האנט זייגער ☀

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

היפאקריט האט געשריבן:חאפ'ך נישט וואס איר מיינט
אוואדע לא תלבש אשה אבער לא ילבש גבר

אגב, הערט מען צומאל לומדים עס רופן אזוי, אפילו אין פסוק ביי שמלת אשה שטייט לא ילבש, ביי שעטנז שטייט יא לא תלבש, ס'דא וואס זענען געוואוינט אזוי, ס'נישט מעכב, ווייל ש"ס איז פול מיט לשונות חז"ל אויף די לאוין מיט אנדערע אויסדרוקן ווי עס שטייט אין פסוק, געווענליך איז עס אלץ מיטן אויסדרוק "בל" [מלת בל אינו נמצא כלל בתורה, בישעי' נמצא, ובתהלים נמצא לרוב פעמים], רוב מאל קומט דער בל במקום לא אזוי ווי, בל תוסיף, בל תשחית, בל יראה, בל ימצא, אמאל במקום אל, ווי בל תשקצו [במקום אל תשקצו],

די גמרא אין תמורה דף ו' זאגט
המקדיש בעלי מומין לגבי מזבח עובר משום חמישה שמות משום בל תקריבו בל תקדישו בל תשחטו ומשום בל תזרקו ומשום בל תקטירו כולו ומשום בל תקטירו מקצתו, קיין איינס שטייט נישט אזוי אין פסוק.

הרב היפאקריט, כל הנ"ל נעמט גארנישט אוועק פונעם טעות, מ'דארף אודאי זאגן לא ילבש און נישט לא תלבש וויאזוי איך האב געשריבן. הצדק אתך אלף אחוז.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

ענדע צדיק! האט געשריבן:הערט א פחד פון א מעשה בנוגע דעם ענין:
די מעשה ווייס איך מיט די נאמען ס'איז א קראנטע מעשה (היינט נאכאמאל זיכער געמאכט), ס'איז געווען א איד פון די ספרדישע געמיינדע, ער האט געוואוינט אין ארגענטינע א זייער געהויבענע איד, רביה"ק מ'סאטמאר האט זיך געלאזט בענטשן ביי איהם (א מעשה פאר זיך)

הרב הצדיק
דערצייל אונז די מעשה ביטע.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

מחותן האט געשריבן:
לויט מיין רבי און כיתה ז'. אויב גייט מען מיט א האנד זייגער, ווערט די האנד זייגער די קידושין די רינגעל פאר'ן יצר הרע, עס איז א פחד ווי הארב די עבירה איז


עני אינפאו?

געהערט אמאל ווי א יונגערמאן זאגט עס פאר זיין חבר בשם המלמד זאגט אים די חבר צוריק אהה הייסט עס אז די האסט מזנה געווען מיט'ן יצר הרע
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

זיס האט געשריבן:אין חצרות צאנז-קלויזנבורג גייט מען מיט האנט זייגערס.

שמעתי אומרים אז הרה"ק מצאנז קלויזנבורג זצ"ל פלעגט טראגן א האנט זייגער אויף ביידע הענט, כדאי נישט גורם צו זיין ביטול תורה. אויך פלעגט ער עס טראגן אויף די אנדערע זייט פון די הענט, נישט דארט וואו געווענליכע מענטשן טראגן עס, ווייל דארט איז גרינגער צו קוקן.


איך גלייב אז איר האט א טעות. קען זיין אז דער טעות נעמט זיך װייל מען פארציילט, אז מען האט נאך פארציילט פאר אן אנדערען רבי׳ן אז דער קלויזענבורגער רבי הייסט גיין, א האנט זייגער צוליב ביטול תורה האט ער געזאגט אויב אזוי ״דארף״ מען גיין אויף ביידע הענט א זייגער אויב מען װעט בטעות קיקען אויף די נישט ריכטיגע האנט..
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

באמבאסטיש האט געשריבן:דאכט זיך אז מהר"ש מבאבוב זצ"ל איז אויך געגאנגען מיט א האנט זייגער.


לא דובים ולא יער!
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

מעשה נורא,

די חלק אז ער איז געוועהן פריש אונגאנצען גיט אריין א שטיק אמונה.

א דאנק
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

א מורה׳דיגע מעשה, מיט א קראנטע מקור וואלט עס נאך בעסער געוועהן.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

איך דארף פרעגן די משפחה צו ס'איז זיי ניחא צו מפרסם זיין די נאמען
לגבי די מעשה וואס ק.נ.א. פרעגט אן דארף איך נאך זיכער מאכן אפאר פרטים, כוועל עס אי"ה פארציילן
אגב, ווייסט שוין איינער עפעס א טעם אויף די גאנצע איסור?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

פשטות מאדערן/זיך באצירען
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

א באוואוסטע משפחה פון ארגענטינע -וומ"ב
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ענדע צדיק! האט געשריבן:איך דארף פרעגן די משפחה צו ס'איז זיי ניחא צו מפרסם זיין די נאמען
לגבי די מעשה וואס ק.נ.א. פרעגט אן דארף איך נאך זיכער מאכן אפאר פרטים, כוועל עס אי"ה פארציילן
אגב, ווייסט שוין איינער עפעס א טעם אויף די גאנצע איסור?

דאס איז מיין שווערס זיידע
קענסט מיר אפשר זאגן ווער איז יענער וואס איז דארט געשטאנען האט דיר עס פארציילט?
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

ענדע צדיק! האט געשריבן: ווען נישט איך האב היינט איבער געפרעגט די מענטש וואס איז געשטאנען דארט בשעת מעשה און ארויסגעהאלפן די חברה קדישא וואלט איך עס נישט געגלייבט


איך בין מיט דיר אויף איין פעידש, איך גלייב עס טאקע נישט
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2011 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר דוקא »

ענדע צדיק! האט געשריבן:הערט א פחד פון א מעשה בנוגע דעם ענין:
די מעשה ווייס איך מיט די נאמען ס'איז א קראנטע מעשה (היינט נאכאמאל זיכער געמאכט), ס'איז געווען א איד פון די ספרדישע געמיינדע, ער האט געוואוינט אין ארגענטינע א זייער געהויבענע איד, רביה"ק מ'סאטמאר האט זיך געלאזט בענטשן ביי איהם (א מעשה פאר זיך), און דער איד האט געלאזט צוואה אז לאחר פטירתו זאל מען איהם -פון ארגענטינא- ארויף טראגן קיין ארץ ישראל וויל ער וויל דארט ליגן.
למעשה האט מען פון די רעגירונג דארט אין ארגענטינא געמאכט גרויסע צרות, זיי האבו נישט געוואלט ארויסלאזן די נפטר, ס'האט זיך געשלעפט און געשלעפט, למעשה האט די משפחה געזען אז ס'נישט קיין ברירה, און מען האט איהם באערדיגט אין ארגענטינא מיט א תנאי איהם צו מפנה זיין ווען מ'וועט קענען (א שמועס פאר זיך, אריין אין ידיעות התורה אשכול....).
ווי געזאגט פריער די איד איז געווען א מוראדיג געהויבענע איד, יעצט הערט, נאך איבער צוויי חדשים האט מען צום סוף באקומען ערלויבעניש פון די רעגירונג ארויפצוטראגן די נפטר, און מען האט איהם געוואלט מפנה זיין, ווען מען האט געעפנט די קבר האט מען געזעהן אז ער נאך געווען אינגאצן גאנץ און פריש כאילו מען וואלט איהם היינט באערדיגט, אחוץ.... ביי די פלאץ פון די האנט זייגער!
נאכאמאל ווען נישט איך האב היינט איבער געפרעגט די מענטש וואס איז געשטאנען דארט בשעת מעשה און ארויסגעהאלפן די חברה קדישא וואלט איך עס נישט געגלייבט און אוודאי נישט געשריבן....
לגבי וואס די איסור איז, און פשט דערפון ווייס איך נישט אבער, די מעשה איז א מעשה פלא

געהערט די מעשה א האלב יאר צוריק און איך האב געמאכט ריסיורטש דערויף, און עס איז אויסגעקומען אז איינער האט געפרעגט איינעם פון די ראשי הח"ק דארט און ער האט נישט געדענקט די מעשה.
י
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 01, 2007 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י »

ביי אונז פלעגט מען זאגן א ווערטל:ס'איז ענדערש צו גיין מיט א וואנט זייגער, ווי מיט א האנט זייגער(גירסא ד'יענקל'תא)
מלה בסלע שתיקה בתרי
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

פאר דוקא, איז נישט די מעשה געווארן באשטעטיגט דורך א משפחה מיטגליד אויפן אמ"ג א צייט צוריק?
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2011 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר דוקא »

derech eretz האט געשריבן:פאר דוקא, איז נישט די מעשה געווארן באשטעטיגט דורך א משפחה מיטגליד אויפן אמ"ג א צייט צוריק?

שפעטער גערעדט מיט אים אין אישי און ער האט געזאגט אז איינער פון די ח"ק דארט וואס זענען געווען אינוואלווד און ער געדענקט די סארט זאכען געווענליךהאט אים גגעזאגט אז ער געדענקט עס נישט
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

נישט נאר דארט, נאר אפאר תגובות צוריק אויך...
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

למעלה משבעים האט געשריבן:נישט נאר דארט, נאר אפאר תגובות צוריק אויך...

באשטעטיגט אלס אמת מיינעך צו זאגן, כ'געדענק נישט גוט?
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
פארפאסונג
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2022 11:42 pm

Re: האנט זייגער ☀

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפאסונג »

האנט זייגער פאר מענער איז אויסגעהאלטן.
דאס איז קיין שום פראבלעם הלכה׳דיג/אדער השכפה׳דיג.

נאר וואס? יעדע נייע זאך קוקט מען אן מיט פרעמדע בליקן.

״לא תלבש״ איז בכלל נישט אין פלאץ וויבאלד די מענער גייען מענער זייגערס. אבער א מאן טאר נישט אן טוהן פרויאישע זייגער/אויגן גלעזער/אדער פרויערישע טרענטש-מאנטל אנטשטאט א כאלאט.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: האנט זייגער ☀

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

פארפאסונג האט געשריבן:
האנט זייגער פאר מענער איז אויסגעהאלטן.


״לא תלבש״ איז בכלל נישט אין פלאץ וויבאלד די מענער גייען מענער זייגערס. אבער א מאן טאר נישט אן טוהן פרויאישע זייגער/אויגן גלעזער/אדער פרויערישע טרענטש-מאנטל אנטשטאט א כאלאט.
ר' חיים קאניעווסקי האט געהאלטן אנדערש ווי אייך
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
פארפאסונג
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2022 11:42 pm

Re: האנט זייגער ☀

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפאסונג »

און שוין! האט געשריבן:
פארפאסונג האט געשריבן:
האנט זייגער פאר מענער איז אויסגעהאלטן.


״לא תלבש״ איז בכלל נישט אין פלאץ וויבאלד די מענער גייען מענער זייגערס. אבער א מאן טאר נישט אן טוהן פרויאישע זייגער/אויגן גלעזער/אדער פרויערישע טרענטש-מאנטל אנטשטאט א כאלאט.
ר' חיים קאניעווסקי האט געהאלטן אנדערש ווי אייך
האט מען אנגעפרעגט פון רבי חיים קאניעווסקי: אייער שווער דער פוסק הדור.. הרב אלישיב איז געגאנגען א גאלדענעם האנט זייגער א גאנץ לעבן!?
זאגט רבי חיים: ער האט געהערט פון איינעם, אז דער חזון איש האט געזאגט אז דאס איז אסור וועגן לא תלבש.

אויב דער חזון איש האט געזאגט ווייס איך נישט, לאמיר זאגן אז יא, וואו קומט דא אריין לא תלבש בכלל?! קיין בירור הלכה אדער הסבר פארוואס עס זאל הייסן לא תלבש איז אויכט נישט פארהאַן, אז מען זאל פארשטיין אז דער וואס פסק׳ענט איז קלאר אין די פאקטן.
אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: האנט זייגער ☀

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

און באילנא דחיי שרייבט איינער אז הרהק מסאטמאר האט נישט געלאזט גיין און ישיבה מיט א האנט זייגער
אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
אוועטאר
notification
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2022 2:15 pm

Re: האנט זייגער ☀

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך notification »

שוועמל האט געשריבן:
איז דא עפעס א ענין יא אדער נישט צו גיין מיט א האנט זייגער )ביי מענער(.

פון ר' שמעון (?) זאגט מען נאך אז א טאשן זייגער געדויערט אים עטליכע מינוט א יאר בלויז ארויסנעמען און קוקן דערפאר איז ער געגאנגען א האנט זייגער.
ר' שמעון וואס?
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: האנט זייגער ☀

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

שאלה:
מען איז מפלפל צי מען מעג אנטאן א זײַגער אויפן האנט.
האב איך אנאנדער שאלה צי דער בילד פון זון אויפן העדליין פון אשכול איז מותר?
זע דא https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 04&hilite=

לנושא האשכול פאר דער ליובאוויטשער רבי זי"ע איז געווארן רבי האט ער געטראגן א האנט זײַגער
אמאל האר ער ער געטראגן יום טוב און דער רבי ריי"צ האט מעיר געווען אז יום טוב בעסער ניט טראגן
אזוי האט דער רבי דערציילט
פארפאסונג
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2022 11:42 pm

Re: האנט זייגער ☀

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפאסונג »

zugurnish האט געשריבן:
שאלה:
מען איז מפלפל צי מען מעג אנטאן א זײַגער אויפן האנט.
האב איך אנאנדער שאלה צי דער בילד פון זון אויפן העדליין פון אשכול איז מותר?
זע דא https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 04&hilite=

לנושא האשכול פאר דער ליובאוויטשער רבי זי"ע איז געווארן רבי האט ער געטראגן א האנט זײַגער
אמאל האר ער ער געטראגן יום טוב און דער רבי ריי"צ האט מעיר געווען אז יום טוב בעסער ניט טראגן
אזוי האט דער רבי דערציילט
לויטן לויבאוויטשער איז משמע אז זיין שווער הריי״ץ האט נישט געהאט קיין פראבלעם דערמיט. נאר שבת משום מקצה?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”