ספר בראשית עם פירוש גוגל מפות

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

אגב, ווער עס האט א תירוץ אויף מיין קשיא וואלט איך געוואלט הערן.

Map.jpg
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

וואו מיר האלטן יעצט, ביי אילוני ממרא, איז שוין אברם געגאנגען א קיימא לן פון 1237 מייל!

ואברם בן חמש שנים ושבעים שנה בצאתו מחרן....

צו לייגן אין קאנטאסט: פון ניו יארק קיין טאהש איז בערך 300 מייל...
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

גרויזאמער האט געשריבן:אגב, ווער עס האט א תירוץ אויף מיין קשיא וואלט איך געוואלט הערן.

Map.jpg

קודם א גרויסן דאנק פאר דיין ארבייט, איי ריעלי אפרישעט איט!

איבער דיין קשיא פארוואס איז אברהם נישט געגאנגען קיין ירושלים, איז דא פארשידענע תירוצים עפ"י רמז. אבער לפי פשוטו קען מען זאגן, אז באמת איז ער יא אריין אין ירושלים, השי"ת האט דאך אים באפוילן פארדעם (וירא פסוק י"ז) "קום התהלך בארץ לארכה ולרחבה כי לך אתננה". "לארכה ולרחבה" מיינט פון צפון צו דרום (עי' רד"ק), ממילא איז ער קודם דורך גאנץ ארץ ישראל און פארשטייט זיך אויך ירושלים, און "ויאהל" שם, דאס הייסט ער האט געוואוינט אויף די אלע מקומות צייטווייליג (עי' רד"ק), ביז ער איז אנגעקומען צו חברון וואס איז דרום פון ירושלים, און דארט האט ער זיך באזעצט.

די סיבה פארוואס ער האט זיך באזעצט דארטן באלוני ממרא און נישט אין ירושלים, איז לכאורה ווייל דארטן האט ער געהאט פלאץ מיט אלע זיינע עבדים און שאף, משא"כ אין ירושלים וואס איז געווען שטארק באוואוינט, און "מלכי צדק" האט דארט שולט געווען האט ער נישט געוואלט/געקענט זיך באזעצן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

וואס כ'האב געשריבן פריער איז לויט די ראשונים וואס לערנען אז אברהם איז געגאנגען פונעם "הר" ביז צו "אלוני ממרא", אבער רש"י לערנט אז ער איז בכלל נישט אהינגעגאנגן, נאר די אוהלים פון זיינע עבדים זענען אנגעקומען ביז דארט, אבער ער איז געבליבן וואוינען ביים "הר".

איז לויט דעם בכלל נישט שווער פארוואס ער איז נישט געגאנגגען צו ירושלים. און אויך קענסטו לויט דעם טוישן די מפה פון אברהמ'ס נסיעה.

וז"ל רש"י (וירא י"ט י"ז)
ההרה המלט - אצל אברהם ברח, שהוא יושב בהר, שנאמר לעיל (יב ח) ויעתק משם ההרה. ואף עכשיו היה יושב שם, שנאמר (יג ג) אל המקום אשר היה שם אהלו בתחלה, ואף על פי שכתוב (שם יח) ויאהל אברם ויבא וישב באלוני ממרא וגו', אהלים הרבה היו לו ונמשכו עד חברון.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

זייער אינטערסאנט ביידע תגובות יישר כח! אבער איך בין נישט זיכער אז דו האסט ריכטיג אריינגעלערנט פשט אין רש״י, רש״י טוישט די פשטות פון פסוק? עס שטייט קלאר אז אברהם איז געווען אין אילוני ממרא, ״וירא אליו ה׳ באלוני ממרא״.

לכאו׳ מיינט רש״י צו זאגן אז ער האט געהאט אסאך געצעלטן במשך די גאנצע וועג און איז געגאנגען אהין און צוריק - ער האט נישט אויפגעגעבן אויף זיין פלאץ ביים הר, און האט זיך נישט פראמינענט אוועקגעצויגן פון דארט. און ביי די מעשה פון לוט איז ער געווען ביים הר.

דארף מען זעהן אין די מפרשי רש״י.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

גרויזאמער האט געשריבן:וואו מיר האלטן יעצט, ביי אילוני ממרא, איז שוין אברם געגאנגען א קיימא לן פון 1237 מייל!

ואברם בן חמש שנים ושבעים שנה בצאתו מחרן....

צו לייגן אין קאנטאסט: פון ניו יארק קיין טאהש איז בערך 300 מייל...

שפעטער ביי די מלחמת המלכים וואו אברהם אבינו האט געכאפט נאך א געזונטע לאנגע שפאציר ביז סיריע-דמשק קען זיך שוין דער רמב״ן נישט אפוואונדערן, דאס איז וואס ער שרייבט:

וירדפם עד חובה אשר משמאל לדמשק -
ידוע כי מרחק רב מן אלוני ממרא אשר בחברון בארץ יהודה לדמשק אשר הוא חוצה לארץ. אם כן רדף אחריהם ימים רבים עד הוציאו אותם מן הארץ, כי הם אל בבל ארצם היו חוזרים. או שהיה נס גדול, כאשר דרשו רבותינו (ב"ר מג ג):

און וואס שטייט טאקע אין מדרשה רבה?

רבי לוי בשם רבי יוסי בר זמרא: פסיעותיו של אבינו אברהם היו, שלוש מילין.

רבי לוי בשם רבי יוסי בר זמרא העלפט אביסל ארויס פארשטיין וואס דא איז פארגעגאנגען... פאר ווער עס ווייסט נישט, די אנגענומענע כדי הילוך מיל איז 18 מינוט, נו? וויפיל איז דריי מיל?54 מינוט. אברהם אבינו האט מיט איין טריט געמאכט א וועג פון 54 מינוט...

בנוסף צו דעם דארף מען וויסן צו אברהם האט זיך באניצט מיט אייזלעך און קעמלען, איבערהויפט נאכן צוריקקומען פון מצרים אנגעלאדענט. פונעם רמב״ן הנ״ל קוקט נישט אויס.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

WOW!! גרויזי, א געוואלדיגער ארבעט! גיי גרויזי גיי!!

אגב, עס איז שייך צו מאכן די מאפע מיט די נעמען פון די ערטער אויף לשון הקודש, נישט ענגליש?
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

יישר כח.

געהאט די זעלבע קשיא, נאך אביסל ריסוירטש זעה איך אז עס האט מיט׳ן מקבל, וויאזוי יעדעמ׳ס אקאונט איז אנגעשטעלט. איך קען עס נישט אנשטעלן.

דארפסט טוישן דיין דיפאולט לענגוועטש צו היברו, און דעמאלטץ קענסטו אלעס זעהן אויף היברו (וואס עס איז עוועליבל).

עצה טובה, צו נוצן אן אנדערע אקאונט אויב דו האסט, ווייל דיין גאנצע גוגל אקאונט וועט ווערן געטוישט צו היברו.

זעה עטעטשט.

L1.png

L2.png

און דא איז די מאפע אין היברו.

Hebrew.jpg
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

יישר כח!

דערמאנסט מיך יעצט, פאריאר אינעם להתענג גליון איז געווען אזא מאפע אויף די מב מסעות.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

יישר כח, הרב גרויז
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

שוין לאנג געזוכט אזאנס.

יישר כח, זייער אינטערעסאנט.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

יישר כח פאר די יישר כח׳ס.

די מלחמת המלכים וועל איך נישט אריינלייגן דערווייל, עס איז צו שווער אויף גוגל מעפס. אבער די מעשה מיט לוט נאך די מחלחמת המלכים האב איך נארוואס אפדעיטעד.

https://drive.google.com/open?id=12W_5b ... sp=sharing

תם ולא נשלם די חלק פון נסיעות אברהם אבינו פון פרשת השבוע.

איך האף צו אפדעיטן די נייע לעיאר פון ״פרשת לך לך - הגר ווערט פארטריבן״ וואו פונקטליך הגר איז אנטלאפן און די מלאך האט איר געטראפן און איר מבשר געווען אויף די בשורת ״אייסיס״.

(אגב, איך לייג כסדר צו טעקסט אין די פריערדיגע מקומות אויך, נאכ׳ן ווערן אביסל קלוגער)

קאמענטארן און פאשרלאגן ווערי וועלקאם.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאר אינשורענס »

שכוח רב גרויזאמער
ווי ווייט איז פון אלוני ממרא ביז דן?
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

ייש״כ. שיין צו הערן פון פון דיר :)

120 מייל.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

א גוט מארגן זונטאג פר׳ וירא.

מיר האבן צוגעלייגט א פרישע לעיאר פון פרשת וירא, באשריבן די גאנצע מעשה פון סדום, זייער שווערע ריסערטש געמאכט אויף סדום, אבער ב״ה ערגעץ האלטן מיר. און מען האלט שוין ביי אבימלך, אין גרר, פלשתים.

https://drive.google.com/open?id=12W_5b ... sp=sharing

כדי צו קענען זעהן געהעריג, לעשט אויס די לעיאר׳ס פון פרשת נח - לך לך.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

!!!WOW WOW WOW
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

לערנענדיג די רש"י פארגאנגענע וואך קאפיטל י"ג פסוק י"א
ויסע לוט מקדם, שטימט עס נישט לויט די מאפע, ארץ כנען איז דאך וואו עס איז היינט ארץ ישראל, בעיקר ירושלים/חברון, דאס איז דאך מערב פון ים המלח/ירדן, אויב אזוי וואס זאגט רש"י הלך לו למערבו של אברהם, לויט רש"י מיינט אז אברהם איז געווען בעבר הירדן?

איך וואונדער מיך אז נישט שפתי חכמים אדער רמב"ן רעדט דערפון, - איך האב עס געלערנט אין א דרשו חומש, און עס האט נאר די מפרשים - אבער עס איז א פשוטע קשיא, אדרבה אפשר קען איינער נאכזוכט א תירוץ פון אנדערע מפרשים, תודה למפרע.

לויט די מפות איז מיר שווער נאך א קשיא, פארוואס האבן די ד' מלכים געדארפט גיין קיין חרן געגענט און דערנאך צוריק אראפ קיין אר"י ממילא אברהם איז געווען ע"פ דיבור, אבער די ד' מלכים, איז דאך סתם אן אומוועג
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

זייער א גוטע הערה. זעה דא פון מקרא מפורש עוז והדר:

IMG_1840.jpg
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
טשייניק
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:03 pm
לאקאציע: אויפן געז רענדזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשייניק »

יישר כח גרויזאמער, איך האב שוין לאנג געהאלטן אז די "מאירת עינים" חומש -וואס מ'נוצט נאך היינט- מעג שוין ריפלעיסן די מאפע אין די בעק, מיט די היינטיגע מעפס.

אויפריכטיג האט געשריבן:WOW!! גרויזי, א געוואלדיגער ארבעט! גיי גרויזי גיי!!

אגב, עס איז שייך צו מאכן די מאפע מיט די נעמען פון די ערטער אויף לשון הקודש, נישט ענגליש?

ביים סוף פון די url לייג אריין: hl=he?, למשל https://www.google.com/maps/@31.8203252 ... ,10z?hl=he

ביי גרויזי'ס מעפס דארף מען אריינלייגן: hl=he&
https://www.google.com/maps/d/viewer?mi ... &z=8&hl=he
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

געוואלדיג הרב טשייניק! יישר כח גדול. אלעס ווערט קלארער.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

תם ונשלם פר׳ וירא, שבח לקל בורא עולם

https://www.google.com/maps/d/viewer?mi ... &z=8&hl=he
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

גרויזאמער האט געשריבן:תם ונשלם פר׳ וירא, שבח לקל בורא עולם

https://www.google.com/maps/d/viewer?mi ... &z=8&hl=he

Wow wow @גרויזאמער דאס איז מעסיוו!!!
כ'האב אלע יארן געוואלט וויסן וואו סדום איז היינט צוטאגס, צו אויפן פלאץ פונעם ים המלח, למעשה זעה איך אז ס'היפש אראפציער,

גראדע איז אינטערסאנט אז איר וויזט אהן אז די ככר הירדן איז היפש העכער די ים המלח, משא''כ סדום איז אסאך אראפציער, אין פסוק שטייט דאך אז לויט איז געגאנגען צו ככרהירדן און פול דארט איז ויאהל עד סדום, און רש''י איז מסביר אז פאר זיינע עבדים און רועים האט ער געמאכט אוהלים ביז סדום,
קוקענדיג אויף אייער מאפע, איז דא א קיימא לן פון ארום "55" מייל פון די ככר הירדן ביז סדום, דאס מיינט אז לוט האט געהאט אויסטערליש אסאך עבדים,
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
מדי דברי
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מדי דברי »

דער רמב"ן שרייבט אנהייב חיי, אז ויגר אברהם בארץ פלשתים איז בבאר שבע.
מדי דברי
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מדי דברי »

לעיקוואד האט געשריבן:לערנענדיג די רש"י פארגאנגענע וואך קאפיטל י"ג פסוק י"א
ויסע לוט מקדם, שטימט עס נישט לויט די מאפע, ארץ כנען איז דאך וואו עס איז היינט ארץ ישראל, בעיקר ירושלים/חברון, דאס איז דאך מערב פון ים המלח/ירדן, אויב אזוי וואס זאגט רש"י הלך לו למערבו של אברהם, לויט רש"י מיינט אז אברהם איז געווען בעבר הירדן?

איך וואונדער מיך אז נישט שפתי חכמים אדער רמב"ן רעדט דערפון, - איך האב עס געלערנט אין א דרשו חומש, און עס האט נאר די מפרשים - אבער עס איז א פשוטע קשיא, אדרבה אפשר קען איינער נאכזוכט א תירוץ פון אנדערע מפרשים, תודה למפרע.

דער מזרחי בלייבט ביי וצ"ע
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”