טאגבוך פון מיין נסיעה קיין ארץ ישראל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

טאגבוך פון מיין נסיעה קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

לכבוד מיין צוויי טויזנטסטע תגובה (הגם די נומערן זענען שוין סאך ווייטער, אבער פופציג האט מען געמעקט ביי יענעם גרויסארטיגן שמועס, און נאך עטליכע אין אנדערע מצבים...) און אויפ'ן פארלאנג פון א חשוב'ער ניק, וועל איך פרובירן צו באשרייבן דא מיין נסיעה קיין א"י, טאגבוך סטיל.

מיטוואך פ' כי תשא תשע"-, 10:25 ביינאכט, JFK לופטפעלד, טערמינעל 7.

אלעס איז שוין פארפאקט, די רענצלעך זענען פלאצירט אינעם אונטערשטן טייל פונעם פליגער, אני הקטן און די בני בית זיצן שוין באקוועם אין זיץ 10H און 10G, און מען מאכט זיך גרייט פאר'ן לאאאנגן פלייט אריבער דעם אטלאנטיק.

דער וועטער קוקט אויס פיין, און דער פליגער הייבט זיך העכער און העכער, נענטער און נענטער צו די ריינע, כמעט-אומבארירטע לופט 40,000 פיס העכער דעם ערד קוגל.

בילדער געכאפט פון פליגער, כמדומה לי העכער ענגלאנד:





~~~





דאנערשטאג כי תשא.

עטליכע שעה אריין אינעם פלייט שטעל איך מיך דאווענען שחרית. דער פליגער גייט לאנדן ערגעץ אין אייראפע שפעט פארמיטאג, און עס איז נישט כדאי צו נעמען דעם ריסק.

דער שכן נעבן אונז, אן עלטערער ערל, כאפט א שמועס איבער אמעריקאנער פאליטיק, און פרובירט ווייזן בקיאות איבער וועלכער פאליטישאן איז גוט פאר אידן און וועלכער נישט. גיי לערן א גוי ברטנורה...

די 'פעסטען יור סיעטבעלטס' לעקטער צינדט זיך אן, דער קא-פילאט רופט אויס אז מ'זאל זיך גרייטן צו לאנדן.

דער פליגער האט געלאנדעט בשעטומ"צ אין - (פון דא ביז'ן זיך צוריק זען אויפ'ן פליגער קיין א"י איז פארמעקט צוליב חשש גילוי...)

----------

דאנערשטאג כי תשא, 7:00 ביינאכט, צוריק אין די הויפט לופטפעלד פון די הויפט שטאט פון ----.

דער איינציגסטער פליגער וואס פארט ארויס פון דעם מעכטיגן אינטערנאציאנאלן לופטפעלד אין די קומענדיגע שעות איז דער פליגער קיין א''י.... דער טערמינאל איז לער, נאר א גרויסע גרופע אמעריקאנער אידן, ביזנעס קלאס פאסאזשירן מאכן א שטיקל טומל אינעם ליידיגן זאל. (נישט נאר חסידים קענען איבערדרייען...)

עס איז קענטיג נישט קיין זעלטנהייט אז די לופטפעלד איז ליידיג. די דעסקס ביי די געיטס האבן אריינגעבויעט אזעלכע מיני ראל-דאון גאראדזש געיטס צו פארשפארן די קאמפיוטערס, אז קיינער זאל עס נישט באבערן ווען דער טערמינאל איז ליידיג.


10:20 ביינאכט, מען פעקלט זיך ארויף אויפ'ן פליגער.

~~~





יום ו' עש"ק פ' כי תשא:

ב''ה א קורצע גרינגע רייזע. געכאפט א שטיקל דרימל. פרייטאג, בערך 3:15 פארטאגס האט דער פליגער בארירט די ערד פון ארץ הקודש.

נאכ'ן אריבערגיין פאספארט קאנטראל גיימיר צום אויבערשטן שטאק, מען כאפט א טעקסי קיין ירושלים.

מען קומט אן קיין ירושלים, מ'שלעפט אריין אלע פעק און זעק צום דירה אויף רחוב ---------- נומער ---.

אני הקטן גיי דאווענען שחרית אין דושינסקיא. די בני בית לייגט זיך אראפ אביסל.

איך קום אהיים מיט פרישטאג, מ'עסט אפ און מגייט ארויס שפאצירן.

צום ערשט, א באזוך ביי עטליכע נאנטע קרובים וואס וואוינען אין ירושלים.

איך גיי אויפפיקן די מאכלי שבת וואס מיר האבן באשטעלט ביי א היימישע ירושלים'ע אידענע, בהשגחת הבד"ץ.

דערנאך שפאצירן מיר אין שוק מא"ש און אויף רח' מא"ש, בית ישראל און זאנענפעלד. איך ווייז ארום מיין ב"ב מעשה טור גייד, און מיר קויפן איין וואס עס פעלט נאך אויס פאר שבת.

פרייטאג צו נאכטס גיי איך דאווענען אין ביהמ"ד וואו איך פלעג דאווענען אלס בחור, דער עולם, געכאפט אין סורפרייז, נעמט מיר אויף מיט ווארעמע שלום עליכם'ס. דער גבאי שיקט מיר צו צו קבלת שבת.

אהיימקומענדיג האבן שוין אפגעווארט עטליכע אמעריקאנער בחורים, אונזערע קרובים, וואס איך האב געלאדנט צו די סעודות. אלס איינער וואס האט געלערנט אין א"י ווייס איך וואס עס מיינט האבן א היימישע סעודה.

~~~





שבת קודש פ' כי תשא:

נאכ'ן זיך גוט אויסשלאפן פון דעם לאנגן וועג, בין איך געגאנגען דאווענען - כ'געדענק נישט וואו.

ביי די סעודה האבן מיר ווייטער געהאט די געסט.

נאך די סעודה איז דער שפאציר געווען אין אנדערן ריכטונג, עזרת תורה און די קריות.

נאך מנחה, של"ס און מעריב גיימיר באזוכן א משפחה פריינט.

מ'קויפט מלוה מלכה, מ'עסט עס, און מ'גייט שלאפן.

~~~





זונטאג ויקהל, ירושלים.

אויפגעשטאנען (שפעטלעך, נאך אלס אביסל דזשעט לעגד), אפגעדאוונט, און אפגעפרישטאגט.

באזוכט (נאכאמאל) רחוב מאה שערים, די סואוועניר שאפס, שוק מאה שערים.

א 'קלעפער' קלעבט 'צעטלאך' אויף די קאנסטראקשן ווענט פון ביהמ''ד אוהל רחל ד'סאטמאר המכונה סאטמאר יואל (צוליב'ן זיין פלאצירט אויף רחוב יואל - וואס הייסט אזוי נאך יואל הנביא, נישט נאכ'ן סאטמארער רבי...)





''פאלאפעל מאה שערים'' אויף רחוב מאה שערים, קעגן איבער דעם רומענישן שול:



ת''ת מאה שערים:



דער 'פאלעסטינער אמבאסאדע' אין מאה שערים (נ''ק הויפטקווארטירן):






מנחה אין בית ישראל שטיבלאך.

געכאפט א טעקסי קיין אלטשטאט.

אראפ פון טעקסי נעבן מגדל דוד:




חומת ירושלים:



אן אינטערעסאנט שטיקל פון די חומה וואס האט שטיקלעך פון כמעט אלע חומות, פון אזוי פרי ווי די תקופת החשמונאים! פון יעדע תקופה זעהט די שטיין אויס אנדערש:





שער יפו:




דער חומה איז פול מיט שפאלטן, וואס זענען געמאכט ארויסצושיסן אויפ'ן שונא. א שפאלט פונדרויסן:



און פון אינעווייניג:



אינעוויניג אינ'ם חומה, הארט נעבן שער יפו, איז דא צוויי מצבות, וואס מ'זאגט אז דארט ליגן באגראבן די צוויי טערקישע ארכיטעקטן וואס האבן פלאנירט דעם חומה:



מגדל דוד איז געבויעט מיט א טיפע שפאלט ארום אום ארום, מיט'ן חשבון אנצופולן דעם שפאלט מיט וואסער, און אזוי ארום עס באשיצן פון דרויסנדיגע אריינדרינגער. מען האט דערצו געבויט א בריקל וואס מען קען גרינג אויפהייבן.

אויף די לינקע זייט זעהט מען מגדל דוד, פון דארט ציט זיך צו רעכטס דאס קליין בריקעלע, וואס גייט ביז'ן גרויסן טויער אויף די אנדערע זייט פונ'ם שפאלט:



פון די אנדערע זייט:



אינעווייניג אין דעם שפאלט:




דער טויער:


שפאצירט אין אלטשטאט לענגאויס די ארמענער פערטל, ביז צו שער ציון. דארט איז דער פלאץ וואו מנחם בעגין האט אין תש"ח אויפגעבראכן די מויער מיט א טאנק און ארויסגעלאזט די באלאגערטע אידן, צווישן זיי הרב מינצבערג און חכם חזן זכותם יגן עלינו, וואס זענען פון דארט ארויס מיט א ווייסע פאן און דאס האט אפגעשטעלט די שחיטות אויף די איינגעשפארטע אידן.

דער לאך אין מויער (מערק אז עס איז ביי א שיס-שפאלט, ביי אן אנדער פלאץ איז נישט מעגליך עס אויפצוברעכן):



דער געדענקמאל אויפ'ן פלאץ:



גיימיר ארויס דורכ'ן טויער, צום ציון פון דוד מלך ישראל חי וקים.

אנקומענדיג צו קבר דוד האט אונז אפגעווארט א מחזה הוד: אין בית המדרשל הארט נעבן דעם ציון, איז געווען א צנין תהלים, וואס לויט דעם אויסזעהן וואלט איך געזאגט אז עס איז פון איינס פון די צענדליגער 'כוללים' וואס יאווען זיך לעצטנס ווי שוואמען נאך א רעגן. דער בעל תפילה איז, כאטש וואס עס איז שוין געעוען נאכ'ן זמן ר''ת (נישט פארגעסן עס איז געווען סוף ווינטער), געווען אנגעטון טו''ת, און אויך.... א קליפ מייק!....דער מייק איז געווען באהאפטן (ווייערלעסלי) צו אן אנגעצינדענעם ספיקער, און יעדע עטליכע מינוט האט איינער פון די מתפללים אנגעהויבן א ניגון אויף די ווערטער פון דעם קאפיטל וואו מען האט געהאלטן, און דער גאנצער עולם זינגט מיט.... און דאן האט מען זיך געשטעלט אין א רקידה'לע..... און דער מיט די טו''ת איז דאך בעל תפלה, האט ער געזינגען אויפ'ן מייק, הויך און לעבעדיג....

נאך אן אינטערעסאנטער עפיזאד האט זיך אפגעשפילט ביים ציון פון דוד המלך, ווען א איד מיט א בעקישע האט זיך אוועקגעשטעלט פאר מיין קאמערע געבן א דרשה, כלומר'שט וועגן א ספר תורה וואס ער שרייבט בשם כלל ישראל, און דערנאך האט ער געהאלטן א דרשה איבער דער כח פון א שופר, און דאן געבלאזן תשר''ת תש''ת תר''ת אז עס האט געדינערט.... (צום באמערקן אז דער גאנצער קאמפלעקס איז אונטער 24 שעה פאליצייאישע אויפזוכט, זיי האבן קאמערעס יעדע פאר פיס, און אין א צימערל אויפ'ן פלאץ זיצן צו יעדע צייט צוויי פאליציאנטן און האלטן אן אויג אויף די סקרינס. אין סיי וועלכע אנדערע לאנד ווען איינער זאל בלאזן שופר בקול רעש גדול אין א היי סעקיוריטי פלאץ, וואלטן די סעקיוריטי גלייך געקומען צו לויפן. און דא - שא שטיל.... זיי זענען שוין צוגעוואוינט צו אזעלכע זאכן...)

פון קבר דוד זענען מיר צוריקגעפארן קיין בית ישראל, איך בין געגאנגען דאווענען מעריב אין בית ישראל שטיבלעך בעת וואס די ב''ב זענען געגאנגען זיך ווייטער אומקוקן אין די סאוועניר שאפס.

המשך יבא אי"ה
לעצט פארראכטן דורך משהזוךמיר אום דינסטאג מארטש 14, 2017 11:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאנץ 2 »

איין ווארט

WOW
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

Wow דא קומט אזאנס און אזאנס... קיעפ איט קאמיניג.. אויסטערליש אינטרעסאנט. א הערצליכע מזל טוב צו דיין 2000 תגובות מיר באלעקן זיך מיט אייער סחורה.
nishtkushe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nishtkushe »

זיסקייט. פון טערמינאל 7 זענען נישטא קיין סאך לופטליניעס מיט סיעט 10 פאר זיך און די בני בית צו פארן קיין מדינת ישראל.......
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

nishtkushe האט געשריבן:זיסקייט. פון טערמינאל 7 זענען נישטא קיין סאך לופטליניעס מיט סיעט 10 פאר זיך און די בני בית צו פארן קיין מדינת ישראל.......

זאל איך דיר ארויסלייגן מיין בארדינג פעס?..

------------------------

איך האב יעצט נאכאמאל נאכגעקוקט מיין רעזערוועישען, עס איז געווען טערמינאל 7, אבער מיט א לופטליניע וואס פליט נישט געווענליך פון דארט.

און דו פארגעסט אז עס איז נישט געווען קיין דיירעקט פלייט.
לעצט פארראכטן דורך משהזוךמיר אום דינסטאג מארטש 14, 2017 11:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

מיינע אויגן זענען נאס פון בענקעניש נא זשאק...
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

דברים אלו האט געשריבן:מיינע אויגן זענען נאס פון בענקעניש נא זשאק...

אההההה, דאס קומט פון איינער וואס האט שוין מיטגעלעבט.... מסתמא אויך געלערנט דארט....
ווער ווייסט, אפשר זענען מיר גאר געשלאפן אין איין דירה?...
Get your facts first, then you can distort them as you please.
nishtkushe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nishtkushe »

משהזוךמיר האט געשריבן:
nishtkushe האט געשריבן:זיסקייט. פון טערמינאל 7 זענען נישטא קיין סאך לופטליניעס מיט סיעט 10 פאר זיך און די בני בית צו פארן קיין מדינת ישראל.......

זאל איך דיר ארויסלייגן מיין בארדינג פעס?..

------------------------

איך האב יעצט נאכאמאל נאכגעקוקט מיין רעזערוועישען, עס איז געווען טערמינאל 7, אבער מיט א לופטליניע וואס פליט נישט געווענליך פון דארט.

און דו פארגעסט אז עס איז נישט געווען קיין דיירעקט פלייט.


איר האט נישט פארשטאנען. איך האב דיך חלילה נישט חושד געווען אין זאגן ליגענט. איך האב געזען אז די האסט מורא פון גילוי האב איך דיר געווארענט....דעטס אלל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קיינמאל געווען, פלאן נישט צו זיין דארט דערווייל, אבער געליינט מיט פארגעניגען. יישר כח משה זוך מיר, און מזל טוב צום "שר האלפיים" טיטל!
mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mini van »

שכח פאר די ביישרייבונג, געליינט מיט פארגעניגען,
איך קען באשטיין צי עס אויסטשעקן מיט די צייט אי"ה.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

טו"ת מיט קבר דוד וואן פלוס וואן איקוועלס איטשע מאיר
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

משהזוךמיר האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:מיינע אויגן זענען נאס פון בענקעניש נא זשאק...

אההההה, דאס קומט פון איינער וואס האט שוין מיטגעלעבט.... מסתמא אויך געלערנט דארט....
ווער ווייסט, אפשר זענען מיר גאר געשלאפן אין איין דירה?...

איינע פון ענק צוויי דארף איך זיכער צו געדענקן פון מיינע זיסע יארן דארט....
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שווארטץ »

גאר שיין.
ייש"כ!
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

ייש''כ פאר די פידבעק, אן עקסטער פאר די מזל טוב'ס.

פאר איך גיי ווייטער וויל איך וויסן וואס דער עולם האלט. זאל איך מאכן די פיקטשערס אזוי ווי אין דעם ערשטן טייל, עס זאל זיך ווייזן היי רעזאלושען, אדער זאל זיך עס ווייזן קלענער (דער עצם בילד איז ווייטער די זעלבע רעזאלושען (למשל פאר דאונלאודן), נאר אין די תגובה וועט זיך עס ווייזן קלענער, נישט פארנעמען דעם גאנצן סקרין)?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

קלענערע בילדער איז אויך פיין
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

איך האלט דוקא פון די גרעסערע. עס מאכט אונז מיטלעבן די נסיעה.
(קען זיין וויבאלד איך קוק פון א קאמפיוטער סקרין נישט פון קיין פאון.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

היי רעז. ביטע
ס'יז מער לעבעדיג
thanx
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 03, 2017 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thanx »

שכוח משה,
קומסט אריין קלאר..
ברענג נאך,,
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

רבי משה
זיסע זאפטיגע זכרונות, קבר דוד, און אלעס ארום, ייש"כ (נאר א שאד גענומען די בילדער ביינאכט, אבער שוין נישט עק וועלט)

ייש"כ
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

הערליך הערליך!!

לאז די בילדער אזוי ווי יעצט
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

לכאורה האט געשריבן:קיינמאל געווען, פלאן נישט צו זיין דארט דערווייל, אבער געליינט מיט פארגעניגען. יישר כח משה זוך מיר, און מזל טוב צום "שר האלפיים" טיטל!



גראדע יא אין פלאן ביי מיר ביום שיבא

(און אויב וועט אויסקומען, מעגליך אויך בעפאר)
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

משה, ביטע מיר ווארטן אויפן המשך, לייג עס וויאזוי דו ווילסט אבער גיי שוין ווייטער... איך האף אז ביזט דארט געווען פאר כאטש א חודש צייט...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אוי ברענגט דאס ארויף נאסטאלגישע געפילן... יו....
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

משהזוךמיר האט געשריבן:


פרייטאג צו נאכטס גיי איך דאווענען אין ביהמ"ד וואו איך פלעג דאווענען אלס בחור, דער עולם, געכאפט אין סורפרייז, נעמט מיר אויף מיט ווארעמע שלום עליכם'ס. דער גבאי שיקט מיר צו צו קבלת שבת.

פון וועלעכע יאר רעדסטו
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

בלעטל האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:


פרייטאג צו נאכטס גיי איך דאווענען אין ביהמ"ד וואו איך פלעג דאווענען אלס בחור, דער עולם, געכאפט אין סורפרייז, נעמט מיר אויף מיט ווארעמע שלום עליכם'ס. דער גבאי שיקט מיר צו צו קבלת שבת.

פון וועלעכע יאר רעדסטו

דו פארצייכנסט זיך יעדע וואך ווער דער בעל תפלה איז, אז דו גייסט עס יעצט קענען אפירנעמען?....

--------------------------


די בילדער דארף איך עניוועי פארקלענערן צו ווייניגער ווי העלפט פון די אריגינעלע סייז צו קענען אפלוידן (ווער ס'וויל סיי וועלכע בילד אויף 4,000 ביי 3,000 פיקסעלס וועל איך עס גערן שיקן פריוואט), דער חילוק פון גרויס און קליין איז בסך הכל וויאזוי צו מאכן דעם לינק, סאו אויב דער עולם וויל גרויס וועל איך עס גערן לאזן אזוי.

אגב, אין דער אפלוידן אשכול לייג איך אויך בילדער וואס איך לייג למעשה נישט אריין אין טאגבוך, סאו ווער עס וויל קען עס דארט זען. (נאר ביטע נישט כאפן קיין הייסע לאקשן,אסאך פון די בילדער דארט זענען א הכנה צום נעקסטן חלק.)
Get your facts first, then you can distort them as you please.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”