רבי אביגדור מיללער זצ"ל ענטפערט

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

קעניגזאן די האסט נישט קיין אנונג ווי די ביסט מיר מחי׳
א גרויסן דאנק
ביטע שרייב נאך דאס איז דאך מלא תוכן און נאכדערצי מיט דיין שיינעם איבערזעצונג
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

עס איז אביסל שווער צו ליינען ווען די אותיות זענען ITALIC (דהיינו שיעף). אפשר וואלט בעסער געווען עס זאל אנשטאט דעם זיין אין באלד?
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

גיכער האט געשריבן:קעניגזאן די האסט נישט קיין אנונג ווי די ביסט מיר מחי׳
א גרויסן דאנק
ביטע שרייב נאך דאס איז דאך מלא תוכן און נאכדערצי מיט דיין שיינעם איבערזעצונג
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

גיכער האט געשריבן:קעניגזאן די האסט נישט קיין אנונג ווי די ביסט מיר מחי׳
א גרויסן דאנק
ביטע שרייב נאך דאס איז דאך מלא תוכן און נאכדערצי מיט דיין שיינעם איבערזעצונג
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

כגיכער ועוד לקרא אכתוב ברכת תודה לידידינו הנכבד אשר דולה מתורת הגאון ר' אביגדור ז"ל להשקות בו צמאי אייוועלט עם דברים מחכמים!

ישר כח, שכרך הרבה מאד!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

קעניגזאהן א ריזיגן שכח!

כ'מיך גראדע לעצטנס איינגעהאנדלט חלק א' דערפון, עס איז געוואלדיג, כ'האב געקלערט אויך צו שרייבן אביסל, כ' האלט מיך צוריק אלס "כבוד המלכות"
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

קעניגזאן האט געשריבן:שטארקע השקפה פאר שמירת ענים.

קשיא: וויאזוי קען א מענטש בייקומען די נסיון פון נישט קוקען אויף זאכן וואס מען טאר נישט זען?

ענטפער: נומער איינס, די קאפ איז א וועקיום, ווען דיין מחשבה איז ליידיג, דאן קומען אלע שטותים אריין אין דיין מוח. ווען דיין מוח איז פיל מיט גוטע מחשבות, אפילו די לעקטשערס וואס איר הערט פון מיר דא, טראכט פון זיי א גאנצע צייט. פראביר צו אויספירן די זאכן וואס דו האסט געהערט. אדער ווען דו לערנסט, אפילו דו לערנסט הלכות, האלט דיין משחבה פיל מיט תורה. עס איז דא אזויפיל זאכן פון וואס צו טראכטן. יעצט ווען דיין מוח וועט זיין פיל וועלן נישט די שלעכטע זאכן אריינקומען אין דיין מוח אזוי גרינג.

צווייטנס, אויב דו ביסט אין גאס, קוק אויף די סייוואלקס בשעת דו גייסט. קוק נישט אין ערגעץ נישט, נישט לינקס אדער רעכטס, נאר אויב דו דארפסט אריבער גיין די גאס. חזר די קאמענט א גאנצע צייט ווען דו גייסט, דיין אויגן אראפ. דו וועסט זיין סופרייסט וויפיל דאס וועט דיר העלפן. האלט דיין אויגן אראפ. עס איז א גוטע איידיע צו וויסן אז אלע מענטשן ארום דיר זענען טמאים. אלע מענטשן ארום דיר זענען בהמות. זיי זענען פארלוירענע נשמות, אלע פון זיי גייען גיין אין גיהנם, אלע פון זיי. עס איז א רחמנות, אלע פון זיי האבן נישט קיין שום שכל. זיי טראכטן נישט פונעם אייבירשטען אפילו איינמאל אין זייער גאנצן לעבן, ניטאמאל איינמאל. סא וויאזוי קענסטו זיך פארגלייכן צו זיי? זיי זענען בהמות, חיות, "ורוממתנו מכל הלשונות", דו האסט אונז אויפגעהויבן פון צווישן אלע פעלקער פון די וועלט. דערפאר זאלסטו האבן א געוויסע מאס שטאלץ אין דיר אלס איד, ווייס ווער דו ביסט! דערפאר קוק נישט אויף קיינעם, קוק בלויז אויף די סיידוואלקס.


פונקט היינט געזעהן אינעם ספר והאר עינינו בשם ר' אביגדור ז"ל אז שמירת עיניים איז אנהייב זייער שווער אבער צום סוף ווערט עס גרינגער. ביי געוויסע ווערט עס א צווייטע נאטור. ס'איז אלץ דא א מלחמה, אבער אסאך גרינגער!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

קעניגזאן, שכרך הרבה מאד!

ביזט מחיה נפשות!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

א ריזן יש"כ.

*
דרך אגב: איך נוץ אסאך מאל די עצה, אבער עס העלפט נישט....
קעניגזאן האט געשריבן:קשיא: וויאזוי קען א מענטש בייקומען די נסיון פון נישט קוקען אויף זאכן וואס מען טאר נישט זען?

ענטפער: ..אויב דו ביסט אין גאס, עס איז א גוטע איידיע צו וויסן אז אלע מענטשן ארום דיר זענען בהמות
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

און געדענקט, פון בהמות דארף מען זיך היטען, זיי קענען שטויסען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

קיין שום עצה העלפט נישט תיכף, לדעתי איז די עצה מער א פסיכאלאגישע עצה, ווייל עס ווערט געברענגט בספרי צדיקים אז ווען איינער קוקט אויף עפס א זאך ווערט יענע זאך בבחינת זיווג מיטן מענטש, דאס טייטש אז אויב מען קוקט אויף זאכן וואס מען טאר נישט האט די אויג געמאכט א יחוד מיט יענע זאך און דאס איז א מורא'דיגע פגם. יעצט, רבי אביגדור קומט דיר זאגן זייט וויסן ווער דו ביסט, אלע זאכן וואס אנטבלאנגט די רוישיגע גאס איז טמא, עס איז בהמה'יש, עס פאסט נישט אז דו זאלסט זיך אראפ לאזן און קוקן אויף יענס, זיי זענען נידריג און האבן נישט קיין שום שיכות מיטן רבוש"ע. אלזא ווי פאסט עס אז א בן מלך זאל זיך מתייחד זיין מיט נישט גוטע זאכן.


______________
א יישר כח פאר אלע דאנק רייד, זיי געבן מיר חיזוק פארצוזעצען.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

שרייבסט זייער גוט, זעץ פאר.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גם אני אען ואומר לכבוד ידידי הבן מלך: תחזקנה ידיכם לכתוב מאמרי ר' אביגדור זצ"ל אשר אני לומד בצמאון רב.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

לכאורה האט געשריבן:גם אני אען ואומר לכבוד ידידי הבן מלך: תחזקנה ידיכם לכתוב מאמרי ר' אביגדור זצ"ל אשר אני לומד בצמאון רב.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

יישר כח הרב קעניגזאן פאר די הערליכע סחורה וואס דו ברענגסט אהער! און אן עקסטערן דאנק פאר דיין טירחה עס איבערצוזעצן אויף מאמע לשון.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

א ריזן דאנק קעניג!! מאכסט א סופער ארבייט! ביסט מחי' נפשות!!!

אגב, כאטש כ'גלייב אז ביי חסידים וועט מען נישט אינגאנצען מסכים זיין - צו די בהויפטונג - אז די דרך החסידות וואס דער הייליגער בעש"ט האט אראפגעברענגט איז געווען "פעלערהאפטיג" ח"ו, אז מען האט געדארפט צוקומען צו די רדופות פון די קעגנער עס משלים צו זיין, איז עס אבער א הערליכע וועג פון א ליטווישער צו קוקן אויפן בילד.

(לגבי די מתנגדישע חדר איז נישט שייך צו האבן אזא טענה, ווייל עס איז דאך נישט געוון א נייע זאך, איז גרינגער צו זאגן אז געוויסע זאכען - ווי לערנען מוסר - איז במשך הזמן געווארן שוואך.)

אגב איז מיר שוין לאנג אין קאפ די געדאנק אז וויבאלד די קעגנערשאפט צו חסידות אין די ערשטע יארן, איז געווען צוליעב די טענה אז "מען טוישט". צו נוסח, אדער אופן התפילה, און ביי וועלכע זאכען אין אידישקייט מען לייגט מער דגוש וכו' וכו', וואלטען אונזערע רביס תלמידי תלמידי גדולי ארץ הגר ההולכים בדרך החת"ס, געווען פון די גאונ'ס חדר! אזוי טראכט איך אויבן אויף.

און ווי גליקליך און וואויל איז אונז, אז מיר לעבן אין היינטיגען דור, ווי עס איז שוין לויטער און קלאר אז דער דרך הבעש"ט הקדוש איז ח"ו נישט געווען קיין שינו, און אין די זאך איז ב"ה דא א לויטערקייט - כאטש וואס אין אלגעמיין איז ליידער חושך ואפילה - קומט אויס אז מיר האבן די אלע זאכען - קלאפערגעצייג - וואס איז ביי אונז איינגעפירט געווארן דורך די תלמידי תלמידי הבעש"ט הקדוש - וואס דאס איז וואס האלט אונז אין דעם פנסטערן גלות.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

רבי אביגדור אליין זאגט אז ער וואלט דאס נישט געקענט באשיידן ווען נישט ער זעט דאס אין א ספר. אלזא ווייסן מיר א מקור פון וואו ער נעמט די געדאנק און מען קען עס נאכקוקען און זען וואס יענער שרייבט אין ספר זכרון יעקב. עס איז נישט זיין רעיון, ער זאגט דאס מתאמרא משמיה ספר זו. יעצט רבי אביגדור האט נאר אנגערירט אפאר באלעט פוינטס וואס אלס עס האט זיך אפגעשפילט, און עס איז אמת אז ער זאגט דאס פון א ליטווישער וויזיע.

אבער מען דארף וויסן אז די תקופת הבעש״ט איז געווען נישט לאנג נאך די כת ש״ץ און מען האט זייער מורא געהאט פון א איבערשפיל. אבער מיר דארפן זיך אבער נישט צופיל מחזק זיין, ווייל הנסיון יורה אז דער הייליגער דרך הבעש״ט האט איבערגעמאכט כלל ישראל, און קיין שום חלק מישראל שטייט נישט אזוי פעסט ווי אונז בתורה ועבודה ובגמילת חסדים.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

קעניגזאן,
ביזט א אמתדיגע מזכה את הרבים איך בין זיכער אז עס ווערט מקויים די סוף אז אין חטא בא על ידו
א דאנק נאכאמאל
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תשובה יד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

קשיא: וואס איז חכמה?

ענטפער: חכמה איז אינפארמאציע. יעצט, איך מוז ענק מסביר זיין, רוב מענטשן פעלט זיי די פאדימענטעל אינפארמאציע. יעדער שוטה מענטש, יעדער עם הארץ האלט אז ער ווייסט שוין אלעס. עס איז א פאקט. ווי אזוי ווייס איך דאס? איך בין אין ביזנעס. איך האב זיך מתעסק געווען אין דעם פאר מער פון זעכציג יאר. אין מיין אלטן שול, פלעג איך אלס פארלערנען שבת נאכמיטאג, פאר יארן לאנג, פאר זעכציג יאר. אין מיין אלטן שול, זענען געווען צוויי מענטשן וואס זענען קיינמאל נישט געקומען שבת צו מיין שיעור. ניטאמאל איינמאל. זיי האבן קיינמאל נישט געלערנט א שורה גמרא. זיי האבן קיינמאל נישט געפענט קיין מסילת ישרים. זיי האבן גארנישט געוויסט. און זיי האבן געטראכט אז עס איז נישט דא גארנישט צו הערן פון מיר. איינמאל, האט איינער פון זיי געטון א טובה, און ער איז געקומען. ווען איך האב געענדיגט מיין שיעור, האט ער געזאגט הויעך: "גארנישט קיין חידושים!"

עס איז דא אזויפיל זאכן צו וויסן, דו מוזט לערנען און לערנען און לערנען. דו ביסט קיינמאל נישט געענדיגט. דו וועסט זיין סופרייזט וויפיל עווענטואליטיס וועלן ארויף געקומען אין לעבן. דו דארפסט וויסן וואס צו טון. דו דאפרסט באקומען ביישפילן, דיטעילס, פרטים. אזויפיל אנווייזונגען אויסער די יסוד האמונה. אויב נישט, דאן וואס האסטו אין דיין הענט? דו האסט נישט קיין חכמה, דו האסט די נארישע וועלט ארום דיר. אלע אינפארמאציע פון אינדרויסען וועלן אריינגיין אין דיין קאפ.

איינמאל, איז געווען א געוויסע פרומע ארגענעזאציע, וואס האט געהאט א חודש'ליכע מאגאזין. איינמאל האט די חודש'ליכע מאגאזין פארמאגט א שרייענדע ארטיקל געשריבן דורך בן גריון. די ארטיקל האט געלויטעט מיט א גרויסע העדליין: 600 הונדערט אידן זענען ארויסגעקומען פון מצרים! נישט 600,000. אן ארטאדאקסישע מאגאזין זאל דאס קענען פובליצירן אן זאגן א ווארט? האב איך אנגערופען די עדיטאר, און אנגערופען די פרעזידענט פון די ארגענעזאציע. האבן זיי מיר געזאגט: אונז דארפן דיך אויסלויבן פאר דיין קנאות.. זיי האבן מיר געוואלט אויסלויבן פאר מיין קנאות! זיי האבן קיינמאל נישט געזאגט קיין ווארט וועגן דעם אין די קומענדע אישו. די ענטפער איז: די עם הארץ, די פרומע עם הארץ איז ממש אן אפיקורס. א מענטש דארף האבן איידיעס. אויב האט ער נישט די תורה אין זיין קאפ, דאן גייט די נארישע וועלט אריין אין זיין קאפ. אן עם הארץ איז א אפיקורס היינטיגע צייטן. אין די אלטע צייטן, איז די עם הארץ געווען די מאמין, היינט איז די עם הארץ די אפיקורס.

עס איז דא א אידישער עקשען מאגאזין פון די יוניען אויף די אידישע ארגענעזאציעס, איז די יעצטיגער אישו אזוי, עס איז דא א גרויסע ארטיקעל: די וועלט איז נישט געמאכט געווארן אין זעקס טעג, עס איז געמאכט געווארן אין מיליאנען יארן! אן ארטאדאקסישער מאגאזין? זיי האבן געזאגט אזוי: צו די רמב"ן, עס וועט נישט מאכן קיין שום חילוק אויב ער און א מאלפע האבן געהאט די זעלבע אבות. דאס איז א ארטאדאקסישער מאגאזין? איך האב שיעור גע'חלש'ט ווען איך האב עס געזען. דאס איז די יוניען אויף די ארטאדאקסישער קאנגאגראציעס. עס איז א חילול השם. די ענטפער איז: עמי הארצות האט נישט קיין שום חכמה, זיי מיינען אז זיי ווייסן אלעס, זיי ווייסן אבער נישט גארנישט.

דו דארפסט לערנען כדי נישט צו ווערן אן אפיקורס. דאס איז חכמה. יעצט, חכמה איז נישט גענוג. דו דארפסט טאקע לערנען. אבער די נעקסטע סטעפ איז צו טרענספארמען די חכמה אין דעה. דעה מיינט, צו נעמען די חכמה, און דיר מאכן שפירן די חכמה. דאס איז אינגאנצען א אנדערע טאפיק. דו דארפסט אנערקענען די אמת, און דו דארפסט זיי שפירן אלס א פרעזענדליכע עקספיריענס. צום ביישפיל: איך זאג אלס די משל, א מאמע זאגט פאר איר קליין יונגעל, "שטיי אוועק פון די הייסע אויוון", דו וועסט זיך אפריען די פינגערס אויב דו רירסט אן די אויוון. די קליינער יונגעל גלייבט די מאמע. אבער די מאמע איז אזוי קלוג ווי לאנג ער איז באזארגט, און ער רירט אן די אויוון, אוי! עס איז הייס! שרייט די יונגעל. זאגט די מאמע: "איך האב דיר געזאגט אז עס איז הייס". יעצט ווייסט ער אז עס איז הייס. פארדעם איז עס געווען חכמה, ווען די מאמע זאגט עס איז הייס, איז עס א חכמה, ער גלייבט זיין מאמע. יעצט איז עס געווארן "דעה".

יעדער ווייסט אז עס איז דא א גיהנם. יעדער פרומער איד וועט זאגן: "זיכער איז דא א גיהנם". האסטו אמאל געטראכט פון גיהנם? ניטאמאל איינמאל. האסטו אמאל גערעדט איבער גיהנם? ניטאמאל איינמאל. דו זיצט מיט דיין משפחה ביים טיש פאר יארן, האסטו שוין אמאל דערמאנט די גיהנם, אפילו איינמאל? איך האב מורא אז עולם הבא איז זעלטן דערמאנט, אויסער אין ברכת המזון - הרחמן הוא יזכנו לימות המשיח ולחיי העולם הבא. דו דערמאנסט עס אפילו נישט. דערפאר דארפסטו רעדן איבער גיהנם. יעצט, אויב דו ביסט א מאמין אין גיהנם, אבער עס איז נאר א ווארט פאר דיר, איז עס בלויז חכמה, נישט קיין דעה. דעה מיינט, אז דו שפירסט אז עס איז דא א גיהנם. און עס איז א פלאץ וואס דו דארפסט פראבירן אויסצומיידן. דו דאפרסט דאווענען צו הקב"ה אז ער זאל דיר פראטעקטן פון די שרעקעדיגע גיהנם ח"ו. גארנישט איז ערגער פון גיהנם. וואס זיי זענען אריבער געגאנגען אין די קאנסעטראציע קעמפס איז אונז געקומען לערנען אז עס איז דא א גיהנם. הקב"ה האט גענומען די גיהנם און עס אריינגעלייגט אין די וועלט, סא האסט געקענסט זען אביסל די גיהנם, דיר צו מאכן באוויסטזיניג אז עס איז דא א גיהנם.

די סלאבאדקער ראש הישיבה איז אמאל געקומען אויף אמעריקע, און זיי האבן אים איינגעלאדענט צו קומען צו די יאנג איזראעל סעודה. איז ער געקומען צו די סעודה, און ער האט געהאלטן א דרשה, וואס איז געווען די דרשה? די דרשה איז געווען פון גיהנם. זיי האבן נישט געמאכט קיין שום געלט! עס איז די לעצטער זאך וואס זיי האבן געוואלט הערן! זיי האבן ניטאמאל געגלייבט אין עס. דערפאר, איז עס זייער וויכטיג צו נעמען די חכמה, די ידיעה איבער גיהנם, און אלע פארעמס אויף חכמה און עס טרענסעלעטן אין דעה.

גדולה דעה, ווי גרויס איז דעה. דעה קנית מה חסרת, אויב דו האסט פארדינט דעה וואס דו האסט נישט געהאט. דערפאר, זענען אונז אין די וועלט צו פארמערן דעה, צו זען די גוטס פונעם אייבירשטען, און זען איבעראל די יד השם. אונז זאלן זיך דערמאנען, אז ער איז די איינער וואס האט באשאפען אלע זאכן אין די וועלט פאר אונז, ער האט געמאכט די וועלט פון גארנישט. ער איז עס מהוה, ער איז גוזר ומקיים. ער האט באפוילן די וועלט אריינצוקומען אין דינסט. ומקיים, ער איז מהוה די עקזיסטענץ פון די וועלט יעדער מינוט. יעדער מינוט איז עס "יש מאין", דאס ווערט אנגערופען "דעה".
לעצט פארראכטן דורך קעניגזאן אום דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תשובה טו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

קשיא: פארוואס איז עס אויסגעהאלטן צו וויינען ווען א מענטש שטארבט?

ענטפער: אויב איז ער א רעכדענקעדיגער מענטש, דאן זאלן אונז מאכן א פארטי און עס סעלעברעטען. און מיר דארפן זאגן ווי גוט איז אז א וואולער מענטש איז יעצט אין די וועלט פון פרייד און שכר. אבער אויב טוען מיר אזוי וועלן מיר ווערן שלעכט. לאמיר זאגן א מענטש איז 120 יאר אלט, ער האט געלעבעט א פרייליכע לעבן ביז די סאמע לעצטע מינוט, און ער האט געטון מצות זיין גאנצע לעבן, און יעצט איז ער געשטארבן - ער האט נישט געקענט לעבן מער פון 120 יאר - סא וואלטן אונז געדארפט מאכן א פארטי, און איינלאדענען יעדעם צו א גרויסער האל, ווייל עס איז די גרעסטע שמחה אונז וואלטן אמאל געקענט מאכן. די גמרא זאגט, פארוואס ביסטו פרייליך? מענטשן האבן ליעב צו סעלעברעטן ווען א שיף פארלאזט די בארטן, יעדער טרינקט, און מען מאכט סעלעברעשענס. יעצט ווער זאגט אז די שיף וועט אמאל צוריק קומען? אונז וואלטן געדארפט סעלעברעטן ווען די שיף קומט צוריק און אנקערט די בארטן. סא פארוואס זאל מען סעלעברעטן א געבורטס טאג? א ברית? מען דארף סעלעברעטן ווען א מענטש שטארבט, ווייל יעצט איז די שיף צוריק געקומען סוקסעספול צום בארטן. די ענטפער איז: אויב דו וועסט סעלעברעטן ווען א וואולער מענטש שטארבט, וועסטו ווערן שלעכט, וועסט באקומען א הארטן הארץ. דו דארפסט האבן א ווייעכע הארץ, א הארץ מיט רחמנות. די תורה וויל דו זאלסט וויינען מיט רחמנות, מיט דעם ווייעך צו מאכן דיין הארץ. אפילו ביי לאגיק איז עס נארמאל צו זיין בשמחה, אבער אונז גייען נישט נאך לאגיק, אונז גייען נאך די בענעפיטן וואס וועט ארויסקומען פון וויינען.

אין ווילנא, בערך הונדערט יאר צוריק, איז געווען א מגיפה פון טיפוס פיבער ל"ע, און מענטשן זענען געשטארבן ווי פליגן. די קרבנות זענען געשטארבן אויף יעדע גאס, די שטאט איז געווען כמעט ליידיג צוליב אזויפיל קרבנות. האט רבי ישראל סאלאנטער געזאגט: אין די צייטן זאל קיינער מער נישט וויינען, ווייל וויינען צוברעכט דיין סבלנות (resistance). יעדער זאל זיין פרייליך. - ער האט געזאגט: "דו זאלסט עסן אום יום כיפור". ער אליין איז געגאנגען אין שול אום יום כיפור, און ער האט גענומען א גוט שטיקל קעיק מיט וויין, און ער האט געמאכט קידוש אויף די בימה. ער האט געזאגט: מענטשן זאלן אנהאלטן זייער סבלנות (resistance) קעגן די מגיפה. ער האט געזאגט: יעצט זאל יעדער זיך פרייען ווען א וואולער מענטש שטארבט, ווייל דו ווייסט אז ער גייט יעצט צו זיין אמת'ער שכר. ער וועט זיין פרייליך אויף יענע וועלט. און עס לוינט נישט אין די צייטן צו וויינען. [עד כאן המעשה] יעצט, כהיום הזה, אויב עס איז מעגליך צו וויינען, דו האסט די מעגליכקייט צו וויינען, עס איז נישט א צייט פון א מגיפה, וועסטו גארנישט פארלירן מיטן וויינען. סא עס איז מורא'דיגע פליכט צו וויינען. אבער אויב א מענטש וועט נישט וויינען, מאכט ער זיין הארץ הארט. צו זאגן דו ביסט פרייליך אז ער איז געגאנגען בלויז צו זיין שכר, מיינט אז דו ביסט נישט טרויעריג אז ער איז געשטארבן. דערפאר איז די תורה אזוי קעגן דעם. דארפאר ווען שרה אונזער מאמע איז געשטארבן, האט אברהם געוויינט אויף איר. דאס איז אונזער מאדעל. אברהם אונזער גרעסטער לערער, האט אונז געלערנט אז מיר דארפן וויינען, ווייל וויינען איז א צייכן אויף רחמנות.
לעצט פארראכטן דורך קעניגזאן אום דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תשובה טז'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

א גאונת פון א קשיא. אבער ווען נישט די גאונות וואלטן מיר נישט באקומען אזא זאפטיגען ענטפער.

קשיא: אויב חיות האבן א פארום פון זעלבסט באשיצונג, דאן פארוואס האבן עס נישט מענטשן? פארוואס האבן נישט מענטשן קיין הערנער, אדער קלאען?

ענטפער: מענטשן האבן עפעס בעסער. מענטשן האבן א בחירה חפשית. מענטשן האבן עפעס בעסער ווי הערנער. די אמת איז, אז גרויסע נעגל מיט הערנער וואלטן געווען א סכנה פאר מענטשן. עס איז גענוג אז זיי האבן פינגער נעגל מיט וואס זיי קענען זיך איינער דעם צווייטן צו קראצען. אדער נוצן זייערע פאסטן. אבער אפילו דאן זענען זיי געצוימט כלפי די שאדן וואס זיי קענען מאכן. אויב מענטשן וואלטן פארמאגט הערנער, דאן וואלטן זיך יעדן טאג מאן און ווייב צופליקט אויף טויט! [פארשטייט זיך גויאישע, קעניגזאן] די ארגסטע וואס קען אונז געשען איז אביסל פאסט, וואס איז אזוי אויך צו סאך, אבער עס איז א געצוימטער צאל פון סכנה וואס מענטשן קענען טון. אבער אויב א מענטש וויל אמת׳דיג שעדיגען, קען ער ניצן א וואפן וואס קען טון אסאך שאדן. סא א מענטש דארף נישט גארנישט.

דאס איז די סיבה פארוואס א מענטש האט נישט די אינסטינקט פון בויען א נעסט. מען זעט א קליינער פויגל, וואס שטייט אויפן סיידוואלק, און הייבט אויף קליינע שטיקלעך פאפיר, און פליט צוריק צו זיין נעסט, און עס האט די מעגליכקייט פון מאכן א נעסט. יעדער פויגל איז געבוירן מיט די ידיעה פון וויאזוי צו בויען א נעסט. יעדער שפין ווייסט וויאזוי צו מאכן א שפין וועב, א זאך וואס פאסט פאר א אינדזשינער. א בין ווייסט וויאזוי צו מאכן א בינענשטאק. און ביבערס קענען מאכן א נארע, און א מענטש ווייסט נישט גארנישט. א מענטש דארפט צו זיין די מובחר, די קלוגסטע, סא פארוואס האט ער נישט אלע אינסטינקטס? ער וואלט געדארפט וויסן וויאזוי צו בויען א הויז, ער וואלט געדארפט וויסן וויאזוי צו מאכן א פייער. א קינד ווייסט נישט וויאזוי צו מאכן א פייער. מען דארף אויסלערנען אלעס פון אנפאנג פאר די מענטשהייט. די ענטפער איז: ווייל הקב״ה האט געוואלט אז די מענטש זאל זיין ארגינעל. א מענטש זאל האבן א בחירה חפשית און ער זאל משקיע זיין. ער זאל ניצן זיין אייגענעם מוח. דערפאר דארף ער נישט גארנישט. ער האט אבער געוויסע אינסטינקטס, געוויסע נאטור נייגונגען. די נייגונג צו עסן, די נייגונג צו טרינקען, די נייגונג צו געבוירן. עס איז א נס די נאטור פון וועלן געבוירן, ווען נישט וואלט קיינער נישט געבאדערט צו האבן קינדער. די נייגונג צו שלאפן. אויסער דעם איז אלעס אפהענגיק אינעם פרייען רצון, און זיינע אייגענע סיבות. ווייל ער האט די גרעסטע מתנה פון יעדעם.
לעצט פארראכטן דורך קעניגזאן אום דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 4:49 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תשובה יז'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

קשיא: פארוואס קוקט די וועלט ארויף אויף עקטערס?

ענטפער: די ״וועלט״ מיינט אלע בהמות. אלע בהמות געבן זייערע קינדער נעמען נאך עקטערס. און זיי רעספעקטירן עקטערס. די אמת איז, אז עקטערס זענען די נידריגסטע פון די נידריגסטע. ווייל זיי זענען בלויז עקטערס. יעדער וואס איז א עקטער, איז פאלטש. וואס טוט ער? ער קומט און זאגט זאכן וואס ער מיינט נישט, און ער טוט זאכן וואס ער וויל נישט. סא דערפאר זענען אונז ממאס עקטערס. איך וויל נישט רעדן איבער זיי. צו אונז זענען זיי די קראנקהייט (Scum) פון די ערד.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

לאדיךארויס האט געשריבן:עס איז אביסל שווער צו ליינען ווען די אותיות זענען ITALIC (דהיינו שיעף). אפשר וואלט בעסער געווען עס זאל אנשטאט דעם זיין אין באלד?

וואס הייסט עס איז שווער צו ליינען? איך מאך עס דייקא אזוי, ווייל עס זעט מיר אויס מער ציגינגלעך ביים ציטירן א 'קשיא ענטפער פארום'. ס'עפס מער שענער.
אויב די עולם גלייכט עס נישט וועל איך עס טוישן.

___________
עס איז דא פרישע סחורה רבותי, סקראלט ארויף!"
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ס'ראלט ארויף און אראפ; ס'ראלט זיך פון קעניגזאן פרישע גוטע סחורה. א דאנק.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
חניוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חניוק »

כהנא
אטעטשמענטס
כהנא
כהנא
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”