די אומגעלונגענע קידנעפינג.!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

יהודי האט געשריבן:אפשר לייגט מען די קאמענטארן און א עקסטערע אשכול ?
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

שעפעלע האט ליב צו עפענען קאמענטארן אשכולות, נא... גיי פתיחה...
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

מיר ווארטן מיט א געשפאנטן אטעם.
אזוי שנעל? איש החסד, ביסט א קונצן מאכער!!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:אפשר לייגט מען די קאמענטארן און א עקסטערע אשכול ?

={'}

מסכים !!
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

הערות און קאמענטארן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

ביטע שרייבן דארט אלע שכח'ס, הערות, און קאמענטארן אויף די פארזעצונג 'די אומגעלונגענע קידנעפינג' פון ידידנו הרב 'איש החסד' כדי נישט צו שטערן די המשך דא.



יישר כח
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

ווי נאר אורי' האט פארענדיגט די פרטים פון די געוואגטע מיסיע, איז רוני געבליבן זיצען אויפן קליינעם האלצערנעם בענקל ווי א געלעמטער. די אויגן האבן אים גענימען שווינדלען, א שווייס האט אים באגאסן פון קאפ ביז פיס, זיין הארץ האט אנגעהויבן קלאפן אויפן העכסטן טעפא.

רוני, איז געווען נאכמער שאקירט צו הערן די ארומיגע פאקטן בנוגע די פלאן, ווי די מיסיע זעלבסט. ער האט אין זיין וויסטן חלום נישט געקלערט אז די צוזאמען-ארבעט צווישן מדינת ישראל און דעם סאוויעטישן פארבאנד איז אויף אזאנע הויעכע שטאפלען. עס איז אים אויך געווען א חידוש צו הערן דאס עצם פאקט, אז די 'מוסד' אגענטור ארבעט האנט ביי האנט מיט די טרויעריג-בארימטע 'קעי-דשי-בי' - די סאוויעטישע געהיים אגענטור.

רוני האט אבער גאנץ שנעל באוויזן צו איבערקימען זיינע שטורעמישע הרגשים, ער איז דאך פארט דער וועמען מ'פלעגט נאך יונגער-הייט רופן 'דער געבוירענער מוסד אגענט'. ער האט זיך באלד געשטארקט און פרובירט צו ארויס צייגן דרייסטקייט. 'יא, איך גיי איין דערויף. איך נעם זיך אונטער דאס אנפירן דעם פארכאפונג און דאס האפענטליך אויך אויספירן עד הסוף' האט רוני מיט א פעסטע שטימע געבראכן דעם שטילקייט אינעם צומער. אורי' האט דערויף רעאגירט מיט א לייכטע שמייכל, און דאן פארענדיגט 'נו, אצינד איז דאך שוין גאר שפעט, מיר וועלן צו ערשט כאפן א דרימל און באלד מארגן פארמיטאג וועלן זיך שוין געפינען דא אונזערע קאלעגע'ס.

פינף יאר בעפאר...

ס'איז יארע 1944, דער אייראפע'אישער קאנטינענט איז שוין דעם זעקסטן יאר נאכאנאנד איינגעהילט אין א בליטיגע קאמף. די גרעסטע און שרעקליכסטע קריג זינט וועלט-באשאפונג הויבט ענדליך אן קומען צו א פריידיגע ענדע. דדער נאצישער דריטע-רייך איז ביים שוועל פון אונטערגאנג, בערלין ווערט שוין העפטיג טעגליך באמבאדירט דורך די אליאירטע ארמייען, די נאצישע שלאנג האלט שוין אט אט ביים דערשטיקט ווערן.

'ווערנער וואן ברוין' נעמט איבער די הייסע קאווע וואס זיין סעקרעטאר האט אים נארוואס דערלאנגט, ער שלינגט דערפון עטוואס בעת וואס מיט זיין לינקע האנט צינד ער אן די דערנעבענדיגע ראדיא אויף א הויעכן וואליום. ברוין – דער הויפט סייענטיסט און אינדזשעניר פון די נאצישע מיליטער וועלכער האט דעזיינט די V-2 ראקעטן – מאכט זיך באקוועם אויפן קאנאפע און הערט זיך צי ווי דער מצב אויפן פראנט האלט.

ברוין האט גיט געוואוסט אז דער נאצישער מפלה איז שוין אצינד אומפארמיידבאר, ער האט אויך פארשטאנען אז די וועלכע זענען באגאנגען קריגס-פארברעכנ'ס וועלן דערפאר דארפן אפגעבן א דין וחשבון פאר די אליאירטע שופטים נאכן ענדע פונעם קריג. ברוין האט אבער פארט געהאפט אז ער אינאיינעם מיט זיין גרופע סייענטיסטן וועלן דאס גרינגערהייט קענען פארמיידן, עס איז אים נישט געווען קיין סוד אז די אמעריקאנע מיליטער און די רוסישע רויטע ארמיי פירן א געיעג אויף די נאצישע סייענטיסטן.

ברוין האט געגעבן נאך א שלינג פון זיין קאווע, און דאס דערנאך באלד צוריק געלייגט אויפן טיש און דאס מער נישט פארענדיגט. א סקרוך איז אים דורכגעלאפן אין די גלידער, עס איז אים שווארץ געווארן פאר די אויגן, ער האט נארוואס דערהערט דעם פירער'ס שארפע באפעל ''ערלויבט נישט דעם שונא קאנפיסקירן אונזערע פארמעגנ'ס און געפינסן, בלויז פארברענטע ערד זאלן זיי עררייכן, זאלן אונזערע פיינט נישט הנאה האבן פון אונזער ארבעט, אויב איז נישט דויטשלאנד איבער אלעם דאן איז די וועלט נישט ווערט איר אינהאלט''. ברוין האט געקענט דעם פירער'ס מענטאליטעט, ער האט דאס גראדע געגליכן, אבער אט די באפעל האט ער נישט געקענט אראפשלינגען. 'דאס איז דאך א קלארע טויט אורטייל, סיי פאר מיר זעלבסט און ווי אויך פאר די שווערע ארבעט פון לאנגע יארן' האט ברוין געמורמלט ווי צו זיך אליין מיט ערשיטערונג און ווייטאג.

ברוין האט זיך דערזעהן אין א שווערע דילעמע, עס איז טאקע בלויז א שאלה פון עטליכע טעג ביז ווען די אליאירטע דערגרייכן דעם ארט ווי ער געפינט זיך, אבער פילייכט וועט די געסטאפא זעהן אז דעם פירער'ס באפעל זאל ערליך אויסגעפירט ווערן, און וועלן זיכער אינגיכן קומען נאך אים און אים אפרוימען פון וועג.

פארזינקען אין שרעקעוודיגע מחשבות איז ברוין אנטשלאפען געווארן בעת זיין קאפ פאלט אויף ארינטער. א שטארקע זעץ דערהערט זיך אינעם צימער, די טיר עפענט זיך ברייט, און עס מארשירן אריין צוויי געסטאפא אגענטן מיט אויסגעשטרעקטע רעוואלווער. 'האנט אין די הייעך' דערהערט זיך א ווילדער געשריי. ברוין איז שיעור אנידער געפאלן אויף דער ערד פאר גרויס שרעק און פחד, ער עפענט ברייט זיינע אויגן און באטראכט די צוויי געסטאפא לייט מיט זייערע בייסיגע בליקן. 'הער ברוין, מיר זענען געקימען נאך אייך, איר זענט אצינד אונטערגעווארפן אונטער די געסטאפא פירערשאפט, דו זאלסט בעסער נישט מאכן קיין פראוואקאציעס נאר אויספאלגן אונזערע פארלאנגען...

ברוין האט זיך געווארפן פאר פחד, ער האט געזעהן אז ס'איז סיי ווי נישט דא קיין וועג ארויס, ער האט מחליט געווען אז די בעסטע וועג ארויס איז קאפיטולירן. די צוויי געסטאפא האבן אים אנגעכאפט פון ביידע זייטן, פארדעקט זיינע אויגן, און אים ארויסגעפירט פון צימער.

א קליינע מיליטערישע טרעקל האט אפגעווארט אינדערויסן, און ווי נאר די דריי האבן זיך געפינען צוריק אינעווייניג, האט דאס ארויסגעלאזט א גריטש, און באלד פארשוואונדן געווארן פון האריזאנט באגלייט מיט א דיקע רויעך קנויל.
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

שוין א שעה זינט כ'האב עס ארויפגעלייגט, ואין קול ואין עונה. וואסע פשט, אפשר איז א שאד די ארבעט?!
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

חס ושלום!!! אזוי צו רעדן???

מיר זיצן דא אלע מיט ברייט צועפנטע אויגן, דער שפייעכץ טראפט אראפ פאוואליע אומבאמערקטערהייט, דאס קאפל היבש אונטערגעהויבן אלס דירעקטער רעזולטאט פונעם אויפגעשטעלטן שורה האר, און דער ליפ איז צוביסן און צוריבן. א שפאנונג און טאטאלער נייגער באהערשט אונז פון קאפ שפיץ ביזן פיסל פינגער, און די פארגליווערטע האנט פלאכן בלייבן באוועגלאז און פארפרוירן אויפן קנעפל - קעסטעלע פארנט פונעם סקרין, שפראכלאז!

דערפאר קען נאך קיינער נישט צום ווארט קומען. די גומען זענען נאך צוגעקלעבט צו די ציינער פון גרויס שפאנונג. דאס אלעס.

ווארט נאר ווארט דער ציבור זאל זיך אויפכאפן, אוי וועט מבל'ען תגובות!

איש החסד, טו א חסד, דיין עקזיסטענץ איז אונזער אטעם לופט!

קיפ אן, פליז!
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 5:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

דער עולם ברויך זיך נאך אויפסיינען דערויף
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אויף וואס?
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אויף וואס?

צו באקומען א נאטיפיקאציע ווען עס ערשיינט א נייער ארטיקל
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אה.
פארשטאנען.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

ביטע נישט שרייבן דא ווייל קיינער וויל זיך נישט אויפסיינען צו באקומען א נאטעפיקאציע אז דער און דער האט געשריבן ״א גוטן״.

גייטס אריבער צו די קאמענטארן אשכול.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

נאר געשריבן כדי צו קענען זיך אויפסיינען צו באקומען א באריכט ווען ס'דא א תגובה
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

א שפאציר אריבער די פראנט ליניעס


אייזענהאוער – דער הויפט גענעראל אויף אלע אליאירטע כוח'ס, שפאצירט אריין אין זיין רעזידענץ וועלכע איז אצינד סטאנציאונירט אין פאריז, ווען אין זיינע הענט האלט ער א הויפן געלע פאפירן און קאנווערטן. די לייב-וועכטער וועלכע געפינען זיך שטענדיג אינעם הויפט קאמאנדיר'ס ד' אמות, ווייסן שוין אז אט די קאליר 'געל' באדייט אז די פאפירן אנטהאלטן העכסט געהיימע קלאסיפיצירטע אינפארמאציע, וואס אפילו זיי – די לייב-וועכטער, זענען נישט ערלויבט אפילו בטעות אריינצובליקן דערין. עס איז אויך זייער פליכט צו אינאכט נעמען, אז קיין שום פרעמד אויג זאל נישט צוקימען צום גענעראל אזוי נאנט אויף צו קענען ליינען די אינהאלט פון די 'געלע' פאפירן.

אייזענהאוער מארשירט גלייך אריין אין זיין פריוואטן ביורא, און פארשליסט די טיר פון די אנדערע זייט. נאכן זיך אוועק זעצן אויף זיין לעדערנעם פאטעל, ווארפט אייזענהאוער אראפ דעם גאנצן בינטל פאפירן אויפן טיש. ער ציט דערביי ארויס פון דעם אונטערשטן לעדל זיינע ברילן, וועלכע ער שטעלט ארויף אויפן שפיץ נאז און מיט א ערענסטע מינע אויפן געזיכט הויבט ער אן אריינבליקן אין אט די 'געלע' פאפירן.

נאך וואס פיפצן מינוט זענען א דורך, עפענט אייזענהאוער דעם טיר פון זיין ביורא, ער גייט שנעל צו צי זיינע לייב-וועכטער און פרעגט מיט א אנגעצויגענע טאן 'איז שוין לואיס דא געווען, יא, יא, דער וואס איז דא געווען דעם לעצטן מאנאט מיט נאך דריי פראצויזישע זעלנער, איר ווייסט אודאי וועמען איך מיין, נישט אזוי?'. 'יא' ענפערן ביידע אויפן ארט ווי א כאר, 'מיר ווייסן וועמען דער גענעראל מיינט, אבער ער איז צום באדויער נישט געזעהן געווארן זינט דעמאלט'. אבער דער גענעראל ווערט זייער נערוועז און לאזט נישט נאך, 'איך ווייס אז ער איז נישט געזעהן געווארן זינט דעמאלט, ער איז דאך געווען אויף א מיסיע ערגעץ ווי. אבער אצינד דארף ער שוין זיין צוריק, ביטע גייט'ס זיך נאכפרעגן אויב ער איז שוין אנגעקימען'.

אייזענהאוער, וועמענ'ס טיפ איז געווענליך געווען זייער א רואיגער און סולידער, איז אבער יעצט געווען עפעס אויסטערליש אנגעצויגן. אזאנס האט גלייך געצויגן אלעמענס נייגער, אייזענהאוער וועלכער האט זיך געקענט ערלויבן צו טריקן קאווע בעת דער באוואוסטער בליטיגער קאמף באקאנט מיטן צונאמען ''די בעדל אוו די בלאדזש'', איז אבער איצטער געווען שטארק צוטראגן.

אייזענהאוער איז ווייטער געשטאנען אויפן ארט, און אויסגעווארט אז דער וועכטער זאל זיך אומקערן. נאך געציילטע מינוטן דערהערט זיך מיטאמאל א גערויש פון א מיליטערישער דשיפ, דער דשיפ איז געקימען צו פארן מיט א שנעלקייט אין ריכטונג פון אייזענהאוער'ס רעזידענץ, און גלייך אנקימענדיג צום הויפט-טויער האט דאס געמאכט א האסטיגן אפשטעל.

די טיר פונעם דשיפ עפענט זיך און עס מארשירט ארויס א הויעכער געבויטער פראנצויז, ער פארקלאפט די טיר פונעם דשיפ און ווענט שנעל זיינע טריט צום טויער פון אייזענהאוער'ס רעזידענץ. די וועכטער האבן אים אבער באלד אפגעהאלטן בעטענדיג ער זאל זיי צוערשט צייגן זיין אידעטיפיקאציע קארטל. ווי נאר אייזעהאוער האט דערהערט אז א פראנצויז שטייט ביים אריינגאנג, האט ער זיך זעלבסט באלד א לאז געטין צום פענסטער פון ווי ער האט אויפן ארט באמערקט אז דאס איז נישט קיין אנדערער נאר 'לואיס' אליין. אייזענהאוער האט גלייך פארארדנט אז מען זאל דעם פראנצויז שוין אריינלאזן און אים אריינפירן צו זיין פריוואטן ביורא.

עס האט זיך אבער דערקענט אויף דעם פראנצויז, אז ער איז בכלל נישט קיין פרעמדער אין דעם רעזידענץ, ער האט אליין גיט געוואוסט וואו צו ווענדן זיינע טריט, ביז ער האט דערגרייכט דעם פריוואטן ביורא וואו אייזענהאוער האט נארוואס אראפגעשטעלט די 'געלע' פאפירן. ווען אייזענהאוער האט דערזעהן לואיס האט זיך זיין גאנצע מוט געטוישט אין א רגע, א ברייטן שמייכל האט זיך באוויזן אויף אייזענהאוער'ס פנים, זיין גיט-מוטיגע טיפ האט זיך ענדליך ווידער אנגעזעהן אויף אים מיט איר פולן גלאנץ.

אייזענהאוער האט זיך אויפגעשטעלט פון ארט, ער איז צוגעגאנגען צו לואיס און מיט א פריינד'ליכקייט געקלאפט אין רוקן ווען דערביי שפאצין זיי אריין אינאיינעם אינעם ביורא און פארשליסן די טיר אונטער זיך.

פאר אלע מיליטער-לייט און וועכטער וואס האבן מיטגעהאלטן דעם ספעקטאל איז דאס געווען א זעלטענע חידוש. זיי האבן געקענט לואיס אלס א פשוט'ער שיק-יונגעל, עס איז זיי אבער אין וויסטן חלום נישט איינגעפאלן אז ער נעמט גאר א טייל אין העכסט וויכטיגע שפיאנזש אקטיוויטעטן. באזינדער האט ארויסגעריפן וואונדער, אייזענהאוער'ס שטארקע אנגעצויגנקייט צו טרעפן לואיס ווי אומשנעלסטן. און פארוואס באלד ביים דערזעהן אז יא, ער דא, איז שוין געווארן אזוי אויפגעלייגט?!. 'זיכער האנדלט זיך עס דא פון עפעס א אויסערגעווענליכער שליחות מיט וואס לואיס איז באאויפטראגט געווארן דורך אייזענהאוער זעלבסט' האבן די מחשבות פון די צוקיקער שפעקאלירט.

נאך א פריוואטע באגעגעניש פון געציילטע מינוטן, האט זיך די טיר ברייט געעפענט און אייזענהאוער אינאיינעם מיט לואיס שפאצירן ארויס. אייזענהאוער דערנעטערט זיך צום טישל פון זיין סעקרעטאר און זאגט איר שטיל אריין אין אויער 'גיי יעצט און שיק דעם פאלגענדע טעלעגראם צום ווייסן הויז' און דערביי צייגט ער איר א ווייסע שטיקל פאפיר אויף וועלכע עס שטייט אויפגעשריבן 'גאלדען קעט עקאמפלישט'...
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

[למען האמת: דער דאזיגער תגובה אנטהאלט בלויז דברים שאירע באמת בעת מלחמת העולם השני', וממנה ישתלשל אי''ה המעשה האפי']


דער גערוך פון פולווער שפירט זיך נאך אין לופט, די שניי איז נאך מייסטנס באדעקט מיט א רויטע פארב וועלכע דערציילט אז א שווערע בליטיגע שלאכט האט זיך דא נארוואס אפגעשפילט. די צוויי זייטן שטייען ווייטער אויפן העכסטן אלערט, קיינער איז מער נישט בכוח ממשיך צו זיין, אבער האבן פארט מורא אז דער צד שכנגד זאל נישט זיין די וועלכע וועלן אנהויבן דעם קומעדיגן אפענסיווע.

מיר באציען זיך איצטער צום פראנט ווי עס קומען פאר העפטיגע שלאכטן צווישן די רוסישע רויטע ארמיי און די דייטשע - שוין היבש אפגעשוואכטע – מיליטער. דער אויסגאנג פון די דאזיגע שלאכטן צו דעראבערן מזרח פרייסען וועט זיכער האבן א דעצידירענדע אנטשיידונג אויפן ווייטערדיגן גאנג פון דער מלחמה. עס איז דעריבער פארשטענדליך אז די קאמפן זענען געווען אויסטערליש אגרעסיוו און פארביסן מיט שווערע פארלוסטען אויף ביידע זייטן.

אצינד אבער, נאך לאנגע וואכן פון העפטיגע נאכאנאנדע קאמפן זענען די רעזערווארן פון מוניציאן און מענטשן קראפט פון ביידע זייטן געווען היבש אויסגעליידיגט. עס האט זיך קריטיש וויכטיג אויסגעפעלט ס'זאל אריינגעברענגט ווערן פרישע זאפאסן פון אלע סארטן מיליטערישע געצייג. באזונדער איז געווען קריטיש וויכטיג די נאכפראגע ס'זאל ווי אמשנעלסטן געברענגט ווערן פון אונטער די פראנט-ליניע'ס, גרויסע קוואנטומס בענזין און ברענ-שטאף וואס ביידע ארמייען האבן געדארפט פאר זייערע טאנקען און עראפלאנען.

איוואן דאנילאוויטש טשערניאכאווסקי איז געווען א יונגער רוסישער העלדישער גענעראל, און איז געשטאנען צו די רעכטע האנט פון גארבאטאוו - דער שעף און קאמאנדאנט פון דער דריטער רוסישער ארמיי. טשערניאכאווסקי האט - טראץ זיין יונגן עלטער - זיך ספעציעל אויסגעצייכנט מיט זיינע בריליאנטענע איינפאלן און געוואגטע אונטערנעמונגען.

טשערניאכאווסקי האט געגעבן א בייג ארויף זיינע דיקע וואנצעס און צוגעלייגט זיין דיקן ציגאר צום מויל, א דיקע רויעך האט זיך באלד דערויף ארויס געשלענגלט פון זיינע נאז-לעכער און איינגעהילט דעם גאנצן אטמאספער אין א שווארצן וואלקן. אויפן טיש איז געליגן א כמעט ליידיגן פלאש פון רוסישע וואסער – וואדקע, וואס מיט יעדע פארבייגייענדיגע מינוט איז דאס אלץ מער לעהר געווארן. 'דו דארפסט פארשטיין די מצב איז דרינגנט, ווי קענען מיר זיצען מיט פארלייגטע הענט און אויסווארטן ביז ס'וועט אונז געשיקט ווערן פרישע דרייסיג דיוויזיעס מיט די נייעסטע אויפגעריסטעטע טאנקען און עראפלאנען?! די שונא וועט פילייכט קריגן פארשטערקערונג'ס קראפט איידער מיר וועלן דאס באקימען, מיר דארפן דאס דאך ברענגען פון אנדערן עק רוסלאנד, דאקעגען דער שונא קען דאס באקימען ביז געציילטע טעג. מיר דארפן זעהן עפעס א אופן וויאזוי צו געוואויר ווערן אויב זיי פלאנירן נישט קיין פליצלונדיגע אפענסיווע' האט גארבאטאוו געזאגט פאר טשערניאכאווסקי מיט א ערענסטן טאן.

טשערניאכאווסקי האט געצויגן מיט די אקסלען און גארנישט רעאגירט. ערשט נאך א קורצע שטיל-שווייגעניש האט זיך דערהערט זיין דונערדיגע שטומע, בעת וואס עס שפראלט ארויס א דיקע רויעך פון אונטער זיינע פאר'געלטע וואנצעס 'הער צי מיין געערטער קאמאנדיר, איך קלער פון א געוואקטע פלאן וואס איז פילייכט די איינציגסטע און ווירקזאמסטע מעטאד ארויס צודערווישן די פלענער פונעם שונא. דער פלאן זאגט זיך קורץ אבער זי איז אייגנטליך היבש קאמפלעצירט ווירקליך דורכצופירן, אבער בעסטע שפיאנאזש בין איך אפטימיסטיש אז מיר קענען אזאנ'ס באווייזן, נעמליך, פארכאפן און קידנעפן דעם שונא'ס מיליטערישען הויפט קאמאנדיר און פון אים ארויספרעסן אלעס וואס ער ווייסט...' 'איך גלייב אז ער איז באהאוונט אין די ווייטערדיגע מיליטערישע סטראטעגיע' – האט טשערניכאווסקי צוגעגעבן מיט א סארקאסטישע מינע...

א הילכיגן געלעכטער האט אפגעהילכט אינעם פראוויזארישן גענעראל הויפט-קווארטיר, גארבאטאוו איז ממש געווען אויסער זיך פון טשערניאכאווסקי'ס געלונגענע ווערטל. אבער באלד דערנאך האט אים צוריק באנימען זיין געווענליכע ערענסטע כאראקטער, גארבאטאוו האט זיך אויפגעשטעלט און צוגעגאנגען צו טשערניאכאווסקי און אים אריינגעקיקט אין די אויגן 'עס איז מלחמה צייטן איצט, ביטע הער אויף מיט דיינע אומרעאליסטישע וויצן, די צייט ברענט אונטער אונז, מיר קענען זיך נישט ערלויבן צו פארברענגען די צייט מיט פאנטאציעס. מיר מוזן זעהן ווי אמשנעלסטן אויפצוקימען מיט עפעס א סטראטעגיע'.

טשערניאכאווסקי וועלכער איז בטבע געווען א קאלטער טיפ האט זיך גאנץ ווייניג דערשראקן פון זיין אויבער-האר'ס שטרענגע בליקן. טשערניאכאוונסקי האט איבערגעזאגט דעם אויבן דערמאנטע פלאן, און דערנאך צוגעגעבן מאכענדיג מיט הענט 'איר הערט, דאס איז עס, איך נעם עס אויף מיר, איך וועל דעם פלאן גערן דורכפירן. דער קאמאנדיר קען זיך פארלאזן אויף מיין ווארט, ביז צוויי טעג וועט איר האבן פאר אייערע אויגן דעם דייטשן גענעראל וועלכע פירט שוין מיט אונז דעם העפטיגן קאמף די לעצטערע פאר וואכן. געדענק איך געב אייך מיין ערן ווארט הער קאמאנדיר'.

גארבאטאוו, האט דאך פארט גיט געוואוסט אז טשערניאכאווסקי איז א טויגליכער חברה'מאן, ער האט – נאכן הערן ווי ערענסט טשערניאכאווסקי מיינט דאס – גערן צוגעשטימט צום פלאן.

טשערניאכאווסקי האט אבער געוואוסט אז אצינד איז ער בעיקר אנגעוויזן אויף אקוראטע שפיאנאזש בכדי דערשמעקן אויב דער פלאן איז בכלל רעאליסטיש, און אויב יא, וויאזוי זי זאל דורכגעפירט ווערן אויפן שנעלסטן און גרינגסטן אופן.
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

ווען נחמן האט אנערקענט אז זיין מצב האלט זייער שמאל, זיין לינגען אנטצינדונג ווערט ערגער מיט יעדן פארבייגייעדיגן מינוט און אט אט וועט זיין אטעם נאכמער פארשווערט ווערן, האט ער דאן מחליט אז ס'איז צייט איבערצוגעבן פאר זיינע צוויי קינדער זיינע לעצטע ווערטער.

נחמן האט מיט זיינע לעצטע כוחות געוואונקען פאר זיין ווייב זי זאל אהער רופן די קינדער. זיין געטרייע פרוי האט גלייך פארשטאנען פארוואס איר מאן רופט איצט די קינדער, זי האט אים פרובירט אפצורעדן דערפון מיט די טענה אז זיי זענען נאך סיי ווי צו יונג צו באגרייפן די ערענסטקייט פון די מצב, דעריבער איז אפשר בעסער זיי זאלן זיך ווייטער שפילן אין הויף ווי איידער ציטומלט ווערן זעענדיג פליצלונג זייער טאטע אין אזא שווערע צושטאנד.

נחמן האט אבער נישט נאכגעלאזט, ער האט מיט זיין שוואכע שטימע זיך געבעטן ביי זיין ווייב אז ער וויל זיי בלויז זאגן געציילטע ווערטער און באלד דענאך וועלן זיי ווייטער קענען ממשיך הנאה צו האבן פון זייער יונג לעבן. זיין ווייב האט זעענדיג אז עס גייט אים אזוי אין לעבן מסכים געווען דערצו, און איז געגאנגען רופן די צוויי יונגלעך בערל און חיים. בערל איז געווען אין עלטער פון צען יאר, בעת חיים דער בכור איז געווען צוועלף.

בערל און חיים האבן דערהערט זייער מאמע'ס געשרייען און זענען אין אן אויגנבליק געקימען צולויפן. נאך א קורצע פארווארט מסביר צו זיין פאר די יונגע נשמה'לעך אז זייער וועלט האלט אט ביים פינסטער ווערן, האט זיי די מאמע אריינגעפירט אינעם צימער א וואו דער טאטע איז געליגען כמעט באוואוסטלאז. נחמן האט זיך זייער דערפרייד צו זעהן אויף זיינע קינדער דעם יונגן פרישקייט, ער האט געהאפט אז זיי וועלן ריכטיג דערהערן זיינע ווערטער טראץ זייער יונגן עלטער.

נחמן איז געבליבן ליגן אין בעט און מיט זיינע הענט האט ער ארומגעהאלזט זיינע קינדער ווען דערביי ריקט ער צו זייערע אויערן צו זיין מויל, האפענדיג אז אזוי ארום וועלן זיי קענען הערן זיין שוואכע שטימע און פארשטיין יעדעס ווארט. 'הערט מיר אויס מיינע ליבע קינדער, איך ווייס נישט אויב איך וועל ענק נאך אמאל האבן די זכי' מחנך צו זיין, דעריבער וועל איך ענק איצט זאגן אין אייניגע ווערטער וויאזוי איך האב אייביג געשטרעבט אייך מחנך צו זיין, איך בעט ענק טיט וויאזוי ענקער געטרייער טאטע בעט אייך. איר זאלט קיינמאל זיך חלילה נישט אנשליסן אין די אלע פארטייען וועלכע ווערן נתחדש יעדן טאג דא אין רוסלאנד, באזינדער זאלט עטס ענק זעהן צו היטן פון ציוניזם און קאמוניזם ווי פון פייער...' מער האבן שוין די קינדער נישט געקענט הערן, עס האט אויסגעקיקט אז ווילאנג די טאטע האט נישט ארויסגעזאגט דעם לעצטן זאץ האט ער זיך שטארק אנגעשטרענגט מען זאל אים קענען הערן, אבער ווי נאר ער האט דאס פארענדיגט, איז זיין קול אפגעשוואכט געווארן און מער האבן זיי נישט פארשטאנען.

שפעטער אין טאג ווען די קינדערליך האבן באמערקט צוויי יונגעלייט פון די חברה קדישא אריינגיין אין זייער הויז, זענען זיי שנעל אהין געלאפן זעהן וואס ס'האט פאסירט, אבער די מאמע האט זיי באגעגענט ביים טיר און גלייך א כאפ געגעבן ביי די הענט און שנעל אריבערגעטראגן צום רב אין שטוב וועלכער איז גראדע אויך געווען דער אפיציעלער מלמד אין דארף.

זיבן יאר שפעטער...

בערל האט שוין כמעט פארגעסן אז זיין אידישע נאמען איז בערל, ער ווייסט בלויז פון זיין רוסישער נאמען דעברא וואס זיינס א חבר האט אים אויסגעקליבן מיט פיר יאר צוריק. דעברא האט זיך באקאנט געמאכט אלס א פייערדיגער קאמוניסט מיט אלע פיטשעווקעס. זיין מוח איז שוין אינגאנצן פארטעמט געווארן פון די קאמוניסטישע אידיאלאגיעס, זיין גאנצע אידיאל שטרעבן און וויזיע איז בלויז געווען דאס איינע ''קאמוניזם''...

חיים, וועלכער איז ווען דער טאטע איז אוועק שוין געווען עטוואס מער ערוואקסן, האט יא געדענקט און דעהערט זיין טאטנ'ס לעצטע ווערטער: ''.. איר זאלט זיך קיינמאל חלילה נישט אנשליסן אין די אלע פארטייען וועלכע ווערן נתחדש יעדן טאג דא אין רוסלאנד, באזונדער זאלט עטס ענק זעהן צו היטן פון ציוניזם און קאמוניזם ווי פון פייער...''

ווען חיים האט זיך אמאל געפינען אין די גרויסע שטאט ווילנא האט ער זיך באגעגענט מיט עטליכע נאווארדיקע בחורים, ער האט זיך מיט זיי זייער באפריינדעט און האט אפילו אקצעפטירט זייער בקשה מיטצוקימען מיט זיי אין א נאווארדיקע ישיבה.
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

זייער פיין, זיי ממשיך!

אסאך פאזלעך....
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

שפאנסט און א גוטע שפאן וועב
געוואלדיג גוט
פארגעסן אז נישט דא דארף מען זיך באדאנקען, אבער את הנעשה אין להשיב איך קען שוין נישט אויסמעקן דעם תגובה.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

טראץ די שארפע קאנטראסט צווישן די צוויי ברודער, דעברא אלס קאמוניסטישער יונג, און חיים'ל אלס וואוילע ישיבה בחור, איז אבער זייער ברודערליכע פריינדשאפט גענצליך נישט אפעקטירט געווארן דערפון. די צוויי ברודערליך וועלכע זענען אויפגעוואקסן אין איין שטוב, אין איין דארף, ביים זעלבן מלמד, זענען געבליבן שטארק נאנט איינער מיטן אנדערן מיט א זעלטענע ידידות. דעברא וועלכע פלעגט זיך יעדע שטיק צייט געפינען אין א אנדערע געגנט, האט ער אלעמאל דאס ערשטע זאך געשיקט א בריוו צו חיים און צוגעשריבען פינקטליך דאס ארט וואו ער געפינט זיך אצינד, כדי חיים זאל אים קענען אהין צוריק שיקן א בריוו.

דעברא האט געקענט זיין עלטערער ברודער חיים'ס נאטור, און האט געוואוסט אז עס וועט אים אויף קיין פאל נישט געלונגען אים צו מאכן פאר א קאמוניסט. דעברא האט אלעמאל ארויפגעקיקט אויף זיין געטרייער ברודער חיים וועלכער איז געווען צו אים ווי א טאטע זינט די צען יאר אלט. חיים פון די אנדערע זייט, איז געווען א גאר קליג און ערוואקסן קינד, ער האט אינאכט גענימען וואס דאס באדייט פארלירן א טאטע ביי די צען יאר, דעריבער האט ער זיך זעלבסט געקרוינט אלס דעם טאטנ'ס פארטרעטער און איז מיט א אויסערגעווענליכע איבערגעגעבנקייט געשטאנען צו די רעכטע האנט פון זיין יונגע ברודער'ל בערל.

דעברא האט זיך טאקע געטוישט דעם נאמען, און זיך געקליידעט ווי א פאלנע רוסקי, אבער פון דאס געטרייפאשט פון זיין עלטערע ברודער צו אים האט ער קיינמאל נישט פארגעסן, ער האט שטארק געשעצט זיין עלטערער ברודער און געזוכט אנצוהאלט קאנטאקטן מיט אים.

ווען דעברא איז אלט געווארן אכצן יאר האט ער חתונה געהאט מיט א מיידל וואס איז פונקט ווי אים געווען שטארק פארטיען אין די קאמוניסטישע פארטיי, צו מזל איז זי אויך געווען פון אידישן אפשטאם, א פאקט מיט וועלכע זי האט זיך גראדע געהאלטן שטאלץ.

דעברא האט חתונה געהאט מיט זיין פרוי אין פעטערבורג – רוסלאנד, און איז נאך א האלבע יאר אריבער קיין דייטשלאנד אינאיינעם מיט זיין פרוי שטודירן אין די דארטיגע אינווערזיטעטן. נאכן זיך געפינען אין דייטשלאנד א קנאפע יאר צייט, איז פאר דעברא און זיין פרוי געבוירן געווארן א קינד וועמען זיי האבן א נאמען געגעבן מיט א רוסיש קלינגעדיגן נאמען - סערטאוו.

ווען בייזע רוחות האבן באהערשט די וועלט, די דייטשע מלאכי חבלה זענען ארויס פון שטייג, האט דאס אידישע פאלק געצאפלט פון גרויס שרעק פונעם מארגענדיגן טאג. דעברא'ס פרוי וועלכע האט - אנדערש ווי איר מאן - נישט מסכים געווען צו מאכן א סוד פון איר אידישע אפשטאם, איז אצינד געווען אין א שווערע דילעמע, פארבלייבן אין דייטשלאנד איז דאך זיכער נישט קיין אפציע, דאקעגן זיך ארויסלאזן אויפן וועג קיין רוסלאנד אין א מלחמה צושטאנד נאכדערצו מיט א פיצל קינד איז דאך ווידער נישט קיין מהלך.

נאך איינצעלנע טעג פון שפעקעלירונגען אויף אלע אפציעס, האט דעברא פארגעשלאגן אז היות די גלייכסטע איז זיך גענצליך נישט צו געפינען אין א לאנד וואס ווערט באהערשט פון מלחמה צושטאנד, איז דעריבער כדי צופארן קיין פארטוגאל אדער גאר קיין שפאניע וואו די מלחמה האט דערווייל נאך גענצליך נישט דערגרייכט.

מיט זיינע גיטע פארבינדונגען האט דעברא זיך גאנץ שנעל איינגעהאנדלט די נויטיגע פאפרין צו קענען אפרייזן קיין פארטוגאל. ער האט דאס גלייך איבערגעגעבן פאר זיין פרוי און איר געזאגט זיך שוין איינצופאקן אינאיינעם מיט סערטאוו'ן ווייל די באן פארט מארגן מיטאג. דעברא זעלבסט איז נאך נישט געווען גרייט צו פארן, ער האט דאך סיי ווי אויסבאהאלטן זיין אידישן אינדענטיטעט און דעריבער האט ער זיך נישט געהאט וואס צו זארגן, אויך האט ער נישט געקענט פארן אזא ווייטע וועג איידער ער באזוכט זיין טייערן באליבטן ברודער חיים, און געזעגנט זיך פון אים. דעברא האט צוערשט געוואלט זיין פרוי און קינד זאלן זיין פארזיכערט און דערפאר האט ער זיי געלאזט גיין פאראויס, און דאן וועט ער זיי שוין נאכקימען אין א אנדערע געלעגנהייט.

חיים וועלכער איז זיך געזיצן איינגעקורשט אויפן האלצערנעם באנק אין ישיבות בית יוסף ד'נאווארדיק - פוילן, האט פון גארנישט געוואוסט וואס ס'טיט זיך אויף די וועלט אויסער דעם בלאט גמרא און די דברי מוסר פון דעם אלטן פון נאווארדיק.

ווען דער רוסישער בער און די דייטשע שלאנג האבן געמאכט א יד אחת און צוטיילט פוילן צווישן זיך, האט זיך חיים מיטאמאל געטראפן אונטער רוסישע קאמוניסטישע הערשאפט.

אין די נאווארדיקע ישיבות פלעגן זיך יעדע שטיק צייט ארויסלאזן גרופע'ס בחורים'לעך צו ארומיגע שטעטלעך און דערפלעך און אפיר געזוכט אידישע יונגען און געלערנט מיט זיי עברי און תנ''ך. חיימ'ל וועלכער איז געווארן א פייערדיגער נאווארדיקער תלמיד פלעגט אויך נאכאנאנד מיטגיין מיט די מער עלטערע נאווארדיקע בחורים לערנען אידישקייט מיט אומוויסענדע. די דאזיגע פירונג האט פארשטייט זיך ארויפגעברענגט בייז בלוט ביי די רוסישע באהערשער, זיי זענען געווען אויסן דאס גענצליך צו באקעמפן.

חיים שפאצירט זיך געמיטליך אויפן הויפט שטרויז נישט ווייט פון די גרויסע אידישע שטאט ביאלעסטאק, ווען אין זיין לינקע האנט האלט ער א טאשקע מיט זיינע פריוואטע חפצים און אין די רעכטע א ספר 'הסבא מנאווארדיק'. חיים גייט פארביי א שפיל-גארטן וואו עס שפילן העפטיג א גרופע יונגע קינדער, ער שפאנט צו צו איינע פון די קינדער און געט אים א פרעג אין אויער 'זאג נאר יונגעלע, ביסטו, אדער איינע פון דיינע חברים א איד?' דאס קינד האט זיך צוערשט דערווייטערט פון חיים פאר גרויס פחד פון די מאדנע פראגע, אבער באלד האט אים חיים בארואיגט 'קום אהער, איך בין אויך א איד, איך זיך אידישע קינדער צו לערנען מיט זיי תורה' דאס קינד האט זיך אויפן ארט בארואיגט אויסגעשריגן הויעך אויפן קול 'יא, מיר זענען אלע דא אידן'. קיין רגע האט חיים נישט געצעגערט נאר זיך גלייך אראפגעזעצט אויף דער ערד און אינאיינעם מיט זיינע חברים געעפענט א חומש און אנגעהויבן צו פארציילן די וואכעדיגע סדרה פאר די אידישע נשמה'לעך.

חיים האט אבער נישט באמערקט אז פון דערווייטנס ווערט ער נאכגעקיקט דורך אזאנע וואס זוכן אים און זיינע חברים אפצושטעלן פאר יעדע פרייז...

יענע נאכט ווען חיים אינאיינעם מיט זיינע חברים האבן איבערגעשלאפן אינעם שטאטישן ביהמ''ד, איז עס געווען זייער לעצטע נאכט אויף דער פריי...
לעצט פארראכטן דורך איש החסד אום זונטאג דעצעמבער 04, 2016 5:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

פאר סיי וואספארא קאמאנטארן און קאמפלימענטן: viewtopic.php?f=3&t=32071&sid=5fb8bb2e86a86941003f9a56dc06102c#p1346849

וויכטיגע הערה: רוב ארומיגע פאקטן וואס ווערט דערמאנט בין השורות, און אזוי אויך עטליכע געשיכטע'ס וואס איז פארבינדן מיט אונזער עיקר געשיכטע, זענען דברים שבאמת אירע בימים ההם.

די גאנצע געשיכטע מיט די פארכאפטע דייטשע גענעראל איז אמת, און אזוי אויך כמעט 'אלע' ארומיגע פרטי הדברים.
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

א איינגענעמע קיל ווינטל באהערשט דעם גרויסן שטאט קעלן – דייטשלאנד, דעברא האט זיך נארוואס אויפגעכאפט פון זיין טיפע נאכט שלאף, ער האט גלייך ערוועקט זיין פרוי און קינד און זיי געהאלפן איינצורישן פאר זייער לאנגע רייזע. דעברא האט אין איילעניש צוזאם געפאקט די נויטיגע פרעזענליכע חפצים אין א גרויסן האנט באגאזש. דאן איז ער ארויס צום דערנעביגן געוועלב ווי ער האט זיך איינגעהאנדלט עסנווארג, געניג פאר איין ערוואקסענע און א קינד זייענדיג כמעט א טאג אינטערוועגנס. דעברא האט אויך געדענקט זיך איינצוהאנדלען אייניגע שפיל-צייג וואס זאל האלטן פארנימען דעם קליינעם דורכאויס די לאנגע וועג קיין פארטוגאל.

דער לאקאמאטיוו האט געגעבן דעם לעצטן פייף, די רעדער האבן זיך אנגעהויבן א ריר טאן, א דיקע שווארצע רויעך האט זיך ארויסגעשלייכט פונעם קוימען בעת דעברא כאפט נאך דעם לעצטן בליק אויף זיין בן יחיד'ל וועלכע דערווייטערט זיך מיט א שנעלקיייט.

דעברא האט געהאט צוגעזאגט פאר זיין פרוי אז ביז צוויי מאנאטן וועט ער זיך שוין געפינען אין פארטוגאל און זיך צוריק פאראייניגן מיט איר און סערטאוו'ן. איצט שטייענדיג ביים באן סטאנציע מאכט זיך דעברא א קורצן חשבון, 'גיין באזוכן מיין ברודער אין פוילן וועט ווארשיינליך נעמען א קנאפע חודש, בעיקר צוליב די שוועריקייטן פון גיין פון איין ארט צום צווייטן בשעת א מלחמה צושטאנד באהערשט אייראפע. אבער כדי זיך צו קענען בכלל אריינזעהן אין רוסישע טעראטאריע וואו מיין ברודער געפינט זיך, און דערנאך קענען אויך ארויסקימען פון דארט צוריק קיין דייטשלאנד, וועל איך מיזן צוערשט זיך אריינדרייען אין די הויעכע ראמען פון די קאמוניסטישע פארטיי וואס איז סטאנציאנירט אין דייטשלאנד, און האפענטליך וועל איך דאן קענען גרינגעהייט באזוכן מיין ברודער און זיך ווארים געזעגענען פון אים, און דערנאך צוריק קומען קיין דייטשלאנד צו ממשיך זיין דעם וועג קיין פארטוגאל'...

דעברא איז געווען אזוי פאר'חלומט אין זיינע פלענער אז ער ניטאמאל אויפגעפאסט אז א שווערע שניי האט זיך אראפגעלאזט, זיינע מוח-רעדער האבן העפטיג פאנטאזירט זיינע ווייטערדיגע שריט אזוי שטייענדיג פארגליווערט ביים באן סטאנציע.

דעברא האט געגלייבט אז זייענדיג א טיכטיגער כאריזמאטישער מענטש מיט א געשליפן צינגל, וועט אים גאנץ שנעל געלונגען זיך אריינצודרייען אין די הויעכע ראמען פונעם קאמוניסטישן פארטיי. דעברא וועלכער האט גערעדט א געשליפענעם פויליש און דויטש און אויך עטוואס העברעאיש, האט אפילו געקלערט פון אפיציעל אננעמען א פאזיציע אינעם קאמוניסטישן הויפט-קווארטיר אין קעלן אלס דאלמעטשער. 'ווער ווייסט' האט דעברא שפעקעלירט צו זיך אליין 'אפשר אלס אפיציעלע איינגעשטעלטע אינעם פארטיי וועל איך גרינגערהייט ערלויבט ווערן אריבער צו גיין דעם גרעניץ צום אנדערן זייט פוילן, וואס געפינט זיך אצינד אונטער רוסישע אקופאציע'.

שווערצן די גרעניץ איז גראדע אויך געלעגען פאר דעברא אין געדאנק, ער – אלס פאטריאטישער קאמוניסט, האט אבער נישט געוואלט זיך אנהייבן מיט זיין באליבטן רעגירונג נאר ענדערש דאס מאכן אפיציעל און גלאט. אויך האט ער דאך סיי ווי נישט געהאט אין פלאן צו פארבלייבן דארט, און צוויי מאל דארפן שווערצן איז שוין נישט קיין פשוטע איינשטעלעניש.

איבער אלעם האט דאך דעברא פארמאגט סימפאטישע געפילן צום פארשמייליגטן קאמוניסטישן אידיאלאגיע, און עס איז אים דעריבער געווען דאס גרעסטע כבוד צו זיין א אפיציעלע חלק דערפון.

געזאגט און געטיען. דעם קימעדיגן טאג האט זיך שוין דעברא געפינען אינעם קאמוניסטשן הויפט-קווארטיר אין קעלן, ער האט זיך דארט איינגעגעבן אלס א טויגליכער מענטש צו יעדע פונקציע און באזינדער אלס דאלמעטשער פון דויטש און רוסיש. די איינגעשטעלטע האבן זיך הילכיג צולאכט הערענדיג זיין אנטראגע 'דו ביסט מיר געווארן א דאלמעטשער מיטן באזיצן צוויי שפראכן, כמעט אלע פון אונז קענען די ביידע שפראכן... אבער' האט זיך באלד פארערענסט זייער שטימע 'דו זעסט אונז דאך אויס אלס א טויגליכער מענטש, נו, מיר האבן פאר דיר אן
אנדערן פיל וויכטיגערן אנבאט' 'נו, אדרבה איך בין גרייט צו הערן' האט דעברא רעאגירט אין שאק.

'איר האט דאך שוין זיכער געהערט פון די 'סטאסי' – דער רוסישער געהיים-דינסט. שטייענדיג איצט אין א שווערע מלחמה צושטאנד וואס קען יעדע ליאדע מינוט פארוואנדלט ווערן אין א וועלט קריג, האבן מיר באקימען א באפעל פונעם קרעמלין צו רעקרוטירן פרישע אגענטן אין די דאזיגע געהיימע אקטיוויטעטן. באזינדער זענען מיר אצינד אנגעוויזן אויף געוויסע שפיאנאזש ארבעט דא אין דייטשלאנד זעלבסט, און מיר קיקן דעריבער ארויס אויף אגענטן וואס קענען די דויטשע שפראך און דויטשע מענטאליטעט צו וועלכע איר זעהט אויס שטארק צוגעפאסט'

דעברא איז צוערשט געבליבן געפלעפט פון די דאזיגע אנטראגע, ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געטיען אין קיין שפיאנאזש און האט נישט קיין השגה מיט וואס דאס קען אלס זיין פאבינדן. אבער ספעציעל האט אים געבאדערט אז מיטן אקצעפטירן אזא פאזיציע מאכט ער זיך זעלבסט שווערער דאס אנקימען קיין פוילן, ער וועט דאך ווערן נאכגעקיקט ארונדע דעם זייגער און וועט אודאי נישט ערלויבט ווערן צו גיין צו קיין שום ארט אויסער די אנגעגעבענע ארדער'ס.

דעברא האט מחליט געווען אז די גלייכסטע אויסוועג וועט זיין צו רעדן אפען, און קלאר דערציילן וואס עס דריקט אים 'הער צו, איך בין גרייט דאס צו אקצעפטירן, אבער צוויי בקשות ביטע. איך זאל צוערשט ערלויבט ווערן אפצושטאטן א קורצע באזוך אין פוילן כדי צו באזוכן מיינס א משפחה מיטגליד, און אויך וויל איך האבן די אפציע אז נאך עטליכע חדשים זאל איך באפרייט ווערן פון דינען אלס אן אגענט דייקה אין דייטשלאנד, און ערלויבט ווערן ממשיך צו זיין מיין ארבעט אין פארטוגאל. איך גלייב זיכער אז אונזער לאנד האט דארט אויך א שפיאנאזש-נעץ' האט דעברא צוגעענדיגט מיט א זיכערע טאן.

'פיין, מיר וועלן אקצעפטירן דיינע פארלאנגען. אבער איצט, איידער איר קענט אפיציעל באשטימט ווערן אלס אונזער'ס אן אגענט און א מיטגליד אינעם 'סטאסי', דארפט איר דורכגיין א לייכטע אויספארשונג אויף אייער פרעזענליכע פארגאנגעהייט פעסטצושטעלן אייער געטריישאפט צום פאטער-לאנד...'
לעצט פארראכטן דורך איש החסד אום דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 12:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

פאר הערות קאמאנטארן און קאמפלימענטן וכדומה דריקט דא
ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ha ha »

גייט אויך קימען א PDF ווען די ענדיגסט?
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

ha ha האט געשריבן:גייט אויך קימען א PDF ווען די ענדיגסט?

אז ס'וועט זיך איינער מרחם זיין און מאכן, וועט זיין.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”