דרך רשעים צלחה: וויאזוי אנצוקוקן די מאורעות הזמן, במשנת רביה"ק מסאטמאר זי"ע

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מאניש
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 04, 2017 6:11 pm

דרך רשעים צלחה: וויאזוי אנצוקוקן די מאורעות הזמן, במשנת רביה"ק מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש »

די אלגעמיינע אידישע גאס איז אויף, און שאלט און טרומפיאירט מיט די ריזיגע געווינס וואס די רייכע פעטער האט דערליווערט פאר איזראעל, ווי מען גייט און שטייט – כ'רעד אין די היימישע פלעצער - הערט זיך דירעקט אדער אומדירעקט א שמחה און אומבאהאלטענע פרייד, וואס הייסט? ירושלים איז אפיציעל אנערקענט געווארן אלס אונזער – סארי כ'מיין מדינת ישראל'ס – הויפט שטאט.
איך גיי דא פתיחה ווי איך ליידן איין דעם היימישן סאטמארן ציבור זיך צו קענען אביסל אויסשמיעסן און מתחזק זיין וויאזוי אנצוקוקן די מאורעות הזמן מיט א אויסגעהאלטענע בליק, וויאזוי רביה"ק מ'סאטמאר האט אונז געלערנט, און נישט פארבלענדעט צו ווערן פונעם דרך רשעים צלחה.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איך זעה נישט די "צלחה" גארנישט מיט גארנישט. וואס האבן זיין "געוואונען" אביסל פובליסיטי?
דער גאנצער וועלט פארדאמט זיי.
אין אמעריקא אפילו יעדער חוץ די פאר פארברענטע טראמפיסטן זענען קעגן זיי. אלע דעמאקראטן זענען קעגן. גאנץ יוראפ איז קעגן.
נעבעך אנטי-סעמיטיזם איז אויף אזוינע שטאפלען וואס עס איז נאכניש געווען זייט נאכן צווייטע וועלט מלחמה.
וואו איז די "צלחה"?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לכאורה לויט די סיסטעם דא ברויך די שמועס זיין אין אקטועלע נייעס, און אפילו ווען נישט עס רעדט זיך פון השקפה, געהערט עס ווען אין קרעטשמע.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קען זיין אז ס'איז גארנישט מיט נישט אבער למעשה איז דאס עפעס וואס מדינת ישראל האט שטארק געקענט דערפאר און די פאלעסטינע זענען געווען שארף דער קעגן און אמעריקא האט זיך געשטעלט אויף די זייט פון מדנ"י
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

אמעריקע איז דאך אלץ געווען אויף זייער זייט, ווען נישט וואלטען זיי שוין אפגעווישט געווארען כמה פעמים
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

אויך מיר א צלחה. גארנישט אזוי גוט ווי די קוקסט. אין מיינע אויגן איז עס בכלל נישט גוט בין איך מסודר.
אבער אז דו האלטסט אז עס איז יא גוט דארפסטו שנעל טוישן דעין פאליטישע פארטיי
א פשוטע איד.
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

אחת ואחת האט געשריבן:אמעריקע איז דאך אלץ געווען אויף זייער זייט, ווען נישט וואלטען זיי שוין אפגעווישט געווארען כמה פעמים

איך בין נישט אזוי שטארק באקאנט אין די שיטה פון בעל דברי יואל, אבער די תגובה איז לכאורה ריין אפיקורסות.
קענסט אפשר שרייבן אז אמעריקע איז יעצט אפשר די שליח, אבער די ווערטער "ווען נישט אמעריקע וואלטן זיי וכו'" חלילה דאס איז ריין אפיקורסות!
דאס מיינט גאט וויל עפעס און חלילה וחס אמעריקע וכו'...
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פארוואס איזעס אפיקורסות?

דער כביכול האט אזוי אויסגעשטעלט אז זיי לעבן אויף אמעריקע, אזוי ווי יעדער פארשטייט אז זאגן אז ווען נישט די איגרות ראשונות ושניות פון קאמי וואלט קלינטאן געווינען, איז נישט קיין אפיקורסות.
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

נו פארדעם איז די אשכול טאקע געפענט געווארן פאר אזעלכע טראמפיסטן ווי איך און נאך אויף דע וועלטעל וועלכע זענען יא סאטמארע חסידים

שטעלט זיך טאקע די קשיא איז שייך צו דיפענדן טראמפ אויף דעם און נאך אלס האלטן אז עס איז א ביטערע טאג פאר כלל ישראל?

לאמיר זיך מחזק זיין מיט איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק

איך וועל גיין פתיחה:

די סיבה פארוואס טראמפ און פענס וכל כת דילי' א שטייגער ווי טעד קרוז און נאך זענען אזעלכע צינוסטן איז נישט וועגן אהבת ישראל עס איז נאר ווייל ביי זיי אין די קריסטליכע גלויבן איז אנגענומען אז פאר זיי וועלן צוריבאקומען ארץ ישראל דארף עס גיין דורך די אידן און נישט דורך אראבער
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

משה בעלז האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:אמעריקע איז דאך אלץ געווען אויף זייער זייט, ווען נישט וואלטען זיי שוין אפגעווישט געווארען כמה פעמים

איך בין נישט אזוי שטארק באקאנט אין די שיטה פון בעל דברי יואל, אבער די תגובה איז לכאורה ריין אפיקורסות.
קענסט אפשר שרייבן אז אמעריקע איז יעצט אפשר די שליח, אבער די ווערטער "ווען נישט אמעריקע וואלטן זיי וכו'" חלילה דאס איז ריין אפיקורסות!
דאס מיינט גאט וויל עפעס און חלילה וחס אמעריקע וכו'...

מ'רעדט ווער ס'איז דער שליח פון באשעפער אויפצוהאלטן די מדינה של גיהנם
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

א קידוש השם אזאנע אידן ווי אדונינו @פאליק הגדול ירום הודו.
אוועטאר
אבגדהוזחטי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 5:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבגדהוזחטי »

צל עובר האט געשריבן:פארוואס איזעס אפיקורסות?

דער כביכול האט אזוי אויסגעשטעלט אז זיי לעבן אויף אמעריקע, אזוי ווי יעדער פארשטייט אז זאגן אז ווען נישט די איגרות ראשונות ושניות פון קאמי וואלט קלינטאן געווינען, איז נישט קיין אפיקורסות.

אין די גמרא זעהט מען שויןהאלמלא איגרות הרא שונות לא נשתייר שריד ופליט
יענקל לעדערמאן
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

צל עובר האט געשריבן:א קידוש השם אזאנע אידן ווי אדונינו @פאליק הגדול ירום הודו.

ווער קען דער באקאנטער משל פון דובנער מגיד זי"ע הוא ילך מעלה מעלה ואתה תרד מטה מטה, דער עוכר ישראל ביבי נתניהו שר"י וואס האט מחרף ומגדף געווען שמו של הקב"ה, דער אוכל נבילות וטריפות ביוה"כ מאכט א ברכה בשם ומלכות אויף אזא ניאוץ און אידן פרייען זיך נאך דערמיט מען זאגט עס איבער מיט אזא שמייכל

דאס איז אויך א שהחיינו?
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

צל עובר האט געשריבן:א קידוש השם אזאנע אידן ווי אדונינו @פאליק הגדול ירום הודו.
רשעות קאלטע סעלצער
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

צל עובר האט געשריבן:פארוואס איזעס אפיקורסות?

דער כביכול האט אזוי אויסגעשטעלט אז זיי לעבן אויף אמעריקע, אזוי ווי יעדער פארשטייט אז זאגן אז ווען נישט די איגרות ראשונות ושניות פון קאמי וואלט קלינטאן געווינען, איז נישט קיין אפיקורסות.

צל עובר איר זענט גערעכט, איך קוק יעצט אהן אחת'נס תגובה אביסל אנדערש - יישר כח
די סיבה פארוואס די תגובה האט מיר נישט אזוי געשמעקט, עכ"כ אז איך האב אריין געלאגט אויף צו שרייבן אין א אשכול וואס איז נישט געמאכט פאר מיר איז, ווייל איך קום פון א קרייז וואס יעדע מאל עס איז דא א צרה חלילה אין ארץ ישראל פאדערט מען פון יעדעם צו לערנען רצופות, זאגן תהילים צום בוכ"ע אז ער זאל אונז ראטעווען פון אלעס שלעכט.
און האלטן אז נאר די אייבישטער היט אפ דאס לאנד פון אירע ווילדע שכינים, איז מיר געוועהן אומבאטאמט צו ליינען די ווערטער "ווען נישט אמעריקע וכו'"
וואס אגב פון די אבאמא/קערי יארן ווייזט טאקע אויס אז נאר הקב"ה מצילינו מידם.
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

די ניסיונות ווערן עטוואס לייכטער מיטן ליינען דיינע תגובות פאליק..
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

יידישע קהילות האט געשריבן:נעבעך אנטי-סעמיטיזם איז אויף אזוינע שטאפלען וואס עס איז נאכניש געווען זייט נאכן צווייטע וועלט מלחמה.
וואו איז די "צלחה"?

דאס איז בכלל נישט קיין דורכפאל פאר די מדינה. פארקערט, ווי מער פראבלעמען פאר אידן ווי אימער און די וועלט, מאכן זיי א קאמפיין מ׳זאל עולה זיין
רשעות קאלטע סעלצער
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

עס איז זייער שווער צו שרייבן ווען כמעט אלע תגובות איבער דעם ענין שמעקט פון ציונות, ממילא אני נוהג נישט צו קוקן אויף אייועלט אלעס וואס איז נוגע די מדינה, אפי' די טריקענע נייעס איז פיל מיט פאטריאטישקייט פאר די מדינה של שמד.
צימישעניש
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 03, 2018 11:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צימישעניש »

א פיינע מענטש האט געשריבן:עס איז זייער שווער צו שרייבן ווען כמעט אלע תגובות איבער דעם ענין שמעקט פון ציונות, ממילא אני נוהג נישט צו קוקן אויף אייועלט אלעס וואס איז נוגע די מדינה, אפי' די טריקענע נייעס איז פיל מיט פאטריאטישקייט פאר די מדינה של שמד.

קלאר אזוי ביי אונז חסידים ד.מ. די פרימע אידן איז אייביג די שמחה די גרעסטער ליידער איך וועל דיר זאגן נאך מער אז די אלע סאטמערע צייטונגען פרעידיגן דאס מערסטע ציונות א יעדע וואך איז 33%פין אלע נייעס אין געשרייבעכטס איז נייעס פון מדינת ישראל באשריבן שיין מיט סימפאטיע ! יא אבער אוודאי מען מאכט אלס זיכער צו שרייבן א מאמר השקפה..... עס איז נישט דא ווער עס זאל לאכן..
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

צימישעניש האט געשריבן:

Not true.

Show me this in Der Yid. No sympathy at all
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איד פון דא און דארט האט א שמעק...
שויתי ה' לנגדי תמיד
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

Ok, first we go down to ONE column with a Shmek
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
צימישעניש
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 03, 2018 11:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צימישעניש »

פאראויס האט געשריבן:Ok, first we go down to ONE column with a Shmek

אקעי הרב מוואדריטש שליט"א טענהט עס שוין יארן ציונות איז שוין לאנג אינטער גיגאנגען דאס מיינט אזוי ביי אינז פאמפט מען עס די מערסטע נישט אז אז איבעראל איז עס טויט פארקערט זיי לעבן עס גאר מיט אבער ביי אינז מיין איך ווען די עפענסט היינט צוטאג א אזוי געריפענע סאטמאר'ער צייטונגען וואס דעקט יעדער פינטעל ציוניסטישע נייעס מיט דיטעלס נעמאן אד'ג למשל ביי ביבי'ס חקירות און אלע אנדערע פאליטיקס
אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן פדהצור »

אחת ואחת האט געשריבן:אמעריקע איז דאך אלץ געווען אויף זייער זייט, ווען נישט וואלטען זיי שוין אפגעווישט געווארען כמה פעמים

איך בין נישט קיין סאטמארער חסיד, איך וויל פארשטיין די מיינדסעט, אונטער דיינע ווערטער.

וואלטן ׳זיי׳ שוין געווארן ׳אפגעווישט׳ כמה פעמים!

קודם כל, ווען דו זאגסט ׳זיי׳ רעדסטו אויך פון די עטליכע הונדערט טויזענט חדרישע אידן וואס וואוינען אין ירושלים עיה״ק; צווישן זיי טויזענטע ווייבער און קינדער! ל״ע? אדער אפשר רעדסטו פון די צענדליגע טויזענטער בני תורה אין בני ברק רח״ל? פיללייכט גאר פון די שווערע הונדערטע טויזענטע תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא?

די האר פוו קאפ שטעלט זיך אויף ווען מען ליינט אזא תגובה! נישטא קיין ווערטער אין מויל!

׳אפגעווישט׳ ׳כמה פעמים׳ רחמנא ליצלן מהאי דעתא!!! וואו איז די אנושיות?
ס׳דא ווער ס׳וואונדערט זיך וויאזוי מען זאגט WOW אויף אידיש, איך וואונדער מיך וויאזוי מען זאגט: פפפששיהאאא.... אויף ענגליש.
צו לייזן דעם פראגע און אפגעבן אייער ענטפער, שיקט אן אימעיל צו [email protected], דאנקע שיין,

אייער פריינט גמליאל׳ן
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

אין זונטאג׳דיגן ניו יארק טיימס איז דא א לענגערע ארטיקל, ווי זיי שרייבן אז איזראעל איז נאך קיינמאל נישט געשטאנען אזוי גוט:
פאליטיק
מיליטעריש
מאראליש
פינאנציעל

און אז זיי האבן זייער בעסטן פריינט אין ווייסן הויז, מער ווי אלע יארן ביז היינט.

און זיי שטרייכן אונטער אז צו 70 יאר שטייען זיי ברום המעלה !

אבער, פירט אויס דער טיימס איז איזראעל׳ס שונאים נאך מער פארביסן ווי אמאל, און די זארגן פון די איינוואוינער אין מדינת ישראל איז גארנישט ווינציגער ווי אמאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”