עסט איר אין די סוכה ווען ס'רעגנט ?

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש,אחראי

וואס טוט איר ווען ס'רעגנט ?

איך עס געהעריג און הויז
50
20%
איך עס אין סוכה מיט א אפענע שלאק
78
31%
איך עס אין סוכה מיט א אראפגעלאזטע שלאק
88
35%
איך עס נישט בכלל דעמאלס
33
13%
איך עס נאר ווייניגער ווי א כזית
6
2%
 
סך הכל שטימען: 255

אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

עסט איר אין די סוכה ווען ס'רעגנט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

נישט געזעהן אזא אשכול אויב ס'איז שוין דא זאל מען עס ביטע צוזאמשמעלצען.
ס'איז אינטערסאנט צו זעהן וואס מ'טוט ווען ס'רעגנט. גייט מען אריין עסן אין שטוב אדער עסט מען אין סוכה ? ביטע שרייבן וואס איר טוט און אויב עס האט א מקור דערצו
די שלאלב איז למשל פאר א סעודה רעגנט וואס טוט מען ווארט מען ס'זאל סטאפן וואס דאס קען מיינען א שיינע פאר שעה אדער גייט מען גראד אריין אין שטוב.אדער מאכט מען צו דעם שלאק אין מען וואשט זיך צו א געשמאקע יום טוב דיגע סעודה.....
אבער ביטע האלטן אויף א ערענסטען אופן.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ווענד זיך ווי שטארק עס רעגנט.

רעגנט אזוי אז מ'זאל נאך קענען עסן לפני שתסרח המקוה.. דאן גרייט מען אלע עסן, און מ'עסט געך, און מ'ציט אראפ, אינמיטן ציען ציט מען נאך א גלעזל וואסער, און היידא. אויב אבער רעגענט אזוי אזש ס'תסרח'ט שוין א מקוה נאך פאר'ן עפענען, דאן ווארט מען צו.

זאל דער באשעפער אונז נישט פרובירן אויף מער פון דעם, דאס בעטן מיר.
אויב וועט דאס אבער זיין ס'ערשטע נאכט, העלן מיר טוען וואס די הלכה זאגט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

סאכדעס האט געשריבן:ווענד זיך ווי שטארק עס רעגנט.

רעגנט אזוי אז מ'זאל נאך קענען עסן לפני שתסרח המקוה.. דאן גרייט מען אלע עסן, און מ'עסט געך, און מ'ציט אראפ, אינמיטן ציען ציט מען נאך א גלעזל וואסער, און היידא. אויב אבער רעגענט אזוי אזש ס'תסרח'ט שוין א מקוה נאך פאר'ן עפענען, דאן ווארט מען צו.

זאל דער באשעפער אונז נישט פרובירן אויף מער פון דעם, דאס בעטן מיר.
אויב וועט דאס אבער זיין ס'ערשטע נאכט, העלן מיר טוען וואס די הלכה זאגט.

ג"א בחלומי

אבער מ'טאר נישט פארגעסן, אז ווען ס'רעגנט, איז ע"פ הלכה איז מען פטור פון עסן אין די סוכה

אבער 'שמחת יו"ט' איז נאך אלץ דא, און אויב צוליב דעם וואס ער קען נישט עסן איז ער צוקלאפט, זאל ער זיך זעצן אין שטוב פרייליכערהייט און מקיים זיין די הלכה פון עסן פלייש און טרינקען וויין, און מקיים זיין מצוות 'ושמחת בחגיך'
(נ.ב. איני פוסק להלכה למעשה, אלא נקודה למחשבה, ורגשי לבבי).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

איך עס מיט אראפגעלאזטע שלאק, אויב האב איך יענע יאר א שלאק. ווייל מיין שלאק קען מען דורכזען די כוכבים, און מעגליך ס'פסל'ט נישט די סוכה כדעת הג"ר אלי' פאסטערנאק שהסכים לו הג"ר יחזקאל רוטה שליט"א.

אבער אויב האב איך נישט קיין שלאק, און ס'רעגנט שטארק, עס איך געהעריג אינדערהיים.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

נא_שכל האט געשריבן:איך עס מיט אראפגעלאזטע שלאק, אויב האב איך יענע יאר א שלאק. ווייל מיין שלאק קען מען דורכזען די כוכבים, און מעגליך ס'פסל'ט נישט די סוכה כדעת הג"ר אלי' פאסטערנאק שהסכים לו הג"ר יחזקאל רוטה שליט"א.

אבער אויב האב איך נישט קיין שלאק, און ס'רעגנט שטארק, עס איך געהעריג אינדערהיים.

אויב עסט איר סייווי אין שטוב ווען ס'רעגנט (ע"פ פשטות ההלכה), איז עס מן הסתם א גוטע זאך צו עסן ענדערש אין סוכה מיט א שלאק (עכ"פ די געפיל דערין, און אפשר אויך יוצא צו זיין לויט די מיעוט פוסקים אז ס'איז נישט קיין פראבלעם פין 'לחסות'), אבער להלכה איז זייער א שווערע מעשה, ממש רובם ככולם אנדערע פוסקים זענען שטארק מחולק אויף דעם היתר וואס איר ברענגט.

דהיינו, כאטש מעיקר הדין איז מען טאקע פטור אויב רעגנט אזוי שטארק אז ס'ווערט 'נסרח המקפה', אבער פאר די וואס פירן זיך יא מחמיר צו זיין, איז דאס נישט עכט קיין עצה.
לעצט פארראכטן דורך אַבּערוואַס אום מאנטאג אקטאבער 02, 2017 7:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

אויב איז דא ז' על ז' ווי די שלאק איז גאר נאנט צום סכך (איך געדענק נישט ג' צו ד' טפחים) וואס לויט טייל פוסקים איז דאס כשר דאן עס איך דארט, אויב נישט עס איך אין שטיב.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך קען מיר נישט פועלן צו עסן חוץ לסוכה... איז קודם ווארט מען סזאל נאכלאזן, אז נישט גייט מען אין א ביהמ"ד סוכה וואס האט נישט קיין שלאק מטוט אהן א מעיל און די עסן נעמט מען אין א בעג מהאלט עס אונטערן טיש און מ'עסט לכבוד יום טוב... (פארשטייט זיך ממאכט נישט קיין לישב בסוכה) קען זיין עס איז נישט קיין שום חומרא, סתם געפילן. אבער וואס קען שוין געשען אז סרעגנט בשעתן עסן...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

כ'ווייס נישט וואס, אבער ווי נאר מ'בענטשט נאכן סעודה אינדערהיים, צושפרייטן זיך תיכף די וואלקענעס...
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

עללער, עס איז זייער א שווערע שאלה, איך וועל דיר לאזן וויסן נאך סוכות וואס כ׳האב געטוהן. בד״וו איך האב נישט קיין שלאק בכלל, איך מעג וואוטען?
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

די מציאות איז אז עס נעמט א פאר מינוט ביז די רעגן גייט אדורך אלע סכך און עס הייבט אהן אריינצורעגענען געהעריג איז די בעסטע עצה מען עפענט פאר א פאר מינוט ביי יעדע מאכל און נאכדעם פארמאכט מען די שלאק און אזוי ביי יעדע מאכל און ציוישען קען מען זינגען רעדן פארציילען מיט א פארמאכטע שלאק
א קאנאדער
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קאנאדער »

מיר פירן זיך צו עסן און די סוכה, אויב רעגענט שטארק ווארטן מיר אביסל ביז עס רעגענט שוואכער, מען עפענט די שלאק אין מען עסט מיט א מעיל אן א לישב
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

נא_שכל האט געשריבן:איך עס מיט אראפגעלאזטע שלאק, אויב האב איך יענע יאר א שלאק. ווייל מיין שלאק קען מען דורכזען די כוכבים, און מעגליך ס'פסל'ט נישט די סוכה כדעת הג"ר אלי' פאסטערנאק שהסכים לו הג"ר יחזקאל רוטה שליט"א.

אבער אויב האב איך נישט קיין שלאק, און ס'רעגנט שטארק, עס איך געהעריג אינדערהיים.


ער ציעט צוריק אין עמק תשובה און זאגט אז מען זאגט עס נאר לחומרא (לגבי בל תוסף)
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:אויב איז דא ז' על ז' ווי די שלאק איז גאר נאנט צום סכך (איך געדענק נישט ג' צו ד' טפחים) וואס לויט טייל פוסקים איז דאס כשר דאן עס איך דארט, אויב נישט עס איך אין שטיב.


סאיז א קלארע תשובה אין אבני נזר
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

נודה לך האט געשריבן:איך קען מיר נישט פועלן צו עסן חוץ לסוכה... איז קודם ווארט מען סזאל נאכלאזן, אז נישט גייט מען אין א ביהמ"ד סוכה וואס האט נישט קיין שלאק מטוט אהן א מעיל און די עסן נעמט מען אין א בעג מהאלט עס אונטערן טיש און מ'עסט לכבוד יום טוב... (פארשטייט זיך ממאכט נישט קיין לישב בסוכה) קען זיין עס איז נישט קיין שום חומרא, סתם געפילן. אבער וואס קען שוין געשען אז סרעגנט בשעתן עסן...


גם אני בחלומי בין איך מיך נוהג אזוי אבער איך ווייס עס איז פשוט א געפיל און עס איז פאר די נערווען וואס איך קען נישט העלפן
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אסאך מאל איז מען מחיוב צו עסן מיט א אראפ געלאזטע שלאק אין סוכה, ווי איידער אינדערהיים.
ווייל נישט יעדע שלאק פסל'ט בדיעבד, למשל אז עס איז פחות מארבעה פון די סכך. גלאזענע טיר,
און סתם אזוי ברענגט די תניא א שיטה אז אויב איז צלתה מרובה מחמתה מחמת הסכך, פסל'ט נישט קיין שלאק.

סא לויט אסאך שיטות קען מען מאכן א לישב מיט א אראפ געלאזטע שלאק. ממילא קען מען נישט ארויסגיין פון סוכה ווען עס רעגנט ווייל עס רעגנט דאך נישט אריין [חוץ אויב איך וועל זאגן אז לשיטתם מוז אים קוקן אויף רוב וועלט]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

מיר פארמאגן א 'הימל-ליכט' (sky light). איז עס מער אויסגעהאלטן ווי די וואס זענען מתיר די שלאק וואס איז כוכבים נראים מתוכה? אדער ברויך מען נאך אלץ צוקומען צו דעם היתר?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

דאס נישט מאכן קיין לישב, איז נישט אזוי פשוט, אויב קען מען נאך געהעריג עסן ווען עס רעגנט אביסל, און עס איז נאכנישט קיין תסרח המקפה, קען מען און - לכאורה דארף מען - מאכן א לישב.

דארף מען זיך צוריקזעצן לערנען...
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

סאכדעס האט געשריבן:דאס נישט מאכן קיין לישב, איז נישט אזוי פשוט, אויב קען מען נאך געהעריג עסן ווען עס רעגנט אביסל, און עס איז נאכנישט קיין תסרח המקפה, קען מען און - לכאורה דארף מען - מאכן א לישב.

דארף מען זיך צוריקזעצן לערנען...

להלכה מאכט מען א לישב אויב מען קען עסן א כזית און עס רעגנט נאך נישט אריין ביי זיך אין סוכה. [אויב אבער עס טראפט שוין איז א שאלה ווייל כאטש עס איז נישט קיין תסרח המקפה זענען מיר מער געספוילט און אונז וואלטן מיר שוין ארויס פון אינזער הויז אזוי.

אבער די דיין זאל איבער ליינען די תגובה פון אויבן מען רעדט מיט א אראפ געמאכטע שלאק וואס א לישב מאכט מען נישט אבער איבער מאכן א לישב בדיעבד ווען די שלאק איז געווען צוגעמאכט בטעות גייט מען אויך נישט הייסן ווייל אפשר איז די שלאק יא כשר.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:דאס נישט מאכן קיין לישב, איז נישט אזוי פשוט, אויב קען מען נאך געהעריג עסן ווען עס רעגנט אביסל, און עס איז נאכנישט קיין תסרח המקפה, קען מען און - לכאורה דארף מען - מאכן א לישב.

דארף מען זיך צוריקזעצן לערנען...

להלכה מאכט מען א לישב אויב מען קען עסן א כזית און עס רעגנט נאך נישט אריין ביי זיך אין סוכה. [אויב אבער עס טראפט שוין איז א שאלה ווייל כאטש עס איז נישט קיין תסרח המקפה זענען מיר מער געספוילט און אונז וואלטן מיר שוין ארויס פון אינזער הויז אזוי.

אבער די דיין זאל איבער ליינען די תגובה פון אויבן מען רעדט מיט א אראפ געמאכטע שלאק וואס א לישב מאכט מען נישט אבער איבער מאכן א לישב בדיעבד ווען די שלאק איז געווען צוגעמאכט בטעות גייט מען אויך נישט הייסן ווייל אפשר איז די שלאק יא כשר.

מיט א צוגעמאכטע שלאק זיכער נישט.

אבער וועגן די רעגן געדענק איך אז עס טוט זיך. ווייל אונזער הנאה פון די מצות סוכה איז אפילו עס רעגנט עטוואס אריין.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

סאכדעס האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:דאס נישט מאכן קיין לישב, איז נישט אזוי פשוט, אויב קען מען נאך געהעריג עסן ווען עס רעגנט אביסל, און עס איז נאכנישט קיין תסרח המקפה, קען מען און - לכאורה דארף מען - מאכן א לישב.

דארף מען זיך צוריקזעצן לערנען...

להלכה מאכט מען א לישב אויב מען קען עסן א כזית און עס רעגנט נאך נישט אריין ביי זיך אין סוכה. [אויב אבער עס טראפט שוין איז א שאלה ווייל כאטש עס איז נישט קיין תסרח המקפה זענען מיר מער געספוילט און אונז וואלטן מיר שוין ארויס פון אינזער הויז אזוי.

אבער די דיין זאל איבער ליינען די תגובה פון אויבן מען רעדט מיט א אראפ געמאכטע שלאק וואס א לישב מאכט מען נישט אבער איבער מאכן א לישב בדיעבד ווען די שלאק איז געווען צוגעמאכט בטעות גייט מען אויך נישט הייסן ווייל אפשר איז די שלאק יא כשר.

מיט א צוגעמאכטע שלאק זיכער נישט.

אבער וועגן די רעגן געדענק איך אז עס טוט זיך. ווייל אונזער הנאה פון די מצות סוכה איז אפילו עס רעגנט עטוואס אריין.

מ'שמועסט לכאורה לגבי דעם צו מען הייסט א הדיוט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

העלאו האט געשריבן:
די מציאות איז אז עס נעמט א פאר מינוט ביז די רעגן גייט אדורך אלע סכך און עס הייבט אהן אריינצורעגענען געהעריג איז די בעסטע עצה מען עפענט פאר א פאר מינוט ביי יעדע מאכל און נאכדעם פארמאכט מען די שלאק און אזוי ביי יעדע מאכל און ציוישען קען מען זינגען רעדן פארציילען מיט א פארמאכטע שלאק
אזא צייט טראפט אויך מיט די אראפגעמאכטע שלאק פין די סכך
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
ס’שפעט
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 12:40 am

Re: עסט איר אין די סוכה ווען ס'רעגנט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס’שפעט »

איך פראביר נישט צו עסן בכלל
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2872
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: עסט איר אין די סוכה ווען ס'רעגנט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

מען האט צוגעזען ביי רביה"ק בעל דברי שלמה מ'באבוב ווען ס'האט גערעגענט האט ער געפירט געהעריג טיש אין ביהמ"ד
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: עסט איר אין די סוכה ווען ס'רעגנט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

ס’שפעט האט געשריבן:
איך פראביר נישט צו עסן בכלל
גא"מ
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8850
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: עסט איר אין די סוכה ווען ס'רעגנט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אויב עס איז א לענגערע רעגן מיט נישט קיין אויסקוק פאר א ברעיק, דאן געהעריג אין הויז. אויב קען מען צוווארטן דאן נאר זאכן וואס מ'מעג על פי דין עסן חוץ לסוכה.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”