איז דא א לעזונג צום צובראכענעם שידוכים-שדכנים סיסטעם?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר מאה
- תגובות: 138
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm
דאס אז דער סיסטעם איז צעבראכן, איז ליידער נישט קיין סוד.
דאס איז הונדערטער עלטערע בחורים דרייען זיך ארום, און קיינער קוקט זיך נישט אום, איז ליידער באקאנט.
דאס איז הונדערטער שטובער זענען ליידער רואנירט, צעבראכן און זעהן נישט קיין מאין יבוא עזרם, איז ליידער וואויל באוואוסט.
די גרעסטע צרה איז אבער דאס:
אז א קארופטיער באנדיט עפענט אן ארגאניזאציע און מאכט רעקלאמעס אין די גאנצע שטאט און איז מכריז ומודיע קבל עולם ומלואה:
מיר האבן אן א ריזיגע אפאראט פון הונדערטער שדכנים, אין אלע שוהל'ן, אין אלע קהילות, אין אלע מוסדות, אין אלע קרייזן אין ווער עס צאלט איין א גרויסן סכום געלט, וועט זיין שטאב מיט שדכנים אנהייבן ארבעטן מיט א ברען - און גאראנטירט א פאסיגן שידוך.
דאס איז די גרעסטע הימל געשריי פון אלעס.
ביודעי ומכירי קאמינא. חברים און משפחה האבן אריינגעשיקט געלט פאר דעם רויבער, און דערנאך געווארט אז "כאטש איינער" פון די ריזיגע נעץ שדכנים זאל אנהייבן רופן. - אבער אין יוצא ואין בא, אין קול ואין עונה. דער באנדיט הייבט נישט אויף קיין טעלעפאן און דאס געלט איז פארפאלן, און מ'ווערט נאך מער צעבראכן.
ליידער איז נישטא קיין ארגאניזאציעס פאר עלטערע בחורים. ס'איז אלעס א סקעם און א בלאף.
קיינער קאלט נישט די משפחה פון מיין קרוב, כאטש ער רופט אן אלע ארגאנזיציעס. קיינער רופט נישט. ס'איז א רשעות צו נעמען אדווענטענדזש אויף א צרה פון צעבראכענע אידן.

- טיכטיגער
- שר האלף
- תגובות: 1923
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
- לאקאציע: אין עולם הדמיון
- פארבינד זיך:
קיסריה האט געשריבן:דאס אז דער סיסטעם איז צעבראכן, איז ליידער נישט קיין סוד.

was discussed here many times
לעצט פארראכטן דורך טיכטיגער אום דינסטאג אפריל 02, 2019 7:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"ס'דא מענטשען וואס גייען צו פרנסה/ביזנעס אווענט'ס, און ס'איז דא מענטשען וואס מאכן עכט ביזנעס!"
טיכטיגער האט געשריבן::roll:
אזוי?
293 שדכנים אין זיין ארגאניזאציע?
זענען זיי ל״ו צדיקים וואס זייער אידענטיטעט דארף זיין אין שטרענגע געהיים?
אפשר זענען זיי ״סיקרעט סערוויס״?
וואו זענען זיי?
וויפיל שידוכים האט יעדער פון די אזויגערופענע ״שדכנים״ אויסגעפירט?
אוז עס אויך א מיליטערישע סוד?
נישט צען שדכנים
נישט 20 שדכנים
נישט 100 שדכנים
נישט 200 שדכנים
נאר גאנצע 293 מיסטריעזע שדכנים!
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10226
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
- טיכטיגער
- שר האלף
- תגובות: 1923
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
- לאקאציע: אין עולם הדמיון
- פארבינד זיך:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:וואס איז די פארפירעכטס פונקטליך? לזווג פארלאנגט נישט קיין געלט פון קיינעם, זיי שלאגן גאר פאר געלט פאר'ן אנטראגן שידוכים. @קיסריה האט קענטיג גערעדט פון א צווייטן...
און וואס איז מיט "לשדך"? האט איינער געהערט פון זייער געוואלדיגע אויפטוענגן?
חוץ די ראפפעל שטייציך!
"ס'דא מענטשען וואס גייען צו פרנסה/ביזנעס אווענט'ס, און ס'איז דא מענטשען וואס מאכן עכט ביזנעס!"
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10226
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
-
- שר האלף
- תגובות: 1736
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
- לאקאציע: BETWEEN
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10226
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 957
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm
www.bashertnow.com
There Should be a site for frum chasidish singles to find their basherta

- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
דער אנהייב און סוף פון מיין שדכנות קאריערע
רעדנדיג וועגן צובראכענעם שדכנים-שידוכים סיסטעם, ליגט מיר אין די ביינער א פסק וואס כ'האב געכאפט פארן אנטראגן א שידוך.
ס'געווען נישט לאנג נאך מיין חתונה ווען כ'האב געוואלט פרובירן מיין מזל מיט אנטראגן שידוכים.
איין שידוך איז מיר ארויף אויפן געדאנק, כ'האב זיך אינטרעסירט אויף די צדדים, וועמען כ'האב ביידע אביסל געקענט. נאכן גרובלען האט עס מיר אויסגעזען ממש ענבי הטרויבעלע בענבי הראזשינקע... צוגעפאסט פיקס-פארטיג.
אבער רבות מחשבות בלב איש. כ'הייב אויף א טעלעפאן, איך טריי צו סאונדען פראפעשענעל, אבער איידל. יענער פרעגט מיט נייגער וועלכע נאמען כ'וויל אנטראגן.
ווי נאר כ'זאג ארויס דעם נאמען, הייבט ער ממש אן מיר צו באוואשן היתכן כ'טראג אים אזוינס אן בכלל?! מ'קען נישט צאמפארן אבי וועמען, ס'איז א אחריות וכו' וכו'. דער הויכפונקט איז געווען זיין סטעיטמענט אז "ס'איז א נארישער איינפאל".
פלוצלונג כאפט ער זיך ווער איך בין, און אז כ'בין נאך אין שנה ראשונה, הייבט ער אן געבן א לעקציע: ביסט דאך נאך א יונגערמאנטשיק, לאמיך דיר אויסלערנען א כלל אין שדכנות וכו' (קוקנדיג אויף צוריק איז דער סך הכל פון זיין לעקציע געווען: "כ'בין אין א געפערליכע שלעכטע מאד היינט"...).
כ'האב אראפגעלייגט דעם טרייבל צוטומלט און צומישט. דאס איז געווען דער לעצטער שידוך וואס כ'האב אנגעטראגן פאר איינעם, והשוטים שקלקלו עתידים ליתן את הדין...
5 יאר שפעטער ווען כ'האב זיך באפריינדעט מיט א גרויסער שדכן, האט ער מיר אגב'דיג דערציילט אז א גוטע פאר שדכנים האבן געארבעט אויף יענעם זעלבן שידוך וואס איך האב אנגעטראגן. ס'איז א געלונגענער צושטעל פון יעדן ענגעל. בין איך, עפטער אלל, נישט אזא שוטה געווען...
שוין, זאל זיין אזוי. כפרות עוונות...