רבי אביגדור מיללער זצ"ל ענטפערט

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:זייער אינטערעסאנטע ענינים!! דארפמען וויסען צו ביי אונז איז אויך אזוי אנגענומען. אבער אינטערעסאנט ביז גאר איז עס זיכער.

גרויסער ישר כח. מיר הונגערען אויף נאך.

איך גלייב נישט אז די ענינים ווי לבנה און רעגן בויגן האט צוטאן מיט א שיטה וכדומה, דאס זענען פשוטע פאקטן וואס מיר ווייסן ניטאמאל, איך האב ניטאמאל געוויסט די פראבלעם פארוואס מען טאר נישט קוקען אויף די לבנה. ער פארציילט דיר די פאקטן, דערנאך זאגט ער דיר די סיבות, און די יוצא איז דברים פשוטים. עס איז גלייך ווי ער האט דיר אויבן מסביר געווען פארוואס וואסער איז דורכזיכטיג וכדומה. אזוי פארשטיי איך.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קעניגזאן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:זייער אינטערעסאנטע ענינים!! דארפמען וויסען צו ביי אונז איז אויך אזוי אנגענומען. אבער אינטערעסאנט ביז גאר איז עס זיכער.

גרויסער ישר כח. מיר הונגערען אויף נאך.

איך גלייב נישט אז די ענינים ווי לבנה און רעגן בויגן האט צוטאן מיט א שיטה וכדומה, דאס זענען פשוטע פאקטן וואס מיר ווייסן ניטאמאל, איך האב ניטאמאל געוויסט די פראבלעם פארוואס מען טאר נישט קוקען אויף די לבנה. ער פארציילט דיר די פאקטן, דערנאך זאגט ער דיר די סיבות, און די יוצא איז דברים פשוטים. עס איז גלייך ווי ער האט דיר אויבן מסביר געווען פארוואס וואסער איז דורכזיכטיג וכדומה. אזוי פארשטיי איך.

ס'קען זיין.

אבער עס איז אביסעל שווער צו אוועקמאכען זאכען וואס מען זאגט שוין איבער דור נאך דור, אביסעל ווי די "מנהגי הזקנות" פון די רשב"א.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

קוקן אויף די לבנה איס לידיעתי א זוה"ק
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

מילכיגער האט געשריבן:קוקן אויף די לבנה איס לידיעתי א זוה"ק

אויב שייך א קלארע מקור און מראה מקום ביטע.

_____________
רבי אביגדור איז נישט געווען קיין חדר אינגעל, און ווען ער האט עפס געזאגט איז עס געווען אויסגעהאלטן ע"פ הלכה און ע"פ השקפה.
לעצט פארראכטן דורך קעניגזאן אום דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 11:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

וועל איך זוכן א מקור. אבער ר' אביגדור וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם צו זאגן עפעס שלא עפי"ד הזוה"ק כידוע קומענדיג פון די קרייז פון ווי ער איז געקומען.

אפגעזען צו איך בין גערעכט מיט דעם צו נישט (פענדינג מקור) איז דיין פייערדיגע חסידות "און ווען ער האט עפס געזאגט איז עס געווען אויסגעהאלטן ע"פ הלכה און ע"פ סוד."‏ צו שטארק צופייערט...און שלא על פי דרכו פון ר' אביגדור...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

איך בין לאו דוקא א חסיד נלהב פון רבי אביגדור, איך בין א חסיד פון יעדען איש אמת, מכל מלמדי השכלתי.
רבי אביגדור זצ"ל טראץ ער איז נישט געווען קיין חסיד, איז ער אהוב ונערץ ביי אלע שיכטען און שאטורנגען פון כלל ישראל, סיי חסידים און סיי ליטווישע, אויף א שטייגער וואס מען זעט זעלטן. און די סיבה איז פשוט ווייל ער איז געווען א אדום גדול, א גאון עצום, און א ידען נפלא מיט א זעלטענע גאלדענע שפראך, וואס ער האט געזאגט איז מערסטנס אויסגעהאלטן לכו"ע, חוץ ער וועט קלארשטעלן עפס א ליטווישע מהלך מיט וואס מיר זענען בהחלט דערקעגן. אפשר ספאסמאן וועט מיר ארויסהעלפן.
לעצט פארראכטן דורך קעניגזאן אום מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 6:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

איך קען דיר אויך ארויסהעלפן...און איך בין אלעס מסכים נאר פליז "טאון איט דאון" ווי מזאגט בלע"ז...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

ענין הסתכלות בקשת הוא מדינא דגמ' (חגיגה) והזוה"ק האריך בדבר ג"כ
זעה דא פון א שנעלער גוגל זוך
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

וועגן קשת טוט זיך טאקע. אבער מען דארף עס מלבן זיין אליבא דהילכתא. די תלמידי חכמים וועלן האפענטליך אריינפאלן דא.
אטעטשמענטס
image.jpg
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תשובה ז'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

קשיא: איז עס א פראבלעם צו זיין באוויסטזיניג מיט די וועלטליכע געשעהנישען? אויב נישט, וויאזוי קען מען עס וויסן אויב מען ליינט נישט קיין צייטונגען, אדער מען הערט נישט די ראדיא?

ענטפער: מיינע פריינט, איך וויל ענק זאגן, איך בין זייער באוויסטזיניג מיט די וועלטליכע געשעהנישען, איך בין צופעליג זייער גוט אינפארמירט. עס איז בכלל נישט וויכטיג צו זיין אזוי גוט אינפארמירט אזוי ווי איך בין. קודם כל, איך וואלט קיינמאל נישט פארטאכלעוועט א קוואדער פאר א צייטונג! די צייטנוג פון לעצטער וואך איז פונקט אזוי גוט! אויב דו נעמסט עס ארויס פון גארביטש קען עס זיין פונקט אזוי גוט! א פרישער שטיקל גארביטש איז פונקט אזוי גוט ווי א אלטער שטיקל גארביטש. חוץ מזה, קענט איר באקומען די נייעס פון די העדליינס. אויב איר גייט פארביי א קענדי געשפעט וואו עס איז דא א צייטונג סטענד, קענט איר געבן א בליק, שוין דו ווייסט שוין וואס עס טוט זיך. עס איז צייט אויסגעווארפען זיך אראפ צו זעצן מיט א צייטונג זונטאג אינדערפרי. איך האב געזען א ראביי אהיימגייענדיג מיט די ניו יארק טיימס אינטער זיין ארעם, די זונטאגדיגע ניו יארק טיימס, דער מענטש האט נישט צו לאנג געלעבט נאכדעם. אין זיינע לעצטע יארן איז ער נאך געווען א מתמיד אין די ניו יארק טיימס! דאס מיינט אז זונטאג גייסטו קאמיטן זעלבסט מארד איין טאג, צו ליינען יענע גארביטש, אין פינף מינוט קענסטו ליינען אלע העדליינס, אלעס וואס דו דארפסט וויסן.

דו מעגסט זיין באוויסטזיניג, עס איז גוט צו זיין א ידען, אבער דו דארפסט וויסן אז דו דארספט זיין א ידען אין תורה אויך. עס איז א גרויסער טעות צו זיין באוויסטזיניג אין נאציאנאליטעט אבער נישט אין די תורה. אויב גייסטו לערנען תורה וועסטו זען אז די סטעיטמענטס פון די גרויסע איבער אלע סטעיטס זענען אלע בעלאניס, אלעס איז ליגענט. נישט קיין חילוק וואס מובאראק זאגט, אדער וואס אסאד זאגט, אדער וואס אן איזרעלי שטאטסמאן זאגט, גארנישט האט נישט קיין חומר. דו דארפסט זיי נעמען נישט מיט קיין ביסל זאלץ, נאר מיט אסאך זאלץ, אבער דו וועסט דאס קיינמאל נישט וויסן, נאר אויב דו לערנסט תורה. אין די תורה גייסטו לערנען וועגן די וועלט אז אשר פיהם דבר שוא וימינם ימין שקר, דו קענסט זיי נישט טראסטן, אפילו נישט די פרעזידענט, אפילו אונזער פרעזידענט איז צופעליג מער ווייניגער א וואולער מענטש (פרעזידענט רעיגן) און איך בין אינגאנצען פאר אים, און אונז זאלן אלע וואוטען פאר אים, אונז זאלן קאמפיינען פאר אים, ווייל זיינע קאמפאנענטס זענען מסוכן, זיי זענען פרא נארישקייט. און אפילו אויב אונזער פרעזידענט געווינט לאמיר זאגן, און ער בעט אן אמענדמענט צו סעפארטען פובליק פרעערס אין הויעך שולע, איך בין אים נישט חושד פארן זיין א פרומער מענטש, ער איז בלויז גוט פאר די וואוטס, ער דארף די קאנסערוואטיווער וואוטס, דאס איז פארוואס ער איז ארויסגעקומען פאר פובליק פרעערס.

אויב דו לערנסט תורה, ביסטו חושד די מאטיווען פון זיי אלע. דער אלטער פון סלאבאדקע האט אמאל געזאגט: די מענטש וואס האט אנגעהויבן די סעסייעטי פון עסן נאר גרינצייג The Vegetarians האט געזאגט: 'עס איז ראנג אראפצושלינגען ענימעלס פאר עסן', האט דער אלטער געזאגט: איך טראכט אז יענע מענטש האט געהאט א מילכיגער סטאר!.. מיר דארפן וויסן אז די מאטיווען פון די אלע מענטשן זענען זעלבסט מאטיווען, און די תורה לערנט דאס אויס. יעצט, מיר דארפן זיין באוויסטזיניג איבער די וועלטליכע נייעס, אבער דאס דארף זיין דורך די תורה השקפה, און ווי לאנג מיר וועלן לערנען תורה וועט דאס קיינמאל נישט זיין גענוג.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תשובה ח'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

קשיא: איז עס מעגליך אז א מוסלים אדער קריסט זאל ליעב האבן דעם אייבירשטען?

ענטפער: עס ווענד זיך וואס ער האט ליעב, איך מוז ענק זאגן אז דאס מאכט א גרויסע נפקא מיניה. ווען איינער וויל רעדן איבער א געוויסע פרעזענדליכקייט, דארף יענע פרעזענדליכקייט באקומען די ריכטיגע דיסקריפציע. למשל, איינער וויל ברענגן א מתנה פאר איינעם, און ער ברענגט עס צו די טיר נעבן זיין חבר, דאס איז נישט א מתנה צו די ריכטיגער אדרעס. ווען מענטשן פרעפלען צו די גאט וואס האט גערעדט צו מוכאמאד, דאמאלטס דאווענען זיי צו די נישט ריכטיגער גאט, ווייל עס איז נישטא אזא גאט. אויב זיי דערקלערן אז "אלאה אכבאר" איז גאט און 'מוכאמאד' איז זיין נביא, דאמאלטס רעדן זיי פון א צווייטער גאט וואס עקזעסטירט נישט. אויב מענטשן דאווענען צו א גאט וואס האט געדארפט געבוירן ווערן פון א מאמע, דאן רעדן זיי פון עפס וואס עקזעסטירט נישט. און דערפאר זענען זיי עובדי אלילים און זיי דאווענען צו זערא. עפס וואס עקזעסטירט נישט. און דו גייסט נישט באקומען קיין שום שכר דערפאר. דו מוזט דאווענען צו ה' אלקי ישראל.

יעצט די רמב"ם זאגט אז חסידי אומות העולם האבן א חלק אין עולם הבא, אבער דאס איז געזאגט געווארן ווען זיי ווייסן אז ה' אלקי ישראל, ער איז די גאט פון אידן, ער האט אונז אויסגעוועלט. פרעה האט געקענט באשטיין צו גלייבן אין באשעפער ווען משה איז געקומען צו אים, אבער ער האט נישט געוואלט גלייבן אז ה' אלקי ישראל. דאס איז די גרעסעטער פראבלעם, דער אייבירשטער האט געזאגט ער איז אלקי ישראל, וועגן דעם איז עס אזוי וויכטיג. יעצט, אויב א איד גלייבט אין יוניווערסיטעט גאט, איז נישט קיין איד. די אייבירטשער איז בעל הבית אויף די יוניווערס, און ער האט געזאגט אז ער האט באשאפן די יוניווערס וועגן זיינע מענטשן. יעצט, מיר זענען די עיקר עקטארס אויף די סטעיטש פון היסטאריע, און די גאנצע וועלט איז נישט מער מער ווי א סינערי פאר אונז. און נישט קיין חילוק ווי שווער די קאנסעפט איז, דארפסטו עס לערנען. אונז דארפן לערנען אז מיר זענען די עיקר Performers אין די וועלט, און דער אייבירשטער האט אונז אויסדערוועלט, און געזאגט ה' אלקי ישראל.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תשובה ט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

קשיא: וויאזוי פארשטייען מיר די מאכט פון די נייע גרמניה, אין באציג דאס וואס גרמניה האט געטון צו אונז?

ענטפער: לאמיר ענק עפס זאגן. מיר מאכן א גרויסע טעות אויב אונז טראכטן אז גרמניה האט עפס געטאן צו אונז. דער אייבערשטער האט עס געטאן צו אונז. אלע מעשות וועגן די קריג, און דאס כסדר רעדן איבער די קריג מאכן בלינד מענטשן אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט. עס איז נישט דא קיין גוטע גויים. קיין איין גוי איז נישט גוט. און עס איז נישטא קיין שלעכטע גויים. נאר די באשפער איז גוט אדער נישט גוט, דאס אלעס. אודאי, אויב עס וואלט זיך געוואנדען אין ׳אונז׳, וואלטן אונז געמאכט א מיליטער, 'אפילו היינט', און אונז וואלטן געגאנגען קיין גרמניה און אויסגעשחט'ן זעקס מיליאן גרמניה'ס. אבער דאס וואלט געווען נאר אלס א Token (סימבאליש) - ווי זיי האבן געזאגט - אלס א דעמאניסטראציע.

די גרמניה'ס ווייסן נישט גארנישט, זיי זענען נישט מער ווי א בעקטיריע. דו גייסט מאכן א מלחמה מיט א בעקטיריע ווייל ער האט געמאכט א דיזיס? און דערפאר איז עס א מלחמה קעגן באשעפער. די באשעפער איז דער וואס האט עס געמאכט. פארוואס האט ער עס געטון? דאס איז טאקע א שאלה, ווייל אין אייראפע איז געווען פיל מיט אידן וואס זענען געווען בונדיסטן, אטעאיסטן. זיי זענען געווען אסאך ערגער פון די רעפארמערס אין אמעריקע. די רעפארמער אין אמעריקע זענען געווען זייער שלעכט, זיי זענען געווען אזוי ווי בהמות. ווייל זענען געווען אינגאצען נאריש. אבער די אידן אין אייראפע זענען געווען אידן וואס האבן לעצטנס געהיטן די תורה, און זיי האבן רעבעלירט קעגן די תורה. זייערע עלטערן זענען געווען שומרי תורה ומצות, און די נייע דור האט עס אינגאצען אוועק געווארפען, און זענען געווארן רשעים גמורים, א געפערליכער דור. איך בין דארט געווען, איך האב עס געזען. און דערפאר האט די אייבירשטער געשיקט א קריג אויף זיי. אוודאי דא און דארט זענען געווען פרומע אידן, אבער עס איז געווען א מורא'דיגע באוועגונג אוועק פון די תורה. זיי האבן רעבעלירט קעגן די תורה אין אייראפע. די וועלט האלט די זאכן שטיל.

דערפאר איז עס נישט די גרמניה'ס וואס מיר דארפן זיך זארגן, מיר דארפן זיך זארגן פאר אונז אליין. אונזערע פיינט זענען אונז אליין, אונז זענען די ריכטיגע שונאים פון די אידישע פאלק, די קאנסערוואטיווס זענען די שונאים פון די אידן, די קאלעדזש אידן און שטודירטע, אלע אטעאיסטן, און אידישע פרא נארישקייט געזעצן, זיי זענען אונזערע שונאים. און דערפאר, הער אויף זיך צו זארגן וועגן די גויים, צוריק צו קעמפן קעגן זיי. אודאי, איך זאג עס נאכאמאל, אויב אונז וואלטן געהאט א ארמיי, וואלטן אונז געגאנגען קיין גרמניה און געגעבן אזא שעכט אויס זעקס מיליאן גרמניה'ס בלויז אלס א Token, אלס א זכר. אבער די ריכטיגע מלחמה איז נישט קעגן די דרויסענדע שונאים, נאר די מלחמה איז קעגן די אינערליכע שונאים.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

וועגן קוקן אויף א רעגן בויגן איז שוין דא א שמועס דא viewtopic.php?f=5&t=12641

וועגן קוקן אויף די לבנה איז זייער אינטרעסאנט וואס ער זאגט, ווייל למעשה ווערט עס געברענגט אין מג"א סי' תכ"ו סק"ח בשם השל"ה אן קיין טעם, און אין אליה רבא דארט סק"א בשם שיירי כנסת הגדולה, בשם ספר חרדים, דארט שטייט אויך נישט קיין טעם.

אבער אין חרדים דא http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 54&hilite= פרק שני, אות ה', שטייט אזוי: "וכן אסור להסתכל בלבנה ורבינו מאיר הלוי היה מזהיר מאד על הדבר כן כתב בספר שושן סודות", און אין ספר שושן סודות http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=115 (טעקסט ווערסיע איז דא http://www.hebrew.grimoar.cz/anonym/sosan_sodot.htm אות שמז) שטייט שוין יא א טעם, אבער די טעם איז נישט וועגן דעם ווייל בימים ההם זענען געווען לבנה געצענדינעריי.

והוא פלא.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ישר כח גדול נאכאמאל קעניג, פאר די אינהאלט רייכע ווערק.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

wow! יעצט האסטו געברענגט הייסע סחורה!!!

נאכאמאל ישר כח פאר די רייכע איבערטייטשונג.
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

באמת א גרויסן דאנק פארן שרייבער, איך בין ערשטוינט פין די קאמען סענס וואס איך ליין דא, עס איז פאר מיר געוואלדיגע חידושים.
איך האב שוין כמה פעמים געהערט פין ר' אבגדור אבער קיינמאל נישט געהערט וועגן וואס זיין קאנטענט באשטייט.
איין פראגע וואס איך האב נאר איז אויב ער רעדט נאר ענגליש אויף זיינע דרשות?
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

עס זענען פארהאן אסאך אידישע דרשות פון ר' אביגדור זצ"ל.

יישר כח קעניגזאן פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס איר שטעלט דא אהער.
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

א דאנק רב ידיד,

אגב, דאכט זיך מיר דיין קאפי איז שוין קאלט.איך קען דיר אפשר אנגרייטען א פרישע?
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

שכוח, איך גלייך ענדערש קאלטע, נאכדערצו אין אזא וועטער ווי היינט.
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

בערקא האט געשריבן:אולי וואלט געווען כדאי צו מאכן א באזונדערע אשכול פאר די תגובות אויף "ר' אביגדור מיללער זצ"ל ענטפערט"
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

כדי דאס צו פארשטיין דארף מען איבערלערנען תשובה ד׳. ממש די ווערטער פונעם גאון.

זיי זענען געקומען פון אפריקע, און אין אפריקע זענען זיי געוווען פארנומען זיך אויסצוהרג'נן צווישן זיך, און זיך אויפעסן צווישן זיך, זיי האבן נישט געהאט קיין שום פרינציפן אויף זעלבסט קאנטראל. אזעלכע מענטשן האבן געדארפט ווערן געלערנט צו ווערן ציוויליזירט, און זיי האבן זיך עס געהאלטן אינמיטן לערנען. וואס קען זיין בעסער צו לעבן אין א וועלט וואו מען הרג'ט נישט פאר שוואולטאג. זיי פלעגן זיך הרג'נען פאר פאן. זיי פלעגן האבן די ציינער פון אנדערע שבטים ארום זייער האלז, די ציינער פון זייערע שונאים,[/i]
אטעטשמענטס
image.jpg
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תשובה י'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

קשיא: פארוואס ווערט די באשעפער דערמאנט בלשון "ער" אדער "אים" און נישט "זי" אדער "איר"?

ענטפער: אונז זענען נאכנישט משוגע. קוק, א מאן האט א בארד, א פרוי האט נישט א בארד, ריכטיג? א מאן איז העכער פון א פרוי, א פרוי איז נידדריגער. סא וועמען זאל מען נעמען אלס א מאדעל אין באציג צו דער וואס פירט די וועלט? דערפאר זעט מען נאר א משוגע'נער רעזשים באצאלן פאר פאליציי פרויען. א מאן איז זעקס פיס הויעך אינדערצייט וואס א פרוי קומט אן צו זיין טאליע. עס איז געלט אויסגעווארפן, עס איז בלויז א ליבעראלע פענסטער וואס קאסט געלט פאר גארנישט. אלזא די גאנצע איידיע פון העכער מאכן א פרוי מיטן איר שטעלן אויף מאכטפולע פאזיציעס איז גארנישט אויסער די טפשות פון די ליבעראלס. דערפאר איז נישט דא אזא קשיא אז ווען מען רעדט פון הקדוש ברוך הוא איז דאס די מערסטע וואס מיר קענען רעדן.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תשובה יא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

קשיא: וואס זאגט מען פאר איינעם וואס זאגט "רעליגיעזע פרויען זענען צווייטער קלאס"?

ענטפער: רעליגיעזע פרויען זענען A-1 קלאס! קיינער איז נישט בעסער אזוי ווי רעליגיעזע פרויען, יעצט וואס טוט זיך מיט רעליגיעזע מענער? זיי זענען אויך A-1, זיכער! אונז גייען נישט טראכן אז פרויען זענען בעסער ווי מענער. אה, דו ווילסט זאגן אז פרויען זענען צווייטער קלאס אין באציג צו רעליגיעזע מענער? קוקט אהער, כלפי הקב"ה איז נישטא אזא זאך, יעדער איינער ווערט געמאסטן לויט זיינע זכותים. א רעכטע תורה פרוי, א פרוי וועלכע איז ארטאדאקס, און איז געטרייע צו הקב"ה, און פראבירט דאס בעסטע, קען אסאך מאל איבערשטייגן אסאך גרויסע צדיקים! איין משל: רעבעצין קאפלען, וועלכע האט געמאכט א רעוואלאציע אין אמעריקע, זי האט געטון מען ווי יעדע ראש הישיבה האט געטון אין אמעריקע! אבער אפילו דו ביסט נישט אזא סוקסעספול מהות אין דיין אייגענע היים, אבער אויב דו דינסט הקב"ה מיט א אמת הארץ און פראבירסט דאס בעסט, איז נישטא קיין ספק אז דו קענסט אנקומען זייער גרויס. וואס מיינסטו? דו ווילסט האלטן דרשות? דרשות איז נישט געמאכט פאר פרויען צו האלטן אין פאבליק. עס איז דא א סיבה דערויף, עס איז א ביילאגישע סיבה. עס קען נישט ווערן געהאלפן. פרויען קענען רעדן צו פרויען, אבער דו קענסט נישט ווערן א ראש הישיבה אויב דו ביסט א פרוי. און באוויין נישט די פאקט אז דו קענסט נישט ווערן א ראש הכולל, א טשיף ראביי, עס איז דאס סיבות פארוואס א פרוי קען דאס נישט טון. עס איז דא א טעכנישע סיבה דערויף. דערפאר, יעדע מענטש דארף אויסנוצען זיינע הזדמנות, און פרויען האבן הזדמנות צו ווערן גרויס, נישט וויינגער ווי א צווייטער.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תשובה יב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

א קשיא וואס האט מיר אסאך מאל געבאדערט, און עס איז מיר זייער אינטערסאנט געווען וואס ער ענטפערט, אט ליינט:


קשיא: וויאזוי דארף מען אנקוקען די חרם וואס איז ארויסגעשטעלט געווארן קעגן די חסידים פונעם ווילנא גאון?

ענטפער: די שאלה וואלט איך ענק קיינמאל נישט געקענט ענטפערן אויב נישט די ספר זכרון יעקב. זכרון יעקב איז געווען הרב יעקב הלוי ליפשיץ, ער האט געוואונט אין קאוונא. ער איז געווען די סעקרעטערי פון רב יצחק אלחנן [ספעקטאר]. רב יצחק אלחנן איז געווען רב אין קאוונא בעפאר די צווייטער וועלט קריג. ער איז געווען א נאציאנאלע תורה אוטארעטי. עס איז געווען אין די תקופה ווען מען האט זיך געשלאגן קעגן די משכילים [רעפארמערס]. רב יצחק אלחנן איז געווען די איינציגסטער וואס האט זיך נישט געשלאגן אפען קעגן זיי, ווייל זיי האבן געהאט די אוטאריטעט און קאנטראל פון די קהילה. ער איז געווען אבער די רב פון די קהילה. סא ער האט געטראגן זייער א וויכטיגער אויפגאבע איבער די פרעזארוואציע פון די תורה. און ער האט זיך ווידערגעשטעלט קעגן די משכילים. אלעס איז געשריבן אין די ספר זכרון יעקב, און אויך אין די ספר פון די בייאגראפיע פון רב יצחק אלחנן.

הרב ליפשיץ שרייבט צווישן אנדערע די מחלוקה צווישן ווילנער גאון און די חסידים, און ער איז עס מסביר ווי פאלגענד: ער זאגט, ער אליין האט נישט פארשטאנען די מצב ביז א אלטער ליטאניען רב פון א פריערדיגע דור האט אים עס מסביר געווען.

ווען די חסידים האבן זיך אנגעהויבן, איז עס געווען א רעוואלאציענערישע תנועה. די ערשיינונוג פון א נייע נוסח אין אייראפע, נוסח ספרד, און נוסח ארי (וועלכע איז אויך נוסח ספרד). און עס איז געשאפען געווארן א געפאר אז עס זאל זיך נישט אויפוויקלען א רעפארם באוועגונג. ווייל יעצט וועלן קומען אנדערע מענטשן און מאכן פרישע נסחאות. יעצט, די אלטע נוסח פון דאווענען איז געווען אנגענומען אלס מורא, מען האט דאס נישט צוגערירט, פלוצלינג זענען געקומען א גרופע מענטשן און זיי האבן עס געטוישט. אין יענע צייט איז געווען צווישן חסידים א שטארקע באוועגונג פון פארמינערן די לימודים פון די נישט חסידישע מענטשן, ווייל זיי זענען באטראכט געווארן אלס נישט גענוג ענטוזיאסטיש אין עבודת השם, און ממילא איז די תורה שלא לשמה. ממילא איז געווען א נייגונג צו פארמינערן די לימודים צווישען די ישיבות און צווישן די גדולי ישראל. די גר"א איז אלעמירט געווארן איבער דעם, און איז דערפאר געשיקט געווארן דורך הקב"ה ארויסצוקומען און בלעסטן די חסידים. ער איז ארויס געקומען מיט קול קורא'ס קעגן זיי, ער האט געווארנט מענטשן קעגן זיי. יעצט, ווען די חסידים האבן געזען אז זיי ווערן אטאקירט, איז זייער רעאקציע געווען צו ווייזן פאר זיי אז די באלעסטונגענס קעגן זיי איז גרינטלאז. נאר אנשטאט זענען זיי פאר לימוד התורה, און זיי זענען יא פאר הרבצות מוסדות התורה. אלס א רעזאלטאט, האבן זיי אנגעהויבן משקיע צו זיי מער און מער צייט צו לערנען תורה. נאך א שטיק צייט, האבן די חסידישע מקומות געהאט אזא שטארקע הרבצות התורה פונקט ווי די מקומות פון די נישט חסידישע. - ממילא האט ער געזאגט אז דאס איז געווען אין רעזאלטאט ווייל זיי זענען אטאקירט געווארן - זיי האבן געוואלט ווייזן אז זיי זענען פונקט ווי יעדעם איינעם ווען עס קומט צו לימוד התורה. יעצט האבן די מתנגדים אנגעהויבן צו ברענגן מוסר צו זייערע קעמפס, צו ווייזן אז זיי זענען גארנישט ווייניגער ווי די חסידים ווען עס קומט צו "עבודת השם". דערפאר איז די קעגנזייטיגע מחלוקה געווען מן השמים, אלע מקומות זענען געווארן פאפולער איבער צו זיין מער באוויסטזיניג איבער די וויכטיגקייט פון צושפרייטן תורה, און מער באוויסטזיניג אויף די וויכטיגקייט פון צושפרייטן התלהבות און אמת'ע יראה ועבודת השם. דערפאר איז עס געווען א מחלוקה לשם שמים וואס איז געווען סופה להתקיים, און עס האט געהאט אייביגע רעזאלטאטן. אלס רעזאלטאט איז די וועלט געווארן שטערקער אין די פעלד פון תורה און די פעלד פון עבודה. סא אויב קוקן מיר צוריק זעען מיר די יד ה', מיר זעען אז אלעס האט געהאט א ציל און מטרה צו פארשפרייטן תורה און איז געווען די טובה פון עם ישראל.
לעצט פארראכטן דורך קעניגזאן אום מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 5:38 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תשובה יג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

שטארקע השקפה פאר שמירת ענים.

קשיא: וויאזוי קען א מענטש בייקומען די נסיון פון נישט קוקען אויף זאכן וואס מען טאר נישט זען?

ענטפער: נומער איינס, די קאפ איז א וועקיום, ווען דיין מחשבה איז ליידיג, דאן קומען אלע שטותים אריין אין דיין מוח. ווען דיין מוח איז פיל מיט גוטע מחשבות, אפילו די לעקטשערס וואס איר הערט פון מיר דא, טראכט פון זיי א גאנצע צייט. פראביר צו אויספירן די זאכן וואס דו האסט געהערט. אדער ווען דו לערנסט, אפילו דו לערנסט הלכות, האלט דיין משחבה פיל מיט תורה. עס איז דא אזויפיל זאכן פון וואס צו טראכטן. יעצט ווען דיין מוח וועט זיין פיל וועלן נישט די שלעכטע זאכן אריינקומען אין דיין מוח אזוי גרינג.

צווייטנס, אויב דו ביסט אין גאס, קוק אויף די סייוואלקס בשעת דו גייסט. קוק נישט אין ערגעץ נישט, נישט לינקס אדער רעכטס, נאר אויב דו דארפסט אריבער גיין די גאס. חזר די קאמענט א גאנצע צייט ווען דו גייסט, דיין אויגן אראפ. דו וועסט זיין סופרייסט וויפיל דאס וועט דיר העלפן. האלט דיין אויגן אראפ. עס איז א גוטע איידיע צו וויסן אז אלע מענטשן ארום דיר זענען טמאים. אלע מענטשן ארום דיר זענען בהמות. זיי זענען פארלוירענע נשמות, אלע פון זיי גייען גיין אין גיהנם, אלע פון זיי. עס איז א רחמנות, אלע פון זיי האבן נישט קיין שום שכל. זיי טראכטן נישט פונעם אייבירשטען אפילו איינמאל אין זייער גאנצן לעבן, ניטאמאל איינמאל. סא וויאזוי קענסטו זיך פארגלייכן צו זיי? זיי זענען בהמות, חיות, "ורוממתנו מכל הלשונות", דו האסט אונז אויפגעהויבן פון צווישן אלע פעלקער פון די וועלט. דערפאר זאלסטו האבן א געוויסע מאס שטאלץ אין דיר אלס איד, ווייס ווער דו ביסט! דערפאר קוק נישט אויף קיינעם, קוק בלויז אויף די סיידוואלקס.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”