טאטי געבן - מיין ר"ה ערלעבעניש

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

טאטי געבן - מיין ר"ה ערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

אין שטוב הערשט א יום טוב'דיגע שטימונג געמישט מיט ערנסטקייט. עס איז ליל א' דראש השנה ביי משפחת 'זמירות' אינדערהיים. די חשוב'ע 'מי ימצא' האט נארוואס דערלאנגט צום טיש פיינע לאמפלייש (יה"ר שתזכור לנו עקידת יצחק בן אברהם) באגלייט מיט מייערען צימעס (יה"ר...), קוגעל (לשובע ולא לרזון) ועוד מטעמים ומיני מתיקה.

זיצט זיך דער צוויי יעריגע משה'לע אין זיין 'הויכע-בענקל' און מיטען אצבע קטנה צייגט ער אהן אויפען קולה (מיט א הכשר), בעטענדיג זיך דערביי "טאטי געבן" (אדער בלשונו המתוק "טאטי געבם"). ר' אנעים האט שוין עטליכע מאל געגעבן צו טרונקען פאר די קליינע און אצינד האט ער געוואלט משה'לע זאל אויך עפעס עסן.

"ווילסט קולה? יא? ערשט זאלסטו עסן דער פלייש נאכדעם וועט טאטי געבן."

משה'לע איז גראדע נישט אזא נאר און אלגעמיין פארשטייט ער גאנץ פיין וואס מען רעדט צו איהם, נאר ווען ער הערט ווערטער וואס אין רוח חכמים נוחה מהם ווערט ער פלוצלינג כתינוק שנולד דמי און ער הייבט נישט אהן צו פארשטיין קיין איין ווארט. דער זיסע פינגער טוט זיך ווידער אויסשטרעקען צום ריכטונג פונעם קולה און ער פארלאנגט נאכאמאל, "טאטי געבן."

טאטי ווייסט אז עס איז ר"ה ביינאכט און מען טאר חלילה נישט פארלירען דעם געדולד, געבט ער ווידער א ליבליך שמייכעל צום קליינעם און חזר'ט איבער, "ערשט עס דיין פלייש נאכדעם וועסטו קענען האבען קולה."

משה'לע כאפט אבער נישט פארוואס עס זאל זיך עפעס האבען געביטען פון א מינוט צוריק און פארוואס ער זאל פלוצלינג יא אנהייבען פארשטיין וואס טאטי זאגט, אלזא שטרעקט ער ווייטער ארויס זיין פינגער און עקשנ'ט זיך איין, "טאטי געבן."

נו, וואס מיינט עטס, האט טאטי געגעבן? ווי א טאטעלע האט ער געגעבן! ווער קען דען בלייבען גלייכגילטיג ווען דער קליינע זיסע יונגעלע בעט זיך אזוי שיין?!

***

ר"ה צופרי ביים דאווענען. אנגעקומען צו אז ישיר און זיך באלד געשטעלט דאווענען. אפילו נישט געדארפט זיך יאגען ווייל ווי נישט צווישען דעם ובמקהלות, ישתבח, מממעקים און תהלות לא-ל עליון גואלם פסוק בפסוק איז דא גענוג צייט צו זאגען תפלה קודם התפלה, אפלערנען א בלאט גמרא און זיך מיטצוכאפען מיטען דאווענען. ס'ז טאקע ר"ה, האט מען אריינגעלייגט עטוואס כונה און אינזינען געהאט - טאמער נישט פירוש המילות ממש - כאטש צו וויסען אז עס איז פארהאנען א מושג פון פירוש המילות. שוין, צו שמו"ע האלטען מיר גלייך.

אבער...עס איז פארלאשען. יא, די ווערטער האב איך געזאגט אבער עפעס א געפיהל ווי יעדער מינוט איז טייער, ווי ס'ברענט ס'הויט, ווי מען האט אצינד א געלעגנהייט איינצוגעבן אן 'ארדער' אויף א גאנץ יאר, איז צום באדויערען נישט געוועהן. כ'האב פראבירט אביסעל טראכטען וואס איך זאג, אפשר ארויסקוועטשען א טרער, אבער אומזינסט, עס גייט נישט (ווער ווייסט, אפשר א תוצאה פון די אומצעליגע געכאפטע שמונה עשרה'ס דורכען יאר...).

וואזשע קען מען טוהן, האט מען געענדיגט די שטילע שמו"ע און געווארט דער חזן זאל אנפאנגען (ווען האב איך ס'לעצטע מאל געווארט אויפען חזן ר"ה?!). פותחין הארון און יעדער בעט אבינו מלכנו פתח שערי שמים לתפילתנו.

בם בם בם בם ברוך, אוי אוי אוי אוי אתה וכו', איך זיץ און הער אויס די ווערטער און זינג ערליך אריין דעם אהה אהה אהה אהה בם בם בם ווען מען דארף. אט האלט שוין דער שאץ ביי מסוד חכמים ונבונים, ומלמד דעת מבינים - און דער גאנצע עולם (ואני הקטן בתוכם) אהה אהה אהה איי איי איי, אפתחה פי בתפלה ובתחנונים... יראתי בפצותי שיח להשחיל אהאהא אהא אייי איי, און איך קוק שנעל אריין אינעם 'מפורש' צו זעהן וואס מיינט להשחיל, און דער שאץ נוסח'ט זיך ווייטער, ווען פלוצלינג...

...ווי צוויי פראסקעס קלינגען די ווערטער 'אם כגמול הלב יחיל'!!! אוי א פחד! אם כגמול - אפגעהיטען זאל מען ווערן טאמער וועט דער באשעפער מיר נאר געבן א טויזענסטעל פון וואס עס קומט... ווי שטעלט מען זיך אהין פאר בושה און שרעק? הלב יחיל - דאס הארץ ווערט אויפגעציטערט און אנגעפלאקערט. אם כגמול - נאר דאס נישט! רבש"ע געב מיר נישט לפי מעשי! הלב יחיל - עס פאנגען אהן ארויפקומען זכרונות פון איבערען יאר פון דעם 'גמול', און אז איך געדענק איז דאך ק"ו בן בנו של ק"ו אז דער מלך מלכי המלכים האלט חשבון, ותפתח את ספר הזכרונות...

ווייזט אויז דער פייטן האט געוואוסט וואספארא באמבעס ער באהאלט דארט צווישען די שורות ווייל ווי פאסענד איז טאקע געוועהן דעם קומענדיגע פראז: מקורי עפעפי אזיל כמזחיל - די קוועלן טרערן האבען זיך געעפענט און עס האט נישט אויפגעהערט פליסען. אזיל כמזחיל - עס איז גערינען ווי א שטראם וואסער, ווען אין אויער דונערען נאך די ווערטער אם כגמול... אוי וויי אם כגמול...ואני אנה אני באה... הלב יחיל - וואו באהאלט איך מיר און וויאזוי קען איך מיר נאר שיצען? הלב יחיל - עס טרייסלען אלע גלידער ווייל די ווערטער 'אם כגמול' קענען נישט ארויס פון קאפ!

עס קען דאך אבער נישט זיין אז דער פייטן וואס האט אזוי גוט געזעהן דעם מצב ביז אהער זאל נישט האבען אן עצה. ער האט זיכער געוואוסט פון מיין פארלוירענקייט און געראטען וואס צו טוהן ווייטער. האב איך געקוקט א שורה ווייטער און געוואוסט מיט וואספארא ווערטער איך זאל פראבירען איינרייסען. צדקה אקוה ממך ואוחיל - איך ערווארט און האף פון דיר באשעפר זאלסט מיר געבן א מתנת חנם. איך שטיי אצינד כעני בפתח און איך בעט מיר פאר א קליין נדבה'לע. ווייל יושר הורי זכרה להאחיל - דו ביזט דאך מיין טאטע און איך האב נישט קיין צווייטען וועמען צו בעטען. עס איז מיר ארויפגעשווימען אין זכרון דער נעכטיגע סצענע "טאטי געבן"!

יא טאטע, ביזט כשר גערעכט אז דו האסט מיר שוין אזויפיהל געגעבן און אצינד טוסטו ערווארטען פון מיר איך זאל אויך עפעס טוהן. "קודם ווער א שטיקעל א יוד, נאכדעם וועט טאטי געבן...", אבער איך האב מיר שוין געלערנט וואס צו טוהן פונעם קליינע משה'לע: "טאטי געבן"! כביכול בלייבסט גערעכט לך ה' הצדקה ולנו בושת הפנים אבער איך וועל נישט נאכלאזען און ווייטער איינרייסען ביי דיר אולי יחנן בשעת הדין.

צדקה אקוה ממך ואוחיל, יושר הורי - איך גיי מוטשען און איינבעטען ביי כביכול כאטש איך בין נישט ווערט אפילו אחד מני אלף פון די מיליאנע טובות וואס ער טוט מיט מיר בכל עת ערב ובוקר וצהרים, אבער ער איז דאך מיין טאטע און ווען א קינד בעט ביים טאטע - נישט וויסענדיג פון קיין חכמות נאר בלויז פארלאזענדיג זיך אויפען טאטע'ס רחמנות - טוט ער סוף כל סוף באקומען.

זאל דער אויבעשטער העלפען מיר זאלען אלע האבען גע'פועל'ט אלעס גוטס און מיר זאלען זוכה זיין צו א גמר חתימה טובה.
אטעטשמענטס
טאטי געבן.pdf
(26.35 KiB) געווארן דאונלאודעד 101 מאל
לעצט פארראכטן דורך אנעים זמירות אום מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 8:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

אמן
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עמאציאנעל.

אגב, מזל טוב אייוועלט פאר דיין פרישן מייסטער שריפטשטעלער פון איבערן-ים, די מוצאי שבתות וימים טובים וועלן שוין נישט זיין לאנגווייליג.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

מורא'דיג! זאל אונזער טאטע אונז געבן און געבן מכל טוב
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ייש"כ אויף די תגובות. ליהוי ידוע דאס ווען מען שרייבט תגובות אויף אן ארטיקעל געבט עס פיהל חשק אויסצופאקען נאך סחורה. עס איז נישט אזוי ווייט דער שכויח (וואס דאס הא'מיר אויך נישט פיינט...), ווי דער עצם ידיעה אז אנדערע האבען הנאה פון מיין געשרייבעכץ און די כוחות וואס איך לייג אריין דערין זענען נישט אומזינסט.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

שוין, אז די בעטסט עס עלעך דיר נאכגעבן...

איך האב שטארק הנאה געהאט פון דיין געדאנק, עס האט מיך באמת בארירט. יישר כח!!!
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ידיד האט געשריבן:שוין, אז די בעטסט עס עלעך דיר נאכגעבן...

;l;p-

דער אמת איז אז (עכ"פ ביי מיר) אפילו קריטיק איז בעסער פון גארנישט. ווען איינער קריטיקירט (ובפרט 'בויענדע קריטיק') ווייס איך כאטש דאס ער האט דורכגעליינט מיין ארטיקעל און עס איז איהם געוועהן אינטרעסאנט - אפילו אויב עס איז איהם נישט געפאלען. איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער טא קען איך נישט זיין קיין אויטאריטעט דערויף, דאך לענ"ד איז דער גרעסטע פחד פאר א שרייבער נישט אז מען זאל נישט ליעב האבען זיין ווערק נאר אז מען זאל קלערן אז עס איז boring.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

אויף בארינג קענסטו וויסן אז דו דארפסט נישט מורא האבן (לויט די עקפיריענס פון דיינע רייכע תגובות)
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

זייער שיין און טיף עמאוציענעל.
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

leiby האט געשריבן:אויף בארינג קענסטו וויסן אז דו דארפסט נישט מורא האבן (לויט די עקפיריענס פון דיינע רייכע תגובות)

גם אני מצטרף, האסטעך נישט וואס צו זארגען!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

בלי מילים!
די ביזט עפעס אויסערגעווענליך גוט, קריטיק דארפסטו??? עעעםםם, איך האב נישט. אופס, איין רגע איך האב יא, ווי ביזטו געווען ביז היינט?
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

למעלה משבעים האט געשריבן:בלי מילים!
די ביזט עפעס אויסערגעווענליך גוט, קריטיק דארפסטו??? עעעםםם, איך האב נישט. אופס, איין רגע איך האב יא, ווי ביזטו געווען ביז היינט?


כ'האב געפרעקטיסט. :grin:

דאנקע שיין פאר אלע.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

אנעים פאר ראש השנה האביך ארויגעפרינט די 3 פסיקים תהילים וואס די האסט ארויסגעלייגטת און יום טוב ווען מען האט געזאגט די קאפיטליך האב איך עס געזאגט פון די צעטל,
יעצט אביסל קריטיק, איך מעג?
קודם דיין פשט דארף פאר א פשוטע מענטשעלע ווי גוגל זיין מער פארשטענדליך, ווען איז זאג די פסוק וויל איך עס זאל שטימען דיין טייטש מיט די פסוק און נישט אלעמאל איז עס אזוי, אויך איז עס גאנץ לאנג מיט דבר אחר'ס וואס צי מישט אביסל די המשך.
עניוועי א גרויסען שכח פאר עס, קענסט זיין זיכער אז איך האב הנאה געהאט - ווייל אויב נישט וואלט איך נאכן ערשטען קאפיטל אראפגעלייגט די צעטל ביז נאך יום טוב, אבער למעשה האב איך פיין הנאה געהאט פון דעם
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

איך מעלד דיר שוין יעצט איין אז כהאב הנאה, און דוקא שטארק הנאה. איך ווייס נישט צי איך וועל דיר קענען אייביג שרייבן, ווייל איך וויל דאך נישט פארפלייצן די פארומס... אבער קענסט זיכער זיין אז איך ליין דיינע ארטיקלען מיט דורשט.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

גוגל האט געשריבן:אנעים פאר ראש השנה האביך ארויגעפרינט די 3 פסיקים תהילים וואס די האסט ארויסגעלייגטת און יום טוב ווען מען האט געזאגט די קאפיטליך האב איך עס געזאגט פון די צעטל,
יעצט אביסל קריטיק, איך מעג?
קודם דיין פשט דארף פאר א פשוטע מענטשעלע ווי גוגל זיין מער פארשטענדליך, ווען איז זאג די פסוק וויל איך עס זאל שטימען דיין טייטש מיט די פסוק און נישט אלעמאל איז עס אזוי, אויך איז עס גאנץ לאנג מיט דבר אחר'ס וואס צי מישט אביסל די המשך.
עניוועי א גרויסען שכח פאר עס, קענסט זיין זיכער אז איך האב הנאה געהאט - ווייל אויב נישט וואלט איך נאכן ערשטען קאפיטל אראפגעלייגט די צעטל ביז נאך יום טוב, אבער למעשה האב איך פיין הנאה געהאט פון דעם


כ'האב אלע דריי געלייגט אין א pdf און ארויף געשטעלט אין דעם אשכול. איך האף בעזהש"י אויף סוכות ארויסצוגעבען כענין הזה אויף הלל (לכאורה נאר דער ערשטע דריטעל אדער העלפט).

די פירושים זענען באמת צו לאנג צו קוקען בשעת מען זאגט, און זענען לכתחילה געאייגענט מען זאל זיי אפלערנען פריער.

ביטע ערקלערט אביסעל קלארער וויאזוי איר ווילט איך זאל עס שרייבען, אזוי ווי פירוש יסוד מלכות (דהיינו בלויז איין פשט)? בד"כ ברענג איך אלע פשטים פון די מפרשים אין א מקראות גדולות, אבער ווי איך קען שטעל איך צוזאמען עטליכע אין איין זאץ.
עס איז כמעט אוממעגליך צו גיין בלויז מיט איין מפרש ווייל כמעט יעדער מפרש לאזט אויס אייניגע ווערטער פון יעדן מזמור.
טאמער האט איר עפעס געדאנקען אדער עצות אל תמנע טוב.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

חס ושלום איך הבא נישט געמיינט אוועקצומאכען האסט נאר געבעטן קריטיק האב איך דיר געגעבן :lol:
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

גוגל האט געשריבן:חס ושלום איך הבא נישט געמיינט אוועקצומאכען האסט נאר געבעטן קריטיק האב איך דיר געגעבן :lol:


מיין רבי אין חדר פלעגט זאגען (בערך אזוי), "און ווען איך בעט דיר א מיליאן דאלאר וואלסטו אויך געגעבען?" :grin:
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
hyper
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hyper »

אוייסערגעווענליך שיין און תוכן'פול

איך זעי מיר און די ערשטע העלפט מעשה - ישר כח פארן געבן די צוויטע האלב
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

נישט געוויסט אז ס'דא וואס פארשטייען טאקע די פירוש המילות...

אנעים. געוואלדיג! געפיליש!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

זייער שיין אנעים זמירות! באמת א ספעציעלע ארטיקל!! יש״כ.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

נישט געליינט ביז יעצט, אויסערגעווענליך!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

כ'האב אינזינען געהאט דעם יו"כ אז דאס איז דער המשך אה"נ אבינו מלכנו חטאנו לפניך אבער א"מ אין לנו מלך אלא אתה - מיר האבען דאך נישט קיין צווייטען וועמען מיר קענען בעטען, אלזא מוזטו אונז ארויסהעלפען.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: טאטי געבן - מיין ר"ה ערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

גאש

הנאה געהאט פונעם געדאנק.
וואס איז איינמאל זיכער איז אז מיין קליינער האט דעם יום טוב באקומען וויפיל ער האט געוואלט…
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: טאטי געבן - מיין ר"ה ערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

שטארק הנאה געהאט פונעם משל, און פלעין הנאה געהאט פונעם נמשל....
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”