היכי דמי מחלל שם שמים בסתר

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

היכי דמי מחלל שם שמים בסתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

היכי דמי מחלל שם שמים בסתר

טייערע ברודער און חברים ידידים ומכירים, אויפן רוף פון אסאך באקאנטע טו איך שרייבן די פאלגענעדע פאר שורות, וואס אינצווישן די שורות וועט יעדער אליין פארשטיין די ציל און די צוועק פון דעם יעצטיגן ארטיקל.

יעדעס מאל ווען מענטשן גייען דורך א געוויסע טרייסל אין לעבן, צו א גט אין די משפחה ל"ע, אדער א קרוב וואס פירט זיך נישט בדרך הישר ר"ל, אלץ קומט אפיר דעם באקאנטן אויסדריק "מ'דארף טוישן דעם חינוך".... ס'טויג נישט דער מצב, אנדערע דריקן זיך אויס מ'דארף טוישן די גאנצע סעסייעטי, מ'קען נישט היינט טון אזוי ווי אמאל, און מאנכע האבן גאנצע בלעטער מיט איידיעס און הדרכות וואס מ'דארף צו טון כדי בעסער צו מאכן דעם חינוך, אזוי אז די יעצטיגע פראבלעמען אין לעכער זאלן פארמיטן ווערן.

צו זאגן אז ס'איז נישטא קיין לעכער איז סתם גערעדט נארישקייטן, (כאטש וואס ר' הערץ פרענקל שרייט אז די פראצענט ארויס געפאלענע זענען די זעלבע מאס ווי 50 יאר צוריק נאר פשוט דער המון איז געוואקסן), אבער, לאמיר אפשר יא אריין גיין אין דעם נושא פון "טוישן" דעם סיסטעם, וואס דארפן מיר טוישן? און וויאזוי דארפן מיר טוישן?

ווער ס'קען אביסל היסטאריע ווייסט וויאזוי די אידישע וועלט האט אויסגעזעהן פאר די צווייטע וועלט מלחמה, רוב רובו פון פוילן איז געוועהן חרוב, ווידער אין אונגארן מיט די ישיבות איז געוועהן פיל פיל בעסער דער מצב, דער חכם הדור רבי מאיר שפירא זצ"ל האט דאן געשריבן דעם באוואוסטן ארטיקל "פרעשבורג איבער פראג" אז פרעשבורג האט מנצח געוועהן פראג, מיט איר טיילונג ווען זי האט זיך געטיילט מיט די נעאלאגן און אדאנק דעם געבליבן אידיש, ווידער פון פראג איז קיין זכר נישט געבליבן.

ווען מ'קריכט אריין אביסל טיפער אין די גורמים פון די ירידה אין פוילן זעהט מען זייער קלאר, ווייל זיי אלע זאגן דאך די זעלבע זאך אז דאס ליינען ביכער האט שטארק גורם געוועהן פאר די ירידה, לאמיר נאר פרעגן די יודעי דבר וואס אזאנס איז געשטאנען אין די דאזיגע ביכער?, מנוולות? כמעט ווי נישט, וואס יא, בעיקר איז עס געוועהן געבויעט אויף לצנות, און לופטיגע באשרייבונגען וואס האט אומדירעקט גורם געוועהן א זילזול אין כל הקודש לנו, צו דעם אלעם זענען נאך די אנשי פוילן געוועהן געשלאגן מיט די מכה פון נישט האבן הכנעה פאר די רבנים, פארקערט ווי אין אונגארן ווי יעדע בעה"ב אפגעזעהן צו ער האט ליב דעם רב האט זיך מכניע געוועהן פארן רב אין שטאט.

ס'איז פארשטענדליך אז דער פוילישע בחור האט אפגעלאכט פונעם אונגארישן בחור, א תמים, א נער, א שוטה, א צימצום, ער ווייסט נישט, ער קען נישט, ער איז אומוויסנד, ער ליינט נישט וואס טוט זיך אויף די וועלט, אינטרעסאנט איז אבער געוועהן אז די תמימות'דיגע אונגארישע אידן זענען געקומען אהער קיין אמעריקא אן א דאלאר אין טאש מיט א געבראכענע ענגליש האבן זיי ביז איינצעלע יאר געהאט א ביזנעס מיט א דירה.....

די יארן לויפן מיר האלטן סוף יאר תשע"ב און אידן גרייטן זיך שוין אריין צו טרעטן אין שנת תשע"ג, די טענות וואס די משכילים האבן געטענ'ט אין רוסלאנד, אין ווילנא, אין ווארשא, אין בערלין, זענען געבליבן די זעלבע, מוזסט פארשטיין היינט איז אנדערשט, דער עולם איז מער פארגעשריטן מ'מוז טוישן, דער עולם איז קלוגער, אלץ היימישע טענות וואס מ'הערט היינט, אבער פון די אנדערע זייט איז היינט די וועלט אפן, ס'איז דא צוטריט צו די גאנצע וועלט, מיט קלייניקע קוועטשעס מיטן שפיץ פינגער עפנט זיך די וועלט, מ'ליינט, מ'קוקט, מ'שטודירט, מ'ווערט אויפגעקלערט.

פארשטייט זיך אז אין אזא וועלט ווי יעדער שמויגער האט צוטריט צו די אפענע וועלט איז גרינגער פארן פשוט'ן תמימות'דיגע מענטש צו באקומען דעם פאטש פון די ברייטע גאס, קוק דיך אן ביסט א צימצום, ווייל ווי מ'זעהט די ערשטע פראגע וואס יעדער גוי האט צו א איד איז, איך וויל דו זאלסט מיר מסביר זיין וויאזוי דו קענסט לעבן אין אזא צמצום, גארנישט קענסטו נישט טון, גארנישט מעגסטו נישט, א איד וואס איז גענוג שטארק און פעסט דער לאכט זיך אויס פון די צימצום טענה, אבער דער וואס האט נעבאך א קאמפלעקס אז ער איז א צימצום און א אומוויסנדער נער דער גייט און עפנט זיך אויף דעם וועלט און ס'איז אים כמו לעכטיג נעבאך.

איך מיין ס'איז העכסט צייט צו מאכן א טויש אינעם סיסטעם, יא, דער סיסטעם טויג נישט, דער סיסטעם וואס האט זיך אוועק געשטעלט די לעצטע פאר יאר שטעלט זיך ארויס פאר א טאטאטלע דורכפאל, מיר זעהן קלאר ווי די אונגארישע אידן וואס זענען געקומען אהער נאך די מלחמה וויפיל דראפאוט'ס זענען געוועהן אינעם ערשטן דור ביי די אידן וואס זענען געוועהן נאצי געליטענער, און וויפיל דראפ אוט'ס ס'איז דא ביי די יעצטיגע 25 יעריגע וועלכע זיין טאטע איז נישט קיין שלעגער אדער א שטרענגער, זעהט זיך קלאר אז דער פראבלעם איז נישט מיטן שטרעגן חינוך, דער פראבלעם איז מיט די וואנט, די חומה צווישן א ערליכע איד און נישט קיין ערליכן איד איז נישטא, אלעס איז איינס, דער אינטערנעט, די לעכטיגע אינטערנעט איז אפן ער ברענגט יעדן מין עלעמענט צוזאמען און יעדער שמויגער עפענט זיך א בלאג, און מ'ליינט און הערט זיך אן וואס יעדער פוקר האט צו פארקויפן, דאס איז פונקט ווי דער ווארשאווע בחור וואס האט געליינט ביכער.

אויב האבן די תלמידי חת"ס געקענט נעמען גאנצע שטיקער פון כלל ישראל אידן יראים ושלימים און אויסשליסן און זיך אפרייסן פון זיי מיט א טיילונג, איז יתכן צו זאגן אז ס'איז העכסט צייט צו מאכן א אייגענע טיילונג זיך אפצוטיילן מיט אידן וואס רעדן דברי זיזלול אויף מנהגי ישראל, זיך אפטיילן פון אידן וואס האבן נישט קיין פילטער, זיך אפטיילן פון אידן וועלכע האבן צוטריט צו בלאג'ס וועלכע רעדן נישט איידל, און זיך אפטיילן פון אידן וועלכע ליינען ביכער ודי (בלאגס וואס אמאל האט דאס געהייסן ביכער).

איר קוקט מיך אוודאי אן מיט גרויסע אויגן וואס איז געשעהן?, פארוואס בין איך אזוי שארף?, קודם לאמיר נאכזאגן וואס א חשוב'ע רב האט געזאגט די לעצטע תקופה בנוגע דעם אינטערנעט, ער זאגט "די זימה פונעם אינטערנעט איז נאר א קאווער אפ איבער די מינות פונעם אינטערנעט", ס'טייטש אז דער עולם איז ביזי אז דער מצב איז געפערליך מ'קען זעהן רחמנא לצלן אויפן אינטערנעט דאס ארגסטע מ'דארף למען השם האבן א פילטער, אבער דאס אז דער פילטער לאזט אדורך יעדע סייט וואס רעדט פון מינות לצנות פון אידישקייט פון דעם איז מען מעלים עין, ווען די גמ' זאגט שאני מינות דמשכי, איז פשט אז ס'איז דא אין דעם א כח המושך, דער כח המושך קען זיך אנהייבן מיט דעם וואס ער האט א קאמפלעקס אז ער איז א פאנאטישער און ער מוז אלעס וויסן, איך פארשטיי און ס'לייגט זיך אויפן שכל אז א מענטש זאל האבן א תאוה צו זיין א ווייסער, צו קענען קומען צווישן חבירים און וויסן מער ווי זיי ווייסן, אבער אט די תאוה פון וועלן וויסן אלעס האט שוין באגראבן פיל אידישע נשמות, מ'מוז נישט אלעס וויסן.

טייערע חבירים. - איך מיין נישט קיינעם סעפיציש - נישט קיין חילוק צו די בלאג'ס / ביכער / ליין מאטריאל זענען אויף אידיש, צו ענגליש, צו עברית, טאר מען דאס נישט ליינען און אוודאי נישט שרייבן, להוי ידוע אז ס'איז דא אין דעם דער איסור פון לא תתורו אחרי וגו', אחרי עיניכם מיינט די אויגן – קוקן אויף אויסגעלאסענע בילדער וכדומה, אחרי לבבכם מיינט ליינען מינות, וואס אין דעם כלל גייט אריין יעדע מין זילזול פון מאי אהני לי' רבנן, און די התחלה הייבט זיך אן ביי די בלאג'ס. ס'איז מסתבר צו זאגן אז איינס פון די גרעסטע לעכער ביי כלל ישראל איז די כח הליצנות וואס מ'מאכט חוזק פון יעדע אידישע זאך, די טעקס מעסעדשעס וואס פליען אינמיטן קינות, אינמיטן סליחות, מ'האקט לצנות אין גרויס, דאס גאנצע לעבן איז איין שטיק דזשאוק, און דאס איז א דירעקטע גורם פון גיין א סטעפ ווייטער ביז אנצוקומען אין כפירה ממש, ווייל פון א קליינע אויבער חכם ווערט א גרויסער אויבער חכם און פון דארט איז א קליינע שפרינג צום שאול תחתית. אויב האט זיך געמוהט א יונגערמאן אפצוקלאפן א טעקסט מעסעדש וואס לאכט אפ פון א מנהג ישראל און ארויס שיקן אויף די ברייטע וועלט דארף דאס רינגען א בעל אז דער יונגערמאן איז א מזלזל אין אידישקייט און ער איז שוין אויפן וועג אהין, אויב געשעהט א געוויסע נישט שיינע מעשה און מ'שרייבט דערפון אויף די בלאג'ס זאגט שוין דער הייליגער ר"ר אלימלך אין פ' בלק אז דאס רעדן פון דעם איז נאך ערגער, און דא גייט מען אזוי בשאט נפש אויף די בלאג'ס און מ'קייט און מ'שפייט די סחורה, ס'איז א עכטע איסור, אויסער די איסורים פון ארור מכה ריעהו בסתר.

אונז גלייב מיר אלע אין דברי חז"ל וואס די גמ' זאגט אין מס' שבת דף ל"א א"ר חנן בר רבא הכל יודעין כלה למה נכנסה לחופה אלא כל המנבל פיו אפי' חותמין עליו גזר דין של שבעים שנה לטובה הופכין עליו לרעה אמר רבה בר שילא אמר רב חסדא כל המנבל את פיו מעמיקין לו גיהנם שנאמר שוחה עמוקה פי זרות, דאס איז טייטש אז אפי' זאכן וואס יעדער ווייסט, ס'איז יודע לכל, יעדער ווייסט די כוונה פון כלה נכנס לחופה, אבער אז דו רעדסט דערפון זאגט די גמ' גאר גאר שארף....

מיר זעהן היינט איין אז יא, מיר דארפן טוישן דעם סיסטעם, מיר דארפן צוריק ווערן תמימות'דיגע אוגארישע אידן, מיט התבטלות צו תלמידי חכמים, נישט זוכן די חסרונות פון די רבנים אפי' ווען די חסרונות זענען אפן, איר מיינט אז די רבנים אין אונגארן זענען אלע געוועהן פערפעקט?, ניין, אבער די בעלי בתים האבן געהאט הכנעה, נישט זוכן צו זיין קלוג, און איבער קלוג, און נישט וועלן זיין נייגעריג וואס די גאנצע וועלט האט צו זאגן, און אפהאקן יעדע מין שייכות מיט די מינע אידן וואס ווילן יא זיין קלוג, תמים תהי' עם ד' אלקיך, האק אפ מיט די נעלאגן און צוקונפטיגע אפיקורסים.

מיר דארף אליין ארבעטן יעדער אויף זיך אליין, א פלא די אלע אויפגעקלערטע זענען פארנומען אז מ'דארף טוישן דעם חינוך, נעבאך פאר די קינדער, די דורות, אנטשולדיגט פאר מיר רעדן פון די קינדער לאמיר רעדן פון דיר אליין, דו ביסט אקעי?, דו ביסט א איד?, ביסטו אפגעהיטן?, די האלסט דיך איין פון עבירות? דו טוסט מצות ד'?, אדער דו טוסט כל מה שלבך חפץ און דעם חינוך ווילסטו טוישן, א טאטע וואס ארבעט אויף זיך אליין האט א קלארע הבטחה כי לא תשכח מפי זרעו, און ער גייט אויף א זיכערע בריק אויף אן אמונה וואס איז אלט טויזנטער יארן און מיט דעם זעלבן כמו צימצום האבן אלע גאונים צדיקים רבנים געשפאנט מיט א זיכערקייט, די נייע האבן בכלל נישט קיין גאראנטי מיט א ערפארונג פון עקספיריענס, און אלע ווייסן אז א אמת'ע ת"ח ווערט קלוג פון די תורה, ער באקומט נאלעדש פון שו"ע דאס אז דער חזון איש זצ"ל האט געקענט אפערירן דעם מח האט ער נישט געליינט אויפן ברייטן אינטערנעט.

את הברכה אשר תשמעו, מיר דארפן מחנך זיין די קינדער (אין זיך אליין) צו מצות ומעש"ט, און פשוט'ע אידישקייט, נישט פלעין ביסט א אייזל וואס גייט נאך דעם פאסטוך, לערן ספר החינוך מיט דיינע קינדער, ווייס וואס מיינט קידוש מאכן שבת קודש, זאגן עדות אויף בריאת שמים וארץ, וואס מיינט תפילין, אזא לשם יחוד פאר הנחת תפילין לשעבד בזה תאוות ומחשבות לבינו, תפלה – פארוועם ביסטו מתפלל, וואס גיבסטו אוועק פון דיך בשעת התפלה, זיך אליין מחנך זיין אז ווען ס'קומט אקעגן א ראי' אסורה צו געבן א קליינע מאך צו מיט די אויגן, עוצם עיניו מראות ברע, וואס מיינט א נשמה, וואס טוט א מצוה פאר א איד, יעדע איסור איז נאך א קשר מיטן באשעפער, ווי מער גדרים אלץ מער קשרים, מ'קען נישט זיין קיין טריקענער איד.

ואת ה.... אם לא תשמעו, איך רעד ווי א חבר צו גוטע פריינד, די פאקט איז אז רוב מאל ווערט מען געוואר ברבים ווער די שרייבער'ס זענען פון די פארשידענע בלאג'ס ווי מ'רעדט לצנות און זילזול במנהגי ישראל אדער חלילה ניוול פה, גארנישט בלייבט נישט פאר אייביג א סוד, בפרט אז חז"ל זאגן המחלל שם שמים בסתר, אז איר זענט מחלל שם שמים באהאלטנערהייט אויף אייער פריוואטער בלאג מיינענדיג אז קיינער ווייסט נישט ווער איר זענט, זענען אבער חז"ל מבטיח, נפרעין ממנו בגלוי, דער בגלוי האט שוין זייער א טייערע פרייז געקאסט פאר אסאך מענטשן.

וויפיל מענטשן זענען נתגלה אדער נתפרסם געווארן מיט געוויסע חשדות פון פארשידענע מעשים, אדער וויפיל מענטשן גייען דורך ביטערע בזיונות אין זייער לעבן אויף אנדערע אופנים, כאטש וואס אנדערע זענען פיל ארגער פון זיי, פאלט אויף זיי דעם אומבא'טעמ'ט פעקל, און מענטשן שטייען און שטוינען, אזעלכע בושות, נעבאך ער איז דאך אזא פיינער, א גוטער, און אזא ערליכער, מענטשן זאגן מיט א זיכערקייט איך קען אים מ'האט זיך ממש פאר פלעין פארלייגט אויף אים, אמת, אלעס קען זיין אמת, אבער קיינער ווייסט נישט ווען דער איינער איז געוועהן א מחלל שם שמים בסתר, און ערגעץ ווי האט ער געטראטן אויף די תורה באהאלטענערהייט אויף א וועבזייטל, זאגנדיג ווער זעהט מיך דען, ווער ווייסט בכלל מיין ניק, ווי רש"י זאגט אויפן פלאץ א מענטש זאגט מי יראנו.

דעריבער האט'ס שכל באצייטנס טייערע אידן, טייערע חברים, זייט'ס נישט קיין מחלל שם שמים בסתר, און אוודאי נישט קיין נפרעין ממנו בגלוי, האטס רחמנות אויף ענק, אויף ענקערע משפחות, און הערט'ס אויף שרייבן זאכן וואס זענען בניגוד התורה.

עם ד' חזקו ונתחזקה לאמיר זיין ערליכע אידן, און יעדן טאג זאגן די דרייצן אני מאמין'ס און זיך מחזק זיין ועד דור ודור אמונתו.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

הרב שאץ שפתים ישק!
זייער גוט ארויסגעברענגט די נקודות
קולע אל השערה.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

געוואלדיג ווי אלע דיינע ארטיקלעך!!

למעשה, ברענגסט זייער גוט ארויס אז פאר אונז איז די סעלושען אז מ'מוז זיך אפטיילן פון די אלע בלאגס וכד' למיניהם, ופשוט הוא.
אבער לגבי (די נושא וואס "זיי" רעדן, דהיינו) אונזערע קומענדיגע דורות (וואס ס'איז דאך נישט בידינו זיי אפצוטיילן) שרייבסטו אויך אז די וועג איז דעם עשה טוב דהיינו אריינלייגן מער זיסקייט אינעם אידישקייט, זיי זאלן נישט ווערן אזוי שנעל פארלוירן פון דעם פאלשן גלאנץ פונעם גאס,
את הברכה אשר תשמעו, מיר דארפן מחנך זיין די קינדער (אין זיך אליין) צו מצות ומעש"ט, און פשוט'ע אידישקייט, נישט פלעין ביסט א אייזל וואס גייט נאך דעם פאסטוך, לערן ספר החינוך מיט דיינע קינדער, ווייס וואס מיינט קידוש מאכן שבת קודש, זאגן עדות אויף בריאת שמים וארץ, וואס מיינט תפילין, אזא לשם יחוד פאר הנחת תפילין לשעבד בזה תאוות ומחשבות לבינו, תפלה – פארוועם ביסטו מתפלל, וואס גיבסטו אוועק פון דיך בשעת התפלה,

איז דאס נישט ממש די זעלבע סעלושען וואס "זיי" געבן פאר דעם פראבלעם אונטערן טיטל "מדארף טוישן דעם סיסטעם"??
האב איך עס גוט ארויס, אז לגבי אונזערע דורות פארשטייען מיר אלע אז דאס און נאר דאס איז די עצה?

מצפה לתשובת כבודו הרמה  
לעצט פארראכטן דורך derech eretz אום דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 2:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

שכוח הרב שץ מץ שליט"א
דברים כדרבונות!
איך אליין האב טאקע אויפגעהערט צו גיין אויף "חרדישע" סייטס זייט די מוראדיגע אסיפה
אבער דא בין איך געבליבען....
ווייל דא זענען דא שרייבערס אזוי ווי שץ מץ....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ישר כח הרב שאץ, ס'ליגט מיר פיל אויפן צונג בענין זה און אודאי געוויס אינעווייניג בקירות ליבי, אבער איך האב קיין כח צו מאריך זיין.

די וואכעדיגע סדרה פלעין און פשוט עברי מיט טייטש ברויך מען זיך איינ'חזר'ען איינמאל און נאכאמאל און מיט דעם לעבן יומם ולילה.

געדענקט די תורה באפעלט "ולא תשמע אליו" אויך דאן ווען איר האלט אז אנכי הגדול והבר דעת ברוחב בנתי וועט עס נישט שאטן, .
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

דברים אמיתיים, ש'כח הרב שצ'ל.

בייגעלייגט א פדף.
(דרך ארץ, דו זאגסט עפעס אבל כנלע"ד יש לחלק, האמיר געלאזט פלאץ אויב ס'קומט א תשובה לדבריך).
אטעטשמענטס
היכי דמי.pdf
(163.67 KiB) געווארן דאונלאודעד 232 מאל
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

לעניית דעתי רעדט מען נישט געניג פין די א ב פין די אמונה מענטשען האבן נישט געניג ידיעה אין די אמונה מילא פין יעדע קליינע בלאז ווערט מען צישאקעלט
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שאץ מאץ,
דברים כדרבונות, שכוח פארן עס ארויסברענגן אזוי הערליך בטוב טעם ודעת
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

עס איז כדאי מעתיק צו זיין דעם לשון פון באר מים חיים פ' בהר:
ובזה יש מוסר השכל אל אלו החכמים בעיניהם ודוברים על צדיק עתק בגאוה ובוז, אם רואים איזה דבר בהצדיק יסוד עולם מצדיקי דורם וזמנם שנראה להם לעול, אז ימלא שחוק פיהם בדברי נבלה ולה''ר וליצנות ולדבר עליו בשער בת רבים בדברי היתול, ואפילו בכשרי ישראל נמצא לפעמים מדה גרוע הזו שהוא חכם בעיניו ומבין ועומד על דעתו, שכאשר נראה לו שלא טוב דרך הצדיק הזה, ימלא פיהו מרמה בלשון מדברת גדולות לדבר עליו דברים אשר לא כן, ואינו נותן על לבו אולי השגת שכל וחכמת הצדיק הזה גדול מחכמתו ושכלו ומבין יותר ממנו, ויודע אשר כזה נכון וראוי לעשות לא כמו ששכלו סובר ומבין, וע''כ אמרו חז''ל כל המהרהר אחרי רבו כאילו מהרהר אחרי השכינה, ולכאורה איך דימו חכמינו ז''ל בשר ודם אל אלקינו ב''ה לומר שהמהרהר אחר זה כאילו אח''ז, ואמנם באמת הכל אחד, כי מיד שאדם עומד על דעתו וחכמתו וסובר שאין שכל אחר מבלעדו, ומה שהוא אינו מבין ודאי ששום אחר לא יבין את זאת, ודאי קרוב הוא להרהר אחר הנהגת האל ית' ב''ה ג''כ, שמיד כאשר ידמה לו שזה אינו נכון לפי כח שכלו, לא יאמר כי חכמת אלקים גדול מחכמתו,רק ידמה לו ח''ו ח''ו שזה עול בחיקו ית' חלילה וחלילה וכו' וכו', ע''ש באורך בדבה''ק.
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

ייש''כ הרב שאצי, פאר'ן ארויסברענגן אזא שרייענדע און געפארפולע נושא.

מ'קען זאגן, אז זינט די תקופת השכלה, איז שוין נישט געווען דער זעלבער נסיון בתוקפו, כבימינו אלה.

ס'איז אן אפענער וועלט. אמאל, ווען איינער האט געדארפט ווערן א חכם, האט ער געדארפט אראפפארן אין לייברעריען, און געדארפט וויסן וויאזוי צו זוכן, געדארפט קענען לשונות עמים צו זוכן אין זייערע ביכער וכדומה. היינט יעדער בר בי דעת דחד יומא, יעדער וואס איז לא חכם טובא ולא טיפש זוטרא, קלאפט אריין אין גוגל א סוירדזש, אין אלע לייברעריען שווימען ארויף פאר אים, ומה יעשה הבן שלא יחטא.

היות אלעס איז אפען, און מ'טרעפט זיך מיט קלוגע מענטשען וואס פארמאגן ברייטע ידיעות, שאפט דאס אויטאמאטיש א רייץ, אויך צו ווערן קלוג און ברייט. אויב אמאל האסטו זיך געדרייט מיט דיין סביבה, און בכלל נישט אנגעטראפן די סארט מענטשן, און קוים געוואוסט אז זיי עקזיסטירן, באגעגנסטו דיך היינט מיט זיי אויפ'ן נעץ, און חוץ די שלעכטע השפעה וואס מ'באקומט, באקומט מען א מורא'דיגער רייץ, זיך אויסצוברייטערן די ידיעות, און אויך אדורכטוען די נושאים, אין וואס זיי זענען אזוי ברייט.

'ברייטקייט' [וואס טיילמאל ברענגט דאס צו זלזול במנהגי ישראל, זלזול בצדיקים הקודמים, זלזול בתושבע''פ ומינה בתושב''כ, ומינה בקוב''ה ית''ש] איז א מורא'דיגער תאווה. קיינער האט נישט ליב צו הייסן דער מצומצם דער נאר, דער תמים.

און דא דארף מען ארויסנעמען די אונגארישע געווער פון 'תמימות' און 'נארנות'. יא איך גלייב ווי א נאר.

ווען איינער פון די א''ג חכמים קומט דיר פרעגן, פארוואס גלייבסטו טאקע אז ס'איז דא א בוכ''ע אויפ'ן וועלט? דו האסט בכלל אמאל אדורכגעטוען דעם נושא? ווייסטו דען וויפיל אנדערע שיטות [רח''ל] ס'איז דא דערין? דאן איז די פעסטע תשובה: ''ניין, איך האב עס נישט אדורכגעטאן, אבער איך גלייב ווי א נאר. 'גלייבן' איז א מציאות, נישט קיין שכל'דיגער זאך, און איך בין אפשר נאריש אז איך גלייב אין זאכן וואס איך האב נישט אדורכגעטאן, אבער אזא סארט אמונה האב איך, און מיט דעם וויל איך פארבלייבן''. יענער [וועלכער מוז נישט זיין קיין כופר חלילה, נאר א ברייטער וואס האט גוט אדורכגעטאן עניני אמונה, און פארשטענדליך אז זיין אמונה איז שוין פגום במקצת], וועט אודאי לאכן פון דיר, אזוי ווי די לאכסט פון א צווייטן תמים וועלכער גלייבט [למשל] אין זיין רבי, וואס איז אין דיין אויגן מופרך, אבער ס'איז נישטא קיין צוויי ברירות.

אודאי, איז חיובא רמיא אויף יעדן אריינצופרעגלן אמונה אין זיינע קינדער, אדורכלערנען דעם רמב''ן בפ' בא, וכהנה ספרי קודש וועלכע רעדן פון עניני אמונה, אבער בדרך חקירה, ובדרך וואס די אויפגעקלערטע פארלאנגען און רופן דאס, 'א טויש אינעם סיסטעם', דאס איז סם המות. ובזה יתורץ קושיות בעל 'דרך ארץ', כי בודאי להוסיף בספרי קודש, אבל לא בדרך חכמי [?] ימינו.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

שטארק זיך האט געשריבן:שאץ מאץ,
דברים כדרבונות, שכוח פארן עס ארויסברענגן אזוי הערליך בטוב טעם ודעת
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
אינסוזעאיסט
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 8:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינסוזעאיסט »

געוואלדיגע ריכטיגע דיבורים, די ווערטער ליגן שוין אויף מיין הארץ א לענגערע צייט און די האסט עס זייער גוט ארויסגעברענגט.

יעצט לעומת די מסקנא וואס מיר נעמן ארויס איז זייער מסוכנ'דיג. ווייל לגבי די פורק עול וואס לאכט אלץ אפ דארף מען ענטפערן אז איך בין א נער און גלייב, אבער פאר זיך און פאר די חבירים וואס מווייסט אז זיי זענען ערליך מוז מען זיך נעמען צו די ביינער און זיך קאכן צו פארשטיין לעומקן וליסודן של דברי חז"ל בכל פרטיה ודקדוקיה ובכללם אמונתינו החזקה, ווייל אז נישט פאלט מען בארג אראפ, און אויב די מענטש אליין פאלט נישט פאלן אבער די חבירים ווייל נישט א יעדער דערהייבט א גאנץ לעבן אן טיפע יסודות אין אמונה און טיפע באדייטונגען פון די וועלט בדברי חז"ל און דערפאר ווייל מ'וויל נישט ענטפערן הייבט די מח אן צו שטויסן ביז אזש מ'הייבט אן חוזק מאכן מיט'ן האפענונג אז אפשר יעצט וועט ער באקומען עפעס צו דערהייבן די מח ולב הגם ער איז אויף דעם נישט בארעכטיגט.

דערפאר לענ"ד איז עת לעשות לה' און היינט איז א דור פון אפענקייט און מ'זעהט ווי די ארגאניזאציעס ווי שלהבת, ערכים, אור שמח, אש, הידברות, ועוד ועוד, אלע פארנעמען זיך מיט תורת הנפש והנשמה אויף אזא שיינעם אופן, און אלע "קשיות" פון די אמאליגע טריפנע ביכער ווערן שיין אראפגעלייגט בדרך כבוד בדרך שאלה ותשובה ווייל ס'איז נישטא וואס מורא צו האבן, די אמת שיינט אין אלע ווינקלען און טויזענטער אחב"י קומען צוריק, און אויב מיר האבן א אנדערע מיינונג בכל אופני אידישקייט דארף מען דאס אויסארבעטן אן נגיעות און ארויסברענגן די אמת, אבער מיט צענזור און סטראשונגען בייסן מיר זיך אליין
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

שנאפס האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:שאץ מאץ,
דברים כדרבונות, שכוח פארן עס ארויסברענגן אזוי הערליך בטוב טעם ודעת
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אינסוזעאיסט האט געשריבן:געוואלדיגע ריכטיגע דיבורים, די ווערטער ליגן שוין אויף מיין הארץ א לענגערע צייט און די האסט עס זייער גוט ארויסגעברענגט.

יעצט לעומת די מסקנא וואס מיר נעמן ארויס איז זייער מסוכנ'דיג. ווייל לגבי די פורק עול וואס לאכט אלץ אפ דארף מען ענטפערן אז איך בין א נער און גלייב, אבער פאר זיך און פאר די חבירים וואס מווייסט אז זיי זענען ערליך מוז מען זיך נעמען צו די ביינער און זיך קאכן צו פארשטיין לעומקן וליסודן של דברי חז"ל בכל פרטיה ודקדוקיה ובכללם אמונתינו החזקה, ווייל אז נישט פאלט מען בארג אראפ, און אויב די מענטש אליין פאלט נישט פאלן אבער די חבירים ווייל נישט א יעדער דערהייבט א גאנץ לעבן אן טיפע יסודות אין אמונה און טיפע באדייטונגען פון די וועלט בדברי חז"ל און דערפאר ווייל מ'וויל נישט ענטפערן הייבט די מח אן צו שטויסן ביז אזש מ'הייבט אן חוזק מאכן מיט'ן האפענונג אז אפשר יעצט וועט ער באקומען עפעס צו דערהייבן די מח ולב הגם ער איז אויף דעם נישט בארעכטיגט.

דערפאר לענ"ד איז עת לעשות לה' און היינט איז א דור פון אפענקייט און מ'זעהט ווי די ארגאניזאציעס ווי שלהבת, ערכים, אור שמח, אש, הידברות, ועוד ועוד, אלע פארנעמען זיך מיט תורת הנפש והנשמה אויף אזא שיינעם אופן, און אלע "קשיות" פון די אמאליגע טריפנע ביכער ווערן שיין אראפגעלייגט בדרך כבוד בדרך שאלה ותשובה ווייל ס'איז נישטא וואס מורא צו האבן, די אמת שיינט אין אלע ווינקלען און טויזענטער אחב"י קומען צוריק, און אויב מיר האבן א אנדערע מיינונג בכל אופני אידישקייט דארף מען דאס אויסארבעטן אן נגיעות און ארויסברענגן די אמת, אבער מיט צענזור און סטראשונגען בייסן מיר זיך אליין
איבער דיין לעצטן פאראגראף,

אויסער וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע אבות זיך נישט צו פארנעמען מיט די זאכן; זענען די אלע דערמאנטע ארגעניזאציעס ״זייער״ אויבערפלעכליך, פונקט גענוג איבערצוצייגן א פרענק... רוב פון די מרצים ווען זיי טרעפן זיך מיט אן עכטן סייענטיסט, זענען זיי ללעג ולקלס. און נישט ווייל יענע זענען גערעכט, נאר ווייל זיי - די עושי נפשות - ווייסן נישט פון קאפ-זיך.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

ישר כח רב שאץ מאץ,

כמים קרים על נפש עייפה!!!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

טייערער שאץ מאץ. דיין קלארקייט אין יעדען ענין באזונדער, בעיקר ס'קלארקייט וויאזוי די ברענגט ארויס א זאך אויפן פאפיר/סקרין איז צום באוואונדערען יעדעס מאל עקסטערע.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

100% גערעכט ! ב"ה זשעי נעט האט לעצטענס געבלאקט נאך אפאר סייטס
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
לאו דוקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 18, 2012 12:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאו דוקא »

קודם ישר כח שאץ מאץ פאר די געוואלדיגע אן ריכטיגע תורה'דיגע דיבורים

די טעמע- בעסער געזאגט - די חורבן וואס די מיינסט צווישן די שורות איז א שרעקליכע מוסר השכל, אז אפי' ס'דאכט זיך אז ס'נישט שלעכט א גלייך ווערטל אויף דעם מנהיג ישראל און אויף יענעם מנהיג, און אזוי ווייטער, אפי' אויף מיין אייגענעם רבי'ן ווייל "פאנאטיש ברויך מען דאך נישט זיין" "לאמיר רעדן אפן" "מ'ווייס מיר דאך דעם אמת" "ער מיינט עס אויך נישט אינגאנצן ערענסט" , וכו וכו' די סארט שמיעס'עכצער וואס הייבט זיך אן מיט די הקדמה, דאס ברענגט ליידער צו צו אזוינע חורבנות ,

למשל קיינער וועט נישט זאגן אז א איד וואס גייט צום כותל אדער גייט צום סיום הש"ס איז א כופר ר"ל, ווייל איינער וואס ביי זיין רבי'ן-חסידות איז דאס נישט קיין עוולה האט דאס מיט "זיין" אידישקייט נישט קיין שייכות, אבער דאס איז יא זיכער אז א סאטמארער אינגערמאן וואס גייט, טוט ער דערמיט אפשפעטן פון אלע זיינע ביז איצטיגע יסודות און גרינדציפן און ווער ווייסט חלילה ביז ווי ער וועט אנקומען, ולדעתי ליגט די שילד אויף אלע ארומיגע וואס זיי האבן געלעבט און אנגעפירט מיט דעם ליצנות מהלך,

און דערנאך ווען מ'לעבט שוין מיט אזוינע ליצנות ודברי זלזול לכל הקדוש לנו קען מען נישט זיך אויסדרייען יעצט צום חבר און זאגן: העי די ביזט געקראכן צו ווייט! סטאפ! אדעתא דהכי לא נדרנא! נאו ס'גייט נישט אזוי,

און לאמיר זיך טאקע מקבל זיין צו זיין תמימות'דיג און פאלגן וואס מ'הייסט אונז און זיך נישט דארפן חלילה לערנען אויף די שווערע וועג...

ויותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן ... און דער אייבערשטער זאל זיך שוין מרחם זיין אויף אלע צובראכענע נפשות.
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

אך און וויי אז מ'דארף אנווענדן דאס מינדעסטע זיך צו לאזן הערן אונעם קול ה' בכח, באופן כזה, אלענפאלס דוד המלך זאגט שוין אין תהלים, האמנתי כי אדבר וגו; ער האט זיך אויך באפאסט מיט חיזוק אין אמונה בה'. ומה נענה אנן אבתרי'.
שטארק זיך האט געשריבן:..מיט אן עכטן סייענטיסט, זענען זיי ללעג ולקלס. און נישט ווייל יענע זענען גערעכט, נאר ווייל זיי - די עושי נפשות - ווייסן נישט פון קאפ-זיך.

ווער.. עחטא סייענטיסט.. ווי כאפט מען אריין אזא טיטול.. ולאחריו אן א מיטל, (גארנישט פערזענליך, חלילה.)
מיר ווייסן דאך, תכלית הידועה שלא נדע.
שטארק זיך האט געשריבן:נאר ווייל זיי - די עושי נפשות - ווייסן נישט פון קאפ-זיך.

עטוואס מער פונעם זעלבט פארזעהענעם סייענטיסט.
ער דער עושי נפשות, נעמט נישט אייגענע מסקנות בכלל.


אפשר מיט א לצנותא דעבודה זרה באוועגונג קען געלונגען זיין אונז מאמינים בני מאמינים, און להבדיל זיי, צו אריין שטעלן אין עפעס א פלאץ.
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

גבריאל האט געשריבן:ישר כח רב שאץ מאץ,

כמים קרים על נפש עייפה!!!


שכח שכח נאכאמאל שכח - ענדליך קען איך מיר אויפטון "איך בין א נאר"!!!!!
אוועטאר
Sprint
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sprint »

זייער שיין ארויסגעברענקט- שוין לאנג נישט געזהן אזא גוקטס


יותר ממה שכתבת קראתי בין שריתך
חזק ואמץ
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

א גרויסער ישר כח פאר די ווערטער, און בעיקר פארן אזוי שיין ארויסברענגען מה דאמרי אינשי:

יענער איז "נאך אויפגעקלערט" איך בין "שוין פאנאטיש"!!

ס'איז א גרעסערע קונץ, צו פארשטיין די שיינקייט און תועלת פון תמימות, ווי צו לאכן דערפון!!
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:14 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

שץ, איך פארשטיי אז די האסט גערעדט צו מיר און איך נעם עס אן בהאבה און איך גיי שוין זיין גיט, אזוי ווי הרה"ק ר' אלימלך האט געזאגט אז פון היינט אן גיי איך זיין גיט, איי נעכטן האב איך אויך אזוי געזאגט אבער היינט מיין איך עס אמת'דיג

איך האב עס יעצט געליינט שוין נאך יו"כ קטן און עס איז כמים קרים על נפש עייפה איך בעט דיך אזוי מיר טרעטן אריין און חודש אלול געב נישט אויף שרייב און שרייב ביז עס וועט אריין גיין און מיין הארץ

און יא איך בין א נער און איך וויל בלייבען

ישר כח הק' דארפסמאן
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

יישר כח
איך האב מיך געהאט מקבל געווען פאר כינוס כלל ישראל צי טרייען נישט צי גיין צי א סייט וואס לאכט אף פין אלעס הייליג אין זייט דעמאלטס בין איך טאקע נישט אריין דארט ביז דעי וואך ווייל איינער האט געלינקט אהין וויל איך בעטען די עולם זאל טרייען נישט צי לינקען צי אזעלכע פלעצער ווי סקען זיין איינער טרייט נישט אריין צי גיין
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מאנ-יימער האט געשריבן:הרב שאץ שפתים ישק!
זייער גוט ארויסגעברענגט די נקודות
קולע אל השערה.

שטארק ארויס געברענגט וואס ליגט מיר אויפען הארצען. א יישר כח.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”