לכתחילה אריבער - אפענער בריוו צו הרב אליעזר קרויס ני"ו – און צו דעם יונגערמאן וואס כ'האב געזען ביי א חתונה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

פאראויס
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג אוגוסט 05, 2018 9:56 pm

דער אינגערמאן וועם 'לכתחילה אריבער' האט געזען ביי א חתונה, שיקט מעגליך זיינע קינדער אין די נייע הפקרות מוסדות, האב איך אני הקטן אויך א שטיקל בריוול צו עם:
צו מיין X-SATMAR חבר. שיק ענדערש קיין ליבאוויטש. פאר די עתיד פון דיינע אייגענע דורות. באמת!

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג אוגוסט 05, 2018 10:04 pm

shimon7323 האט געשריבן:איינער וואס רעדט רעדט, דער וואס האבן הערות אויף די מענטשן איז דא א מהלך ביי אונז אידען, מען טיילט עס מיט מיט א דעת תורה און דורך די רבנים פרובירט מען אויפציטוהן.
קול מבשר איז גאנץ אדורכגעטראכטע פלאץ (ווען נישט וואלט ער שוין לאנג נישט געווען ביננינו, און הערט וואס רבנים זאגען איהם) און אויך אליעזר קרויס איז א ציית לרבנים ומוקיר אותם עד למאוד .

און וואס איז טאמער איך זאג דיר אז לכתחילה אריבער איז איינער וואס רעדט, איז אדורכגעטראכט, א ציית לרבנים ומוקיר אותם עד למאוד?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
shimon7323
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג אוגוסט 05, 2018 10:11 pm

וואלט איך געהאלטן אז ער זאל גיין צי די רבנים און זיי בעטן און מעורר זיין , דאס איז דער דרך וואס מען טוט ביי אידן.

דער וועג פון אליין ארויס קומען איז דער נייער דרך אז יעדער האט א מיינונג איבער אלעס אויף דערוועלט.
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש

ווען איר קויפט אויף אמעזאן, קויפט דורך דא און שטיצט א איד בדרך כבוד

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג אוגוסט 05, 2018 10:19 pm

און אפשר גייט ער צו רבנים? אפשר האט ער גאר גערעדט צו וויען'ער רב שליט"א, וועלכער האט אים שטארק מעודד געווען און זאגאר אליין ארויסגעקומען בשער בת רבים מעורר זיין אויף וואס מאנכע נוצן אויס דעם ווינט פון אוועקמופן אראפצואווארפן דעם עול התורה והיראה?

אויב איינער איז ארויסגעקומען אליין איז דאס הרה"ג ר' וכו' שליט"א המכונה הרב אליעזר קרויס, וועלכער האט געריטן אויף דעם פענאמען פון 'יעדער האט א מיינונג איבער אלעס אויף דערוועלט', געשטעלט א הנחה אז אוועקמופן איז זיכער נישט קיין קאנטראסט צו אנהאלטן עול התורה והמסורה, כאטש געוויסע עלטערן פילן אז ביי זייער תכשיט איז דאס יא דער פאל, און דאס גענומען צו אן עקסטרעם ביזן זאגן א היבש געוואגטער סטעיטמענט אז מען מוז לכאורה נישט פאלגן עלטערן אין געוויסע פעלער, ווייל רוב עלטערן צווישן 40 און זעכציג זענען נישט געזונט.

אה, ער האט געפרעגט רבנים? לכתחילה האט אויך.

#או נאו או יע
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג אוגוסט 05, 2018 10:29 pm

@צולייגער, נאר פאר מעוררים (אקא נערווען קריכערס) איז געזאגט געווארן אז זיי זאלן זאגן פאר די רבנים, און אגב אויב זיי רעדן יא צו רבנים און די רבנים זענען מעורר איז עס נאר ווייל די משוגעים דרייען זיי א קאפ ...
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג אוגוסט 05, 2018 11:00 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:@צולייגער, נאר פאר מעוררים (אקא נערווען קריכערס) איז געזאגט געווארן אז זיי זאלן זאגן פאר די רבנים, און אגב אויב זיי רעדן יא צו רבנים און די רבנים זענען מעורר איז עס נאר ווייל די משוגעים דרייען זיי א קאפ ...

;l;p-
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » זונטאג אוגוסט 05, 2018 11:02 pm

צולייגער האט געשריבן:אויב איינער איז ארויסגעקומען אליין איז דאס הרה"ג ר' וכו' שליט"א המכונה הרב אליעזר קרויס, וועלכער האט געריטן אויף דעם פענאמען פון 'יעדער האט א מיינונג איבער אלעס אויף דערוועלט', געשטעלט א הנחה אז אוועקמופן איז זיכער נישט קיין קאנטראסט צו אנהאלטן עול התורה והמסורה, כאטש געוויסע עלטערן פילן אז ביי זייער תכשיט איז דאס יא דער פאל, און דאס גענומען צו אן עקסטרעם ביזן זאגן א היבש געוואגטער סטעיטמענט אז מען מוז לכאורה נישט פאלגן עלטערן אין געוויסע פעלער, ווייל רוב עלטערן צווישן 40 און זעכציג זענען נישט געזונט.

#או נאו או יע


העי העי! די ביסט געהעריג די פיינט פון די מענטשהייט - ענעמי אף דע פיפל -מיט דיע פעיק נאוז.

איך האב דאס קיינמאל נישט געזאגט. סתם ליגענט.

איך האב געזאגט אז "עלטערן האבן נישט די אטאריטעט פון די תורה (אלס כיבוד אב) צו הייסן טון זאכן אין די קינדס פערסענעל לעבן." פינטעל.

(ווייל רוב עלטערן וכו' דאס האב איך נישט געזאגט, און ווען איך האב גערעד פון דעים איז עס געווען אלס ענטפער צו עפעס אנדערש.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג אוגוסט 05, 2018 11:04 pm

טראמפ איך בין אויף דיין זייט... עס איז פעיק ניוז!
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג אוגוסט 05, 2018 11:19 pm

אקעי.

אנטשולדיג מיר, כ'ציה צוריק.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג אוגוסט 05, 2018 11:25 pm

צולייגער האט געשריבן:אקעי.

אנטשולדיג מיר, כ'ציה צוריק.


אזוי קוקן אויס דא האלב פון די באשולדיגונגען קעגן ר' אליעזר. מען כאפט זיך ארויף אויף ווערטער וואס ער האט ניטאמאל געזאגט, און מען שרייט אים גיט אן, און נאכדעים ציט מען צוריק, און נאכדעים שרייט מען ווייטער, ביז דער צוקוקער טראכט אז מסתמא איז דער שרייער יא עפעס גערעכט, הגם למעשה הייבט זיך דאס נישט אן. פעיק ניוז!
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » זונטאג אוגוסט 05, 2018 11:26 pm

צולייגער האט געשריבן:אקעי.

אנטשולדיג מיר, כ'ציה צוריק.



יישר כח.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג אוגוסט 05, 2018 11:32 pm

סידיראם האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:אקעי.

אנטשולדיג מיר, כ'ציה צוריק.


אזוי קוקן אויס דא האלב פון די באשולדיגונגען קעגן ר' אליעזר. מען כאפט זיך ארויף אויף ווערטער וואס ער האט ניטאמאל געזאגט, און מען שרייט אים גיט אן, און נאכדעים ציט מען צוריק, און נאכדעים שרייט מען ווייטער, ביז דער צוקוקער טראכט אז מסתמא איז דער שרייער יא עפעס גערעכט, הגם למעשה הייבט זיך דאס נישט אן. פעיק ניוז!


צום קלארשטעלן:
מיין תגובה האט זיך באצויגן צו דאס אראפרייסן לכתחילה אריבער, אז "מען ברויך רעדן צו רבנים, נישט זאגן אליינס וואס מען וויל" האב איך געזאגט אז ער מעג זאגן וואס ער וויל פונקט ווי הרב אליעזר קרויס מעג. ווילאנג ר' אליעזר האט נישט קיין בפירוש'ע הסכמה פון א רב בישראל אויף וואס ער זאגט, מעג זיך סיי ווער קריגן אויף אים. אוודאי טאר מען נישט זאגן קיין ליגנט, און מבזה זיין א מענטש פערזענליך ח"ו, אבער אויב דו פארשטייסט אז איינער מעג זאגן זיין מיינונג אויף קול מבשר, מעג עס א צווייטער זאגן אויף אייוועלט.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג אוגוסט 05, 2018 11:42 pm

אליעזר קרויס האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:אויב איינער איז ארויסגעקומען אליין איז דאס הרה"ג ר' וכו' שליט"א המכונה הרב אליעזר קרויס, וועלכער האט געריטן אויף דעם פענאמען פון 'יעדער האט א מיינונג איבער אלעס אויף דערוועלט', געשטעלט א הנחה אז אוועקמופן איז זיכער נישט קיין קאנטראסט צו אנהאלטן עול התורה והמסורה, כאטש געוויסע עלטערן פילן אז ביי זייער תכשיט איז דאס יא דער פאל, און דאס גענומען צו אן עקסטרעם ביזן זאגן א היבש געוואגטער סטעיטמענט אז מען מוז לכאורה נישט פאלגן עלטערן אין געוויסע פעלער, ווייל רוב עלטערן צווישן 40 און זעכציג זענען נישט געזונט.

#או נאו או יע


העי העי! די ביסט געהעריג די פיינט פון די מענטשהייט - ענעמי אף דע פיפל -מיט דיע פעיק נאוז.

איך האב דאס קיינמאל נישט געזאגט. סתם ליגענט.

(ווייל רוב עלטערן וכו' דאס האב איך נישט געזאגט, און ווען איך האב גערעד פון דעים איז עס געווען אלס ענטפער צו עפעס אנדערש.


למשל טאקע די ווערטער פון ר' אליעזר איז א גיטע דוגמא צו פארשטיין ביידע זייטן פון די מטבע, סיי די שרייער'ס און סיי ר' אליעזר, און דאס ברענגט ארויס פארוואס די שרייער'ס רעדן נישט אלעמאל צום דבר.

ר' אליעזר זאגט דא אז "די ביסט די פיינט פון די מענטשהייט" לכאורה איז דאס זייער א שארפער אויסדריק צו זאגן אז ווייל איינער האט עפעס געזאגט א ווארט קעגן אים איז שוין דער שרייער געווארן א פיינט און נישט סתם א פיינט נאר איינער וואס האט פיינט די גאנצע מענטשהייט, לכאורה איז די ווארט זייער שארף, און מען קען שוין נעמען וואויס לעסאנס צו פארשארפערן די וואויס, אז ווי נאר מען טרעפט ר' אליעזר זאל מען אים הויך אנשרייען מיט קולי קולות.

למעשה איז ר' אליעזר אביסל א טיפערע מענטש, און מען דארף כאפן וואס ער מיינט. למשל דא ביי אונז, ווען איינער גייט דאס ליינען און 100 יאר ארום (משיח צדקינו פליז חלום אפילו נישט פון ווארטן אפילו קיין צענטל פון די צייט, קום מיר דארפן דיר וויכטיג האבן), דעמאלס וועט מען קומען זאגן, אז ר' אליעזר איז פשוט געווען זייער זייער א שארפער מענטש מיט אן אומנערמאלער וועג צו רעדן צו מענטשן.

פון דער אנדערער זייט, ווען איינער לעבט היינט צוטאג'ס און ער האלט מיט די נייעס, ווייסט אז פרעזידענט טראמפ ירום הודו והדרו ופעלו וצדקתו האט באשאנקן א נאמען פאר די מידיע מיט די צונאמען "פעיק ניוז" ולא נתקררה דעתו, ביז ער האט דאס אנגעפאנגען צו רופן מיט די נאמען " די ענעמי אויף די פיפל"

יעצט, ווען ר' אליעזר וויל ארויסברענגען אז די קולות וואס ער האט יעצט געכאפט איז פשוט און פראסט "פעיק ניוז" ברענגט ער סארקאסטיש נאך די ווערטער פון די פרעזידענט וואס זאגט די ווערטער "פעיק ניוז" בחדא מחתא מיט די אויסדריק "די ענעמי אויף די פיפל" ממילא כאפט ר' אליעזר אן די ווערטער וואס צורקילירן יעצט אין די נייעס אז "די ביסט געהעריג די פיינט פון די מענטשהייט - ענעמי אף דע פיפל - מיט דיע פעיק נאוז" וואס יעדער פארשטייט אז דאס איז נאר אנגעכאפט די אויסדריק וואס דרייט זיך יעצט ארום אויף די גאס, דאס מיינט אבער נישט אז ר' אליעזר האלט אז די ביסט יעצט זיין פיינט און די פיינט פון די גאנצע מענטשהייט.

למעשה ווען איינער וויל אבער שרייען האט ער יעצט שוין א זאק מיט שטאף אנצוזאטלען ר' אליעזר, אמער ער זאגט אז די ביסט זיין פיינט וכו' וכו'

(יש לפלפל בזה עוד, ואמנם נקודת ותמצית היוצא מן הפלפול מובן היטב)
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג אוגוסט 05, 2018 11:48 pm

ציה מיר ארויס פון דעם סומאטוכע... כ'האב שוין מיט ר' אליעזר גערעדט פנים אל פנים ווען ס'האט זיך אויסגעפעלט.., און כ'וועל זיך מיט אים אויסקומען ווען / אויב נויטיג.

כ'האב גערעדט צו איין ספעציפישן ניק וואס האט מיט א פשטות פארשטאנען אז נאר ווער עס האלט אזוי ווי ער, דער מעג רעדן ברבים זיין מיינונג אן קראנטע בעקינג פון א רב, האב איך אים געגעבן קאנטעקסט צו קענען פארשטיין די אנדערע זייט - אויב ער וויל, ער מוז נישט.

זאל יעדער האלטן וואס ער וויל, און לאזט מיר צוריה...
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 12:57 am

העי מר פרעזידענט, דו זאגסט דאך אז דו האסט עס יא געזאגט (נאר נישט אויף קול מבשר נאר אלס ענטפער אויף אייוועלט), סא די פעקט טשעקערס וואלטן עס נישט אדורכגעלאזט אזוי סימפל....
שויתי ה' לנגדי תמיד

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 8:34 am

צולייגער האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:אקעי.

אנטשולדיג מיר, כ'ציה צוריק.


אזוי קוקן אויס דא האלב פון די באשולדיגונגען קעגן ר' אליעזר. מען כאפט זיך ארויף אויף ווערטער וואס ער האט ניטאמאל געזאגט, און מען שרייט אים גיט אן, און נאכדעים ציט מען צוריק, און נאכדעים שרייט מען ווייטער, ביז דער צוקוקער טראכט אז מסתמא איז דער שרייער יא עפעס גערעכט, הגם למעשה הייבט זיך דאס נישט אן. פעיק ניוז!


צום קלארשטעלן:
מיין תגובה האט זיך באצויגן צו דאס אראפרייסן לכתחילה אריבער, אז "מען ברויך רעדן צו רבנים, נישט זאגן אליינס וואס מען וויל" האב איך געזאגט אז ער מעג זאגן וואס ער וויל פונקט ווי הרב אליעזר קרויס מעג. ווילאנג ר' אליעזר האט נישט קיין בפירוש'ע הסכמה פון א רב בישראל אויף וואס ער זאגט, מעג זיך סיי ווער קריגן אויף אים. אוודאי טאר מען נישט זאגן קיין ליגנט, און מבזה זיין א מענטש פערזענליך ח"ו, אבער אויב דו פארשטייסט אז איינער מעג זאגן זיין מיינונג אויף קול מבשר, מעג עס א צווייטער זאגן אויף אייוועלט.

צוויי זאכען
איינס אליעזר קרויס טאר אויך נישט שיקען קיין "אפענע" בריוו צו א מענטש ברבים אויף קול מבשר און לכתחילה טאר אויך נישט אויב ער האט עפעס צו שרייבען זאל ער עס טוהון אין א פארמאכטע בריוו אדער ארויסלאזען א פרעזענליכע מענטש און נאר רעדען פון די מענטש וואס ער האט געטראפען וואס סאומהאו האט ער מחליט געווען אז דאס איז די כלל

און דאס וואס דו שרייבסט אז אפשר גייט ער צו רבנים אפשר טאקע אבער ער האט קיינמאל געזאגט אזא זאך און געוויסע זאכען וואס ער האט געשריבען מאכט עס אויסזעהען ווי עס איז זיין אייגענע אויפגעמאכטע תורא סאו עס איז זיכער דא זאכען וואס ער האט נישט דורכגעשמועסט מיט א דעת תורה

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:23 am

אליעזר קרויס האט געשריבן:
העי העי! די ביסט געהעריג די פיינט פון די מענטשהייט - ענעמי אף דע פיפל -מיט דיע פעיק נאוז.



סארא שפראך?!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:27 am

וויל זיין די אידישע טראמפ....
שויתי ה' לנגדי תמיד

עם לבבנו
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

תגובהדורך עם לבבנו » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 4:41 pm

אליעזר קרויס האט געשריבן:מיין ארימע ענטפער פאר לכתחילה אריבער.

https://www.dropbox.com/s/81pzo27efyldj ... 5.mp3?dl=0

אט איז געקומען די אנטווארט.

--

לכבוד הרב אליעזר.

עס האט מיר גענומען לענגער צו ענטפערן, עס איז מיר נישט אויסגעקומען קיין צייט ביז יעצט, שרייב איך יעצט. כ'שטעל זיך פאר א געוויסע וועלן האלטן "וואס הייבסטו נאכאמאל אן"? עס איז שוין שטיל. אבער זינט איך קוק דאס נישט אן ווי א "קריגעריי" און ווי איך האב געזאגט איך האלט נישט אז אפילו די ווארט "אטאקע" איז ריכטיג – כאטש ר' אליעזר זאגט ער קוקט עס יא אזוי אן, אבער איך פון מיין זייט קוק עס נישט אזוי אן - טא איז עס פשוט א שמועס ווי מען שמועסט אויס ענינים, און איך בין שולדיג א ענטפער, איז אט האט איר דעם ענטפער.

--

איבער די לענג פון די בריוון וואס איך שרייב, איך פארשטיי די פראבלעם, אבער דאס איז מיין וועג פון שרייבן. כ'האב ליב צו זיין דייטליך, און ארויסברענגען מיינע פונקטן אומצוויידייטיג. למעשה איז עס געשריבן און נישט קיין רעקארדינג, און איך וואלט געזאגט אז פאר אסאך מענטשן איז גרינגער צו לייענען אפילו א לענגערע ארטיקל, ווי הערן א לאנגע רעקארדינג, עקסטער וואס כ'גלייב נישט עס איז דא פארוועם עס נעמט כמעט א שעה – אזוי לאנג ווי די רעקארדינג אויף וואס איך באצו זיך איז – צו לייענען די ארטיקלען.

טא, איך האף פאר דעם וואס עס איז אינטערעסאנט נעמט יא די צייט עס צו לייענען.

--

איבער מאכן א פאבליק דעבאטע.

דאס וועט זיין די ערשטע פון א רייע "קאמפלימענטן".... וואס איך דארף געבן, פשוט פאר סטייל. איר האט ארויפגעברענגט א פונקט א פארשלאג וואס איר ווייסט גאנץ גוט אז עס וועט נישט ווערן אנגענומען.... אבער עס איז גוט צו "סקארן ארגויומענט פוינטס"... עס קוקט אויס גאנץ גוט, און קען באקומען א "טאמס-אפ" פון איינע אדער עטליכע פון די – אזויגערופענע – "פענס".

אבער צו רעאגירן צו די פארשלאג נעווערדעלעס, אין מיין עקספיריענס, קומען ארגומענטן אריבער פיל קלארער ווען עס איז נישט "אויפ'ן פלאץ", אמאל פאלט נישט איין א פוינט, אמאל זאגט מען א פוינט אין די היץ פון די מאמענט וכדו'.

אז מען האט צייט צו טראכטן וואס מען גייט זאגן, קומט עס אריבער בעסער, קלארער און מער צום זאך, אויב איז דא אזא מעגליכקייט, טא אין מיינע אויגן איז א געשריבענע דעבאטע פיל בעסער פאר ביידע זייטן.

איבער זיין אנאנימוס.

אמת, אז מיין נאמען איז נישט מיין ניק, אבער.... אייער נאמען אויך נישט. און אמת אז עס איז ווארשיינליך דא מענטשן וואס קענען אייך יא, איז דאך אפשר אויך דא אזעלכע וואס קענען מיר אויך.

סא איך שפיר נישט ווי עס איז ממש פארקערט איינע פון אנדערן, כאטש מען קען מאכן די ארגומענט אז איר מיט'ן זיך ארויסשטעלן מיט'ן קול איז ווייניגער אנאנימוס ווי איך אונטער א ניק.

אבער צו די עיקר פוינט, איך זעה נישט פארוואס א "אמת ממי שאמרו" איז שוואכער ווען מען ווייסט נישט ווער דער צווייטער איז, אויב איז עס א ריכטיגע פוינט.

בכל אופן, דאס איז דאך נישט א עיקר אין אונזער שמועס דא, און איך וויל נישט מאכן די שמועס איבער זייטיגע זאכן. אסאך מאל איז דא וואס – בעיקר אנדערע קאמענטרירער – וועלן זיך צוכאפן צו עפעס אזא סארט "זייטיגע" פוינט און פרובירן שיפטן די שמועס אוועק צו זייטיגע מינדערוויכטיגע זאכן, אן איך האף אז דאס וועט נישט דא געשען.

--

די טענה'ריי איבער בחורים וואס לייענען אייוועלט, מוז איז געבן קאמפלימענט נומער צוויי...

איר האט עס אראפגעשטעלט - אזוי אומדירעקט.. - כאילו איך בין דא דער וואס זאגט עס איז "נארמאל" פאר א בחור צו לייענען אויף אייוועלט... און איר האלט אזא בחור איז א אויסוואורף.... דאס איז גראדע אויך געווען א "גוטע ליין" ווי מען רופט עס.... א געלונגענע – הגם נישט ריכטיגע – פרואוו אנצושמירן אויף מיר עפעס וואס איז נישט ריכטיג, אלס א "קאנטער-אטאקע".

איך האב פארשטייט זיך נישט געזאגט אז דאס איז נארמאל, אדער אז עס איז ריכטיג, אזוי צו טאן. איך האב נאר געזאגט וואס די מציאות איז. און צו איר האלט אזא בחור פאר א אויסוואורף אדער נישט מאכט נישט אויס לגבי דעם וואס מען דארף אפבאכט געבן וואס מען שרייבט, פשוט ווייל מען קען נישט אריינשטעקן די קאפ אין זאמד.

אז איר האלט אז אזא בחור איז א אויסוואורף, האט איר אלע ברירות אים נישט צו נעמען פאר אן איידעם... אבער דאס טוישט נישט די מציאות וויאזוי עס איז, אז אזעלכע סארט בחורים - פאר וועלכע עס איז א סכנה צו הערן די סארט גערעדעכטס - דרייען זיך דא.

קען זיין זיי זענען אויסוואורפן... אבער דעמאלט זענען זיי תמימות'דיגע אויסוואורפן.... און מען דארף זייער אפבאכט געבן וואס מער שרייבט און מען רעדט אין אזא פובליק פלאץ. דאס אז איר האט זיי אפגעשאצט און אפגעסטעמפלט אלס "אויסוואורפן" – אפילו עס זאל זיין אמת און אפשר אפילו ריכטיג זיי אזוי צו רופן - מאכט נישט ווייניגער די סכנה פון הערן אויף זייערע טאטעס דאס "וואס איר האט אראפגעלייגט", און "וויאזוי איר האט עס אראפגעלייגט".

--

ווייטער איבער די טענה פון שיקן אין פאבליק.

איז אזוי.

איר קוקט אן וואס איך שרייב איבער וואס איר האט געזאגט אלס עפעס א "פערזענליכע אטאקע" קעגן אייך – איר זאגט נאר אז איר קענט עס נעמען – און אויב אזוי וואלט איך עס געדארפט שיקן ערשט פריוואט.

איך זאג אייך אויף דעם, אז אייער שמועס אויף קול מבשר איז אין די זעלבע וועג אן אטאקע אויף מיר! און נישט נאר אויף מיר – וואס דעמאלט וואלט עס געווען אייניג מיט וויאזוי איר קוקט אן מיין ארטיקל – נאר אן אטאקע אויפ'ן כלל!

אויב איך האלט אז וואס איר זאגט איז נישט אויסגעהאלטן, און אז די השקפה איז נישט ריכטיג, און מען טאר נישט מאכן מענטשן טראכטן די וועג, איז דאך דאס עפעס וואס גייט קעגן וואס איך באטראכט אלס אויסגעהאלטן, איז עס איז מיינע אויגן אן אטאקע אויפ'ן כלל ואני בתוכם.

טא דאס איז מיין טענה געווען.

איר אליינס האט געזאגט אז איר האט פארשטאנען אז געוויסע זאכן וואס איר זאגט איז קאנטראווערסיעל - און אפילו געגעבן פאר זלמן די געלעגנהייט עס נישט ארויסצולייגן – דאך האט איר נישט געשפירט פאר וויכטיג מיר צו שיקן אין פריוואט צו הערן וואס איך האב צו זאגן איבער דעם איידער עס גייט ארויף. איז אויפ'ן זעלבן וועג, שרייב איך אויך אין פובליק.

--

איבער די נושא פון "איך האב א רב".

נאכאמאל איך פארשטיי אייער טענה פארוואס איר ווילט נישט ארויסשטעלן די נאמען פון א רב - אפילו לויט אייערע ווערטער אז איר האט טאקע א רב -, און עס קען זיין איר זענט גערעכט, אבער עס טוישט נאכנישט די פוינטס וואס איך האב ארויסגעברענגט אין די פריערדיגע ארטיקל, העכסטנס איז עס "טאף לאק", טא, דא האבעך נישט וואס צוצולייגן.

גראדע די ליין "ווילן קאנטראלירן די רבנים" איז אויך א זייער סכנה'דיגע ליניע וואס געוויסע נוצן אסאך - צוזאמען מיט "רעדן איין די רבנים", "סטראשען די רבנים", "לייגן פרעשור אויף די רבנים", "העצן די רבנים" וכדו' - ווען מען הערט עפעס פון א רב אדער בשם א רב וואס עס שמעקט נישט.... און איז עפעס וואס איך האלט נישט קומט צו נוצן אין פאבליק.

--

איבער די ענין פון וויזניצער רבי ז"ל.

איך כאפ נישט וואס איר האט געוואלט פונקטליך ארויסברענגען מיט'ן ברענגען פון די אלע רבנים וואס האבן אים מעריץ געווען.

האט דא איינער גע'טענה'ט עפעס פערזענליך קעגן אים, אז ער איז נישט געווען קיין ערליכע איד? בין איך דען פערזענליך נישט קיין מעריץ פון אים?

די פראגע איז געווען איבער אננעמען זיין השקפה – אויב דאס וואס איר זאגט איז טאקע זיין השקפה.
די אלע רבנים וואס איר האט אויסגערעכנט, זענען זיי אלע געווען נכנע אונטער זיין השקפה? א גרויס טייל פון זיי קען איך אייך ברענגען ביישפילן אז נישט.

א ביישפיל.

ווען ער האט באיקאטירט די סיום הש"ס פון אגודת ישראל פאריגעס מאל ווייל מען האט גערופן "רב לאו" רעדן, און האט געבעטן אלע אנדערע אגודה רבנים עס אויך צו באיקאטירן, האבן זיי אים געפאלגט? און אפילו ער וואלט זיי נישט געבעטן, האבן זיי אנגענומען זיין השקפה?

פונאנדערגעשיידט סקולענער רבי זז"ג האט געשיקט א בריוו צום סיום, כאטש וואס וויזניצער רבי האט געוואלט א באיקאט.

צו האט זיך צום ביישפיל דער אלטער קלויזנבורגער רבי ז"ל – און די היינטיגע צוגלייך - אפגעהאקט פון אגודת ישראל אין ארץ ישראל ווייל וויזניצער רבי האט אזוי געטאן?

צו האט סאטמאר פארשפארט די סקול דיסטריקט, "דער איד", "דער בלאט" ווייל וויזניצער רבי האט געהאלטן און געזאגט ברבים אז עס איז נישט אויסגעהאלטן?

די זעלבע פארקערט.

האט זיך וויזניצער רבי ז"ל גערעכנט מיט סאטמאר רב ז"ל ווען ער האט געהאלטן אנדערש ווייל ער האט אים מעריץ געווען? האט ער געטוישט זיין מיינונג אויף אגודת ישראל טאקע צוליב דעם?

נאך מער.

ביים זמן שבת ווי "אלע" היימישע רבנים אן קיים אויסנאם האבן אנגענומען איין וועג איבער'ן זמן, האט וויזניצער רבי געטוישט זיין מיינונג צוליב דעם? ניין! ער איז געבליבן אליינס מיט זיין אייגענע זמן.

אין אנדערע ווערטער, איך זעה נישט ווי דאס אז מען איז מעריץ א מענטש אלס צדיק אפילו, אלס גדול, מיינט דאס אז מען דארף אננעמען זיין השקפה אויך אין אלעמען.

און דאס איז געווען מיין נקודה. אויב רעדט איר פון זאכן ווי נוגע טאטע מאמע וכדו', און איר זאגט אז וויזניצער רבי האלט אזוי, להניח עס איז טאקע אזוי, אבער ווער זאגט אז די מענטשן זענען גרייט אנצונעמען זיין השקפה אין די זאך?

איז אויב ווילט איז זאגן השקפה פון וויזניצער רבי, כ'הער, זייער פיין, אבער דאן לאזט דאס וויסן דעם ציבור. און פרעפערעבלי אז איינער פון די היינטיגע רבי'ס אדער איינע פון די דינים זאלן ארויסקומען און באשטעטיגן אז דאס איז טאקע געווען זיין השקפה. און דאן אויב איינער וויל דאס אננעמען, תבא עליו ברכה, געזונטערהייט. אבער איר קענט דאס נישט פארקויפן אלס נחלת הכלל.

און בנוגע די מעשיות.

די נקודה איז נישט געווען אז איר געדענק נישט גוט וכדו. וואס אויף דעם איז גאנץ ריכטיג צו ענטפערן "איך האב עס אראפגעשריבן בשעת מעשה" וכדו'. נאר מיין טענה איז אז "מען דארף קענען שאצן א מעשה".

מען דארף וויסן די פונקטליכע אומשטענדן, וויסן די פונקטליכע פרטים. און סתם פון "הערן א מעשה" קען מען נאכנישט בויען קיין הויז. סא עס מאכט נישט עכט אויס צו איר האט אראפגעשריבן פונקטליך, און אפילו עס זאל זיין א רעקארדינג איז עס גארנישט.

ווילאנג עס איז עפעס וואס די רבי האט געענטפערט פאר איין מענטש, און האט נישט דאס ארויסגעגעבן אלס א פסק כללי, קען מען אויף דעם נישט בויען, איבערהויפט אין זאכן וואס קענען האבן טויזענט פרטים וואס טוישט די גאנצע בילד.

--

איבער די פוינט פון זיך שטעלן אויף וואס איך האב געזאגט מיט די יארן וואס מען קען געזעצליך קויפן א ביר, דאס איז גראדע אויך געווען א גוטס.... ווייטער א "גוטע ליין".... שוין די דריטע גוטע ליין!!

אזוי ווי איך האב געזאגט – און איך האלט ווייטער אזוי גראדע – אז די גאנצע מיינונג איבער די "מידלייף קרייסיס" קומט פון די גוי האט איר דא כאילו "עס צוריק געווארפן".... "איך נעם פון די גוי? דו נעמסט פון די גוי"!

איז ווי געזאגט... גאנץ פיין!! עס קומט זיך אייך א קאמפלימענט... איר האט געסקאורט...

אבער פארשטייט זיך אז עס איז אינגאנצן נישט קיין פארגלייך. בשעת מיין טענה איז אז אייער מיינונג אויף "מענטשן איבער די פערציג" איז בניגוד צו דעת חכמים, און אז עס קומט פון גוי, איז דאס א גוטע טענה.

אבער ווען מען רעדט פארקערט, צו זאגן אז "אפילו די גוי פארשטייט" אז אזא יונגע מענטש האט נאכנישט קיין שכל צו מאכן א באשלוס, איז עס נישט שלעכט געזאגט.

איי ביי די דרייצן יאר ווערט מען א גדול, דאס איז א גוטע טענה! און איך גיי נישט זאגן קיין פשטים פונקטליך אין די גדרים און די טעם אויף דעם, אבער דאס שטייט אויך קלאר אז ביי די 40 יאר קומט דעת. טא, עפעס געשעט ביי די 40 וואס געשעט נישט ביי די 13. מען ווערט טאקע א גדול, מען הייסט שוין א בר דעת להלכה אין אסאך זאכן, אפשר אין אלעס, דאס ביי די 40 "געשעט נאך עפעס".

און דאס פירט מיר טאקע אריין צו נאך א נקודה.

איר ברענגט פריער אין די שמועס ארויס אז "ווען עס קומט צו הלכה טרוקן" האט איר נישט קיין ספק אז יעדע רב וואלט מסכים געווען מיט אייך.

איז לאמיר אייך פרעגן אויב אזוי.

"להלכה טרוקן" איז א 13 יעריגער בחור א גדול. ווי איר ברענגט ארויס, ער קען מקדש זיין א פרוי אפילו. צו האלט איז אז א 13 יעריגער בחור דארף אויך נישט פרעגן זיין טאטע וואס צו טאן?

ער איז דאך שוין 13? "טרוקן להלכה"...... וואס איז דאס "21 מיט צוויי קינדער"? פון וואו קומט די גדר? ער איז 13, ער איז א גדול, קען ער טאן וואס ער וויל!

און אגב, איר זאגט מען איז נישט מעניש ביז צוואנציג, און איר ווארפט אזוי אריין "קוקט אויס אז ביז דעמאלט איז נאכנישט די דעת געהעריג" - כאילו צו קומען צו די מסקנה אז נאכדעם יא -, דאס איז א פשט וואס איר זאגט נאך פון איינעם? דאס איז א אייגענע חידוש?

עס איז אמת אז מען דארף פארשטיין פארוואס מען איז טאקע נישט מעניש ביז דעמאלט, און איך האב גראדע סברות וואס איך קען ווען זאגן, אבער דאס מאכט עס נישט פאר ריכטיג, און זיכער נישט צו בויען אויף דעם.

עס איז דא "13", עס איז דא "20", עס איז דא "40" אא"וו. די זאכן זענען נישט קיין סתירה.

--

בנוגע נאכאמאל איבער די נקודה אז א יונגערמאן פון 21 יאר קען שוין מאכן א באשלוס, איז ווי פריער מיט די "איך האב א רב" טייל, איר האט גארנישט צוגעלייגט צו פריער, האב איך אויך נישט וואס צו צולייגן.

איך האלט זיך דערווייל ווייטער ביי מיינעם אז אזא יונגער יונגערמאן קען נאך נישט מאכן קיין אייגענע באשלוס.

ווי אלט מען דארף זיין צו קענען מאכן א באשלוס, דאס איז א גוטע פראגע, און איך קען נישט זאגן פונקטליך. און איך האלט אז יעדע מענטש אפילו ער איז שוין עלטער איז אלס בעסער אז מען רעדט זיך דורך מיט איינעם מיט מער עקספיריענס, איינער וואס איז נאך עלטער, פרעפערבלי טאקע מיט איינעם ווי א טאטע וואס האט די בעסטע אינטערעסן פאר זיין קינד.

און דאס איז איר לייגט צו אז "געווענליך" יעדע יונגערמאן רעדט זיך דורך מיט איינעם פארן מאכן אזא באשלוס, דאס איז טאקע זייער א גוטע זאך אויב זאל עס זיין אזוי, אבער עס מאכט נישט ריכטיג נישט זיך דורכצורעדן מיט די עלטערן, און נעמען זייער הסכמה.

העכסטנס אויב רעדט ער טאקע מיט א ערנסטע רב, קען ער מיט'ן רב אויסארבעטן וויאזוי ער קען באקומען די רשות פון זיין טאטן, אדער א קלארע פסק פון די רב אויב איז עס א פאל וואו ער מוז טאקע נישט פאלגן זיין טאטן.

--

ווייטער די נייע כלליות'דיגע אטאקע אויף עלטערן אז זיי האבן נגיעות און מאכן באשלוסן וואס איז נישט גוט פארן קינד, און אז מען רעדט פון "אסאך עלטערן" וואס זענען אזוי, און אז צוליב דעם דארף מען זיך מיט זיי נישט דורכרעדן, האב איך נישט וואס צוצולייגן.

און ווייטער ווי ארויסגעברענגט אין די פארגאנגענהייט, איך האלט נישט אז די סארטן זאכן דארפן אויסגעשמועסט ווערן ברבים, עס ברענגט נישט קיין גיטס, נאר אז די עלטערן זאלן ביליג ווערן אין די אויגן פון די קינדער.

--

וואס איך האב געברענגט פון ר' אלעזר בן עזריה. כאפ איך אינגאנצן נישט וואס איר זאגט, מען האט יא אנגענומען... נישט פאר די ווייסע בארד... נאר פארוואס ער האט געזאגט.. איך כאפ נישט וואס איר מיינט. עס שטייט דאך קלאר פונקט פארקערט, אז מען האט אים נאר אנגענומען ווען ער האט שוין אויסגעזען אלט. איז כאפ איך נישט.

נאכדעם די ליין "זיין ווייב זאל אים לאזן"??? אז וואס? שטיין שטייט אז מען האט נישט געוואלט אננעמען ווייל ער האט אויסגעזען יונג, און זיי האבן נישט געוואלט לערנען פון א יונגע מענטש, זאגט איר די ווייב? איר כאפ נישט צו איך האב עפעס נישט גוט פארשטאנען, אדער איז עס עפעס ליצנות אדער וואס.

--

די צוויי מעשיות איבער עלטערע מענטשן וואס האבן געמאכט נישט ריכטיגע באשלוסן, איז אויך עפעס וואס איך ווייס נישט פונקטליך וואס דאס דארף ארויסברענגען.

אז עס איז דא אזא זאך אז א עלטער מענטש מאכט די ראנג באשלוס? יא, איך האב נישט געזאגט אנדערש. אז דאס מיינט אז אלע עלטערע מענטשן זענען פארדרייט און פארמאכט, און מען קען זיי נישט אויסהערן?

איך ווייס נישט וואס דאס דארף ארויסברענגען.

--

יעצט צום לעצטן און עיקר נקודה.

איך מוז אויסרימען די ענין אז איר האט געזאגט טעותי, און נישט נאר אויף די "מוחל געווען די עבירות" ליין, דאס איז טאקע אויך א שיינע זאך אז א מענטש קען זאגן אז ער האט געמאכט א טעות.

אבער בעיקר דאס וואס איר האט ב"ה צוריקגעצויגן – כמעט אינגאנצן - פון די גאנצע אטאקע אויף די צווישן "פערציג און זעכציג" מענטשן.

אנשטאט "קראנק" אנשטאט "ווילן קאנטראלירן" אנשטאט "מידלייף קרייסיס" און די אלע געמיינע זאכן וואס מען האט געזאגט, איז עס סך הכל געבליבן אצינד, אז די מענטשן..... דארפן פשוט כבוד..... נא! נישט געפערליך...

איך קען אסאך מענטשן וואס האבן ליב כבוד. איינער טוט עס איין וועג, און איינער א צווייטע וועג. איינער וויל א טאוול אין בית המדרש, איינער וויל זיין נועם הכבוד.... איינער וויל אז די טשערמאן זאל אים באזינגען... איינער וויל האבן פענס....

איך קען גראדע זייער אסאך יונגע וואס דארפן כבוד.... איך קען אסאך יונגע וואס טיען פיל מער משוגענע זאכן ווי "וויינען ווען די ווידיאו קוקט" פאר כבוד, און טאקע יונגערהייט... וואס טיען פיל ערגערע זאכן ווי "א טענטרום" ביי א ברית, פאר פיל קלענערע זאכן ווי נישט ווילן געבן א נאמען וואס ער וויל.

דאס האט נישט מיט די עלטער, און דאס האט אוודאי נישט מיט "צווישן פערציג און זעכציג", פארקערט, צווישן פערציג און זעכציג זאגט אונז די משנה אז דעמאלט האט מען יא דעת, און דעמאלט איז די ריכטיגע צייט צו געבן עצות.

נאר וואס, ביי געווענליכע מענטשן – יונגע און אלטע - אין אלגעמיין איז די רייץ פאר כבוד נישט עפעס וואס מאכט אים פארלירן דאס גלייכגעוויכט, אז ער זאל שוין פרובירן צו באגראבן זיינע אייגענע קינדער פאר דעם, און אז מען זאל שוין נישט קענען איבערשמועסן איבער אוועק מופן צו א נייע שטאט וכדו'.

און אויב איז עס חלילה אין א אויסנאמס פאל יא אזוי, האב איך שוין געזאגט אין די ערשטע בריוו. גיי רעד צו א רב איבער דיין פראבלעם. אדער וועט ער רעדן צו דיין טאטן און פרובירן פארשטיין געבן, אדער וועט ער דיר געבן די רשות און פסק נישט צו דארפן פאלגן.

אבער דאס איז די "אויסנאם", און עס איז די חוב אויפ'ן קינד דאס מסדר צו זיין.

און אצינד אויב פון די גאנצע שמועס די אלע לאנגע ארטיקלען און רעקארדינג, האט איך נאר די איין זאך אויפגעטאן, אז מען האט די זאך אויסגעשמועסט, און אראפגענומען די ערשטע סטעיטמענטס איבער עלטערן און איבער "צווישן פערציג און זעכציג" האט זיך די גאנצע לאנגע שמועס געלוינט.

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 4:54 pm

כ'האב נישט דורך געליינט די גאנצע דעבאטע לעצטנס נאר יעצט ווס'וען ס'יז ארויס געקומען ביי אקטיווע אשכולות האבעך מיך געטראפן דערמיט.
איך וויל זאגן בתורת עדות, *רוב אידן צווישן פערציג און אכציג וואס איך האב מיט זיי גערעדט וועגן מופן האבן מער געטראכט וועגן זיך ווי וועגן די קינדער און וועגן די עתיד פונעם כלל.
און ביי היפשע פאר פון זיי איז עס מער וועגן כבוד אז "מיינע קינדער מופן נישט"
והמכחיש את הידוע הרי זה בדאי
גראדע לעצטנס ווען סווערט מער "נארמאל" צו מופן, פאלט די סיבה צוביסלעך אוועק.
הכו"ח א איד נענטער צו זעכציג ווי צו פערציג.
*נ.ב. רוב נישט אלע
אז מ'לעבט דערלעבט מען

פאראויס
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 5:06 pm

עם לבבנו האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:צו האט סאטמאר פארשפארט די סקול דיסטריקט, "דער איד", "דער בלאט" ווייל וויזניצער רבי האט געהאלטן און געזאגט ברבים אז עס איז נישט אויסגעהאלטן?

.

סייד נאוט.
אליינס געהערט פון הגאון החיד''א ווייס שליט''א פון אנטווערפן (אין אן אינטערוויו מיט עם אויף מערכת סאטמאר אז די וויזניצער רבי זצ''ל האט עם געזאגט אמאל אין א שמועס ''ר חיים יוסף, דו ווייסט אז איך בין נישט קיין אגודה'יסט.."

דאס איז נאר אזוי אריינגעהאקט און זאגט גארנישט איבער די נקודה וואס איר ווילט ארויסברענגן אין די לאנגע תגובה

צוריק צום שמועס.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 5:10 pm

lebediger berel האט געשריבן:כ'האב נישט דורך געליינט די גאנצע דעבאטע לעצטנס נאר יעצט ווס'וען ס'יז ארויס געקומען ביי אקטיווע אשכולות האבעך מיך געטראפן דערמיט.
איך וויל זאגן בתורת עדות, *רוב אידן צווישן פערציג און אכציג וואס איך האב מיט זיי גערעדט וועגן מופן האבן מער געטראכט וועגן זיך ווי וועגן די קינדער און וועגן די עתיד פונעם כלל.
און ביי היפשע פאר פון זיי איז עס מער וועגן כבוד אז "מיינע קינדער מופן נישט"
והמכחיש את הידוע הרי זה בדאי
גראדע לעצטנס ווען סווערט מער "נארמאל" צו מופן, פאלט די סיבה צוביסלעך אוועק.
הכו"ח א איד נענטער צו זעכציג ווי צו פערציג.
*נ.ב. רוב נישט אלע

דיין עדות איז א שטארקע זאך סיי ווייל דו ביסט שוין אין די עידזש פון די טאטעס און סיי ווייל דו ליגסט אין דעם נושא

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 5:12 pm

lebediger berel האט געשריבן:כ'האב נישט דורך געליינט די גאנצע דעבאטע לעצטנס נאר יעצט ווס'וען ס'יז ארויס געקומען ביי אקטיווע אשכולות האבעך מיך געטראפן דערמיט.
איך וויל זאגן בתורת עדות, *רוב אידן צווישן פערציג און אכציג וואס איך האב מיט זיי גערעדט וועגן מופן האבן מער געטראכט וועגן זיך ווי וועגן די קינדער און וועגן די עתיד פונעם כלל.
און ביי היפשע פאר פון זיי איז עס מער וועגן כבוד אז "מיינע קינדער מופן נישט"
והמכחיש את הידוע הרי זה בדאי
גראדע לעצטנס ווען סווערט מער "נארמאל" צו מופן, פאלט די סיבה צוביסלעך אוועק.
הכו"ח א איד נענטער צו זעכציג ווי צו פערציג.
*נ.ב. רוב נישט אלע


צוויי נקודות, קודם כל צו מיר האסטו נישט גערעדט.... [יאך בין שוין אויך ב"ה איבער פערציג], איך בין ב"ה פון די מועט [אויב זיי ווילן...]
צווייטנס, מען דארף אין באטראכט נעמען די יודן צו וועמען איר האט גערעדט, צי האבן זיי נאך קינדער וואינען דאהי אדער נישט, ווייל אויב האבן זיי נישט, [אדער האבן ווייניג קינדער דאהי], קען מען דאך זיי פארשטיין, זיי ווילן דאך זיך נישט דערזעהן אויף דער עלטער און אלע קינדער האבן אפגעפיצט און זיי געלאזט אליינס, נאר א שחור וועלכער זאל אים באדינען אויף דער עלטער.....

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 5:15 pm

ראספשע האט געשריבן:ווייל אויב האבן זיי נישט, [אדער האבן ווייניג קינדער דאהי], קען מען דאך זיי פארשטיין, זיי ווילן דאך זיך נישט דערזעהן אויף דער עלטער און אלע קינדער האבן אפגעפיצט און זיי געלאזט אליינס, נאר א שחור וועלכער זאל אים באדינען אויף דער עלטער.....

פון די טאטעס זייט איז נישט יושר און עס איז סעלפיש צו באגראבען זיינע קינדער וועגען אזעלכע חשבונות
איך רעד נישט מצד די קינד און פון זיין כיבוד אב

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 5:20 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:ווייל אויב האבן זיי נישט, [אדער האבן ווייניג קינדער דאהי], קען מען דאך זיי פארשטיין, זיי ווילן דאך זיך נישט דערזעהן אויף דער עלטער און אלע קינדער האבן אפגעפיצט און זיי געלאזט אליינס, נאר א שחור וועלכער זאל אים באדינען אויף דער עלטער.....

פון די טאטעס זייט איז נישט יושר און עס איז סעלפיש צו באגראבען זיינע קינדער וועגען אזעלכע חשבונות
איך רעד נישט מצד די קינד און פון זיין כיבוד אב

במילא איז וואס?
פארלירט עס זיין שטים-רעכט?
די עלטערן מעגן זאגן און מיט רעכט [סוכ"ס האבן זיי א טענה, עס איז בכלל נישט קיין סעלפישקייט],
בעיני ראיתי אין ראדני ביהמ"ד ווי אזוי עלטערע אידן ווערן באהאנדלט דורך די גויאישע עיד'ס, כ'האב שוין אפילו געזעהן ווי א עלטערער איד קוילערט זיך איבער מיטן ווילטשעיר ל"ע, און קיין קינד איז נישט געווען צו באקומען צו הילף
[בעצם, ווערט שוין די טענה דערמאנט אין די גמרא 'בעינא חוטרא ומרא לקבורה']
צו די קינדער זענען מחויב צו פאלגן דאס איז א עקסטערע שמועס


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 2 געסט