז you.

די, דאס, דער, און דעם זענען אלע אין ענגליש the אדער this, נאר ס'ווענדט זיך אין פארשידענע גראמאטישע כללים וועלכע מ'ניצט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אייוועלט ספעלן מערכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

יישר כח
איך האב בעיקר געוואלט וויסן די דאס און דער, איך נוץ געווענליך נאר די און דו, ווייל דאס דער און דעם ווייס איך נישט די כללים
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”