אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

בס"ד
א חתן וואס וועט זיך גיין שפילן מיט א קאר אינמיטן די חתונה, ווייל איך האב נישט קיין געדולד צו די גאנצע זאך, אדער א מלך וואס וויל נישט זיין אחראי על כל ענייני המלוכה, האט א פראבלעם, און דארף אפשר נעמען פיל'ן...
ווען א מענטש לערנט תורה הק' און ער לייגט דארט אריין אלע מידות, אלעס להוי-ה ית', אז יש תיקון גדול.
נאך'ן לערנען 8-9 שעה האט מען אן אנדערען דעת. און דעמאלטס מיט דעם געזונטן דעת קען מען זיך מתבונן זיין וואס איז מיין תפקיד מיט דיע נסיונות.

א מלך האט אמאל געפרעגט א סאלדאט וואס האט געראטעוועט זיין לעבן, וואס קען איך דיר באצאלן?
האט דער סאלדאט געבעטן אז מ'זאל הייסן זיין אפיציר עם ווייניגער/שוואכער שלאגן, און אויב מעגליך אז ער זאל באקומען די ערשטע/גרעסערע פארציע עסן.
דער מלך האט זיך געדארפט איינהאלטן אים נישט צו געבן א פראסק.
איך בין דער מלך! האסט געקענט בעטן איך זאל דיר מאכן הויפט אפיציר, רייך און מאכטפול.....
אדער די משל פון דעם בן איש חי מיט די פעדלער, וואס האט געבעטן אז נאר ער זאל מעגן פעדלען אין זיין שטאט....
אזוי קוקן מיר אויס ווען אונז מאכן זיך נער'יש אזוי און אזוי, קטנות שבקטנות שבקטנות! קענסט דאך בעטן זאלסט זיין פול מיט מצוות, ס'זאל זיין מח שליט על הלב.
דאס קומט ווען מ'האט גוטע דעת נאך אפאר שעה תורה.

ווען ס'דא א גוטע נסיון, איז די גרעסטע זמן נתקרב צו ווערן צום רבוש"ע.

ס'דא אסאך חיות וואס זענען שטערקער פון א מענטש, אבער מ'זעט נישט קיין מענטשן איינגעשפארט, און חיות קומען קוקן אויף זיי. פארוואס? ווייל דער מענטש מיט זיין שכל כאפט אריין די שטערקסטע חיות.
די חכמה בינה דעת זענען דא אונז צו העלפן, נישט אז אונז זאלן זיי דינען, אז א מענטש ווערט געפירט ביי די חב"ד, קען ער זיין ערגער ווי א חיה, א חיה קען נישט ניצן אזוי פיל שכל קאליע צו מאכן רח"ל, אז מ'נוצט די שכל צו באקומען מער עסן, געלט וכו' איז עס ממש בושות.
נישט מורא האבן פון נחשים ועקרבים, נאר ניצן די שכל צו געוועלטיגן איבער זיי, און אלעס מעלה זיין צום רבוש"ע.

תורה לשמה הייסט אז אינמיטן לערנען/נאכן לערנען בין איך זיך מתבונן וואו פאל איך, עד אויסשמועסן מיט'ן רבוש"ע אויף וויפול שייך, רעדן מיט א גוטן איד, און אסאך אסאך דאווענען.

איינער רעדט זיך אפ אז ער האט א טייערען קאר, אבער ער קלאפט זיך כסדר אריין אין וואנט, אז איינער האט א גוטן שכל דארף ער זען וויאזוי עס צו ניצן גוט.

כי דורשך לעולם לא יכשלו - איינער וואס זוכט נאר וואס קען איך מאכן בעסער פאר מיר, לעבט אין א טעות - מ'דארף זיך באמת אפשטעלן און מתבונן זיין, וואס וויל דער רבוש"ע יעצט? מה חובתי בעולמי?

כסדר חזר'ן די ווערטער פון חובות הלבבות: דו טאטע ווייסט בעסער פון מיר, בראת עולמות והחרבתם, אבער די וועלט וואו איך געפון זיך האסטו יא געלאזט, און מיר ביסטו כסדר מחיה, מוז זיין דו האסט א נחת רוח פון מיר.

און מ'זאל נישט מיינען אז מ'ווערט נענה אין איין רגע, ביי אאע"ה איז דא א מדרש אז נאר ביי די דריי יאר איז ער נענה געווארן, אין א צווייטן מדרש שטייט נאר ביי די 40 יאר, און א דריטע מדרש שרייבט גאר אז נאר ביי די 70 יאר האט ער באקומען די ערשטע נבואה.

דאווענען דאווענען דאווענען און דאנקען!
דאס איז די וועג.

ס'דא וואס זאגן תהלים פאר אייגענע סיפוק, איך האב געענדיגט כך וכך.
אבער ס'דא וואס נעמען א תהלים'ל און שרייען זיך אויס צום רבוש"ע.

מאו"ע: נאכן לערנען איז דיין הארץ כקודש הקדשים, נאך אפאר שעה לערנען איז די נפש גאר הויך, און יעצט ווייסט ער וואס איז ריכטיג און אויף וואס מ'דארף בעטן.

דער הייליגער חפץ חיים שרייבט אז זיין רבי ר' נחום מ'הורודנא פלעגט אויף שטיין חצות און אפרעכטן תיקון חצות, און זיך מתבודד זיין - און ער זאגט אז ווען ער איז געווען 15 יאר אלט איז ער אמאל אריין, האט ער געזען אז ר' נחום'קע איז ארום גענומען מיט א פייער ממש (אגב, זעט מען די גרויסקייט פונעם הייליגן ח"ח, אז ער האט געקענט זען דעם פייער)
ס'כדאי אריין צו קוקן אין די קונטרס 'ר' נחום'קע'.

אויף זיינע עלטערע יארן פלעגט מען אים כסדר קענען הערן מאכן התבודדות, ער פלעגט רעדן צו זיך: ישראל מאיר וכו'

מ'וועט עס נישט גלייך שפירן, אבער ווען א מענטש לערנט תורה, מיד שורה עליו רוח הקודש.
שרייען צום רבוש"ע, וואס זאל איך טון מיט די תאוות.

שלמה המלך האט געבעטן חכמה האט ער שוין באקומען אלעס - אז דו ווייסט אז מ'דארף חכמה, קען מען דיר שוין געטרויען מיט אלעם.

ווען מ'לערנט פאר זיך, איז עס ווי מ'נעמט א גוטן טייערן מאכל און מ'מישט עס אויס מיט זאמד - אפילו ריינע ציכטיגע זאמד, וועלכע טעם האט עס?
לערנסט שוין יא? לערן פאר די תכלית, וואש אלץ אויס ביים לערנען.

איך ווייס פון אזאלכע וואס ס'שוין געווען זיכער אז זיי גייען זיך גט'ן רח"ל, ער האט נאר אנגעהויבן לערנען תורה און אלץ האט זיך שוין געטוישט. אההה כאנישט געוויסט אז ער קען אזוי גוט לערנען...

דער בעל התניא רעכנט אויס 2 תקופות פון גאר הייליגע טעג, די 21 טעג יעצט, און פון ר"ח אלול ביז נעילה, יארן יארן ווארטן מענטשן אריין צו גיין צום מלך, אבער יעצט דרייט ער זיך כביכול צווישן אונז.
און אז מ'וויינט שוין אויף זיין צער השכינה, מ'זיצט שוין אויף די ערד, קען מען אויך בעטן אויף די אייגענע....

זכה נעשית לו סם החיים - אלע שלעכטס קען מען מכניע זיין ביים לערנען, מיט דעת און מיט תפילה, וויפול מ'קען זיך מתבונן זיין, און אויף די איבעריגע בעט מען.

מאו"ע: כשהמחשבות מגיעות דוקא בלימוד ובתפילה בוודאי בוודאי יתקן הניצוצות ער וויל דיר נישט אריין ווארפן, נאר אויפהייבן.

יוסף הצדיק האט גאר א הייליגן ברודער בנימין שמת בעטיו של נחש, אבער פון די שבעה רועים איז ער נישט.
דהע"ה האט א טאטע ישי און א זון כלאב שמתו בעטיו של נחש אבער נאר ער איז פון די שבעה רועים.
די נסיונות זענען דא אונז אויפצוהייבן. פינטל.
זיי זיך מיר מתבונן. נאכן לערנען ווען די אייזן איז הייס איז גרינגער עס צו בייגן.

איך בין פריערט געפארן מיט איינעם, זאגט ער מיר אז ער שפירט ביי בארג ארויף דארף ער שטארק דרוקן די גאז...
אראפ פארט פון זיך אליין....
מ'דארף לעבן מיט דעם ווארט, אז ס'גייט נישט גרינג איז א גוטע סימן.

וואלט איר מסכים געווען צו שלאפן מיט איינעם וואס וויל אייך חלילה הרג'ענען? אפילו זיך געדרייט אין זיינע ד' אמות? איר וואלט דרך אוודאי געמאכט קולות דער באשעפער זאל אייך ראטעווען!
איז היתכן דער ייצר הרע - וואס וויל הרג'ענען דעם מענטש בזה ובבא - קען אזוי אפזיצן ביי א מענטש אין הארץ ואין פוצה פה ומצפצף?
מ'דארף מאכן געוואלדעס!!!
שרייען: טאטע דו ביסט עס!

ס'קומט מחשבות זרות? לערן מיט זיי.
אל תאמר כשאפנה (פון מחשבות זרות) אשנה, נאר טאקע יעצט איז די העכסטע צייט אלץ מתקן צו זיין.

ואתה מחיה את כולם: דער שיינער איד וויל עפענען א פענסטער און ווייזן אויף אפאר ביימעלעך, אה אלץ האט דער באשעפער באשאפן. נעעע, דאס קען א גוי אויך פארשטיין.
אונז גלייבן אז יעדע מחשבה איז ער מהווה ומחיה! ווער ס'גלייבט דאס נישט איז כפירה אליין.
גלייב, און בעט דעת.
דער נער איז מפריד אלץ פון באשעפער, מ'דארף ארויס זאגן מיט די מויל, א דיבור האט א כח, שיאמר ויאמין.

(נישט פאר יעדעם קען מען דערציילן)
אמאל איז אריין געקומען א איד צו ר' אשר אז ער שעמט זיך ממש וואס פאר א נידעריגע נסיונות ער האט.
ר' אשר האט אים דערלאנגט א פראסק, דו שעמסטיך? דער רבוש"ע קען עס מהווה און מחיה זיין, אבער דיר פאסט נישט אים צו דינען פון דארט? דו ביסט איידעלער פון'עם רבוש"ע?
ווען דו האסט תאווה פאלסטו, ווען דו האסט גאווה פאסט דיר נישט דארט צו זיין, דו ווילסט ח"ו לאזן דעם באשעפער אליינס דארט....

שעות שעות הערט מען שיעורים פון'עם ייצר הרע, טו אזוי, טו אזי, דאס קענסטו נישט, דאס איז אסור, דאס איז מותר, דאס איז אן עבירה וכו'
אפאר מינוט הערסטו א שיעור תורה, שפירסטו זיך שוין גוט?
א שוטה איז מפריד דעם רבוש"ע פון יעדע זאך.

ר' סנדר ערלענגער איז געלעגן אין בעט פאר די פטירה, האט מען געקענט זען וואס הייסט א צדיק, ווי ביי געוויסע דיבורים איז די בלוט דרוק ארויף, אז מ'האט דערמאנט שבת אדער א יו"ט האבן זיך די נומערן געהויבן.
ס'דא אידן דורך און דורך און דורך.
אזוי ווי ר' מאטעלע זי"ע
דער קאצקער זאגט אז קיינער פאלט נישט אראפ פון א בעט, נישט קיין חילוק ווי טיעף ער שלאפט, ס'איז אים געווען גענוג אפאר מאל אלץ קינד צו וויסן אז ס'טוט וויי און שוין.
וועסט נישט זען קיין שיכור עסן פון די אויער! אבער די מידות וועט פיין ארויס קומען.

ר' אשר פלעגט געבן פאר ר' עקיבא ראבינאוויטש שווערע עבודות, צומאל לערנען 18 שעה ברציפות דערנאך פלעגט ער אים גוט באוואשן.
אמאל איז אריין געקומען א תמימות'דיגער איד, און געפרעגט ווער איז ר' אשר, האט מען אים צו געוויזן, ער איז צו געגאנגען מיט א קוויטל, ר' אשר האט אנגעוואונטשען, און שוין.
ר' עקיבא האט געפרעגט ר' אשר וואס איז פשט? ער קומט דא אריין, און דו שפילסט רבי וכו' און מיר באוואשסטע אזוי?
האט ר' אשר אים מסביר געווען, ס'דא ריינע נשמות וואס האבן נישט צופיל נסיונות, ער וויל זיך שפירן אז ער האט געגעבן נאך א קוויטל פאר נאך א רבי, פיין העלעך אים צוליב טון. אבער ביי דיר איז דער רבוש"ע משקיע אזוי פיל, זאל איך נישט משקיע זיין?
ס'דא נשמות, העכערע, אבער זיי זענען פויל, דער רבוש"ע איז משקיע ביי זיי ווייל ער וויל זיי הייבן העכער, און זיי האבן נאר טענות, פארוואס אזויפיל נסיונות.
דו קענסט!!
ווילסט זיין א טיש? א באנק? אדער אפשר א שוטה וואס איז באמת פטור פון אלע מצוות?
דער קאצקער זאגט: יוסיף דעת יוסיף מכאוב - אבער ס'איז ווערד!
ויאמין ויאמר ויאמין ויאמר - מ'דארף עס ארויס זאגן.
נישט אומזיסט שטייט: ייצר הרע טוב מאוד.
דער בעל התניא האט פון איינעם אוועק גענומען דעם ייצר הרע, ביז יענער האט עס צוריק געבעטן.
אונז טארן נישט בעטן נסיונות, אבער אויב דער רבוש"ע האט שוין געגעבן, נוץ עס אויס. ווער נענטער מיט אים.
ביז דער ייצר הרע וועט שוין נישט פארגינען קיינע נסיונות!

שמחה און אמונה אינעם רבוש"ע: זאגן: דו ביסט גאנץ! דאס איז מיין שליחות!

שנזכה לגאולה השלימה בב"א.
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

א הארציגן ייש״כ פארן עפענען אזא וויכיטיגן תוכןד׳יגע רייכע אשכול


עיין במאור עינים סוף פרשת ואתחנן מורא׳דיגע ווערטער בהיקף נפלא אויפן יסודות׳דיגן ענין פון בטחון

@צעטעלע האסט בליעה״ר גאר א גוטן פעדער… אויב מעגליך ביטע דאס שיין פארטייטשן

לויט ווי איך האב עס אפגעלערנט באקומס דער מענטש זיין פרנסה לויט זיין בטחון עס גוט א טיפן בליק וואס איז דאס בטחון

לדוגמא אויב א מענטש מאכט אפ אז דאס וואס ער טוט יעצט פאר פרנסה איז עפעס נישט א גוטע ליין היינטיגע צייטן ער מאכט נישט גענוג צום לעבן דערפאר קלערט ער אז ער דארף שוין טוישן זיין גאנצע דזשאב אריינגיין אין עפעס א אנדערע אינדוסטרי ווי מ׳מאכט מער געלט וכולהו

הער גוט צו: דאס איז אלעס אויכעט ביסודו בלויז בטחון!! דהיינו ווייל דארט גלייבט ער אז ס׳איז דא הצלחה וועט ער עס האבן דארט משא״כ דא האט ער פארלוירן די בטחון האט ער עס שוין נישט -!פון ווי קען ער טאקע נאך האבן פרנסה דערפון?

די לימוד פאר אונז האב בטחון אין וואס די טוסט אז דיין גאנצע פרנסה ליגט ממש דא אלעס אלעס וועפיל דו דארפסט (דער באשעפער קען דיר נאר געבן הונדערט טויזנט דאלאר א יאר? צוויי-דריי הונדערט טויזנט קען ער שוין נישט?…. ס׳איז קלאר אז ער גיט וויפיל דו דארפסט… כל זמן גלייבסט אזוי)

געדענק: בעט פאר הצלחה מיט שמחה און אמונה און פארלאז זיך אויף השי״ת אז ס׳גייט באמת אנקומען וועסטו עס זעהן עין בעין!!

ער לייגט דארט צו דער מאור עינים דערפאר זאל מען נזהר זיין אינעם ענין פון מעשר ווייל דערמיט ווייזט דער מענטש זיין בטחון אינעם אייבירשטן און דערפאר ברענגט כס אזא שטארקע הצלחה !!
לעצט פארראכטן דורך די נקודה אום זונטאג יולי 31, 2022 10:11 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

די נקודה האט געשריבן:א הארציגן ייש״כ פארן עפענען אזא וויכיטיגן תוכןד׳יגע רייכע אשכול


עיין במאור עינים סוף פרשת ואתחנן מורא׳דיגע ווערטער בהיקף נפלא אויפן יסודות׳דיגן ענין פון בטחון

@צעטעלע האסט בליעה״ר גאר א גוטן פעדער… אויב מעגליך ביטע דאס שיין פארטייטשן

א גרויסן דאנק. גע'עפענט דעם אשכול האט @ליכטיג
וואס מיינסטו פארטייטשן?
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

בס"ד

מאו"ע: כל מה שהיה במדבר יהיה גם לעתיד לבוא
בחי' מן, בחי' באר, בחי קבלת התורה, בחי' ענני הכבוד, בחי' משה ואהרן וכו'
אונז ווייסן ניטאמאל אויף וואס צו בענקען

חידושי הרים: אמר למי שלא יכל לבכות על חורבן הבית שיבכה על חורבן עצמו, כשזה יתוקן, נפשו כבר תבכה על חורבן הבית.

הרבוש"ע החריב ביתו, אבל שמר על כלל ישראל.
בלי כלל ישראל אין קיום לעולם.
צריך לבכות רבות על עצם זה שאיננו בוכים על חורבן הבית.
כשרואים ילד קטן שאינו בוכה בהלווייתו של אביו רח"ל, רק משחק בשטותים, כולם מבינים שעל הילד הזה הרחמנות הגדולה ביותר.

מי שלפחות מבין מה שחסר, ינסה לתקן, למלאות ולהשלים החסר.
כשלא יודעים מה זה אב, הרחמנות זועק לשמים.

דער עצם ווילן ווילן ס'זאל וויי טון אויף'ן חורבן הבית, איז בעצם שוין א גרויסן תיקון.

ר' אביש ציינווירט: חסד גדול עשה אתנו השי"ת, אז ער האט אונז געזאגט וואס הייסט זיך מתאבל זיין. אויב נישט, וואלט מען זיך געדארפט קוילערן אין די אשפתות מרוב צער.
ס'דא מענטשן וואס גייען זיך נאך זוכן היתרים....
אוודאי איז שווער, אבער מ'זאגט איבער פון ר' שלמה זלמן, און פון ר' חיים זאנענפעלד: פארוואס ווען מ'זיצט רח"ל שבעה אויף א טאטע צו א מאמע הערט מען נישט די אלע שאלות...
אפשר היינט איז שוין אזא דור יתום אז מ'הערט שוין אויך די שאלות.

די וועלט זאגט א באוואוסטער קשיא, 'אלו הדברים' הייבט משה רבנו אן רעדן גאר ברמיזה, און רש"י דארף אלץ מסביר זיין, און ביי די קומענדיגען פסוק אוי פליקט ער אריין, זאגט מען, די זיסע ווערטער פון משה איז טאקע געקומען ברמיזה, אבער נאכן הערן איין ווארט פון משה רבנו, האבן די אידן שוין געוואלט הערן. יעצט קען מען שוין אריין פליקן.

מ'דערציילט מבהיל'דיגע מעשיות אויף צדיקים: איין ווארט האבן זיי געזאגט, און ס'שוין געווען גענוג פאר'ן גאנצן לעבן, ס'שטייט אין חז"ל 'כל מי שיש בו יר"ש דבריו נשמעים'.

איך וויל דערציילט אפאר קורצע מעשיות פון צדיקים,
איינער פון די גרויסע ת"ח פון די דור, גאר גרויס, מפני כבודו קען איך נישט זאגן זיין נאמען, אלץ בחור איז ער געווען פראבלעמאטיש, איז מען געגאנגען צום בעלזער רב זי"ע, מעורר זיין אז מ'דארף אים שטעלן אויפן פלאץ, האט ער אפגעשטיפט, נאכאמאל און נאכאמאל, ביז איין מאל, איז ער שוין געקומען בהכנה גדולה אז מ'גייט אים שוין זאגן, דער הייליגער בעלזער רב האט געבעטן מ'זאל אים וואשן נאכאמאל די הענט, מ'רופט שוין אריין יענעם, יענער איז אריין געקומען דערציטערט, אפשר גייט מען אים ארויסווארפן, 5 ווערטער האט ער אים געזאגט: בחור'ל, אזוי טוט מען נישט. ס'שוין געווען גענוג. ס'האט אים געמאכט א מהפכה אין די קישקעס, אלץ האט זיך איבער געדרייט לטובה.יענער קען היינט מן הסתם אלע חלקי שולחן ערוך, ש"ס ופוסקים, פון די גאר גרויסע תלמידי חכמים פון דור, ס'געווען א הכנה רבה אפאר חדשים פאר דעם.

ווען א יר"ש זאגט א ווארט איז עד גאר אנדערש.

ר' נחמן ספינקער, דער זיידע פון היינטיגן רבי'ן, האט אמאל געזאגט פאר איינעם וואס האט געדאוונט ביי אים, יענער פלעגט לייגן די תפילין אויף אזאלכע לאקן, א טשופ, ווען ער האט געזען אז יענער פאלגט נישט האט ער זיך גענומען וויינען, האט מען אים געפרעגט וואס איז געשעהן, האט ער געזאגט: איך זעה אז איך האב נישט קיין יר"ש, ס'נישט דבריו נשמעים, יענער האט דאס געהערט און ס'שוין געווען דבריו נשמעים.... און ער האט היינט א שיינעם חסיד'ישן משפחה.

ווען משה רעדט, גייט עס אריין.

אין לעכאוויטש, און נאך גאר גרויסע צדיקים, בעיקר זאגט מען נאך פונעם יהודי הקדוש, פון רבי'ן ר' בונעם, און נאך, האבן געזאגט: ווען מ'ליינט די פרשה פון 'אלו הדברים' איז דאס מוסר פון משה רבנו אליין, און זיי פלעגן עס לערנען אגאנץ יאר.
בנוסף צו די שיעורים אין די היייליגע ספרים, האט מען געלערנט די פסוקים מיט פשוט פשט.
א איד ווייסט נישט וואס הייסט הערן מוסר פון משה רבנו זי"ע.
ס'דא אין דעם הויכע עניינים.
מ'זאגט פון דעם הייליגען בעש"ט און אזוי אויך פון רבי'ן ר' מיילך, אז א איד איז זיך מצייר בשכלו אז ער שטייט ממש דארט און זעהט משה רבנו שטייט פאר אים, און הערט עס פון משה רבנו אליין גייט עס אריין אנדערש.

ר' אביש ציינווירט זאגט​:​ מ'דארף זיך קאכן אין די פרשה, מ'הערט מוסר פון משה רבנו אליין. אויף יעדן פסוק.

וואס משה רבנו האט גערעדט, האט ער גערעדט פאר אלע דורות, פאר אלע סארט מענטשן, מריש כל דרגין עד סוף כל דרגין.

רמב"ן: משה איש האלוקים, די ווערטער איז א בחינה פון א נבואה.
ר' מענדעלע און דער מאו"ע רעדן אויך דערפון.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

זייער א שיינע אשכול.

א דאנק ר' צעטל קלעבער.

איך מיין אז דער אשכול (לפחות די לעצטע צוויי בלאט) באלאנגט אין קרעטשמע, און אזוי אויך וועלן עס לכאו' מער אידען זעהן און באקומען די נויטיגע חיזוק.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

א קלוגער איד האט אמאל מסביר געווען פאר איינעם אז דער באשעפער האט באשאפן די וועלט,
האט ער אים געוויזן א הערליך געשריבן בריוו, און אים געפרעגט, ווייסט ווער ס'האט געשריבן דעם בריוו?
'ניין' ענטפערט יענער.
זאגט ער אים: איך בין פריערט ארויס פון מיין צימער, און געלאזט אפן די פושקעלע טינט אויפן טיש, א קאץ איז אריין געשפרונגען פון פענסטער, און בטעות איבער געקערט די טינט, און קוק, וואונדער איבער וואונדער, ס'האט זיך פון זיך אליין אויספארמירט אין א הערליך געשריבן ארטיקל.
'שקרן!' שרייט יענער צוריק מיט אויפברויז, 'מיינסט איך בין אזא שוטה? לאכסט מיר אפ?'
'אההה' האט אים דער צדיק געענטפערט געמיטלעך, 'דאס קען נישט זיין? אבער אז עפעס זאל פלאצן, און פון דעם זאלן באשאפן ווערן ימים ונהרות, וועלדער פעלדער מיט אלע סארט באשעפענישן און געוויקסן, דאס שטימט דיר יא?????'
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

ריקודים בשבת תשעה באב
פ"א כשחל תשעה באב בשבת ישבו החסידים של החוזה זי"ע לשל"ס בשירות ותשבחות עד הרבה אחרי צאת הכוכבים, הגדילו כמה מהם לעשות ואף יצאו לריקוד, נכנס החוזה ואמר: אתם שמחתם שמחה של חינם, בזכות זה תזכו לרוב שמחה של מצווה.

נוסח קידוש יו"ט תשעה באב
ר' מרדכי'לה מנדבורנא היה ידוע בשמחתו וכמעט שלא ראו אותו בוכה, צדיקים קראו לו 'דער פרייליכער צדיק' פ"א ראוהו בוכה, שאלוהו ע"ז וענה: ראיתי בשמים את נוסח הקידוש שיהיה לעתיד לבוא (בקרוב ממש) ביו"ט תשעה באב, וביקשתי לגלות את הנוסח לכלל ישראל לחזקם ולעודדם בשמחה ובטחון אך משמים לא ניתנה הרשות.

רבי ביקש לעקור תשעה באב ולא הודו לו
ידוע שיטת רבי שאמר תשעה באב שחל בשבת כיוון שנדחה נדחה, ופירשו צדיקים: שכוחה של שבת זו גדולה כ"כ, עד שרבי רצה להחיש הגאולה בכח שבת זו.

א פרייליכן שבת
ויהי רצון אז ס'זאל שוין זיין יו"ט תשעה באב
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

אז דיין חבר קומט אריין מנחה צייט פארכמארעט מיט אן אראפגעלאזטע נאז, צעפלאזשעטע פאות, לויפט שנעל לייגן תפילין, באגריסט דיר נישט, און ענטפערט דיר ניטאמאל אויף דיין שאילת שלום.
טראכט א רגע וועלכע תשעה באב איז היינט אריבער...

#הוי_דן
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

פיינע אשכול, א דאנק צעטיל קלעבער
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

רייכער איד האט געשריבן:
פיינע אשכול, א דאנק צעטיל קלעבער
א דאנק אייך!
א גח"ט פאר כלל ישראל!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

רבוש"ע לאמיר מאכן א בייט... איך וועל דיר געבן חטאים עוונות ופשעים אוי וויי טאטע.

פרעגט א גוטער איד 3 קשיות:
איינס, ווי אזוי ארבייט די בייט דא? האסט אמאל געהערט אז איינער האט גע'גנב'עט ביים קעניג אין פאלאץ, אין נאכער איז ער מציע דעם קעניג א בייט: קודם כל זיי מיר מוחל די גאנצע גניבה, חוץ פון דעם, וועסטו מיר נאך צוגעבן $20,000.... ס'הערט זיך מאדנע...

צווייטנס, דאס איז אלץ וואס דער הייליגער בארדיטשוב'ער האט געטראפן ביי כלל ישראל? חטאים עוונות ופשעים? וואו זענען אלע מצוות ומעשים טובים? תורה, תפילה, חסד וכו' וכו' וכו'?

דריטנס, וואו קומט אריין דער 'אוי וויי טאטע' אינמיטן א בייט? שטייסט אין גראסערי און זאגסט אים: זיי מוחל שמערל מאך א חשבון: כ'האב גענומען א פלאש מילך, 2 קעז, א זאק קארטאפל אוי וויי שמערל! א פושקע האניג אוי וויי שמערל! א טאץ אייער, 3 אוגערקעס, אנדערטהאלבן פונט רייז אוי וויי שמערל!???? ס'קלעבט עפעס נישט...

הוא מותיב והוא מפרק:
מ'האט דערציילט דעם רבוש"ע די מצוות ומעשים טובים וואס אידן אומעטום טוען כסדר, האט זיך יענער בחור אנגערוקט: זיי לערנען זיך אליינס צו בויען, זיי דאווענען ווייל ס'דרוקט זיי (בבחינת הב הב), זיי געבן צדקה ווייל זיי ווילן א נאמען אויף א בניין וכו' וכו'

האט דער הייליגער בארדיטשובער געזען אז מ'מוז נעמען אן אנדערען מהלך, האט ער געזאגט: רבוש"ע לאמיר מאכן א בייט = לאמיר בייטן מהלך...
איך וועל דיר געבן חטאים עוונות ופשעים מיט א 'אוי וויי טאטע!' = אזוי ווי צדיקים זאגן אז די מלאכים וואס ווערן נעבעך באשאפן פון אידישע עבירות חלילה זענען אלע פעלערהאפטיג, פאר איין מלאך פעלט א האנט, א צווייטן אן אויג וכו', ווייל א איד האט שטענדיג דעם צובראכן הארץ און גיבט א קרעכץ 'אוי וויי טאטע', און דאס איז כולה עלמא מודה אז ס'איז בלתי לה' לבדו! ער שפירט זיך אזוי צוקלאפט און צובראכן, ער האט נישט קיין שום כבוד פון דעם. און אט דאס גיבט דער בארדיטשובער רב זי"ע פארן רבוש"ע.

יעצט צו פארענטפערן דעם ערשטן קשיא, איז ער מסביר אזוי: ס'איז באוואוסט אז המקדש אשה ע"מ שהוא צדיק גמור וכו' שמא עשה תשובה, זעט מען אז פון איין רגע תשובה ווערט מען א צדיק גמור! יעצט, דער איד וואס האט תשובה געטון איז דאך א צדיק גמור, און ער האט די צער פון די עבירה פאר גארנישט, איז אויף דעם אומזיסטן צער וועסטו טאטע אים מוזן געבן בני חיי ומזוני....
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

וואה שטארק
האסט עס גיט אראפגעלייגט
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

האסטו וועסטו האט געשריבן:
וואה שטארק
האסט עס גיט אראפגעלייגט
;l;p- א דאנק
א גח"ט!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

שפאציר איך געמיטליך אריין אין באנק, איך דארף אריין לייגן אפאר הונדערט דאללער וואס איז DUE היינט, און ס'נעמט מיר א רגע צו כאפן צו איך האב זיך נישט טועה געווען מיט'ן אדרעס, מענטשן שטייען און טאנצען מיט אן אויסטערלישן שמחה.

דא הער איך 'הונדערט טויזנט!', פון א צווייטע זייט הער איך 'צוויי הונדערט טויזענט!' און מענטשן פאטשן מיט די הענט.... איינער שרייט 'צוואנציג טויזנט!', אינמיטן שטייט איין מענטש, צעשליסן מיט אלטע צעריסענע קליידער און שרייט אן אויפהער 'צעעעען מיליאאאןןןןןן!!!' און מענטשן טאנצן ארום אים....
וואס גייט דא פאר? זענען זיי אלע משוגע געווארן? צו איז גאר עפעס ביי מיר עהעם, אביסל עהעם, יא...

איך גיי צו צו איינעם, און פרעג: זאג וואס גייט דא פאר?
יענער קען מיר קוים הערן מיט די רעש און געפילדער וואס טוט זיך דארט ארום אונז, אבער ווען ער האט מיר פיינעלי געהערט, זאגט ער מיר: דער בעל הבית פון די באנק איז מורא'דיג בשמחה ווייל היינט איז אים געבוירן א קינד נאך לאנגע לאנגע יארן ווארטן, האט ער אפגעמאכט אז יעדער וואס קומט אריין דא אין באנק ביז סוף טאג, גייט מען נעמען אלע זיינע חובות און פשוט מיט א קליק פון א קנעפל אויסמעקן!!!! דו גלייבסט עס? איז יעדער איינער פרייט זיך דא, און וואס מער חובות א מענטש האט געהאט, אלס מער פרייט ער זיך!....
ס'ווערט מיר קאלט און הייס, יענער פרעגט מיר וואס איז מיט דיר געשען? דו זעסט אויס ווי א באזעסענער אינגערמאן, שיינע גלעזער, א שיינע רעקל, זעסט נישט אויס ווי א בעל חוב....
אוי! ווען ער זאל נאר וויסן.... איך בין דער גליקליכסטער מענטש דא אין באנק, די לעצטע יאר צייט האב איך יעדן איינציגן טאג ארויס גענומען קליינע און גרויסע הלוואות.... ווען קיינער האט נישט געזען, אינמיטן נאכט.... אינדרויסן קוק איך אפשר אויס ווי אן עושר, אבער אינעווייניג, אוי!!!!! איך בין דאך יעצט דער גליקליכסטער מענטש אויף'ן וועלט! אין איין רגע האב איך פארדינט שווערע שווערע טריליאנען.....

פליצלונג ווערט שא שטיל, דער בעל הבית איז דא.
ער נעמט די מייק, און נאכן פארמאל זיך אינטערדאאסן זאגט ער: איך זע אייער געוואלדיגע שמחה מיט די געבורט פון מיין זון, איך וויל מאכן די שמחה נאך גרעסער, יעדער איינער זאל קוקן אין זייער חשבון, א גוטן טאג!

איך גיי צו צו מיין חשבון, וואס האט ער שוין אנגעדרייט דא? געגעבן יעדן איינעם א צענערל? איך קוק, און איך גלייב נישט וואס איך זעה, ער האט פשוט געטוישט די מיינוס צו א פלאס!! מיינע חובות זענען געווארן איבערגעדרייט צו זכות!!!!!!!!!!!
נישטא נאך אזא פרייליכער מענטש ווי מיר!!!!!!!!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

שטארק שטארק, יעדע איינציגסטע שטיקל דיינער

חזק ואמץ
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

גארנישט מיינע. אבער א גרויסן דאנק, אז מ'זעט כאטש איינער ליינט באקומט מען חיזוק.
ש'כויח!!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

ר' מיכאל, אין זיין ניגון 'פייגעלע' האט מיר פארענטפערט וואס איז מיר געווען שווער צו פארשטיין א ווארט פון הייליגן מגיד פון קאזניץ.
דער הייליגער קאזניצער מגיד זאגט אז א קרי"ש פון א פשוט'ן שניידער היינטיגע צייטן איז גרעסער ווי די קרי"ש וואס רבי עקיבא האט אויסגעשריגן כשנשמתו יצתה ב'אחד'.
ווען א היינטיגע בעל דרשן זאגט עס ווען, וואלט עס מיר נישט אזוי שטארק געשטערט, אבער אז דער הייליגער קאזניצער זאגט עס, איז עס תורת אמת. איז וואס ליגט דערינטער?

זאגט ר' מיכאל אזוי: א קעניג וואס האט פילע שפילער און טאנצער וואס שפילן פאר אים ווייל זיי האבן אים ליב, און מצד שני ציטערן פון זיין שטארקייט, זיי קענען זיינע יכולות'ן, איז אים עס ווייט נישט אזוי שטארק משמח ווי א פשוט'ע פייגעלע וואס קען יעדן ליאדע סעקונדע אוועק פליען און זיך אויסלאכן פון דעם קעניג, און עם כל זה זינגט זו און שפרונגט זו פארן קעניג.

רבי עקיבא ווען ער האט געזען די מטרנותא האט ער געשפיגן און דאן געלאכט, ווען זו האט אים געפרעגט פשט, האט ער געזאגט: איך האב געשפיגן ווייל איך האב געזען פון וועלכע טיפה סרוחה איר קומט, און צו וואו איר גייט, און געלאכט ווייל איך האב געזען אז בסוף וועט איר חתונה האבן מיט מיר.

משא"כ אונז אידעלעך פון 1785 אםםםם איך מיין 2023, אונז האבן אזוי ווייניג דעת (אויב בכלל) און ווען אונז האבן א ניסיון (זאל עס זיין, קנאה, תאווה, כבוד אדער יעדע אנדערע מידה) ווילן אונזערע רמ"ח אברים און שס"ה גדים עובר זיין על רצונו יתברך חלילה, און די איינציגסטע זאך וואס האלט אונז אפ, איז פשוט ווייל דער רבוש"ע לאזט נישט! אונז רעדן זיך נעבעך איין אז אונז קענען אוועק פליען ווי דעם פייגעלע....

ווען א מענטש שטייט אינמיטן יום כיפור און וויל עסן א שטיקל קעיק און איינער ווייזט אים אז ס'האט אין זיך סם המוות ח"ו און ער האלט זיך אפ ווייל ער וויל לעבן, און דאן קומט א צווייטער און וויל עס עסן, און קיינער זאגט אים גארנישט, אבער ער האלט זיך אפ ווייל דער רבוש"ע האט אזוי געזאגט, קען מען זיי דען פארגלייכן?
און ווער רעדט נאך אין אונזער דור יתום ווען אפילו מ'ווייסט קלאר אז ס'איז א סם האט מען אויך נישט די דעת זיך אפצוהאלטן און מ'טוט עס פארן רבוש"ע אליין, איז נאך דא א גרעסערע נחת רוח ביים רבוש"ע כביכול?

איז אפשר קען זיין אז דאס האט דער הייליגער מגיד געזאגט, ווען רבי עקיבא האט געשריגן 'שמע ישראל' האט ער געוויסט אלס וואס איז געווען, און וואס גייט זיין, ער האט געוויסט אז ער איז יעצט מתקן די עניין פון די שבטים, און ער טוט יעצט א טובה פאר כלל ישראל וכו' - משא"כ א פשוט'ער איד היינטיגע צייטן וואס צעבראכענערהייט מיט פארקלעבטע אויגן ליינט ער קרי"ש (צו שטייט ביי סיי וועלכע נסיון), ווען ער איז שוין לאחר ייאוש, ער ווייסט ניטאמאל צו ער גייט נאך דאווענען שחרית היינט, אבער ער טוט עס ווייל אזוי האט דער גרויסער גוטער בורא באפוילן. איייייי וויפול נחת רוח האט דער רבוש"ע פון דעם!
אשרינו מה טוב חלקנו ומה נעים גורלנו!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

חזק מאוד
תודה
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

אז א מענטש גייט אריין מיט א חבר אין א צימער וואס ער ווייסט קלאר אז ס'נישט דא דארט נאך איינער, און ער ווייסט קלאר אז ס'נישט מעגליך פאר נאך איינעם אריין צו קומען (דיקע פעסטע ווענט, נישטא קיין פענסטער, און די שליסל פון טיר איז ביי אים וכו'), און פליצלונג גייט זיין חבר אריין אין א שאפע, און נאך א מינוט קומט א צווייטער ארויס פון דארט, שפעטער גייט יענער אריין אין שאפע אין א נייע מענטש קומט ארויס פון דארט, וחוזר חלילה, פארשטייט יעדער איינער אהנע ספקות אז ס'איז דער זעלבער חבר נאר ער האט זיך אנדערש פארשטעלט - אז א מענטש פארשטייט אז די וועלט איז פארמאכט אין די הענט פון אייבערשטען, און ס'נישט דא נאך עפעס זולתו! כאפט אים פליצלונג אזא רואיגקייט!!! ער כאפט אז בעצם איז אלס התגלות אלקות אויף פארשידענע אופנים און צורות! די ווייב אין קינדער איז באשעפער, די קנאה תאווה כבוד איז באשעפער, אלעס אלעס איז נאר באשעפער!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

געוואלדיג א גאר שטארקע נקודה.

חזק ואמץ.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

שמו האט געשריבן:
געוואלדיג א גאר שטארקע נקודה.

חזק ואמץ.
נישט מיינס
אבער א גרויסן דאנק אויף די פידבעק!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ס'ווערט נישט אויס שטארקע נקודה.

באמת א נקודה למחשבה.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

;l;p-
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

שמו האט געשריבן:
ס'ווערט נישט אויס שטארקע נקודה.

באמת א נקודה למחשבה.
;l;p-
ריכטיג. ס'האט מיר געגעבן א געוואלדיגע רואיגקייט.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

האט מיר איינער יעצט געזאגט אז דער ווארט קומט פון בעש"ט (אין ספה"ק כתר שם טוב)
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”