די אומגעלונגענע קידנעפינג.!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

איש החסד האט געשריבן:איך בין אינטערעסירט צו הערן אלע סארט קאמענטארן, אריינגערעכנט גרעמער און ספעלינג טועתים.


נאט אייך אפאר ספעלינג טעותים (און אויבערפלעכליכע גרעמער)


ד(ער)[י] אומגעלונגענע(ר) קידנעפינג

איש החסד האט געשריבן:דער זייגער צייגט דריי פארטאגס, די גאס'ן זענען שטאק(-)פינסטער, קיין נפש חי' איז נישט צום געפינען אויפן מאלענקוב גאס. אורי' און רוני שפירןג(י)[ו]ט אין זייערע ביינער די ביטערע רוסישע פרעסט[ן], מיט זייערע פיס צושטויסן זיי די נארוואס פריש געפאלענע שניי. זיי שפאנען ביידע מיט געמאסטענע טריט, בעת וואס זייערע אויגן טוען וואכזאם זיך אומק(י)[ו]קען אויף דעם גאנצן ארום. זייערע גלידער צ(ו)[י]טערן פאר קעלט, עס ווארפט זיך א צאן אין א צאן. אבער מיט זייער פעסטע אנשלאסענ(')קייט קימערן זיי זיך בכלל נישט דערמיט, זייערע מחשבות זענען אצינד אנגעהיצט אויפן העכסטן גראד, זייער קריטיש וויכטיגע אויפגאבע שטייט ביי זיי פיל העכער די פריוואטע באקוועמליכקייטן.

די ברייטע מאלענקוב גאס וועלכע פארנעמט די שווערע קיעוו(')ער טרעפיק, איז אבער אצינד פ(י)[ו]סט און ליידיג. כמעט וואס ס'איז נישט צום געפינען קיין אויטא'ס דורכפארן אין אזא שפעטע שעה. אורי' און רוני מארשירן זייער וועג ווייטער, בעת וואס זייערע שטעק-שוך[ ?] (איז)[זענען] אינגאנצן פארזינקען אינעם שניי. אט אט באמערקן זיי שוין ענדליך דעם רויטן טאוועל אויף וועלכע די אלט(-)קייט איז היבש קענטבאר, די דאזיגע טאוועל ליינט זיך מיט אוקריינישע באכשטאבן די ווערטער ''הויעך-שולע פונעם סאוויעטישן פאר(-)איין''. 'אט זענען מיר אנגעק(י)[ו]מען צום ציל – מורמלט אורי' פאר רוני - אצינד דארפן מי(ט)[ר] נאכגיין וואו אהין דער טאוועל צייגט'.

א ריזיגער רויטער פינף שטאקיגע געביידע באווייזט זיך פאר רוני'ס אויגן. רוני, וועלכער האט פרובירט – ווי א[ן] ערפארענע[ר] מוסד אגענט - צו פארשטעקן זיין גרויס באגייסטערונג דורכאויס דעם גאנצן נסיעה זינט ער האט ארויס שפאצירט פונעם 'מוסד' הויפטקווא[ר]טיר אין תל אביב, קען זיך אבער מער נישט באהערשן, ערשט יעצט ווען ער הויבט אן האבן אן א השגה צו וואספארא געפארפולע שליחות ער ווערט געשיקט, ווערט אים שלעכט אויפן געוויסן. רוני דערמאנט זיך ווען זיין קאמאנדיר האט אים געווארנט צו וואספארא מסוכנ'דיגע שליחות ער איז אויסגעקליבן געווארן, זיין קאמאנדיר האט אים דעמאלט קלאר געגעבן דעם אויסוואל זיך אפצוזאגן דערפון, אבער ער - מיט זיין געמאכטן שטאלץ - האט דאס גלייך אקצעפטירט.

רוני געדענקט אויך זייער ג(י)[ו]ט, אז ער האט נאך ניטאמאל עספיעט צו דערציילן פאר זיין ווייב און ערוואקסענע קינדער אז ער לאזט זיך ארויס אויף א געהיימע מיסיע אין אויסלאנד. דער קאמאנדיר האט אים גלייך געשיקט צו א ספעציפישע ארט ווי ער האט זיך געטראפן מיט אורי', און זינט יענע רגע גייען זיי אינאיינעם ד[י](עם) גאנצ[ע](ן) נסיעה פונעם לוד-לופטפעלד ביז'ן מאלענקוב גאס וואס געפינט זיך אי[ן די](נעם) – אזוי גער(י)ופענע – אוקרייני(')שע(ר) הויפט שטאט קיעוו.

שטייענ(')דיג צו פ(י)[ו]סנ'ס פו[ן די](נעם) גרויסע(ר) רויטע(ר) געביידע, באמערקט רוני ווי אורי' שפאנט צו צום טויער און דריקט דעם קנעפל וועלכע געפינט [זיך] אין [די] רעכטע זייט. עס גייט נישט דורך קיין גאנצע מינוט ביז ווען עס דערהערט זיך א קול פונעם אנדערן זייט טויער, נאך א קורצע שטיל(-)קייט ווערט די טויער ברייט געעפענט. ביים טיר (–) באמערקט רוני( –) א יונגער אפיציר וועלכע ק[ו](י)קט זיי צוערשט אריין אין די אויגן, און באלד דערנאך רופט ער צו אורי' און בעט אים זיין אינדעטיפיקאציע קארטל, אורי' צעגערט נישט נאר נעמט גלייך ארויס עפעס פון זיין בלויען טאשקע און צייגט דאס פאר'ן אפיציר. ווי נאר דער אפיציר זעהט דאס, צייגט ער פאר אורי' אז ער קען גיין ווייטער.

אורי' געט א שלעפ צו זיך רוני, און הייבט אן שפאנען מיט אים אריין אינעם ברייטן קארידאר. אורי' כאפט אן רוני ביי די האנט און צייגט אים אז ער זאל אים נאכגיין ווי ער גייט. נאכ'ן דורך מארשירן דעם גאנצן קארידאר, עפענט אורי' אויף דעם טיר ביים עק פונעם קארידאר ווי עס געפינט זיך די טרעפ צו די אנדערע שטאקן. אורי' גייט ארויף צום צווייטן שטאק און גייט אריין אינעם קארידאר און גייט גלייך צו צום צווייטן טיר אויף די רעכטע זייט, און אינאיינעם מיט רוני ווערט פארשוואונדען צום אנדערן זייט פונעם טיר.

זייענ(')דיג אינעווייניג אינעם שטוב, געפינען זיי צוויי בעטן, א טיש און עטליכע בענקלעך רינגס און ארום, און ביי די זייט שטייט א קליין ק[י](ו)ך, און ווי אויך איז דארט פארהאנען נאך א קליין צ[י](ו)מער('ל) ווי עס געפינט זיך א ביה''כ און א שויער. דאן זעצט זיך אורי' אנידער אויף א בענקל און ער ריקט דאס צו צום טיש, ווען גלייכצייטיג בעט ער רוני צו ט[ו](י)הן די זעלבע.

אורי' דרייט אויס זיין פנים צו רוני, מיט זיינע שרעק-ווארפנדע אויגן ק[ו](י)קט ער גראד אריין אין רוני'ס אויגן, און דאן הויבט ער אן מיט א שטילע שטימע 'הער מיר צו, רוני מיין פריינד. איצט איז געקימען די צייט דיר צו פארציילען די ציל פון אונזער מיסיע, דו דארפסט אבער וויסן פון פאראויס אז אויב וועט פון דיין מויל ארויסגיין אפילו איין ברעקל אינפארמאציע מיט וועלכע איך וועל דיר אצינד געטרויען, ביסטו אויפן ארט א פאר(')אורטיילטער צום טויט. געדענק, אלעס געפינט זיך אין דיינע הענט, עס איז דיין פולער אחריות אז די מיסיע זאל נישט פארעפענטליכט ווערן איידער זי ווערט גענצליך אויסגעפירט, פארשטאנען' – פארענדיגט אורי' מיט א שארפע טאן. יא – האט רוני קורץ געענפערט.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

שעפעלע, ווען וועסטו שוין וואויל ווערן?
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אז מ'בעט געט מען



(וואס דען הייסט וואויל?)
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

שיין שיין. ביטע אראפ מיט די פינטלעך בעפאר א ״?״ אדער א ״!״.

שכויעך נאכאמאל גיי ביטע אן!
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

מה פתאום??? האט געשריבן:שיין שיין. ביטע אראפ מיט די פינטלעך בעפאר א ״?״ אדער א ״!״.

שכויעך נאכאמאל גיי ביטע אן!

וועלכע פינטלעך, אראפ פון וואו און פארוואס...?
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

לויט די כללים פון שרייבן קומט נישט קיין פינטל בעפאר א אנדערע סימבאל, דו לייגסט יא. ווי אויך קומט נישט קיין ספעיס בעפאר א פינטל אדער א סימבאל. אויב דו כאפסט נישט וועט מען לייגן א סקרין שאט...
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

מה פתאום??? האט געשריבן:לויט די כללים פון שרייבן קומט נישט קיין פינטל בעפאר א אנדערע סימבאל, דו לייגסט יא. ווי אויך קומט נישט קיין ספעיס בעפאר א פינטל אדער א סימבאל. אויב דו כאפסט נישט וועט מען לייגן א סקרין שאט...



איך מיין דו זאלסט לייגן א סקרין שאט ווייל איך זעה נישט אין די ארטיקל קיין איין ? אדער !


#גלעזער_אלערט
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

די קעפל האסטע געזען?
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

מה פתאום??? האט געשריבן:לויט די כללים פון שרייבן קומט נישט קיין פינטל בעפאר א אנדערע סימבאל, דו לייגסט יא. ווי אויך קומט נישט קיין ספעיס בעפאר א פינטל אדער א סימבאל. אויב דו כאפסט נישט וועט מען לייגן א סקרין שאט...

גיט צו וויסן אז איר האט ניטאמאל געליינט מיין ארטיקעל, ס'אנטהאלט נישט קיין איין סימבאל, אדרבה אהער מיט א סקרין שאט
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

מה פתאום??? האט געשריבן:די קעפל האסטע געזען?

נו, אויף א קעפל איז נישט די קפידה.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

זייט ווען?

(איך מיין באמת נישט אנצוגרייפן ח״ו, האסט געבעטן גרייזן האב איך צוגעגיבן מיינע צענט, באמת א שכויעך פארן שרייבן)
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

מה פתאום??? האט געשריבן:די קעפל האסטע געזען?


גערעכט, איך האב פארזעהן דעם קעפל.

אבער פון דיינע ווערטער ער זאל אראפ נעמען די פינטלעך בעפאר א ? אדער ! זעהט אויס ווי ס'איז דא כאטשיג א 5 "?" און 7 "!"



און אויפן קעפל זעהט מיר גראדע אויס אז ער האט געוואלט לייגן עטליכע פינטעלעך בעפאר די "!" און ס'איז פשוט בטעות נאר געווארן איינס דערפון.
אוועטאר
ס'אמת
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'אמת »

איש החסד האט געשריבן:איך בין אינטערעסירט צו הערן אלע סארט קאמענטארן, אריינגערעכנט גרעמער און ספעלינג טועתים.


קודם העל איך אייך זאגן ש'כח פאר די שרייבינג
keep it up

מען שרייבט "טעותים"
:wink:
'אמת' מארץ תצמח,
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

א פיין קעפל האט ער אטא דער איש החסד...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

שעפעלע, די אמת איז אז איך וויל אים שוין פון לאנג זאגן די הגהה נאר יעצט אז ער האט געבעטן האב איך געזאגט. אבער נישט לקנטר ח״ו.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

איש החסד, פיין! גאר פיין! גיין אן!

חושב מחשבות... האט געשריבן:איינער קען שטעלן א לינק צו נאך באשרייבונגען פונעם זיידן?

viewtopic.php?f=3&t=26322&p=1037871
הק' איש ימיני
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

ביסטו זיכער אז ״מאלענקוב״ איז גוט געספעלט?
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

איך מיין מען זאל טוישן די קעפל ווייל יעצט ווייס איך שוין אז די קידנעפינג איז נישט געלונגען און שוין ,יעצט קען איך גיין שלאפן רואיג.
א פשוטע איד.
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

יהודי האט געשריבן:איך מיין מען זאל טוישן די קעפל ווייל יעצט ווייס איך שוין אז די קידנעפינג איז נישט געלונגען און שוין ,יעצט קען איך גיין שלאפן רואיג.

גראדע כאפ איך זיך איצט אז אייגנטליך ביסטו גערעכט, ס'קומט נישט אז אינעם קעפל זאל שטיין דער סך הכל פונעם געשיכטע. נו, וואזשע זאל איך איצטער טיהן, זאל איך טוישן די קעפל שוין צום צווייטן מאל, אדער זאל איך בעסער אנהויבן א פרישע געשיכטע?

עני-וועי ש'כוח פאר די הערה, כ'וועל עס נאך אסאך דארפן ניצן...!
אוי, כ'האב פארגעסן, מ'טאר נישט לייגן קיין פינטלעך פאר'ן סימבאל!!!
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

טויש דעם קעפל צום דריטן מאל וועסטו אויפטון ביידע אז דער עולם וועט מיינען אז עס א נייע מעשה :lol:
א פשוטע איד.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איש, יו אר די מען!

#קיעפ איט אפ.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אויסגערעכנט האט געשריבן:ביסטו זיכער אז ״מאלענקוב״ איז גוט געספעלט?

לץ אחד וואס דו ביסט...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

נו, ווען קומט שוין די צווייטע פארזעצונג???
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:נו, ווען קומט שוין די צווייטע פארזעצונג???

אי''ה היינט אויפדערנאכט!
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

מיר ווארטן מיט איינגעהאלטענע אטעם!
סוף מעשה במחשבה תחילה.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”